צימערמאן און לאוב קליקע
371 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3649
נו גילוי!
(צווייטע לינקס, וועלכע בילד, וואו? איך וואונדער זיך וויאזוי דו משלסט מיר אויס אין דיין קאפ. 😉)
בעיקבתא דמשיחא (היינטיגע צייטן) וועט זיך דאס חסידות פון איין צד אויסדרוקן נאר מיט'ן התנגדות צום צד השני. אבער אז מ'איז מבזה דעם אייגענעם רעבי'ן שטערט קיינעם נישט. ווייל ווען יא וואלט שוין נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון דעם צודרייטן, פאררוקטן מטורף , יואלי צימערמאן וסייעתו. ס'איז שרעקליך שאקירנד די סיינס וואס די מטורפים האלטן אקעיגן מהרז"ל.("ימ"ש", וכדומה). ווען וועלט וואלט געוועין וועלט, וואלט מען זיי צוריסן צוזאמען מיט זייערע סיינס...!
דאס איז אזוי נישט גערעכט, דער ציממערמאן קומט קיינמאל נישט קיין בורו פארק אונטהאלטן די עולם.
די יעצטיגע וואלן קומען פאר אין בארא פארק, פליז טאמער איינער קען בעהטן ציממערמאן קומען אויף בארא פארק,
בארא פארק האט גענוג עקשאן היינט, מען דארף עפעס געבן פאר ווימ"ס אויך...
די סעקיוריטי איז מטעם וועם?
מטעם צימערמאן'ס געהענגל
לאליפאפמטעם צימערמאן'ס געהענגל
ער האט געלט דאס צו פינאנצירן? דאס איז נישט ביליג...!
כ'בין היינט דורכגעפארן דעם פראטעסט און זיך אפגעשטעלט קוקען (מ'קען מיר גראדע זען אויף די אונטערשטע בילד ווייט לינקס מיט די ווייסע העמד און זון-ברילן). כ'מוז זאגן כ'האב ממש געקוועלט. כ'האב אינטערגעהערט ווי אפילו אזאנע וואס זעען אויס ווי טומן ידו בצלחתניקעס, פארפרומטע שבת שרייער, רעדן זיך אפ און שעלטן די סיקריקים און מחללי שם שמים. כ'בין געשטאנען און געקוואלן ווען מיין הארץ שרייט אין מיך "ראו בנים שגדלתם!" יא, עטס טערארזירטס דעם שטאט און לאזט נישט לעבן און דא איז עס צוריק אנגעקומען צו ענקער טיר! זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן אז אזעלכע הפגנות זאלן זיך מערן עד שלא יספר מרוב ונאמר אמן. אפשר וועט דאס זיי אביסל מאכן טראכטן. אפשר.
ציממערמאן פארלוירן
תועבה געזיגט!!!
נא.... ווער לייגט זיך איבער?...
וואס איז די מעשה מיט די סטאר? וואס פינטלעך איז די פראבלעם?
זייער פראבלעם איז לויט ווי איך פארשטיי אז זיי האבן זיי נישט קיין אינטערנעט און זיי האבן צופיל ליידיגע צייט און אז מ׳האט נישט קיין סיפוק החיים און מ׳איז טויט דעפּרעיסט שרייט מען ווי א צודרייטער ל״ע , 😢 😕
וויפל קאווע קען מען דען טרונקען אין איין טאג ? 🙄
שבת אחים
וויפל קאווע קען מען דען טרונקען אין איין טאג ? 🙄
די ווילסט נישט וויסן... דאנקען גאט אז ער האט אינז געגעיבן אזא ארטיקל ווי קאווע,אזוי זענען זיי כאטש אמאל שטיל.
צי זיין באווארענט פין די חברה אז זיי זאלן נישט פראטעסטירן אקעגן דיין געשעפט וואלט לכאורה געווען די בעסטע צי עפענען טאקע א קאווע געשעפט (מיט א הכשר נישט פין בד"ץ- ציוינים אין נישט היתאחדות,)
א ווידיא וואס א פרוי האט אפגעכאפט בצינעה צייגט וויאזוי איינער פין די סוקריקים שטעלן איר אפ פארן חטא פין נישט גיין אינגאנצן ציגעדעקט,
מערקט ווי די דזערנאליסט ווינדערט זיךנאכן ריקארדירונג ווער עס ווערט אנגעצינדן פין א א טראפ אויפגעדעקט... , גיי לערן מיט א גוי רש"י...
<a class="postlink" href="http://m.youtube.com/watch?v=v6Z3wRBqPCU">http://m.youtube.com/watch?v=v6Z3wRBqPCU</a>
יעצט דרייט זיך ארים א קליפ ווי די משוגאים רעדן אויפן לײַבאוויטשען רבין כל דבר אסור ר"ל
ווער איז די זכר וואס שרייט דארט?
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/video.php?v=423593394472073&set=o.761801687202428&type=2&theater">https://www.facebook.com/video.php?v=42 ... =2&theater</a>
נאך א מחזה הוד ואס איז ווערט צו קיקען....
"טויטע פייגער משיח שקר ימח שמו וזכרו..."
"דער כופר בעיקר משה... שם רשעים ירקב שרבייט אין זיין ביכל מועדים וזמנים... עפרא לפומיה"
די לשונות דארט גייען בטעם העליון. דאס זענען לשונות פון הסברה אדער מחאה?
ג ע ו ו א ל ד ! ! !
איינער האט שוין אמאל אויסגעפינען צו וועם דער שפעטיווקער 'רעדט' אויפן טעלעפאן ביי יעדע מחאה? אפשר צו דער ישיב''ק בחור אינעם בלאט אפיס וואס שרייבט די בריוון?
דער צימער-קלאטץ האט שוין אמאהל געכאפט פון עמיצן א זאפטיגס אויפן באק אד שווארצע ברילן זיינע זענן געפלויגען?
דער איז נעבאך אזוי נישט אין דער ארדענונג, מען דארף פשוט געבן אביסל אויפן אינטישטען.... און די נערן זיינע וועלן זיך א ביסל שטילן......
סא מען טאר נישט זאגן די "אייבישטער"!
מיינסט אודאי צו זאגן "אויבישטער"
קאך_לעפלדער צימער-קלאטץ האט שוין אמאהל געכאפט פון עמיצן א זאפטיגס אויפן באק אד שווארצע ברילן זיינע זענן געפלויגען?
דער איז נעבאך אזוי נישט אין דער ארדענונג, מען דארף פשוט געבן אביסל אויפן אינטישטען.... און די נערן זיינע וועלן זיך א ביסל שטילן......
זעהט אויס אז יא ווייל א שטיק צייט האט געפעלט א הענטל פון זיינע ברילן
וואָס איך וואלט געגעבן צו זיצן אין זייער מיטינג ווי זיי באשליסן וואס\ווער דער נעקסטער ציל פון א "ציממערמאן" באהאנדלונג איז.
[ציטאט אראפגענומען]
פאלש. נישט געווען אין דבר יום
ווער איז דער וואס זיצט אין קאר? איז ער איינע פון די "קליקע" אדער טוט ער דאס פאר פרנסה?
מה שמו?
Hershkowitz
מער דיטעילס פליז
לית דין בר נשמה שמו?
אתה מתכון לשם אמו?
לית דין בר נשמער דיטעילס פליז
פין בארא פארק, גיט?
ער פירט זיך אויף זייער אגרעסיוו, האב איך געזען ווי א אינגערמאן הייבט זיך אן טענה'נן מיט אים, ווי נאר די אינגערמאן איז געקימען היפש נאנט צי זיין אויטא גיט דער מוחה א נעם ארויס זיין פאן אין הייבט מאכן יעמרליכע קולות אויף דעם אינגערמאן "מען וועט ענק אלע ארעסטירן, פראביר נאר מען וועט ענק אלע ארעסטירן". דער אינגערמאן וואס האט דזאסט געזיכט אביסל צימערמאן פאן האט אפגעצויגן פין אים ...
אוי איז דאס גיט
יאפ ווען ס'גוט איזעס גוט. קען זיין ווען מער חברה זאלן טוהן ווי יענער לץ וואלט מען ווייניגער געהערט פון דעם מטורף.
איך זעה אבער נישט ווי ער זאגט אז ער באקימט באצאלט צי פראטעסטירן, ווען ער פרעגט איבער געלד נעמט ער זיך מורמלען אין צום סוף זאגט ער "יא זיכער פאר באצאלט" וואס ער זאגט מיט אזא סארקאסטישקייט זיך אפצישאקלען פין יענעם.
ווי זענען זיי געגאנגען חול המועד האלטען??
איך האב מיך געווינדערט וואס איז דאס די סייט drop israel שומרים מיט ישראל חרוס'עט? איך קליק אריין ענטפאנגט מיר אזא טעוועלע אין אידיש :
בס"ד
אזהרה
די ווידעאס זענען געכאפט געווארן דורך נישט יודן,
און ארויפגעלייגט געווארן פאר נישט-יודן,
געדענקט! יודן דארפן זיך היטן די אויגן פון פריצות
חוץ מזה איז ווידעאו און טעלעוויזשאן שוין גע'אסר'ט געווארן דורך די רבנים פון פריערדיגן דור
איך מיין איך האב ארויס די פיקטשער...
קאסטנעראיך האב מיך געווינדערט וואס איז דאס די סייט drop israel שומרים מיט ישראל חרוס'עט? איך קליק אריין ענטפאנגט מיר אזא טעוועלע אין אידיש :
בס"ד
אזהרה
די ווידעאס זענען געכאפט געווארן דורך נישט יודן,
און ארויפגעלייגט געווארן פאר נישט-יודן,
געדענקט! יודן דארפן זיך היטן די אויגן פון פריצות
חוץ מזה איז ווידעאו און טעלעוויזשאן שוין גע'אסר'ט געווארן דורך די רבנים פון פריערדיגן דור
איך מיין איך האב ארויס די פיקטשער...
לינק איך טרעף נישט די אזהרה. א דאנק
<a class="postlink" href="http://www.dropisrael.org/news.html">http://www.dropisrael.org/news.html</a>
Re: צימערמאן און לאוב קליקע
אויף דער ערשטע ווידיאו זעהט מען איינער פון דעי חברה כאפן ווידיאו. ער איז דער נישט-איד?
יישר כח קאסטנער
[ציטאט אראפגענומען]
נעם די תגובה אלס דיין חתימה, אזוי וועסטיך איינשפארן עס צו דארפן איבערשרייבן יעדעס מאל.
ישראל דוד ווייס ושותפיו המטורפים זענען געלאדענט געווארן קיין ווענעזוועלא אויפן רעגירונגס חשבון וואס וועט זיי אויסצאלן אלע הוצאות ושאר ירקות אז ער זאל רעדן ביי א ציזאמקום פון א געמיש פון פארשידענע לינקע אנטי וועסטערען אנארכיסטישע און אנטיסעמיטישע גרופעס ,
אין ווענעזואעלא קומט פאר ראיאטן אויף א כמעט טעגליכע פארנעם ציליב די שרעקליכע עקאנאמישע און פאליטישע קריזיסען , אמעריקע האט לעצטענס ארויף געלייגט סאנקציעס אויף טייל רגירונג בעאמטע , אבער פאר שטותים איז אלעמאל דא גענוג געלד, ווער רעדט נאך ווען מקען באשולדיגען דעם אידע ,
די משוגעים פלעגן אין די פארגאנגענהייט פארן קיין לבנון, טערקיי, סוריא, מצרים, איראן, קאטאר, עזה, אא''וו אבער האבען זיך אלעמאל אפגעהאלטען פון גיין קיין לענדער ווי תימן, פאקיסטאן, איראק, סודאן וכו' ווי זיי האבן מורא געהאט אז זייערע על קאידא פריינד וועלען זיי אפהאקען דעם קאפ טראץ דעם וואס זיי זענען געטויפטע מוסולמענער , לעצטענס ווען די אומרוען האבן זיך שטארק פארשפרייט אין רוב פונעם מיטל מזרח האבן די אטענשאן זוכער שטארק געזוכט א נייע אינטערטעינמענט מארקעט און יגעת ומצאת תאמין דער פון אויבן האט געהאלפען און עס וועט זיין סיי פאן און נאך אפאר דאלאר אין די זייט אויך
הענגט אין אלע וויליאמסבורגער גאסן. די אהבת ישראל שפראצט ארויס פון א יעדע איינציגסטע ווארט.
אגב, "שווארצע נעגל"? איז דאס אפשר א רעקלאמע פאר די שפאנישע אינקוועזיציע שפיל? 😕
.
Re: צימערמאן און לאוב קליקע
מ'וועט מוזן ארויסקומען בחרב ובחנית און אלע אנדערע מיטלען.
ולמזהיר ולנזהר....
Wow. That scares me off
דער וואס יא אין פלאן צו פארקויפען א הויז, זאל האלטן א קאפי פון דעם צעטל, דערנאך דאס איבער טייטשען אויף ענגליש, גיין דערמיט צו דער פאליציי, דערנאך ווען די בעלי מוחים קומען אן קען מען זיי ליגעל איינזעצן אדער ארעסטירען אויפן חשד אז זיי זענען עלול אויף שפיכת דמים. א קלייניגקייט נישט מיר נישט דיר "בחרב ובחנית"?
דאס איז בכלל נישט קיין פשוטע ענין ווען דער פארקויפער האט א בפירושע צעטל אז זיין לעבן איז אין געפאר. דער צעטל האט נישט קיין נאמען? אט אט וועלן די בעלי מוחים זיך באווייזען מיט זייערע מיטלן...
[ציטאט אראפגענומען]
העי, ביסט יא דא?
📎 1.jpg