פילמען מיט אידישע געשיכטעס 146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3817
מנשה לוסטיג ליידער וויפיל איך ווייס, איז בר רפאלי איז היינט שוין אומאפציעל א פורנו סטאר, און נאר זי איז מסכים צו אזעלכע אקטן.
@מנשה לוסטיג איך מיין אז איר זענט נישט גערעכט. בר רפאלי איז א ''סופערמאדעל'' און קיין שום סופערמאדעל וועט זיך נישט לאזן פאטאגראפירן כאדם לפני החטא, ווייל דאס נידערט אוטאמאטיש גאר שטארק זייער ווערט. די אלע וואס לאזן זיך פאטאגראפירן אויףדעם אופן זענען די שוואכער סחורה וואס אן דעם טרעפן זיי נישט ארבעט.
ביי די גוים איז אזא זאך אז ס'ווערט ביי זיי אזא מין חידה, וויאזוי וואלט די מאדעל אויסגעזעהן אן גארנישט, און די מינוט וואס מען קען עס למעשה זעהן פאלט די גאנצער fascination מיט איר אוועק.
אויסערדעם איז זי א מאדעל, און נישט קיין עקטרעס, און אויסער
צוויי פלעצער האט זי אין ערגעץ נישט געשפילט.
בר רפאלי האט געשפילט אויף 'חשופים', שפילנדיג דער דמות פון 'גלי ארזי'. זי האט אראפגעלייגט דארט אן אייזערנעם דזשאב, טראצדעם וואס זי האט געשפילט אלס סנאב, עגאאיסט וואס טראכט נאר פון זיך, זיך צוקריגנדיג מיט יעדן וואס איז איר געשטאנען אין וועג. פאראן וואס זאגן אז זי האט דארט ארויסגעוויזן איר אמת'ע מהות און פנימיות, זייענדיג באמת אלס אזא איינער, טראצדעם וואס זי פראבירט אהערצושטעלן אן אנדערן פנים.
ממש נישט קוקט דא http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7%99%D7%9D איהר מיינט יעל בר זוהר
טעפל, גערעכט און שכוח פארן מעמד זיין על טעותי. איך האב שטארק געגליכן די מאווי 'חשופים', א לענגערע צייט בין איך געווען צוגעקלעבט צו דעם. בעיקר בין איך אויסגעגאנגען פאר שירה מזור (נעמה שניידר), אזא איידלקייט און געשמאקקייט, זי האט עפעס א חן אין זיך וואס מען קען נישט מסביר זיין. בכלל, זי איז אן אינטערגעציפטע בחור'טע, מאכט א רושם ווי א שטילע צוריקגעצויגענע און אונטערן טיש איז זי אזא אונטערגעציפטע, אז זי דרייט איבער א גאנצע פלאץ אנע דעם וואס איינער זאל חלומ'ען אז זי האט אלעס אנגעווערטשאפט. דער גאנצער אופן ווי אזוי זי וויל זיך נוקם זיין אין גלי ארזי איז קונצליך און אויסטערליש, האקט אן קשרים מיט איר מאן, אן דעם וואס איר מאן אליין זאל וויסן אז זי איז גאר גורם פאר גלי ארזי שלעכטס. בכלל, זי האט עפעס אזא הימלישע צורה אז מען קען פשוט אויסגיין פאר איר, כ'קען עס נישט מסביר זיין. אלה יוספי איז אויך נישט אוועקצומאכן, אבער זי איז סתם א חזר'טע וואס לויפט יעדן טאג מיט א צווייטן, זיך שלאגנדיג מיט איר שוועסטער ריקי. בכלל, די גאנצע סדרה איז זייער דראמאטיש און שיין.
קען זיין, כ'האב עס נישט געזעהן..
ווי האט זי זיך געלערנט אזא גוטע ענגליש?
זוהי סדום
יישר כח הרב לכבוד, עס איז טאקע סאמטינג ספעשל! לתועלת הרבים לייג איך א לינק ווי מען קען עס סטרימען אימזינסט http://moviesonline-il.blogspot.co.il/2 ... -post.html
ס'איז דא א פילם מיטן נאמען sword of gideon, דאס איז די פילם וואס דער באקאנטע מאווי
munich פון סטיווען שפילבערג איז באזירט אויף.
עס איז א זעלטענער גוטער פילם, פיל בעסער ווי munich, עס לייגט מורא'דיג אראפ דער וועג וויאזוי די ישראלים האבן זיך נוקם געווען אין די טעראריסטן.
עס איז גאר שפאנענד און שרעקעדיג, מ'קען פילן בחוש דער פחד וואס די אגענטן האבן געשפירט דורכפירנדיג זייערע נקמה אקציעס.
פאר דער וואס האט ליב revenge films איז דאס א must watch.
http://en.wikipedia.org/wiki/Sword_of_Gideon
מ'קען זעהן די גאנצער פילם אויף יוטוב.
VIDEO
דאס קומט אין די אשכול?
VIDEO
איך קען עס נישט זעהן , זאל א 2'טער הנאה האבן
דוכט זיך אז מען האט עס נאכנישט געברענגט דא. עס איז דא גאר א דראמאטישע און עכט אויסגעהאלטענע פילם מיטן נאמען "טביעת אצבע", איך וויל נישט שרייבן גענוי פון וואס ער רעדט זיך, נישט אוועקצונעמען די אינטרעסאנטקייט בשעתן קוקן. אבער עס איז [געבויעט אויף] א אמת'ע מעשה, מיט א וואונדערליכע השגחה פרטית. די אקטיארן זענען אין עברית, אבער עס איז דא ענגליש טרענסלעישן אגאנצן צייט. דא איז די ערשטע האלב [פאנגט אן צו קוקן ביי מינוט 7, פארדעם איז ממש נישט אינטרעסאנט, און דוכט זיך, האט נישט קיין שייכות]: http://www.dailymotion.com/video/xs16c6 ... D7%90_auto דא איז די צווייטע האלב: http://www.dailymotion.com/video/xs16ca ... D7%91_auto

איך זוך א פילעם אויב איינער קאן עס אפיר קראצן ס'הייסט "דער זוהן פון חזן פון וילנא" סאמטינג לייק דעט פון מוישה אוישער. דא איז דא פון אידיש שפיל, http://www.youtube.com/watch?v=WOmIOBtOrZg איך זוך דו ארגינעלע. א דאנק
מסתמא מיינסטו דעם חזן'ס זוהן פון 1937, איך זוך עס שוין יאהרן, אמאל איז עס געווען אוועילעבאל אויפן נעט, אבער היינט קען מען עס נאר קויפן
דא .
דא איז א קליפ דערפון, ווי משה אוישער זינגט אב הרחמים אויף די אידישע ראדיא.
VIDEO
ביי 0:14 און ביי 3:35 זעהט מען שעפסיל קאנאריק.
נעכטן געזעהן די פילם
פלאות וואס איז לויז געבעיסט אויף די מעשה פונעם פארכאפונג און באפרייאונג פון
ניר בן ארצי .
Holy_Rollers איז א טרוקענע און זויערע פילם, באזירט אויף ווירקליכע געשיכטעס, איבער חסידי'שע יונגווארג פון בארא פארק אין די שפעטע ניינציגער יארן וואס האבן אנגעפירט א דראג רינג און זענענן עווענטועל געכאפט און ארעסטירט געווארן.
דער הויפט שפילער איז זשעסי אייזנבערג, וואס איז שפעטער גרויס געווארן שפילנדיג דעם כאראקטער פון מארק זאקנבורג, דער גרינדער פון פעיסבוק, אינעם פילם "דער סאציאלער נעטווארק", וואס איז געווארן נאמינירט פאר אקאדעמישע אויסצייכענונגען.
דא האט איר דעם טרעילער.
VIDEO
Holy rollers is a waste of time. Don't bother.
זאגט מיר איינער וואס האט געהאלפן די פראדוצירער מיט דעם דאקומענטרי, אז מער פון אלעם האבן זיי געזוכט א היימיש אויטענטיש ווייבל צו רעדן פארן קעמרע אבער האבן פאר קיין געלט געפונען. געווען וואס זענען געווען גרייט צו רעדן אבער האבן געפרעגט רבנים וואס האבן געזאגט ניין בשום אופן. דאס זענען אונזערע פירער מיט די קעפ אין די וואנט. דא קומט איינער וואס וויל ווייזן די וועלט די גוטע זייט פון אידישקייט לאזט מען נישט. זאלן די אט"ד'ס כסדר זאגן און מסביר זיין וואס אונזער קומיוניטי איז, מיר וועלן ח"ו נישט רעדן קיין גוטס אויף זיך אליינס.
א נייע סדרה
שידוך משמים , גאנץ אינטרעסאנט.
VIDEO
ס'שוין דא די צווייטע און די דריטע. די דריטע האב איך נאכנישט געזען
ווי קען מען זעהן די צווייטע?
אויף יעס דוקו דארף מען צו קענען זען די סעריעס, [כ'מיין ס'נאר דריי פרקים] און די דריטע האבן זיי נאכנישט ארויסגעלייגט פאר בחינם, אזוי ווייס איך. אדרבה איך ווארט איינער זאל עס דא אהערלינקן
The jazz singer http://en.wikipedia.org/wiki/The_Jazz_Singer_(1980_film א חזן שוין פינעף דורות וואס וויל ווערן א דזשעז זינגער אנקעגען זיין טאטע און ווייב׳ס ווילן.[list=][/list]
בן תמליון זאגט מיר איינער וואס האט געהאלפן די פראדוצירער מיט דעם דאקומענטרי, אז מער פון אלעם האבן זיי געזוכט א היימיש אויטענטיש ווייבל צו רעדן פארן קעמרע אבער האבן פאר קיין געלט געפונען. געווען וואס זענען געווען גרייט צו רעדן אבער האבן געפרעגט רבנים וואס האבן געזאגט ניין בשום אופן. דאס זענען אונזערע פירער מיט די קעפ אין די וואנט. דא קומט איינער וואס וויל ווייזן די וועלט די גוטע זייט פון אידישקייט לאזט מען נישט. זאלן די אט"ד'ס כסדר זאגן און מסביר זיין וואס אונזער קומיוניטי איז, מיר וועלן ח"ו נישט רעדן קיין גוטס אויף זיך אליינס.
דאס איז מסביר די קיגל וואס זיי מאכן, ווידיאו (די עקזאטישע חן) פון וויליאמסבורג, אבער אודיאו (השקפה און סאפיסטיקירטע "פעמעניסטישע" שפראך) פון קראונהייטס און פלעטבוש. ס'איז א ערב צומישעניש.
אקוראט. זיי האבן זייער נישט געוואלט חב"ד נאר אונזערע פרויען האבן נישט געוואלט רעדן. איך מיין מענער וועט יא זיין א פאר אויפן פילם. אגב די פרוי אליזע גוטקינד און איר טאכטער לילי האבן בכלל נישט געהאט בכוונה צו מאכן אזא פילם. זיי זענען אין פעשאן און נאכגעגאנגען די חסידישע פעשאן סטייל אבער זענען געפאלן אין א פארליבונג מיטן חסידישן לעבנסשטייגער ווי נישט פאפ קולטור איז דער אפגאט נאר פשטות און גלויבונג, אז זיי האבן באשלאסן צו מאכן דעם פילם ארויסצוברענגען זייערע געפילן. איינער זאגט מיר אז זי איז געווען אין די קאנטרי'ס חאפן בילדער ווי די קינדער שפילן און עס איז איר געקומען טרערן אין די אויגן ווי שיין עס איז.
שידוך משמים חלק ג' http://www.dailymotion.com/video/x15rm1 ... shortfilms
גיא אוני. א געשיכע מיט רוסישע חלוצים אינעם דארף גיא אוני אינעם גליל אין מיטן די ת"ר יארן. http://www.hulu.com/watch/544943
היינט ווערט באריכטעט איבער א נייע פילם וואס העלפט אויפדעקן די מארדן פון אידישע מלחמה איבערלעבער נאכ'ן קריג, דורך די קריסטן. עס הייסט Aftermath. http://www.hollywoodreporter.com/news/a ... ets-651230 והוא ינקום לעינינו נקמת דם עבדיו [אונזערע זיידעס] השפוך.
שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך ארום די באקאנטע היימישע פילם "א געשעפט" אין דערווייל טאפ איך א וואנט ...סארי, טו בי עקזעקט.. נישט ממש א וואנט, ווייל איעדע מאל וואס איך סוירטש סיי אויף יו טוב און אפילו אויף גוגל קומט ארויף צענדליגע אנדערע זאכן אלעס אויסער וואס איך זוך.. איך האב שוין פסח'דיג געמאכט א גרויס חלק פון די אינטערנעט פאר דעם אבער דערווייל כמעט אן קיין ערפאלג,קען מיר אפשר איינער העלפן אוועקרוקן נאך אפאר שענק?
אויב ענק האבן עס נאך נישט געזעהן..... גאר א גוטע און דראמאטישע פילם פון די 'גאנסמאוק' סעריע, איין עפיזאד 'דער גאלדענע לאנד' רעדט פון א אידישע פאמיליע. און גאר תוכנדיג. אט איז דער לינק: http://www.youtube.com/watch?v=93gTc8GV4Jo
סמארט פאון שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך ארום די באקאנטע היימישע פילם "א געשעפט" אין דערווייל טאפ איך א וואנט ...סארי, טו בי עקזעקט.. נישט ממש א וואנט, ווייל איעדע מאל וואס איך סוירטש סיי אויף יו טוב און אפילו אויף גוגל קומט ארויף צענדליגע אנדערע זאכן אלעס אויסער וואס איך זוך.. איך האב שוין פסח'דיג געמאכט א גרויס חלק פון די אינטערנעט פאר דעם אבער דערווייל כמעט אן קיין ערפאלג,קען מיר אפשר איינער העלפן אוועקרוקן נאך אפאר שענק?
אייכלערס ספרים סטאר האסטו שוין געטרייט?
אגב,די אשכול איז נאר געמאכט פאר 'פילם'ס' נישט פאר קינדערישע נארישע סקיטס!
אוודאי איז עס נישטא אומזיסט אויפן אינטערנעט. מען ברויך עס קויפן. זרח, אדער ציריך, די געשעפט איז א געהעריגע פילם לכל דבר. פיל אלגעמיינע פילם'ס האבן שוואכערע קוואליטי ווי דאס.
עס איז דא א געוואלדיגע מיני סעריע וואס הייסט
Masada . עס איז די מעשה פון די ניין הונדערט "קנאים" וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אין די מצדה fortress נאך די חורבן בית שני און האבן אנגעהאלטן א ווידערשטאנד אקעגן די רומיים פאר א לענגערע צייט.
די פילם איז פראדוצירט אויף א גאר הויעכע קאליבאר, סיי מצד די פיקטשער, סיי די סקריפט, סיי די מוזיק און סיי די עקטינג וואס איז אויסער געווענטליך. ביי אזעלכע מעשיות איז געווענטליך דא א downside, אז מען ווייסט ווער איז די hero און ווער איז די villain. דא האבן אבער די שריפט שרייבער געמאכט א געוואלדיגע דזשאב אראפמאלנדיג די צוויי הויפט שפילער, אלעזר בן יאיר און די רוימישע גענעראל מיט גרויע פארב. די שפיל האלט די צושויער rivited דורכאויס די גאנצע זעקס שעה פונעם פילם.
מקימי איז א ספר וואס
נועה ירון , א טעלעוויזע פערסאנעליטי וואס האט חוזר בתשובה געווען און געווארן א ברעסלעבער, האט געשריבען, געבויט אויף חלקים פון איר לעבן אבער געמאכט פאר א מעשה, איבער התקרבות צו אידישקייט און ברסלב. דער ספר איז לעצטנס אדאפטירט געווארען צו א טי ווי סעריס.
דער ערשטער פרק
VIDEO
דא קען מען זעהן די גאנצע סעריע.
shefele יישר כח הרב לכבוד, עס איז טאקע סאמטינג ספעשל! לתועלת הרבים לייג איך א לינק ווי מען קען עס סטרימען אימזינסט http://moviesonline-il.blogspot.co.il/2 ... -post.html
@געפילטע פיש איך זע אז די ביסט גוט אין גוגל סוירטש אפשר קענסטו מיר זאגן ווי קען איך טרעפן די פילם זיהו סדום ?
איך זוך עס שוין אזוי לאנג די אלע לינקס ארבעטן נישט אויך ביי גוגל האב איך נישט געטראפן די ריכטיגע רעזאלטס .
יישר כח פון פאראויס .
גיבור @געפילטע פיש איך זע אז די ביסט גוט אין גוגל סוירטש אפשר קענסטו מיר זאגן ווי קען איך טרעפן די פילם זיהו סדום ?
איך זוך עס שוין אזוי לאנג די אלע לינקס ארבעטן נישט אויך ביי גוגל האב איך נישט געטראפן די ריכטיגע רעזאלטס .
יישר כח פון פאראויס .
יא, איך בין גוט מיט גוגל, איך האב א ספעציעלע דיל מיט זיי אז זיי לאזן מיר סוירטשן אויף זייער סייט, אנלימיטעד בחינם! טאמער ווילסטו די זעלבע דיל קענסטו מיר שיקן אין אישי און כ'וועל דיר געבן די וועב אדרעס. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, אז דו זוכסט אן איזראעלי טייטל און דו טרעפסט נישט גארנישט, פראביר מיט די ענגלישע טייטל, וואס דא איז עס
Zohi Sdom . אז דו זוכסט גוט קענסטו טרעפן סיי טארענטס, און סיי צו וואטשן אנליין.
א היסטארישע שווארץ-און-ווייס שטומער רוסישער פילם מיט ענגלישע אונטערקעפלעך מנחם מענדל\יודיש גליק http://www.youtube.com/watch?v=jypLUrMdUNQ
http://touch.walla.co.il/ExpandedItem.a ... icalId=138
ווי איז די גאנצע, דאס איז נאר א טריילר
https://www.youtube.com/watch?v=9Eaz_JEHqXM
א אפהאנדלונג איבער חסידים אין האליוואוד פילמס http://www.visithasidim.com/blog/hasidi ... ing-gigilo
School ties, א אידישע יוגנטליכער (פון פענסילוועניע דאכט זיך) אין א שולע אין די סאוט, סאיז גאנץ גוט.
7/10 Stolen summer שיקאגאו תשל'ד אן אכט יעריג קאטויליש יונגל א קינד פון אן אירלאנדיש האלב-שיכור-האלב-אנטיסעמיט פייערלעשער אויף א מיסיע מזכה צו זיין די זיבן יעריג שטערבליך קראנקע בן יחיד פון א רעפארם ראביי מיט 'גן עדן', זייער קיוט, נארישע ענדע.
Edges of the Lord 6.5/10 פוילן ת'ש-תש'ה Haley Joel Osment א צוועלף יעריג אידיש קינד (ער קוקט אויס פיל יונגער אפשר זיבן אכט) פארברענגט די מלחמה יארן אין א פוילישן דארף, אויפגעצויגן ביי קריסטליכע עלטערן, מיט די הילף פון א גלח וואס ווייסט אז ער איז א איד און מאכט זיכער אז ער ווערט נישט פארפאלן אינגאנצן. דורכשניטליך די מעשה, און די עקטינג,
4/10 David and Kamal ירושלים תשנ'ס? א ניין יעריג אידישע אמעריקאנער קינד צוגאסט אין ירושלים באפריינדעט זיך מיט א פאלעסטינער יונגל, וואו זיי בורדענען ארום צוזאמען, די מעשה און עקטינג איז גאר שוואך לדעתי, נישט פאר די וואס ליידן אויפן אראבי-פאוביע מיחוש,
The man who cried 9/10 רוסלאנד-ענגלאנד-פראנקרייך-אמעריקע תרפ'ז-תש'ו? Johnny Depp אן איינזאם אידיש מיידל ווערט פארוואגלט קיין ענגלאנד ווען איר פאטער פארט קיין אמעריקע צו אנטלויפן פון די פאגראמען אין רוסלאנד אין די תר'פ יארן, נאכן פארברענגען איר יוגנט אין ענגלאנד פארט זי קיין פראנקרייך אנצוהייבן איר זינגען קאריערע וואו זי פארברענגט די מלחמה יארן, און ענטגילטיג אין קאליפארניע וואו זי טרעפט זיך מיט איר פאטער אויף זיין טויט בעט, גאנץ א גוטע מעשה, אויסגעצייכנטע עקטינג. איינזאם און גאר עמאציאנעל, איינע פון מיינע בעסטע פילמען.