☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » נשתכחה תורת הבעש"ט הק'

נשתכחה תורת הבעש"ט הק'

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3815
בלאט: 1 2 3 4

גאלד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:31 am

· #144490
big joe
big joe
גאלד
אזוי שרייבט דער סאטמאר רבי אין ויואל משה

במחילת כבודו ער איז געווען ראונג.

סאטמאר איז א קהילה, נישט קיין חסידות, ממילא האט די ויואל משה נישט וואס אריין צו רעדן בעניני חסידות (נישט קיין חילוק ווי הייליג ער איז געווען)

ווען חב"ד, רוזין, גור, סקווירא, וויזשניץ וכו' וועלן מיר זאגן וועגן חסידות וועל איך אויסהערן

כאפ נישט וואס די רעצט, סאטמאר רבי זצ"ל האט געצויגן זיין יחוס צו די סיגעטער גזע ביזן הייליגן ישמח משה, א תלמיד פון הייליגן חוזה, וע"פ קבלתם נהג,

גאלד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:43 pm

· #144615
נאך נארהאפטיגע סחורה פונעם ספה"ק ויואל משה הנוגע לענינינו,

איבער דער פאלשער אפטייטש פון דרך הבעש"ט, לגבי מצדיק און מחפה זיין רשעים, דלא כמאן דאומרים כאן בקאווע שטיבל,

מאמר שלש שבועות סי' קע"ח, וזל"ק:

עס איז כדאי צו אראפברענגען דא א מאמר פון דעם ספר "אור האמת". דער ספר איז א כי"ק פון הק' מבארדיטשוב זי"ע וואס ער האט זיך אליינס אנגעצייכענט דאס וואס ער האט געהערט מפי רבו המגיד הק' ממעזריטש זי"ע, אזוי ווי ער ברענגט דארט אין די הקדמה.

שרייבט ער דארט דף נ"ט וז"ל בקיצור, אויפן פסוק "עוזבי תורה יהללו רשע ושומרי תורה יתגרו בם", פרעגט ער אמער עוזבי תורה זענען דאך רשעים און די שומרים זענען צדיקים וואלט ער ווען געדארפט זאגן רשעים יהללו רשע וצדיקים יתגרו בם. און נאך פרעגט ער, דער אנהויב פונעם פסוק זאגט ער א לשון יחיד און דער אויספיר פון פסוק זאגט ער א לשון רבים "יתגרו בם", ער וואלט געדארפט זאגט ביי ביידען איין לשון.

ענטפערט ער אז עס זענען פארהאן צוויי סארט צדיקים, ס'פארהאן א צדיק וואס איז עוסק אין תורה און גמילות חסדים און מקיים כל התורה, אבער ער איז א צדיק פאר זיך נישט פאר אנדערע, טראץ וואס עס איז איינע פון די מצוות פוו די תורה וואס עס שטייט "הוכח תוכיח" מיט דעם אלעם צוליב זיין ווייכער נאטור און זיין גוטער טבע קען ער נישט זאגן פאר יענעם האסט נישט געטאן כהוגן.

ווידער זענען פארהאן צדיקים וואס שטענדיג שטעלן זיי זיך קעגן די פירצה'ס, רייצן זיך מיט די וואס טוהן אומרעכט, מוסר'ן און פארשענדן שטענדיג זייערע שמוציגע מעשים אזוי ווי עס שטייט "בתקוממיך אתקוטט".

איז אזוי, דער צווייטער כת צדיקים האט יעדער זיי מער פיינט ווייל זיי זעהען ווי דער ערשטער כת וואס זענען צדיקים זיצן שטיל מסתמא ווייל זיי זענען נישט אזעלעכע רשעים, צוליב דעם איז עס גורם אז דער צווייטער כת זאל זיך ארומקריגן און פארהאלטן כת א' "פארוואס זענט איר נישט מקנא קנאות ה' צבאות?" דאס איז דער פשט "יתגרו בם" אז דער צווייטער כת איז - לשם שמים - זיך מתגרה מיט דער ערשטער כת אז זיי זאלן מיט שטיין מיט זיי קעגן די פירצה און מלחמה האלטן קעגן די פיינט פון גאט.

איז אזוי, דער ערשטער כת צוליב זייער ווייכער נאטור זעהן זיי נישט די שלעכטס פון די רשעים זיי זענען מהפך בזכותם און פארענטפערן אפשר איז עס נישט אזוי שלעכט ווי מ'בארעדט זיי אדער עפעס א אנדערע אויסרייד, אדער ברענגען זיי ארויף די שיינע מדות וואס די דאזיגער רשעים האבן, דאס איז פשט פון "יהללו רשע" אז צוליב זייער נאטור זענען זיי מהפך בזכותם, אדער זאגן זיי אז מ'קען פשוט נישט מעמיד זיין הדת על תלה מיט זיך קריגן, אדער מוטשע נישט דאס אידיש פאלק, ממילא צוליב די אלע טענות זענען זיי זיך מונע פון צו מוכיח זיין, איז טראץ וואס זיי זענען בעצם צדיקים רופט זיי דער פסוק אן "עוזבי תורה" און דער צווייטער כת ווערן אנגערופן "שומרי תורה",

עכ"ל פון ספר "אור האמת".

די דאזיגע רייד זענען ארויסגעקומען מפה קדוש המגיד הק' ממעזריטש זי"ע אבי החסידים וואס דורך איהם איז פארשפרייט געווארן אויף די וועלט די דרך הבעש"ט, און הק' מבארדיטשוב וואס זיין דרך איז געווען צו מלמד זכות זיין אויף אידן, און ער האט דאס זיך אנגעצייכענט מתורת רבו הק' אז אפי' צדיקים גמורים אויב זענען זיי נישט לוחם קעגן עוברי עבירה צוליב זייער ווייכער נאטור מיט טענות אז אפשר זענען זיי נישט רשעים ווי מ'זאגט, מיט דעם אלעם רופט זיי דער פסוק אן "עוזבי תורה" און די "שומרי תורה" זענען זיך מתגרה מיט די דאזיגע צדיקים ווייל זיי זענען נישט מקנא קנאת ה' צבאות. איז קלאר פון דעם דער "דרך הבעש"ט הקדוש", נישט ווי עס זאגן די עלעמענטן וואס חנפענען צו רשעים און ווייסן נישט וואס זיי פלאפלען.

גאלד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:52 pm

· #144618
מ'זעהט ווי מיילן ווייט פאראויס דער סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען קעגן די אלע שרייבערליך דא,

גאלד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:22 pm

· #144674
נאך סחורה...

מאמר שלש שבועות סי' קפ"א

מיר געפינען אויך אין די גמרא מערערע פעלער איבער דעם, צום ביישפיל די גמרא קידושין דף כ"ט ע"ב, זאגט דארט די גמרא אזוי, "אמר ר"י א"ש" האט ר' יהודא נאכגעזאגט פון שמואל'ן "הלכה" דער הלכה איז "נושא אשה" קודם זאל א מענטש הייראנען א פרוי "ואח"כ ילמוד תורה" און נאכער זאל ער זיך זעצן לערנען תורה, "ור"י אמר" און ר' יוחנן זאגט "ריחיים בצאוורו ויעסוק בתורה?" קען דען א מענטש עוסק זיין בתורה ווען ער האט אויפן קאפ די פרעשור פון פרנסה? ממילא צוליב דעם זאל א מענטש ענדערש קודם הארעווען אויף תורה און נאכדעם חתונה האבן, פירט די גמרא אויס "ולא פליגי" און זיי קריגן נישט "הא לן והא להו" ער רעדט צו מענטש פון אונז דא אין בבל, און ער רעדט פון די מענטשן פון דארט אין ארץ ישראל.

איז דא דארט א מחלוקה רש"י און תוס', וועלכער אמורא רעדט צו די מענטשן פון ארץ ישראל און וועלכער צו די מענטשן פון בבל, ווייל די מימרות זענען דאך געזאגט געווארן סתם אן ערקלערן קיין שום חילוק אין זייערע דיבורים.

איז תוס' דארט ד"ה "הא" זאגט אז טראץ וואס שמואל איז געווען פון בבל האט ער פארט געזאגט א הלכה סתם וואס איז נאר פאר די מענטשן פון ארץ ישראל ווייל פונקט דעמאלטס זענען געווען פאר איהם תלמידים פון ארץ ישראל און ער האט גערעדט צו זיי, די זעלביגע מיט ר' יוחנן טראץ וואס ער איז פון ארץ ישראל מיט דעם אלעם בעת ער האט גערעדט צו די תלמידים זענען געווען פאר עהמען פון בבל האט ער געזאגט א סתם הלכה וואס איז נאר גילטיג פאר די מענטשן פון בבל עיי"ש.

זעהמיר אז דאס איז געוען זייער דרך צו זאגן הלכות אן צו ערקלערן וואס מ'ברויך מחלק זיין אין דעם זאך, ווייל די וואס זענען דארט געווען האבן פארשטאנען אז די ווערטער זענען געציעלט צו זיין און נישט צו קיין אנדערע, שפעטער ווען די חכמים האבן געזעהן סתירות אין די מימרות האבן זיי פון דעם מציאות ארויסגענומען וואס עס איז דא צו מחלק זיין צווישן זיי.

...המשך יבוא

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:32 pm

· #144678
גאלד איך קען דיך בעטען א טובה?

אויב יא, עס איז שווער פאר די אויגען צו ליינען דעי שארפע בלויע קאליר
אנשטאט שרייב מיט די שווארצע קאליר אין העכסטענס מאך עס גרויס

גאלד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:35 pm

· #144680
אזוי איז בעסער?

מנשה לוסטיג » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:44 pm

· #144684
גאלד כ'קען דיר בעטן א טובה?
ס'עקלט צו לייענען ווערטער וואס איז שוין 'נשתכח'.

גאלד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:05 pm

· #144691
איים סארי איך כאפ נישט דיין רעפונירטע וויץ ליידער בינעך נישט אזוי קלוג ווי דיר

מנשה לוסטיג » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:41 pm

· #144698
גאלד
איים סארי איך כאפ נישט דיין רעפונירטע וויץ ליידער בינעך נישט אזוי קלוג ווי דיר

ס'איבריג צו זאגן, אז דו האסט פיין פארשטאנען, ס'שאד זיך ווייקן אין די סאטמארע זויער טאפ, קום צו אונז מיר לעבן אין חסידות.. מיר ראנגלען זיך נישט מיטן שר השכחה

big joe » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:11 pm

· #144762
גאלד

כאפ נישט וואס די רעצט, סאטמאר רבי זצ"ל האט געצויגן זיין יחוס צו די סיגעטער גזע ביזן הייליגן ישמח משה, א תלמיד פון הייליגן חוזה, וע"פ קבלתם נהג

יעדע קען זיך נער'ן אז ער ציט זיין יחוס ווי אזוי ער וויל, סאטמאר האט גארנישט מיט לובלין. נישט די לובלינע דרך, און נישט אפילו די לובלינע סטייל.

און אז איך בין געווען אמאל אין פאפא, און געלערנט אביסל ויגד יעקב קען איך ווערן פאפא רב? אדער זיינע א ממלא מקום? אדער ווייטער פירן זיין גזע?

סאטמאר איז א קהילה!!! מיט ז' טובי, א וועד, שטאטוטען, אאוו

גאלד » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:38 pm

· #144772

כווייס באמת נישט וואס דו דרייסט א קאפ, יא סאטמאר רבי האט געגרינדעט א קהלה מיט שטאטון, מילא? א כלל? וואו פונקטליך איז דאס א סתירה צו די הנהגה וידעות פון סאטמאר רבי זצ"ל איבער חסידות, ער שטאמט פונקט אזוי פון חסידישע גזע'ס פונקט ווי די אלע אנדערע רבי'ס, און ער האט זיך נוהג געווען ע"פ קבלתם במנהגי אבותיו ורבותיו, נו מאי שנא?

big joe » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 11:30 pm

· #144783
ס'דא א חילוק צווישען א קהילה מיט א חסידות (למשל ביי א חסידות איז די רבי באלעבאס און ביי א קהילה איז די רב א ארבייטער)ֿ
סאטמאר אינדערהיים איז נישט געווען קיין חסידות, ער איז געווען א רב נישט א רבי.
סאטמאר רבי איז די ממשיך פונעם חוזה פונקט ווי עני יונגערמאן וואס איז געווען א סיגוטע תלמיד איז א ממשיך פונעם חוזה

סאשי פיש » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 11:39 pm

· #144786
גאלד
אזוי איז בעסער?

יא
ישר כח עס ליינט זיך מיט א געשמאק

גאלד » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 11:44 pm

· #144787
למאי נפק"מ? דער מנחת אלעזר מיטן דברי חיים זענען אויך געווען שטאטס רבנים אויסער א חסידישע רבי, זענען זיי לפי"ז נישט געווען קיין חסידים? זיי זענען אלע געווען חסידישע רבי'ס וואס האבן אויך געטויגט צו רבנות והנהגה, די זעלבע איז מיטן סאטמאר רבי ער איז געווען א חסידישע רבי וואס איז אויך געווען שטאטס רב אין סאטמאר ראמעניע,

היימישער ליטוואק » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:32 am

· #144815
איך האב נאכגעקוקט און געפונען דעם שטיקל דא
אלעס שטייט אזוי ווי דער ויוא"מ ברענגט עס, חוץ איין "קליינע" פרט, "עוזבי תורה" איז נישט ווייל זיי ווערן ח"ו אנגערופן מיט אזא נעגאטיוון נאמען, נאר פשוט ווייל זיי זענען עוזבי תורה מלשון הוראה, דהיינו זיי זענען נישט קיין מוסר זאגערס. עס איז קלאר פון דעם שטיקל אז ער קריטיקירט נישט די ערשטע כת פון צדיקים, אדרבה עס איז משמע אז ער אידענטיפיצירט זיך מיט איר.
זע אויך דער אנהויב פון דעם שטיקל, מותר להתגרות, נישט מצוה אדער חיוב.
גאלד
נאך נארהאפטיגע סחורה פונעם ספה"ק ויואל משה הנוגע לענינינו,

איבער דער פאלשער אפטייטש פון דרך הבעש"ט, לגבי מצדיק און מחפה זיין רשעים, דלא כמאן דאומרים כאן בקאווע שטיבל,

מאמר שלש שבועות סי' קע"ח, וזל"ק:

[size=150]עס איז כדאי צו אראפברענגען דא א מאמר פון דעם ספר "אור האמת". דער ספר איז א כי"ק פון הק' מבארדיטשוב זי"ע וואס ער האט זיך אליינס אנגעצייכענט דאס וואס ער האט געהערט מפי רבו המגיד הק' ממעזריטש זי"ע, אזוי ווי ער ברענגט דארט אין די הקדמה.

שרייבט ער דארט דף נ"ט וז"ל בקיצור, אויפן פסוק "עוזבי תורה יהללו רשע ושומרי תורה יתגרו בם", פרעגט ער אמער עוזבי תורה זענען דאך רשעים און די שומרים זענען צדיקים וואלט ער ווען געדארפט זאגן רשעים יהללו רשע וצדיקים יתגרו בם. און נאך פרעגט ער, דער אנהויב פונעם פסוק זאגט ער א לשון יחיד און דער אויספיר פון פסוק זאגט ער א לשון רבים "יתגרו בם", ער וואלט געדארפט זאגט ביי ביידען איין לשון.

ענטפערט ער אז עס זענען פארהאן צוויי סארט צדיקים, ס'פארהאן א צדיק וואס איז עוסק אין תורה און גמילות חסדים און מקיים כל התורה, אבער ער איז א צדיק פאר זיך נישט פאר אנדערע, טראץ וואס עס איז איינע פון די מצוות פוו די תורה וואס עס שטייט "הוכח תוכיח" מיט דעם אלעם צוליב זיין ווייכער נאטור און זיין גוטער טבע קען ער נישט זאגן פאר יענעם האסט נישט געטאן כהוגן.

ווידער זענען פארהאן צדיקים וואס שטענדיג שטעלן זיי זיך קעגן די פירצה'ס, רייצן זיך מיט די וואס טוהן אומרעכט, מוסר'ן און פארשענדן שטענדיג זייערע שמוציגע מעשים אזוי ווי עס שטייט "בתקוממיך אתקוטט".

איז אזוי, דער צווייטער כת צדיקים האט יעדער זיי מער פיינט ווייל זיי זעהען ווי דער ערשטער כת וואס זענען צדיקים זיצן שטיל מסתמא ווייל זיי זענען נישט אזעלעכע רשעים, צוליב דעם איז עס גורם אז דער צווייטער כת זאל זיך ארומקריגן און פארהאלטן כת א' "פארוואס זענט איר נישט מקנא קנאות ה' צבאות?" דאס איז דער פשט "יתגרו בם" אז דער צווייטער כת איז - לשם שמים - זיך מתגרה מיט דער ערשטער כת אז זיי זאלן מיט שטיין מיט זיי קעגן די פירצה און מלחמה האלטן קעגן די פיינט פון גאט.

איז אזוי, דער ערשטער כת צוליב זייער ווייכער נאטור זעהן זיי נישט די שלעכטס פון די רשעים זיי זענען מהפך בזכותם און פארענטפערן אפשר איז עס נישט אזוי שלעכט ווי מ'בארעדט זיי אדער עפעס א אנדערע אויסרייד, אדער ברענגען זיי ארויף די שיינע מדות וואס די דאזיגער רשעים האבן, דאס איז פשט פון "יהללו רשע" אז צוליב זייער נאטור זענען זיי מהפך בזכותם, אדער זאגן זיי אז מ'קען פשוט נישט מעמיד זיין הדת על תלה מיט זיך קריגן, אדער מוטשע נישט דאס אידיש פאלק, ממילא צוליב די אלע טענות זענען זיי זיך מונע פון צו מוכיח זיין, איז טראץ וואס זיי זענען בעצם צדיקים רופט זיי דער פסוק אן "עוזבי תורה" און דער צווייטער כת ווערן אנגערופן "שומרי תורה",

עכ"ל פון ספר "אור האמת".

די דאזיגע רייד זענען ארויסגעקומען מפה קדוש המגיד הק' ממעזריטש זי"ע אבי החסידים וואס דורך איהם איז פארשפרייט געווארן אויף די וועלט די דרך הבעש"ט, און הק' מבארדיטשוב וואס זיין דרך איז געווען צו מלמד זכות זיין אויף אידן, און ער האט דאס זיך אנגעצייכענט מתורת רבו הק' אז אפי' צדיקים גמורים אויב זענען זיי נישט לוחם קעגן עוברי עבירה צוליב זייער ווייכער נאטור מיט טענות אז אפשר זענען זיי נישט רשעים ווי מ'זאגט, מיט דעם אלעם רופט זיי דער פסוק אן "עוזבי תורה" און די "שומרי תורה" זענען זיך מתגרה מיט די דאזיגע צדיקים ווייל זיי זענען נישט מקנא קנאת ה' צבאות. איז קלאר פון דעם דער "דרך הבעש"ט הקדוש", נישט ווי עס זאגן די עלעמענטן וואס חנפענען צו רשעים און ווייסן נישט וואס זיי פלאפלען.
[/size]

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:06 am

· #144852
גאלד
big joe
big joe
גאלד
אזוי שרייבט דער סאטמאר רבי אין ויואל משה

במחילת כבודו ער איז געווען ראונג.

סאטמאר איז א קהילה, נישט קיין חסידות, ממילא האט די ויואל משה נישט וואס אריין צו רעדן בעניני חסידות (נישט קיין חילוק ווי הייליג ער איז געווען)

ווען חב"ד, רוזין, גור, סקווירא, וויזשניץ וכו' וועלן מיר זאגן וועגן חסידות וועל איך אויסהערן

כאפ נישט וואס די רעצט, סאטמאר רבי זצ"ל האט געצויגן זיין יחוס צו די סיגעטער גזע ביזן הייליגן ישמח משה, א תלמיד פון הייליגן חוזה, וע"פ קבלתם נהג,

פון אלע פוילישע רביס איז די חוזה׳ס דרך די מערסט עקסטרימע היפך פונעם סאטמאר רבי׳ס דרך

צ.ב.ש.

א צדיק׳ס עבודה איז נישט זיין די מוכיח, דאס באלאנגט פארן מגיד. (זאת זכרון כי תשא און בראשית)

מען מעג נישט זיין קיין קיצוני (זאת זכרון ויצא)

נישט האבן קיין כעס אויף רשעים (דברי אמת ויחי)

ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מאוומענט פון ארויף גיין קיין א״י און פשוט איינעמען דאס לאנד דורך זיין דארט רוב האט ער פערזענליך געשיקט דארט מענטשן און געלד

ועיקר הישוב הוא ארץ ישראל... מושבעים אנו לא לדחות את הקץ קודם זמנו הידוע לו יתברך לבד, אך אף על פי לענין הזמן טובה התעוררות שלנו (זאת זכרון פרשת אחרי)

קענסט מיר פארקויפן 1000 מעשיות וויאזוי דאס איז געווען די סאטמאר רבי׳ס דרך. אבער יעדער ווייסט אז סאטמאר רבי איז געווען א מוסר זאגער ווי ער האט נאר געקענט, א עקסטרימע מענטש (כ׳וויס ס׳דא שיינע מעשיות אויף פארקערט, אבער די דרך איז א עקסטרימע)

זיין דרך איז מלא כעס אויף רשעים

אין לגבי אז די זמן קען איבערוועגן די ״לדחוק את הקץ״ איז דאך פשוט אז דאס איז נישט געווען זיין דרך
ועוד ועוד....

גאלד » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:10 am

· #144881
big joe

פון אלע פוילישע רביס איז די חוזה׳ס דרך די מערסט עקסטרימע היפך פונעם סאטמאר רבי׳ס דרך

צ.ב.ש.

א צדיק׳ס עבודה איז נישט זיין די מוכיח, דאס באלאנגט פארן מגיד. (זאת זכרון כי תשא און בראשית)

נו סאטמאר רבי איז געווען דער מגיד, אבער א "חסידישער" מגיד,

מען מעג נישט זיין קיין קיצוני (זאת זכרון ויצא)

וואס מיינט לויטן חוזה א קיצוני?

נישט האבן קיין כעס אויף רשעים (דברי אמת ויחי)

כעס איז א מידה מגונה לויט חז"ל,

ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מאוומענט פון ארויף גיין קיין א״י און פשוט איינעמען דאס לאנד דורך זיין דארט רוב האט ער פערזענליך געשיקט דארט מענטשן און געלד

אזוי האבן געטאן אלע צדיקים נאך פאר חסידים, אבער ווי קומט דאס מיט - להבדיל אא"ה - מיט תניעות הערצל וחבריו

ועיקר הישוב הוא ארץ ישראל... מושבעים אנו לא לדחות את הקץ קודם זמנו הידוע לו יתברך לבד, אך אף על פי לענין הזמן טובה התעוררות שלנו (זאת זכרון פרשת אחרי)

סאטמאר רבי רעדט דערפון אין ויוא"מ און ער עגריט מיט עס, כעל עס מעתיק זיין בלנ"ד בבוא עת

קענסט מיר פארקויפן 1000 מעשיות וויאזוי דאס איז געווען די סאטמאר רבי׳ס דרך. אבער יעדער ווייסט אז סאטמאר רבי איז געווען א מוסר זאגער ווי ער האט נאר געקענט, א עקסטרימע מענטש (כ׳וויס ס׳דא שיינע מעשיות אויף פארקערט, אבער די דרך איז א עקסטרימע)

זייער אסאך גרויסע חסידישע רבי'ס זענען געווען מוסר זאגער. והדברים ידועים

זיין דרך איז מלא כעס אויף רשעים

עפ"ל

אין לגבי אז די זמן קען איבערוועגן די ״לדחוק את הקץ״ איז דאך פשוט אז דאס איז נישט געווען זיין דרך
ועוד ועוד....

כאילו עס איז פארהאן 2 דרכים צו מ'מעג יא דוחק זיין את הקץ צו נישט,

איך אויך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:44 am

· #144897
ליטוואק ,דער ספר ויא"מ איז מלא וגדוש מיט אזעלכע זיופים און "קליינע טעותים" כלשונך. עס איז א פול טיים דזשאב אויב מען וויל זיי אלע מגלה זיין.

מנשה לוסטיג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:48 pm

· #144917
כלל ישראל האט ברוך השם געהאט, און האט נאכאלץ פארטרעטער, און ברוך השם ס'גארנישט פארגעסן געווארן, און ווער ס'האט פארגעסן זאל זיך גיין לערנען מיט א פרישקייט.
כלל ישראל אן סאטמארע שיטה וואלט נישט געווען קיין ציונים, און אפילו די ציונים וואלטן שוין שנעלער תשובה געטון ווען נישט די פארשטינקענע חילול השם וואס גייט פאר אין ווילי פון די טאג וואס סאטמארע בריונים האבן זיך ערקלערט 'המולך'

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:33 pm

· #144984
חסידישע מגיד, פלעינע מגיד
הקיצור א רבי איז ער נישט געווען

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:36 pm

· #144986
גאלד

זייער אסאך גרויסע חסידישע רבי'ס זענען געווען מוסר זאגער. והדברים ידועים

אבער נישט די חוזה, אט דאס זאג איך ער האט נישט געהאט קיין דרך און נישט געווען קיין ממשיך.
ער האט אביסל גענאשט פון ווי ער האט געקענט און פארשטאנען

גאלד » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:54 pm

· #144998
big joe
חסידישע מגיד, פלעינע מגיד
הקיצור א רבי איז ער נישט געווען

איז נישט דער ר"ר בער געווען א מגיד, די זעלבע מיטן עבודת ישראל און ר' מאטעלע טשענאבלער וכדומה, די אלע זענען געווען מגידים, געזאגט מוסר פאר אידישע קינדער,

גאלד » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:57 pm

· #145001
big joe
גאלד

זייער אסאך גרויסע חסידישע רבי'ס זענען געווען מוסר זאגער. והדברים ידועים

אבער נישט די חוזה, אט דאס זאג איך ער האט נישט געהאט קיין דרך און נישט געווען קיין ממשיך.
ער האט אביסל גענאשט פון ווי ער האט געקענט און פארשטאנען

מוז עפעס פונקט זיין חוזה? זיין חסידישע דרך איז געווען "סיגוט" ולמעלה בקודש, עפעס שלעכט מיט דעם?

מנשה לוסטיג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:07 pm

· #145119
דער גרויסער מגיד, דער קאזניצער מגיד דער טשערנאבליר מגיד, אזוי דער בארדיטשובער רב, אלע האבן פאר זייער אייגן עולם געזאגט הדרכה און מיט א שטארקע פארנעם, אבער קיינמאל נישט געזאגט אויף א יוד, כופר, שייגעץ, פוקר, ציוני. קיינמאל האבן די אמת'ע צדיקים נישט גערעדט אויף די הייליג לאנד, אז חלילה דער באשעפער איז מער נישט דארט, און אז די קליפה פירט אן אלע ניסים.
קיינמאל האבן די חסידישע רביים - מגידים נישט געזאגט וואס די מגידי רעות האבן אלץ אנגעשראקן, מיט גיהנום און מלאכי חבלה און ווייסעך וואס אין דער גאטשע אריין.
ביי זיך אין חבורה האבן זיי שטארק געפייערט און אבער כלפי שמיא איז געווען בלויז מליצה ישרה אלץ אלץ, אייביג אייביג. קיין שלעכט ווארט נישט גערעדט אויף א תינוק שנשבא. אוודאי אויף הערצל אויף די געציילטע מחטיאי הרבים האבן אלע געהאלטן די ערגסטע. אבער רוב כלל ישראל זאל הייסן פושעים? נאו מיי בראדער, דאס האט געהערט פאר עפעס שווארץ קוקער, נישט פאר חסידישע מנהיגים

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:11 pm

· #145120
מנשה לוסטיג

גם אני מצטרף

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:13 pm

· #145122
סאטמר רב'ס דרך איז געווען די דרך פון די פרושים נישט פון די חסידים.

חוץ מזה ער איז נישט געווען קיין ממלא מקום פון קיין שום רבי

גאלד » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:37 pm

· #145125
חסידישע רבי'ס האבן קיינמאל נישט מחפה געווען מצדיק ומעודד געווען מחטאי הרבים מהרסי הדת ואפיקורסים, נאו מיי בראדער, דאס האבן נאר געטאן פחדנים, חונפים און לעקערס אן קיין רוקן ביין

גאלד » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:50 pm

· #145129
big joe
סאטמר רב'ס דרך איז געווען די דרך פון די פרושים נישט פון די חסידים.

מהיכי תיתי, האסט מיר דערווייל נאך נישט געזאגט איין זאך וואס סאטמאר רבי האט זיך נוהג געווען בניגוד דרך החסידות - לשיטתך,

חוץ מזה ער איז נישט געווען קיין ממלא מקום פון קיין שום רבי

די מיינסט יורש פון זיין פאטער'ס רעביסטעווע, אוואדי נישט ער איז דאך נישט געווען דער עלצטער זוהן, ר' מאטעלע טשענאבלער האט אויך נאר געהאט איין יורש אויף זיין רעביסטעווע - הרה"ק ר' אהרן זצ"ל - צווישן 8 זוהן (צו וויפיל) ובתוכם ר' איציקל סקווערער, די זעלביגע מיטן רוזינער, צו דער צאנזער רב, און ווער נישט, אבער אלע האבן געהאט פולע קינדער ממשיכי דרך אבותיו ורבותיו,

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:01 pm

· #145137
מנשה לוסטיג
דער גרויסער מגיד, דער קאזניצער מגיד דער טשערנאבליר מגיד, אזוי דער בארדיטשובער רב, אלע האבן פאר זייער אייגן עולם געזאגט הדרכה און מיט א שטארקע פארנעם, אבער קיינמאל נישט געזאגט אויף א יוד, כופר, שייגעץ, פוקר, ציוני. קיינמאל האבן די אמת'ע צדיקים נישט גערעדט אויף די הייליג לאנד, אז חלילה דער באשעפער איז מער נישט דארט, און אז די קליפה פירט אן אלע ניסים.
קיינמאל האבן די חסידישע רביים - מגידים נישט געזאגט וואס די מגידי רעות האבן אלץ אנגעשראקן, מיט גיהנום און מלאכי חבלה און ווייסעך וואס אין דער גאטשע אריין.
ביי זיך אין חבורה האבן זיי שטארק געפייערט און אבער כלפי שמיא איז געווען בלויז מליצה ישרה אלץ אלץ, אייביג אייביג. קיין שלעכט ווארט נישט גערעדט אויף א תינוק שנשבא. אוודאי אויף הערצל אויף די געציילטע מחטיאי הרבים האבן אלע געהאלטן די ערגסטע. אבער רוב כלל ישראל זאל הייסן פושעים? נאו מיי בראדער, דאס האט געהערט פאר עפעס שווארץ קוקער, נישט פאר חסידישע מנהיגים

קיינמאל אין די היסטאריע האט נישט פאסירט אז אזא גרויסער חלק פון כלל ישראל זאל אזוי מורד זיין בכל הקדוש לנו, האט מען דעריבער געמוזט (עכ"פ לפי שיטתו) אננעמען מיטלען וואס מען האט נאך נישט געהערט,
אבער איין מינוט - מ'האט טאקע נישט געהערט? ווי אזוי האבן די צדיקי הדור זיך געפירט ביי די השכלה באוועגונג? ביי כת ש"ץ? אפשר קען מען נאכקוקן ווי אזוי די אמת'ע מנהיגי הדור האבן זיך געפירט, און ווער עס איז ארויס דער געווינער?

סאטמאר רב זצ"ל האט אויך ממליץ טוב געווען כלפי שמיא, ער האט דאס קלאר מגלה געווען מער ווי איינמאל. ער האט נאר מוחה געווען מכח זיין אהבת ישראל, בבחי' אם יש דין למטה וכו', והא ראי', די אלע א.ג. "פושעים" האט ער געהאלפן פיל מער ווי די אייגענע מזרחי און אגודה מיטגלידער, צענדליגער מעשיות קורסירן ארום מיט נעמען, און איך האב עס געהערט פון מיינע זיידעס און עלטער פעטערס וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן, און געזעהן ווי ער שארט אריין א טאג קוויטל געלט - שווערע טויזענטער דאלארן - אין יענעמ'ס טאשקע מיט די גרעסטע רחמנות, צי פאר הכנסת כלה אדער עניני רפואה. במקום קנאותו שם אתה מוצא רחמנותו! עס איז נישט געווען נאך אזא בעל רחמים און ווייך הארץ פאר אידישע קינדער ווי סאטמאר רב בדורו. ער האט געשימפן אויפן כלל, אבער קיינמאל נישט בארעדט א יחיד (בפרט נישט ברבים, הגם מען קען הערן אויף געציילטע אומערלויבטע-רעקארדירטע קאסעטעס וואס מחמת צערו לאזט ער צומאל פאלן א שארפן ווארט אויף אייניגע מנהיגים וועלכע האבן לפי דעתו גורם געווען א חורבן). ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון קיין גיהנם און מלאכי חבלה. וואס האקסטו סתם זאצן, מנשה'לע.

ער האט אויך קיינמאל נישט גערעדט אויפן "הייליגן לאנד", נאר אויף די טמא'נע פירערס. פוק חזי זיין התלהבות בעפאר הקמת המדינה, זיין צער און בכיות ווען ער איז געגאנגען צום כותל תרצ"ב, דאס זעלבע ביי די קברי צדיקים בפרט אין מירון, ווי ער האט אליינס מעיד געווען 'פעסער טרערן פון אהבה האבן מיר דארט פארגאסן', און לאמיר נישט אריינגיין אין דעם יראת הכבוד און הייליגע רעספעקט וועלכע די גרעסטע צדיקים ובעלי מקובלים בדורו האבן אפגעגעבן דעם רבי'ן אלע יארן. ער האט שטענדיג גע'טענה'ט אז זיין התנגדות צו די מדינה קומט טאקע מחמת זיין "אהבת ארץ ישראל" וועלכע פארליידט נישט קיין עוברי עבירה.

ווען מען רעדט פון קנאות, מאלט מען זיך אויס א בילד פון א בייזן מאן, וועלכער האט געשאלטן ווער עס שטייט אים אין וועג. למעשה לא מיניה ולא מקצתיה, די גאנצע תורת הקנאות איז געווען באגלייט מיט א צעבראכן הארץ מיט טייכן טרערן און מיט תפלות ובקשות, מיט א טיפן צער פון הארץ ווייל ער האט באמת געהאלטן אז דאס האט אויפגעהאלטן די גאולה, און אז ער האט געלעכצט צו די גאולה שלימה איז נישט קיין חדשות, ער האט דאך געלעבט דערמיט, ער האט נישט געזוכט צו בא'שגצ'ן קיינעם, ער האט געוואלט אין הארצן אידן זאלן זיין ערליך. איי ער איז אפשר געווען אביסעלע עקסטרעם? מעגליך, לויט אונזערע אויגן. אבער אים צו מאכן פאר א שווארץ-קוקער און א שלעכטער מענטש וועלכער האט אפגעשטעמפלט רוב כלל ישראל פאר פושעים ח"ו? סתם גיסן ליגענטס אן א שום גרונט? קאם אן!

גאלד » זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:53 pm

· #145147
די וואך געליינט א מעשה אמותי, איינער פרידמאן א פרומער איד וואס איז געווען א מעמבער פון די איזראעלי פארלעמענט, איז געקומען קיין ניו יארק שנארן, ער האט נעבעך נישט מצליח געווען, און א דעספערעט מאוו האט ער אנגערופן זיין קרוב פון ברוקלין, ער זאל איהם מסדר זיין אריינציגיין צום סאטמאר רבי'ן ווייל ער האט געהערט אז סאטמאר רבי געט אסאך געלט, זאגט איהם דער קרוב הער מיך אויס איך בין אויך עפעס נישט קיין גרויסער חסיד, איין הושענא רבא וואס איך גיי צום סאטמאר רבי'ןס דרשה, אויך האב איך מורא אז מ'זאל נאר וויסן ווער די ביסט וועט דיך דער רבי נישט וועלן אנקוקן, אבער דער איד האט זיך גע'עקשנט, ווי איינער זאגט נויט ברעכט אייזן, למעשה האט מען מסדר געווען א מיטינג מיטן רבי'ן דער רבי האט פונקטליך געוויסט ווער ער איז, און געהאט א העפליכע שמועס מיט איהם פאר כמעט 2 שעה, איבער אלע פאליטיק פון די מדינה, דער רבי האט נאך בעסער געוויסט וואס טוט זיך דארט בחדרי חדרים ווי דער ח"כ, נאכן שמועס האט ער איהם געגעבן א גאר שיינע נתינה, מער ווי דער גאנצער פארדינסט וואס ער האט געמאכט, דער איד איז ארויסגעקומען נבהל ונשתומם,

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:06 pm

· #145150
[ציטאט אראפגענומען]

אויף דעם האט זיך די איזביצע פארלאזט.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:13 am

· #145199
וואס נאך איז נייעס?

בדחן » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:29 am

· #145205
מנשה לוסטיג
וואס נאך איז נייעס?

דאס איז די גאנצע וואס דו האסט צו רעאגירען אויף @שמעקעדיג און @גאלד תגובות,

דו האסט געפרעגט, יענער האט גענעפערט, אפשר אנערקענסטע כאטש אז איינער האט גענימען די מי צי ענטפערן?

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:58 am

· #145218
ער האט נישט וואס צו ענטפערען איז ער שטיל
שתיקה כהודאה

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:01 am

· #145220
בכלל נישט!
ס'צייט צו אנערקענען, אז קיינר איז נישט אינטערסירט אין שיטות וואס ברענגט נאר שנאה.
ווען די אלע שיטעניקעס זאלן פארשטיין, אז אזויווי זיי האבן זייער בעל השיטה וואס איז קדוש ווי קיינמאל בעפאר, איז דא אנדערע מנהיגי הדור, וואס אמת זיי גייען נישט אין שפאן מיט סאטמאר, אבער זיי זענען נישט פסול און פארדינען זיך נישט קיין מיאוסע גינויים, נאר ווייל יענער איז אנדערש פון אונז.
די סאטמורים מיינען אז מ'וועט שווייגן, ווען נישט גענוג ביי זיי שטונקט פון טאפ, קוקן זיי נאך ביי יענעם. ניין, אז מ'שמעקט אייך צוריק, זעט מען שטונקט פון קאפ!
אין גאנץ כלל ישראל, איז נאר פארהאנען ווער ס'גייט מיטן שיטה, און ווער ס'לאזט זיך מעלקן ווי א פעטן טאפ, ווער נישט, איז פוי טמא.
איי עמ סארי צו ארויסברענגן דעם פאקט, מיליאנע יודען, מזרחים צו אלע סארטן, און חסידים ציונים ווי איר רופט זיי, צו אלע שיכטן, דינען דעם באשעפער און זענען וואוילע עובדי השם, וואס דער אייבירשטער איז מקבל נחת פון אלע, נאר אין סאטמאר זענען זיי שקצים און פוקרים.
פארוואס? פארוואס?
פשוט! כי לי כל הארץ.. סאטמאר האט זיך ערקלערט בעל הבירה, סליחה רעבעלע.. פראק פראק פראק.. עטס זענטס גוט אויסגעפראסקעט פון יעדן שטאנדפוקט

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:03 am

· #145223
אין סקווער גייט מען מיט בוטצעס ממילא שטינקט פון פיס. אבער ביי אלע אנדערע נארמאלע חסידות'ער שטינקט בלויז פון קאפ

גאלד » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:09 am

· #145224
וואסי טאקע די פשט מיט די בוצעס דארט אין סקווער, איז דאס דער דרך הבע"ש וואס סאטמאר רבי האט פארגעסן? און וואס איז דאס טאקע דער סוד הענין אז פונקט דער איין ראטענבערג איז אין לו תקוה ותקומה לעולם מ'האט איהם דארט פארווארפן פון ביידע וועלטן נאר די מזרחי זענען די וואס דער אייבישטער איז מקבל נחת

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:13 am

· #145227
און אנשטאט איינצוזען, אז די גאנצע סאטמארע פראפאגאנדע, איז געווען פשוט דעמאגאגיע, נישט מער
המולך מהודו ועד כוש, האט מען יעדן מכניע געווען מיט כוח, און האנט איז עס א פארגאנגענהייט.
אנשטאט דאס איינזען אלץ פאקט, און ווי מ'זאגט סמעל די קאפי.. יענע צייטן זענען אויווער.. דער עולם אין ווילי האט אפגעאטעמט..
ניין, ווילט איר דאס נישט איינזען, איר ווילט זיך פאפען און איינרעדן, אז אלע גלייבן נאך אינעם געטשיק טייטלבוים וואס מ'ביקט זיך צום מזרח לכבודו.
וועיק אפ! יעדע שקר האט א סוף, וסוף גנב לתליה

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:15 am

· #145230
באלד כאפמיר אונז א שטויס פון מנשה'ס בוצעס, וואטש אוט

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:19 am

· #145232
גאלד
וואסי טאקע די פשט מיט די בוצעס דארט אין סקווער, איז דאס דער דרך הבע"ש וואס סאטמאר רבי האט פארגעסן? און וואס איז דאס טאקע דער סוד הענין אז פונקט דער איין ראטענבערג איז אין לו תקוה ותקומה לעולם מ'האט איהם דארט פארווארפן פון ביידע וועלטן נאר די מזרחי זענען די וואס דער אייבישטער איז מקבל נחת

ווייל א עובר על דברי חכמים, נידון ברותחין.
און דער דבר אח''ר האט זיך פורש געווען מן הציבור, פון א מקום פרטי וואס האט געהאט די כח בי''ד לכל הלכה בשו''ע, און אין סאטמאר האט מען געפייניגט און געצאפט בלוט, נישט פון איין יחיד, נאר גאנצעטע קהילות קדושות, אויף א מקום וואס האט גארנישט געהערט פאר זיי, א באנדע גזלנים..
וויליאמסבורג איז איינגענומען געווארן דורך סאטמארע בריונים, מיט כח, א מרידה במלכות שמים, א בגידה אין כלל ישראל, א טיילונג און ספליט אין שלומי אמוני ישראל. ווייל דער רעבע.. האט געברעדזשעט.. פוי פוי..
מי חכם ויבין זאת. די חילוק פון דעם דבר אח''ר און הרב הגאון ר' מענדל וועכטער וחבורתו הקדושה. און די טייערע נשמות וואס זענען דערשטיקט געווארן די אלע יארן פונעם גרויסמאכט סאטמאר הארורה

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:19 am

· #145233
בד"וו ענק לייגן טעפס אויף די בוצעס? וואס טוט דיין רבי געטשקע? אייזענע אדער פלאסטיק?

מורינו הרב » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:20 am

· #145234
מנשה לוסטיג
איר ווילט זיך פאפען

מיינסט צו זאגן אז מען וויל זיך פאפא'ען? -מען וויל ווערן פאפא חסידים?

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:26 am

· #145237
זר זהב
בד"וו ענק לייגן טעפס אויף די בוצעס? וואס טוט דיין רבי געטשקע? אייזענע אדער פלאסטיק?

מיין רבי טוט וואס ער פארשטייט מיט זיין חכמה, וואס ער דארף טון.
און ענקער רבי האט מורא געהאט מ'זאל עהם נישט זאגן אין פנים, רבינו סר מן הדרך..

כ'ווייס ענק זענען ביטער אנטוישט, פראבירן ענק אריינפראקן אין מנשה, אבער געבט א קוק, אין די צייט וואס איר זענט ביזי יענעם ווארפן טישוס.. כאפט איר נישט ווי איר האט געלעכערטע גאטשעס לענגס און ברייטס..

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:28 am

· #145238
דו ביזט דער וואס איז ביזי, נישט איך. און ווען איך וואלט געווען אויף די 'לוזינג ענד' וואלט איך אויך געשימפט א גאנצן טאג אזוי ווי דיר. קענט העלפ יו... איך האב דיר נישט אריינגעלייגט אין סקווירא

I'm back » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:03 am

· #145255
מנשה לוסטיג
זר זהב
בד"וו ענק לייגן טעפס אויף די בוצעס? וואס טוט דיין רבי געטשקע? אייזענע אדער פלאסטיק?

מיין רבי טוט וואס ער פארשטייט מיט זיין חכמה, וואס ער דארף טון.
און ענקער רבי האט מורא געהאט מ'זאל עהם נישט זאגן אין פנים, רבינו סר מן הדרך..

כ'ווייס ענק זענען ביטער אנטוישט, פראבירן ענק אריינפראקן אין מנשה, אבער געבט א קוק, אין די צייט וואס איר זענט ביזי יענעם ווארפן טישוס.. כאפט איר נישט ווי איר האט געלעכערטע גאטשעס לענגס און ברייטס..

וואס?!!?!
געלעכערטע גאטשעס איז שוין אויך א פראבלעם???

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:07 am

· #145256
אז אן אשכול פון תורת הבעש"ט ווערט נשתרבב צו די די סקווירא שטיוועל, ווער דארף א בעסערע ראיה אז נשתכחה דרך החסידות?

טעפל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:12 am

· #145257
קאווע טרינקער
אז אן אשכול פון תורת הבעש"ט ווערט נשתרבב צו די די סקווירא שטיוועל, ווער דארף א בעסערע ראיה אז נשתכחה דרך החסידות?

שוין לאנג פארדרייט ווייל ס'האלט אינמין תורת סאטמער..

atmybest » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:23 am

· #145259
ס'מוראדיג ווי עטס גלייבטס דער שטותים.
איך האב אסאך סקווירא קאזינס און ווען זיי זענען געשלאפן ביי מיר, בין איך געגאנגען און געשמעקט זייערע בוטץ.
עס האט בכלל נישט געשמעקט שלעכט.

outspoken » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:38 am

· #145263
פונקט זאגט מיר א איד פונם פריערדיגען דור, אז דאס וואס סאטמארער רבי זצ''ל האט געזאט נשתכחה תורת הבעש"ט הק', קען מען מיינען אז ער איז געווען אן אויבערלעדער רב, ער האט בשעתו איינגעפאקט אלע רבי'ס מיט זיין רבי'שע שטיק, צו איז דאס געווען תפילין לייגען, צו דאס קאכן ביים טיש ועוד ועוד. נאר איין זאך האט מען נישט געהערט פון אים אליין, ווי גרויס און הייליג ער איז, ע''כ.

atmybest » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:48 am

· #145264
outspoken

Lol
בלאט: 1 2 3 4