☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » תקנה לדורות מיוחד לנשים

תקנה לדורות מיוחד לנשים

158 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3491
בלאט: 1 2 3 4

גנדי » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:24 am

· #106211
פיקציע
ברסלבער
עס איז געשטאנען אנפאנג אויף די צעטלעך אז מען גייט דארט זאגן א נייע תקנה וועגן צניעות ביי חתונות, איינער ווייסט וואס דאס איז געווען?

קוק א קאמענט העכער דיינס.
קינות גירושין

און מאר נישט זיין/גיין צו א מעק אפ ארטיסט

לכאורה האט עס דאס געמיינט.


זיי האלטן נישט פון די גמרא כלה נאה וחסידה?

הקטן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:40 am

· #106222
אהא, יעצט פארשטיי איך שוין די מחלוקה צווישן ב"ש און ב"ה

ידען » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:57 am

· #106228
זיי האבען גערעדט וועגען כלות?

(זיי האלטען מן הסתם אז נאה מיינט נישט אז מען זאל זיך "מאכן" שיין.)

בדחן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:35 pm

· #106254
ועוד יש לומר, אז זיי האלטן אז א מעיק אפ ארטיסט איז גוי'אישע זאך, אין ק"י האט מען אויך גערעדט דערקעגן, איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, אבער איך רעספעקטיר א צווייטענס מיינונג, איך מאך נישט חוזק פון טויזענטער אידן וואס האבן א געוויסע מיינונג.

היסטאריקער » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:54 pm

· #106314
איך הער אז מהרז״ל ובית דינו האבן זיך משתתף געווען

ווייסט איינער אין די היסטארי פון כלל ישראל אז א רבי/רב גייט זיך משתתף זיין ביי א אסיפת נשים כדי מחזק זיין די נושא?

מיין שאלה איז געווענדעט פארשטייט זיך נאר צו די וואס "זענן נישט משנה קיין זיז כלשהי"

גנדי » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:06 pm

· #106317
בדחן
ועוד יש לומר, אז זיי האלטן אז א מעיק אפ ארטיסט איז גוי'אישע זאך, אין ק"׳י האט מען אויך גערעדט דערקעגן, איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, אבער איך רעספעקטיר א צווייטענס מיינונג, איך מאך נישט חוזק פון טויזענטער אידן וואס האבן א געוויסע מיינונג.


מיר מאכן נישט חוזק, מיר פרובירען צו פארשטיין די פאר פרומע יחידים וואס האבן א געוויסע מיינונג, און פארקויפען דאס פאר טויזענטער אומוויסענדע אידענעס וואס האבן נישט קיין מיינונג.

blauvelt » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:12 pm

· #106321
היסטאריקער
איך הער אז מהרז״ל ובית דינו האבן זיך משתתף געווען

ווייסט איינער אין די היסטארי פון כלל ישראל אז א רבי/רב גייט זיך משתתף זיין ביי א אסיפת נשים כדי מחזק זיין די נושא?

מיין שאלה איז געווענדעט פארשטייט זיך נאר צו די וואס "זענן נישט משנה קיין זיז כלשהי"

dont know but its the same reason he went to mamed klal yisroel eis lasos and we all know the only issue you have is that it makes him look like a leader and you dont like it

היסטאריקער » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:31 pm

· #106328
דאס מאכט אים פאר א "לידער"?

אפשר ווען ער וועט אריינגיין אין א קירכע משום עת לעשות וועט ער ווערן א רשכבה״ג?

א מנהיג ווערט מען ווען מען טוט עפעס אויף פאר יודישקייט, נישט סתם דאמירן בעלמא, דערנאך "בלייבט אלעס ביים אלטן"

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:38 pm

· #106332
היסטאריקער, פליז הער אויף. לכה"פ נישט דא.
ווען סיי ווער זאל עס טון, וואלט עס נישט אינטרעסירט. נאר וויבאלד ס'איז רז"ל, שטייט מען מיטן פארגרעסערונג גלאז 24/7 און מען כאפט זיך ארויף אויף יעדע שטות.
ממש א שאד! 10 יאר איז גענוג געווען, לאז אים לעבן!! גיי נעם קאקאש קעיק מיט אראנזש סאדע און ענזשוי לייף!........

blauvelt » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:40 pm

· #106334
oh i guess he went to the mamed yesterday not to be mechasek and show urgency in this fight against the internet only to be oiver on lo susiri nebach sins sina sina

היסטאריקער » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:45 pm

· #106357
שמעקעדיג
היסטאריקער, פליז הער אויף. לכה"פ נישט דא.
ווען סיי ווער זאל עס טון, וואלט עס נישט אינטרעסירט. נאר וויבאלד ס'איז רז"ל, שטייט מען מיטן פארגרעסערונג גלאז 24/7 און מען כאפט זיך ארויף אויף יעדע שטות.
ממש א שאד! 10 יאר איז גענוג געווען, לאז אים לעבן!! גיי נעם קאקאש קעיק מיט אראנזש סאדע און ענזשוי לייף!........

אן אריינגיין אין א וויכוח, פארוואס ווען מ'שמועסט אויס די אסיפה מעג מען נישט דערמאנען איינס פון די קוריאזן דערפון, ווייל blauvelt איז ווילד געוארן?

איך האב נישט געזען די זאלסט אזוי ווילד ווערן ווען מ'קריטיקירט "אנדערע" מנהיגים

היסטאריקער » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:46 pm

· #106358
blauvelt
oh i guess he went to the mamed yesterday not to be mechasek and show urgency in this fight against the internet only to be oiver on lo susiri nebach sins sina sina



where did i say that?

blauvelt » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:53 pm

· #106359
historiker you get the point so dont deflect

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:05 pm

· #106363
היסטאריקער
איך האב נישט געזען דו זאלסט אזוי ווילד ווערן ווען מ'קריטיקירט "אנדערע" מנהיגים


האסט מיר אמאל געזעהן ווילד?
איך האב נאר געשריבן אלס רחמנות אויף דיר. אכול ושתה כי מחר נמות...
איך בין פיין. נישט ווילד בכלל.

היסטאריקער » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:23 pm

· #106374
נאר מיך שוינסטו, די אנדערע וואס קריטיקירן סיי וועם שוינסטו נישט?

איין ענטפער פאר דיר און ,blauvelt טעיתי, איך האב געמיינט מ׳ מעג זאגן א מיינונג וואס און אויף וועם מ׳ וויל, כ׳על וויסן אז נישט יעדען מעג מען קריטיקירן

פון מיין זייט איז תם ונשלם

פשטידא » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:01 pm

· #106417
היסטאריקער
עס איז דא א גמרא און מסכת שבת (ט"ו ע"א): מ' שנה עד שלא חרב הבית גלתה לה סנהדרין וישבה לה בחניות, אמר רב יצחק בר אבדימי, לומר שלא דנו דיני קנסות, (פרעגט דער גמרא) דיני קנסות ס"ד? אלא אימא שלא דנו דיני נפשות.

זאגט רש״י (סנהדרין מ״א א׳) ד״ה אלא דיני נפשות, שאין דיני נפשות בכל מקום אלא בעוד שסנהדרין נוהגת בלשכת הגזית שנאמר (דברים יז) וקמת ועלית אל המקום מלמד שהמקום גורם וכיון דחזו דנפישי רוצחים ולא היו מספיקין לדון עמדו וגלו משם:

זעה מיר אז די סנהדרין האט געזען אז עס איז דא אסאך רוצחים האבן זיי נישט געמאכט קיין אסיפות, קול קורא׳ס, זיי זענן ארויס פון לשכת הגזית כדי זיי זאלן נישט דארפן הארגענען אפילו אזעלעכע וואס זענן חייב מיתה

איז דאס א לימוד לדורות, וויאוי מנהיגי ישראל זאלן באהאנדלן א פירצה וואס איז זייער נפרץ?


מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

רש"י זאגט אז די סיבה פון אוועקגיין איז ווייל זיי האבן נישט געקענט הרג'נען, נישט אז זיי זאלן נישט דארפן. דאס זענען צוויי גאר באזונדערע באדייטן מיט מעגליך פארקערטע כוונות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:29 pm

· #106511
blauvelt
oh i guess he went to the mamed yesterday not to be mechasek and show urgency in this fight against the internet only to be oiver on lo susiri nebach sins sina sina

I don't know how sincerely you mean what you're saying (Posting). But there are some people who will find fault with leaders, no matter what they do. Personally. I admire the Rebbe RZ"L. for going to to the Kinus Klal Yisroel and encouraging all his Chassidim to go.
p.s.: Please try to post in Yiddish --if possible-- Thank You.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:56 am

· #106652
למעשה, האט איינער פון די חשובע חברים דא, די רעזולוציעס פון די גרויסארטיגע אסיפה? מיין פרוי וויל וויסן.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:21 am

· #106669
לויט ווי כ'האב געהערט איז עס כנ"ל, אנטקעגן זיך גיין שמירן דאס פנים, בפרט די אויגן, וועלכע איז לעצטנס זייער איינגעריסן און ווערט ערגער און ערגער.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:24 am

· #106671
איך הער. און וואס איז בנוגע זיך אליין פארבן אין אייגענעם הויז נישט פראפעסיאנאל?

פיקציע » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:28 am

· #106675
ווי איך האב נאכגעהערט פון איינעם וועלכער האט געהערט די רעקארדירונג פון די אסיפה האט הרב ישעי' ווייס גערעדט קעגען שמירן, זאגענדיג אז שמירן איז געמאכט צו פארדעקן פעלערן אויפן פנים, נישט צוצילייגן מער ווי א נאטורליכע אויסזען.
ס'איז משמע אז ער האט עס נישט גענצליך גע'אסר'ט.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:31 am

· #106679
תנוח דעתך ודעת ר׳ ישעי׳ שהנחתם את דעתי ודעת אשתי.

בן תמליון » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:59 am

· #106688
איינער זאגט מיר נאך בשם אשתו בשם אדער ר' בערל כ"ץ אדער ר' הלל וו"ב ביים אסיפה האט געפרעגט עס שטייט אשת חיל מי ימצא, לכאורה וואלט געדארפט שטיין אשת חיילת לשון נקבה וואס איז חיל לשון זכר? נאר וואס דען אמאל דארף די נקבה זיין שטארק ווי א זכר נישט זיך לאזן פארפירן פונעם מאן וואס טויג נישט דאס איז דער אשת חיל מי ימצא!

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:12 pm

· #106695
די צה"ל האבן טאקע אזעלכע חיילות!..
און זיי זענען נישט שלעכט זאגט מען.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:13 pm

· #106696
מיט אזוינע טיפע דקדוק פראגעס ווער דארף טאקע דעם מלבי״ם מיטן אבן עזרא.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:20 pm

· #106697
"זיך נישט לאזן פונעם מאן"... השם ישמרנו, נאכדעם גייט מען זאגן אז די אינטערנעט איז גורם גיטין.

דענקער » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:23 pm

· #106700
בן תמליון
איינער זאגט מיר נאך בשם אשתו בשם אדער ר' בערל כ"ץ אדער ר' הלל וו"ב ביים אסיפה האט געפרעגט עס שטייט אשת חיל מי ימצא, לכאורה וואלט געדארפט שטיין אשת חיילת לשון נקבה וואס איז חיל לשון זכר? נאר וואס דען אמאל דארף די נקבה זיין שטארק ווי א זכר נישט זיך לאזן פארפירן פונעם מאן וואס טויג נישט דאס איז דער אשת חיל מי ימצא!

אה! אזוי וואונדערליך ווי עס שטימט אין פסוק עס איז ברור אז דאס האט שלמה המלך ע"ה געמיינט.

איך פארשטיי נאר נישט וויאזווי אידן האבן פארשטאנען דעם פסוק, און געזינגען יעדן פרייטאג נאכט אשת חיל ביז היינט?

הוגה » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:31 pm

· #106703
געפילטע פיש
"זיך נישט לאזן פונעם מאן"... השם ישמרנו, נאכדעם גייט מען זאגן אז די אינטערנעט איז גורם גיטין.


די תירוץ וואס זיי וועלן ענטפערן איז אזוי. די אינטערנעט האט געמאכט די יונגערמאן זאל פארפארן און באקומען גוי'אישע השגות. ממילא האט די ווייב נישט קיין ברירה נאר צו פאלגן די דעת תורא און זיך שטעלן פעסט צוצופיקסן די מאן און אים צוריקברענגן צום דרך וועלכער איז אויסגעפלאנט געווארן פאר אים. ווען די מאן בייגט זיך ווען אונטער און קאפיטולירט צום ווייבס פארלאנגן וואלט אלץ פיין געווען. די פראבלעם איז אז די מאנס השפעה פונעם אינטערנעט איז שטערקער און ער שלאגט זיך מיטן ווייב און דאס איז גורם דאס גט.

פון דא טאקע קומט די ברייט באנוצטע סטאטיסטיק אז ניינציג פראצענט גיטין קומט פון די אינטערנעט.

נו ווער קען זיך קריגן מיט אזעלכע דברי חכמה.

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:46 pm

· #106708
הערענדיג היינט צופרי ווי די יענטע אין די בילדינג לייגט אראפ די העכערקייט פונעם אסיפה האט מיר אויפגעשאקעלט! וויאזוי קען א רב בישראל זיך אויפשטעלן פארענט פון הונדערטער (?) פרויען בשעת ווען אפאר רבנים זיצן דארט אינטער א טינקעלע גלאז (די נשים האבן זיי געקענט זעהן, אבער זיי האבן נישט געקענט זעהן די נשים) און אראפרייסן געוויסע זאכן וואס זענען לגמרי נישט אסור און נאך שרייען אז מ'דארף אנפייפן די מענער אפילו זיי פארלאנגן עפעס.

זענען די רבנים טאקע אין ביזנעס פון גיטין? זיכן זיי טאקע מער קאסטומערס???

ווי איך האב פארשטאנען האט מען גערעדט אקעגן מעיק אפ און דער רב דארט האט זיך אויסגעדריקט "פון די אויגן טאר מען ניטאמאל רעדן! איך רעד נאר פון די וואס שמירן זיך די פנים ווייל מ'מיינט אז מ'מעג ווייל די מאמע האט עס אויך געטוהן"

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:50 pm

· #106712
נאך אזאך האב איך געהערט (און נאכדעם איז מיין אינגל'ס באס געקומען און כ'האב פארלאזט ס'מקום) אז מען האט געלייגט געוואלדיגע דרוק אויף אלע נשים אז זיי מוזן ערשיינען, מ'האט עפעס געצייכענט.

קוקט אויס אזוי מוז מען היינט טוהן, אז נישט קוקט עס אויס ווי די יערליכע חיזוק צאמקום וואס קומט פאר יעדעס יאר אין עטרת אברהם ווי פרויען שטעלן זיך אויף און האקן אויף אלע מאדעס. די פראבלעם איז נאר אז 70% דארטן קומען סייווי מיט א זומער מאנטל און צו 95% פונעם עולם דארט דארף מען קיין מוסר נישט זאגן.. און צו די וואס מ'וויל יא רעדן זענען נישט דארט און קוים ווייסן אז ס'איז געווען צו וואס מ'האט גערעדט דארט

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:10 pm

· #106717
שעפטל
"איך רעד נאר פון די וואס שמירן זיך די פנים ווייל מ'מיינט אז מ'מעג ווייל די מאמע האט עס אויך געטוהן"

איך בין נייגעריג וואס די כלל דערביי איז, ביי וואס טאר מען נישט אפנויגן פון וואס די מאמעס און באבעס האבן געטוהן, און ביי וואס דארף מען יא משנה זיין.

קינות גירושין » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:27 pm

· #106724
ווארוואס ווער איך אזוי נערוועז און אנגעצויגען ווען מען איז זיך מתווכח און דברי שטות פון ווייס דעשינסקי פילעף ט״ב???

ידען » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:31 pm

· #106726
קינות גירושין
ווארוואס ווער איך אזוי נערוועז און אנגעצויגען ווען מען איז זיך מתווכח און דברי שטות פון ווייס דעשינסקי פילעף ט״ב???

ווייל זיי ווילען מאכען מיין ווייב מיאוסער ווי זי איז..

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:32 pm

· #106727
איך ווער אויך נערוועז, אבער דאך פיהל איך א דראנג דערצו.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:35 pm

· #106728
ס׳וואלט געוועהן אינטערעסאנט צו הערן פון א ווארטזאגער פאר די אסיפה וואס און פארוואס און זיי צילעווען און בעיקר צו זיי האלטן אז דאס טוט עפעס. און נאכמער וואס טרייבט זיי צו דיזע הגבלות.

בדחן » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:02 pm

· #106738
שעפטל
ווי איך האב פארשטאנען האט מען גערעדט אקעגן מעיק אפ און דער רב דארט האט זיך אויסגעדריקט "פון די אויגן טאר מען ניטאמאל רעדן! איך רעד נאר פון די וואס שמירן זיך די פנים ווייל מ'מיינט אז מ'מעג ווייל די מאמע האט עס אויך געטוהן"


שמירען די אויגן ביי נשים איז איינע פון די טעמים וואס די גמרא גיט אן פאר חרבון ביהמ״ק, (אזוי ליגט מיר אן זכרון)

דעת תורה » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:07 pm

· #106743
וויאזוי פארכאפן? מיט געווער? (אפשר מיינסטו די ארס בכעוס און דו מאכסט א גזירה שוה אז די משקרות עינים איז דאס זעלביגע).

יען כי גבהו בנות ציון ותלכנה נטויות גרון ומשקרות עיניים וברגליהם תעכסנה.

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:18 pm

· #106745
פיין האט ער דאך נישט געוואלט רעדן פון די אויגן. אבער וואס טוהט זיך מיטן "אל תיטוש" פון לייגן פשוט'ע מעיק-אפ? וואס איז דאס געהאקעריי דערויף?

בכלל מ'קען זאגן אז מ'טאר נישט, ס'איז נישט צניעות'דיג וכו' אבער זאגן אז מ'זאל עס נישט טוהן אפילו די מאן פארלאנגט דאס איז ראדיקאל און די קאנסעקווענצעס זענען ביטער!

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:23 pm

· #106748
איינער פון די פעולות וואס די בנות ציון האבן געטוהן כדי מחטיא צו זיין בחורי ישראל איז געווען "ממלאות עיניהן כחול", אזוי אויך זענען זיי געגאנגען "ארוכה בצד קצרה" און געגאנגען "עקב בצד אגודל" כדי צו ברענגן אויפמערקזאמקייט צו זיך, מ'זאגט אבער נישט אז מ'טאר דאס נישט טוהן להלכה, נאר די כוונה איז די פראבלעם, און יעדע זאך קען מען טוהן אויף א נארמאלע אופן, און אויף א אויסגעלאסענעם אופן.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:25 pm

· #106749
אינטרעסאנט, אז י.מ. סופר שרייבט אלץ אין די 3 וואכן ביי די חורבנות המקדש, אז מען זאל נישט פארטייטשן די פסוקים פשוטו כמשמעו, חס ושלום צו טראכטן אז אונזערע עלטער עלטער זיידעס און באבעס האבן געטון אזעלכע געמיינע זאכן, נאר עס האט א העכערע משמעות די אלע ענינים און פסוקים.

אבער ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען איהם פון די תליה, הא?...

בערלבאלעגאלע, וואו ביסטו ווען מען דארף דיך? ❓ ❓

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:29 pm

· #106754
ערגעץ איז שוין דא א שמועס איבער די הלכהדיגע חלק פון שמירען די אויגן.
נישט יעדע מאל ווען די רבנים זיכען ציפארברענגען זייער אווענט סקהעדזשאל און דרך אגב פאניגען אידשע קונדער, דארפן אונדזערע פארנימענע תלמידי חכמים דא אודך איבער חזרן.

קינות גירושין » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:15 pm

· #106776
שמעקעדיג
אינטרעסאנט, אז י.מ. סופר שרייבט אלץ אין די 3 וואכן ביי די חורבנות המקדש, אז מען זאל נישט פארטייטשן די פסוקים פשוטו כמשמעו, חס ושלום צו טראכטן אז אונזערע עלטער עלטער זיידעס און באבעס האבן געטון אזעלכע געמיינע זאכן, נאר עס האט א העכערע משמעות די אלע ענינים און פסוקים.

אבער ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען איהם פון די תליה, הא?...

בערלבאלעגאלע, וואו ביסטו ווען מען דארף דיך? ❓ ❓

שמעקעדיג די זאסט צו א גוטע פוינס אז איך זאל דיך קענען פלעין אדורך לאזען מיט אזא תגובה׳לע .
קען מען אפשר מער מסבר זיין זענען זיי געווען בעל עבירות, אדער סאיז אלעס געווען העכערע זאכען אזוי ווי די רבי שרייבט שוין, איך מיין למשל די קוקסט אריין און דברי יואל וועסטע זעהן דארט הונדערטע בחינות אויף די דור המדבר, לטוב ולרע, אבער למעשה מיין איך האט די רבי נישט פיינעלייזט וואס זיי זענען געווען.
מיין שאלה גייט מער אויף די קלארערע בעלי השקפה, איז למשל ר אביגדר מילער יא א קלארע בליק אויף די פריערדיגע, אדער סאיז אויך תלוי באויר??

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 4:34 pm

· #106812
געפילטע פיש
איינער פון די פעולות וואס די בנות ציון האבן געטוהן כדי מחטיא צו זיין בחורי ישראל איז געווען "ממלאות עיניהן כחול", אזוי אויך זענען זיי געגאנגען "ארוכה בצד קצרה" און געגאנגען "עקב בצד אגודל" כדי צו ברענגן אויפמערקזאמקייט צו זיך, מ'זאגט אבער נישט אז מ'טאר דאס נישט טוהן להלכה, נאר די כוונה איז די פראבלעם, און יעדע זאך קען מען טוהן אויף א נארמאלע אופן, און אויף א אויסגעלאסענעם אופן.

חוץ מזה וואס מ'דארף בעטן די רבנים צו לערנען אפאר שורות ווייטער, און נישט סטאפען אינמיטן א סוגיא.



[quote="יומא ט'"]מקדש ראשון מפני מה חרב מפני ג' דברים שהיו בו ע"ז וגלוי עריות ושפיכות דמים...
...אבל מקדש שני שהיו עוסקין בתורה ובמצות וגמילות חסדים מפני מה חרב? מפני שהיתה בו שנאת חנם ללמדך ששקולה שנאת חנם כנגד שלש עבירות ע"ז גלוי עריות ושפיכות דמים
רשעים היו אלא שתלו בטחונם בהקב"ה אתאן למקדש ראשון דכתיב (מיכה ג, יא) ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו לאמר הלא ה' בקרבנו לא תבוא עלינו רעה לפיכך הביא עליהן הקב"ה ג' גזרות כנגד ג' עבירות שבידם שנאמר (מיכה ג, יב) לכן בגללכם ציון שדה תחרש וירושלים עיין תהיה והר הבית לבמות יער ובמקדש ראשון לא הוה ביה שנאת חנם והכתיב (יחזקאל כא, יז) מגורי אל חרב היו את עמי לכן ספוק אל ירך וא"ר (אליעזר) אלו בני אדם שאוכלין ושותין זה עם זה ודוקרין זה את זה בחרבות שבלשונם ההיא בנשיאי ישראל הואי.[/quote]

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 19, 2013 4:43 pm

· #106814
דענקער
בן תמליון
איינער זאגט מיר נאך בשם אשתו בשם אדער ר' בערל כ"ץ אדער ר' הלל וו"ב ביים אסיפה האט געפרעגט עס שטייט אשת חיל מי ימצא, לכאורה וואלט געדארפט שטיין אשת חיילת לשון נקבה וואס איז חיל לשון זכר? נאר וואס דען אמאל דארף די נקבה זיין שטארק ווי א זכר נישט זיך לאזן פארפירן פונעם מאן וואס טויג נישט דאס איז דער אשת חיל מי ימצא!

אה! אזוי וואונדערליך ווי עס שטימט אין פסוק עס איז ברור אז דאס האט שלמה המלך ע"ה געמיינט.

איך פארשטיי נאר נישט וויאזווי אידן האבן פארשטאנען דעם פסוק, און געזינגען יעדן פרייטאג נאכט אשת חיל ביז היינט?

מיר לערנען אנדערש פשט. ס'איז אכשר דרא. און שלמה המלך דער חכם מכל אדם האט פארשטאנען אז אויב ער'ט שרייבן (אין משלי) "אשה חיילת" וועט ר' הילל וויינבערגער און ר' בערל קאטץ ודוגמתן נישט לאזן לערנען משלי. ס'פאסט נישט פאר אזאלכע אפגעהיטענע יודן ווי אונז. ממילא האט ער געשריבן "אשת חייל". נאר דאס ברענגט אויף אן אנדער'ן חשש. דאס גייט שוין אריין אין הרב י.מ. סופר'ס דעפארטמענט. דאס ווארט "חייל" קענמען נאך אמאל אויסטייטשן ווי א חייל--א סאלדאט . און אונז אללע ווייסן דאך ווי ס'איז דא סאלדאטן. אין טמא'נעם צה"ל, ר"ל. דאס קען אונז נאך ח"ו צו ברענגען צו מחשבות פון ציונות, ר"ל מהאי דעתא.

ברוין » פרייטאג אפריל 19, 2013 4:45 pm

· #106817
דאס נעמען פרויען און זיי דערשרעקן און באפעלן במקום מענער איז א גרויליגע זאך. א נייע נידריגקייט אין טערארעזירן די מענטשעהייט מיט אויסגעטראכטע חומרות

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 19, 2013 4:50 pm

· #106818
שמעקעדיג
אינטרעסאנט, אז י.מ. סופר שרייבט אלץ אין די 3 וואכן ביי די חורבנות המקדש, אז מען זאל נישט פארטייטשן די פסוקים פשוטו כמשמעו, חס ושלום צו טראכטן אז אונזערע עלטער עלטער זיידעס און באבעס האבן געטון אזעלכע געמיינע זאכן, נאר עס האט א העכערע משמעות די אלע ענינים און פסוקים.

אבער ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען איהם פון די תליה, הא?...

בערלבאלעגאלע, וואו ביסטו ווען מען דארף דיך? ❓ ❓

איך בין דא, ב"ה חי וקיים. נאר איך ליין שוין לעצטנס נישט וואס הרב י.מ. סופר זאגט. ארויפצו טרייבן מיין בלוט פרעשור נעם איך פילן. כ'דארף שוין נישט אנקומען צו הרב י.מ. סופר. חוץ מזה.

גנדי » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:01 pm

· #106822
געפילטע פיש
"זיך נישט לאזן פונעם מאן"... השם ישמרנו, נאכדעם גייט מען זאגן אז די אינטערנעט איז גורם גיטין.


זעהט אויס מען האט פארגעסן פון די גמרא איזהו אשה כשרה העושה רצון בעלה - נישט העושה רצון...

גנדי » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:14 pm

· #106826
בדחן
שעפטל
ווי איך האב פארשטאנען האט מען גערעדט אקעגן מעיק אפ און דער רב דארט האט זיך אויסגעדריקט "פון די אויגן טאר מען ניטאמאל רעדן! איך רעד נאר פון די וואס שמירן זיך די פנים ווייל מ'מיינט אז מ'מעג ווייל די מאמע האט עס אויך געטוהן"


שמירען די אויגן ביי נשים איז איינע פון די טעמים וואס די גמרא גיט אן פאר חרבון ביהמ״ק, (אזוי ליגט מיר אן זכרון)


די גמרא וואס ליגט דיר אין זכרון - איז א פארדרייטע גמרא וואס מען פארקויפט שוין יארן פאר די פרויען.

עס שטייט דארטן, זיי האבן געשמירט די אויגן און מזנה געווען... פארדעם איז די ביהמ״ק חרוב געווארען.


בכלל מאכט עס סענס אז פארן שמירן די אויגן ווערט די ביהמ״ק חרוב?

גנדי » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:20 pm

· #106827
דעת תורה
וויאזוי פארכאפן? מיט געווער? (אפשר מיינסטו די ארס בכעוס און דו מאכסט א גזירה שוה אז די משקרות עינים איז דאס זעלביגע).

יען כי גבהו בנות ציון ותלכנה נטויות גרון ומשקרות עיניים וברגליהם תעכסנה.


בבלי יומא ט ע"ב

מקדש ראשון מפני מה חרב? מפני שלשה דברים שהיו בו: עבודה זרה, וגלוי עריות, ושפיכות דמים. ..... גלוי עריות, דכתיב (ישעיהו ג) ויאמר ה' יען כי גבהו בנות ציון ותלכנה נטויות גרון ומשקרות עינים הלוך וטפוף תלכנה וברגליהן תעכסנה. יען כי גבהו בנות ציון - שהיו מהלכות ארוכה בצד קצרה, ותלכנה נטויות גרון - שהיו מהלכות בקומה זקופה, ומשקרות עינים - דהוו מליין כוחלא עיניהן, הלוך וטפוף תלכנה - שהיו מהלכות עקב בצד גודל, וברגליהן תעכסנה - אמר רבי יצחק: שהיו מביאות מור ואפרסמון ומניחות במנעליהן, וכשמגיעות אצל בחורי ישראל בועטות ומתיזות עליהן, ומכניסין בהן יצר הרע כארס בכעוס.

הוגה » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:42 pm

· #106834
איך בין נישט קיין פוסק אבער דאכצעך אז עס איז דא א משנה וואס איז דן לגבי כחילת העינים אין יום טוב אדער חול המועד. עס איז משמע אז עס איז יא מותר. קיין בפירושע איסור איז זיכער נישט דא.

איך פארשטיי נאר נישט די נושא בכלל, פארוואס דארפן די רבנים רעדן צו די פרויען בכלל, אז זיי זאלן לייגן די מענער אין פלאץ? פארוואס קענען נישט די רבנים אליינס מחנך זיין די מענער? מיר זעהט אויס אז זיי האבן געענדיגט נוצן די קינדער (דורכן סטראשע פון פליען פון די מוסדות) אלץ א שטעקן אקעגן די טאטעס, יעצט גייט מען נוצן די ווייבער (מיט די סטראשע פון שלום בית) אלץ א שטעקן.

איז דען א ווינדער אזא מעשה ווי די באס דרייווער האט מיטגעמאכט?
בלאט: 1 2 3 4