☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » תקנה לדורות מיוחד לנשים

תקנה לדורות מיוחד לנשים

158 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3491
בלאט: 1 2 3 4

ידען » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:09 pm

· #105583
תקנה לדורות מיוחד לנשים
מארגען מיטוואך קומט פאר אין עטרת אברהם א מאסן פארזאמלונג פאר פרויען וואס מע גייט הערען דרשות פון פייער א קעגען?

טייטע (געפאסטע) קליידער?

אינטערנעט?

די מענער?

111 לי ?
📎 תקנה נשים.png

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:13 pm

· #105587
קעגן די באנדע וואס טראגן באנדענעס?

ידען » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:23 pm

· #105592
גנדי
קעגן די באנדע וואס טראגן באנדענעס?

🙂
אינטערעסאנט כאב נאכנישט געזעהן מע זאל מוחה זיין אויף עס.
סע אזוי ווי א טייטע טורבאן..

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:27 pm

· #105597
עס שטייט אין "דער איד" אז אויסער די אינטערנעט, וועט אויך זיין א הכרזה אויף א געוויסע ענין פון צניעות.

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:30 pm

· #105598
ידען
גנדי
קעגן די באנדע וואס טראגן באנדענעס?

🙂
אינטערעסאנט כאב נאכנישט געזעהן מע זאל מוחה זיין אויף עס.
סע אזוי ווי א טייטע טורבאן..


די שמאָלע געפּאַסטע טיכלען...

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:52 pm

· #105605
זעט אויס אז טאלאעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע, און עס איז שווער פאר א טייל צו דערליידען אנדערע וואס האבן פרומערע השקפות.

דענקער » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:16 pm

· #105618
שמאלע געפאסטע טיכלען?
מ'וועט ח"ו ארויסזעהן די פארעם פון די קאפ!

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:39 pm

· #105630
בדחן
זעט אויס אז טאלאעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע, און עס איז שווער פאר א טייל צו דערליידען אנדערע וואס האבן פרומערע השקפות.


טאלאעראנץ מיינט: נישט פיזיקל שטערן יענעם, לאזן יענעם לעבן זיין לעבן און זאגן זיינע דרשות, אבער מען מעג מאכן ליצנות פון יענעמס פרומקייט.

נישט האבן טאלאעראנץ מיינט: אראפ רייסן פיזיקל יענמס עירוב. אפשטעלן פיזיקל און צוברעכן יענעמס באס וואס פארט צו א פראטעסט אין מאנהעטען קעגן די ריפארמערס אין ארץ ישראל.

הער אויף מיט די קראקאדיל טרערן.

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:54 pm

· #105640
טאלאראנץ מיינט אייביג עפעס אנדערש, אויב גיבט איינער איבער שיטת רבינו זי״ע דאן שרייט מען אים אן אז ער האט נישט קיין טאלאראנץ פאר די וואס גיין נישט מיט די שיטה, אויב רופט מען אן קוק ביין נאמען מיינט עס אז מען האט נישט מיט - ולא תתרו אחרי עיניכם זו רב קוק - קיין טאלאראנץ, און אויב קריטיקרט מען די וואס קריטיקירען פרויען וואס גייען ערליך איז עס שוין א דריטע פשט וואס עסמיינט טאלעראנץ.

#טראכטען

-----
טרערען? אויב עס אינוואלד טרערען וואלט איך נאך דא געווען? אגב, פילסט זיך בעסער נאך שרייבען הער אויף מיט קראקעדיל טרערען?
אגב, איז דא א מאנגעל און סעלף קאנפידענץ אז די האסט עס געדארפט שרייבען כאטש עס איז נישט און פלאטץ?

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:01 pm

· #105646
בדחן טייערער, לאמיך דיר עפעס מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל:
אמר ר' בנימין, הכל בחזקת סומין עד... מען נעמט א מעגניפייער און מען לייענט עס אדורך אויף אזא אופן. פארשטייסט וואס איך מיין ארויסצוברענגען? די ווערטער זענען דאך קלענער פון קליין, בבחינת ואנכי מה, די אויגן פאלן שיעור ארויס... ובא לציון גואל בב"א.
פארשטייסטו?

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:10 pm

· #105648
קריטיק פאר הנהלה נאר און אישי, בתקווה להבנה.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:21 pm

· #105650
בדחן
זעט אויס אז טאלאעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע, און עס איז שווער פאר א טייל צו דערליידען אנדערע וואס האבן פרומערע השקפות.

לאמיר פארגלייכן די קללות וואס מגייט דארט שענקן פאר די אלע וואס גייען נישט מיט זייערע פרומע מנהגים, צי די קללות וואס איז דא און דעם אשכול קעגן די פארפרומעט.
כבין נייגעריג וועלכע סווייטער פון טאלערנץ.
כ'האפ סזאל זיין א טובה פאר די גליובער נשמה. כבין נישט זיכער

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:22 pm

· #105651
בדחן, פאר א טשעיזנדש האסטו מיך געמאכט לאכן. א געוואלדיגע קאמבעק. 😃 ולהוסיף אז חאטש איך האלט זייער אנדערש פון דיר אין זייער אסאך זאכען, מיז איך זאגן אז גאר אסאך מאל שרייבסטו צו דער זאך פון דיין קוק ווינקל.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:25 pm

· #105653
בדחן
זעט אויס אז טאלאעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע, און עס איז שווער פאר א טייל צו דערליידען אנדערע וואס האבן פרומערע השקפות.

די מיטינג איז וויאזוי משפיע זיין, ליין מאנס זיין, מקיים צו זיין זייערע פרומקייטן. לעומת זה, די חוזק דא איז פון די ווייטאג אז מען גייט אונז דאס מאנס זיין.
טאלעראנץ מיינט נישט טאלערירין דאס ווערן אונטערדריקט ביי יענעם. פארוואס איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין פאר דיר?

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:29 pm

· #105655
שמעקעדיג
בדחן טייערער, לאמיך דיר עפעס מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל:
אמר ר' בנימין, הכל בחזקת סומין עד... מען נעמט א מעגניפייער און מען לייענט עס אדורך אויף אזא אופן. פארשטייסט וואס איך מיין ארויסצוברענגען? די ווערטער זענען דאך קלענער פון קליין, בבחינת ואנכי מה, די אויגן פאלן שיעור ארויס... ובא לציון גואל בב"א.
פארשטייסטו?

אדער מען ציטירט, און דאן ווערט אלעס שוין במראה ובקומה. דאן איז מען אויך מקיים דעם ובא לציון גואל, ע"י אמירת דבר בשם אמרו.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:38 pm

· #105657
העי, האסט גע'הרג'עט די זאך!

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:40 pm

· #105659
שמעקעדיג
העי, האסט גע'הרג'עט די זאך!

פיינעלי... דאס איז וואס איך טענה שוין פון אנפאנג אין דעם אשכול, עס איז נישט דא קיין טאלארענץ און מען הרג׳ט זיך ארום,

יואליש » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:46 pm

· #105662
ווער מאכט די תקנות? א ספעציפישע רב, רבנים אדער קהלה?

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:48 pm

· #105664
אינעם לאגא שטייט עפעס אדמו״ר שליט״א עס איז זייער נישט קלאר, עס זעט מיר אויס ווי עס שטייט ע״פ הוראות כ״ק אדמו״ר שליט״א.

גנדי » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:17 am

· #105704
בדחן
אינעם לאגא שטייט עפעס אדמו״ר שליט״א עס איז זייער נישט קלאר, עס זעט מיר אויס ווי עס שטייט ע״פ הוראות כ״ק אדמו״ר שליט״א.


בארג דעם מעגניפייער...

ידען » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:12 am

· #105755
.
📎 תקנה.png

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:17 am

· #105779
סהאט ציטאן בעיקר מיט טעכנעלאגיע.
סיטי פיעלד איז געווען נאר פאר מענער מיטן חשבון אז זיי זענען בלבית אין שטוב. זעט אויס סגעווען א טעות.

גנדי » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:51 am

· #105799
נולד מאוחר
סהאט ציטאן בעיקר מיט טעכנעלאגיע.
סיטי פיעלד איז געווען נאר פאר מענער מיטן חשבון אז זיי זענען בלבית אין שטוב. זעט אויס סגעווען א טעות.


גייען זיי רעדן קעגן זעפפאס?

קען איך שוין רעדן צו מיין אינוועסטירערס וועגן עפענען א פרויען שיך סטאר אין ווילי?

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:14 am

· #105813
גרייט'ס ענק פאר נאך א פופציג גיטין נאך די דאזיגע אסיפה.

איך וואלט עס גערופן אסיפה "תקנה לכריתות"

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:52 am

· #105833
א איד וואס איז שפוי בדעת מאכט נישט חוזק פון אזא אסיפה - נישט קיין נפק״מ זיין פערזענליכע דרגא פון אידשקייט - א איד וואס איז נישט א להכעיס׳ניק ווייסט און פארשטייט אז צו האבן ערליכע קינדער און צו קענענן זיך האלטען שותומ״צ דארף מען מאכען גדרים וסיגים,

חוזק צו מאכען דערפון אדער עס ארינטער רייסן דארף מען זיין אדער א להכעיס׳ניק, אדער א אינו שפוי בדעת.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:00 pm

· #105839
מיין ווייב איז אמאל געגאנגען צו אזא אסיפה.
ביים אהיימקומען האט זי אנגעהויבן גראמבלען אז עפעס איינער טויבער האט געזאגט אז די פרויען זענען מחויב צו קאנטראלירן די מענער נישט צו האבן קיין אינטערנעט וכדומה. ס'האט מיר געדויערט א שיין שטיקל ארבעט איר מסביר צו זיין אז איך האב נישט חתונה געהאט מיט טויבער.
איז יא! בדחן טייערער. איך בין א להכעיס'ניק. די ווייבער דארפן נישט ערשיינען צו קיין אסיפות, סיידן עס רעדט פון פאטעיטע קוגל און פאזיציעס...

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:04 pm

· #105843
איך האב פארשטאנען פון אנפאנג ״אן דיין זאגען״ אז מען דארף זיין א להכעיס׳ניק חוזק צו מאכען פון אזא אסיפה.

אגב, איך קען די דרשות פון די טויבער׳ס זיי זאגען נישט אזעלכע זאכען אז דער ווייב דארף זיין בעה״ב, מעגליך אז דיין ווייב האט שלעכט פארשטאנענן, מעגליך זי האט געזאגט ליגענט זי האט געניצט טויבער אלץ א קאווער-אפ, מעגליך אז דו זאגסט נישט די אמת.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:10 pm

· #105846
בדחן
איך האב פארשטאנען פון אנפאנג ״אן דיין זאגען״ אז מען דארף זיין א להכעיס׳ניק חוזק צו מאכען פון אזא אסיפה.

ניין! כ'האב געמיינט לאפוקי אז איך בין נישט שפוי בדעת.
בדחן
אגב, איך קען די דרשות פון די טויבער׳ס זיי זאגען נישט אזעלכע זאכען אז דער ווייב דארף זיין בעה״ב, מעגליך אז דיין ווייב האט שלעכט פארשטאנענן, מעגליך זי האט געזאגט ליגענט זי האט געניצט טויבער אלץ א קאווער-אפ, מעגליך אז דו זאגסט נישט די אמת.

מעגליך אז דו האסט שלעכט פארשטאנען.
מעגליך דו זאגסט ליגנט.
מעגליך טויבער זאגט ליגנט.
מעגליך אונז רעדן פון צוויי טויבער'ס
מעגליך דו ביסט געווען א טויבער.

בן תמליון » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:23 pm

· #105855
ווער גייט דא רעדן? מענער?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:38 pm

· #105863
אפשר וועט מען מיך מכבד זיין צו רעדן, און איך וועל זאגן מיין תקנה לדורות:

יעדעס פרוי מוז זיך פוצן לכה"פ איין מאל א וואך אינדערהיים, און זיך אנטון ווי כאילו זי גייט אויף א חתונה פון א פריינדינע.
א פרוי דארף קענען מאכן גוטע געשמאקע עסן אז די מענער זאלן נישט זוכן גליקן אין די (פ)רעסטוראנטן. מען וועט טיילן אויף אלע טישן א אומזיסטע בוכל מיט בא'טעמ'טע רעסעפיס.
א פרוי זאל מאכן דאס לעבן אזוי זיס פארן מאן אז ער זאל ניטעמאל זיין אינטרעסירט צו זוכן אין די בורות נשברים, און אויפטוישן באר מים חיים פאר שמוציגע וואסער.
א פרוי זאל מאכן א מאן וועלן אהיימקומען, ער זאל שפירן ווי ער איז א מלך אין זיין פאלאץ מיט כבוד, 24/7.

אודאי, ס'איז נישט גרינג, אבער וואס אינוועסטירט מען דען נישט פאר אונזערע דורות?

א פרוי וואס וועט נישט מסכים זיין צו די זאכן וועט מען ארויסווארפן אירע מיידלעך פון די מוסדות.

גנדי » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:44 pm

· #105868
בדחן
א איד וואס איז שפוי בדעת מאכט נישט חוזק פון אזא אסיפה - נישט קיין נפק״מ זיין פערזענליכע דרגא פון אידשקייט - א איד וואס איז נישט א להכעיס׳ניק ווייסט און פארשטייט אז צו האבן ערליכע קינדער און צו קענענן זיך האלטען שותומ״צ דארף מען מאכען גדרים וסיגים,

חוזק צו מאכען דערפון אדער עס ארינטער רייסן דארף מען זיין אדער א להכעיס׳ניק, אדער א אינו שפוי בדעת.


הרב בדחן טייערער,

איך רעספעקט דיר זייער, איך האב גרויס טאלערענץ פאר דיר. אבער, האסטו שוין געהערט פון די גמרא חומרא דאתי לידי קולא?

מיר אלע האבן ליב די תורה, ווילן ערליכע קינדער, ווילן זיך האלטען שותומ״צ, און טאקע דערפאר האלטן מיר אז גדרים וסייגים וואס ווערן געמאכט דורך שווארצע גלעזער קוקערס, אדער מיט קנאות פון א היציגע מינוט, האט קאנצעקווענצען לדורות, און עס וועט ווייטער פאלען שטיקער פון כלל ישראל.

חז"ל האבן קיינמאל נישט געמאכט א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה, ליין רוב הציבור. עס איז שוין צייט אויפהערן צו מאכן תקנות אויפן רוב ציבור כדי צו צופרידענשטעלן די מיעוט קנאים וואס רעדן זיך איין זיי זענען די איבערגעבליבענע פך השמן.

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:47 pm

· #105870
@ שמעקעדיג, אויב לעבן אין חלום לאנד, גיב שוין פאר יעדעם א מיליאן דאלער און די זייט?!

1) דיינע עצות זענענן זייער גוט, אבער די נושא דא ביי די אסיפה איז עפעס אנדערש.

2) א פרוי איז פינקט ווי א מאן אויך א מענטש, און זי ארבייט אויך זייער שווער אינדערהיים אגאנצן טאג, שוין אויפהערן מיט קרעכצן כאילו זיי זיצען מיט די פיס ארויף און ןווילין נישט געבן קיין סאפער פאר׳ן מאן,

3) פינקט ווי דאס זאגסט אז נישט אלע פראבלעמען קימט פון טענעלאגיע, להוי ידוע, אז ווייניגער פראבלעמן וועלן געלייזט ווערן מיט דיינע עצות.

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:52 pm

· #105871
גנדי
בדחן
א איד וואס איז שפוי בדעת מאכט נישט חוזק פון אזא אסיפה - נישט קיין נפק״מ זיין פערזענליכע דרגא פון אידשקייט - א איד וואס איז נישט א להכעיס׳ניק ווייסט און פארשטייט אז צו האבן ערליכע קינדער און צו קענענן זיך האלטען שותומ״צ דארף מען מאכען גדרים וסיגים,
חוזק צו מאכען דערפון אדער עס ארינטער רייסן דארף מען זיין אדער א להכעיס׳ניק, אדער א אינו שפוי בדעת.


הרב בדחן טייערער,
איך רעספעקט דיר זייער, איך האב גרויס טאלערענץ פאר דיר. אבער, האסטו שוין געהערט פון די גמרא חומרא דאתי לידי קולא?
מיר אלע האבן ליב די תורה, ווילן ערליכע קינדער, ווילן זיך האלטען שותומ״צ, און טאקע דערפאר האלטן מיר אז גדרים וסייגים וואס ווערן געמאכט דורך שווארצע גלעזער קוקערס, אדער מיט קנאות פון א היציגע מינוט, האט קאנצעקווענצען לדורות, און עס וועט ווייטער פאלען שטיקער פון כלל ישראל.

חז"ל האבן קיינמאל נישט געמאכט א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה, ליין רוב הציבור. עס איז שוין צייט אויפהערן צו מאכן תקנות אויפן רוב ציבור כדי צו צופרידענשטעלן די מיעוט קנאים וואס רעדן זיך איין זיי זענען די איבערגעבליבענע פך השמן.


יא איך האב שוין געהערט פון די גמרא,
און די האסט שוין געהערט פון די גמרא בהפקירא ניחה ליה?

קאט די בי עס, ווילסט זיין א ליידיגייער בכל הכבוד, אבער עס גייען היינט קומען הונדערטער ווייבליך אדער מער, וואס זיי און זייערע מענער ווילען לעבן א הייליג לעבן און ווילען הערן תקנות וגדרים, לאז זיי צורי און מאך נישט חוזק פון יענעם וואס לעבט א העכער לעבן ווי די, אז עס טוט דיר שטארק ווי האסטע צוויי אפשענס, אדער אז זאלסט נישט קוקען אויף זייער זייט, אדער כאפ זיך מיט און פראביר אויך.

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:55 pm

· #105873
שמעקעדיג וואס זאל איך דיר זאגען.....
................
????????????????
איך וועל מסיים זיין מיט וואס סאיז מרגלי בפומי דלעקוואד
I had a dream!

ברסלבער » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:31 pm

· #105884
בדחן

יא איך האב שוין געהערט פון די גמרא,
און די האסט שוין געהערט פון די גמרא בהפקירא ניחה ליה?
קאט די בי עס, ווילסט זיין א ליידיגייער בכל הכבוד, אבער עס גייען היינט קומען הונדערטער ווייבליך אדער מער, וואס זיי און זייערע מענער ווילען לעבן א הייליג לעבן און ווילען הערן תקנות וגדרים, לאז זיי צורי און מאך נישט חוזק פון יענעם וואס לעבט א העכער לעבן ווי די, אז עס טוט דיר שטארק ווי האסטע צוויי אפשענס, אדער אז זאלסט נישט קוקען אויף זייער זייט, אדער כאפ זיך מיט און פראביר אויך.

אלעס האב איך פארשטאנען אויסער איין נקודה.
בדחן
קאט די בי עס

וואס איז דאס? פון דעם גייט מען אויך רעדן ביי די אסיפה?

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:34 pm

· #105886
עס איז ראשי תיבות פון בול-שיט, קלארער?

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:38 pm

· #105889
עס איז דא א גמרא און מסכת שבת (ט"ו ע"א): מ' שנה עד שלא חרב הבית גלתה לה סנהדרין וישבה לה בחניות, אמר רב יצחק בר אבדימי, לומר שלא דנו דיני קנסות, (פרעגט דער גמרא) דיני קנסות ס"ד? אלא אימא שלא דנו דיני נפשות.

זאגט רש״י (סנהדרין מ״א א׳) ד״ה אלא דיני נפשות, שאין דיני נפשות בכל מקום אלא בעוד שסנהדרין נוהגת בלשכת הגזית שנאמר (דברים יז) וקמת ועלית אל המקום מלמד שהמקום גורם וכיון דחזו דנפישי רוצחים ולא היו מספיקין לדון עמדו וגלו משם:

זעה מיר אז די סנהדרין האט געזען אז עס איז דא אסאך רוצחים האבן זיי נישט געמאכט קיין אסיפות, קול קורא׳ס, זיי זענן ארויס פון לשכת הגזית כדי זיי זאלן נישט דארפן הארגענען אפילו אזעלעכע וואס זענן חייב מיתה

איז דאס א לימוד לדורות, וויאוי מנהיגי ישראל זאלן באהאנדלן א פירצה וואס איז זייער נפרץ?

קרעקער » מיטוואך אפריל 17, 2013 3:18 pm

· #105923
אלעס האב איך פארשטאנען אויסער איין נקודה.
בדחן האט געשריבן:
קאט די בי עס

וואס איז דאס? פון דעם גייט מען אויך רעדן ביי די אסיפה?

עס איז ראשי תיבות פון בול-שיט, קלארער?


און וואס מיינט דאס בול-שיט? מען גייט עס עסן ביי די אסיפה?

בן תמליון » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:56 pm

· #106091
נא איינער האט א באריכט וואס גייט דארט פאר? אפשר א קאווע שטיבל חברת קען לייוו בלאגן פון דארט?

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:20 pm

· #106094
פערסט הענד, מהאט דארט געזאגט פייערדיג
כל כבודה בת מלך פנימה'

Starbucks » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:27 pm

· #106096
דורכגייער מעלדן אז ס׳קומט א געפערליכע גרוך פון יענע ריכטונג. עטליכע זאגן אז ס׳שמעקט פון פיש זאפט, ווייטער אנדערע זאגן קנאבל. מיר וועלן קאראספאנדירן פרישע מעלדונגען ווי נאר זיי קומען אריין.

ברעט מענינג » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:29 pm

· #106097
סע דארף נאך אריין קימען געניג data

נו גוט נו » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:38 pm

· #106099
718-506-9054

פיקציע » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:41 pm

· #106100
וואס איז די נומער?

גנדי » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:44 am

· #106127
הרב בדחן.

וואס זענען געווען די תקנה לדורות?

ביטע געב ארויס, מיר ווארטן מיט שפאנונג זיך אונטערנעמען. מיר זענען נישט בהפקירא ניחא. מיר כאפן זיך מיט און פראבירן אויך...

זאג אונז שנעל ווייל עס איז א סכנה...

געב ארויס די בי. עס. וואס מהאט פרקויפט...

בדחן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:32 am

· #106144
מיין פרוי איז נישט געווען, מיר האלטן נאך א שמחה ב״ה.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:33 am

· #106145
בדחן
מיין פרוי איז נישט געווען, מיר האלטן נאך א שמחה ב״ה.

הממ דאס מיינט אז דו האטס געלייקט דיין ווייב עט ליעסט... מזל טוב!

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:14 am

· #106160
Tech tech tech
נישט געבן פאר די מיידלעך סעל פאן
נישט לאזען די מענער האבען קאמפחוטערס
גיין צניעות וויאזוי פייערוועקער (יא דער וואס פירט די סקול אן א דעגרי) וויל, אז נישא וועט מען ארויס ווארפען,
און מאר נישט זיין/גיין צו א מעק אפ ארטיסט
מיין עקס זוכט א זשאב, איינער האט
גיימער צוריק קיין יוראפ

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:04 am

· #106161
עס איז געשטאנען אנפאנג אויף די צעטלעך אז מען גייט דארט זאגן א נייע תקנה וועגן צניעות ביי חתונות, איינער ווייסט וואס דאס איז געווען?

פיקציע » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:17 am

· #106205
ברסלבער
עס איז געשטאנען אנפאנג אויף די צעטלעך אז מען גייט דארט זאגן א נייע תקנה וועגן צניעות ביי חתונות, איינער ווייסט וואס דאס איז געווען?

קוק א קאמענט העכער דיינס.
קינות גירושין

און מאר נישט זיין/גיין צו א מעק אפ ארטיסט

לכאורה האט עס דאס געמיינט.
בלאט: 1 2 3 4