צימערמאן און לאוב קליקע 371 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3649
צימערמאן און לאוב קליקע
יעצט הערעך אז צימערמאן האט שוין ווייטער פארפירט און ווען זיינע פילס ווערט נישט גענומען דארף יעדער וויסן און ער איז ווייטער געגאנגען שרייען אין די גאס מיט זיינע צוויי פרענדס איינער לויב און די אנדערע ווייסעך נישט. כאב געמיינט אז סע שבת ווען איך בין געפארען מיט איינעם אויף בעדפארד און מע האט געמאכט קולות ובהרקים נאך מער ווי שבת און זיי האבען געהאלטען עפעס א סיין. פאליס איז אויך אנגעקומען דארט און זיי האבען געטרייט צו מאכען סדר, אבער סע שווער געגאנגען. כאב געמוזט ווייטער פארען. ווער סע דארט געווען קען ווייטער איבער געבען.
וואס איז מיט אזא מענטש? וואס שטיפט איהם צו זיין אזוי צידרייט? מע קען איהם נישט שטיל מאכען?
ידען, דיין חתימה פארענטפערט דיין קשיא......
נאך אזעלכע "פריצה'דיגע" פרויען אין וומס"ב פליז 😃 <a class="postlink" href="http://db.tt/oZPLE6Uh">http://db.tt/oZPLE6Uh</a>
צימערמאן שרייט ווי א מעני-יאק... <a class="postlink" href="http://youtu.be/2zjG8ReXAQk">http://youtu.be/2zjG8ReXAQk</a>
איבער וואס איז געווען די פראטעסט?
אז מען טאר נישט הערן דרשות פון ציוניסטישע רבנים
ווי איז צימערמאן א תלמיד? ווער האט עם רעדעקאלייזט?
וואלפה נאך אזעלכע "פריצה'דיגע" פרויען אין וומס"ב פליז 😃 <a class="postlink" href="http://db.tt/oZPLE6Uh">http://db.tt/oZPLE6Uh</a>
זי האט גאטס.
ווען זי האט גאטס זעצט זי אים איין אז ער האט איר געוואלט מאנס זיין
איך פארשטיי נישט וומסב, סתם ווייל ער האט היינט נישט גענומען די פילען דארף יעדער ליידן? איך האב נאך אזוינס נישט געזען, אלמלא לא ראיתיו לא האמנתיו, אז דאס קען פארקומען דארט
מאה שערים פארשטייסטו יא? בית שמש פארשטייסטו יא??
קיינער דארף נישט ליידן, משטעלט זיך אפ, מ'לאכט און מ'גייט ווייטער. אויב איינער ליידט איז צימערמאן גערעכט
גנדי צימערמאן שרייט ווי א מעני-יאק... <a class="postlink" href="http://youtu.be/2zjG8ReXAQk">http://youtu.be/2zjG8ReXAQk</a>
ווייל ער איז.
איבער וואס איז געווען די מאניפאסטאציע?
האט א סאך ארבעט פאר די נעקסטע יאר
📎 צימי.jpg
ביי די נייע רעסטעראנט
ווי איז דאס? זיי פראבירן קודם מיט שיינעם איך וואלט עם עדווייזט צי מאכן א גוטע פייער אינשארענס פאלעסי
וואס איז? גרויל אן לי איז שוין א פארגאנגענהייט? עס קומט פאר א התבוללות צווישן שיכטן און קרייזן?
נולד מאוחר ווי איז דאס? זיי פראבירן קודם מיט שיינעם איך וואלט עם עדווייזט צי מאכן א גוטע פייער אינשארענס פאלעסי
אדער קען ער דינגען סערוויסעס קא.
ידען האט א סאך ארבעט פאר די נעקסטע יאר
ווער פון די בילד איז הרב צימערמאן? און איינוועגס זייט שוין אויך מפרסם די אנדערע נעמען פין די מסירת נפש׳דיגע עסקנים פאנג אן פון רעכטס אויף לינקס שכח
צימערמאן מוחה עד מסירת נפש, ולא עד בכלל...
VIDEO
איז נישט דער מיט די הויכע היט צימערמאן? איי נעבעך וואס איז די פריצות פון די געשעפט<?
דער ערשטער, מיטן פלאכן הוט, איז ער דער שד"ר פון מוסדות חמלה ואמונה?
א הענטל פון די גלעזער פעלט אים, נישט געקענט זיין מער צוגעפאסט פאר דעם פראטעסט.
זייער M ענדעלט און Mcdonalds M. Mikflieshieg האט אויך געהאט אזא סארט M און האט עס געדארפט אראפ נעמען.איבער פרינטען אלע מעניוס אן די M.
זאל יעדער טוהן וואס ער וויל, אבער אין אידיש גערעדט, ליל שבעה עשר בתמוז איז עפעס נישט אזוי געאייניגט פאר אזא event.
איך האב מיך געפריידט אז עס עפענט זיך די רעסטאראנט, אבער ווען איך בין דורך געגאנגען בערך 9:30 (נאך פאר די מוחים זענען אונגעקומען)עס האט אויסגעקוקט ווי א הענג אוט, האב איך געזען אז דאס איז נישט פאר מיר, און ווען איך האב געזען ווי די מוחים שרייען אז עס איז י"ז בתמוז און מען טאר נישט עסן מיט מוזיק (עיין הלכות ט' באב, נאר ביי א שמחות חתן וכלה) האב איך פארשטאנען די מוחים
פון איין זייט שטייען ערליכע אידן, אלביאיט עטליכע פון זיי עקסטרעים. פון די אנדערע זייט זעה איך מגולחים וואס ווילן קייען סטעיק א גאנצן טאג און נאכט. ס'שווער נישט מיטצושטיין מיט די ערליכע
ס'דא א מיטל וועג.
קאווע טרינקער ליל שבעה עשר בתמוז איז עפעס נישט אזוי געאייניגט פאר אזא event.
צ"ל "
געאייגענט ".
קאווע טרינקער ס'דא א מיטל וועג.
תם מה הוא אומר מה זאת, ביטע זיי מסביר, וואס וואלסטו געטון,
תורה הוא וללמוד אני צריך (נישט אז איך שטיי מיט צימערמאן, נאר סתם כ'וויל וויסן).
קאווע טרינקער ס'דא א מיטל וועג.
דא זעה איך 2 וועגן, לייג ארויף אויפן קליפ א מיטעל וועג העמיר זעהן דאן
מאך דיך נישט פאר א תם. פארשטייס אליינס אז זיך אוועקשטעלן שרייען איז נישט קיין וועג. און פרעסען בשר בחוצות עיר צוזאמען מיט ניקולשבורגע חסידים, מיט מוזיק, בליל שבעה עשר בתמוז, איז אויך עפעס נישט געאייגענט פאר אן אדם מן משורה. די מיטל וועג? קיין מיטל. געפעלט דיך נישט דעם געשעפט, טרעט נישט איבער איר שוועל. געפעלט דיך יא, קויף דיר איין בשר כאות נפשך.
איך האב נישט ארויס די מציאות פון די נעכטיגע נייע רעסטוראנט און פון די מעכטיגע מאסן דעמאנסטראציע ברחובה של עיר גדולה לאלקים אבער באופן כללי, ווער זאגט אז די סיבה פארוואס די פלעצער ווערן פארוואנדלט אין א ארט פאר מגולחים איז נישט צו פארדאנקן די סארט מוחים-סיקריקים. ווייל זיי זענען מוחה אויף די פלעצער, שפירן די מגולחים פאר וויכטיג אהין צו קומען און זיך אננעמן פאר די געשעפט, און אויטאמאטיש הוליעט מען און מפרעסט על אפם וחמתם פון די מוחים. די פאקט ווייזט אז די מוחים קומען אן שרייען אפילו אין אזעלכע מקומות ווי די מגולחים דרייען זיך נישט. אחוץ אויב דו ווילסט מיר זאגן אז די אלע פרויען אין די קליידער געשעפטן ווי מאיז מוחה, זענען באמת מענער, נאר זיי האבן זיך אפגעשוירן די בערד.
שלשלת 👍 זייער גוט געזאגט
זר זהב פון איין זייט שטייען ערליכע אידן, אלביאיט עטליכע פון זיי עקסטרעים. פון די אנדערע זייט זעה איך מגולחים וואס ווילן קייען סטעיק א גאנצן טאג און נאכט. ס'שווער נישט מיטצושטיין מיט די ערליכע
מ'דארף ארבעטן שווער צו זיין א נארמאלער מענטש.
פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?
מ'האט זיי נישט פארטריבן, זיי זענען אליינס אוועק
נולד מאוחר פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?
ניין boxcover נולד מאוחר פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?
ניין ביינאכט טאר מען נישט מאכן קיין נויז.
זעט אויס טרעיוואן מארטין האט אפגעבראכן דעם הענטל פון זיינע ברילן.
א פארעלעל צווישן צימערמאן-צימערמאן; ביידע שפירן פאר וויכטיג צו פאטראלירן מינאראטעטן אינערהאלב א פארמאכטע גרופע...
אפשר דארף מען מוחה זיין אויף דעם פארגויאישטן נאמען George
משה געציל א פארעלעל צווישן צימערמאן-צימערמאן; ביידע שפירן פאר וויכטיג צו פאטראלירן מינאראטעטן אינערהאלב א פארמאכטע גרופע...
ביידע וואלטן געהרגט וועם ס'לאזט זיך, ווען זיי קענען נאר.
אודאי איז ער נאט גילטי. שולדיג זענען די עלטערן און מחנכים וכו',
סאשי פיש ער איז נישט שולדיג!!
קודם איז
@סאשי פיש געווארן
ק״ש ׳ס אפיציעלע דזשורנאליסט, און יעצט א גראפיקער. איך גיי אריינלייגן א מזל טוב אין די דבר יום ביומו.
אגב, איך מיין אז די אשכול קומט אין די שמייכל אפטיילונג.
boxcover סאשי פיש ער איז נישט שולדיג!!
אגב, איך מיין אז די אשכול קומט אין די שמייכל אפטיילונג.
....
וירא שמים יוצא ידי שניהם ..
ב'ה מען לויפט נישט אויס פון איידיעס.. אז עס עפענען זיך נישט קיין נייע געשעפטן טרעפט מען עפעס אנדערש וואס צו טוהן. נאר אזוי!