☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פילמען מיט אידישע געשיכטעס

פילמען מיט אידישע געשיכטעס

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3817
בלאט: 1 2 3

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:02 am

· #216450
The diary of Anne Frank 8.5/10 האלאנד-דייטשלאנד, ת'ש-תש'ה,
די אמתע געשיכטע פון א אמסטערדאמער אידיש מיידל וואס גייט אריין אין באהעלטעניש מיט איר פאמיליע ווען די דייטשן אינוואדירן האלאנד, וואו זי האלט א טאגבוך פון אירע איבערלעבענישן, סוף קריג ווערט די פראנק פאמיליע פארראטן און פארטריבן אין לאגער וואו חנה גייט נעבעך אויס פון הונגער און קרענק,
גאר גאר א טרויעריגע געשיכטע, זייער גוטע סקריפט, און אויסערגעווענליך גוט אראפגעשפילט.

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:12 am

· #216451
The boy in the striped pajamas 2.5/10 מזרח אייראפע, תש'ב תש'ד,
א נאצי אפיציר באקומט א ראנג העכערונג און ציט זיך אריבער צו א נייע הויז נעבן א טויט לאגער, אן די וויסן פון זיין ווייב און קינדער, ווען דאס גויאיש יונגל טרעפט אן א אידיש קינד אין דעם "פארם" נעבן זיין הויז, אנטוויקלט זיך א פריינדשאפט ציווישן די צוויי וואס האלט אן ביז די טרויעריגע קלימאקס,
שלעכט מעשה, שוואכע עקטינג.

ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:09 am

· #216585
4.5/10 Arranged ברוקלין תשס'
אן עלטערע אידיש מיידל באפריינדעט א פאקיסטאנער אפשטאמיגע מיידל אין די פובליק שולע וואו ביידע זענען לערערינס, נאך יארן זוכן איר באשערטע ווערט זי ארויסגעהאלפן דורך איר מוסלעמענע חברטע וואס האט מיטגעמאכט איר אייגענע שידוך-קריזיס,
א פלאטשיגע קא-עקזיסטירן מעשה, און די עקטינג איז נישט זייער גוט, די איינציגסטע פלוס איז אז עס שפילט זיך אפ אין אידישן ברוקלין.

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:42 am

· #249016
ונבנתה העיר
מסתמא מיינסטו דעם חזן'ס זוהן פון 1937, איך זוך עס שוין יאהרן, אמאל איז עס געווען אוועילעבאל אויפן נעט, אבער היינט קען מען עס נאר קויפן דא.

דא איז א קליפ דערפון, ווי משה אוישער זינגט אב הרחמים אויף די אידישע ראדיא.

דאס זענען די ווערטער, פארפאסט אין תרצ"ג:

אב הרחמים בלב נשבר נבואה לחלות פניך היום : הנה קול שועת בת עמנו מארץ גרמניא . ולבנו דוי על הרעות אשר נגד פניהם : רוח עועים נשפך על מושלי עם אדיר . ויתאמצו להכות בית יעקב רסיסים : אנא חמל נא על בניך המצפים לישועתך יום יום . ובטל מעליהם כל גזרות אכזריות : חזק נפש אחינו היושבים בצרה ויגון . והיתה אמונה אזור חלצימו : נטע אחוה ורחמנות בלבנו שלא נתעלם מבשרנו . וירב מעשה הצדקה לעזרת הנרדפים . עד שתוציאם מאפלה לאורה ומעבדות לחרות . ונאמר לפניך שירה חדשה . צורנו וגואלנו : אל עליון הסר קנאה ושנאת חנם מלב העמים : חדש רוח נכון בקרבם . ולא יוסיפו עוד בני עולה לענות את ישראל : קרב הימים אשר יודע בגוים כי אב אחד לכלנו ואל אחד בראנו . ופרוש סכת שלומן על כל יושבי תבל . אמן ואמן.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:34 am

· #253113
טעפל
איך זוך א פילעם אויב איינער קאן עס אפיר קראצן ס'הייסט "דער זוהן פון חזן פון וילנא" סאמטינג לייק דעט פון מוישה אוישער.
דא איז דא פון אידיש שפיל, http://www.youtube.com/watch?v=WOmIOBtOrZg
איך זוך דו ארגינעלע.
א דאנק

אה... היער ווי גאו... איינער האט עס ארויפגעלאדנט - כאפט אריין פאר עס גייט אראפ.

@טעפל

אביסעל שכל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 8:06 am

· #253137
gone דערנאך

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:40 am

· #253185
ביי מיר ארבעט עס פיין.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 8:43 pm

· #253360
איך ווייס נישט וואס דיינע אינטערעסן זענען, אבער איך האב זיך באסמאקעוועט מיט יעדע סעקונדע.

דר"א, דיין נייע חתימה געפעלט מיר... 😃

איך אויך » זונטאג אפריל 10, 2016 3:47 pm

· #328558
דער געשמאקע פילם טריפל 9 האט היבש אידישע קאנטענט.

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 2, 2017 5:14 pm

· #358614

mevakesh » מאנטאג יאנואר 2, 2017 9:08 pm

· #358629
Re: פילמען מיט אידישע געשיכטעס
ונבנתה העיר
איך ווייס נישט וואס דיינע אינטערעסן זענען, אבער איך האב זיך באסמאקעוועט מיט יעדע סעקונדע.

דר"א, דיין נייע חתימה געפעלט מיר... 😃

געוואטשט דעם ערשטן חלק איך באלעק מיר די פינגער

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 8, 2017 12:15 am

· #359232
וואס גייט פאר מיטן נייעם פילם פון מנשה לוסטיג

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:05 pm

· #359469
יעצט געטראפן

https://www.youtube.com/watch?v=YW6TfFAlDOc

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 20, 2017 6:17 am

· #360241
שלום דין אויף סאושעל מידיע:
This film, Menashe, will soon premiere at Sundance, and hopefully will be shown more broadly soon after
It is a poignant tale set within the Hasidic world, with scenes both humorous and heartbreaking, and presented even-handedly, without romanticizing the Hasidic lifestyle and without diminishing the humanity of those who live it. Truly a film the world has been waiting for.
I happened to have had a small role in helping it get made, and I want to say one really important thing about it:
An old gripe for those of us connected to the American Hasidic community is the utter cluelessness with which Hollywood has portrayed the Hasidic world: the easy stereotyping (Holy Rollers), the faux profundity (A Stranger Among Us), the cheap salaciousness (Price Above Rubies, Fading Gigolo).
Menashe, on the other hand, strove for a degree of authenticity and integrity that might not be appreciated by all viewers. It is the VERY FIRST film about American Hasidim in which every adult Hasidic character is played by a real-life current or former Hasid--including the film's lead actor, Menashe Lustig. It was also shot entirely in Yiddish (w/ English subtitles), and even the soundtrack is made up of Hasidic music. Few directors would undertake a project with the logistical difficulties and cultural immersion required for a Hasidic-themed film of this kind, and kudos/congrats to filmmaker joshua z weinstein for his commitment to what even I once thought an unachievable goal.
Of course, this comes on the heels of at least one other film that has come very close--Félix and Meira, starring Luzer Twersky and Melissa Weisz--and I know of several others currently in production that I have high hopes for. Personally, it makes me hopeful for a new world in which stories about the American Hasidic world (and the broader American Haredi world) will be told with complexity and nuance, and the silly days of A Stranger Among Us left far behind us

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:46 am

· #360487
https://www.facebook.com/Adobe/videos/1 ... f=NEWSFEED

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:25 am

· #361348
http://www.indiewire.com/2017/01/menash ... 201775110/

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 15, 2017 8:46 pm

· #362921
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4922857,00.html

איך אויך » מיטוואך פעברואר 15, 2017 9:06 pm

· #362923
What would it take for you to stop trolling about this film?

ווייל אזוי » פרייטאג יוני 2, 2017 10:29 am

· #372941
SUNDAY JUNE 4th

FILM SHOOTING IN STATEN ISLAND STARRING GEZA ROHRIG & MATTHEW BRODERICK

WANTED: 3 Hasidic Men with shtriemel and traditional wardrobe

$150 for the day

Time commitment possibly 7AM - 8PM

Travel & food will be provided

Please contact Background Inc at staff@bgroundinc.com with the subject line "TO DUST"

TUESDAY AND WEDNESDAY JUNE 6/7th

FILM SHOOTING IN STATEN ISLAND STARRING GEZA ROHRIG & MATTHEW BRODERICK

WANTED: Multiple Hasidic Men with tallit, tefillin and traditional wardrobe

$150 for the day

Time commitment possibly 7AM - 8PM

Travel & food will be provided

Please contact Background Inc at staff@bgroundinc.com with the subject line "TO DUST"

Please pass along to anyone that might be interested. Thanks

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 2, 2017 11:34 am

· #372947
פאר $150 זיך צו מאכן אזעלעכע בושות??? זיי פארשטייען בכלל נישט צו אונזער קולטור

טמיר » פרייטאג יוני 2, 2017 12:23 pm

· #372958
Re: פילמען מיט אידישע געשיכטעס
יא, איינע פון די מידות וואס א איד איז אנדערש איז "ביישנים"

וואלווי » זונטאג יוני 4, 2017 1:10 am

· #373055
ווייל אזוי
SUNDAY JUNE 4th
WANTED: 3 Hasidic Men with shtriemel and traditional ward

ווייל אזוי

TUESDAY AND WEDNESDAY JUNE 6/7th
WANTED: Multiple Hasidic Men with tallit, tefillin and traditional wardrobe

צו פיל שטריימל אין טרעדישינעל וואדראוב וכו' פאר איין וואך...

ישראל גלויבער » זונטאג יוני 4, 2017 1:36 am

· #373065
Michigan, Ann Arbor; 7:30 p.m. June 7, Maple Theater.
Portland Jewish Film Festival June 11, 2017 7:00 PM Northwest Film Center 376
Fort Wayne, IN Hobnobben Film Festival June 18, 2017 1:00 PM Cinema Center 126
MA Nantucket Film Festival Martha's Vineyard Martha's Vineyard Summer Institute July 23
San Francisco Jewish Film Festival Juy 23 - August 9
Nantucket Film Festival June 21-June 26
Edinburgh International Film Festival the end of June
Jerusalem FF, July 16th.
Giffoni FF in July
Sarajevo FF in August

לולקע באנוצער » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:15 pm

· #425189
Re: פילמען מיט אידישע געשיכטעס
Disobedience
א מבוי איבער א חרד'יש טאכטער וואס איז פארווארפן געווארן פון די קאמיוניטי צוליב איר סעקצואלע רילעישאנשיפ מיט איר חבר'טע. נאכדעם וואס איר טאטע שטארבט קומט זי צו די לויה און שבעה, און זאכן הייבן אן גיין סאוט.

האט זייער אומאיידעלע חלקים.

טאמער האט איר שוין געזען 'שטיסל', וועט איר זיך טרעפן דא נאכאמאל מיט 'גיטי'.

געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס

לבי ובשרי » דינסטאג פעברואר 26, 2019 12:01 am

· #425193
לולקע באנוצער
Disobedience
א מבוי איבער א חרד'יש טאכטער וואס איז פארווארפן געווארן פון די קאמיוניטי צוליב איר סעקצואלע רילעישאנשיפ מיט איר חבר'טע. נאכדעם וואס איר טאטע שטארבט קומט זי צו די לויה און שבעה, און זאכן הייבן אן גיין סאוט.

האט זייער אומאיידעלע חלקים.

טאמער האט איר שוין געזען 'שטיסל', וועט איר זיך טרעפן דא נאכאמאל מיט 'גיטי'.

געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס

האסט א לינק צו די גאנצע?

לולקע באנוצער » דינסטאג פעברואר 26, 2019 12:14 am

· #425194
Re: פילמען מיט אידישע געשיכטעס
לבי ובשרי
לולקע באנוצער
Disobedience
א מבוי איבער א חרד'יש טאכטער וואס איז פארווארפן געווארן פון די קאמיוניטי צוליב איר סעקצואלע רילעישאנשיפ מיט איר חבר'טע. נאכדעם וואס איר טאטע שטארבט קומט זי צו די לויה און שבעה, און זאכן הייבן אן גיין סאוט.

האט זייער אומאיידעלע חלקים.

טאמער האט איר שוין געזען 'שטיסל', וועט איר זיך טרעפן דא נאכאמאל מיט 'גיטי'.

געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס

האסט א לינק צו די גאנצע?
כ'האב עס אויף מיין פאון, האסט אן אנונג וואס איז דער בעסטער וועג עס צו שערן אנאנים'לי?

געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס

שקד » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:57 pm

· #425376
ס'איז א בושה אזא פילם, און אוודאי עס צו קוקן. איך האב עס נישט געוואלט אפילו קוקן, צוליב די עקלדיגקייט פון אלע הינזיכטן, סיי לאגיש סיי מאראליש

שצם_חנכל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:01 pm

· #425391
וואספארא חלק פונם פילם איז עקלדיג לאגיש און וואס מאראליש?

משהה פרידמן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:03 pm

· #425393
Re: פילמען מיט אידישע געשיכטעס
https://t.me/theworldofmovies/51526
אויף טעלעגראם

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

לבי ובשרי » מאנטאג מערץ 4, 2019 12:22 am

· #425608
שקד
ס'איז א בושה אזא פילם, און אוודאי עס צו קוקן. איך האב עס נישט געוואלט אפילו קוקן, צוליב די עקלדיגקייט פון אלע הינזיכטן, סיי לאגיש סיי מאראליש

און איבריג צוצוכיינענען אז דאס באלאנגט אויסדריקליך אין מאחורי

לבי ובשרי » מאנטאג מערץ 4, 2019 12:24 am

· #425609
שצם_חנכל
וואספארא חלק פונם פילם איז עקלדיג לאגיש און וואס מאראליש?

שוין געכאפט א בליק בכלל?

שקד » מיטוואך מאי 1, 2019 8:54 pm

· #429413
לבי ובשרי
שצם_חנכל
וואספארא חלק פונם פילם איז עקלדיג לאגיש און וואס מאראליש?

שוין געכאפט א בליק בכלל?

יעדע פילם האט א סינאנעם, און דארט שטייט קלאר וואס דאס איז, און מ'דארף נישט מער.
אבער באמת, האב איך שוין געזען דעם פילם אויפן ליסטע פון נייע פילמען - ביים פרעמיע אדווערטייזמענט - א יאר בעפאר, און ס'באקאנט געווען די ציל דערפון. [מער פרטים וועגן מיין פערזענליכע שייכות דערצו אין אישי]

מודה בטפל » מיטוואך מאי 1, 2019 9:38 pm

· #429420
https://www.amazon.com/gp/video/detail/ ... autoplay=1

שקד » מיטוואך מאי 1, 2019 9:42 pm

· #429421
בקרוב וועט ארויסקומען דאס ערשטע 'כשר'ע האראר פילם, אויפ'ן וועלטליכע ארענע, מיט'ן נאמען - אויף שמירה - און וועט שלאגן ווארצלען פון היסטאריע.

בת קול » מיטוואך מאי 1, 2019 10:40 pm

· #429424
אינסטעגרעם אינעם האלאקאוסט
שטעל זיך פאר ס'איז געווען אינסטעגרעם אין יענע יארן.
לעב מיט די טעגליכע עקספיריענס מיט אווה, א יונג מיידל וואס גייט דורך די מלחמה טעג, און פאוסט איר עקספיריענסן יעדן טאג.
אווה'ס אינסטעגרעם פראפיל

📎 BF01A084-833C-43BF-A290-912C58FA5B1C.jpeg

סאשי פיש » מיטוואך מאי 1, 2019 10:42 pm

· #429425
Re: פילמען מיט אידישע געשיכטעס
איך האב ממש געוויינט ביים קוקן

לבי ובשרי » מיטוואך מאי 1, 2019 11:26 pm

· #429428
קוקט אויס עס קומט א פצצה.
פיין נאכגעמאכט... אפילו די פרצופים און די נעזער פון די דייטשן...

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 12:06 am

· #429431
שוין דא אסאך פיין געמאכטע פילמס פון די שואה. די חידוש פון דעם איז די אינסטעגרעם עפאכע סטייל וואס ברענגט עס נענטער צום היינטיגן מציאות און מאכט עס מער רירנד.

ס'איז זייער ענליך צום אננא פראנק ביכל וואס לויפט אויף א טאג-בוך פון איר ראלע ביים מלחמה. ס'איז דא עטליכע מאוויס פון די פראנק געשיכטע, איינס איז דא בחינם אויף יו טוב.

שקד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 2:32 pm

· #429498
אבער ס'איז נישט רעלאליסטיש, ווייל דאס ערשטע זאך ווערט אפגעהאקט יעדע קאמיוניקאציע, און זיי וואלטן נישט געקענט אפילו א נארישע טעקסט מעסעדזש שיקן - אין יענע אומשטענדן.

כוכב » דאנערשטאג מאי 2, 2019 4:43 pm

· #429515
יא, אויך איז עס נישט רעאליסטיש ווייל דעמאלט איז נאכנישט געווען קיין אינסטאגראם.
יו אר מיסינג דע פוינט שקד.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 2, 2019 6:50 pm

· #429532
מודה בטפל
https://www.amazon.com/gp/video/detail/B07QN15SP1/ref=atv_dl_rdr?autoplay=1

מיינע געטשקעס. מי זה?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 2, 2019 7:35 pm

· #429536
שקד
אבער ס'איז נישט רעלאליסטיש, ווייל דאס ערשטע זאך ווערט אפגעהאקט יעדע קאמיוניקאציע, און זיי וואלטן נישט געקענט אפילו א נארישע טעקסט מעסעדזש שיקן - אין יענע אומשטענדן.

נישט ממש . אבער וואס יא איז אז אין די אומשטענדען וואלט א מיידל נישט געהאט קיין געדילד און כוח צו פאסטען סטאריס אויף אינסטעגראם און אירע פריינדינעס וואלט עס אויך נישט אינטערסירט ווייל זיי מאכן נעבעך מיט די זעלבע.

לולקע באנוצער » דאנערשטאג מאי 2, 2019 7:51 pm

· #429539
Re: פילמען מיט אידישע געשיכטעס
לאמיר טאקע אלע פונקטליך מברר זיין פארוואס ס'איז נישט רעאליסטיש. ס'איז נישט געווען קיין אינטערנעט. דער עיקר איז אז ס'איז א מורא'דיגער געדאנק, און ס'האט זיך שוין גראדע געענדיגט היינט צופרי. איינער ווייסט ווער ס'שטייט הונטערונען? איך בין נייגעריג ווער האט צוגעשטעלט דאס גרינס.

שקד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 9:04 pm

· #429544
אוודאי איז נישט געווען נאך דעמאלטס קיין אינטערנעט, אבער לו יצוייר אז ס'וואלט ווען יא געווען, וואלטן דאך אבער די דייטשן דאס ערשטע זאך בלאקירט די סערוויס פונעם שטאט וכדומה. ווייל געדענקט ווען אמעריקא איז אריין אין די מלחמת המפרץ, האבן זיך די ראדיאס געמוטשעט דאן מיט'ן מעלדן די נייעס פאר'ן פאלק. ווייל די ערשטע זאך האקט מען אפ דעם שונא'ס קאמיוניקאציעס.

קאווע קריטיק » פרייטאג מאי 3, 2019 10:12 am

· #429571
שקד, דיין קשיא מאכט נישט קיין טראפ סענס, סאיז בערך ווי זאגן אז שינדלערס ליסט איז נישט רעאליסטיש ווייל שפילבערג האט נאכנישט געלעבט אדער נאכנישט געווען דעמאלט די גוטע קאמערס.
די פוינט איז די קוק ווינקל אין וועלכע די סטארי ווערט געגעבן, דאסמאל פון אן ענגעל ווי אן אינסטאגראם סטארי.

קוויטעל » מאנטאג פעברואר 15, 2021 4:30 pm

· #467062
פאברואר 26 2021 [ס'קומט אויס פורים] קומט אפציעל ארויס די כשר'ע 'שוידער-פילעם'.

עס איז אפגעשטופט געווארן צו ערשיינען ביז היינט, צוליב די וויירוס

https://www.youtube.com/watch?v=ONo0Te27C18
בלאט: 1 2 3