☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צימערמאן און לאוב קליקע

צימערמאן און לאוב קליקע

371 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3649
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 21, 2014 1:25 am

· #212813
שטילע אינגערמאן
כ'וויס נישט גענוי ווי כ'זאל דאס שרייבען, אין וועלעכע אשכול, אבער אז ס'טוט ווי שרייט מען.
כ'זיץ אויפן קאוטש, כ'בליק די נייעס, ס'קאסט מיך א טרער,
ניין, ליידער ליידער איז עס נישט איבער די סאלדאטען אין אר''י.

כזעה בילדער ווי אינגערלייט שטיין מיט אראבער אין פייערן א חאגע אז מ'האט געהארגעט אידן,
ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין, ממש כ'וויין,
דאס איז געווען די סאטמער רב'ס רצון? אז חסידישע קינדער זאלן וויזן וויקטערי מיט די פינגער איננאיינעם מיט ארבישע מערדער?

ווי ווייט קען מען פארקריכען?
לפע''ד דארף מען שוין מאכן א סטאפ דערציי, עטץ ווייסט וואס א חילול השם דאס איז?
א קליין וועלט היינט יעדער זעהט אלץ, מיין גוישע ארבייטער רופט מיך אויף א זונטוג פרעגן פשט אידן פרייען זיך ווען אנדערע אידן זענען אין א עת צרה, וואס זאל איך עיהם זאגן?
שוין כ'וויל נישט מאריך זיין, כ'וויל נאר זאגן אז ס'טוט מיך זייער באנק אז אזוי פירט מען זיך אויף.

רבותי איר מיינט אז די גאנצער וועלט לעבט אין די ציוניסטישע מיראזש? וואס זיי טוען פעלט זיך אויס,
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי נטורא קרתא לייגט אריין אנדערע אידן אין א סכנה?
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי נטורא קרתא מאכט א חילול ה'?

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 21, 2014 8:13 am

· #212815
יין שרף
שטילע אינגערמאן

דאס איז געווען די סאטמער רב'ס רצון? אז חסידישע קינדער זאלן וויזן וויקטערי מיט די פינגער איננאיינעם מיט ארבישע מערדער?

וואס עפעס? יעדע מטורף מיינט עפעס די סאטמאר רב???

פון ערגעץ קומט עס..

עפל סיידער » מאנטאג יולי 21, 2014 9:31 am

· #212817
רבי ישכר דוב נישט די היינטיגער פון בעלז האט אויך געהאלטן גענוי די זעלבע נו אפשר גיי ביז אהין אדער נאך פריער, סאטמאר רב גראדע איז די איינציגסטע פון אלע גדו''י דא נאכן קריג וואס האט גערעדט קעגן זיי, פונקט אויף אים ברויך מען אויסגעבן די כעס?

משבק » מאנטאג יולי 21, 2014 11:41 am

· #212830
ישראל קאפקע
שטילע אינגערמאן
כ'וויס נישט גענוי ווי כ'זאל דאס שרייבען, אין וועלעכע אשכול, אבער אז ס'טוט ווי שרייט מען.
כ'זיץ אויפן קאוטש, כ'בליק די נייעס, ס'קאסט מיך א טרער,
ניין, ליידער ליידער איז עס נישט איבער די סאלדאטען אין אר''י.

כזעה בילדער ווי אינגערלייט שטיין מיט אראבער אין פייערן א חאגע אז מ'האט געהארגעט אידן,
ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין, ממש כ'וויין,
דאס איז געווען די סאטמער רב'ס רצון? אז חסידישע קינדער זאלן וויזן וויקטערי מיט די פינגער איננאיינעם מיט ארבישע מערדער?

ווי ווייט קען מען פארקריכען?
לפע''ד דארף מען שוין מאכן א סטאפ דערציי, עטץ ווייסט וואס א חילול השם דאס איז?
א קליין וועלט היינט יעדער זעהט אלץ, מיין גוישע ארבייטער רופט מיך אויף א זונטוג פרעגן פשט אידן פרייען זיך ווען אנדערע אידן זענען אין א עת צרה, וואס זאל איך עיהם זאגן?
שוין כ'וויל נישט מאריך זיין, כ'וויל נאר זאגן אז ס'טוט מיך זייער באנק אז אזוי פירט מען זיך אויף.

רבותי איר מיינט אז די גאנצער וועלט לעבט אין די ציוניסטישע מיראזש? וואס זיי טוען פעלט זיך אויס,
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי נטורא קרתא לייגט אריין אנדערע אידן אין א סכנה?
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי נטורא קרתא מאכט א חילול ה'?

דאס גאנצע מאטיוו פון נ"ק איז מדארף ראטעווען אידן דורך די פרסום וכו. נישט אזוי? איז אפשר ברענגסטו מיר איין איד וואס איז געראטעוועט געווארן דורך די וואנזיניגע חברה ? איין מיסיל ווויניגער וואס איז געשאסן געווארן אדאנק די פעלות פון נ"ק ? דער בלוטדארשטיגער אראבער וואס שטייט דארט ביים צינגל גייט גאנץ וויניג אן אז 5 אפגעריסענע אידעלעך האלזן זיך מיט זיי . און נאכמער ער וואלט זיי אויך דערשאסן.2:עטס קענטס עס רופן סיי וויאזוי צימערמאן .לאוב .בעק. מיט סאטמאר האט עס נישט קיין שום שייכות כידוע אז דער סאטמארער רבי זיע האט געהאלטן אז בשעת א מלחמה אין אר"י טאר מען נישט פראטעסטירן און דעיס איז אויסערדעם וואס סאיז באקאנט זיין שארפע התנגדות קעגן די מהלך

zurich » מאנטאג יולי 21, 2014 12:02 pm

· #212835
קיפקע ג'יין צו איראן לייקענען די האלקויסט צוזאמען מיט די גרעסטע רשעים און אנטיסעמיטן איז אויך בארעכטיגט??????


Open your eyes and small the coffee

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 21, 2014 12:36 pm

· #212844
משבק
דאס גאנצע מאטיוו פון נ"ק איז מ'דארף ראטעווען אידן דורך די פרסום וכו'. נישט אזוי? איז אפשר ברענגסטו מיר איין איד וואס איז געראטעוועט געווארן דורך די וואנזיניגע חברה ? איין מיסיל ווויניגער וואס איז געשאסן געווארן אדאנק די פעלות פון נ"ק ? דער בלוטדארשטיגער אראבער וואס שטייט דארט ביים צינגל גייט גאנץ וויניג אן אז 5 אפגעריסענע אידעלעך האלזן זיך מיט זיי . און נאכמער ער וואלט זיי אויך דערשאסן.2:עטס קענטס עס רופן סיי וויאזוי צימערמאן .לאוב .בעק. מיט סאטמאר האט עס נישט קיין שום שייכות כידוע אז דער סאטמארער רבי זיע האט געהאלטן אז בשעת א מלחמה אין אר"י טאר מען נישט פראטעסטירן און דעיס איז אויסערדעם וואס סאיז באקאנט זיין שארפע התנגדות קעגן די מהלך

און היגע מוסלעמענער זאלן דיך פיינט האבן אזוי שטארק ווי דו האסט פיינט יעדע פאלעסטינער?
צו האסטו אן אנונג די כעס און שנאה וואס טויזענטער אראבער אין ניו יארק סיטי האבן "יעצט" 12:15pm יוני 21? מיט דיין אידיש הארץ ווייטאגסטו אויף די 20+ מדינת ישראל סאלדאטן, אידישע קינדער וואס זענען געהרגט געווארן אין די איצטיגע מלחמה, אראבער האבן נישט קיין אידיש הארץ זיי האבן אן אראביש הארץ, זיי ווייטאגן אויף די 350+ פאלעסטינער ציווילע טויטע (איך רעד קלאר נישט פון די 150 כאמאס מיליטאנטן, איך רעד פון ציווילע) זייער כעס -בארעכטיגט אדער נישט- איז א פאקט, וואס קיין זיין די דאון סייד אין אויפקלערן ביי א פראטעסט אין מאנהעטן אז אונזער קאמיוניטי איז נישט ציוניסטיש געשטימט קערן זיך נישט אן מיט מדינת ישראל און שטיצן נישט צה'ל,
דא אין אמעריקע איז נאך די מצב די רואיגסטע ווייסט דאך מן הסתם יא וואס גייט פאר אין פראנקרייך און אין גאנץ אייראפע, און נ'ק איז נישט שולדיג אויב ווייסטו נישט.

משבק » מאנטאג יולי 21, 2014 2:01 pm

· #212854
טענו לו בחיטין והודה וכו . וואס ווארפסטו זאמד אין די אויגן מיט די אראבער פון דאהי ? so far האמיר ב"ה נישט געהאט קיינע פראבלעמען מיט זיי און פערצופאל דא ווי איך ארבעט געפינען זיך עטליכע פון זיי איז פונקט נעכטן ארויפגעקומען אויפן טיש די טעמע און אלע האבן איינשטימיג געזאגט אז זיי פארשטייען נישט ווי אייגענע אידישע ברודער קענען אזאנס טוען און ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט they must be very sick .... דער ציוויליזירטער רעכטדענקענדער אראבער {וויפיל סאיד דא} פארשטייט עס אויך . און דער טעראריסט וואס לעבט מיטן קוראן וויל דיך אויך זען טויט !!! כאפסט? אין די קוראן שטייט אז "מדארף הרגענען יעדן נישט גלןיביגן" ה"י ... געט די פוינט ...

תמים » מאנטאג יולי 21, 2014 2:20 pm

· #212857
קאווע טרינקער
יין שרף
שטילע אינגערמאן

דאס איז געווען די סאטמער רב'ס רצון? אז חסידישע קינדער זאלן וויזן וויקטערי מיט די פינגער איננאיינעם מיט ארבישע מערדער?

וואס עפעס? יעדע מטורף מיינט עפעס די סאטמאר רב???

פון ערגעץ קומט עס..


@קאווע טרינקער אויב קומט עס פון ערגעץ האלט איך זאלסט אנהענגען די שולד און קלויזענבורגע רב און די טעג וואס ער פלעגט יא האקן קעגן ציונות..

איך מיין.. פונקט ווי די פארשטייסט אז סאטמאר רב איז נישט קיין פארטרעטער אויף נארמאלע חרידיזעם, און זיי זענען אים גארנישט שולדיג, איז סאטמאר רב נישט שולדיג אויף יעדן וואס נוצט זיינע ווערטער אוף זיינע ווילדע עקסטרעמיזעם, חוץ אויב די ביסט גענוג אביעקטיוו צי באשולדיגען דעים ליובאוויטשע רבי צי הרב קוק אויף די רציחה אויף די אראבישע יוגענטליכער.

און לאמיר געדענקן אויף וועם מען רעגט זיך דא, האט איינער פון אייך שוין אמאל באגעגענט דעים הרב צימערמאן צי די שפיקטיווער פערזענליך? איך זוך מישט אויסצישמירן קיין יחידים פערזענליך, אבער סאיז כדאי א טריפ פראם אלל אווער קיין ראדני, ווי דער רבי פראוועט איצט זיין שחרית, און איר וועט אריבערפירן דעים אשכול און זאכן וואס האבן אייך צושטורעמט פאר געלעכטער.

תמים » מאנטאג יולי 21, 2014 2:32 pm

· #212862
משבק
ישראל קאפקע
שטילע אינגערמאן
כ'וויס נישט גענוי ווי כ'זאל דאס שרייבען, אין וועלעכע אשכול, אבער אז ס'טוט ווי שרייט מען.
כ'זיץ אויפן קאוטש, כ'בליק די נייעס, ס'קאסט מיך א טרער,
ניין, ליידער ליידער איז עס נישט איבער די סאלדאטען אין אר''י.

כזעה בילדער ווי אינגערלייט שטיין מיט אראבער אין פייערן א חאגע אז מ'האט געהארגעט אידן,
ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין, ממש כ'וויין,
דאס איז געווען די סאטמער רב'ס רצון? אז חסידישע קינדער זאלן וויזן וויקטערי מיט די פינגער איננאיינעם מיט ארבישע מערדער?

ווי ווייט קען מען פארקריכען?
לפע''ד דארף מען שוין מאכן א סטאפ דערציי, עטץ ווייסט וואס א חילול השם דאס איז?
א קליין וועלט היינט יעדער זעהט אלץ, מיין גוישע ארבייטער רופט מיך אויף א זונטוג פרעגן פשט אידן פרייען זיך ווען אנדערע אידן זענען אין א עת צרה, וואס זאל איך עיהם זאגן?
שוין כ'וויל נישט מאריך זיין, כ'וויל נאר זאגן אז ס'טוט מיך זייער באנק אז אזוי פירט מען זיך אויף.

רבותי איר מיינט אז די גאנצער וועלט לעבט אין די ציוניסטישע מיראזש? וואס זיי טוען פעלט זיך אויס,
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי נטורא קרתא לייגט אריין אנדערע אידן אין א סכנה?
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי נטורא קרתא מאכט א חילול ה'?

דאס גאנצע מאטיוו פון נ"ק איז מדארף ראטעווען אידן דורך די פרסום וכו. נישט אזוי? איז אפשר ברענגסטו מיר איין איד וואס איז געראטעוועט געווארן דורך די וואנזיניגע חברה ? איין מיסיל ווויניגער וואס איז געשאסן געווארן אדאנק די פעלות פון נ"ק ? דער בלוטדארשטיגער אראבער וואס שטייט דארט ביים צינגל גייט גאנץ וויניג אן אז 5 אפגעריסענע אידעלעך האלזן זיך מיט זיי . און נאכמער ער וואלט זיי אויך דערשאסן.2:עטס קענטס עס רופן סיי וויאזוי צימערמאן .לאוב .בעק. מיט סאטמאר האט עס נישט קיין שום שייכות כידוע אז דער סאטמארער רבי זיע האט געהאלטן אז בשעת א מלחמה אין אר"י טאר מען נישט פראטעסטירן און דעיס איז אויסערדעם וואס סאיז באקאנט זיין שארפע התנגדות קעגן די מהלך


הונדערט פראצענט גערעכט, מיט סאטמאר רב האט עס קיין שייכות, און די נטורי קרתא היינט פונקט ווי מזרחי ביי זייערע זאכן האבן קיין פראבלעם מיט דעים, זיי גייען גראד צום חומש וישק עשיו ליעקב וכדומה, סאיז קלאר אז זיי האבן נישט קיין מסורה אויף זייערע עקסטרעמע אבנארמאלע שריט.

אבער איך פארשטיי נאכאלץ נישט, האסט אים נישט גענטפערט, ווי און וויאזוי לייגט די נטורי קרתא אריין אנדערע אידן און א סכנה? איז טאקע די גרופע אזוי שעדליך צי בארעכטיגען די אבנארמאלע שנאה וואס מיר האבן קעגן זיי?
ממש עד כדי כך אז א קלוגער איד קען פרעגן צי סאיז נארמאל צי שעדיגען יענעמם פרנסה, איך פרוביר צי טראכטן וויפיל בלעטער וואלט געווען דא און קאווע שטיבל אויף א סומאטוכע אז מען האט פארשיקט א יונגערמאן פון זיין דזשאב פארן גיין צום אגודה פראטעסט (איך בין עס נישט מדמה, איך רעד נאר פון די פעולה חלק, לויט יענעם עקסטרעמיסט וואס איז עס יא מדמה).

מיך פערזענליך קומט אויך ארויף די בלוט און קאפ ווען איך זיי א קליפ פון זיי, אבער איך קלער גראד פארוואס ווען איך זעה יונגען און מוידען פון די אלע שלום עכשיו גרופעס אין תל אביב טוהן די זעלבע איז עס מער פארשטענדליך.

אגב קאפקע אפשר גיבט איר אונז א ביאור אויף דיין מאדנעם נאמען, איך גלייב איך בין נישט דער איינציגסער וואס ווען ער זעהט אזא נאמען ליינט זיך אנדערש די תוכן הדברים, סאיז א שאד, סוואלט כדאי געווען צי געבן א הסבר.

משבק » מאנטאג יולי 21, 2014 2:35 pm

· #212863
תמים
קאווע טרינקער
יין שרף
שטילע אינגערמאן

דאס איז געווען די סאטמער רב'ס רצון? אז חסידישע קינדער זאלן וויזן וויקטערי מיט די פינגער איננאיינעם מיט ארבישע מערדער?

וואס עפעס? יעדע מטורף מיינט עפעס די סאטמאר רב???

פון ערגעץ קומט עס..


@קאווע טרינקער אויב קומט עס פון ערגעץ האלט איך זאלסט אנהענגען די שולד און קלויזענבורגע רב און די טעג וואס ער פלעגט יא האקן קעגן ציונות..

איך מיין.. פונקט ווי די פארשטייסט אז סאטמאר רב איז נישט קיין פארטרעטער אויף נארמאלע חרידיזעם, און זיי זענען אים גארנישט שולדיג, איז סאטמאר רב נישט שולדיג אויף יעדן וואס נוצט זיינע ווערטער אוף זיינע ווילדע עקסטרעמיזעם, חוץ אויב די ביסט גענוג אביעקטיוו צי באשולדיגען דעים ליובאוויטשע רבי צי הרב קוק אויף די רציחה אויף די אראבישע יוגענטליכער.

און לאמיר געדענקן אויף וועם מען רעגט זיך דא, האט איינער פון אייך שוין אמאל באגעגענט דעים הרב צימערמאן צי די שפיקטיווער פערזענליך? איך זוך מישט אויסצישמירן קיין יחידים פערזענליך, אבער סאיז כדאי א טריפ פראם אלל אווער קיין ראדני, ווי דער רבי פראוועט איצט זיין שחרית, און איר וועט אריבערפירן דעים אשכול און זאכן וואס האבן אייך צושטורעמט פאר געלעכטער.
די קשיא איז אבער פארוואס אזא מענטש טרעפט זיך דאס פלאץ אין ראדני און גראדע דוכט זיך אז ער איז גאנץ באקוועם דארט מיט קופקעס וואס פארמירט זיך ארום עם וכו .. יעצט ענטפער נישט אז דאס איז ווייל "יעדער" טרעפט זיך דארט דאס פלאץ !!!

תמים » מאנטאג יולי 21, 2014 2:46 pm

· #212864
משבק


די קשיא איז אבער פארוואס אזא מענטש טרעפט זיך דאס פלאץ אין ראדני און גראדע דוכט זיך אז ער איז גאנץ באקוועם דארט מיט קופקעס וואס פארמירט זיך ארום עם וכו .. יעצט ענטפער נישט אז דאס איז ווייל "יעדער" טרעפט זיך דארט דאס פלאץ !!!


ניין נישט יעדער, נארמאלע מענטשען נישט.. אבער משוגעים? און גרויסען.
כאפ א וויזיט אונטען ביי די פרישטאג אפטיילונג צוועלעוו אזייגער.

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 21, 2014 2:58 pm

· #212868
משבק,
כאפסט וואס דא האט פאסירט איצט?
לעולם די אראבישע שנאה וואס זיי האבן צו אונז האט גארנישט מיט מדינת ישראל, נע דו כאפסט נישט די נארישער ניטורא קרתאניק? סאיזדאך נאר וועגן א פסוק אין קוראן, די פלוצלינגדיגע פארטרייבונג פון די אידן פון די אראבישע לענדער פון 1949-1955 איז צוליב די די בעל תשובה באוועגונג וואס האט פלוצלינג ארומגעכאפט די אראבישע וועלט אין יענע יארן אין וועלעכע זיי האבן זיי האבן זיך פלוצלינג גענומען לערנען דעם קוראן, די צעהיצטע אומרוען און פראטעסטן איבער די וועלט און די אויפשטייג אין אנטיסעמיטיזם יעדע מאל מדינת ישראל אטאקירט עזה איז ממש א צופאל, והא ראיה די אראבער מיט וועלעכע די ארבעטס כלומפערשט באדערט עס גארנישט, די אלע אנטי אידישע מעסעדזשעס אויף טוויטער און גאר שוידערליכע קאמענטארן אויף אלע גויאישע נייעס וועבזייטלעך איז אונז גארנישט נוגע, והא ראיה דיינע כלומרשטע אראבישע מיטארבייטער זענען איינשטימיג מיט דיר.

נארעלע וואס איך בין, און איך האב גאר געמיינט אז מדינת ישראל איז גורם אנטיסעמיטיזם,
, 😕 guess I really AM clueless

איך אויך » מאנטאג יולי 21, 2014 3:12 pm

· #212873
ישראל קאפקע
איך אויך
אויב ביסטו א אללה אכבאר טעראריסט (ווי עס שיינט צו זיין) דארף מען טאקע אזוי מקיים פסק זיין.

!Very harsh
?Right now טאקע הפקר Is my blood

הבא להרגך השכם להורגו.

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 21, 2014 3:31 pm

· #212878
Ouch!! 😞
עפעס אנדערש ווי דעמאגאגיע און הייפערבאול, קענט איר נישט?

איך אויך » מאנטאג יולי 21, 2014 3:36 pm

· #212880
דעם סיפור מיט דעם יוסף הסאטמורי/יוסוף הערבי איז דיר באקאנט? עס זעהט נישט אויס ווי דו האלסט ווייט פון עם.

סתם פאר נייגעריקייט ,דו מיט דיינע עלטערן זענען א bt אדער ffb? מוזט נישט ענטפערן אבער אויב דו ענטפערסט ביטע זיי האנעסט.

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 21, 2014 3:51 pm

· #212884
Honestly ffb,
אויף וואס באזירסטו דיינע באשולדיגונגען און מיינונגען,
איך מיין אז סאיז זייער א שווערע באשולדיגונג צו זאגן "עס זעט נישט אויס ווי דו האלסט ווייט פון איהם"
אדער די פראגע איבער "אללא אכבאר טעראריסט" ח'ו,
זאג דו אליינס, איז נישט איבערגעטריבן צו זאגן אויף מיר הבא להרגך וכו,
איך ערווארט אביסל honesty פון דיר אויך, און אויב ביזטו מודה אז סאיז איבערגעטריבן וואלט איך געוואלט אן אנטשולדיגוג פון דיר,

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יולי 21, 2014 4:26 pm

· #212888
זיי זענען זיכער נישט מזרע ישראל.

בר דעת » מאנטאג יולי 21, 2014 10:27 pm

· #212932
ישראל קאפקע שרייבט זייער צו די זאך, רוהיג און קלוג. אים ענטפערן אז מען דארף אים צען יאר הרגענען אוון הונדערט יאר שיסן איז נישט צום עניין. איך בין אויך נישט איינשטימיג, איך האלט אז נטורי קרתא טוט א טפשות'דיגע זאך וואס העלפט נישט און טוישט נישט גארנישט, אבער איך האלט אויך אז מען דארף ווען א נארמאלע אידישע דיאלאג מיט אראבער צו האלטן די מצב איבער די וועלט רוהיג. .(איך רעד נישט פון מדינת ישראל ווי עס איז זייער אנגעשטרענגט)
עס איז אויך אמת אז נישט בלויז מדינת ישראל איז די פראבלעם נאר די עקסטרעמע איסלאם איז א מגיפה, און הגם זי איז מקושר מיט מדינת ישראל איז זי אבער אויך א חיה בפני עצמו. און זאגן אז די אראבער ארט טאקע פשוט די אראבישע בלוט איז נישט אמת אין ליכט פון וואס עס גייט יעצט פאר אין מיטל מזרח ווי אין סיריע און איראק, אין עגיפטן און ליביע ווערן געהרגעט מאסן. אין איין טאג אין סיריע ווערן געהרגט מער מענטשן ווי אין די גאנצע היסטאריע פון מדינת ישראל און אסאד האט נאך די בלעכענע פנים צו וויינען אויף די עזה קרבנות.
עס איז גאר א לאנגע שמועס, אבער קאפקע האט לעגיטימע אנטי ציוניסטישע דעות וואס מען דארף זיך באפאסן מיט לאגיק און נישט סתם שעלטן מיט געפיל.

zurich » מאנטאג יולי 21, 2014 10:57 pm

· #212940
קיפקע נ"ק טוט וואס זיי טוען ווייל זיי ווילן עפעס אויפטוען אדער פשוט אהבת ישמאלים און שנאת ישראל?

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 21, 2014 11:21 pm

· #212944
אה א געשמאק צו שמועסן מיט אייך א בר דעת!
היינט צו טאגס איז איסלאמיזם אן אמתע געפאר, אבער אבער..
די אריגינאלע איסלאמיזם האט זיך אנגעהויבן אין די ניינצן צוואנציגערס אין עגיפטן,
איך געדענק נישט זיין נאמען אויפן מינוט, (שאטר אפשר?) די פאטער פון די מוסלעמענער ברודערשאפט וואס אדוואקאטירט א רעגירונג נאכן איסלאמישן געזעץ און דער קוראן (the Muslim brotherhood) און ער האט עס אנטוויקלט אלס ענפער צו אייראפעאישן קאלאניאליזם, זיין השפעה איז אבער געווען גאר א קליינער ביז די זיבעציגערס אכציגערס ווען די אלס מער אונטערדריקענדע רעזשימען אין די מיטל מזרח האט געגעבן פאר די מ.ב. א רייפע פעלד צו פארשפרייטן זייער אידיעלאגיע צו די רעליגיעזע מאסן וואס זענען געווארן אומגעדולדיג צו די מערב געשטיצטע רעזשימען וואס זענען געווען אומסימפאטיש צו רעליגיעזע,

קיין חילוק וואס איז האלט וועגן די מ.ב. איז ער נישט געווען קיין שום געפאר צו די מערב וועלט,
אל קאידא א פיל פיל מער עקסטרעמע איסלאמיסטישע ארגאניזאציע האט זיך אנטוויקלט בעיקר אין אראביע אין רעזולטאט פון די נאנטקייט פון די סאודישע מאנארכיע צו די פאראייניגטע שטאטן, וואס האט אין די ניינצן צוואנציגס געשלאסן א סטראטעגישע פארבינדונג מיט די פאראייניגטע שטאטן,
די גרעסטע גורם צום וואוקס פון איסלאמיזם סיי מ.ב. און בעיקר א.ק. אין די ניינציגס איז געווען אמעריקאנער שטיצע צו מדינת ישראל און אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזנהייט אויף סאודישע באדן,
אנטי מדינת ישראל געפילן פון די ניינצן פעאציגער ביז די ניינצן אכציגער האט גארנישט געהאט מיט איסלאמיזם, נישט נאסער סאדאט מובאראק, און היינט סיסי אין עגיפטן, פייסאל, אבדולא, ארעף, אריף, און סאדאם אין איראק, איבן סאוד, כאליד,פאהד, און קעניג אבדולא אין אראביע, כאפיז און באשאר אל אסאד אין סיריע זענען געווען/זענען איסלאמיסטן, קעגנערשאפט צו מדינת ישראל איז געווען פאליטיש און נאציאנאליסטיש, נישט רעליגיעז/איסלאמיסטיש,

דעריבער קומט נישט פארדרייען א קאפ אז די רעליגיעזע עקסטרעמיסטן למיניהם וואלטן אונז אויך געהרגט אלס "אינפידעלס"

diff » דינסטאג יולי 22, 2014 7:48 am

· #212961
The kanoim are doing us much benefit. Bibi will fall to feet of the charaidim
ביבי ביקש במפגש עם החרדים: הצטרפו לממשלתי

פארוואס? » דינסטאג יולי 22, 2014 10:02 am

· #212968
אהן אריינמישן מיינע פערזענליכע אידאלאגיעס, אהן צו פראבירן צונעמען די דעות און די מאראלישקייט אדער אומ-מאראל וואס שטייט אונטער די אדזשענדע פון ווער פון די זייטן. 
ווי אינטרעסאנט עס הערט זיך, מיין הארץ טרעפט א פלאץ פאר ביידע זייטן פונעם קריג, מיין אידישע הארץ טרעפט א פלאץ פארן גלות-איד וואס איז איינגערעדט אז ער דארף זיך שלאגן מיט אלעמען צו בלייבן אין גלות.
זייער מאטיבאציע צו ארויסקומען אין די עפנטליכקייט צו לאזן הערן זייער קאנטרעווערסיאלער מיינונג, טרעפט עפעס א טיהר אין מיין אידישע הארץ. 
די הייסע בלוט וואס שטיפט זיי צו ווערן ווילד, קען זיך אויסמישן גרינג מיט מיינע אידישע בלוט. 
פון די אנדערע זייט, די אידן וועלכע שטייען און ווייזן ארויס שטיצע פאר אונזערע ברודער וועלכע זענען אויפן פראנט, די סאלאדאריטעיט און מיטגעפיהל מיט אונזער אידישע שטאט וואס אונז האבן ענדליך סוקסעספול געבויעט.
מיין אידיש הארץ טרעפט א פלאץ פאר די וועלכע ווערן אויפגערעגט און איבערגעהיצט ווען זיי זעהן די נטורי-קרתא, נאך אסאך מער ווי ווען זיי וואלטן געזעהן א פאלאסטינער קאונטער-ראלי. 
פון אונטער די כעס, שרייט זיך די ווערטער: הלא אחינו אתם?! איהר זענט אויך אונזערע ברודער?! ווי אזוי וואגט איהר זיך צו שטיין אויף די פארקערטע זייט פונעם גאנצן כלל ישראל. 
איך זעה דערין א ברודערליכע פאדערונג, זיי פיהלן ווי זיי באקומען א קלאפ פון א נאנטן. 
דער עיקר איז אז יעדער איינער פיהלט אז ער מוז עפעס טוהן, ער מוז זיין אקטיוו לרגל דער שרעקליכער מצב אין ארץ-ישראל, ער פיהלט אז דער ענין איז נוגע צו איהם, און עס איז נישט סתם עפעס א מיטל-מזרח קאנפליקט. 

יין שרף » דינסטאג יולי 22, 2014 8:54 pm

· #213130
כ'פארשטיי נישט די חילוק צווישן די "ציווילע" עזה איינוואוינער וואס קומען באשיצן מיט א HUMAN SHIELD די טעראריסטן, צו די אידישע טעראריסן וואס לייגן זיך אונטער טרעקטארס....

אויליגער » דינסטאג יולי 29, 2014 10:41 am

· #214344
אויף די אלע האט זיך סאטמארע רב זל אויסגעדרקט די פסוק:ורדו בכם שונאיכם פרש"י מכם ובכם

פליקער » דינסטאג יולי 29, 2014 11:33 am

· #214352
סא וואס איך מיז על כרחי ציקומען צי א מסקנה איז אז דער צימערמאן מיט לאוב אלע זייערע מעשים זענען בפקודת כ"ק אדמו"ר, ווייל אויב למשל איך לייג נישט חלילה קיין פילטער אויפן קאמפיוטער דאן ווערן מיינע קינדער ארויסגעטראסקעט פון די מוסדות אדער אויב כאפט מען איינעם טראגן מיט א עירוב, אדער סיי וועלכע חטא, איז דאך משמע אז דעיס וואס מען ווארפט זייערע קינדער נישט ארויס, איז ווייל דער רבי פארשטייט אז ער טיט נישט קיין שום חטא, נאר אפשר א מצוה, דאן פארוואס ווערט עס געריפן די צימערמאן קליקע, עס ברויך געריפן ווערן די סטמערע קליקע, ווייל עס איז קלאר געשטיצט פינעם רבי'ן והא ראיה זיי האלטן זייערע קינדער אינדע מוסדות.

שעפטל » דינסטאג יולי 29, 2014 1:19 pm

· #214390
נישט געזעהן אויף יו-טוב... אבער אויף וואטס-עפפ האב איך באקומען א קליפ ווי ער באקומט "ליבע" פון א גויטע רח"ל

איך הייב אן קלערן אז פארדעם גייט ער אהין...

תמים » דינסטאג יולי 29, 2014 1:44 pm

· #214394
פליקער
סא וואס איך מיז על כרחי ציקומען צי א מסקנה איז אז דער צימערמאן מיט לאוב אלע זייערע מעשים זענען בפקודת כ"ק אדמו"ר, ווייל אויב למשל איך לייג נישט חלילה קיין פילטער אויפן קאמפיוטער דאן ווערן מיינע קינדער ארויסגעטראסקעט פון די מוסדות אדער אויב כאפט מען איינעם טראגן מיט א עירוב, אדער סיי וועלכע חטא, איז דאך משמע אז דעיס וואס מען ווארפט זייערע קינדער נישט ארויס, איז ווייל דער רבי פארשטייט אז ער טיט נישט קיין שום חטא, נאר אפשר א מצוה, דאן פארוואס ווערט עס געריפן די צימערמאן קליקע, עס ברויך געריפן ווערן די סטמערע קליקע, ווייל עס איז קלאר געשטיצט פינעם רבי'ן והא ראיה זיי האלטן זייערע קינדער אינדע מוסדות.


לאמיר דיך מסביר זיין, סאיז דא געוויסע זאכן וואס מווארפט ארויס פון די מוסדות ווי למשל פילטער אויפן אינטערנעט, וואס איז גאנץ פארשטענדליך. נאכדים איז דא פערדערייען ווי טראגען מיט די עירוב, (מהאט געסטראשעט, איך בין נייגעריג צי סאיז שוין אמאל געווארן אינפארסירט.)

אבער נישט פאר יעדע זאך ווארפט מען קינדער פון די מוסדות, און עס מיינט נישט אז עס איז בהסכמת המוסדות, ווי למשל א יונגערמאן וואס גייט צי א אגודה עצרת... צי א יונגערמאן וואס גייט צי א נטורי קרתא פראטעסט... וואס כאטש ביידע איז קעגן די מסורה אין סאטמאר, אגודה איז דאך פשוט, און נטורי קרתא זענעו אלע רבני הקהלה ארויס דערקעגן מיטן פילסטע שארפקייט, עכ"ז ווארפט מען נאכנישט קיין קינדער דערפאר, און כאטש די רבי און הנהלת המוסד זענען שטארט קעגן דעים האלטן זיי נישט אז מען דארף ווארפן זייערע קינדער. (איך האלט נישט סאיז די זעלבע, איך רעדט לשיטת הנהלת המוסדות)

און אגב איך גלייב שווער אז איינער פון די נטורי קרתא קינדער לערנען און די סאטמארע מוסדות וואס ווערט רח"ל געפירט דורך א פארטיי...

גוטע פינטעלך » מיטוואך יולי 30, 2014 9:06 pm

· #214669
לאו דוקא, לכאורה טוט די שטאנג שטערן פון זען די פרוי, זיינע אויגן זענען לכאורה געלאפען ווייטער.
סתם שנאת חנם בימי בין המצרים איז קיין ענין נישט.

אוהב ישראל » מיטוואך יולי 30, 2014 9:11 pm

· #214670
פאר א מחלל השם מיט א חאמאס פאן....איז ולא תתורו אחרי לבבכם שוין א קינדער שפיל....

יין שרף » מיטוואך יולי 30, 2014 11:30 pm

· #214704
.
1405217843.jpg

Big Boy » דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:19 am

· #214728
שעפטל
נישט געזעהן אויף יו-טוב... אבער אויף וואטס-עפפ האב איך באקומען א קליפ ווי ער באקומט "ליבע" פון א גויטע רח"ל

איך הייב אן קלערן אז פארדעם גייט ער אהין...



<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=800062166704882">https://www.facebook.com/photo.php?v=800062166704882</a>

טעפל » דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:24 am

· #214768
Big Boy
שעפטל
נישט געזעהן אויף יו-טוב... אבער אויף וואטס-עפפ האב איך באקומען א קליפ ווי ער באקומט "ליבע" פון א גויטע רח"ל

איך הייב אן קלערן אז פארדעם גייט ער אהין...



<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=800062166704882">https://www.facebook.com/photo.php?v=800062166704882</a>

שום גויטע, דאס איז דאך א אידיש קינד זי שרייט דאך "ווי אר בראדערס" (אפשר אין די סאטמערע לעקיסקאן איז דאס א גויטע?!)

הוגה » דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:06 pm

· #214856
טעפל
Big Boy
שעפטל
נישט געזעהן אויף יו-טוב... אבער אויף וואטס-עפפ האב איך באקומען א קליפ ווי ער באקומט "ליבע" פון א גויטע רח"ל. איך הייב אן קלערן אז פארדעם גייט ער אהין...

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=800062166704882">https://www.facebook.com/photo.php?v=800062166704882</a>

שום גויטע, דאס איז דאך א אידיש קינד זי שרייט דאך "ווי אר בראדערס" (אפשר אין די סאטמערע לעקיסקאן איז דאס א גויטע?!)


די פרוי אליינס שרייבט די פאלגענדע אין ספר הפנים:


Rachel Aranoff: To be clear I was being aggressive by blowing kisses. I was showing these men that they may be trained to respond to arguments but they don't know how to respond to sexy. But that was me being aggressive. My more important message is that they are my brothers. That I am a Zionist which means that I worry for the future of the entire people of Israel. And that no matter how destructive a Jew is I will never say they should leave Israel and I won't turn my back on them. If we don't care for all Jews, there is no point in being a Zionist. If we turn our backs on other Jews we may as well l go live our lives separate from the greater Jewish community. So if the day comes when Peter Beinart, JJ Goldberg, the Neturei Karta et al need protection - they are my brothers and I love them and wouldn't turn my back on them.


.

גאנצל » דאנערשטאג יולי 31, 2014 4:13 pm

· #214870
וועלכע פרוי ס'קוקט אויף זייער זייט דארף א דאקטער אדער האט זי א וועיר טעיסט

גאנצל » דאנערשטאג יולי 31, 2014 4:50 pm

· #214874
דער אנאנים איז גארנישט אזא גרינגע אות

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 31, 2014 5:12 pm

· #214876
ביים באזוכען קראנקע אראבער וואס זענען געשעדיגט געווארן פון ישראלדיגע מיסעלס
📎 Bt5szdRIYAA9WPF.jpg

גאנצל » זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:06 pm

· #216182
היינט בין איך געווען אין מאנסי האב איך געזען צוויי יונגעלייט האלטן א סיין א מחאה קעגן עווערגרין מסתמא זענען זיי פון די חברה קען איינער ברענגען אינפאו איבער דעם

אפטעמיסט » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:23 am

· #222363
.
IMG_20140909_002035.jpg

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:18 am

· #222765
אפטעמיסט
.

פריש??

פלעין יודיש » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 7:12 pm

· #226881

פלעין יודיש » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 7:41 am

· #227027

דבילה » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:49 am

· #227383
[ציטאט אראפגענומען]


אזעלכע שיינע פארצייטישע נעמען, סלאנים, בלוי, שישא, פאפענהיים, ווי פאלט דארט אריין א קעסטענבוים?

הרב_שלום » זונטאג אקטאבער 5, 2014 4:15 pm

· #227496
אליעזר קעסטענסוים איז א פעטער פאר ציממערמאן ( זיין אטע איז אן איידעם דארט ווי אליעזר איז אן איידעם) אלס קינד האט ער געוואינט אונטער איהם אויף 36 Ross ס'דא וואס זאגען אז אליעזר האלט איהם אויס

הרב_שלום » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 10:02 am

· #227665
צו אליעזר האלט איהם אויס ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז ער איז זיין פעטער און נישט סתם א פעטער וואס וואוינט אין די מרחקים און מען זעהט זיך איינמאל אוין דריי יאהר נאר א פעטער וואס וואוינט אין די זעלבע בילדינג פון זיינע עלטערען
מען דארף זיין טאטאל משוגע אזוי זיך אויף צןפירען צו אזא פעטער

קאסטנער » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:09 pm

· #230142
עס וואלט מיר געווען גאנץ אינטערסאנט בעסער צי ארויסהאבן מה מהותו פין דעם ר׳ יואלישן

ווען איך זע אים אמאל אין גראסערי ווי ער וויגט א קינד אין א קערידזש מיט א ראויגקייט אין צי די זייט מיט זיין קליין בחנטע אינגעלע אין איך הער ווי ער רעד אפן סעל וויפל סעלערי וויפל סקוואש
איך וועל נישט איבערגיין די גאנצע ארדער (איך געדענק שוין במילא נישט אלעס)
איך קיק מיך צי פין די זייט אין איך פראביר עס פראפיילען מיט די מענטש וואס איך האב נארוואס געזען אויפן גאס ביי די עבודת הקודש
ווי אזוי שעלט מען דאס צאם?

הרב_שלום » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 5:11 pm

· #230150
ער האט היינט געהאט א קאורט קעיס מיט וויטריאל דאס איז א המשך ווען ער האט נאך געשריגען דושינסקי

קאסטנער » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:15 pm

· #230174
[ציטאט אראפגענומען]


א ריכטיגע משוגענער קען זיך מאכן נארמאל?
מיר זעט ענדערש אויס ווי ער מאכט זיך משוגע כדי צי האבן א היתר אויף זיין אויפירונג
[כאטשיג אויף למעשה איז א קנאפע חילוק..]

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:19 pm

· #230178
אויף דעם זאגט די וועלט ''יעדער שמויגער 'פאר זיך' טויג ער''.

chusid » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:28 pm

· #230229
איך האב נישט געוואוסט אז דער צימערמאן איז א גאנצע מציאות...

סאשי פיש » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:14 pm

· #232815
אקעגען איבער סאטמער מהרז״ל הויז.
אינטעראסאנט אז זיי האבען נישט מורא!
מערק אן ישראל קאפקע די צווייטע פון לינקס
image.jpg image.jpg image.jpg image.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8