☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #409
בלאט: 1 2 3

שרייבער » זונטאג אפריל 7, 2013 2:44 pm

· #102057
שעפטל
נסיעה למקומות הקדושים תשנ"ב

איי איז דאס א הערליכע ווידיא, דערמאנט אביסל זכרונות בהלו נרו על ראשינו

ערגעץ נאך 16 מינוט קען מען הערן דעם רבין רעדן פאר די רוסישע אידן

יואליש » זונטאג אפריל 7, 2013 4:00 pm

· #102117
זר זהב
דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער שינאווער רב איז דער לעצטער וואס האט געקענט ליינען. דאס טוט אויטאמאטיקלי עקסקלודן דעם ברך משה


כ'מיין ער האט עס נישט געזאגט ספעציפיש אויף קוויטל ליינען. ער האט געזאגט אז צאנזער רב איז געווען די לעצטע פון די תלמידי בעל שם מיט רוה"ק. און האט צוגלייגט, "שיניעווער רב האט זיך מיטגעכאפט." וואס מיטגעכאפט מיינט ווייס איך נישט. אבער דען איגעין, כ'ווייס נישט וואס רוה"ק מיינט.

שרייבער » זונטאג אפריל 7, 2013 4:28 pm

· #102128
יואליש
זר זהב
דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער שינאווער רב איז דער לעצטער וואס האט געקענט ליינען. דאס טוט אויטאמאטיקלי עקסקלודן דעם ברך משה


כ'מיין ער האט עס נישט געזאגט ספעציפיש אויף קוויטל ליינען. ער האט געזאגט אז צאנזער רב איז געווען די לעצטע פון די תלמידי בעל שם מיט רוה"ק. און האט צוגלייגט, "שיניעווער רב האט זיך מיטגעכאפט." וואס מיטגעכאפט מיינט ווייס איך נישט. אבער דען איגעין, כ'ווייס נישט וואס רוה"ק מיינט.

אזוי האט ער געזאגט, און ס'איז ממילא נישט נוגע אויף למעשה פאר קיינעם, דזשאסט פאר איין זאך, אז אויב ווילסטו זיין א פרייער פויגעל און נישט פאלגן קיינעם קומט דער מימרא גוט צונוץ.

(איך האב שוין אמאל געטענה'ט מיט איינע פון די רבי ז"ל אידן וואס האט זיך פארגלייזט די אויגן און אראפגעקוועטשט די היט און נאכגעזאגט די מימרא, האב איך אים געזאגט לשיטתך איז די רבי ז"ל אויך אין די כלל, און אויב האט מען זיך געדארפט האלטן אונטער אים און זיין סר למשמעתו זאלסטו דאס טון היינט אויך, בכל מקום שאתה נמצא זאלסטו צוהערן צו א משמעת פון א דעת תורה, פיק וועם דו ווילסט, אבער נישט שריי 'ס'איז נישטא קיין צדיקים' און ממילא מעג מען אלעס טון)

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 4:30 pm

· #102130
וואס האט "נישטא קיין צדיקים" מיט "מעגן טון וואס מ'וויל" ?

ס'דא א תורה

ר' שמחה » זונטאג אפריל 7, 2013 4:51 pm

· #102139
יואליש
זר זהב
דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער שינאווער רב איז דער לעצטער וואס האט געקענט ליינען. דאס טוט אויטאמאטיקלי עקסקלודן דעם ברך משה


כ'מיין ער האט עס נישט געזאגט ספעציפיש אויף קוויטל ליינען. ער האט געזאגט אז צאנזער רב איז געווען די לעצטע פון די תלמידי בעל שם מיט רוה"ק. און האט צוגלייגט, "שיניעווער רב האט זיך מיטגעכאפט." וואס מיטגעכאפט מיינט ווייס איך נישט. אבער דען איגעין, כ'ווייס נישט וואס רוה"ק מיינט.

מיר ליגט אויך אין זכרון כדברי הנ"ל,
לגבי קוויטל ליינען, זאל עס דער דברי ויואל משה האבן געזאגט אויף זייער אייניקל דער סטראפקאווער רב.

גאלד » זונטאג אפריל 7, 2013 6:03 pm

· #102218
מ'קען זיך טענה'ן אגאנצן טאג אהער און אהין וואס פונקטליך דער רבי האט געזאגט וואס ער האט געמיינט איך העל ברענגען א מעשה רב פון א מקור מוסמך, א ארץ ישראל'דיגער איד איז אריין מיט א קוויטל צום ברך משה האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביי איין נאמען אין געפרעגט מה טיבו, דער איד האט נישט געכאפט וואס ער פארטשעפעט זיך פונקט אויף דעם קינד, און ער ענטפערט מיט א פשטות ב"ה אלעס איז אין ארדענונג, אזוי האט ער איבערגעפרעגט אפאר מאל, שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ממש באותו שעה איז רח"ל ארויפגעפאלן א שווערע שאנק אויף דעם קינד, און ממש בניסי נסים איז דאס קינד ארויס אומגעשעדיגט, והי' לפלא,

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 6:05 pm

· #102220
מיינסט אז אין 100 יאר ארום גייט נישט זיין איין אזא מעשה אויפן זאלביטובער?

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 6:08 pm

· #102222
איך טענה נישט. איך גלייב די מעשה וואס ער פארציילט

גאלד » זונטאג אפריל 7, 2013 6:09 pm

· #102224
זר זהב
מיינסט אז אין 100 יאר ארום גייט נישט זיין איין אזא מעשה אויפן זאלביטובער?

ווער איז דאס?

און וואס גייט דען זיין 100 יאר ארום אז מ'זאל קענען איינרעדן מענטשן באבע מעשיות,

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 6:12 pm

· #102226
נישט 100 יאר. שוין היינט. און ס'לאו דוקא איינרעדן, ס'קען זיין אמת, אבער ס'מיינט גארנישט. א'ווי ס'שטייט אז ווען 10 מענטשן פארגלייבן זיך אין איינעם קען יענער טון מופתים.

גאלד » זונטאג אפריל 7, 2013 6:12 pm

· #102228
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס עפעס?

ווייל ער האט געהאט מתנגדים וואס העלן אפשפעטן?

וועלכער רבי, מנהיג צו גדול האט דען נישט געהאט מתנגדים לצים, זאל מען זיך צוליב די לצים מונע זיין פון דערציילן ספורי צדיקים?

גאלד » זונטאג אפריל 7, 2013 6:16 pm

· #102229
זר זהב
נישט 100 יאר. שוין היינט. און ס'לאו דוקא איינרעדן, ס'קען זיין אמת, אבער ס'מיינט גארנישט. א'ווי ס'שטייט אז ווען 10 מענטשן פארגלייבן זיך אין איינעם קען יענער טון מופתים.

דאס איז דאך אבער נישט נוגע אהער, ווייל דער ברך משה איז דאך טאקע געווען א צדיק

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 6:23 pm

· #102230
יעדער טענה'ט אז ''זיין רבי'' איז טאקע טאקע טאקע א צדיק.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 6:29 pm

· #102234
שעפטל
די רבי זצ"ל מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר מהר"ש מ'באבוב זצ"ל אין פלארידע

שיינע קליפ. ייש"כ.
שיין צו זעהן ווי מהר"מ הערט זיך צו די באבוב'ע ברוך אל עליון

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 6:31 pm

· #102237
וואוו איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א באבובע ניגון.

גאלד » זונטאג אפריל 7, 2013 6:34 pm

· #102238
כעל דעציילן נאך א מעשה פלא, א איד א גביר א פילאנטראפיסט וואס איך קען גוט, איז אריינגעפאלן אין א שווערער פלאנטער מיט זיינע געשעפטן ס'האט איהם געדראט אז ער זאל ממש בלייבן בעירום ובחוסר, צוליב וואס גרויסע מארגעדשס זענען איבערגעשריבן געווארן אויף זיין נאמען, איז ער אריין זיך מזכיר זיין ביים ספינקער רבי'ן זצ"ל ר' הערשעלע, דער ספינקער רבי האט איהם געזאגט אז דאס איז צו א פארצווייגטער פארפלאנטערער ענין גיי אריבער צום סאטמאר רבי'ן (דער ברך משה), ער איז א קלוגער איד ער פארשטייט בעסער צו די ענינים, ער איז אריבער צום ברך משה און אלעס צולייגט, אינמיטן האקט אריין דער רבי און פרעגט: מאן יימר אז זיי וועלן טרעפן די ארגינעלע פאפירן ווי מ'האט איבערגעשריבן די מארטגעדשעס אפשר איז עס פארלוירן, דער איד איז צימישט געווארן, היעלה על הדעת אז פונקט אזא זאך זאל געשען, ער האט זיך ווי נישט וויסענדיג געמאכט און ווייטער דערציילט די ענין, און דער רבי האט נישט נאכגלאזט אפשר וועלן זיי נישט טרעפן די פאפירן, דער איד האט זיך געזעגנט צימישט און ציבראכן, נישט מער און נישט ווייניגער א וואך שפעטער רופט איהם אן זיין לויער אז ער ווייסט נישט וואס דא גייט פאר אבער ער האט באקומען א קאל פון די צד שכנגד לויער אז ער איז אינגענצן פטור פון דעם עסק ווייל זיי זעהן נישט און קיין שום פאפירן אז ער זאל זיין דער אחראי אויף די מארטגעדשעס, און דער מענטש האט מער קיינמאל געהערט פון דעם עסק, והי' לפלא,

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:44 am

· #103736
אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:01 am

· #103765
איך אויך מ'רעדט נישט אזוי אויף א איד וואס לעבט שוין נישט אביסעל ריספעקט דארפסט נישט ארויס ווייזען דיין בלינדע שנאה

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:02 am

· #103766
זיין טויט טוישט נישט קיינע פאקטן. ואגב, עס איז גארנישט קיין בלינדע שנאה ער האט זיך עס זייער ערליך פארדינט.

גאלד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:44 am

· #103787
איך אויך
אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

אבער למעשה איז ער דאך נישט געווען קיין אחד הרקים ער האט זיך מייגע געווען אויף תורה כל ימיו, א ירא שמים מרבים מנעריו, עניו ושפל ברך, מסירות נפש פאר תורה ומצות מעודו, נו ווער זענען מיר צו דן זיין גרויסע צדיקים ואריות צוליב געוויסע אויסדרוקן, אויב יא קען מען פסלען דעם מנחת אלעזר, ר' ברוכל גארליצער, ר' משולם איגרא ועוד ועוד,

שרייבער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:54 pm

· #103867
איך אויך
אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

דער פראבלעם איז ווייל ער האט גערעדט אויף איינעם וואס דו קוקסט ארויף

ווען דער וואס דו קוקסט ארויף האט גערעדט אויף אים כאחד הריקים האט עס ביי דיר געהייסן 'לקדש שם שמים' און 'מלחמה לה' בעמלק'

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:51 pm

· #103895
שרייבער
איך אויך
אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

דער פראבלעם איז ווייל ער האט גערעדט אויף איינעם וואס דו קוקסט ארויף

ווען דער וואס דו קוקסט ארויף האט גערעדט אויף אים כאחד הריקים האט עס ביי דיר געהייסן 'לקדש שם שמים' און 'מלחמה לה' בעמלק'

שרייבער, חוצ'ן לייק דארף איך דיך עקסטער גראטעלירן אויף דעם אייזענעם אויסדריק! א פיין ווארט!

עפל סיידער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:59 pm

· #197139
[ציטאט אראפגענומען]

האט אמ"ג געהאלטען זיין יערליכע הספד.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:03 pm

· #197141
אין בין געווען איינמאל אלץ אינגע בחור אין קעמפ מיט חברים זיך קוויטל'ן ביים ברך משה. איינער פון מיינע חברים א לץ גדול האט מיר געשריבן די קוויטל מיט משוגענע בקשות ווי למשל איך זאל ווערן א צדיק א נביא וכו מיט כל מיני ליצנות. עכ"פ איך האב אלע מאל געוואוסט אז מ'טאר נישט קוקן אויפן קוויטל, האב איך נישט געוואוסט דעם אינהאלט. בקיצור מ'גייט אריין צום רעבין און משה גבאי ליינט פאר און ווארפטס זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיגער, דער עולם לאכט מיט און די רבי ווינשט במאירת פניו, מיט'ן פילסטן תמימות, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. איך האב דעם בחור געוואלט הארגענען.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:07 pm

· #197143
אלטר משה ג"ב?

עפל סיידער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:21 pm

· #197145
[ציטאט אראפגענומען]


ישמעאל הכהן
אלטר משה ג"ב

פלעין יודיש » פרייטאג אפריל 25, 2014 8:09 am

· #197178
רויטע וואנצעס
אין בין געווען איינמאל אלץ אינגע בחור אין קעמפ מיט חברים זיך קוויטל'ן ביים ברך משה. איינער פון מיינע חברים א לץ גדול האט מיר געשריבן די קוויטל מיט משוגענע בקשות ווי למשל איך זאל ווערן א צדיק א נביא וכו מיט כל מיני ליצנות. עכ"פ איך האב אלע מאל געוואוסט אז מ'טאר נישט קוקן אויפן קוויטל, האב איך נישט געוואוסט דעם אינהאלט. בקיצור מ'גייט אריין צום רעבין און משה גבאי ליינט פאר און ווארפטס זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיגער, דער עולם לאכט מיט און די רבי ווינשט במאירת פניו, מיט'ן פילסטן תמימות, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. איך האב דעם בחור געוואלט הארגענען.

האסט פארגעסן אויסציפירען, אז פון דאן אהן זענען דיינע וואנצעס פלוצלינג רויט געווארן (ע''ש יין כי יתאדם, וצדיקים נמשלו ליין) בקיצור די ברכה איז מקויים געווארן

העלא » פרייטאג אפריל 25, 2014 9:13 am

· #197183
לויט מיין אינפא האט ער נאר גערעדט אויף מענטשן וואס האבן גערעדט אדער געטוהן קעגן פעטער, אדער גע'פסק'נט הלכות באתרא דמר
וואס אויף דעם שטייט:
המבזה ת"ח אין תרופה למכתו
היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני ליה רבנן,
פסק'ן באתריה דמר שטייט זייער שארף
סא זענען די דרשות געווען הייליג נישט דופי,

איך ווייס וויזוי א איד קען שרייבן אויף איינעם וואס איז געווען פאררעכענט צווישן די רבנים נאכן פארן קריג, און געפירט דין תורות פאר 60 יאר צוריק וועין די וועלט איז נאך באשטאנען מיט גרויסע צדיקים,
די וועטער דרשות דופי

העלא » פרייטאג אפריל 25, 2014 9:22 am

· #197185
יעצט געהערט פון איינעם מיטן נאמען "צבי"
אז פון ווער עס איז געבוירן ביז זיין חתונה ווען אימער זיין טאטע איז אריין מיט א קוויטל צום ברך משה
ווען ער איז אנגעקומען ביי זיין נאמען
ב' צבי

האט ער אייביג געפרעגט צבי אדער צבי' ?

ווען ער איז א חתן געווארן איז ער געוואר געווארן אז זיין באשערטע זיווג הייסט צבי'

שרייבער » פרייטאג אפריל 25, 2014 9:28 am

· #197186
נעכטן געהערט
א איד אין קרית יואל איז אריין מיט א קוויטל פרעגן א נאמען, ער האט געוואלט א נאמען געבן 'מרים', האט ער געזאגט אז די באבע איז אוועק ביי די קריג, האט דער רבי געזאגט דער פעטער פלעגט הייסן צוגעבן געווענליך די נאמען 'חנה', האסט שוין א קינד מיטן נאמען 'חנה' זאגט דער איד ניין, קוקט דער רבי אריין אין קוויטל און פרעגט אים נאכאמאל, ביסט זיכער האסט נישט א קינד מיטן נאמען 'חנה', זאגט ער ניין, און אזוי האט אים דער רבי עטליכע מאל איבערגעפרעגט
אהיימקומענדיג האט ער זיך דערמאנט א אינטערעסאנטע זאך, א שטיק צייט פריער האט א שכן זיינער וואס האט געליטן שטארקע צרות, געטון עפעס א סגולה ווי פאלגענד, אז מ'פארקויפט די קינדער פאר א אנדערע משפחה, מ'מאכט א געהעריגע שטר קנין על פי תורה און מ'שרייבט איבער אז דער קינד באלאנגט יעצט ביי יענע משפחה, און איין קינד האט מען איבערגעשריבן פאר זייער משפחה, דער נאמען פונעם קינד איז געווען 'חנה'.
והיא פלאי

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 25, 2014 9:58 am

· #197188
פלעין יודיש
רויטע וואנצעס
אין בין געווען איינמאל אלץ אינגע בחור אין קעמפ מיט חברים זיך קוויטל'ן ביים ברך משה. איינער פון מיינע חברים א לץ גדול האט מיר געשריבן די קוויטל מיט משוגענע בקשות ווי למשל איך זאל ווערן א צדיק א נביא וכו מיט כל מיני ליצנות. עכ"פ איך האב אלע מאל געוואוסט אז מ'טאר נישט קוקן אויפן קוויטל, האב איך נישט געוואוסט דעם אינהאלט. בקיצור מ'גייט אריין צום רעבין און משה גבאי ליינט פאר און ווארפטס זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיגער, דער עולם לאכט מיט און די רבי ווינשט במאירת פניו, מיט'ן פילסטן תמימות, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. איך האב דעם בחור געוואלט הארגענען.

האסט פארגעסן אויסציפירען, אז פון דאן אהן זענען דיינע וואנצעס פלוצלינג רויט געווארן (ע''ש יין כי יתאדם, וצדיקים נמשלו ליין) בקיצור די ברכה איז מקויים געווארן


איך האב מורא אז די רעבינס ברכה פון בדרך שאדם רוצה לילך איז ארויף אויף די ליצנות נישט אויף די צידקות.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 25, 2014 11:39 am

· #197200
שרייבער

אהיימקומענדיג האט ער זיך דערמאנט א אינטערעסאנטע זאך, א שטיק צייט פריער האט א שכן זיינער וואס האט געליטן שטארקע צרות, געטון עפעס א סגולה ווי פאלגענד, אז מ'פארקויפט די קינדער פאר א אנדערע משפחה, מ'מאכט א געהעריגע שטר קנין על פי תורה און מ'שרייבט איבער אז דער קינד באלאנגט יעצט ביי יענע משפחה, און איין קינד האט מען איבערגעשריבן פאר זייער משפחה, דער נאמען פונעם קינד איז געווען 'חנה'.
והיא פלאי

א איד וואס פארקויפט זיינע קינדער, זענען זיינע מעשיות אמתלאז.

א גאסט אויף א וייל » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:08 pm

· #197203
קאווע טרינקער
שרייבער

אהיימקומענדיג האט ער זיך דערמאנט א אינטערעסאנטע זאך, א שטיק צייט פריער האט א שכן זיינער וואס האט געליטן שטארקע צרות, געטון עפעס א סגולה ווי פאלגענד, אז מ'פארקויפט די קינדער פאר א אנדערע משפחה, מ'מאכט א געהעריגע שטר קנין על פי תורה און מ'שרייבט איבער אז דער קינד באלאנגט יעצט ביי יענע משפחה, און איין קינד האט מען איבערגעשריבן פאר זייער משפחה, דער נאמען פונעם קינד איז געווען 'חנה'.
והיא פלאי

א איד וואס פארקויפט זיינע קינדער, זענען זיינע מעשיות אמתלאז.


He didn't sell his children. He was the buyer 😉

איש עברי » דינסטאג אפריל 29, 2014 6:18 am

· #197901
פורים בחוג המשפחה
📎 10175014_230629150466763_4610372520448368389_n.jpg

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 15, 2015 7:38 am

· #266197
יארצייט היינט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 15, 2015 8:09 am

· #266204
שרייבער
איך אויך
אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

דער פראבלעם איז ווייל ער האט גערעדט אויף איינעם וואס דו קוקסט ארויף

ווען דער וואס דו קוקסט ארויף האט גערעדט אויף אים כאחד הריקים האט עס ביי דיר געהייסן 'לקדש שם שמים' און 'מלחמה לה' בעמלק'

דאס איז נישט ממש צום זאך. איך האב נישט קיין מיינונג אין דער גאנצע נושא, נאר אז איינער האלט אז דער ברך משה אט נישט ריכטיג געטוהן, מוז ער רעדען און מעג ער רעדען קעגען איהם. אז דער ברך משה זוכט זיך צו באשיצען, האט ער נישט קיין שום רעכט צו אטאקירען א מענטש צו זיין מאמע. דער ערשטע רעדט קעגען אן עבירה צו אן עוולה, דער צווייטע רעדט נאר פון זיך. ט'ווי קען מען צושטעלען די צוויי זאכען?
איך ווייס נישט פונקט וואס גייט פאר, איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד, אבער דער צושטעל איז געזאגט געווארען אין מיין קרייז אויך, אן רעכט.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 15, 2015 11:49 am

· #266243
[ציטאט אראפגענומען]

זיסע מיידלעך, א רחמנות וויזוי זיי קוקען היינט אויס.

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:30 pm

· #266254
יעדער האט ליעב בעיביס

לית דין בר נש » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:35 pm

· #266259
@אנאנים איך זעה די האלטסט אויך א תהילימל אין האנט

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:53 pm

· #266263
ק/פ

א מעשה פונעם ברך משה לכבוד די יארצייט.

א אינגערמאן איז אמאל אריינגעגאנגען צום רבי'ן זי"ע‏ אז ער וויל קויפן א הויז. די רבי האט אים געפרעגט אויב ער האט דאס געלט, דער אינגערמאן האט אים געענטפערט אז ער האט א 15-20 טויזנט דאללער און ער וויל אריינטאנצן דערין און דער אייבערשטער וועט שוין העלפן. די רבי האט אים געענטפערט מיט זיין באוויסטן שמייכל "טאנצן טאנצט מען הקפות, א דירה קויפט מען ווען מ'האט געלט"....

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 15, 2015 9:05 pm

· #266458
ווער איז דער אנדערע ראש ישיבה פון ווילרייק אינ'ם בילד מיט הרב טרעגער זצ''ל און דער ברך משה?

טאביק » מיטוואך אפריל 15, 2015 9:28 pm

· #266465
די עירפארט רעש'ט
עסקנים דרייען זיך און דרייען אן א מצב
א הו הא!
דער עולם שמוסט מיט עקסייטמענט מען פארט א רייזע!
דער דיין איז שוין יעצט מיד נאך איידער מען פארט ארויס
דער קנאי איז פארנומען צו באהאלטן זיין צורה קעגן די טריפה'נער קעמערע
דער אלטער תמימותדיגער משב"ק וויל מיטהאלטן די טומל אינמיטן תהלימ'ען
דער רב האט געטראפן א שיינע מאמר אין א תורה'דיגע קונטרס
דער ביזנעס מאן אבזווירט די מצב
אבער דער צדיק דער רבי
משה עבד ה' ישמח משה במתנת חלקו
ער הערט נישט ער זעט נישט ער פילט נישט גארנישט
ער זעט איין זאך "די הייליגע תורה"
איבערגעבויגן איבער די גמרא ווי אין בית המדרש אין זענטא
פארגעסן פון די גאנצע וועלט

ווען יעדער זאל זיך יעצט אויפהייבן און גיין ווייטער און אים לאזן דארט וואלט ער ווייטער געזיצן איבערגעבויגן
ער וואלט עס מילא נישט געשפירט

דאס בילד איז העכער ווערטער
עס רעדט מער ווי טויזנטע ווערטער וואס איז דאס א א ערליכער איד!
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

טאביק » מיטוואך אפריל 15, 2015 9:37 pm

· #266474
[ציטאט אראפגענומען]

א רבי פון טויזנטע חסידים
זיצט אויף א ריזיגן בענקל
פירט אן א וועלט פון תורה און גמילת חסדים
לוחם מלחמת השם ברמה

אבער טרעפט צייט צו זיין דער פשוטע זיידעלע
מיט ווארמקייט צו די קינדערלעך
ליבשאפט גיסט זיך פון זיינע לויטערע אויגן

שוער צו טרעפן אסאך רבי'ס אין די סצענע
רבי'ס זענען צו הויעך אין זייערע אויגן זיך צו קענען אראפ לאזן צו א מיידעלע מיט ווארימקייט

אט דאס איז דער ברך משה זצ"ל געווען
ער האט געלעבט א לעבן פון פשטות און מידת ההשתוות
ואידך פירושא זיל גמור

הבא ללמד » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:54 pm

· #266654
טאביק
די עירפארט רעש'ט
עסקנים דרייען זיך און דרייען אן א מצב
א הו הא!
דער עולם שמוסט מיט עקסייטמענט מען פארט א רייזע!
דער דיין איז שוין יעצט מיד נאך איידער מען פארט ארויס
דער קנאי איז פארנומען צו באהאלטן זיין צורה קעגן די טריפה'נער קעמערע
דער אלטער תמימותדיגער משב"ק וויל מיטהאלטן די טומל אינמיטן תהלימ'ען
דער רב האט געטראפן א שיינע מאמר אין א תורה'דיגע קונטרס
דער ביזנעס מאן אבזווירט די מצב
אבער דער צדיק דער רבי
משה עבד ה' ישמח משה במתנת חלקו
ער הערט נישט ער זעט נישט ער פילט נישט גארנישט
ער זעט איין זאך "די הייליגע תורה"
איבערגעבויגן איבער די גמרא ווי אין בית המדרש אין זענטא
פארגעסן פון די גאנצע וועלט

ווען יעדער זאל זיך יעצט אויפהייבן און גיין ווייטער און אים לאזן דארט וואלט ער ווייטער געזיצן איבערגעבויגן
ער וואלט עס מילא נישט געשפירט

דאס בילד איז העכער ווערטער
עס רעדט מער ווי טויזנטע ווערטער וואס איז דאס א א ערליכער איד!
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל


על כגון דא נאמר "יעדער זיעט וואס ער וויל זיען"

גאנצל » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:53 pm

· #267770
[ציטאט אראפגענומען]


זיינע שונאים וועלן שווערן אז ס'איז אמת און זיינע חסידים וועלן שווערן אז ס'איז שקר מוחלט

איך אלס דרויסענדיגער האלט איך נישט אז ס'איז אמת ווייל לויט ווי זוי איך האב מיט געהאלטן.

הבא ללמד » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:21 pm

· #267791
.

ראוונע » דינסטאג יולי 7, 2015 10:14 am

· #287576
[ציטאט אראפגענומען]

קינדער פון חתנו רבי חיים יהושע

שלמה המלך » מיטוואך יולי 8, 2015 12:35 am

· #287952
קאווע טרינקער
[ציטאט אראפגענומען]

זיסע מיידלעך, א רחמנות וויזוי זיי קוקען היינט אויס.

דהיינו? איינער א מאמע און די צווייטע א כלה?
א רחמנות?

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 8, 2015 12:42 am

· #287955
עקיבא שנהרג בין עשרה הרוגי מלכות
שרייבער
אגב בנוגע [געבען א נאמען נאך איינער וואס איז] אוועק יונג מיין איך אז דער ברך משה פלעגט יא הייסן צוגעבן, נאר ביי א נאמען נאך אומגעקומענע ביי די קריג האט ער נישט געהייסן צוגעבן, און ווען מען האט געפרעגט צו ס'הייסט נישט איתרע מזליה, האט ער געזאגט די אלע אידן זענען אומגעקומען על קידוש ה' און פונקט ווי מען געט דעם נאמען ר' עקיבא וואס איז געווען מעשרה הרוגי מלכות די זעלבע מיט אלע וואס זענען אומגעקומען על קידוש ה'

נראה לי שזו ראיה לסתור, ווייל דער חתם סופר (שו"ת חתם סופר חלק אבן העזר סימן כה) שרייבט וז"ל, ונראה לי דגם רמ"א מודה דאין קורין שם על מי שלא היה סופו טוב, ומודה רמ"א דיש לכתוב 'עקיבה' בה"א בסוף ולא באל"ף אע"ג דכל רבי עקיבא בש"ס באל"ף בסוף, מ"מ מפני שסרקו בשרו במסרקות של ברזל, וזה נרמז באל"ף שיצאה נשמתו באחד (ברכות סא, ב) על כן כותבין ה"א בסוף שמרמז על שמחה הנרמז בסופי תיבות או'ר זרו'ע לצדי'ק ולישר'י ל'ב שמח'ה, כמו שגילה בחלום לרבינו יצחק אור זרוע, וכמו שכתב מהרש"ל, ולזה נתכווין נחלת שבעה (סימן מו) בשם עקיבה, עכ"ל.
זעהט מען אז טאקע וועגען דעם אז רבי עקיבא [אין די 120סטע יאר פון זיין לעבען] האט געהאט א מיאוסע סוף, האלט די חתם סופר אז מען זאל נישט געבען א נאמען נאך עם נאר מיט פארענדערען די לעצטע אות. והובאו דבריו בשו"ת אגרות משה.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יולי 8, 2015 1:11 am

· #287963
איך פרעג פארוואס פינף בענדער ברך משה פארוואס נישט עפעס איין נארמאל ספר?
פרעג איך דען? נאר אזוי ווי ער האט געפרעגט פרעג איך, זי''ע ועכ''י זצוקללה''ה ומחה ה' וכו'
בלאט: 1 2 3