☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א פרישע שטורעם אויפן האריזאנט

א פרישע שטורעם אויפן האריזאנט

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2281

שרייבער » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:28 pm

· #58447
א פרישע שטורעם אויפן האריזאנט
ס'וואונדערט מיר אז ס'איז נישטא קיין אשכול, אבער עפעס שמועסט מען אז עפעס פריש קומט די קומענדיגע מיטוואך, ווייסט איינער עפעס מער?

כ׳בין פריי » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:32 pm

· #58451
פ״וו עפענען א פרישן אשכול ?
לייג דאס ביי די רומער אשכול אדער ביי איינס פון די אנדערע האריקעין אשכולות

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:38 pm

· #58458
ס'וואונדערט מיר אויך. כ'האב אויך געהערט.
אבער ווען איך טשעק די וועטער זעה איך נישט גארנישט, חוץ גאר קאלטע נעכט מיט א מעגליכע "פראזען מיקס" פאר מיטוואך/דאנערשטאג.

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:40 pm

· #58461
שמעקעדיג
ס'וואונדערט מיר אויך. כ'האב אויך געהערט.
אבער ווען איך טשעק די וועטער זעה איך נישט גארנישט, חוץ גאר קאלטע נעכט מיט א מעגליכע "פראזען מיקס" פאר מיטוואך/דאנערשטאג.


די רעגן-שניי וועט זיין באגלייט מיט שטארקע ווינטן, אבער עס גייט נישט זיין איבער ניו יארק סיטי אזויווי אין ניו דזשערזי

יידל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:59 pm

· #58476
<a class="postlink" href="http://www.examiner.com/article/salt-the-wounds-of-those-affected-by-sandy">http://www.examiner.com/article/salt-th ... d-by-sandy</a>

זיי שרייבן עפעס אז די פלעצער וועלכע זענען שוין יעצט סיי ווי פארפלייצט וועלן נאך מער ליידן ווי געווענליך.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:10 pm

· #58482
דא שרייבן זיי אויך
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/116499/2012/11/04/new-york-new-storm-may-bring-wind-rain-to-sandy-hit-region">http://www.vosizneias.com/116499/2012/1 ... hit-region</a>

פאנדיט » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:18 pm

· #58490
איך האב געהערט דא אז מ'רעדט פון 35 מייל ווינטן מיטוואך און רעגן, און אויך עפעס שניי

שמואל הלוי » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:52 pm

· #58499
וואס האריקעין ווען האריקעין? ס'קומט נאך א שטורעם מיט ווינטן, אבער נישט קיין האריקעין.

נישט יעדע שטורעם מיט ווינטן איז א האריקעין...

---

לענינינו ס'גייט זיין א נאראיסטער שטורעם (אזוי רופט זיך די סארט שטורעמס וואס ווערן פארמירט ביים צפון מזרח קאוסט), און די ווינטן קענען גרייכן אין ערטער נאנט צום וואסער ביי ארום 50 מייל א שעה אדער מער, און ס'קען ברענגען פרישע הויכע כוואליעס אין די ערטער נאנט צום ים, און אזוי אויך קען עס ווידעראמאל אויסשאלטערן די לעקטער קראפט אין טייל געגענטער.

אבער אין וויליאמסבורג בארא פארק וועט זיין סתם א רעגן מיט א ווינט, און קען אפילו אפשר אראפווארפן נאך אביסל ביימער, אבער נישט מער ווי דאס... מ'קען זיין גאנץ רואיג.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:53 pm

· #58500
און וואס וועט זיין מיט קרית יואל?
אונז קעמיר נישט עפפארדן דיר צו פארלירן אויף נאך אפאר טאג. גענוג איז גענוג!...

קליגער איד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 12:01 pm

· #58660
וואס איז מיט א נאמען ווען באקומט די שטורעם א נאמען ??

קפנדריא » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:01 pm

· #58675
דערווייל קריגן זיך נאך די שוויגער מיט'ן שנור אויף וואסערע נאמען מ'זאל געבן.

קליגער איד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:06 pm

· #58681
דעמאלטס איז בעסער אז מען מישט זיך נישט אריין

שמואל הלוי » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 4:17 pm

· #58742
קליגער איד
וואס איז מיט א נאמען ווען באקומט די שטורעם א נאמען ??

נאר טראפישע שטורעמס באקומען נעמען, דאס גייט זיין א ווינטער טייפ רעגן שטורעם, אבער פיל שטערקער ווי דורכשניטליך.

קלאר » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 5:44 pm

· #58764
https://twitter.com/BrooklynWeather

National Weather Service in NYC: A 'High Wind Watch' and a 'Coastal Flood Watch' -- the same advisories used for #Sandy -- have just been
Issued For Wednesday night into Thursday. Snow in some areas possible. The good part: much warmer weekend is ahead, 55-60F.

קפנדריא » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 7:41 pm

· #58823
וואס דארף מען צוגרייטן? גענעראטארס? זעק מיט זאמד? פלעשלייטס, הויכע שטיוול, שירעמס, שאוולעך? ביטע געבן עדווייז.

משה רוקח » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 7:58 pm

· #58831
געזאלין.

מ גפני » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 11:17 am

· #58965
אין אפסטעיט: שאוולעך, זאלץ און איינטוישן די רעדער אויף די ווינטערדיגע

קליגער איד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 11:36 am

· #58971
אפדעט: עס גייט נישט זיין אזוי געפערליך ווי זיי האבן געמיינט פון אנפאנג. עס גייט זייין ווינטן פון בערך 50 מייל

פרענטש וואנילע » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 11:44 am

· #58977
קליגער איד
אפדעט: עס גייט נישט זיין אזוי געפערליך ווי זיי האבן געמיינט פון אנפאנג. עס גייט זייין ווינטן פון בערך 50 מייל

דאס איז "בלויז "בערך די ספיד וואס די קארס פארען אויפן בי קיא אי פון ווימס"ב קיין ב"פ...

שמואל הלוי » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 12:18 pm

· #58983
מ גפני
אין אפסטעיט: שאוולעך, זאלץ און איינטוישן די רעדער אויף די ווינטערדיגע

נישט געפערליך, אפשר א עטליכע אינטשעס נאסע שניי, אבער נישט מער.

ווייס ווי שניי » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:08 pm

· #59408
שמואל הלוי
מ גפני
אין אפסטעיט: שאוולעך, זאלץ און איינטוישן די רעדער אויף די ווינטערדיגע

נישט געפערליך, אפשר א עטליכע אינטשעס נאסע שניי, אבער נישט מער.

זיי זאגען פון 3 ביז 6 אינטשעס שניי

שמואל הלוי » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:09 pm

· #59409
נו פון 3 ביז 6 איז ביי מיר עטליכע אינטשעס.

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 10:34 am

· #59610
בילדער פון די ערשטע שניי אין די טריי סטעיט געגנט.

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 10:34 am

· #59611
אין ניו דזשערזי

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 10:35 am

· #59612
ניו דזשערזי

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 10:36 am

· #59613
ניו דזשערזי

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:21 am

· #59619
שמואל הלוי
ניו דזשערזי



שמואל וואס גייט פאר מיט דיינע בילדער? מ'קען עס ניט זען

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:39 am

· #59627
האט לכאורה מיט דיין פילטער צו טון

אז עמעצער האט צייט און וויל זיך מתנדב זיין עס אראפצולאודען און עטעטשן, כל הכבוד לו.

(זר זהב ביסט מכובד)

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:52 am

· #59628
יישר כח שמואל.
איך הער אז אין לעיקוואד איז א שרעקליכע דיזעסטער, נאך ערגער ווי סענדי שר"י.