נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3815
נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
עס איז ידוע די באוויסטע מימרא וואס מען זאגט נאך פון הרה"ק ציס"ע רשכב"ה בעל ויואל משה זי"ע סאטמער רב
אז ליידער איז נשתכחה תורת הבעש"ט הק'.
קען מיר איינער ערקלערן ביטע:
וואס איז דאס תורת הבעש"ט (די תורה וואס איז פארגעסן געווארן)
פאר וואס און ווי אזוי איז דאס פארגעסן געווארן
וואס וואלט דאס געקענט צוריק אויף וועקן און דערמאנען
אויב איך ווייס גוט איז נישט יעדער מודה דערצו?!!
נ.ב. ווער עס געדענקט נישט ווי אזוי עס האט אויס געזעין קודם שנשתכחה מיז נישט ענטפערן!
The forgeter is also nearly forgotten.
אגב, לויט מיין זכרון איז א טעות אז מען באציעט זיך מיט די מימרא נאר צום סאטמער רב זצ"ל, לויט ווי איך געדענק איז דאס נאך געווען די אנגענומענע מיינוג דורות פריער.
יא, כבדחן ועוד, אסאך צדיקים האבן דאס געזאגט. אין שומר אמונים ברענגט ער אז דער בעש"ט אליינס האט בשעתו מגלה געווען אז זיין דרך קומט נאר אראפ אויף 150 יאר.
אין די סאטמארע מחזור, שבועות, איז דא א נספח מפי ספרים וסופרים, מקורות והשוואות אז נשתכחה תורת הבעש"ט.
פארוואס פונקט אין די שבועות מחזור? קען זיין אז דאס איז לכבוד דעם בעש"ט יארצייט...
אז מ'רעדט שוין, ס'באמת א פלא דאס ארויפלייגן אויף סאטמארע רב אן ענין וואס שטייט פון אלע פריערדיגע..
איך וואלט זיך זייער געפרייט צו וויסן ווער זענען גיווען די פריעריגע פארן סאטמר רב
אבער מקורותדיג נישט פון האלבע זיכרון ארויס
שמעקעדיג איך וועל זיין זייער דאנקבאר אז די וועסט מיר זאגן א פונקטליכע אדרעס ווי אין שומר אמונים
גיי צום השבת אבידה ווינקעל וועסטו זעהן צענדליגע שבועות מחזורים, כאפ א בליק.
מבני משהשמעקעדיג איך וועל זיין זייער דאנקבאר אז די וועסט מיר זאגן א פונקטליכע אדרעס ווי אין שומר אמונים
איך וועל בל"נ נאכקוקן, אבער כמעט זיכער אין מאמר פתחו שערים.
קאווע טרינקער אז מ'רעדט שוין, ס'באמת א פלא דאס ארויפלייגן אויף סאטמארע רב אן ענין וואס שטייט פון אלע פריערדיגע..
עס איז די ערשטע מאל אדער די איינציגסטע מאל וואס די זעסט אזא מושג....?? 😮 😮
נאר א ווערטעל,
ודרך הבעש"ט הק' נשתכח לגמרי מהדור וכל מי שרוצה ליטול את השם להנאתו ולטובתו אומר זה דרך הבעש"ט כחפצו ורצונו. וחסרי תבונה מתחשבים עם סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים ומשתנים מפה אל פה בשינויים מן הקצה אל הקצה, ואם אלו השקרים נכתבו אח"כ בספר סוברים שהוא ס"ת"
(מרן האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל, ויואל משה, שלש שבועות סי' קפה')
"וכבר האיר לנו עינינו הגאון האדיר מרן הקדוש בעל ה"דברי חיים" ז"ל מרן דאתרן ורשכבה"ג "שלא לבטוח על דרכי החסידות של מרן קוה"ק הבעש"ט כי היה כהוראת שעה על משך מספר השנים הקצוב ולא לדורות עולם כי הוא טמיר ונעלם"
(פי צדיק-צאנז עמ' לט')
"וזה נמשך לערך מאה וחמישים שנה, כאשר מקובל מפי צדיקים קדושים אשר דרך הבעש"ט באה למאה וחמישים שנה להעולם עיי' בהקדמת ספר מגן אבות, וכן אמר הבוצינא קדישא הה"ק מצאנז"
(רבי אהרן ראטה, "שומר אמונים" מאמר פתחו שערים, עמ' רפז'.).
[קרעדיט גוגעל, גענומען פין
דא]
וואו איז דער דינער שטריקל וואס הענגט צווישן נשתכה תורת הבעש"ט און לא נשתכחה?
נשתכחה- ווען מען ברויך אראפרייסן אנדערע פירער, לא נשתכחה- ווען מען נעמט אליינטס קוויטלעך און מען פירט טישן? ווען מען וויל מאכן א כינוס צווישן די ליטאים און די חסידים האט חסידות חוזר וניעור געווען? ווען איך וויל גיין קויפן א קנייטש היט מיט א קופה סרוגה פאסט עס נישט ווייל איך בין א חסיד'שער איד. איי, וואס האב איך מיט חסידות איינגעשטויסן דער זאך איז שוין לאנג נישט דא? איז עס נאר א מאמר וואס איז גוט אויף להחמיר ולא להקל? פארוואס?
משה געציל,
פירען טיש אין נעמען קוויטלעך איז נישט די דרך הבעל שם, קען זיין דער בעל שם ותלמידיו האבען דאס אויך געטוהן, אבער נישט דאס איז דער דרך הבעל שם,
אין אזוי ווייטער די חסידישע לבוש אין קולטור איז אויך נישט דער דרך הבעל שם, מען ריפט עס א חסידישע לבוש, ווייל חסידים זענען אזוי געגאנגען,
אין טאקע אז ס'דא וואס מיינען אז פירען טיש איז דער דרך הבעל שם דאס איז איינע פין די ראיות אז נשתכחה ...
איינ'ס פון די הויפט זאכן וואס דער בעל שם טוב האט מחדש געווען איז געווען דאס אוועקנעמען סערעגראציע פון צווישן אידן. פארן בעש"ט איז געווען א באזונדערע שוהל פאר די שניידער'ס און שוסטער'ס וכדו', זיי זענען געווען די אראפגעקוקטע צווייטע קלאס בירגער, משא"כ די גאונים פון בראדער קלויז זענען געווען די ערשטע קלאס.
איז געקומען דער בעש"ט און געזאגט אז יעדער איד איז חשוב און טייער ביים אייבערשטן, מען דארף יעדן ארויפקוקן און קוקן נאר אויף יענעם'ס מעלות, יעדער איד איז טייער בלויז ווייל ער איז א איד. (עס איז נישט געווען זיין אויפטרעף, עס שטייט שוין פון פריער, אבער ער האט עס אריינגעברענגט אויף למעשה, אז מען זאל לעבן מיט דעם).
און דאס איז ליידער נשתכח געווארן, עס איז פריש געווארן א סערעגראציע, עס איז דא די הויכע קלאס די עליטע רבנים ועסקנים און חשובע אידן, און נאכדעם איז דא די צווייטע קלאס די באמעס, וואס זיי ווערן אויסגעשפיגען פון כלל ישראל, און זיי שעמען זיך צו קומען אין ביהמ"ד, עס זענען דא געוויסע בתי מדרשים וואס מען האט טאקע אויפגעשטעלט ספעציעל פאר די באמעס, אבער דאס איז שוין ווייטער אזוי ווי די שוסטער/שניידער שוהל, אפגעטיילט פון כלל ישראל.
נישטא וואס צו רעדן, מען זעהט בחוש אז נשתכחה תורת הבעש"ט.
חזקיהו המלךמשה געציל,
פירען טיש אין נעמען קוויטלעך איז נישט די דרך הבעל שם, קען זיין דער בעל שם ותלמידיו האבען דאס אויך געטוהן, אבער נישט דאס איז דער דרך הבעל שם,
אין אזוי ווייטער די חסידישע לבוש אין קולטור איז אויך נישט דער דרך הבעל שם, מען ריפט עס א חסידישע לבוש, ווייל חסידים זענען אזוי געגאנגען,
אין טאקע אז ס'דא וואס מיינען אז פירען טיש איז דער דרך הבעל שם דאס איז איינע פין די ראיות אז נשתכחה ...
פאר'ן תקופה פון בעל שם איז געווען אזא זאך ווי פירן טיש? ניין, צו זאגן אז דאס איז דער פאדאמענט פון חסידות, אוודאי נישט, אבער סוכ"ס איז דאס א המצאה וואס דער דרך החסידות האט ממציא געווען און האט נישט קיין באדייט אין אנדערע קרייזן. איז מיט וואס פונקטליך איז פארגעסן געווארן דער דרך הבעל שם? נישט דא אזא זאך ווי א חסידיש'ער רבי, פראביר עס נאר זאגן פאר איינער פון די סאטמארע רבי'ס. אז דער דרך זיך מדבק צו זיין איז דורך שמחה און נישט דורך סגופים, ווי איז דאס פארגעסן געווארן? ל"ג בעומר טאנצט מען, חסידים שטייען אויף פארענטשס, מען פרייט זיך אויף א גלעזעל שנאפס נאכן דאווענען, מיט א סיפור ביים מלוה מלכה. איך פרעג נאר.
כ'קען זיך נישט אויפן מאמענט דערמאנען וואו איך האב עס געזעהן, איך האב שוין היבש אביסל געלייענט איבער דער נושא,
למעשה פירט מען זיך ווייטער מיט די חסיד'ישע מנהגים בחיצוניות, רבי'ס, טיש, לבוש, קוויטלעך,שיסן עפל, זאגן הודו ער"ש ביי מנחה, א.א.וו.
אבער די אלע ספרים און געהויבענע בחינות זענען נישט פארן היינטיגן דור, בפנימיות. וזה כוונתם.
סאטמאר רבי פלעגט דאס כמ"פ זאגן סיי אויף געוויסע בחינות אין ספה"ק תולדות (למשל אז ווען עס פאלט איין א תאוה פאר א מענטש זאל ער דאס מקשר זיין צום באשעפער), אדער אפילו אויף געוויסע פרטים אין צעטיל קטן (ווי זיך נעמען א חבר פאר א מורה דרך זיך אויסשמועסן אפן אלעס), ער האט גע'טענה'ט אז דער דור איז נישט ראוי פאר די אלע זאכן.
הגם פון אים איז נישט קיין ראי', ער זעלבסט האט דאס פארלאנגט פון זיינע חסידים און בחורים, ער האט נישט פארנומען די פאלשע הימל געפליעכץ, ווי מען כאפט גאט ביים קארג דורכן טאנצן מיט פארגלייזטע אויגן. איינע פון די אינטרעסאנטסטע עפיזאדן וואס כ'האב געלייענט איבער אים וועגן דעם ענין איז געווען, אז א בחור פון ישיבה האט אמאל געשיקט א משגיח (אדער אפשר ר' נתן יוסף אליינס?) פרעגן דעם סאטמאר רב צי ער זאל ליינען די געהעריגע קר"ש שעל המטה צי של אריז"ל... דער תירוץ פון רבי'ן? "גיי זאג דעם בחור אז די וואך וועל איך אים שטרענג פארהערן"..
אנדערע חסידות האבן יא מער מעורר געווען דעם ענין, און זיי האבן ליבערשט געלאזט די בחורים קאכן אין חסידות אפילו עס איז נישט בתכלית האמת, ווי דער באקאנטער ווערטל, בעסער א פאלשער צדיק ווי איידער א אמת'ע רשע, און טאקע בחורים האבן מער געקאכט אין ספרי חסידות. אבער כו"ע מודי אז עס איז שוין נישט פאראן היינט די מדריגות פון אמאל, און רוב בחינות איז ממש נישט שייך פאר אונז. שוין נישטא קיין רבי'ס וועלכע קענען "ליינען קוויטלעך".
שמעקעדיג די אלע ספרים און געהויבענע בחינות זענען נישט פארן היינטיגן דור, בפנימיות. וזה כוונתם.
מאן יימר אז תורת הבעש"ט מיינט די מדריגות פון די חבריא. אין אויב יא ווער לאזט נישט היינט צוקומען דערצו.
ווי לאנג צוריק איז נאך יא געווען תורת הבעש"ט? אין וואס איז דעמאלס געווען די מדרגה פונעם טיפיקעל חסיד?
שמעקעדיג שוין נישטא קיין רבי'ס וועלכע קענען "ליינען קוויטלעך".
how would you know that?
נישט אז איך ווייס יא ווער ס'קען
די 150 יאר איז א שטיקל סתירה מיט אימתי קאתי מר...
אויב דער בעש"ט איז געקומען פאר די שוואכע דורות, דארפן מיר דאס נישט היינט more than ever?
אויב די בעש"ט איז א הכנה פאר ביאת המשיח ווי איז שייך אז יעצט זאל דאס ווערן נשתכח?
אויב ס'איז נשתכח געווארן, מעג מען דאס צוריק אויפוועקן?
קען מען זאגן אז ס'איז נשתכח געווארן די פשט פון נשתכחה תורת הבעש"ט?
איז דא א סכום פין יארען ווי לאנג ס'וועט זיין נשתכח?
ליידער קוויטלעך ליינער'ס איז דא אסאך עס איז שוין ליידער אריבער צו אנדערע סארט הענט אויך, פוק חזי מאי....
@ שמעקעדיג, עס איז דא תורות הבשע"ט און עס איז דא דרך הבעש"ט,
תורות הבעש"ט איז געבליבען, דרך הבעש"ט איז נשתכך געווארען.
ברסלבער
ביים בעש"ט ותלמידיו איז נישט געווען קיין אויבנאן? עס איז נישט געווען קיין חשוב'ע תלמידים וואס זענען געזעצן פריער און נענטער?
נאר נאך הונדערט פופציג יאר האט מען אונגעהויבן מכבד זיין א תלמיד חכם מער ווי א שניידער אדער וואסער טרעיגער?
עס איז אלעמאל געווען נאר וואס יא, מען האט זייער אכטונג געגעיבן נישט אוועק מאכן קיינעם אפילו א פושטער יוד
ביים הייליגן ר'ר מאיר'ל פון פרעמישלאן איז געווען דער דרך אז ער פלעיגט רופן יעדן איינעם צדיק, (ווצבש"פ "קום אהער די צדיק"), איין מאל האט אן אונגעפרעסענער יוד זיך דערווייגט און געזאגט דעם רעבי'ן, אויב איך בין א צדיק לאמיר זיך משדך זיין, האט ר"ר מאיר'ל גענטפערט איך וועל זיך משדך זיין מיט מיינע צדיקים און דו וועסט זיך משדך זיין מיט דיינע צדיקים,
מען קען רופן יעדן צדיק אבער מען דארף נאך אלץ וויסן אז רב איז רב און רבי איז רבי, וואסער טרעיגער איז וואסער טרעיגער,
איך בין נישט דער וואס זאל אריין לערנען פשט בדברי הדברי יואל, או הדברי חיים, אבער אין מיינע אויגן איז פשט אין ''נשתכח'' גאר אנדערש. עס איז א בחינה ווי א מגי''ש וואס פרובירט איבערמיטליך אריינצוהאקן א קצות אין די קאפ פון זיינע 25 תלמידים. ער רופט זיך אן מרוב ייאוש ''די עולם פאפט דא''. עס מיינט נישט ליטעראלי אז אלע 25 בחורים שלאפן מיט פארמאכטע אויגן, עס מיינט אז אזוי פילט זיך עס. ער זאג עס מיט א שארפע לשון לשבר את האוזן.
די זעלבע איז בנידון דידן. קוקענדיג אויף חסידות בימינו, צו בימי הדברי חיים זעהט עס אויס אז די דרך הבעל שם איז נשתכח געווארן. קוק נאר ווי מען איז געבליבן נאר מיט די שטותים און מען האט פארגעסן פון די יסודות ועיקרי החסידות.
אבער איז עס דען טאקע נשתכח געווארן? אוודאי נישט! ניתי ספר וניחזי, מאך אויף א בעש''ט, א תולדות, א ר' צדוק, א ליקוטי מוהר''ן, א ליקוטי תורה, א שפת אמת וועט איר זעהן קלאר די דרך הבעל שם.
די פראבלעם איז אבער לויט דעם גרעסער ווי מיר האבן געמיינט. די פראבלעם איז אז טראץ דעם וואס מיר קענען גרינגערהייט וויסן די דרך, דאך ווערט עס כמעט גענצליך איגנארירט.
לפי''ז לא פליגי הדברי יואל והרבי מה''מ, זיי האבן זיך פשוט נישט פארשטאנען.
דאס וואס אנדערע ברענגען דא בנוגע דרך החסידות בעבודה, בימינו, דאס האט גארנישט מיט דרך הבעל שם ודרך החסידות. דאס איז נאר געווען א ביי–פראדוקט.
הוגהאיך בין נישט דער וואס זאל אריין לערנען פשט בדברי הדברי יואל, או הדברי חיים, אבער אין מיינע אויגן איז פשט אין ''נשתכח'' גאר אנדערש. עס איז א בחינה ווי א מגי''ש וואס פרובירט איבערמיטליך אריינצוהאקן א קצות אין די קאפ פון זיינע 25 תלמידים. ער רופט זיך אן מרוב ייאוש ''די עולם פאפט דא''. עס מיינט נישט ליטעראלי אז אלע 25 בחורים שלאפן מיט פארמאכטע אויגן, עס מיינט אז אזוי פילט זיך עס. ער זאג עס מיט א שארפע לשון לשבר את האוזן.
א שטייגער ווי עס איז בעסר זיך צו ביקען צי 20 צלמים
הוגה
אבער איז עס דען טאקע נשתכח געווארן? אוודאי נישט! ניתי ספר וניחזי, מאך אויף א בעש''ט, א תולדות, א ר' צדוק, א ליקוטי מוהר''ן, א ליקוטי תורה, א שפת אמת וועט איר זעהן קלאר די דרך הבעל שם.
איינער האט טאקע אמאל געזאגט פאר'ן בעל דברי יואל זצ"ל, אז ווי קען מען זאגען נשתכחה, ס'דאך דא אזוי פיהל חסידישע ספרים וואס שרייבען פין דעם,
האט ער גענפערט אז פין דארט זעהט מען טאקע, מען קוקט אין די ספרים אין מען קוקט אויפען דור, זעהט מען אז ס'נשתכחה,
בערך וואס די האסט געזאגט,
פשוט פשט איז אזוי: דער בעש"ט ותלמידיו האבען מדגיש געווען און אריינגעברענגט שטארק געוויסע ענינים אין יידושקייט וואס זענען בעצם שטארק אין א סתירה מיט דער אלגעמיינער מהלך פון ארטאדאקסיע. דאס איז נישט קיין חידוש פון סאטמער רב דער ווילנער גאון האט דאס שוין געכאפט. אין חסידות גופא זענען געווען כל מיני השתלשלויות אהין און צוריק וויאזוי איינצוהלאטן די יסודות זיי זאלן נישט גיין צו וייט אין קיין שום ריכטונג, מיט פארשידענע תוצאות.
סאטמער רב האט געהאט א שטארקער פראבלעם מצד די סארט ארטאדקאסישע קנאות אין וואס ער האט געגלייבט וויאזוי דאס מיישב זיין מיט דרך החסידות, ווי למשל לגבי דער ענין פון אהבת ישראל ולימוד זכות וואס חסידות האט מדגיש געווען. זייענדיג צוריסען צווישען די צוי אמונות זיינע, מצד אחד אין תלמידי הבעש"ט, און מצד שני אין די פונדאמענטעליסטישע ארטדאדאקסישע אונגארישע מהלך, האט ער געמאכט גוט נוצען פון א אלטער טריק וואס מנוצט אין אזעלכ פעלער: זאגען מיר האבען נישט קיין השגה, מיר פארשטייען נישט העכערס, די אלע חסידישער ווערטער איז נישט כפשוטו ואנו אין לנו אלא הנגלות לנו ולבנינו אז אויף א שייגעץ שרייט מען שייגעץ ארויס.
די נקודה פון נשתכחה תורת החסידות וואס מברעגנט דא פון פריערדיגע רעדט זיך לגמרי פון אן אנדערע נקודה, אפשר דער צאנזער רב האט אויך געמיינט בערך וואס דער ויואל משה מיינט, אז מרעכענט זיך מיט דעם אז צאנזער רב איז פון די מייסדים פון די היינטיגע קנאישעער מהלך געבויט אויף דעת תורה וכו'. אבער דער מגן אבות שומר אמונים וכו' רעדן פון עפעס אנדערש אינגאנצן, זיי רעדן פון די הדרכה פנימית אין עבודת ה' , ביז ממש טיפע גרויסע מדרגות, וואס דער בעש"ט האט אויסגעלערנט, און זענען זיך מתאונן אז עס איז שוואכער געווארען אין שפעטערדיגער דורות. אליבא דאמת איז נישטא אין דעם קיין שכחה, נאר פשוט דאס איז אן ענין וואס איז לכתחילה געמאכט געווארען פאר יחידי סגולה ממש, אנשי לבב חכמים ומבינים מדעתם, און אוודאי אויך היינט זענען דא אזעלכע וואס זענען שייך צו דעם זעיר פה זעיר שם וואס זיי קומט צוניץ תורת הבעש"ט.
לעיקוואד ווי למשל לגבי דער ענין פון אהבת ישראל ולימוד זכות וואס חסידות האט מדגיש געווען. זייענדיג צוריסען צווישען די צוי אמונות זיינע, מצד אחד אין תלמידי הבעש"ט, און מצד שני אין די פונדאמענטעליסטישע ארטדאדאקסישע אונגארישע מהלך, האט ער געמאכט גוט נוצען פון א אלטער טריק: זאגען מיר האבען נישט קיין השגה, מיר פארשטייען נישט העכערס, די אלע חסידישער ווערטער איז נישט כפשוטו ואנו אין לנו אלא הנגלות לנו ולבנינו אז אויף א שייגעץ שרייט מען שייגעץ ארויס.
אז מ'קוקט אריין בפנים אין ויואל משה, זעהט מען קלאר אזויווי מורינו לעיקוואד שיחי' זאגט. ותו לא מידי.
הקטן
א שטייגער ווי עס איז בעסר זיך צו ביקען צי 20 צלמים
כעין זה.
אגב, די קיצונים זאגן דאך אז ער האט עס געמיינט ליטעראלי, כאילו עס איז ווערטער מפי הגבורה.
חזקיהו המלך
איינער האט טאקע אמאל געזאגט פאר'ן בעל דברי יואל זצ"ל, אז ווי קען מען זאגען נשתכחה, ס'דאך דא אזוי פיהל חסידישע ספרים וואס שרייבען פין דעם,
האט ער גענפערט אז פין דארט זעהט מען טאקע, מען קוקט אין די ספרים אין מען קוקט אויפען דור, זעהט מען אז ס'נשתכחה,
בערך וואס די האסט געזאגט,
נישט בערך נאר ממש. וברוך שכוונתי.
איך וויל פרעגן א שטיקל קלאץ קשיא, אויב עס איז נשתכחה תורת הבעל שם טוב דארף מען דאך לכאו' זיך פירן ווי די מתנגדים, און אויב זיך נישט פירן ווי זיי דארף מען לפחות זיך פירן לפי די טענות וואס זיי האבן געהאט כלפי די חסידים, דאס מיינט אז כל עוד עס איז געווען דרך הבעל שם טוב בתוקפה איז דאס געווען די גרעסטע תירוץ פאר אלע טענות, און מיר האבן שוין גאר נישט געדארפט ענטפערן, אבער אז דער תורה איז נשתכח געווארן איז ווידער נישטא קיין ענטפער אויף זייערע טענות חלילה .......?
און איך וועל א ביסל צולייגן מיין קשיא לפי די טענות,
א טייל פון זייערע טענות איז געווען:
• לימוד תורה –אז די עקרונות פון לימוד התורה ביי די חסידים איז נשתנה געווערן, און דאס איז מערער און ברענגט א סכנה אויף עצם לימוד התורה, וואס דאס איז יסוד היסודות פון קיום כלל ישראל, איז אפשר דארף מען זעהן וואס מיינט לימוד התורה פון זיי און וואס איז לימוד התורה פון דרך החסידות, און אויב איז נשתכחה תורת בעש"ט דארף מען אפשר לערנען תורה ווי זיי ווילן חלילה?
• חוטאים – די דעה ביי חסידים איז אז דער באשעפער און די שכונה הקדושה געפינט זיך אויך צווישן די חוטאים, און מען קען דינען דעם באשפער אויך ווען מען איז שקוע און בלאטע פון דעם יצר הרע וואס צומישט צווישן קודש און חול, מותר און אסור, האבן די מתנגדים געטענהט אז חוטא וואס דינט דעם באשעפער מאכט נאר קיילע, און צערנט דעם אויבערשטן חלילה, נא, הבען דען די אלע קדושים ווי דער הייליגער צאנזער רב, סאטמער רב, בעל שומרי אמונים, נישט געהאלטן אז אפילו ווען א יוד איז טיף אין בלאטע דארף מען אויך דינען דעם באשעפער? אויב עס נשתכחה תורת הבעש"ט וואלט מען דאך לכאו' געדארפט זאגן אז א יוד וואס פאלט אריין און אזא מצב זאל נישט דינען דעם באשעפער ביז ער וועט זיך ארויס ראטיווען? (שמעקעדיג האט פריער צו געברענגט פון סאטמער רב אז ווען מען כאפט א תאווה ל"ע דארף מען דאס מקשר זיין צום באשעפער און נישט אנטלויפן און אזא מינוט פון דינען דעם באשעפער?)
• התקשרות לצדיק – די חסידים הבען געוויסט און געזאגט אז דער צדיק איז א פארמיטלער און לייטער צווישן א מענטש מיט'ן באשעפער, אבער די מתנגדים האבן געהאלטן אז עס איז עבודת אלילים ממש רח"ל, איז ביי די אלע קדושים וטהורים נישט געווען דער דעה אויך אז א יוד דערנענטערט זיך צום באשעפער דארכ'ן צדיק און דער צדיק דערהייבט כלל ישראל לאביהם שבשמים, און אלע השפעות קומט דארכ'ן צדיק?
• הרגשים –ביי די חסידים ארבעט אלעס מיט הרגשים אז א מענטש דארף אויף וועקן זיינע הרגשים כדי צו דינען דעם באשעפער, און נאכדעם קען מען דינען דעם באשעפער מיט מח, און אפילו אויב א מענטש שפירט אז זיין מח איז פארקלאפט און ער קען זיך נישט צוזאם נעמען, זאל ער מעורר זיין די הרגשים דארך פארמיטלען און אזוי וועט ער צוקומען צו דרהייבן דעם מח, האבן די מתנגדים געטענהט אז ווען מען דינט דעם באשעפער מיט הרגש קען מען חלילה פארשלעפט ווערן נאך נישט ריכטיגע הרגשים, און עס קען חלילה ציקומען צו א הרגש פון כפירה רח"ל, נא, האבן די אויבן דערמאנטע גדולי ומצוקי ארץ נישט געלאזט ערוועקן די הרגשים פאר דעם מח ? אוודא נישט?!
• עריכת השולחנות – די מתנגדים האבן געהאט טענות אויף דאס וואס מען פארזאמלט זיך צאם פרייטיג צינאכט ווי אויך און אנדערע זמנים, ביים רבין'ס טיש און די צייט ווען מען וואלט געדארפט לערנען, אויב איז נשתכחה וואלט מען חלילה געדארפט מבטל זיין די טיש'ן מיט פארזאמלונגען, אבער עס איז ידוע אז צאנזער רב פלעגט פירן טיש יעדן טאג, סאטמר רב האט אויך געפירט טישן שבת ויו"ט, בעל שומרי אמונים האט פארזמלונגען מיט חבורות גאר אסאך?
מען קען אויס רעכנען נאך אסאך טענות אבער איך מיין אז מיט די איינציגע דערמאנטע טענות האב איך געניג קלאר ארויס געברענגט מיין קשיא אז אויב עס איז נשתכחה, איז נשתכחה אויך די תירוצים אויף די אלע טענות, איז ווי אזוי פירן מיר זיך וויטער לפי דעם דרך וואס איז נשתכח געווארען?
נ.ב. ווען איך שרייב מתנגדים מיין נישט די פרוסטאקעס פוחזים קלים וריקים מחרחרי ריב וואס האבן געפייניגט און געיאגט דעם דרך החסידות סתם, איך מיין דער גר"א ותלמידיו וואס אפילו ביי חסידים האט מען אויף זיי געזאגט גרויסע זאכן
לעיקוואדפשוט פשט איז אזוי: דער בעש"ט ותלמידיו האבען מדגיש געווען און אריינגעברענגט שטארק געוויסע ענינים אין יידושקייט וואס זענען בעצם שטארק אין א סתירה מיט דער אלגעמיינער מהלך פון ארטאדאקסיע. דאס איז נישט קיין חידוש פון סאטמער רב דער ווילנער גאון האט דאס שוין געכאפט. אין חסידות גופא זענען געווען כל מיני השתלשלויות אהין און צוריק וויאזוי איינצוהלאטן די יסודות זיי זאלן נישט גיין צו וייט אין קיין שום ריכטונג, מיט פארשידענע תוצאות.
סאטמער רב האט געהאט א שטארקער פראבלעם מצד די סארט ארטאדקאסישע קנאות אין וואס ער האט געגלייבט וויאזוי דאס מיישב זיין מיט דרך החסידות, ווי למשל לגבי דער ענין פון אהבת ישראל ולימוד זכות וואס חסידות האט מדגיש געווען. זייענדיג צוריסען צווישען די צוי אמונות זיינע, מצד אחד אין תלמידי הבעש"ט, און מצד שני אין די פונדאמענטעליסטישע ארטדאדאקסישע אונגארישע מהלך, האט ער געמאכט גוט נוצען פון א אלטער טריק וואס מנוצט אין אזעלכ פעלער: זאגען מיר האבען נישט קיין השגה, מיר פארשטייען נישט העכערס, די אלע חסידישער ווערטער איז נישט כפשוטו ואנו אין לנו אלא הנגלות לנו ולבנינו אז אויף א שייגעץ שרייט מען שייגעץ ארויס.
די נקודה פון נשתכחה תורת החסידות וואס מברעגנט דא פון פריערדיגע רעדט זיך לגמרי פון אן אנדערע נקודה, אפשר דער צאנזער רב האט אויך געמיינט בערך וואס דער ויואל משה מיינט, אז מרעכענט זיך מיט דעם אז צאנזער רב איז פון די מייסדים פון די היינטיגע קנאישעער מהלך געבויט אויף דעת תורה וכו'. אבער דער מגן אבות שומר אמונים וכו' רעדן פון עפעס אנדערש אינגאנצן, זיי רעדן פון די הדרכה פנימית אין עבודת ה' , ביז ממש טיפע גרויסע מדרגות, וואס דער בעש"ט האט אויסגעלערנט, און זענען זיך מתאונן אז עס איז שוואכער געווארען אין שפעטערדיגער דורות. אליבא דאמת איז נישטא אין דעם קיין שכחה, נאר פשוט דאס איז אן ענין וואס איז לכתחילה געמאכט געווארען פאר יחידי סגולה ממש, אנשי לבב חכמים ומבינים מדעתם, און אוודאי אויך היינט זענען דא אזעלכע וואס זענען שייך צו דעם זעיר פה זעיר שם וואס זיי קומט צוניץ תורת הבעש"ט.
בנוגע דעם ביאור וואס די געסט אויפ'ן סטמר רב,מתוקים דבריך ואף נכונים, וגם אני בעניי למד כן, אבער דעס וואס די שרייבסט אז עס איז היינט אויך פארהאנען,די אלע היינטיגע יחדי סגולה, פאפן זיך מער ווי זי פאפן אנדערע, וויבאלד חסידות אפילו טיף חסידות איז א זאך וואס איז אנגעבינדען און געפיל, קען מען זיך זייער גרינג פאפן אז מען האלט שוין דארט'ן ביי הויכע ספערן, און אפילו די פריערדיגע חסידים, זענען אויך נישט געווען און געלעבט ממש אזוי ווי עס קוקט אויס פון זייער געשרייבעכץ ערגעץ וואו איז אביסעל אריינגשטעקט גוזמא וכו', נאר דער שפראך און יענער צייט איז געעווען זייער ספריטואל, און מען האט געקענט רעדן פון זאכן אפילו מען האלט נאך נישט דארט'ן מיט א מורדיגע געשמאק, און דער נשתכחה היינט איז אויף צוויי כיוונים, דער ספריטואליסטעשער שפראך איז זייער שטארק געמינערט געווארען, און ב' אז ווער עס ניצט שוין יא דעם סארט שפראך, איז אויף אסאך א קלענער מדריגה וואו די וואס האבן עס אמאל גענוצט,
smartinof,די אלע היינטיגע יחדי סגולה, פאפן זיך מער ווי זי פאפן אנדערע, וויבאלד חסידות אפילו טיף חסידות איז א זאך וואס איז אנגעבינדען און געפיל, קען מען זיך זייער גרינג פאפן אז מען האלט שוין דארט'ן ביי הויכע ספערן, און אפילו די פריערדיגע חסידים, זענען אויך נישט געווען און געלעבט ממש אזוי ווי עס קוקט אויס פון זייער געשרייבעכץ ערגעץ וואו איז אביסעל אריינגשטעקט גוזמא וכו', נאר דער שפראך און יענער צייט איז געעווען זייער ספריטואל, און מען האט געקענט רעדן פון זאכן אפילו מען האלט נאך נישט דארט'ן מיט א מורדיגע געשמאק, און דער נשתכחה היינט איז אויף צוויי כיוונים, דער ספריטואליסטעשער שפראך איז זייער שטארק געמינערט געווארען, און ב' אז ווער עס ניצט שוין יא דעם סארט שפראך, איז אויף אסאך א קלענער מדריגה וואו די וואס האבן עס אמאל גענוצט,
א. וואס פאלט דיר איין אז מפאפט זיך? וויאזוי ביסטו מחליט וואס איז געפאפט און וואס איז אמת?
ב. וואס פאלט דיר איין אז היינט זאל זיין אנדערש ווי אמאל?
מבני משהאיך וויל פרעגן א שטיקל קלאץ קשיא, אויב עס איז נשתכחה תורת הבעל שם טוב דארף מען דאך לכאו' זיך פירן ווי די מתנגדים,
דו מישט אויס תורות בעש"ט מיט דרך בעש"ט, תורות בעש"ט איז חי וקים,
הוגה האט עס מסביר געווען באריכות פאריגע בלאט,
איך האב עס פאריגע בלאט געשריבען בקיצור.
אינטרעסאנט:
פירן טיש איז נישט דרך הבעש"ט נאר תורת
התקשרות צום צדיק איז נישט דרך הבעש"ט נאר תורת
דעם דרך הלימוד און דרך עבודת השם דאס איז נישט דרך הבעש"ט נאר תורת
איז וואס איז יא דרך הבעש"ט אין נישט תורת? ספר בעש"ט על התורה? דאס איז די דרך וואס איז נישט חי וקיים
אפשר שבחי הבעש"ט?
איך ווייס נישט וואס נאך צו טראכטן
מבני משה
איז וואס איז יא דרך הבעש"ט אין נישט תורת?
איך ווייס נישט וואס נאך צו טראכטן
נו, אז עס איז פארגעסן געווארן ווי אזוי זאלסטו דען וויסן וואס דאס איז?
לימוד תורה - דער גר"א האט בכלל נישט געלערנט אויף די וועג וואס די ליטווישע לערנען היינט.
חוטאים - דער גר"א האט דען געהאלטן אז א חוטא דארף זיך שמד'ן? אודאי זאל ער ווייטער זעהן צו טוהן כאטש וואס ער קען יא.
התקשרות לצדיק - דאס איז א מצוה אין די תורה, ולדבקה בו, זאגן חז"ל וכי אפשר לדבק בשכינה? אלא הדבק בתלמידי חכמים, און אזוי פסק'נט דער רמב"ם, האבן דען די מתנגדים געהאלטן אז דער פסוק 'ויאמינו בה'
ובמשה עבדו' איז געווען פשוט געדינט ע"ז?
הרגישים - ביי חסידים האט מען מער געניצט הרגישים צוצוהעלפן צו עבודת ה', אבער נישט דאס איז געווען דער עיקר, אודאי איז געווען דער עיקר צו דינען דעם אייבערשטן בפשטות היהדות, נאר די הרגישים געבן אסאך צו צום געשמאק.
עריכת השלחנות - איז לכאורה א המשך פון התקשרות לצדיקים, דאס איז נישט קיין ביטול תורה, 'עשה לך רב' - שטייט אין אבות, מען דארף האבן א רבי און א מורה דרך, אזוי איז אייביג געווען ביי אידן מימות עולם, און מען גייט צו א טיש צו הערן וואס דער רבי האט צו זאגן.
די גמרא דערציילט אויף איינעם וואס איז געווען א 'בר בי רב דחד יומא', ער איז געפארן צום רבי'ן 6 חדשים און דארט געווען נאר איין טאג, און דערנאך צוריק געפארן 6 חדשים, איז דאס נישט געווען רעכט ביטול תורה? ער וואלט דאך אין די צייט געקענט אסאך מער לערנען אינדערהיים?
הכלל, די אלע זאכן דארף מען נישט מבטל זיין, ווייל דאס איז געווען נאך פאר דעם בעש"ט, איז וואס איז יא דרך הבעש"ט? איך ווייס נישט, עס איז דאך נשתכח געווארן.
שמעתי פעם אז די סקווירע זענענן מחולק און זיי האלטן אז עס איז נישט נשתכח געווארען. כאפ באס אהין טשעק איט אוט....
אמת, סקווירע רבי זצ"ל האט שטארק מחולק געווען מיט די וואס האלטן נשתכה תורת הבעש"ט.
האסט געקענט דעם איד?
ברסלבר איך מיין אז די האסט זייער שנעל איבער געבליקט וואס איך האב געשריבען און נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, (אדער האב איך זיך נישט גוט אויס געדרוקט)
לימוד תורה- דער גר"א האט טאקע נישט געלערנט אזווי היינטיגע ליטוואקעס, אבער אויך נישט ווי די חסידים
התקשרות לצדיק- מען קען גלייבן "ויאמינו" און מען קען זיך מקשר זיין און האלטן אז דאס איז דער פארמיטל, און דאס איז געווען א טייל פון דרך החסידות און איינע פון די טענות תלמידי הגר"א
הרגשים- די טענה איז געווען אז אפילו פאר א אונהייב אדער א הילף טאר מען זיך נישט ניצן מיט הרגשים (ליין איבער מיינע ווערטער אויבן)
עריכת השולחנות- איז נישט געווען פאר'ן בעש"ט, עשה לך רב ומורה דרך מיינט נישט קוקן ווי דער רבי עסט, און כאפן שיריים, (וואס די צווי זאכן זענען גאר גרויסע זאכן, איך מיין ח"ו נישט אוועק צומאכן), נאר עס זאל זיין א מורה דרך ער זאל דיר זאגן וואס צו טוען ווען די האסט א שאלה וכדו'
די מעשה פון די גמרא- איך גלייב אז דער גר"א ותלמידיו האבן זיכער געהאט א פשט דערין,
מימלא הדרא קושיא לדוכתי'
הקטןאמת, סקווירע רבי זצ"ל האט שטארק מחולק געווען מיט די וואס האלטן נשתכה תורת הבעש"ט.
האסט געקענט דעם איד?
למאי נפק״מ לגבי מיין תגובה דא?
איך האב נישט געשריבען מיין תגובה זייענדיג קעגן אים אדער זיין שיטה, איך האב ארויס געברענגט א נקודה אז לויט זייער שיטה קען מען דארט טרעפן וואס מען זיכט דא.
בדחןהקטןאמת, סקווירע רבי זצ"ל האט שטארק מחולק געווען מיט די וואס האלטן נשתכה תורת הבעש"ט.
האסט געקענט דעם איד?
למאי נפק״מ לגבי מיין תגובה דא?
איך האב נישט געשריבען מיין תגובה זייענדיג קעגן אים אדער זיין שיטה, איך האב ארויס געברענגט א נקודה אז לויט זייער שיטה קען מען דארט טרעפן וואס מען זיכט דא.
איך האב ארויס געברענגט א נקודה, ווער סהאט געקענט דעם איד האט געהאט שוועריקייטען צי פארשטיין וואס מיר זיכן דא.
עס איז פארהאן נאך מקומות וואס האבן געהאלטן אז עס איז נישט נשתכחה?
לעיקוואדsmartinof,די אלע היינטיגע יחדי סגולה, פאפן זיך מער ווי זי פאפן אנדערע, וויבאלד חסידות אפילו טיף חסידות איז א זאך וואס איז אנגעבינדען און געפיל, קען מען זיך זייער גרינג פאפן אז מען האלט שוין דארט'ן ביי הויכע ספערן, און אפילו די פריערדיגע חסידים, זענען אויך נישט געווען און געלעבט ממש אזוי ווי עס קוקט אויס פון זייער געשרייבעכץ ערגעץ וואו איז אביסעל אריינגשטעקט גוזמא וכו', נאר דער שפראך און יענער צייט איז געעווען זייער ספריטואל, און מען האט געקענט רעדן פון זאכן אפילו מען האלט נאך נישט דארט'ן מיט א מורדיגע געשמאק, און דער נשתכחה היינט איז אויף צוויי כיוונים, דער ספריטואליסטעשער שפראך איז זייער שטארק געמינערט געווארען, און ב' אז ווער עס ניצט שוין יא דעם סארט שפראך, איז אויף אסאך א קלענער מדריגה וואו די וואס האבן עס אמאל גענוצט,
א. וואס פאלט דיר איין אז מפאפט זיך? וויאזוי ביסטו מחליט וואס איז געפאפט און וואס איז אמת?
ב. וואס פאלט דיר איין אז היינט זאל זיין אנדערש ווי אמאל?
פאלן פאלט מיר עס איין ווי אויבן געשריבען אז חסידות איז שטארק אנגעבינדען מיט'ן געפיל, און ביי א געפילישע זאך איז שטארק מצוי אז מען זאל זיך פאפן, ובגין כך פאלט מיר איין א איינפאל אז מען פאפט זיך, ויזאוי איך בין דאס בודק, ראשית כל, וואס פאלט דיר איין אז ווען מען דאווענט פארט מען טאקע עולמות, אפשר איז נאר א שיינע וועג פון התעוררות, אז מען רעדט הויך שפירט מען זיך הויך אבער מען איז נישט באמת הויך, אז דער ליזענסקער האט געדארפט אנכאפן א גאלדענעם זייגער ביים דאווענען כדי ס'זאל נישט זיין פרחה נשמתו, איז איך פארשטיי נישט דער גאלדענער זייגער איז נישט אלקות, עכ"פ מען קען עס נישט מהפך זיין צו חפץ של מלאך פונקט ווי מען קען זיך איבערדרייען דעם גוף צו זיין ממש א מלאך [אדער אפשר ביי א זייגער איז נישט שייך צו געבען דדעם טיטל קדוש מרחם] ווען מען איז באמת דארט ערגעץ וואו בין כתר ליסוד, איז דער גדאלדענער זייגער נישט תופס מקום און עס קען נישט מחייה מתים זיין, און אייגענטליך וואס האט ער געדארפט אנכאפן דעם זייגער, וואס האט ער אזוי מורא געהאט פון אויסגיין אויב איז ער ממש דבוק, און שפירט נישט קיין טעם און גארנישט, כ'זאג נישט אז ס'איז געווען בלאף, איך מאך עס נישט אוועק, נאר ערגעץ וואו איז געווען אריינגעמישט גוזמא, [מען קען גוזמא אויך מהפך זיין פון רע צו טוב...]
איך פארשטיי נישט וואס הייסט מנארט זיך ביי א געפיל? אויב פילט מען עפעס פילט מען דאך, איז דאס אן אמתער געפיל, ווי איז שייך אזא זאך א גענארטע פאלשע געפיל?
אויב מיינסטו זאגען אז ער פארטייטשט זיין געפיל אז דאס איז א מלאך צו עפעס בשעת וואס דו האלטסט אז סנישט געווען קיין מלאך, איז אוי דעם פרעג איך דיר מנא לך? אפשר איז יא געווען א מלאך? און וואס כאפט די נפקא מינא בכלל?
די אויסגיין וכדו' איז פארשטייט זיך (כמעט אלעמאל, אפשר ממש אלעמאל) אזא ביטוי אויף גאר א שטארקע געפיל, נישט אז סאיז א מצב וואס הצלה דארף שטיין גרייט, ופשוט.
לעיקוואד
אויסגיין האט לכאורה מער מיט שכל ווי מיט געפיל, דורך מדבק זיין דעם שכל אין מושכלות עליונות, בערך ווי די תלמידי רבינו יונה זענען מסביר אין ברכות די חסידים הראשונים וואס זענען געקומען צו התפשטות הגשמיות, מובא בטב"י.
מ'קען עס אפשר אויך אביסל מסביר זיין, דורך דאס וואס ר' נחמן זאגט אין לקוטי מוהר"ן אז דורך מצייר זיין צער מיתה קען מען שפירן טעם מיתה און מ'קען צוקומען צו מיתה ממש. [אונזער קאלעגע ברסלבר ווערט געבעטן צו קומען צו הילף מיט די מראה מקום.]
טייערע פריינד:
אויס גיין עד כלות הנפש מיינט א בחינה פון אויס גיין, עס מיינט נישט א שכל'דיגע אויס גיין עס מיינט אויס גיין ממש, די נשמה גייט ארויס פון גוף און איז זיך מתדבק מיטן חי החיים, והא ראי' אז עטליכע פריערדיגע זענען צום סוף ממש אויס געגאנגען פון דבקות, (איך גלויב נישט אז מען האט געמאכט א לווי' פאר א לעבעדיג מענטש וואס איז א בחינה פון געשטורבן, אדער וואס איז שכל'דיג אויס געגאנגען).
א זייגער איז נישט קיין סגולה שטיינדל קעגן שטארבן אדער אויס גיין פון דבקות, און פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין מחיי' מתים, נאר א מענטש וואס שפירט אז ער גייט אויס דארף ער טרעפן א מיטל וואס זאל עים מסיח דעת זיין אטראפ פון דבקות, ביים הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע (נישט דער ליזענסקער) איז דער זייגער געווען די זאך וואס פאר עים האט דאס געהאלפן אטראפ מסיח דעת זיין.
דאס וואס smartinof האט געפרעגט:
"און אייגענטליך וואס האט ער געדארפט אנכאפן דעם זייגער, וואס האט ער אזוי מורא געהאט פון אויסגיין אויב איז ער ממש דבוק, און שפירט נישט קיין טעם און גארנישט"
עס שטייט דאך וחי בהם ולא שימות בהם, ער האט טאקע נישט מורא געהאט, אבער ער האט נאך געוואלט לעיבן און דינען גאט.
דער געדאנק וואס smartinof האט געשריבן:
"חסידות איז שטארק אנגעבינדען מיט'ן געפיל, און ביי א געפילישע זאך איז שטארק מצוי אז מען זאל זיך פאפן"
איז א שטארק ריכטיגע נקודה ווייל ביי חסידים האט מען אלעמאל זייער אכטונג געגיבן, אדער עכ"פ פרובירט אכטונג געיבן מען זאל זיך נישט פאפן, און נישט אריין פאלן צו שטארק און דמיון, ווי עס איז ידוע די מימרא פון ר' נחמן ותלמידיו אז מען דארף אגאנץ לעיבן קרעכצן און זיפצן אז מען זאל זוכה זיין צו געיבן איין אמת'ן קרעכץ, און דאס איז געווען די טענה פון די מתנגדים, אז מען פאפט זיך,
(באמערקונג: ר' נחמן און ספר המידות שרייבט, אז ווער עס פאפט זיך איז זיך מתחבר מיט די מתנגדים??!! {ספר המידות ענין זייפן אות ב'})
דער ברעסלאווער האט געזאגט אז ער האט א נייע דרך פונעם זיידן.
דער קאצקער האט געזאגט ער האט קראנטערער דרך פונעם מייסד תנועת החסידות.
גייט אריבער א משך דורות, הייבן אן עטליכע זאגן, נשתכח.
ממילא פון זיי איז קיין ראיה, ווייל ווער ס'זאגט מ'געדענקט נישט, ווי ווייסט ער וואס א צווייטער געדענקט יא?
חב''ד, טשערנאביל, וואס זענען די עיקרי ממשיכים געווען לענגאויס ביז היינט, מיטן פילעווען 'נאר' פונעם בעל שם און אלץ נאר דער בעל שם, זיי זענען וואס קענען זאגן סטעיטמענטס.
דער אלטער סקווערער רבי זצוק''ל האט טאקע אויך געזאגט וועגן די מצב הדור, אבער אז ער האט געדענקט און געוואוסט האט ער געזאגט.
ער האט געזאגט, אז אמאל ווען מ'האט דערמאנט נאר די נאמען פונעם בעל שם, איז געווען ארכובותיהם דא לדא נקשן, היינט מישטיינס געזאגט.. [דאס האט ער געזאגט קעגן די וואס האבן געמאכט פאראדעס ביים 200'סטע יאר פון ייסוד החסידות]
פון זיך דרייען אין ראדני, קען מען אוודאי קיין חסידות נישט געדענקן, און פון אנזייען טעראר און קללות אויף יעדע ניצוץ יהודי, קען מען קיין חסידות נישט ממשיך זיין, און קיין גרויסע ליבשאפט צו יהדות קען דאס נישט ברענגן.
ס'ווירבעלט א וועלט מיט חסידים, אין בעלזע הויפן, אין גערע הויפן, אין ריזשינע הויפן, אין די רוסישע הויפן, סלאנים סטאלין סקווער ראכמיסטריווקא, וואס חסידות איז זייער נשמה, און ווער קען זאגן אז זיי האבן נישט צווישן זיי מדריגות יודען ווי די תלמידים און תלמידי תלמידים פונעם בעל שם? ווער זאגט?
ווער ס'האט פארגעסן, קען זיכער נישט זאגן!
פרייע איבערטייטשונג פון ספה"ק, ויואל משה מאמר שלש שבועות ס' ק"פ:
דער כת ש"ץ האבן זיך ארומגעוויקלט אין די זוה"ק און די כתבי אר"י און האבן אין דעם אנגעהאנגען זייערע מעשים, ווייל עס ענהאלט אין זיי פארבארגענען זאכן וואס נישט יעדער מוח קען דאס דילדן, דעריבער האבן זיי געפינען א גוטער ארט צו פעלשעווען און זייערע רייד זייערע ליגענטס.
איצטערט די אפיקורסים פון אונזער צייט טוען זיך ארומוויקלען מיטן דרך הבעש"ט ווייל די וועלט ווייסט נישט וואס דאס איז דער דרך הבעש"ט, ווייל זייט רבינו הק' האט ערלויבט אראפצישרייבן תורה שבע"פ זענען אלע דרכים געווען שריפטליך, אויך דער אר"י זצוק"ל וואס האט האט גארנישט געשריבן מיט דעם אלעם האט זיין הייליגער תלמיד הרח"ו זלה"ה אראפגעשריבן אלעס, אבער דער בעש"ט הק' און זיינע תלמידים הק' האבן גארנישט פארשריבן פון זייערע הייליגער דרך, און ווי עס ווייזט זיך אויס איז דאס געווען מן השמים אז דער דרך זאל פארבלייבן א תורה שבע"פ. (קוק נאך וואס עס שטייט אין סידור התניא אין די ענין ההקפות.)
עס איז נישט פארבליבן איבער דעם אראפגעשריבן נאר ממש אביסל פון אביסל וואס מיר געפינען וואס זיי האבן געזאגט חידושי תורה ביי זייער הייליגע טישן פאר זייערע חבירים ציהערערס, און עס איז באוויסט אז די סארט דיבורים קומען לויט די שורש פון זייער נשמה פון די תלמידים וואס האבן דאס דעמאלטס געהערט וואס זיי ברויכן, און מ'ברויך אריינטראכטן אין אלע זייערע רייד איבער וואס און צו וועמען די ווערטער האבן געציעלט.
מנשה לוסטיגחב''ד, טשערנאביל, וואס זענען די עיקרי ממשיכים געווען לענגאויס ביז היינט, מיטן פילעווען 'נאר' פונעם בעל שם און אלץ נאר דער בעל שם, זיי זענען וואס קענען זאגן סטעיטמענטס.
שיק מיר אין אישי פון די סחורה וואס דו רייכעסט (פליז) 😲 😮 😕
נאכן בעש''ט האט איבער גענומען זיין זון ר' צבי, א יאר דערנאך איז די בעש''ט געקומען צום זון אין חלום און עס געהייסן איבערגעבן צום מגיד ומסרה לבנו ר' אברהם המלאך ומסרה לבנו ר' שלום שכנא מ'פראהבישט ומסרה לבנו ר' ישראל מרוזין....
פון דארט קומט די רוזשינע חסידות (ובתוכם וויזשניץ)
ארגינעלע חסידות איז נאר געווען און רוסלאנד, און אין רוסלאנד איז די ארגינעלן חסידות געווען אין רוזין
עס איז א מורא'דיגע חוצפה פון סקווירא ארויס צו רייסן די מגיד פון חסידות און זאגן אז די מאו''ע איז געווען די ממשיך פונעם בעש''ט
ס'דא בקבלה פון מגיד אז ווען ער האט איבערגענומען די הנהגה האט גאט ב''ה אליינס אים צוגעזגט אז ''לא ימושו מפיך ומפי זרעך מעתה ועד עולם"
המשך מספה"ק ויואל משה, (אין מוקדם ומאוחר)
מאמר שלש שבועות סי' קע"ז
און אלזא, זיי זאגן אויף דער בעש"ט הק' און זיינע הייליגע תלמידים, ספעציעל אויף הק' מבארדיטשוב זי"ע, אז זייער דרך איז געווען צו מצדיק זיין די רשעים.
עס זאל פארשלאסן ווערן די מויל פון ליגנט רעדנדער וואס רעדן אויף א צדיק, אויף דער צדיק פון דער וועלט דער בעש"ט הק' און זיינע הייליגע תלמידים, טוען זיי רעדן פארקרימט מיט שטאלץ און שאנדע, צוליב זייער שטאלץ וואס זיי וויל זיך כשרי'ן אין די אויגן פון די וועלט, מיט דעם וואס זיי חנפענען די רשעים צוליב זייער אינטערעסע, טוען זיי פארשעמען די תלמידי פון בעש"ט הק', צו אנהענגען אין זיי די סארט געמיינע זאכן ח"ו, דאס זענען די דאזיגע וואס דער פסוק טוהט זיי פארשעלטן מיט שטארקע קללות, און דער פסוק טוהט זיי אנרופן "אומווערדיגע פון גאט און פארלאזן די תורה".
זיכער האבן זיי מלמד געווען זכות ורחמים אויף אידישע קינדער, פריוואט צווישן זיי און דער באשעפער מיט זייערע לויטערע תפילות אזוי ווי מרע"ה, און האבן מבטל געווען פילע גזירות פון די אידן מיט זייערע הויכער כח, און די יראי ה' האבן זיך אויסגעשמועסט אוואו א חבר דורך סיי וועלכער אופן צו מלמד זכות זיין פאר השי"ת.
אבער פארן ציבור און אין יעדער ארט ווי עס איז נאר געווען א מעגליכקייט פון סיי וועלכער ריר פון א עבירה איז אדרבא, זענען זיי געווען גרויסע קנאים און אויפגעשטעלט צוימען און זיך געשטעלט פאר די פירצה און געשריגן ווי א פויגל קעגן יעדער ריר פון א לייכטע עבירה. ספעציעל פארלעצער פון גרויסע עבירות אזוי ווי אונזער דור ר"ל זענען זיי געווען דערווייטערט פון זיי ווי ווייט מ'קען זיך דערווייטערן.
קוק נאך אין קדושת לוי פון הק' מבארדיטשוב זי"ע אנהויב דרוש אויף פסח אויפן מאמר כהא לחמא עניא ווי ער ברענגט א מאמר חכז"ל "אין צייט וואס אידן טוהען דעם רצון פון אייבירשטען ווערן זיי אנגערופן קינדער און ווען זיי טוהען נישט דעם רצון פון אייבירשטן ווערן זיי אנגערופן קנעכט", און ער שרייבט אויף דעם אז עס איז נישט פארשטענדליך ווייל אז מען טוהט נישט דעם רצון פון אייבירשטן ח"ו דאס זענען רשעים ח"ו.
און אלזא דער לשון "אין עושין רצונו של מקום" איז נישט קיין ראי' אז דאס באציעט זיך אויף רשעים נאר אז מען טוהט נישט און מ'איז נישט מקיים כמצווה, און מיט דעם אלעם איז איהם נישט ציפרידן זיי צו אנרופן אפי' עבדים למקום נאר רשעים דוקא, און אוואדי און אוואדי אז ער האט זיי נישט אנגערופן צדיקים, ווייל ער האט האט נישט מצדיק געווען קיין רשע ח"ו, און נאך פילע ענינים פון קנאות און שטראף געפין מיר אין קדושת לוי
big joeגאלדאזוי שרייבט דער סאטמאר רבי אין ויואל משה
במחילת כבודו ער איז געווען ראונג.
סאטמאר איז א קהילה, נישט קיין חסידות, ממילא האט די ויואל משה נישט וואס אריין צו רעדן בעניני חסידות (נישט קיין חילוק ווי הייליג ער איז געווען)
ווען חב"ד, רוזין, גור, סקווירא, וויזשניץ וכו' וועלן מיר זאגן וועגן חסידות וועל איך אויסהערן
big joeמנשה לוסטיגחב''ד, טשערנאביל, וואס זענען די עיקרי ממשיכים געווען לענגאויס ביז היינט, מיטן פילעווען 'נאר' פונעם בעל שם און אלץ נאר דער בעל שם, זיי זענען וואס קענען זאגן סטעיטמענטס.
שיק מיר אין אישי פון די סחורה וואס דו רייכעסט (פליז) 😲 😮 😕
גראדע רייכער איך נישט, אבער ווי קומט דאס דא אריין?
מנשה לוסטיגbig joeמנשה לוסטיגחב''ד, טשערנאביל, וואס זענען די עיקרי ממשיכים געווען לענגאויס ביז היינט, מיטן פילעווען 'נאר' פונעם בעל שם און אלץ נאר דער בעל שם, זיי זענען וואס קענען זאגן סטעיטמענטס.
שיק מיר אין אישי פון די סחורה וואס דו רייכעסט (פליז) 😲 😮 😕
גראדע רייכער איך נישט, אבער ווי קומט דאס דא אריין?
מ'דארף זיין גאר הויעך צו זאגן אז חב''ד
טשערנאביל זענען די עיקרי ממשיכים.
כ'פארשטיי אז איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין סקווירא האט געהערט אז טשערנאביל איז די עיקר ממשיך,
אבער עס איבערזאגן אינדרויסן?!?! ביסטו דאך נישט בעסער פונעם סאטמארע וואס גלייבט, אז יעדער גלייבט, אז זיין רבי איז די הייליגסטע איד זייט די קריג.
כ'האב גראדע פשוט געמיינט, די וואס מאכן דערפון א וועזן אינדרויסן