☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צימערמאן און לאוב קליקע

צימערמאן און לאוב קליקע

371 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3649
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:26 pm

· #153906

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:01 am

· #153936
וואט עי קידוש השם!

כתר מלכות » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 9:32 pm

· #161738
מען האט זיי ארעסטירט?

טישו באקס » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:26 am

· #161797
ניין די חברה האבן מורה געהאט פאר מכות האבן זיי געבעטן די פאליציי זאל זיי אהיים נעמען.
שווארץ האט יא אריינגעהויבן אביסל געבראטנס

smart » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 5:35 pm

· #161877
די מלמדים האבן נישט מורא פאר זייער דשאב???

זענען זיי משיעגע? מילא ציצערמאן דעס איז דאך זיין פרנסה ער גייט ארום נאך געלט פאר דעם. אבער וואס איז פשט פון די מלמדים..

היימישער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:02 pm

· #161995
smart
די מלמדים האבן נישט מורא פאר זייער דשאב???

זענען זיי משיעגע? מילא ציצערמאן דעס איז דאך זיין פרנסה ער גייט ארום נאך געלט פאר דעם. אבער וואס איז פשט פון די מלמדים..


זיי מיינען עס ערנסט

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:10 pm

· #161998
היימישער: און מיט דעים וואס זיי וועלן מוחה זיין אקעיגן תולדות אהרן רבי, וועט שוין זיין דער תיקון העולם?! שוין, ב"ה די ליידיגייערס און משוגעים האבן שוין געטראפן א נייעם "שייגעץ". מארגן 'עט ער שוין ווערן א פשע ישראל, אן אפיקורס א ימ"ש, וכו' וכו' 🙄 😳 😈

לאקשעןקוגעל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:16 pm

· #162086
ס'קומט נאך א פייערדיגע מחאה קעגן די אלע וואס זענען געווען אויף ראס סטריט און זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט מוחה צו זיין. קעגן זיי דארף מען אויך מוחה זיין. - וואס משוגעת קען אלץ ברענגען.

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:47 am

· #162169
וודיאו פון די תו"א מחאה.

קרעקער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:59 pm

· #162263
למעשה איז ער א העלד
ער שעמט זיך נישט און שרייט אויף די גאס קעגען א באקאנטע אדמור

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:14 pm

· #162286
א העלד ווי אמ"ג....

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 12:00 am

· #162412
דער איר אלטער פראגע מהיכן ירק זה חי ? אז מ'איז פארנומען א גאנצן טאג מיט פראטעסטן וויאזוי לעבט מען ? דא האט איר דעם ענטפער... 😃
און אגב דער וויץ פון הרב גאלדשטיין איז גאנץ גוט דארט
<a class="postlink" href="http://youtu.be/eljGWA3e8lw?t=9m">http://youtu.be/eljGWA3e8lw?t=9m</a>

פרישער » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 6:15 pm

· #162561
בשורה טובא תדשן עצם

היות עס האבן זיך פארמערט לעצטענס געפעכצן צווישען פריינט, חסידות'ן, משפחות, לענדלארד'ס, און עס ווערט שווערער זיך צו א עצה געיבן מיטן צד שכנגד, ווילן מיר דא מודיע זיין דעים חשוב'ן ציבור, אז מיר זענען א גרופע ערליכע פירמטשיקע אינגעלייט, און מיר וועלן אייך שטיין צו די האנט, פאר א מינימאלע אפמאל.

אינזערע סערוויסעס זענען בעיקר געבויט אויף צי לייגען איבריגע געוויכט, אז דער צד שכנגד זאל זיך ברעכן, מיר זענען גרייט פיר און צוואנציג שעה און טאג זיבן טאג א וואך, מיר האבן אלע נויטיגע כלים, מיר האבן הויעך הילכער, און שרייבער, און אייגענע פרינטער'ס פאר כל ערליי כתבי פלאסטר וואס מען קען דרינגענד ברויכן, אויך האבן מיר נאנטע באציאינגען צי אלע רבנים און שענערע אידן.

מיר קענען אנצייגן אויף צעינליגע ציפרידענע קליענטען, ווי מערכות עירב, און האטעל, תולדות אהרן, גל פז, פרעס טראק, און נאך.

גלייכצייטיג ווילן מיר מעלדן אז מיר האבן עפענינגען פאר געוויסע פאזיציא'ס ווי מענער מיט באוואסע שטימעס, גרויסע צישטרויבלטע בערד פארגעצויגן, דרייווערס צו צישפרייטן פאשקעווילן, מיר צאלן גיט, אלעס מזומן מששת ימי בראשית.

מיר ווילן טאקע ביי די געלעיגענהייט מפייס זיין די אלע וואס מיר רודפן, מיר האבן גארנישט פערזעינלעך קעיגן אייך, מיר טיען דאס נאר ווייל מיר מיזן שפייזן אינזערע שעיפעלעך, מיר האבן קעיגן אייך גארנישט, מיר זענען ארבייטער, איר ברויכט אויסגעיבן אייער כעס אויף די וואס צאלן אינז, ואיתכם הסליחה.

הבא ללמד » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 3:56 pm

· #162714
עטס קענסט זאגען וואס עטס ווילסט.... איך הייב מיין הענט פאר דעים יואל צימערמאן ער האט געוויזען אז ווען ער שרייט שטעלט ער אלע רבנים אויף דע פיס אנגעהויבן פין ר' זלמן לייב גענדיגט ביי דע רבני עדה החרדית
ני פרעג איך ענק האט ער נישט קיין כח?

שושן פורים » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:10 pm

· #162737
הבא ללמד
עטס קענסט זאגען וואס עטס ווילסט.... איך הייב מיין הענט פאר דעים יואל צימערמאן ער האט געוויזען אז ווען ער שרייט שטעלט ער אלע רבנים אויף דע פיס אנגעהויבן פין ר' זלמן לייב גענדיגט ביי דע רבני עדה החרדית
ני פרעג איך ענק האט ער נישט קיין כח?

האלט דיין הענט זייער הויעך , און האב שוין אינזין דערביי בין לאדין , סאדאם כוסעין , און היטלער ,
זיי האבן אויך באוויזן צו שטעלן אויף די פיס אלע וועלטס פירער

הבא ללמד » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:21 pm

· #162738
@שישן דע אלע וואס די רעכענסט דא אויס זענען געווען וועלטס פירער כאטש זיי איך פארמינער נישט זייערע רשעות, דא רעד מען אבער פין א טראציגע אינגערמאן וואס דע איינציגסטע זאך וואס ער קען איז שרייען, קימט זיך נישט א האנט פאר אזא איינעם?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:23 pm

· #162739
איך בין נישט זיכער עס קומט אים א גאנצע האנט, א פינגער דעזערווד ער זיכער.

דעת תורה » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:31 pm

· #162741
בין לאדין איז געווען בערך אזא וועלט'ס פירער ווי להבדיל צימערמאן. ער'ט כאטש געהאט אפאר טאלער אין די זייט...

סאשי פיש » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 3:56 am

· #164086
א געוואלדיגע ווידיא פון צימערמאן, ביים עבודת הקודש, דאסמאל איז עס אין א שול ווי ער איז מבער אלע ספרים וואס געפעלען אים נישט,
ער קראצט, און מעקט, און שרייבט אן!!!
עס איז א מאסט צו זען!!

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/3tp0fqlht9t08yn/zYvNSIsPGU">https://www.dropbox.com/sh/3tp0fqlht9t08yn/zYvNSIsPGU</a>

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:20 am

· #164100
מ'דארף עפענען א קעיס קעגען אים, וואס וועט פארלאנגען אז א שומר זאל אים באגלייטן 24/7 ביז דעם אפעטיט וועט אים דערגיין.

פרישער » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 10:56 am

· #164118
ער איז געוועין דער יעניגער וואס פלעיגט אנשרייבן אלע בעסקיסעס, אז דער עולם זאל נישט פארקויפן דעים נשמה פארן שטן, ווער עס געדעינקט, מען האט אים דאן געכאפט שווארץ האנטיג, און מען האט אים געסטראשעט מיטן לעיבן, אזוי האט זיך עס דאן אויפגעהערט, היינט ציטאגס ברשות הרבנים האט ער א פרייע האנט, ער ווערט ניטאמאל ציטאמעלט ווען מען כאפט אים, ער גייט ווייטער אן כלו היה.

קרעקער » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 11:22 am

· #164132
די פראבלעם איז אז אין ווילאמסבורג איז ער דער חשובער יונגעמאן און הרב לאבין וואס האט געגעבען א ניר פאר א אנדערען יוד איז א אויפגעקלערטער און משכיל

סאשי פיש » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 2:47 pm

· #167186
פחד!!
כינוס לרשעים רע להם ורע לעולם!!!
צימערמאן טרעפט זיך מיט הערשל קלאר!!! מען שמועסט אדורך די פירצות אין וויליאמסבורג!! און וואו מען גייט פראטעסטירען!!
image.jpg

חנניה זרח שטיגליץ » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 2:48 pm

· #167187
האסט זיך אונטערגעהערט אז דו זאגסט עס מיט אזא זיכערקייט? איך פארשטיי אז ס'איז א גוטע בילד אבער דיינע הגה"ס מאכן נישט קיין סענס, בעסער עס ווייטער סושי.

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 4:15 pm

· #167200
סאשי פיש
כינוס לרשעים רע להםורע לעולם!!!
צימערמאן טרעפט זיך מיט הערשל קלאר!!! מען שמוסט אדורך די פירצות אין וויליאמסבורג!! און ווי מען גייט פראטיסטירען!!


ב"ה ענדליך שוין זוכה געווען צו זעהן ווער עס איז הערשל קלאר!!!

ידען » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:15 pm

· #169720
סיז דא א פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגען קאנטינענטעל האל ווייל אברהם סלאנים איז דארט.

מן הסתם אז סיז דא א פראטעסט איז צימערמאן די טשעירמען..

ווער האט בילדער?

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:10 am

· #169733
איך דארף א ליסטע פון די משתתפי העצרת.

ציממערמאן זעה איך אויפן קליפ, ער שרייט צו זיין געטשקע (נישט דער זעלבער גאט וואס האט געגעבן די תורה פארציילט מיר)
ווער נאך?

חביבי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:42 am

· #169747
איך פארשטיי נישט די פראבלעם מיט צימערמאן וועם שטערט ער אדרבא איך האב הנאה ער קופט מיך ביזי אין די לאנגע זומער שבת נאכמיטאגס אין אינמיטען די וואך ווען איך בין דאון אין ער לעבט מיך אויף שטעלטס ענק פאר וויאזוי וויליאמסבורג וואלט אויסגעקוקט אן דע חברה קודם וואלט געווען זייער זייער זייער אסאך קדושה פראבלעמס עס וואלט געווען א טמא׳נה שטאט אין נאכדעם וואלט עס געווען א דיפרעסטע שטאט אן קיין עקשען בקיצור מען דארף קוקען אויף יעדע זאך פאזעטיוו ער איז די בריח התיכון פון אינזער שטאט :

סאשי פיש » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:39 am

· #169767
@ידען דא האסטו בילדער, און ווי אזוי דו האסט פאראויס געזאגט איז צימערמאן די אנפירער.
מערק אן אויף די רעכטע זייט ווי איינער שרייט און ווארענט אן א בחור!
image.jpg image.jpg

כתר מלכות » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:48 am

· #169769
קרעקער
די פראבלעם איז אז אין ווילאמסבורג איז ער דער חשובער יונגעמאן און הרב לאבין וואס האט געגעבען א ניר פאר א אנדערען יוד איז א אויפגעקלערטער און משכיל

אבי גערעדט, אין גם אחד וואס איז אים מחשיב, און פאקט איז ער דער משוגענער פון שטאט. ר׳ אשר לאבין, מיין איך אז רוב וויליאמסבורג ווייסט ניטאמאל פון אים צו זאגען, (חוץ אפשר זייט ער האט געהאט לעצטנס א סעריע פון אינטערוויאס אויף קול מבשר, אבער אויב איך גרייז נישט כאפט כמעט קיינער נישט ווער ער איז און וואס עס איז זיין ראלע). אגב, ווען איינער איז באמת א משכיל (לאפוקי ר׳ יואל אשר וואס איז בכלל נישט דאס) און ער גיט אוועק א ניר פאר א צווייטן, הגם סאיז זייער א שיינע זאך, ווערט ער אבער נאכנישט געכשרט מיט דעם.

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:40 pm

· #169838
[ציטאט אראפגענומען]

פראטאסטירט אקעגן??

ודי למבין » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:42 pm

· #169839
אוטש! איך קוק אן די קליין אומשולדיג בעבי און מיין הארץ גייט אויס פאר אים\איר. וואס איז עס נעבעך שולדיג?

חביבי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:25 pm

· #169885
דאס קינד איז זיכער א העכערע נשמה וואס האט געהאט די זכי׳געבוירען צי ווערן צי אזא הייליגע טאטע

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:51 pm

· #169904
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

פראטאסטירט אקעגן??

איינעם סלאנים

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:00 pm

· #169905
אוי וויי טראכט וויזוי דער פראטעסטירט אויפן בעיבי אויב סצו-וויינט זיך אים נאך א פראטעסט און סשטערט אים דאס שלאף.

געווווואאאאלד. א פירצצצצה. הער אויף צו וווווייייינען. גיווואאללדד.

איציק » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:52 pm

· #169952
ער איז פארהייראט? פשיהא! זיין פרוי איז דאך א צדיקת! (אדער איז ער גאר דער צדיק?...)
כ'האב אפילו נישט ליב צו זאגן, איבערהויפט ווען דער בר נש איז נישט דאהי און קען זיך נישט פארטיידיגן (אדער דרייט ער זיך יא דא?), אבער מר. צימערמאן האט אלע סימנים פון א גייסטיש קראנקער. 😲
ניין, איך קען אים נישט פערזענליך. מען קען דאס בולט ארויסזעהן בלויז פון די פאר קליפס אין דעם אשכול. (איך האב ליידער אנגעזאמלט אביסל עקספיריענס מיט גייסטיש-קראנקע לייט.)
נאכאמאל, איך זאג נישט אז ער איז א טיפש, נאר גוט, גוט צודרייט.

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:38 pm

· #170226
איציק
ער איז פארהייראט? פשיהא! זיין פרוי איז דאך א צדיקת! (אדער איז ער גאר דער צדיק?...)

יא יא אפשר אינדערהיים לאזט מען אים זיך נישט עפענען דאס מויל, גיט ער זיך אויס אין גאס (נאך אלס נישט קיין תירוץ, זאל ער זיך גיין באהאנדלען...)

בעל הבית » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:48 pm

· #170378
למעשה ווערט ער נישט נאכגעשלעפט נאך די מאדע'ס, ער האט נישט קיין באגאבא

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:08 pm

· #170382
איך ווינטש אים אן קינדער רשעים אפיקורסים נואפים גנבים, פונקט ווי ר' אברהם סלאנים.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:09 pm

· #170383
און ער וואונטשטיר קינדער מיט לאנגע צושטרויבעלטע בערד און צוקראכענע פלאטשיקע ביבער היטן מיט נאסע פיאות א גאנצן טאג, פונקט ווי אסאך ערליכע אידן.

חביבי » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:03 am

· #170412
האלא, קאם דאון, וואס זענען די קינדער שולדיג
לא ימיתו בנים על אבותם

סלינקי » דינסטאג יאנואר 7, 2014 2:09 pm

· #174346
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=1429906870578287">https://www.facebook.com/photo.php?v=1429906870578287</a>

טישו באקס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 4:27 pm

· #174383
וואס איז יעצט די פירצה?

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 7, 2014 4:28 pm

· #174384
קעגן וועלכע סטאר?

ודי למבין » דינסטאג יאנואר 7, 2014 4:28 pm

· #174386
טישו באקס
וואס איז יעצט די פירצה?


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5623">viewtopic.php?f=24&t=5623</a><!-- l -->

סאשי פיש » דינסטאג יאנואר 7, 2014 6:58 pm

· #174420
ברסלבער
קעגן וועלכע סטאר?

@ברסלבער קעגען די נייע מילכיגע רעסטראונט וואס האט זיך געפענט אויף די פלאץ פון די געוועזענע אלימפיק פיטא
image.jpg
image.jpg

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:57 pm

· #174459
וואס האט א מילכיגע רעסטעראנט מיט פריצות? איך האב געמיינט זיכער אז עס איז עפעס א קליידער סטאר וכדומה.

הוגה » דינסטאג יאנואר 7, 2014 9:26 pm

· #174466
ברסלבער
וואס האט א מילכיגע רעסטעראנט מיט פריצות? איך האב געמיינט זיכער אז עס איז עפעס א קליידער סטאר וכדומה.


@ברסלבער, וואס האט א קליידער געשעפט מיט פריצות?

לעמיל » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:58 am

· #174563
סאשי פיש
ברסלבער
קעגן וועלכע סטאר?

@ברסלבער קעגען די נייע מילכיגע רעסטראונט וואס האט זיך געפענט אויף די פלאץ פון די געוועזענע אלימפיק פיטא
📎 image.jpg

ד מחאה איז נישט געוועין אקעיגען די נייע מילכיגע רעסטראונט עס איז געוועין אקעיגען די העלט פאד סטאר וואס האט אראפ געברעינגט עפעס א פרוי דאקטער וואס א חוץ דעי דריי חזרים האט קיינער אפי' נישט געוויסט דערפון

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:08 am

· #174564
הוגה
@ברסלבער, וואס האט א קליידער געשעפט מיט פריצות?

איך האב גערעדט לשטותם.

לעמיל
ד מחאה איז נישט געוועין אקעיגען די נייע מילכיגע רעסטראונט עס איז געוועין אקעיגען די העלט פאד סטאר וואס האט אראפ געברעינגט עפעס א פרוי דאקטער וואס א חוץ דעי דריי חזרים האט קיינער אפי' נישט געוויסט דערפון

עס איז געווען א מאן א נוטרישעניסט וואס האט גערעדט פאר פרויען אן א מחיצה.
מסתמא איז דער פראבלעם געווען אז ער האט גערעדט בלשון העמים אויף די גוי'אישע שפראך, וואס דאס איז קעגן די תקנות.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8