☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פילמען מיט אידישע געשיכטעס

פילמען מיט אידישע געשיכטעס

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3817
בלאט: 1 2 3

מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 19, 2013 3:57 pm

· #115677
פילמען מיט אידישע געשיכטעס
ענליך צו יידל'ס אשכול איבער ביכער, קלער איך פון עפענען אן אשכול איבער פילמען מיט אידישע געשיכטעס.
געווענליך ווען א פרישער אשכול הייבט זיך אן וועבן אין קאפ, וויל איך ס'זאל זיין מיט א שלימות, און דעריבער בלייבט עס ביים וועלן. איך האב אזוי א זאמלונג פון עטליכע אשכולות אין דרעפט וואס ווארטן אויף א גואל וקרוב. דעריבער טאנץ איך יעצט אריין, און לאמיר האפן אז יאנקל און הוגה וועלן מיר קומען צוהילף כדרך שבאו לעזרת ר' יידל באשכול הנ"ל.

1. די וועלט באקאנטע פילם fiddler on the roof_(film).
דאס איז א מוזיקאלישער פילם (ס'אנטהאלט אסאך געזינגעריי), א קלעסיק פון איבער 40 יאר צוריק. קוקט אין אשכול 'משכילים און משכילישע ביכער' איז דא א שמועס דערוועגן.
ס'איז געבויעט אויף א בראדוועי שפיל מיט'ן זעלבן נאמען, און געשריבן לויט די ווערק פון שלום עליכם, א וועלט באקאנטער אידישער שרייבער פון די פריע ניינצן הונדערט יארן.
די געשיכטע איז איבער אן ארעמען מיליכיגער מיט'ן נאמען רבי טובי', וועלכער לעבט מיט די ירידת הדורות מיט זיינע 3 אומפארהייראטע טעכטער. די עלטסטע טאכטער וועמען ער האט געהאט אין פלאן חתונה צו מאכן מיט א רייכן קצב אן אלמן, וועלט זיך אויס מאטל אן ארעמער שניידער. זי קומט כאטשיג בעטן רשות. די 2טע טאכטער האט חתונה מיט א אידישער יונג א קאמוניסט א רעוואלוציאנער, און די דריטע האט גאר חתונה מיט א גוי.
ס'איז א געשמאקע און העכסט אינטערעסאנטע פילם, ס'האט באקומען עטליכע אקאדעמישע אויסצייכונגען (3 אסקערס און נאך).
מ'קען עס קריגן און מאוסטלי מוזיק אין בארא פארק.
אדער קוקן אויף יוטוב


2. אויך א באקאנטע פילם מיט'ן נאמען yentl.
די הויפט שפילערן איז א אידיש קינד מיט'ן נאמען בארברא סטרייסענד, א וועלט בארימטע אמעריקאנער אקטיארען, א טאכטער פון ארטאדאקסישע עלטערן.
ס'איז א מוזיקאלישער פילם געבויעט אויף א פלעי מיט'ן זעלבן נאמען, וועלכע איז באזירט אויף די ווערק פון אייזיק באשעוויץ-זינגער, א אידישער שרייבער, א נאבל פרייז געווינער.
די געשיכטע איז איבער א בת יחידה, א טאכטער פון א תלמיד חכם, וואס האט זיך פארגלוסט צו גיין לערנען אין ישיבה. דעריבער האט זי זיך פארשטעלט ווי א בחור, און געפארן אין ישיבה אריין.
די מעשה גייט ווייטער, דער גביר האט איר אויסגעוועלט פאר אן 'איידעם' און זי דארף זיך דערמיט ספראווען, שפעטער פארציילט זי פאר איר חברותא דעם אמת. ס'ענדיגט זיך ווי זי פארט קיין אמעריקא, ווייל דא קען אפילו א פרוי זיין א רב.
אן אטעם פארכאפנדע געשיכטע, און ס'האט באקומען עטליכע אקאדעמישע אויסצייכענונגען.
טרעילער:


3. the chosen
געבויעט אויף די ווערק פון חיים פאטאק. מער איבער אים קענט איר ליינען אין יידל'ס אויבנדערמאנטע אשכול.
די געשיכטע איז איבער א זון פון א רבי וואס באקומט א מאדערענעם חבר צוליב וואס ער האט אים צו'מזיק'ט בטעות ביים שפילן באל אין פארק. דאס איז גורם אז ער זאל פארלאזן זיין טראדיציע און גיין שטודירן אין קאלעדזש.
זיין פאטער דעם רבי'ן לייגן זיי אראפ זייער אינטעלעגענט, אויך פירט ער טיש פאר חסידים, ס'איז גאנץ געשמאק.
טרעילער:


4. א פילם מיט'ן נאמען a stranger among us
א געשיכטע מיט א רבי וואס האט אדאפטירט א מיידל א בעלת תשובה, און זי הרג'ט א היימישער בחור א דיאמאנט סוחר.
די פאליס דעפארטמענט שיקט אראפ א פרוי א דעטעקטיוו, און זי פארליבט זיך אינעם רב'ס זון.
ס'איז גאנץ א שוואכע קוואליטעט פילם, אבער דאך אינטערעסאנט.
טרעילער:


5. אושפיזין
א ישראלישער פילם. די הויפט שפילער איז א בעל תשובה א שומר תורה ומצות. די פילם איז ממש א היימישער פילם, נאר העכסט פראפעסיאנאל.
די געשיכטע איז איבער אן ארעמען פארפאלק וואס זענען קינדערלאז, די פרוי נוצט זיין טייערן אתרוג אלס לימון זאפט פאר א סאלאט. אנשטאט ווערן אין כעס לויפט ער אין וואלד מאכן התבודדות, און בזכות האמונה ווערט ער געהאלפן מיט א קינד.
מען קען עס זען אויף יוטוב


די 5 געדענק איך אויף דער מינוט.
פילמען מיט אידישע כאראקטערן איז דא אסאך. צוויי וואס קומט ארויף אויפ'ן זכרון איז lucky number slevin מיט די וועלט בארימטע אקטאר מארגען פרימען און ברוס וויליס. די פילם האט א אידישער רעפארם ראביי מיט זיין זון. נאך איינס איז Inside man א הייסט פילם מיט דענזעל וואשינגטאן, דער בארימטער שווארצער אקטיאר. די פילם איז געשפילט אין ניו יארק און איז איבער א באנק רויבעריי וואס דער פיאנער פון די רויבעריי איז גאר א איד וואס קומט אפנעמען פארלוירענע פארמעגנס פון זיינע עלטערן קאנפיסקירט דורך די נאציס (עפעס אזוי). דר. בען פון analyze this און analyze that איז אויך א כמו איד, געשפילט דורך בילי קריסטאל, וועלכער האלט א רעקארד פאר'ן האוסטן די אסקאר אווענט פאר 9 מאל. .
דאס איז אויסער די באקאנטע האלאקאוסט פילמס, וואס איבער דעם איז שוין דא א באזונדערן אשכול, א שטייגער ווי:
Schindler's list
טרעילער:


The pianist
טרעילער:


Life is beautiful
טרעילער:


Jacob the liar
קוקט דאס גאנצע אויף יוטוב


און נאך.
ומאראנצןזאפט תנא ושייר. לייגט צו וויפיל ס'גייט, יישר כח.

ברידערלעך טייערע די קרעדיט איז פאר ר' יידל'ען. איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי מלינקט, און הגם יאנקל האט מיר געשיקט אינסטרוקציעס אין אישי, בין איך פויל זיך צו לערנען.
יידל האט אריינגעפאקט און געמאזלט און דער אשכול להנאתכם ולטובתכם, גענצליך שלא על מת לקבל פרס פארשטייט זיך...
וויאזוי שטייט נאר דארט שלי ושלכם שלו הוא, ענד די קרעדיט איז אלל היס.
גאד בלעס יידל, ענד מעי גאד בלעס די יונייטיד ענד בילאוויד פרענדס אוו קאוו שטיבל!

נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 4:38 pm

· #115705

נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 6:07 pm

· #115760

ידען » זונטאג מאי 19, 2013 7:06 pm

· #115784
נולד מאוחר איך זעה נישט גארנישט

נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 7:14 pm

· #115787
פריער האט מען געהעריג געזען פלוצלינג איז עס נעלם געווארן. כהאב עס איבער געמאכט.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 8:13 pm

· #115808
נולד, איך זע עס אויך נישט, אבער פון די לינק צום אומעקזעסטירענדען פיקטשער זעט אויס דו פראבירסט צו לינקן צו Arranged און Left Luggage.

איך מיין אז מ'האט שוין אויך גערעדט דא וועגן 'דער דיבוק', אויך זייער אינטערעסאנט און מיסטיש.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:25 pm

· #117451
נולד האסט אן אנונג אויב די צוויי פילמען וואס דו דערמאנסט זענען אינטערעסאנט.

יאיר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:03 pm

· #117462
א גרויסן דאנק, מאראנצן, פאר'ן עפענען דעם אשכול. איך פערזענליך האב נאר הנאה פון תוכנ'דיגע פילמס, און עס זעט מיר אויס אז אידישע פילמס האבן די מערסטע פאטענציאל צו זיין תוכנ'דיג.
ben hur איז אויך א גאר בארימטע פילם וואס רעדט זיך ווען אידן בזמן ששלטו הרומיים בבית שני, ווי אויך איבער איינער וואס זיין נאמען פאנגט זיך אן מיט א י. (נישט יאיר).

שמערל » מאנטאג מאי 27, 2013 9:13 pm

· #118666
וואס זאגט איר צו דעם?
A PRICE ABOVE RUBIES
באזירט אויפן פסוק אשת חיל מי ימצא "ורחוק מפנינים מכרה"

שמערל » מאנטאג מאי 27, 2013 9:31 pm

· #118673
אין 1998 פארשטיי איך פראטעסטן היינט איז דאס גאלד, איז נישט MEN IN BLACK אין BLUE BLOOD טויזענט מאל ארגער?
אגב איך האלט נישט אז חסידים ווערן דארט בכלליות אראפגעמאלן שלעכט, עס ברענגט ארויס פארשידענע קערעקטערס, דער שוואגער "סענדר" איז טאקע א געפערליכער אינג, אבער איר מאן "מענדל" איז דאך אזא צדיק.

יידל » דינסטאג מאי 28, 2013 2:05 pm

· #118875
וואס איז דאס? <a class="postlink" href="http://movies.nytimes.com/2013/05/24/movies/fill-the-void-directed-by-rama-burshtein.html?_r=1&">http://movies.nytimes.com/2013/05/24/mo ... html?_r=1&</a>

לעיקוואד » דינסטאג מאי 28, 2013 2:20 pm

· #118880
יידל
וואס איז דאס? <a class="postlink" href="http://movies.nytimes.com/2013/05/24/movies/fill-the-void-directed-by-rama-burshtein.html?_r=1&">http://movies.nytimes.com/2013/05/24/mo ... html?_r=1&</a>

למלא את החלל
דא קען מען עס זעהן

און דא וואס א סלונימער חסיד (לשעבר) האט געשריבען דערויף.

טריילער

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 28, 2013 10:47 pm

· #119106
יאנקל דיין קליפ עי סיריעס מען איז מתוק, העמיר מוזן שאפן די גאנצע.

פידלער » מיטוואך מאי 29, 2013 9:21 pm

· #119451
מאראנץ זאפט, IMO זאלט איר נישט טרענצלען איין מינוט פון אייער לעבן אויף די נארישע פילם, Arranged. די פילם איז sloppy און patronizing.

פידלער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:20 am

· #119564
אנאנים, איך האב עס געזען לאנג צירוק, געדענק איך נישט אלע פרטים, אבער איך וועל זאגן וואס איך געדענק. אנטשולדיגט מיר אז איך וועל שרייבן אין ענגליש. איך אייל מיך צו ארבעט און איך טייפ פיל שנעלער אין ענגליש.

What I mean by "sloppy and patronizing" is that the filmmakers seemed to have been counting on an ignorant audience, and that offended me. For example, in the "sloppy" department, they filmed the home of the Jewish family first in Boro Park and then in Crown Heights (I recognized the locations) and pretended that this was the exact same place. To me, this wasn't only insulting because c'mon, how lazy can you be?, but also because the idea that all chassidic neighborhoods are the same (much like some people can't tell the difference between one Asian and another) was really disrespectful.

But worse was the content. The films were made by whom I presume to be two liberal Israelis and they went out of their way to be fair to the Muslim portrayal by depicting the Jewish family as nebech'dig as possible. I think it's praiseworthy to depict people failry and I especially think that if Israelis are portraying Muslims in their films, they should do so with utmost respect and sensitivity. But don't do it by portraying the Jews negatively. If the Muslim family is rather liberal, accord similar characteristics to the Jewish family. In fact, even the level of attractiveness was skewed in the Muslim family's favor. The boys who the Jewish girl met (for the purpose of marriage) were pimply and nebbishes. The Muslim chussen was a gorgeous, romantic guy.

. I know many people who liked the film, but as for me, I found it an insult to my intelligence. In general, I found the film stereotypical and vacuous, no major accomplishment from an artistic perspective.

יואליש » פרייטאג מאי 31, 2013 10:03 am

· #119906
Fill the Void

אן איזרעילי מאווי ביי אן ארטאדאקסישע (BT) דירעקטירן, שפילט יעצט אין ניו יארק, און איז אייגענטליך דאס ערשטע פילם וועלכע איך האב באגעגענט וואס שילדערט חרידיש'ע (לאו דוקא חסידיש'ע) לעבן'ס דעטאלן, לבוש און מנהגים זייער, זייער אקוראט כמעט אן קיין טעותים.

ס'שילדערט א מעשה פון א אינגערמאן אן איידעם ביי א גביר וועלכע פארלירט זיין ווייב געבענדיג געבורט צו זייער בכור א יתום, און די שוויגער וויל איר טאכטער נעקסט אין ליין זאל חתונה האבן מיטן אלמן.

ביים גביר'ס פורים סעודה

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 31, 2013 10:10 am

· #119907
צוויי פילמען מיט כמעט דעם זעלבן נאמען?

יואליש » פרייטאג מאי 31, 2013 10:11 am

· #119908
וועלכע צוויי?

פידלער » פרייטאג מאי 31, 2013 10:33 am

· #119915
יואליש, האסטו געזען My Father My Lord? איך האלט אז עס שילדערט חרדים זייער אקוראט.

יואליש » פרייטאג מאי 31, 2013 10:52 am

· #119920
פידלער
יואליש, האסטו געזען My Father My Lord? איך האלט אז עס שילדערט חרדים זייער אקוראט.


נישט געזעהן, אבער העמיר עס לייגן אויפן ליסטע. כ'זעה אויף וויקיפעדיע אז די דירעקטאר אז אן עקס-חרידי. זעהט אויס צו כאפן די זאך מיז מען זיין, אדער האבן געווען, אן אינסיידער.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 31, 2013 10:55 am

· #119921
יואליש
וועלכע צוויי?

לכאורה איז דיין פילם די זעלבע ווי למלא את החלל פון לעיקוואד, שטימט?
וואס איז ווייטער די מעשה, ער וויל נישט חתונה האבן מיט זיין שוועגערן? הלמאי 😂 ?

יואליש » פרייטאג מאי 31, 2013 11:01 am

· #119927
מאראנצןזאפט
יואליש
וועלכע צוויי?

לכאורה איז דיין פילם די זעלבע ווי למלא את החלל פון לעיקוואד, שטימט?
וואס איז ווייטער די מעשה, ער וויל נישט חתונה האבן מיט זיין שוועגערן? הלמאי 😂 ?


הלמאי? און אפשר וויל זי נישט? אפשר ווילן ביידע נישט, ביידע יא? אפשר האט זי נישט די שפראך צו רעדן און די רייפקייט צו טראכטן פון די סיטואציע ווי אן דעוועלאפט מיידל, און זי איז צוריסן נישט וויסענדיג פארוואס? וואס מיינט זי ווען זי זאגט פארן רבי'ן אז ס'איז נישט אן עסק פאר געפילן נאר די פראגע איז וואס איז די ריכטיגע זאך? האט זי מורא צו מודה זיין אין געפילן מיינענדיג ס'איז א זינד? האט זי נישט קיין געפילן? אדער איז זי צומישט און זי איז נישט באוויסטזיניג איבער וואס זי שפירט? איז איר פארשטארבענע שוועסטער א צורקהאלט? איז די "ריכטיגע" זאך א הופאמיזים פאר כיבוד אב ואם און זי זיכט זיך צו באהאלטן אונטער די רעספעקטירטע נאבעלע מידה ווייל דאס פארשטייט זי און דאס פארשטייען אירע ארומיגע, משא"כ איר רצון, אין איר מיינונג, איז נישט נוגע און איר מיינונג?

כ'וועל נישט אוועקגעבן די ענדע. הגם ס'איז די רייזע וואס איז אינטערעסאנט.

כ'האב נישט באמערקט לעיקוואד'ס. ס'איז זיכער די זעלבע. כ'האב עס געוואטשט מיט ענגלישע סובטייטלס.

פידלער » פרייטאג מאי 31, 2013 11:33 am

· #119937
יואליש, די האסט א פוינט. אפילו אויף צו פארשטיין די nuances פון פילמס וועגן חרדים דארף מען זיין אן אינסיידער (מיט אפאר exceptions.) איך געדענק אז איך האב געלייענט אן איבערבליק וועגן My Father My Lord, און די reviewer האט ערקלערט אז אין איין חלק איז די פרוי כאראקטער אזוי איבערגענומען פון איר מאן'ס ווערטער אז זי קען אים נישט ענטפערן און מיז אראפשרייבן איר ענטפער. אין אמת'ן האט זי פשוט געהאלטן נאך ברכת המפיל.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 31, 2013 11:39 am

· #119942
איך האלט אז חרדיזים איז אזוי קאמפליצירט מיט אירע פילע שטרעמונגען, אז ס'שווער אפצומאלן אן אקוראטן בילד.
למשל אין די דאקאמענטור a life apart וועלכע איז נישט אוועקצומאכן האב איך מירך נישט געפינען דאס פלאץ מיט א גרויס טייל דערפון.
דער ר' נטע פון די פיש סטאר איז געווען פאר מיר די מערסטע אריגינעל, אדער אפילו ר' מאיר שילער האט אויך געהאט עפעס אין וואס איך וואלט מיך געקענט אידענטיפיצירן. אבער די אלע אנדערע לענגערע רעזיניציעס איבער א רבי און חסידות, איך קען נישט זאגן אז כ'האב עס אזוי אנגעקוקט בעפאר איך האב געזען דעם פילם. אפשר אין אנדערע הויפן באקומט יא דעם פרעספעקטיוו, איך ווייס נישט.

לעיקוואד » מאנטאג יוני 24, 2013 9:51 pm

· #127550
.

לעיקוואד » דאנערשטאג יולי 4, 2013 4:32 am

· #130652
"וזר לא יבין זאת"
אן אינטרעסאנטע פילם וואס לייגט אראפ דאס לעבן אין א מזרחיסטישע ישיבה
<a class="postlink" href="http://www.haaretz.co.il/gallery/cinema/studentfilms/1.2053262">http://www.haaretz.co.il/gallery/cinema ... /1.2053262</a>

דענקער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 11:26 am

· #130718
איך האב לעצטנס געזען Divorce Invitation.

עס איז ליידער נישט א גוטע מואווי. עס האט אבער א אידישע טעמע. אויך איז דא דארטן א סצענע פון א ברית און א גיור וואס איז נישט פאקטיש אקוראט. אבער עס איז גאר קאמיש און פאני.

קרעמער1 » דאנערשטאג יולי 4, 2013 6:12 pm

· #130860
איך וויל פאררעכטן דעם פותח האשכול, אז אויף "אושפיזין", וועלכער איז זייער א גוטער פילם, צושניידן די אורחים דעם אתרוג. נישט דאס ווייב.

דא קען מען זעהן די פילם my father, my lord
<a class="postlink" href="http://vimeo.com/40374102">http://vimeo.com/40374102</a>
א גוט געשפילטער פילם, אבער נישט אזא גוטע ענדע...

אויך האט דער זעלבער באנוצער דארט ארויפגעלייגט a price above rubies

דער וויכוח און "סימני שאלה" זענען אויך נישט אוועקצומאכן.

קורץ און שארף » פרייטאג יולי 5, 2013 10:21 am

· #131009
איך מיין אז מען האט עס נאכנישט אראפגעברענגט דא.

אין איזרעאלישע טי ווי איז געווען א סעריעס "מרחק נגיעה" פון גאר אינטרעסאנטע 8 עפיזאדן וואס די עיקר חלק דערפון רעדט זיך פון חרדים. און איז מער ווייניגער קלין. דא איז די ערשטע עפיזאד
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=2xFG5TQN7G4">http://www.youtube.com/watch?v=2xFG5TQN7G4</a>

דא זענען די איבעריגע 7 עפיזאדן
<a class="postlink" href="http://reshet.tv/Shows/Merhak_Negia_video/episodes/">http://reshet.tv/Shows/Merhak_Negia_video/episodes/</a>

קרעמער1 » פרייטאג יולי 5, 2013 3:33 pm

· #131074
אז מ'רעדט פון איזרעלישע פילמען וועלכע רעדן זיך פון חרדים: מוז מען דערמאנען " קטמנדו"

ס'איז געוואלדיג.

די גאנצע ערשטע סעזאן קען מען זעהן אויף יו-טוב

קרעמער1 » זונטאג יולי 14, 2013 11:59 pm

· #133621
"די פריסקא קיד\רבי אברהם במערב הפרוע" איז געוואלדיג.
איך האב עס זייער געגליכן.

דער באקאנטער "העריסאן פארד" איז דארט דער באנק רויבער וועלכער באפריינדעט זיך מיט אברם אינמיטן וועג
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/The_Frisco_Kid">http://en.wikipedia.org/wiki/The_Frisco_Kid</a>

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 4:48 pm

· #139042
אמת, אז ס'איז אמאל לאנגווייליג, אבער ס'אסאך מער נאטורליכער, ווי כאטש וועלכע מאווי, וואס ווי באקאנט, צווישן די אומצאליגע צאל פון מאוויס, איז בלויז א קליינע - גאר קליינע פראצענט, א מאווי כהלכה.
און די מערסט אויפגעכאפטע היסטארישע מאוויס, דהיינו פון היסטאריע, איז פונעם יידישן געשיכטע, טראץ וואס עס איז געשפילט דורך פרייע, און די גאר אלטע דורך נוצרים, אבער ס'איז כדי טעימה מלאה!
אגב, נישט לאנג וועט געדויערן, און דאס אמאליגע יידישער בראדוועי וועט זיין היימיש.
כ'רעד נישט פון די סארט ווי גרובייס וכדומה, ווייל דאס איז אויך נישט קיין ווייטע זאך, וואס פון סליידס וועט ווערן א היימישע זאך, [וואס אגב, איז דאס א גאלדן גרוב, וואס קיינער האט נאכנישט געכאפט דערווייל] נאר כ'רעד פון מאוויס גופא, וואס האט זיך ממש לעצטענס באזעצט און אויפגעפרישט היימיש, און לאט לאט וואקסן זאפטיגע טאלענטירטע סחורה.
יעך מנשה בין דערביי, אבער ס'נישט מיין ארבעט בכלל, צו אראנדזשירן און מממן זיין אזעלכע פראיעקטן, יבוא דודי לגנו.. וועט זיך טרעפן מיט די צייט דער טויגליכער ביזנעס מאן א היימישער אויף דעם אויך.

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 5:46 pm

· #139070
איז דא איינער וואס האט שוין אמאל געזען 'זיהוי סדום'? - ס'איז עפעס מורא'דיג.

דער ווידאו שטעלט פאר די מעשה פון סדום, ווי אזוי עס וואלט אויסגעקוקט היינטיגע טעג, פיל מיט הומור און ווערטליך, עס וועט נישט דורכגיין פינף מינוט אן דעם וואס וועט אויספלאצן אין געלעכטער. די ווידאו הויבט זיך אן מיט דער אויבערשטער וואס קומט צו די געצעלט פון אברהם אבינו מציע זיין ביזנעס, אברהם וויל אים קודם נישט אויפנעמען און נאכדעם זאגט ער אים 'שתי דקות אני נותן לך'... דער אויבערשטער איז אים מציע אז ער וועט אים בענטשן זיינע קינדער וכו', און ער מוז אים זיין געטריי... וועלנדיג ווייזן אז ער איז טאקע דער כל יכול, נעמט ער ארויס א קאמפיוטער פון טאש און ווייזט אויפן סקרין ווי אזוי די מלאכים זענען אויפן וועג איבערצוקערן סדום. אברהם אבינו בעט זיך ביים אויבערשטן איבער לוט וואס געפינט זיך דארט, און דער אויבערשטער זאגט אז ער וועט עס אויסטשעקן.

נאכן אריינהאקן אין קאמפיוטער, זעט מען אויפן סקרין לוט אין סדום (לוט מהלוטו - ווי ער ווערט גערופן אין די ווידאו - לויט די ווידאו האט לוט פארקויפט לאטארי בולעטן, ועל שם זה האט ער געהייסן לוט...). לוט שטיין אויפן מארק פארקויפן לאטארי בולעטן, בשעת אנדערע פארקויפן אנדערע זאכן, איינער שרייט "בשר וחלב יחדיו", א צווייטער פארקויפט "גדי בחלב אמו" און א דריטער פארקויפט "סרטים ליום כיפור".

דער אשת לוט איז א בארימטער זינגערין וואס קומט ארויס מיט א היט פון א ניגון אויף די ווערטער 'דע אותי'. מען זעט אויך ווי לוט קוקט אויף די נייעס, דארט מעלדט מען איבער מלך הבשן וואס איז געגאנגען אין מלחמה מיט אלימלך (די דעמאלסדיגע פאליטיק...), ווי אויך זעט מען אן אינטערוויו מיט איוב און ווי ער שרייט פאר יסורים. אינמיטן זעט מען אן אדווערטייזמענט פון א געוויסע מין פייל וואס איז 'מיוחד נגד נמרים' - קעגן לעמפרט'ס, די אדווערטייזמענט איז מסביר אז ווען מען גייט אין מדבר איז מען נישט פארזיכערט און מיט אט דעם פייל קען מען שיסן א לעמפערט...

מען זעט אויך א מיטינג אין די אפיס פון דער מעיאר פון סדום, ווי אזוי אריינצוברענגען מער געלט אין די רעגירונג'ס קאסע, און דער מעיאר איז מציע אז מען זאל מאכן אויף אלע גאסן ליינס מיט אלע סארט קאלירן, ווייסע און געלע, און ווער עס וועט פארקן זיין קעמל נישט אין די ריכטיגע ליין, וועט מען געבן א טיקעט און ער וועט מוזן באצאלן אסאך געלט.

ערגעץ אינמיטן זעט מען אויך א חתונה אין סדום, און די כלה קומט אן מיט א לומיזיען קעמל... א לאנגע קעמל מיט פינף הויקערס...

צום סוף זאגט דער אויבערשטער פאר אברהם אבינו, אז ער וועט ארויסנעמען לויט איידערן חרוב מאכן סדום, אבער אברהם אבינו מאכט קלאר פארן אויבערשטן, אז דאס איז נישט אנשטאט די קינדער וכו', וואס ער האט אים צוגעזאגט, און דער אויבערשטער ענטפערט אים "זה בונוס" - אז דאס לוט ראטעווען איז א באונעס... מען זעט דעם אויבערשטן אריינרעדן אין א מאשינקע, און די מלאכים הערן ווי דער אויבערשטער זאגט זיי אן ארויסצונעמען סדום פון דארט. די מלאכים באקלאגן זיך און זאגן "ככה זה מתחיל... תשלוף את זה, תציל את זה... למה אתה לא יכול לפתור את הבעיה הזה אחת ולתמיד?..." - אז מען זאל עס פטר'ן און נישט ראטעווען דעם און יענעם, אבער דער אויבערשטער הייסט און די מלאכים מוזן פאלגען.

שפעטער זעט מען ווי די מלאכים לייגן באמבע דראטן ארום סדום, מען זעט די גאנצע עירפארט פון סדום מיט אלע סיינס.

בקיצור, ס'גייט א רויעך...

האט עס שוין איינער אמאל געזען?

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:54 pm

· #139091
@לכבוד שבת קודש, ווי קען איך טרעפן דער מאווי?

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 7:02 pm

· #139095
אויף יוטוב קען מען געפינען די רירנדע געשיכטע 'הסודות', דוכט זיך אז עס איז דרייצן חלקים.

עס איז א מעשה פון צוויי היימישע מיידלעך וואס זענען געגאנגען לערנען אין א מדרשה אין צפת, וואו דארט האט מען געלערנט גמרא תוספות, טענה'ענדיג פאר איקוול רייטס און אויך מיידלעך האבן די רעכטן צו לערנען גמרא. מען זעט וואו די מגידת שיעור לערנט פאר גמרא און אלע מיידלעך טענה'ען זיך אויפן פשט, ווארפנדיג מיט ראשונים און אחרונים פון איבעראל.

במשך די צייט האבן די צוויי מיידלעך זיך באגעגנט אין צפת מיט אן איינזאמע פרוי וואס איז לאנגע יארן געזעצן אין תפיסה אין פראנקרייך, פארן זינד פון הרג'ענען איר מאן וואס האט איר אפגעלאזט, און אלס נקמה און ליבשאפט צו אים, האט זי אים גע'הרג'עט. די צוויי מיידלעך האבן מחליט געווען עוסק צו זיין אין תיקון נשמות און מתקן זיין איר נשמה. אין די טונקלקייט פון די נאכט זענען זיי געגאנגען צו ישיבת שם ועבר, געמאכט הקפות און געזאגט תפילות. שפעטער זענען זיי געגאנגען צו מקוה האר"י, וואו זיי האבן משחד געווען דעם שומר אז ער זאל קוקן די אנדערע זייט. די מיידלעך האבן זיך גע'טובל'ט מיט די פרוי, מאכנדיג א ברכה, אזוי האבן זיי עוסק געווען בתיקון נשמתה.

די וידאו איז זייער עמינאציאל און דראמאטיש.

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 7:04 pm

· #139097
I'm back
@לכבוד שבת קודש, ווי קען איך טרעפן דער מאווי?


דוכט זיך אז מען קען עס געפינען אויף יוטוב.

ווען איך האב נאכנישט געהאט קיין פילטער, האב איך דארט געזען די גאנצע. שפעטער האט מיר איינער געזאגט אז עס איז שוין מער נישט דארט, אבער עס קען זיין אז יענער האט עס פשוט נישט געטראפן.

אדרבה! אויב קען איינער אנווייזן א געהעריגע מראה-מקום, תבוא עליו ברכה.

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 7:04 pm

· #139098
מען קען זען אויפן ווידיא ווי זיי טובלען זיך?

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 7:08 pm

· #139099
יא, הכל בכל מכל כל... בר-רפאלי איז איינע פון די מיידלעך.

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:12 pm

· #139123

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 11:02 pm

· #139169
כ'האף דער עולם האט שוין געזען 'קוני לעמעל'.
קוני למל בתל אביב, בקהיר, לופו, שני קוני למל

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 12:53 am

· #139207
נולד מאוחר


<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=tujf5JJM37M&list=PL9E1676FF5C21E942">https://www.youtube.com/watch?v=tujf5JJ ... FF5C21E942</a>

אליצפן » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 1:14 am

· #139216
@מורינו הרב
נא כ'בין מוחה, דארפסט ווארענען פארדעם ווען דו לינקסט צו אזעלכער קליפס.
אקעי נישט ממש, דער וואס קוקט דארט ווייסט וואס ער גייט מסתמא זעהן.
אבער דאס וואס איינער האט דא פריער געשריבן אז איינער פון די מיידלעך איז
בר רפאלי, איז לכאורה גאנץ זיכער נישט אמת, ווייל בר רפאלי וואלט זיך קיינמאל נישט אזוי ארויסגעשטעלט במלא הדרה...
זי איז אויף א פיל העכערע סטאנדארד ווי דעם. א שטייגער ווי קעיט אפטאן וכדו.

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:04 am

· #139231
I'm back
@לכבוד שבת קודש, ווי קען איך טרעפן דער מאווי?


דער מאווי פון זוהוי סדום איז אמאל געווען אויף יוטוב אבער געפינט זיך שוין היינט נישט דארט. דאס איז געווען איינע פון די שטארקסטע ווידאוס פון ארץ נהדרת, און בכלל, זייער לאכנדיג, אינטערסאנט און אינפארמאטיוו.

ווער עס קען עס אפירקראצן און אהערברענגען, וועט אים דער ציבור מכיר טובה זיין דערויף. ס'איז א מאסט צו זען.

וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה, אין חטא בא על ידם.

I'm back » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:18 am

· #139256
@אליצפן, איך האלט אז ביסט ראנג.
בר רפאלי זז'ג איז אין די נייעס ווען זי באדעקט מער ווי 6 אינטשעס פון איר גוף.
איך גלייב נישט אז זי וואלט געהאט א פראבלעם צו עקטן אזוי.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:20 am

· #139259
זי איז דאך געווען לעניארדו'ס דוסטע.

טעפל » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:49 am

· #139267
אן אינטערוויו פון זהו סדום
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=xgpi9NCXm0M">http://www.youtube.com/watch?v=xgpi9NCXm0M</a>

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 10:00 am

· #139270
I'm back
@אליצפן, איך האלט אז ביסט ראנג.
בר רפאלי זז'ג איז אין די נייעס ווען זי באדעקט מער ווי 6 אינטשעס פון איר גוף.
איך גלייב נישט אז זי וואלט געהאט א פראבלעם צו עקטן אזוי.

גלייב יא גלייב נישט, וויקיפידיע זאגט אז זי עקט נישט אויף דעם.

I'm back » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 11:07 am

· #139294
@געפילטע פיש, איך האב געזאגט אז איך גלייב נישט 'אז זי וואלט געהאט א פראבלעם צו עקטן אזא עקט'.

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 4:25 pm

· #139466
אליצפן
@מורינו הרב

דאס וואס איינער האט דא פריער געשריבן אז איינער פון די מיידלעך איז
בר רפאלי, איז לכאורה גאנץ זיכער נישט אמת, ווייל בר רפאלי וואלט זיך קיינמאל נישט אזוי ארויסגעשטעלט במלא הדרה...
זי איז אויף א פיל העכערע סטאנדארד ווי דעם.

ליידער וויפיל איך ווייס, איז בר רפאלי איז היינט שוין אומאפציעל א פורנו סטאר, און נאר זי איז מסכים צו אזעלכע אקטן.

I'm back » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 4:35 pm

· #139472
וואס האט דאס מיט אליפורני? מען רעדט דא וועגן סדום, נישט די נס חנוכה...
בלאט: 1 2 3