סאטמר רב'ס דרך איז געווען די דרך פון די פרושים נישט פון די חסידים.
חוץ מזה ער איז נישט געווען קיין ממלא מקום פון קיין שום רבי
איך ווינדער זיך צי דער בני יששכר פון די גרויסע לוחמים קעגן השכלה ווי אונגארישער מגיד ער איז געווען? און וואס טיט זיך מיטן הייליגען רב פון צאנז ער וואלט זיכער נישט דורעכגעמאכט די שטארקע יסודות החסידות וואס עס שטעלץ דא אהער (נאכן ליינען דיינע דברי בלע ה"י אויף צאנז און אנאנדער אשכול איז מיר נישט קיין ספק אז נישט) הקדוש מסאטמאר האט געהאט פיינע יסודות פון ווי צינעמען זיינע מערכות לשם שמים אפילו עס שמעקט נישט פאר אזאנע וואס קלעימען אז טשערנאביל אדער ריזשין (שלאגטס ענק אויס צווישען זעך)זענען די עכטע עכטע ממשיכי דרך החסידות.
און אנשטאט איינצוזען, אז די גאנצע סאטמארע פראפאגאנדע, איז געווען פשוט דעמאגאגיע, נישט מער המולך מהודו ועד כוש, האט מען יעדן מכניע געווען מיט כוח, און היינט איז עס א פארגאנגענהייט. אנשטאט דאס איינזען אלץ פאקט, און ווי מ'זאגט סמעל די קאפי.. יענע צייטן זענען אויווער.. דער עולם אין ווילי האט אפגעאטעמט.. ניין, ווילט איר דאס נישט איינזען, איר ווילט זיך פאפען און איינרעדן, אז אלע גלייבן נאך אינעם געטשיק טייטלבוים וואס מ'ביקט זיך צום מזרח לכבודו. וועיק אפ! יעדע שקר האט א סוף, וסוף גנב לתליה
אוי חלומ'סטו. כ"ו אב ביים ציון האב איך געזעהן דעם פתרון פון דיין חלום. א רחמנות אויף דיר אז דיין רבי (מיט אלע אנדערע רבי'ס אינאיינעם) האבן נישט קיין פערטל עולם ווי סאטמאר ביים יארצייט, נאך 35 לאנגע יארן מיום פטירתו.
איי געס דער עולם האט טאקע ליב דעמאגאגישע שקר פראפעגאנדע, און מ'גלייכט זיך צו בוקן צו געטשקעס און טייטלביימער. Can't help you. Too bad
וואס עפעס נעמסטו אן אז סאטמארע רב איז געווען עפעס אזא קדוש ונורא, צוליב די אלע סיבות ואס איך האב געשריבן אין די לעצטע פאר בלעטער. קדוש וטהור מיינט אין מיין בוך אז מען איז זיך מוסר נפש פארן באשעפער א גאנץ לעבן מיט כל מיני קדושה פרישות וטהרה, מיט תורה ועבודה וגמ"ח שאין כדוגמתו. און ממש דו כאפסט א הארץ אטאקע ווען דו הערסט די צד השני פונעם ישקינו.. איך כאפ א הארץ אטאקע? בכלל נישט. איך האב א שמייכל פון אויער ביזן בויך. איך זע אז מ'רעדט דא אויף סקווערע רבי אן קיין שום מורא און אן קיין קיצל ביים הארצן אז אפשר טאר מען דאס אויך נישט. מאן יימר? גראדע קיצעלט עס מיר יא ביים הארצן, און כ'האב קלאר אויסגעדרוקט מיין מחאה דערקעגן פריער. וואס האט אסאך מענטשן מיט אמת? זאג נאר, דו ליידסט אויף שכחה אדער וואס? ריכטיג, עס האט בכלל נישט מיטן אמת. כאב קלאר מודה געווען אז ס'איז שקר, נאר די וועלט האט ליב שקר!! קוק איין תגובה צוריק פון מיר. נאר אז דו זאגסט אז "ס'איז אווער", ס'איז "א פארגאנגענהייט", "שקר האט א סוף", זאג איך דיר, ניין, די שקר האלט אן שוין 35 יאר, ועוד ידם נטויה, וזהו. סימפל!
ווער סלערנט אביסל תולדת זעט ווי ער רייסט שטיקער פון אזעלעכע חסידות ווי וואס סקווער איז געווארן ..היפלה
מנשה פאר סטארטערס א רבי דארף זיין א תלמיד חכם וואס סקמר רב איז געווען כמעט אין דוגמתו סטמר רב איז געווען א מנהיג א ראש ישיבה א רבי א רב געבויט פון דאסניי אלל אווער די יאניווערס א בושה אז איך שרייב דאס אפילו
ריגארדינג נשתכחה "דרך" בעל שם, איז סטמר רב געווען ווייט פון דער איינציגער וואס האט דאס געזאגט און אדרבה ווער סווייסט אביסל וואס חסידות איז געווען זעט גלייך אז מיר האבן דאס נישט
טייערע ברודער אז איר ווילט זיך טענהן אויב סאיז נשתכח געווארן תורת החסידות איז דא אסך ארומצורעדן איבער דעם אבער וואס סאטמארע רב האט געשריבן איז נשתכח דרך הבעש"ט נישט דרך החסידות
און די דרך פונעם בעל שם איז נישט געווען חסידישע ספרים ווייל די ערשטע חסידישע ספר איז ארויסגעקומען יארן נאך וואס די חסידות מאוומענט האט אנגעהויבן באזשעווען דורך דעם תולדות (דאכצעך מיר אז דער בעש"ט האט שוין נישט געלעבט)
און די דרך פונעם בעל שם איז נישט געווען צו פירן טיש והא ראי זיין תלמוד דער תניא האט נישט געפירט קיין טיש
גראדע דערמאן איך מיך יא עפעס פונעם בעש"ט אפשר טאקע איז דאס די אזויגעריפענע דרך הבעש"ט / החסידות זאגען הודו ערב שבת
און די יודישע צייט שע"י די צייטונג און די וועכענטליכע קאלום "דער סאטמארע רב אין אמעריקע" די וואך פעידזש 25 איז דא א שמועס בנוגע סאטמארע רב'ס שיטה בנוגע שכחת דרך הבעש"ט
און די דרך פונעם בעל שם איז נישט געווען חסידישע ספרים ווייל די ערשטע חסידישע ספר איז ארויסגעקומען יארן נאך וואס די חסידות מאוומענט האט אנגעהויבן באזשעווען דורך דעם תולדות (דאכצעך מיר אז דער בעש"ט האט שוין נישט געלעבט)
און די דרך פונעם בעל שם איז נישט געווען צו פירן טיש והא ראי זיין תלמוד דער תניא האט נישט געפירט קיין טיש
פארוואס מיינסטו אז דרך החסידות אדער דאך הבש"ט איז חסידישע ספרים. פין חסידישע ספרים קענען מיר אבער זעהן וואס דאס איז געווען תורת הבעש"ט. קען זיין די מיינסט די עבודה פין לערנען חסידישע ספרים, די סארט עבדות ה' פין לערנען חסידישע ספרים אן פארשטיין די מהלך אין חידיש שבו. דאס איז געווען פיין אין ישיבה קטנה. ווען די תולדות זאגט קיבלתי ממורי איז נישט נוגע אויב די בעש"ט לעבט צי נישט.
ס׳שטייט אין ויוא״מ, אז די דרך הבעש״ט איז נאר איבערגעגעבן געווארן מפה לאוזן, פאר בעלי עליה. והא ראי׳, אז אין אין די ספרי תלמידי בעש״ט זעט מען נישט קיין נייע דרך וואס איז נישט געווען פון פארדעם. מען זעט נאר איבערגעחזרט און שטארק ארויסגעברענגט דאס וואס שטייט שוין אין אלע אנדערע ספרי מוסר.
ואדרבה, ווער ס׳האלט אז די דרך הבעש״ט גייט נאך אן, עליו הראי׳, מיר זענען נייגעריג צי וויסן וואס דאס איז, און וויאזוי ס׳וואקסן ארויס ר״ר אלימלך׳ס מיט ר״ר זושא׳ס. מיר וועלן שטארק דאנקבאר זיין פאר ווער ס׳וועט אונז עס אויסלערנען.
איך וויל פארשטיין וואס דו שרייבסט. די בעש"ט האט געטון צוויי זאכן א' א גאנץ א נייע דרך וואס ס'שטייט אין ערגעץ נישט פאר די בעש"ט. און די נייע דרך וואס ס'שטייט אין ערגעץ נישט האט ער נאר איבער געגעבן מפה לאוזן פאר בעלי עליה. ב' זאכן וואס דאס שטייט איבעראל, אין דאס זעט מען אין ספרי חסידות.
אין ווער ס'וויל זיך דינגען מיט דעם יסוד עליו הראי׳?
די מתנגדים האבן געוויסט פין די מפה לאוזן? אדער זיי האט געשטערט אז מען חזר'ט איבער און מען ברענגט שטארק ארויס דאס וואס שטייט שוין אין אלע אנדערע ספרי מוסר?
יא, די מתנגדים האבן געהאט טענות אויף כלומירשטע ביטול תורה, אויף ביטול הזמן, אויפן טוישן ניסוח התפילה. וכדומה. זאכן וואס יעדער פארשטייט אז נישט דאס איז געווען דער ״דרך הבעש״ט״.
נאכאמאל, מיר ווארטן מיט שפאנינג צי הערן פון ווער עס ווייסט, אונז אויסצילענען דעם דאך הבעש״ט!! מיר קענען באשטיין עס צי וויסן!!
טעמו וראו כי טוב הוי' פארזיכט וועט איר זעהן אז דער אויבערשטער איז גוט.
ספרי חסידות איז אפען פאר יעדן. עס איז היינט נישט א דבר מפה לאוזן. זייט דער מעזריטשער מגיד'ס תלמידים איז שוין געדריקט געווארן הונדערעטער ספרים וואס צייגן די אור שבעת הימים די אור הבעל שם טוב. די דרך החסידות איז היינט געהיידזשעקט ביי די גרויסע חסידות'ן. דעריבער איז דא וואס זעהן די בלאף מיינען זיי אז נשתכחה תורב הבעש"ט ח"ו. אבער דער דרך איז אפען פאר יעדן איד.
דו מיינסט אז דא אויף ק"ש גייט מען דיך פיטערן די דרך החסידות?
זעץ דיך לערנען טוה אין עבודה וועסטו זעהן אז די דרך איז חי וקים.
איך רעד מיך נישט איין אז דא אויף ק"ש וועט מען מיך פיטערן דרך החסידות. איך פרעג נאר די זעלבע קשיא פון יעדער וואס זאגט אז לא נשתכח דרך הבעש"ט. אגב, ס'איז נאך נישט פארענטפערט געווארן וואס כ'האב געפרעגט.
די גאנצע ענין פון מעלה זיין מחשבות זרות האב איך נישט געטראפן אז אלע מוסר ספרים זאלן רעדן דערפון, אפשר קענסטו מיר געבן א מקור?
האט דאס אפשר צו טון מיט א יסודות'דיגע חילוק ווי אזוי מען לערנט צו צמצום איז כפשוטו אדער צמצום שלא כפשוטו? אויב די גר"א האט געלערנט צמצום כפשוטו וואס האט ער געטון מיט אלע ספרי מוסר?
און וואס איז פשט פון "לית אתר פנוי מיניה"? לערנט די בעש"ט ווי אלע אנדערע ספרי מוסר?
איז מעגליך אז "ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, בוודאי גם שם נמצא השם יתברך" איז א ריין בעש"ט געדאנק? פארבינדן מיט וואס איך האב פריער געשריבן
העלף ארויס פליז.
קדש הילולים » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:43 am
· #224597
די געדאנק אז אין יעדע זאך בעולם, אפילו א דבר גשמי, איז דא א ניצץ אלוקי וואס אן דעם וואלט עס נישט געקענט האבן קיין קיום, און דער תכלית פון א יוד איז צי מעלה זיין די אלע ניציצים לשורשם, איז א זאך וואס איז א ריין קבלה זאך. ס׳איז איינס פון די יסודות עמוקות אין קבלה. במילא האט דער בעש״ט גארנישט מחדש געווען מיטן מעלה זיין אפילו שלעכטע זאכן.
און דער עצם געדאנק קען מען זען אויך אין חז״ל פון ולעבדו בכל לבבכם- בשני יצרכם.
אגב, אויב טאקע דאס מיינט דער ״דרך הבעש״ט״, דאן שרייבט שוין דער יושר דברי אמת אז ס׳איז נשתכח געווארן. אין ס׳ י״ז און אין ס׳ ל״ה שרייבט ער אז אט די ענין פון מעלה זיין מחשבות זרות, איז אויסשליסלעך פאר קדושי עליון ווי דער הייליגער מגיד- זיין רבי. אבער פאר אנשים כערכינו-איז זיין לשון-איז עס נישט געמאכט געווארן, און פארקערט ס׳קען נאך שאטן ח״ו די מחשבות אויב מ׳איז נישט תיכף מיד מסיח דעת. איז אויב דאס איז טאקע דרך הבעש״ט, דאן איז עס שוין בימיו פונעם יודר דברי אמת נשתכח געווארן...
ראש הישיבה » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:04 am
· #224630
באופן כללי די חילוק פון מוסר און חסידות: מוסר זאגט אז אויב דו האסט א פראבלעם, דיל מיט די פראבלעם. האסט כעס, ארבעט אויף דעם. לערן די הארבקייט פון די זאך. מאך א סיסטעם אז דו זאלסט נישט קומען צו כעס. די זעלבע איז מיט תאוות כבוד קנאה, גאוה, וכו'. כאטש חסידות איז נישט אינגאנצען שולל אז א מענטש זאל ארבעטן אויף זיינע בעיות, אבער דער עיקר קאך דיך אין העכערס. א מענטש זאל טראכטן מער פון גדלות הבורא, מער אריינלייגן כוחות אין עבודת התפילה, וועט אטאמאטיש אוועקגיין זיינער נסיונות וכשלונות.
באופן כללי די חילוק פון חסידות אין קבלה: קבלה איז אלץ קאדס. דער זאך איז מייחד די צוויי שמות, ווען דו שאקעלסט לולב ביסטו ממשיך ייחוד אבא ואימא אין חזה דנוקבא, וואס וועגן דעם דארף מען ציען די לולב ביז די הארץ. אזוי איז ביי יעדער זאך. חסידות וועט כמעט נישט ברענגן א קבלה'דיגע זאך אויב מען קען נישט טייטשן עס על דרך העבודה. אין קבלה שטייט וועגן מעלה זיין די ניצוצות, אבער אין חסידות ווערט עס פארשטאנען מער על דרך העבודה
מישן קבלה מיט חסידות איז נאר אויב מען קען די צוויי זאכן אויבערפלעכליך - קוק אריין אביסל אין די חובת התלמידים'ס ספרים צו פארשטיין די נפקא מינה, אזוי ווי ראש ישיבה האט געזאגט. א ניצוץ אלוקי האלט אויך די וואס האלטן אז צמצום כפשוטו די נקודה פון מעלה זיין מחשבות זרות קומט אלס א תוצאה פון תורת הבעש"ט. די תורה איז נישט פארגעסן געווארן, און עס קלאפט אויס אויף אסאך אופנים, א יעדער לויט זיין מדרגה.
אויף אזוי ווייט איז דאס נישט פארגעסן געווארן, אז ס'קען קומען א קדש הילולים און דאס זעהן אלס א דבר פשוט אין "בכל לבבכם - בשני יצרכם."
די יושר דברי אמת לאזט דיך צוקומען צו וועלכע מדרגה דו ווילסט נאר.
ראש הישיבה » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:54 am
· #224665
הקטן
אויף אזוי ווייט איז דאס נישט פארגעסן געווארן אז ס'קען קימען א קדש הילולים און דאס זעהן אלס א דבר פשוט אין "בכל לבבכם- בשני יצרכם. "
זייער גוט געזאגט די מער איינער וועט זאגן אז דאס וואס שטייט אין חסידות שטייט שוין אין אנדערע ספרים איז די גרעסטע ראי' אז לא נשתכחה. דאס אז דו זעהסט חסידישע רעיונות אלץ דברים פשוטים, ווייזט די לעבעדיגקייט פון חסידות
איך האב געפרעגט אויב ס׳איז איינער מיך גרייט אויסצולענען דעם דרך הבעש״ט. איינער וואס קען עס...
פון א דרך הבעש״ט קומט ארויס, ר״ר אלימלך׳ס, חוזה מלובלין׳ס, ריזענער׳ס, ר׳ פנחסל קאריצער׳ס. פאר ס׳איז געווען די בעש״ט זענען נישט געווען די סארט הייליגע צדיקים, כאטש ס׳זענען געווען זייער גרויסע צדיקים וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט. אבער די תלמידי בע״ש זענען געווען גאר עפעס אנדער. אויף געוויסע האט מען געזאגט אז זיי זענען געווען אזוי גרויס ווי תנאים, וכדומה.
נו, ווארטן מיר אז פון די היינטיגע דרך הבע״ש זאל אויך ארויסקומען די סארט צדיקים... כ׳מיין אז אויב ס׳זענען היינט דא ערליכע יודן, איז עס נישט אויף דעם שטייגער, אז מ׳זאל קענען זאגן אז זיי זענען גרעסער ווי צדיקים פון פארן דרך הבע״ש.
וזה תשובתי:
ראש הישיבה
פרעגסט זייער גוט. אבער כאטש עס איז אמת אז די בעש"ט האט פראדאצירט תלמידים ותלמידי תלמידים גרויסע בעלי מדריגות, וואס פאר זיי איז סאך יארן נישט געווען אזעלעכע בעלי מדריגה, און כנראה איז שוין די לעצטע יארן אויך נישטא אדער דא ווייניג פון זיי. מכל מקום ווער זאגט אז (נאר) דאס איז געווען די דרך.
די אור הבעש"ט האט אריינגעשיינט אין יעדן איד לפי מדרגתו. די תלמידים וואס דו רעדסט וועגן וואלטן געקענט וואקסן אהן די התגלות הבע"ש. עס איז ידוע אז רובא דרובא פון די חבריא איז שוין געווען מקושר צום בעש"ט פארן התגלות. די התגלות איז געקומען נאר כדי צו באלייכטן פאר די פשוטי עם.
דער אור האבן זיינע תלמידים ותלמידי תלמידיו אריין גלייגט אין די ספרי קודש.
אויב די מעסט נשתכחה צו נישט לויט וויפל ר"ר מילך'ס ס'איז דא, ביסטו גערעכט.
אויב מעסטו דאס לויט צו די אור איז אוועלעבעל פאר יעדן איד, דעמאלס איז נאך נישט געווען א דור וואס די אור שבעת הימים איז געווען אזוי שטארק אוועלעבעל פאר יעדן איד.
באופן כללי די חילוק פון מוסר און חסידות: מוסר זאגט אז אויב דו האסט א פראבלעם, דיל מיט די פראבלעם. האסט כעס, ארבעט אויף דעם. לערן די הארבקייט פון די זאך. מאך א סיסטעם אז דו זאלסט נישט קומען צו כעס. די זעלבע איז מיט תאוות כבוד קנאה, גאוה, וכו'. כאטש חסידות איז נישט אינגאנצען שולל אז א מענטש זאל ארבעטן אויף זיינע בעיות, אבער דער עיקר קאך דיך אין העכערס. א מענטש זאל טראכטן מער פון גדלות הבורא, מער אריינלייגן כוחות אין עבודת התפילה, וועט אטאמאטיש אוועקגיין זיינער נסיונות וכשלונות.
קיין איין מוסר ספר איז נישט מחולק מיט דעם. אין די ספרי מוסר ווערט אויסגעשמועסט אז אויב מען האט געזינדיגט דארף מען תשובה טון. מען זאל זיך נישט מייאוש זיין, און דינען דעם אויבערשטען. ס׳האלט נישט קיינער אז אויב א מענטש האט געזינדיגט ווערט ער פטור פון עשה טוב. די חסידישע ספרים האלטן נישט אז מ׳דארף נישט תשובה טון ח״ו. אדרבה אין זייער אסאך חסידישע ספרים ווערט אסאך ארום גערעדט אז מצות וואס א מענטש טוט פארן תשובה טון, גייט ל״ע צי יענע זייט. נאר נאכדעם וואס מ׳האט שוין באמת מהרהר געווען בתשובה, אפילו מ׳האט נאכנישט ״מתקן געווען״ די אלע קלקולים, זאל מען עוסק זיין אין עשה טוב. ווייל דאן גייט עס שוין נישט צי יענע זייט. אין דעם איז קיין איין מוסר בפר נישט מחולק, עס שטייט שוין אין גמרא אז נאך א הרהור תשובה הייסט מען שוין א צדיק גמור. במילא איז בכלל נישט קיין מחלוקה וועליכע עס קומט קודם, סור מרע צי עשה טוב. ביידע קומען אינאיינעם. ווילאנג מען איז נאכנישט אנגעקומען צי תשובה, איז מען נאך לכו״ע נישט פטור פון אהבת השם. וכדומה. וואס דאס זענען חיובים תדיריום אויפן מענטש.
די חילוק איז נאר אז די מוסר ספרים רעדן מער פון תשובה טון, און די חסידישע ספרים רעדן מער חיזוק אויף פארן תשובה, אז מ׳זאל געהעריג אנגיין מיטן עשה טוב, און אזוי וועט עס נאך צוהעלפן צום תשובה ותיקן המעשה. אבער עס זענען בכלל נישט קיין 2 מהלכים.
ראש הישיבה
באופן כללי די חילוק פון חסידות אין קבלה: קבלה איז אלץ קאדס. דער זאך איז מייחד די צוויי שמות, ווען דו שאקעלסט לולב ביסטו ממשיך ייחוד אבא ואימא אין חזה דנוקבא, וואס וועגן דעם דארף מען ציען די לולב ביז די הארץ. אזוי איז ביי יעדער זאך. חסידות וועט כמעט נישט ברענגן א קבלה'דיגע זאך אויב מען קען נישט טייטשן עס על דרך העבודה. אין קבלה שטייט וועגן מעלה זיין די ניצוצות, אבער אין חסידות ווערט עס פארשטאנען מער על דרך העבודה
זאגסט זייער גוט. ריכטיג אז קבלה איז ח"ו נישט נאר קודס. אודאי די גדולי המקובלים האבן משיג געווען די סודות התורה. אבער פאר פשוטי המון איז עס נישט שייך. חוץ לדעת די הייליגע זידיטשובער מיט די קאמארנע צדיקים, וואס זיי האלטן אז מען זאל לערנען קבלה אפילו מיט קליינע קינדער.
יעצט ווען א איש פשוט כמוני לערנט קבלה פאר אונז האבן זיך געהויבן די מדריגות בעבודת השם, וועלן מיר נאר זעהן קודס.
לעומת זה האט חסידות געברענגט קבלה פאר יעדן איד בעל מצב שהוא, אז ער זאל עס ניצן פאר זיין סדר העבודה. חסידות איז א זאך פאר יעדן איד.
ווען איינער זאגט נשתכחה אז עס איז מער נישטא קיין ר"ר אלימלך'ס איז ער גערעכט. אבער אז דער דרך עקזיסטירט מער נישט דאס איז נישט אמת.
ווייל דער דרך עקזיסטירט און ווערט פראקטיצירט דורך טויזענטער אידן וואס זענען דבוק צו דעם דרך. אפילו דיע וואס מקלומפעשט זענען זיי נישט דבוק צו דעם דרך, האבן אויך א שייכות צו דעם אור. ווייל זייער אסאך נקודות האבן געליקט צו דער אלגעמיינער וועלט אז זיי ווייסן נישט אז דאס קומט פון די דרך הבעש"ט.
שמעתי בשם רי"מ מארגנשטערן אז ער האט זיך לאנג געמוטשעט וואס איז פשט אין נשתכחה תורת הבעל שם, ביז ער האט משיג געווען אז עס מיינט דער בעל שם פון מיכלשטאט.
שמעתי בשם רי"מ מארגנשטערן אז ער האט זיך לאנג געמוטשעט וואס איז פשט אין נשתכחה תורת הבעל שם, ביז ער האט משיג געווען אז עס מיינט דער בעל שם פון מיכלשטאט.
ווער איז געווען די בעל שם פון מיכלשטאט. (אוי, שכחתי שנשתכחה)
שמעתי בשם רי"מ מארגנשטערן אז ער האט זיך לאנג געמוטשעט וואס איז פשט אין נשתכחה תורת הבעל שם, ביז ער האט משיג געווען אז עס מיינט דער בעל שם פון מיכלשטאט.
ווער איז געווען די בעל שם פון מיכלשטאט. (אוי, שכחתי שנשתכחה)
ירח בן יומו: דו האסט געדארפט ליינען די אידישע ליכט. דארט איז ער געווען זייער שיין באשריבן, באריכות. אין א סאך פארזעצונגען...!
ירח בן יומו: דו האסט געדארפט ליינען די אידישע ליכט. דארט איז ער געווען זייער שיין באשריבן, באריכות. אין א סאך פארזעצונגען...!
[/quote] איך האב עס געליינט און געדענקט, אבער זייט ס'איז נגזר געווארן די נייע גזירה שתשתכח מן הלב (אויף בע"ש ממיכלשטאט) געדענק איך גארנישט. (די תורת ר' ישראל בעל שם טוב האב איך זיך יעצט דערמאנט)
ירח בן יומו: די אלע יודן וועלכע ווילן אפטון אלע זייערע שטיק מיט'ן תירוץ אז "נשתכחה תורת הבעש"ט", דארפן מאכן א קליינעם שינוי אין נוסח. "נתבטלה תורת הבעש"ט"...!