ווער ס'האט פארגעסן האט פארגעסן.. וואספארא מבין איז ער אויף ווער ס'געדענקט!
נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3815
לעיקוואדפשוט פשט איז אזוי: דער בעש"ט ותלמידיו האבען מדגיש געווען און אריינגעברענגט שטארק געוויסע ענינים אין יידושקייט וואס זענען בעצם שטארק אין א סתירה מיט דער אלגעמיינער מהלך פון ארטאדאקסיע. דאס איז נישט קיין חידוש פון סאטמער רב דער ווילנער גאון האט דאס שוין געכאפט. אין חסידות גופא זענען געווען כל מיני השתלשלויות אהין און צוריק וויאזוי איינצוהלאטן די יסודות זיי זאלן נישט גיין צו וייט אין קיין שום ריכטונג, מיט פארשידענע תוצאות.
סאטמער רב האט געהאט א שטארקער פראבלעם מצד די סארט ארטאדקאסישע קנאות אין וואס ער האט געגלייבט וויאזוי דאס מיישב זיין מיט דרך החסידות, ווי למשל לגבי דער ענין פון אהבת ישראל ולימוד זכות וואס חסידות האט מדגיש געווען. זייענדיג צוריסען צווישען די צוי אמונות זיינע, מצד אחד אין תלמידי הבעש"ט, און מצד שני אין די פונדאמענטעליסטישע ארטדאדאקסישע אונגארישע מהלך, האט ער געמאכט גוט נוצען פון א אלטער טריק וואס מנוצט אין אזעלכ פעלער: זאגען מיר האבען נישט קיין השגה, מיר פארשטייען נישט העכערס, די אלע חסידישער ווערטער איז נישט כפשוטו ואנו אין לנו אלא הנגלות לנו ולבנינו אז אויף א שייגעץ שרייט מען שייגעץ ארויס.
די נקודה פון נשתכחה תורת החסידות וואס מברעגנט דא פון פריערדיגע רעדט זיך לגמרי פון אן אנדערע נקודה, אפשר דער צאנזער רב האט אויך געמיינט בערך וואס דער ויואל משה מיינט, אז מרעכענט זיך מיט דעם אז צאנזער רב איז פון די מייסדים פון די היינטיגע קנאישעער מהלך געבויט אויף דעת תורה וכו'. אבער דער מגן אבות שומר אמונים וכו' רעדן פון עפעס אנדערש אינגאנצן, זיי רעדן פון די הדרכה פנימית אין עבודת ה' , ביז ממש טיפע גרויסע מדרגות, וואס דער בעש"ט האט אויסגעלערנט, און זענען זיך מתאונן אז עס איז שוואכער געווארען אין שפעטערדיגער דורות. אליבא דאמת איז נישטא אין דעם קיין שכחה, נאר פשוט דאס איז אן ענין וואס איז לכתחילה געמאכט געווארען פאר יחידי סגולה ממש, אנשי לבב חכמים ומבינים מדעתם, און אוודאי אויך היינט זענען דא אזעלכע וואס זענען שייך צו דעם זעיר פה זעיר שם וואס זיי קומט צוניץ תורת הבעש"ט.
👍 👍 👍
מזעהט אז דו ביזט נישט סתם אן אינטערנעט גליטשער...
נישט נאר סאטמאר רב, אלע היינטיגע חסידים מוטשענען זיך מיט דעם. די ארטאדאקסיע, וויאזוי דו רופסט עס, האט לדעתי גארנישט מיט אידישקייט, ס'זעהט מער אויס ווי השפעות פון די קריסטן. און דאכצעך, אז די ספרדים האבן עס טאקע נישט, אזוי שטארק ווי די אשכנזים עכ"פ.
די וואורקע-אמשינאווע חדר, האבן נישט די פראבלעם, עכ"פ נישט אזוי שטארק ווי די אנדערע חסידים.
אבי מ'זאגט אז קאווע שטיבל פאלט. קוק די 'אלטע' אשכול, ווי א העמק דבר ענין האט זיך פארוואנדעלט אין פיס געצייג, און די הרב רייזמאן אשכול, ווי נאר איין תגובה איז ראוי למחיקה.
Re: נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
דאס קומט אפשר מער אינעם מילתא דבדיחותא אפטיילונג אבער אזוי ווי עס האט שייכות מיט'ן נשתכח תורת הבעש"ט וועל איך עס לייגן דא, דער קרעטשניפ'ער רבי ר' הערשל'ע האט אמאל געזאגט - אויף דעם וואס הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל האט געזאגט אז עס איז נשתכח תורת הבעש"ט - אז אמת טאקע אז עס איז נשתכח געווארן אבער איך האב מיך דערמאנט...
מבני משהנשתכחה תורת הבעש"ט הק'
עס איז ידוע די באוויסטע מימרא וואס מען זאגט נאך פון הרה"ק ציס"ע רשכב"ה בעל ויואל משה זי"ע סאטמער רב
אז ליידער איז נשתכחה תורת הבעש"ט הק'.
קען מיר איינער ערקלערן ביטע:
וואס איז דאס תורת הבעש"ט (די תורה וואס איז פארגעסן געווארן)
פאר וואס און ווי אזוי איז דאס פארגעסן געווארן
וואס וואלט דאס געקענט צוריק אויף וועקן און דערמאנען
אויב איך ווייס גוט איז נישט יעדער מודה דערצו?!!
נ.ב. ווער עס געדענקט נישט ווי אזוי עס האט אויס געזעין קודם שנשתכחה מיז נישט ענטפערן!
נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
ענק לייענען עס נישט גוט, דער סאקמר רב האט געמיינט צו זאגען...
נשתכחה תורת, אז זיינע חסידים האבען פארגעסען פון די תורה אבער הבעש"ט הק',דער בעש"ט איז געוועהן הייליג