אין תרצ"ט איז ארויס א מאווי אויף אידיש, וואס הייסט טבי', די מעשה איז אויף אידיש, און די גויים אין די מאווי רעדן אלע אידיש אריינגערעכנט די גלח.
ר' בערל כ'בין זיכער דו ווייסט, יעדע פילם וואס מ'מאכט וואס איז באזירט אויף א בוך פון איינעם, איז די מעשה אין די פילם היבש אנדערש פון די מעשה אין די בוך.
סתם א פרט וואס איז גאר א וויכטיגע טייל אין די בוך, טביה האט מיין איך 7 טעכטער אויב געדענק איך גוט, יעדער איינער טרעפט אן אנדערע סארט בחור, איין מיידל האט ליב די שניידער, איינע האט ליב א אידישע רעוואלוציאנער, איינע א גוי, און נאך איין מיידל עפעס אן עושר, איין מיידל נעמט זיך דאס לעבן. וואו אין די פילם ווערן דערמאנט די לעצטע צוויי. נאך א פרט וואס שלום עליכם האט געשריבן אין בוך, אסאך פסוקים פון תורה, וואו אויך פון דאווענען און לערנען. אין פילם רעדט מען נישט פון אזעלכע זאכן.
יישרכוח פאר אויפקלערן. איך האב לכתחילה געזאגט אז כ'האב נישט געליינט שלום עליכם'ס ביכל. ס'איז זעלבסטפארשענדליך אז אין די מאווי האבן זיי זייער א סאך ארויסגעשניטן. און אז ער איז געווען מוחזק פאר אן אפיקורס. דרך אגב. ווער ס'שפילט דער "רב" וואס געט א ברכה אויף די ניי מאשין "יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידך" איז דער זון פון א רב. מ'זאגט אז ר'איז געווען א ת"ח. ער האט געשפילט אין מערערע מואוויס אין די ראלע פון א רב. ער הייסט צבי סקולער.
די אשכול האבעך געמאכט ווייל כאב געזעהן אין די צייטונג פאריגע וואך ביי די ארטיקעל פון אידישע לעבען אין אמעריקע א בילד פון עפעס א ספרים סטאר וואס הייסט מענדעל מוכר ספרים, האבעך מיך דערמאנט אז כאב ערגעץ געלייענט אז סע געווען א משכיל שרייבער מענדעלע מוכר ספרים. איך ווייס נישט אויב סע מיינט די זעלבע מענטש.

איך בין שוין לאנג געווען נייגעריג וואס איז די בעקגראונד פון דעם זיסן רב. ער איז אזוי אריגינעל אז איך האב ממש געוויינט פון געלעכטער.

מסתם איז דאס געווען א געוויסער מענדל (אדער איינער מיט אן אנדער נאמען) וואס האט פארקויפט ספרים און האט זיך געגעבן דעם נאמען כדי צוצוען קונים. מענדעלע מוכר ספרים איז געווען זייער א בארימטער שרייבער.
יישרכוח פאר אויפקלערן. איך האב לכתחילה געזאגט אז כ'האב נישט געליינט שלום עליכם'ס ביכל. ס'איז זעלבסטפארשענדליך אז אין די מאווי האבן זיי זייער א סאך ארויסגעשניטן. און אז ער איז געווען מוחזק פאר אן אפיקורס. דרך אגב. ווער ס'שפילט דער "רב" וואס געט א ברכה אויף די ניי מאשין "יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידך" איז דער זון פון א רב. מ'זאגט אז ר'איז געווען א ת"ח. ער האט געשפילט אין מערערע מואוויס אין די ראלע פון א רב. ער הייסט צבי סקולער.
איך בין שוין לאנג געווען נייגעריג וואס איז די בעקגראונד פון דעם זיסן רב. ער איז אזוי אריגינעל אז איך האב ממש געוויינט פון געלעכטער.
דער עולם מישט דא אויס צוויי ווערסיעס פין די מאווי, עס איז דא אן אלטער פין פאר די קריג אויף אידיש, און דער נייער אויף ענגליש, דער רב וואס ווערט דא דערמאנט איז פין דער ענגלישער מאווי. און דער אלטער ווערסיע, איז דער וואס שפילט טעביע, דער זעלבער וואס שפילט ר' סענדער אין דער דיבוק.
עוד מישהו
סתם א פרט וואס איז גאר א וויכטיגע טייל אין די בוך, טביה האט מיין איך 7 טעכטער אויב געדענק איך גוט, יעדער איינער טרעפט אן אנדערע סארט בחור, איין מיידל האט ליב די שניידער, איינע האט ליב א אידישע רעוואלוציאנער, איינע א גוי, און נאך איין מיידל עפעס אן עושר, איין מיידל נעמט זיך דאס לעבן. וואו אין די פילם ווערן דערמאנט די לעצטע צוויי. נאך א פרט וואס שלום עליכם האט געשריבן אין בוך, אסאך פסוקים פון תורה, וואו אויך פון דאווענען און לערנען. אין פילם רעדט מען נישט פון אזעלכע זאכן.
עס איז נישט קיין שום עוולה צו מאכען פין זיבען טעכטער דריי, זיבען טעכטער איז אביסעל צו פיל פאר א מאווי, אפילו ווען מען מאכט א יציאת מצרים שפיל ברענגט מען נישט אלע זיבען טעכטער פין יתרו.
און זיי ברענגען גאר אסאך "פסוקים" פין די תורה און אסאך מדרשים אין די מאווי, וואס קען אויך זיין צו פיל, ווייל אונז ווייסען ווען אונז וואטשען די מאווי אז די פסוקים זענען נישט געשטויגען נישט געפלויגען, און פארשטייען די איראניע וואס ליגט אונטער די פאלשע פסוקים און מדרשים, משא"כ די גוים און פרייע אידען וואס קוקען די מאווי ווייל זיי ווילען פארשטיין אידישקייט, הייבען נישט אהן צו וויסען אז די פסוקים זענען פאלש, און מיינען די אלע זאכען זענען טאקע פסוקים, רח"ל......
בכלל איז דא חילוקים פין דער אידישער און דער ענגלישער, וואס זיי האבען משנה געוועהן לפי רוח הזמן, דער עיקר חילוק צו דער טאכטער וואס האט חתונה געהאט מיט דער גוי קומט צוריק צום טאטען צו נישט.
לגבי דער עצם ענין פין די "משכילישער" ביכער, און פארוואס עס איז געוועהן א סכנה און היינט נישט, ווייל היינט ווען אונז קוקען מיר צוריק צו דער אמאהליגער לעבען אין די ביכער זעהט מען גארנישט שלעכט טאקע, אבער אמאהל ווען מען איז געוועהן אין דער אמאהליגער לעבען, אין דער פארקראכטער שטעטל, מיט דער גאנצע עניות און טפשות, און א בחור האט געליינט די ביכער, האט עס אים געגעבען א גאר שטארקער חשק צו גיין ווערען א פראפעסער אדער קאמאניסט אדער פארען קיין אמעריקא למר כדאית ליה, ודו"ק היטב.
חיים גראדה האט אין דער יוגנט געלערנט בחבורתא מיט'ן חזון איש. ער רופט אים אן - אין פיקיציע ביכל צמח אטלס דער ישיבה מאן - אלס דער בעל מחזה אברהם, און מאלט אים אראפ מיט הערליכע פארבן שאין כדוגמתו, צווישן די שורות באטיטלט ער אים אפילו אלס בעל רוח הקודש אז דאס וואס ער האט איבערגעלאזט יוראפ איז ווייל ברוחב חכמתו האט ער געזען וואס ס'קומט. תלמידים פון חזון איש זאגן אז ס'נישט דא קיינער וואס האט אים אזוי טיף און גרונטליך באשריבן ווי חיים גאר אריגינאל איז ווי ער שילדערט דער דקדוק הלכה פון חזון איש ווי אינמיטן שמועסן מיט אים איז ער בודק די פינגער און נעגל פאר א חציצה ווייל ער גייט זיך באלד וואשן נטילת ידים עס איז באמת א מייסטערווערק און כדאי אריינצוקוקן, און די ריינע פרקים פארשטייט זיך... עס איז דא א ווארעמע בריוו מלא געגועי אהבה וואס דער חזון איש האט אים געשריבן א סורטש אויף גאגל וועט אייך פירן דערצו
שלום וברכה, הייבסט אן מיט די רעכטע פוס. את חוסר-דעתי אני מזכיר, איך האב קיינמאל - ביז צוויי יאהר צוריק - נישט געהערט פון אים. און די נייע בוך "החזון איש" פון פראפ. ברוין, (הוצאת ישיבה הק' דרבינו אלחנן זי"ע) ברענגט ער אסאך פון חיים גראדע, אויפצו-ווייזען ווי פאלטש די בני-ברק'ע האבן אראפגעלייגט דעם חזון איש בצעירתו. אויך אין center for jewish history האב איך געזעהן, אויפן דריטען שטאק, אן אויסשטעלונג פון זיינע ווערק.
בנוגע בעני בראון'ס ביכל איז דא אסאך צו שרייבן, ער איז א רעכטער תלמיד פון דוד אסף וואס טייל פון זיינע ווערק זענען געבויעט אויף השערות וואס ואם קבלה הוא נקבל, ואם לאו... 2 קליינע קרישקעלעך: ער האט אן אריכות אז דער חזון איש ברענגט קיינמאל דעם גר"ז אויסער איינמאל משנ"ב בשם הגר"ז, ער האט פארזען אז דער חזו"א האט אן אריכות אין קונטרס השיעורין בשי' הגר"ז,ער דינגט זיך דארט מיט'ן שארית יהודה וואס טענה'ט אז דער רב האט צוריקגעצויגן פון שיעור כתם יעוי' שם. אויך ברענגט דער חזון איש א שטיקל גר"ז אין הל' בכור בהמה טהורה. ער הויבט אן מיט א גאו'נישע חקירה ווי אזוי דער חזון איש האט געהייסן ישעיה אדער ישעיהו, עס איז אים פשוט נישט איינגעפאלן צו קוקן אויף דער מציבה. און אין זכור לדוד פון ר' דוד פרענקל ווערט געברענגט אז דעם לעצטן יו"כ האט דער גבאי אויפגערופן דער חזון איש ישעיה און דער חזון איש האט מגיב געווען ביים ברית האט מען מיך א נאמען געגעבן ישעיהו, אויך א קצת ראי'...
באזירט אויף די ווערק פון אייזיק באשעוויץ איז אויך דא א מוזיקאלישע פילם מיט'ן נאמען יענטל פרודעצירט דורך א אידישע אקטיארען סיפור הדברים איז פון א בת תלמיד חכם וואס נפשה חשקה בתורה און האט זיך אריינגעזעצט אין ישיבה אריין פארשטעלטערהייט. עס שטעלט פאר א טיפישער ישיבה פון דער אלטער היים, גאר אויטענטיש - דער גליקליכער אמאל, מלא חן. דער שרייבער פון דער פילם איז קענענטיג געווען א שטיקל תלמיד חכם... ווייל דער ראש ישיבה דארט ווארפט צוזאם מראי מקומות ממסכתות הש"ס.
here is the corespondence beetwen him and the chazon aish <a class="postlink" href="http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=5310&p=43671#p43658">http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 671#p43658</a>
יעקב שמואל ביק <a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A2%D7%A7%D7%91_%D7%A9%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C_%D7%91%D7%99%D7%A7">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%A7</a> ואולם בסביבות 1826 חל מהפך בעמדותיו והוא החל מתנגד לרעיונות ההשכלה ותומך בתנועת החסידות, אויבתה הגדולה. מהתכתבות שלו עם כמה מידידיו המשכילים, בעיקר שי"ר ושמשון בלוך, עולה כי כנגד השקפת המשכילים שלפיה בסדר העדיפויות יש להקדים את הערכים האוניברסליים של רציונליזם ונאורות על פני הערכים הלאומיים, סבר הוא באותו שלב כי "אהבת ישראל" קודמת ל"אהבת האדם", וכי בלתי אפשרי ליישם את רעיונות ההשכלה בתנאי התקופה, ועל כן "מכבים את הנר (=אור ההשכלה) מפני החולה שיישן (=היהודים ומצבם הקשה בפולין)".
איך האב געליינט א ביכל אויפ'ן קאמפיוטער פון די וועבסייט steven spielberg yiddish library וואס שילדערט די לעבען אין די ישיבה פון ר' ברוך בער אין סלאבאדקא (קאמעניץ איז נאר נאכ'ן ערשטע וועלט'ס קריג). דער בחור דארט לויפט נאך ר' ברוך בער'ס טאכטער וואס האט נישט פארשטאנען פונקט זיין כוונה. איך האב געפרעגט די אייניקלאך פון ר' ברוך בער וועלכע טאכטער איז דאס, ווארשיינדליך איז עס די פרוי פון הרב משה בערנשטיין, אבער דעמאלס איז זי געווען גאנץ יונג, ווייל ס'איז נאך פאר'ן ערשטע וועלט'ס קריג, ווען פולין און ליטא זענען נישט געווען שרוי במחלוקת. איך האב אנגעהויבען די בוך, מיט העכסט אינטרעסאנטער ידיעות איבער די לעבען אין קראקא פאר'ן ערשטע ועלט'ס קריג, מיט טיפישער מעשה'ס וואס ברענגט ארויס ווי מ'האט דעמאלס געטראכט. נישט יעדער איינער איז געווען א טיפש אזוי ווי די לצים ווילען פארשטעלען, דאס שטעטל איד האט מער עזיסטירט אין ליטעראטור ווי למעשה, פונקט ווי היינט, דוכט זיך. סתם אזוי איז אינטרעסאנט צו זוכען ביכער מיט די ווארט 'זכרונות' אין די טיטל. ס'איז דא העכסט אינטרעסאנטער וויסענשאפטען און בליקען דארט. איך ווייס א סאך האבען א פראבלעם צו ליינען אויפ'ן קאמפיוטער. מ'קען דרוקען די ביכער אויף createspace.com און איך האב שוין אפאר געדרוקט פאר זיך.
ווי קען מען פארגעסען? איך האב געוואלט דערמאנען פרופ' פיש'ל שניאורסוהן. ער איז געווען א פסיכיאטער וואס שרייבט ביכער. אין חב"ד איז ער שטארק געהאסט (ער האט גוטע חברים אין דעם, שרעקט'ס זיך נישט), אבער ער באשרייבט דער מענטשהייט אין זיין 'חיים גראוויצער' עפעס מורא'דיג. ער האט דער ליובאוויטשער נטיה צו פלאפעלען, רעדען צען בלעטער אויף א זאך וואס דארף נעמען צוויי שורות. אויך ביי יענער וועבסייט פעלט א דריטל פון די בוך. דארט אין יענער דריט'ל שילדערט ער וואלאזין און דער נצי"ב. איך האב ביי זיך קאפי"ס פון דער אידיש צייטונג ווי דער חלק איז געדרוקט געווארען אין פארזעצונג, געקראגען פון די גבאי'טע פון יענער וועבסייט. איך האב עס אויך געליינט אין עברית אמאל. אבער אויף אידיש האב איך עס נישט געליינט. די מעשה דארט איז פון אן עובד אין חב"ד וואס האט געשטרעבט צו די גרעסטע עקסאז אין אין עוד מלבדו. זע'ענדיג אז די מוח'דיגע עבודה אין חב"ד האט איהם נישט געקענט העלפען אויסצוראטען די לעצטע שטיקל ישות, איז ער ארויס אין די וועלט זוכען א נייע גאנג אין עבודת ה'. ער וואלגערט פון טשערנאביל ביז רוזין, משכילים און גוים און דערנאך די מנגדים. ובכלהו אית בהו דופי. אפילו ווען ער האט געוואלט זינדיגען, האט זיין פרומע הארץ נישט געלאזט. ער האט איינגעזען דער 'ומפליא לעשות' מיט'ן פולסט'ן שיעור. ביי די מנגדים האט ער געזען תורה וחכמה, אבער אוועק צו געבען א יתומ'ל צום מיליטער האט מען נישט געקענט צוריקהאלטען. אזוי איז ער צוריק געקראכען קיין ליובאוויטש מיט א נייע עניוות, וויסענדיג אז איבעראל איז דא פעלער'ס, קיינער האט נישט קיין מאנאפאל אויף אמת, און מ'טוט וואס מ'קען. אין חב"ד איז דאס מינות וכפירה צו טראכטען א. אז חב"ד האט נישט אלע.תירוצים און ב. אז אין א צווייטע ארט געפונט זיך עפעס וואס זיי האבען נישט. אבער אינטרעסאנט בלייבט עס, און גענצליך פרום.
יעקב שמואל ביק <a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A2%D7%A7%D7%91_%D7%A9%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C_%D7%91%D7%99%D7%A7">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%A7</a> ואולם בסביבות 1826 חל מהפך בעמדותיו והוא החל מתנגד לרעיונות ההשכלה ותומך בתנועת החסידות, אויבתה הגדולה. מהתכתבות שלו עם כמה מידידיו המשכילים, בעיקר שי"ר ושמשון בלוך, עולה כי כנגד השקפת המשכילים שלפיה בסדר העדיפויות יש להקדים את הערכים האוניברסליים של רציונליזם ונאורות על פני הערכים הלאומיים, סבר הוא באותו שלב כי "אהבת ישראל" קודמת ל"אהבת האדם", וכי בלתי אפשרי ליישם את רעיונות ההשכלה בתנאי התקופה, ועל כן "מכבים את הנר (=אור ההשכלה) מפני החולה שיישן (=היהודים ומצבם הקשה בפולין)".
דערמאנט אינעם וועקער - דכרניא קאלום
דרוקט אויפן לינק פון טאמבל סאס, וועט איר זען אז יותר ממה שקריתי כתוב.