☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » תקנה לדורות מיוחד לנשים

תקנה לדורות מיוחד לנשים

158 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3491
בלאט: 1 2 3 4

חדשים » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:57 pm

· #538117
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
דא האסטו די קונטרס להסיר מכשול כנגד היתרו של הרב פאלק. https://yofi-yehudi.net/wp-content/uploads/2017/02/%D7%9C%D7%94%D7%A1%D7%99%D7%A8-%D7%9E%D7%9B%D7%A9%D7%95%D7%9C-%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%96.pdf

סקעפטיקער » דינסטאג אקטאבער 24, 2023 12:11 am

· #538125
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
חדשים #
דא האסטו די קונטרס להסיר מכשול כנגד היתרו של הרב פאלק. https://yofi-yehudi.net/wp-content/uploads/2017/02/%D7%9C%D7%94%D7%A1%D7%99%D7%A8-%D7%9E%D7%9B%D7%A9%D7%95%D7%9C-%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%96.pdf
אפילו לויט זיי איז די פראבלעם נאר ווען עס איז ניכר, אבער די אויבנדערמאנטע עקסטרעמיסטן זענען אפילו דאס אויך נישט מודה. אבער עס איז אוממעגליך אז די אמאליגע כחול איז געווען אומזעהבאר

פשוטע אלף בית » דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:59 am

· #538141
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
😄😄😄

נחום הסופר » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:18 am

· #538195
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
סקעפטיקער #
חדשים #
דא האסטו די קונטרס להסיר מכשול כנגד היתרו של הרב פאלק. https://yofi-yehudi.net/wp-content/uploads/2017/02/%D7%9C%D7%94%D7%A1%D7%99%D7%A8-%D7%9E%D7%9B%D7%A9%D7%95%D7%9C-%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%96.pdf
אפילו לויט זיי איז די פראבלעם נאר ווען עס איז ניכר, אבער די אויבנדערמאנטע עקסטרעמיסטן זענען אפילו דאס אויך נישט מודה. אבער עס איז אוממעגליך אז די אמאליגע כחול איז געווען אומזעהבאר
אפשר צייכנסטו אן וואו אינעם קונטרס רעדט מען פון שמירן די אויגן?

אין עוז והדר לבושה פסק'נט הרב פאלק ז"ל אז ווער ס'זאגט אז ס'איז אסור מכל וכל צו שמירן די אויגן, איז א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ווייל מ'טרעפט אין חז"ל בכ"מ אז דאס איז געווען נהוג, אבער ער געט נישט קיין בלענק טשעק, ער לייגט צו פארשידענע תנאים ווען און ווי אזוי מ'מעג. (כאפט מיך נישט אויפן ווארט ווייל כ'האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט, נאר געזען לאנג צוריק)

כספי » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:00 pm

· #538209
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
סקעפטיקער #
דא איז געווען א שמועס וועגן שמירן די אויגן, איך האב געשריבן דערוועגן א תגובה אין אן אשכול מאחורי (נישט קלאר פארוואס עס איז דארט) וועל איך עס אויך מעתיק זיין פאר די חברים מלפני הפרגוד

2) די משנה זאגט אין מסכת שבת (פ.) כחול כדי לכחול עין אחת - די שיעור פון שמיראכץ פאר די אויגן וואס מען איז מחויב אויב מ'טראגט עס ארויס שבת איז צו קענען שמירן איין אויג, פרעגט אויף דעם די גמרא עין אחת הא לא כחלי - ווער שמירט דען נאר איין אויג? ענטפרעט די גמרא אמר רב הונא שכן צנועות כוחלות עין אחת - די צנניעות'דיגע פרויען וואס גייען ארויס מיט איין אויג צוגעדעקט שמירן נאר די איין אויג וואס בלייבט אויפגעדעקט (ענליך שטייט אין ירושלמי, און דארט איז די אויסדרוק ויוצאה לשוק - און זי גייט ארויס אין גאס/מארק)

אבער אפשר מיינט מען דא די אויג וואס איז געבליבן פארדעקט?

סקעפטיקער » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:38 pm

· #538217
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
כספי #

אז דו וועסט לערנען וועסטו וויסן

באר מים » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:42 pm

· #538225
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
סקעפטיקער #
באר מים #
לכאורה האט זי נישט דורכגעלערנט זיין תשובה ווייל ער איז קלאר מברר אז עס איז מותר.
אויסער דעם האט ער קלארע ראיות אז די היתר איז נישט נאר אינדערהיים
ער ענדיקט נאר צו אז מען קען נישט זאגן אז די וואס לייגן נישט טוען א איסור

וואו איז די תשובה?
לבושה של תורה סימן סז

קלוגע יודל » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 3:38 pm

· #539048
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
באר מים #
לבושה של תורה סימן סז

מען קען באקומן א PDF דערפון?
בלאט: 1 2 3 4