תקנה לדורות מיוחד לנשים
158 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3491
שבת דף ס''ב ,
ומשקרות עינים דהוה מלאן כוחלא לעינייהו ומרמזן, רש''י ד''ה ומרמזן. את הבחורים:
פארוועמן האבן זיי זיך אנגעשמירט? נישט פאר זיך ,כדי אויסצוזעהן שיין, און נישט כדי צוגעפעהלן די מאן.
און ווער איז געווען וואס האבן געוואלט מרמז זיין. רש''י ד''ה הלוך:.ונשואות היו לפיכך מספר בגנותן:
מיידלעך מאן דכר שמיה .. אוודאי זאלן זיי זיך אנשמיהרן..
שבת דף פ
כחול כדי לכחול עין אחת: עין אחת הא לא כחלי אמר רב הונא שכן צנועות כוחלות עין אחת.
הערסט אפילו די צניעות'דיגע פרויען וואס זענען געגאנגן באדעקט די גאנצא פנים חוץ איין אויג אזוי ווי די חברה.. אין בית שמש (אדער די אראבער'טע - אגב ביי יהודה'ס צייטן האטס עס געמיינט אז מען איז א זונה) אפי' דעי פרויען האבן זיך אנגעשמירט דער איין אויג וואס האט זיך ארויס געשטעקט..
הוגהאיך בין נישט קיין פוסק אבער דאכצעך אז עס איז דא א משנה וואס איז דן לגבי כחילת העינים אין יום טוב אדער חול המועד. עס איז משמע אז עס איז יא מותר. קיין בפירושע איסור איז זיכער נישט דא.?
לאמיר דיר פרעגן אזא שאלה, די ביסט דאך א חשוב׳ער איד וואס קוקט ארויס בכליון עינים אויף משיח ובנין ביהמ״ק,
נאכען זען די גמרא וואס זאגט אז דאס האט א געהאט חלק און חרבון ביהמ״ק, וואלט זיך זיך דען נישט פארלאנגט צו זיכען א שטארקע היתר עס יא צוטיען?
אגב, איך מיין אז עס איז אסור.
קוק אין די פריעדיגע הודעות, ס'משמע אז די פראבלעם איז נישט געעווען די כחול נאר עפעס אנדערש.
וויאזוי ס'זאל נאר זיין, ווען איך וויל טון זאכן ממהר צו זיין די גאולה וועל איך עס אבער נישט כופה זיין אויפן ציבור און זיכער נישט טון אויפן חשבן פון שלום בית און יענעמס נסיונות. אין אנדערע ווערטער עס זענען דא אסאך גרינגערע וועגן ממהר צו זיין די גאולה וואס מען האט נאך נישט געטרייט.
דריטענס, לאמיר רעדן ווי גראון אפס, אלעס וואס מיר טוען תורה ומצוות איז ווייל מיר דארפן משיח? און אויב ס'ברענגט נישט משיח איז נישט? מיר מוזן לעבן אביסל טיפער ווי דעם. קצרתי במקום שצריך להאריך ואתכם הסליחה
דער אשכול בײלאנגט אין אכשר דרא
פרישע זאכן וואס כ'האב גיהערט וואס מ'האט דארט גערעדט:
מ'האט ארויסגעברענגט די פראבלעם פון טעקסט מעסעדזשעס, איינע פון די קרעכצן איז געווען אז ממש א מינוט פארן ליכט צינדן דארף מען נאך קוקן צו זעהן אויב איינער האט עפעס געשיקט
ער האט זיך אבער נישט דא אפגעשטעלט! נאר ממשיך געווען:
א פרוי האט אן אחריות צו זעהן אז איר מאן זאל אויך נישט זיין עדיקטעדט צום טעקסט! שיינערהייט דארף זי און מוז קענען פועל'ן ביי איר מאן אז ער זאל אויפהערן מיט די טעקסטן, אז ער וועט זעהן אז זי טעקסט נישט און ס'באדערט איר וועט ער זיך אפגעוואוינען!
סדא א האטליין ווי מקען הערן די דרשה. איינער האט די נומבער?
איך האב צוגעהערט די דרשות אויף עפעס אן עקסטרעמע האטליין איך האב געזען אויף א צעטיל אין ביהמ"ד. (נולד איך וועל באלד אויפזוכן די נומער). איך מיין עס דארף א גרונטלעכער אנאליז איך בין נישט אזוי פאסיק אבער אפאר נקודות.
די דרשנים רעדן פון צוויי זאכן בדרך כלל, פארבן די פנים'ער און טעכנאלאגיע. דער מעמד הייסט תקנה לדורות יעדער איז מודה אז טעכנאלאגיע איז א וויכטיקע פונדעמענטאלע פראבלעם וואס דארף ווערן באהאנדלט. איך בין נישט באקאנט אבער צוזאמענפארן מיט מעיקאפ איז היפש לעכערליך, איין דרשן זאגט אז קינדער זאלן זאגן די עלטערן שמיר דיך נישט איך ווייס נישט פון וואס מען רעדט וועל איך זיין שטיל אבער פון די צווייטע נושא טעכנאלאגיע ווייס איך יא אלזא אלע רעדנער האבן דערמאנט אז א טאג בעפאר איז געווען די רופא חולים דינער אין זעלבן זאל און היינט נאכט גייען די נשים מבטל זיין קענסער פון די וועלט. ווי אויך האט מען דערמאנט די גלויבער עקסידענט מיט אלע צרות פון דעם לעצטן יאר איבער די ווייכע הערצער פון די מאמעס. (המשך..)
פארגעט איט. איך וועל עס נישט אויסהערן זיך נישט די נומבער פאר מיר.
בן תמליוןאלזא אלע רעדנער האבן דערמאנט אז א טאג בעפאר איז געווען די רופא חולים דינער אין זעלבן זאל און היינט נאכט גייען די נשים מבטל זיין קענסער פון די וועלט. ווי אויך האט מען דערמאנט די גלויבער עקסידענט מיט אלע צרות פון דעם לעצטן יאר איבער די ווייכע הערצער פון די מאמעס. (המשך..)
לויט ווי איך געדענק איז אזוי משמע פינעם רמב״ם אז מען דארף אויסניצען צרות הדור אויף תשובה ותיקון המעשים.
(המשך) איבער טעכנאלאגיע פארציילן זיי איבער בחורים און מיידלעך וואס גייען צוגרונד אא"וו. וואס איז מיין איך א ניי דערהער דא איז א שרעקליכער זלזול פון די מענער אין די פרויענ'ס אויגן, און אז זיי דארפן קאנטראלירן די מענער. וויאזוי קענסטו שלאפן רואיג ווען דיין מאן איז אינדרויסן איין שעה מיט א סמארט פאן? שרייט דער רב. אפחוזנדיק פון די שטאקיקע שטריימליך, ווי פארצייטישע משכילים, מאכט ער נידריק די מענער אין די פרוי'ס אויג און שרייט זי זאל פארפירן איבער די "געהאקטע בערד און פיאות" גיי ווייס וואס דאס מיינט. די פרויען האבן א כוח זאגט ער.
ער זאגט אז נישט ווי אמאל איז דא היינט אלעס באקוועם, שיינע הייזער און וואס נישט. מעגן מיר פרעגן דעם רב וואס זיצט אויף הייזער און גיטער מיט קאנטריס, נעמט גראבע שליסל געלט, איז געווען דער ערשטער צו איינפירן טייערע באנגעלויס פאר צוועלף ביז פופצן טויזנט דאלאר, פון ווי זאלן מיר יונגעלייט דעקן די רענט און געשוואלענע שכל לימודס פאר אייערע מוסדות? קיין פאכן האט איר אונז נישט געלערנט, אבער איר העצט די פרויען קעגן די מענער אז ער האט אינטערנעט? א וואונדער איר שרייט" היינט זענען זיך געקומען א פאר פאלק גט'ן א האלב יאר נאך די חתונה ווייל דער חסידישער יונגערמאן איז איינגעטונקען אין אינטערנעט"?
בדחןבן תמליוןאלזא אלע רעדנער האבן דערמאנט אז א טאג בעפאר איז געווען די רופא חולים דינער אין זעלבן זאל און היינט נאכט גייען די נשים מבטל זיין קענסער פון די וועלט. ווי אויך האט מען דערמאנט די גלויבער עקסידענט מיט אלע צרות פון דעם לעצטן יאר איבער די ווייכע הערצער פון די מאמעס. (המשך..)
לויט ווי איך געדענק איז אזוי משמע פינעם רמב״ם אז מען דארף אויסניצען צרות הדור אויף תשובה ותיקון המעשים.
ווי אויך זאגן חכמינו ז"ל "אם ראית דור שצרות מתרבות צא ובדוק בדייני ישראל".
ווען מען נעמט צוזאם טויזנטער פרויען און מען איז ניטאמאל מרמז זיי דארפן מחשיב זיין זייערע מענער אפשר אפילו ליב האבן, וואס קען מען ערווארטן?
אין מיין שולחן ערוך אבן העזר סוף סימן ס"ט שטייט "אין לך כשירה בנשים אלא שעושה רצון בעלה". דאס הייסט די פרוי וואס טוט רצון בעלה איז די ערליכע, נישט די וואס זאגט תהלים און פראוועט פרומקייט.
כבודם במקומם מונח, אבער דארטן האבן גערעדט געוויסע רבנים וואס אויף זיי דארף מען שוין ליידער נישט מקיים זיין דעם "צא ובדוק בדייני ישראל", זייער נאמען און אויפגעפיראכטס זאגט אסאך מער. נישט אלע צרות קומט פון די עמך אידן, די רבנים ודיינים זענען נישט אינטערשטעליג
ב"ה מיין ווייב זז"ג ווען ס'קומט אהן די אלע צעטלעך פון די דרשות זאגט זי "ס'גייט קומען א מאן און רעדען פון אונזערע צניעות? וואס האט ער זיך אריינצומישען אין מיין צניעות? זאל ער רעדען פאר די מענער און מיך אפלאזען" בין איך ב"ה פטור פון די אלע גראבע י"מ סופר נעביירעס ווי זיך שמירען וכדומה..
רוב פרויען רעדנערס זענען נישט בעסער, א פרוי וואס זאגט נישט פונקטליך וואס זיי ווילן ווערט גע'אסר'ט
מען דארף אויפנעמען א פרייוועט אינוועסטיגעיטער, וואס זאל פינקטליך אויספארשען וויזוי אזא צאמקום קומט צישטאנד, ווער פאדערט עס ?, ווער שטייט אונטער דעם ?, ווער צאלט פאר דעם ?,
כ'האב א שטיקעל פארדאכט אז ס'וועט ציען פעדימער ביז צים ס"מ, ס'דאכט זיך מיר אז ס'קען זיין אז ער בענעפירט די מערסטע פין דעם,
אין פאר דעי רבנים לאמיר ענק עפעס זאגען, די פרויען זענען נישט שולדיג אין אלע צרות !, ווער יא ? "ענק", ענק זענען בעלי מחלוקת, גנבים, אין נאך זאכען וואס כ'וויל נישט דא שרייבען, קריכטס אראפ פין אידישע ווייבלעך, אין היט'ס ענק די אויגען אויף די גאס, אין הערטס אויף צי דרייען דעם קאפ פאר כלל ישראל, אין טאמער ענק האבען נישט וואס צי טוהן, דא איז די נאמבער פין בי ענד עיטש 212.444.6615
חברה תרגיעו... עס איז נישט די רבנים וואס האבן געמאכט די מצוות התורה וואס קימט אן שווער אן איינצוהאלטען, זיי זאגען נאר איבער זאכען וואס עס שטייט אין די תורה מיט א קיינטש אהער א קיינטש אהין,
עס זעט אויס אויס ווי מען דירעקט די כעס צו א אומריכטיגען פלאטץ. בארויגט אייך און שרייבט נישט מיט אזא שנאה, אביסל
טאלעראנץ וואלט נישט געשאדט.
בדחןחברה תרגיעו... עס איז נישט די רבנים וואס האבן געמאכט די מצוות התורה וואס קימט אן שווער אן איינצוהאלטען,
די תורה איז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותה שלום, די רבנים פין די ערב רב וואס ווילען פארפיינטען די תורה ביי אידישע קינדער זיי פארדרייען די תורה
בדחןזיי זאגען נאר איבער זאכען וואס עס שטייט אין די תורה מיט א קיינטש אהער א קיינטש אהין,
יא יא , די קנייטש אהער אין אהין דאס איז די פראבלעם, ס'איז צייט צי אויפהערען קנייטשען מיט די תורה,
און איך וואנדער מיר ווי נידעריג מען דארף זיין אנצוריפען די ערליכע רבנים ערב רב,
דרך אגב גא פליי א קייט, אבער דער עווריטיש ערליכער אינגערמאן האט נאך אזא שלום בית, און איז נאך אזוי צופרידען מיט זיין לעבן מער ווי די וואס שרייבט ערב רב אויף רבנים.
בדחןאון איך וואנדער מיר ווי נידעריג מען דארף זיין אנצוריפען די ערליכע רבנים ערב רב,
הייסטעס די מאכסט אפ ווער ס'ערליך,
בדחןדרך אגב גא פליי א קייט, אבער דער עווריטיש ערליכער אינגערמאן האט נאך אזא שלום בית, און איז נאך אזוי צופרידען מיט זיין לעבן מער ווי די וואס שרייבט ערב רב אויף רבנים.
די שרייבסט הבלים, נישטא אזא זאך עוורידזש ערליכע אינגערמאן, יעדע שטוב איז א צווייטע מעשה,
אין ס'דא אסאך אינגעלייט וואס ווען זייער ווייב וואלט געוויסט וויזוי זיי צי געבען וואס זיי דארפען וואלטען זיין אויך געווען פין וואס די ריפסט עוורידזש ערליכער יונגערמאן, אלא מאי די רעדסט נישט קיין דברים של טעם די האסט נאר א אגענדע זיך צי אננעמען אויף די רבנים, כ'ווינדער מיר וואס די וואלסט געטוהן ווען די רבנים הייסען עסען חזיר יום כיפור ביינאכט.......
עס איז דט א תורה מיר זענענן משעבוד דערצו, מיר לעבן א תורה לעבן און מען שרייבט נישט ערב רב אויף רבנים אפילו די מצוות איז שווער איינצוהאלטן.
*** איין מאל רעדאגירט געווארען אויסגעמעקט אומאיידעלע לשון***
בדחןאבער דער עווריטיש ערליכער אינגערמאן האט נאך אזא שלום בית, און איז נאך אזוי צופרידען מיט זיין לעבן מער ווי די וואס שרייבט ערב רב אויף רבנים.
ב"ה כ'בין א ערליכער אינגערמאן אין כ'האב ב"ה א פיינע שלום בית, אין איך בין דער וואס לערענט ביי מיר אין שטוב השקפה נישט עפעס א ווילד פרעמדע מאן,
די לעבסט עפעס אין עולם הדמיון אז יעדער וואס טראכט נישט די זעלבע ווי די איז אומגליקליך, אדער דאכטזיך דיר פשוט אז די בדחן'סט יעצט אויף א חתונה,
בדחןנישט יעדער האט זיין מוח צווישען די פיס אזוי ווי די,
די מיינסט אז מיט שרייבען ניבול פה גייסטע געווינען דעם דעבאטע, לאמיר דיר עפעס מסביר זיין ס'האט גארנישט מיט מוח צווישען די פיס ווי די ריפסט עס (כ'ווייס נישט פינקליך וואס עס מיינט אבער מסתם איז עס א מום וואס די האסט אין די פרובירסט עס צי אנלייגען אויף אנדערע),
נאר כ'בין אביסעלע עלטער ווי דיר אין כ'האב שוין מיטגעהאלטען קעיסעס אין כ'רעד נישט אין די וועלט אריין אזוי ווי די,
בדחןעס איז דט א תורה מיר זענענן משעבוד דערצו, מיר לעבן א תורה לעבן און מען שרייבט נישט ערב רב אויף רבנים אפילו די מצוות איז שווער איינצוהאלטן.
מיש נישט אויס די תורה מיט רבנים, ס'צוויי זאכען,די תורה איז הייליג אין טייער, אין אסאך רבנים זענען רשעים אין באנדיטען, איי די ווייסט נישט, וועסט אביסעלע עלטער ווערען וועסטע וויסען, אין מיין נישט די ווייסט אלעס, ביסט קוים ארויס פין די פעמפערס אין די זאגסט שוין דעות אויף אלץ אין אלעמען,
[ציטאט אראפגענומען]
איך זע אז דו (און געפילטע) ביסט גערעכט געווען.
די גמרא אין יומא איז טאקע נישט אזוי קלאר, אבער די גמרא שטייט אויך אין מס' שבת דף ס"ב און דארט שטייט קלאר דמליין עיינייהו כוחלא
ומרמזן ווי רש"י טייטשט עס דארט מיינט עס אז זיי האבן געפלירט מיט די בחורים אן פרובירט צו ציען זייער אויפמערקזאמקייט. טאקע ממש דאס זעלבע ווי זאך ווי מכניסין בהם ארם בכעוס.
נאכמער ראיה אז די גרא מיינט נישט צוזאגן אז למעשה איז אסור זיך צו שמירן, קען מען זען פון דעם וואס די גמרא פארטייטשט די אנדערע פעלער דארט אז עס מיינט זיי האבן געוואקט עקב בצד גודל וארוכה בצד קצרה וואס דאס איז דאך זיכער נישט אסור מצד עצמו ואחר כוונת הלב הן הן הדברים.
און אז מען קוקט אריין אין די גמרא זעט מען נישט צוגעצייכנט קיין איין הלכה ציון צו די גאנצע מימרא, אויסער איין הלכה וואס מען לערנט ארויס, און דוקא איז עס נישט א זאך וואס איז נוגע פרויען, נאר אז מענער מעגן נישט שמעקן די בשמים פון א פרוי וואס איז אסורה לו.
א פאר ליינס פון ר' ישעי' שליט"א
תשעה קבין שיחה ירדה לעולם. שיחה מיינט תפילה. די גמ' זאגט נישט סתם נארישקייטן, און סע מיינט אז פרויען קענען גוט דאווענען..
איך וויל וויסען וואס ער זאגט אויף די זימה וואס די גמ' זאגט אויך.
ער זאגט אויך אז די וויליאמסבורג חינוך איז א דוגמא פאר אנדערע געגענטען. סע אמת אדער ער מיינט נאר אזוי?
לויט ווי איך האב געזען אז די פרומע פרויען וואס ווילן זיין גיט און די וואס ווילען נישט פאלגען גייען נישט
איך האב געפרעגט מיין ווייב אויב די פרוי וואס קוקט אויס יעדן טאג ווי זי גייט צו א חתנה, און רעדט זיך איין ווי זי איז שיין, און זי איז נישט געגאנגען צו די אסיפה
היינט אינדערפרי האב איך מיר איינגעהאנדלט דעם סידי פונעם גאנצן מעמד אדיר, גיי מיר עס אויסהערן שפעטער אויף'ן עפדיאר!!! ולשם הישועה.
לעמאן דזשוסהיינט אינדערפרי האב איך מיר איינגעהאנדלט דעם סידי פונעם גאנצן מעמד אדיר, גיי מיר עס אויסהערן שפעטער אויף'ן עפדיאר!!! ולשם הישועה.
לעמאן מיר ווילען אן אנאליז און דערנאך א קאפיא..
לעמאן גיב אונז א זאפטיקן אנאליז. ביי מיר האבן זיך די האר פון קאפ אויפגעשטעלט פון רבי ר' בערל קאצן'ס דרשה און די תקנות דורך פייערווערקס, דער וואס איז געווען אויפן סטענד ביים נ"וו טרייעל און געגעבן א צוקאליטשטן עדות'שאפט.
בנוגע אז א פרוי טאר זיך ע"פ תורה נישט שיין מאכן,
לפי עניות דעתי קען מען עס צוטיילן אויף צוויי נקידות
א') עס איז דא תאוות, מידות רעות, חסרונות און נסיונת וואס אדם לעמל יולד און מען דארף זיך אויסארבעטן, אויב איינער האט א חסרון און דער צווייטע האט עס נישט, איז דאס א מידה רע וואס די רבוש"ע האט "איהם" עס געגעבן זיך אויסצוארבעטן, און אויסצורייסן.
אבער א תאווה וואס "אלע" מענטשן האבן ווי למשל עסן, טרונקן, שלאפן, אא"וו, וויל נישט דער בש"פ אז מען זאל אויסרייסן, (אפילו אין חסידישע ספרים רעדט מען נאר פון עס אויסארבעטן, נישט עס אויסצורייסן).
עס איז דא נאך א חלק הבריאה, וואס איז פאראן ביי "אלע" פרויען, אז זיי זיכן זיך צו שיין מאכן און אויסזעהן גוט.
אויב זיך מאכן שיין איז א שלעכטע מידה וואלטן א חלק פרויען עס יא געדארפט האבן, און א חלק נישט, אזוי ווי אלע מידות רעות, ווי כעס, גאווה, וכ'ו.
ווען אלע מחנכים/מחנכות א.ד.ג. זענען עס עוקר מן השורש, זענען זיי אפשר גאר די אפוקרסים, נעמענדיג א חלק מן הטבע און רייסן עס אויס כאילו ח"ו ג-ט ווייסט נישט וואס ער טוט, אלעס אויפן נאמען פון "צניעות".
איידער איך שרייב דער צווייטע נקודה וועל איך מיטטיילן אן עפיזאד וואס האט פאסירט נעכטן, א קרובה מיינע איז געפארן מיט א היימישע קאר סערוויס, און דערציילט אז דער דרייווער האט נישט אראפ גענומען די אויגן פון איר....
דאס דערמאנט מיר מיינע זיסע קינדער'שע יארן, ווי יעדער שחור פלעגט קוקן אויף מיר, זעהנדיג שוין זיין געווער, און ווי אזוי ער זאגט שוין פאר זיינע חברים אז מען גייט מאכן א לינטש מיט מיר.
דו איינרעדעניש און אנדערע שטותים קומען ווייל אזוי האט מען אינז געבראטן און געקאכט אז טונקעלע זענען רוצחים, קיד נעפערס, גנבים, און אינטערוועלטניקער.
אז מען זאגט פאר פרויען אז ענק טארן נישט ארויסברענגן ענקער שיינקייט ווייל מיט דעם כאפט מען מענער'ס אויגן "און קוקן אויף ענק", עביוזט מען זיי סיי פיזיש (ווייל זיי אליין ווילן אויסזעהן גוט, ווייל ג-ט האט עס אריין געלייגט אין זיי) און גייסטיש (אז זיי זעהן שוין ווי יעדער וויל טוהן, און וויל זיי האבן).
אויב וויל מען אז די מענער זאלן זיך אויסארבעטן, וואס פייניגט מען די פרויען, ארבעט מיטן זכר!,
עס איז דומה צו א מענטש וואס ווערט נערוועז פון מענטשן, און אנשטשט טראגן דעם מענטש צו א פסיכעלאג, לאזט מען קיינעם נישט וואקן איז זיינע מאתיים אמות...
קודם, א חוצפה אז פאר מיין איין טאלער האב איך באקומען א היבש געדעמעדשטע סידי, עפעס ווי דער טייוול אליין זאל זיך האבן אריינגעכאפט דארט און מיר צוגריזשעט די אודיא, בלויז מיר שווערער צו מאכן אנצוקומען צום שלימות הנרצה! אבער היו לא תהי' און בשם השם עשיתי והצלחתי מישענדיג דא און דארט, ארויסצוכאפן די סאמע וויכטיגסטע חלקים פון די דרשה על אפו ועל חמתו פונעם רשע דער ס"מ ולילי"ת המרשעת...
דער סידי איז מיר זייער צונוץ געקומען, און מיר געגעבן א געלעגנהייט אריינוצוקריכן גאנץ טיף אין די באהאלטענע קארידארן און אינעווייניגסטע שטיבער ווי די רבנישע בעראטונג וועגן די געזעלשאפטליכע לאגע ביי די 'סאמע בעסטע' וואס מיר אידן פארמאגן, און זיך דערוויסן גאנץ אסאך איבער די וויכטיגע טעמעס וואס ווערן דארט איבערגעשמועסט.
בימינו אלע, ווען ס'איז החשך יכסה ארץ אין די פינסטערע מלכות של חסד אמעריקא, וואס מאכט דעם יוד מיט'ן גוי אייניג אן קיין שום התבדלות, ווייל פונקט ווי דער גוי האט ווי און ווען ער וויל פלייש, האט דער יוד דאך אויך ווי און ווען ער וויל כשר'ס, מען קויפט א שטיק פלייש'ל און מען יאגט איר אריין אין טאפ און שוין מען האט דאס, אויך חלב ישראל איז איבערראל פארהאנדן אזש אז די ריזיגע פער בין ישראל לעכו"ם איז אין א באלדיגע סכנה זינט אמעריקא איז א גאלדענע מדינה און א מלכות של חסד..איר ווייסט אוודאי אז אין אלע לופטפעלדער פון נעבאסקא ביז נעוואדע קען מען אין די מק'דאנעלד געשעפטן איינקויפן קר"י שחיטה און גולדן פלאו מילעך אזוי אויך טעפ מיט פיצינקע גאז רענטשעס פאר א באלדיגע אפקאכונג, אויך ווייסט איר אוודאי אז אין די פענן סטעישאן באן סטאנציאן און אזוי אויך הארט ביים אריינגאנג צו די הויפטקווארטירן צו די קאסטקא פירמע אין סיאטעל וואשינגטאן געפונען זיך אזוינע קיאסקן ווי מען קען איינהאנדלען גרינ'ס פיצא מיט לא'שאקאלאדע אויב ווערט מען פלוצים באפאלן פון א הונגער...
אין תוך גענומען, דארף איך אינטערשטרייכן אז הערענדיג די פייערדיגע דרשות געוואנדן צו אונזערע טייערע "שוועסטער'ס" (לשונו הזהב אחד המגידים) האב איך זייער אומוועלנדיג שנעל מסכם געוועהן אז "אינטערנעט און סמארטפאונס איז בסך הכל אזוי שלעכט ווי זיך (פאר)שמירן די פנים מיט פארב" נעמענדיג אין באטראכט די געוואלדיגע מאס הארבקייט וואס איז צוגעטיילט געווארן צו די געפערליכע פאריז'ע פארבן און פארבער'קעס האט זיך מיר געדאכט אז די אינטערנעט איז גאר די שולדיגע אין די "פארב-פראבלעם" און אויסער דעם וואס מיט'ן האבן א סמארטפוין און איינקויפן דערמיט "אינטערנעט-פארפלעקטע" קליידער איז גורם השחתה, און שאול תחתית...גייט עס סינאנים מיט די "פארב-פראבלעם" איך מוטשע מיך נאך אלס צו פארשטיין וואס הודו האט געוואלט פון שושן הבירה, אבער דאס וועל איך דערווייל איבערלאזן פאר א לענגערע איבערקלערונג, כאב נאר קודם געוואלט מסכם זיין בשורה ראשונה מיין טרוקענע תגובה אויף די מעמד "תקנה לדורות-לנשים"
ליצנות אין די זייט געלייגט, בין איך שטארק שטארק איבערגענומען געווארן פון הרב רבי הלל וויינבערגער'ס רעדע, ער האט גערעדט ווארעם, אינטעליגענט, און געוויסט ווי צו האלטן זיין פרויען אודינץ געשפאנט און צום נושא העיקרי. קודם, איז ער געוועהן די ערשטע וואס האט געגעבן דעם "ארסיסיעס-רופא חולים קענסער סאסייעטי" טאן צו די נאכט...דאס אליין האט שוין געשפאלטן די הימלען אין זאל! און דערנאך איז די טאן באנוצט געווארן דורך הרב ר' ישעי' ווייס וואס האט צוגעשטעלט א שיינע מעשה מיט'ן מרן הגאון החפץ חיים ווען ער האט ביי א באנקעט לטובת דעם שפיטאל ערקלערט אז די בחורים אין ישיבה פארמיידן בעטן פון שפיטאל...און אזוי אויך שפעטער דורך ר' בערל כ"ץ אב"ד דושינסקיא... דערנאך האט ר' הלל זייער ארגינעל נאכדערציילט זיין עפיזאד מיט מרא דארעא קדישא הרב פריינד זי"ע אז אין אזא נאכט וואס פרויען קומען זיך צוזאם הערשט א גרויסע עת רצון אין הימל און מען קען זיך פועל'ן אלדאס גוטס וואס מען וויל נאר בעטן, און פארשטייט זיך אז מען איז זיך פעסט מקבל די אלע החלטות וואס דעת תורה און דעת הגאונים הצדיקים זענען קובע און מגדיר...ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע קענסער וואס אינטערנעט איז, און ווי שטארק דאס מאכט שאדן, און איז שעדליך פאר קינדער און דורות און ווי עס חרוב'ט א שטוב. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט אז די פרוי דארף און מוז זיך קעגן שטעלן דעם מאן כמבואר לעיל, נאכזאגענדיג פון מדרש די מעשה מיט די פרוי פון ר' שמעון בן חלפתא מיט די שטיין פון הימל, ציענדיג דערמיט א מסקנה אז אזוי דארף יעדע אידישע טאכטער האנדלען מיט'ן מאן ווען עס קומט צו אידישקייט אנגעלעגנהייטן...
בקיצור. אינטערנעט איז א פראבלעם,..פון דא און ווייטער צו די "פארב-פראבלעם" מוז איך נאכאמאל איבערהערן ווייל איך האב קיין מושג נישט וואס די אידן האבן געוואלט...
נאר א באמערקונג פון מיין קליינע פריזם, איך גלויב אז ביי די דרשה האבן זיך באטייליגט אין מערסטנטייל די פרויען די צדקניות וואס שמירן זיך סייווי קיינמאל נישט און זענען ארויס מיט שטארקע חיזוק אויף ווייטער.
וועגן די אינטערנעט בלייבט נאר איבער אריינצוגיין אין די לאקאלע טעלעפוין געשעפטן און אנפרעגן וואס דער עולם קויפט. אויף מיר האט עס זיכער משפיע געוועהן לטוב, ביז איך האב ביי מנחה-מעריב זיך אנגעשטויסן אין א ריזיגע פלאקאט מיט אן ארטיקל וואס "אחד הרבנים" האט אין די שנעלקייט אפגעשריבן ארום דעם ארטיקל אינעם היינטיגן "ידיעות אחרונות" ארטיקל פון זייער "וועבזייטל" אז די מדינה גייט פאלן אונטער סאטמאר, דערזענדיג דאס בין איך געווארן מלא ספיקות און שוידער. וד"ל
מע גייט ווייטער.
יעצט גייט מען מאכען פאר די מיידלעך.
וואס גייט מען זיי דערציילען און אויפקלערען?
📎 מיידעלעך.png
אויפגעוועקט
ציליב ערווארטע כינוס פאר פרויען
טאמבל סאסגרייט'ס ענק פאר נאך א פופציג גיטין נאך די דאזיגע אסיפה.
איך וואלט עס גערופן אסיפה "תקנה לכריתות"
ח״ו אל תפתח פה לשטן.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
דא איז געווען א שמועס וועגן שמירן די אויגן, איך האב געשריבן דערוועגן א תגובה אין אן אשכול מאחורי (נישט קלאר פארוואס עס איז דארט) וועל איך עס אויך מעתיק זיין פאר די חברים מלפני הפרגוד
סקעפטיקער #
שמירן די אויג איז זיכער געווען א דבר המותר בזמן חז"ל, און עס איז דא אויף דעם כמה מקומות ווי דאס ווערט דערמאנט
1) די גמרא (שבת סד:) והדוה בנדתה זקנים הראשונים אמרו שלא תכחול ולא תפקוס ולא תתקשט בבגדי צבעונין עד שבא ר"ע ולימד ואם כן אתה מגנה על בעלה ונמצא בעלה מגרשה
די פריערדיגע זקנים פלעגן זאגן אז א נדה זאל זיך נישט שמירן און נישט פלעכטן די האר און נישט באצירן מיט קאלירטע קליידער ביז ר' עקיבא איז געקומען און געלערנט אז אויב אזוי וועסטו איר פאר'מיאוס'ן אויף איר מאן און ער וועט איר גט'ן
2) די משנה זאגט אין מסכת שבת (פ.) כחול כדי לכחול עין אחת - די שיעור פון שמיראכץ פאר די אויגן וואס מען איז מחויב אויב מ'טראגט עס ארויס שבת איז צו קענען שמירן איין אויג, פרעגט אויף דעם די גמרא עין אחת הא לא כחלי - ווער שמירט דען נאר איין אויג? ענטפרעט די גמרא אמר רב הונא שכן צנועות כוחלות עין אחת - די צנניעות'דיגע פרויען וואס גייען ארויס מיט איין אויג צוגעדעקט שמירן נאר די איין אויג וואס בלייבט אויפגעדעקט (ענליך שטייט אין ירושלמי, און דארט איז די אויסדרוק ויוצאה לשוק - און זי גייט ארויס אין גאס/מארק)
3) אזוי אויך אין די משנה אין שבת (צד:) שטייט אז כוחלת - שמירן די אויגן איז אסור שבת, איז משמע אז אינדערוואכן איז מותר
4) אין די משנה אין מועד קטן שטייט אז א פרוי מעג זיך באצירן חול המועד (אפי' זאכן וואס מ'מעג נישט יום טוב), און אויף דעם זאגט די גמרא (ט:) ת״ר אלו הן תכשיטי נשים כוחלת ופוקסת ומעבירה שרק על פניה, דאס זענען די באצירונגען פון א פרוי שמירן די אויגן, פלעכטן די האר, און אריבערפירן א רויטע פארב אויף איר פנים, און דאס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (או"ח תקמ"ו סעיף ה)
5) אין די גמרא אין נדרים (פא:) שטייט: שלא אכחול שלא אפקוס ושלא אשמש מטתי יפר משום דברים שבינו לבינה. א פרוי וואס מאכט א נדר אז זי גייט זיך נישט שמירן די אויגן קען עס די מאן צושטערן וועגן עס איז עפעס וואס שטערט אים, און דאס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (יו"ד רל"ד סעיף נ"ט)
און די מראה מקומות זענען בכלל נישט אלעס, עס זענען דא נאך אסאך פלעצער ווי מ'זעהט די פאקט אז פרויען שמירן זיך די אויגן. נאר היינט פארשטייט מען בעסער, מ'נעמט א גמרא וואס רעדט ווען פרויען האבן זיך געשמירט די אויגן פאר פרעמדע מענער זיי צו מכשיל זיין און מ'מאכט פון דעם א איסור צו שמירן די אויגן. מ'קען זאגן אז מיר זעהן אזא סארט איסור ווי זיך שערן די האר זיך אנטוויקלען פארנט פון אונזערע אויגן
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
סקעפטיקער #
דא איז געווען א שמועס וועגן שמירן די אויגן, איך האב געשריבן דערוועגן א תגובה אין אן אשכול מאחורי (נישט קלאר פארוואס עס איז דארט) וועל איך עס אויך מעתיק זיין פאר די חברים מלפני הפרגוד
סקעפטיקער #
שמירן די אויג איז זיכער געווען א דבר המותר בזמן חז"ל, און עס איז דא אויף דעם כמה מקומות ווי דאס ווערט דערמאנט
1) די גמרא (שבת סד:) והדוה בנדתה זקנים הראשונים אמרו שלא תכחול ולא תפקוס ולא תתקשט בבגדי צבעונין עד שבא ר"ע ולימד ואם כן אתה מגנה על בעלה ונמצא בעלה מגרשה
די פריערדיגע זקנים פלעגן זאגן אז א נדה זאל זיך נישט שמירן און נישט פלעכטן די האר און נישט באצירן מיט קאלירטע קליידער ביז ר' עקיבא איז געקומען און געלערנט אז אויב אזוי וועסטו איר פאר'מיאוס'ן אויף איר מאן און ער וועט איר גט'ן
2) די משנה זאגט אין מסכת שבת (פ.) כחול כדי לכחול עין אחת - די שיעור פון שמיראכץ פאר די אויגן וואס מען איז מחויב אויב מ'טראגט עס ארויס שבת איז צו קענען שמירן איין אויג, פרעגט אויף דעם די גמרא עין אחת הא לא כחלי - ווער שמירט דען נאר איין אויג? ענטפרעט די גמרא אמר רב הונא שכן צנועות כוחלות עין אחת - די צנניעות'דיגע פרויען וואס גייען ארויס מיט איין אויג צוגעדעקט שמירן נאר די איין אויג וואס בלייבט אויפגעדעקט (ענליך שטייט אין ירושלמי, און דארט איז די אויסדרוק ויוצאה לשוק - און זי גייט ארויס אין גאס/מארק)
3) אזוי אויך אין די משנה אין שבת (צד:) שטייט אז כוחלת - שמירן די אויגן איז אסור שבת, איז משמע אז אינדערוואכן איז מותר
4) אין די משנה אין מועד קטן שטייט אז א פרוי מעג זיך באצירן חול המועד (אפי' זאכן וואס מ'מעג נישט יום טוב), און אויף דעם זאגט די גמרא (ט:) ת״ר אלו הן תכשיטי נשים כוחלת ופוקסת ומעבירה שרק על פניה, דאס זענען די באצירונגען פון א פרוי שמירן די אויגן, פלעכטן די האר, און אריבערפירן א רויטע פארב אויף איר פנים, און דאס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (או"ח תקמ"ו סעיף ה)
5) אין די גמרא אין נדרים (פא:) שטייט: שלא אכחול שלא אפקוס ושלא אשמש מטתי יפר משום דברים שבינו לבינה. א פרוי וואס מאכט א נדר אז זי גייט זיך נישט שמירן די אויגן קען עס די מאן צושטערן וועגן עס איז עפעס וואס שטערט אים, און דאס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (יו"ד רל"ד סעיף נ"ט)
און די מראה מקומות זענען בכלל נישט אלעס, עס זענען דא נאך אסאך פלעצער ווי מ'זעהט די פאקט אז פרויען שמירן זיך די אויגן. נאר היינט פארשטייט מען בעסער, מ'נעמט א גמרא וואס רעדט ווען פרויען האבן זיך געשמירט די אויגן פאר פרעמדע מענער זיי צו מכשיל זיין און מ'מאכט פון דעם א איסור צו שמירן די אויגן. מ'קען זאגן אז מיר זעהן אזא סארט איסור ווי זיך שערן די האר זיך אנטוויקלען פארנט פון אונזערע אויגן
וועלכער רב היינט אסר'ט שמירן די אויגן?
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
שמירעס עינים!
דאס איז דאך די סטיילישע מצוה בזמן הזה!!
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
ייש"כ @סקעפטיקער פארן ברענגן פאר אונז דברים של טעם פון דיינע רייכע ידיעות, אזוי ווי אלעמאל.
אזוי ווי איך האב נישט קיין מעגליכקייט צו ליינען דעם ארטיקל אין מאחורי, אויב שייך ביטע ערקלערן מער איבער די רעדע דארט, וועלכע חלק פונעם אויג, וואספארא קאלירן וכו'.
תודה למפרע.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
סקעפטיקער #
שמירן די אויג איז זיכער געווען א דבר המותר בזמן חז"ל, און עס איז דא אויף דעם כמה מקומות ווי דאס ווערט דערמאנט
מעגליך אז אמאליגע שמיראכץ איז נישט געווען אזוי אנרייצנד ווי די היינטיגע.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
יין שרף #
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
אפשר איז עס פאר ווען זי איז אינדערהיים
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
בעל אחריות #
יין שרף #
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
אפשר איז עס פאר ווען זי איז אינדערהיים
האסט נישט געזעהן מיין צווייטע מראה מקום?
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
סוף טוב הכל טוב #
וועלכער רב היינט אסר'ט שמירן די אויגן?
ליין אביסל
דאRe: תקנה לדורות מיוחד לנשים
בעל אחריות #
סקעפטיקער #
שמירן די אויג איז זיכער געווען א דבר המותר בזמן חז"ל, און עס איז דא אויף דעם כמה מקומות ווי דאס ווערט דערמאנט
מעגליך אז אמאליגע שמיראכץ איז נישט געווען אזוי אנרייצנד ווי די היינטיגע.
אויב זיי וואלטן ווען געזאגט אז מ'זאל נישט שמירן די אויגן איבער די מאס וכדו' וואלט איך זיי כאטש פארשטאנען, אבער די סלאגאן גייט אז מ'טאר נישט צורירן די אויגן, היפך דעת חז"ל!
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
יין שרף #
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
אבן העזר סימן ע"ג סעיף ג'
ומחיבין אותו לתן לה תכשיטים, כגון בגדי צבעונים להקיף על ראשה ופדחתה, ופוך (פרוש, כחל שחר) ושרק (פרוש, צמר גפנים שצובעים אותו בחריע ומעבירין אותו על פני כלות שתתראנה אדמות, ערוך), וכיוצא בהן
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
סוף טוב הכל טוב #
וועלכער רב היינט אסר'ט שמירן די אויגן?
מיין ווייב זאגט נאך פון רעביי פאלק
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
קלוגע יודל #
מיין ווייב זאגט נאך פון רעביי פאלק
אויך מיר א מקור. נאך אביסל וועט יואלי צימערמאן אויך ווערן א מקור.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
קהל'ס נער #
קלוגע יודל #
מיין ווייב זאגט נאך פון רעביי פאלק
אויך מיר א מקור. נאך אביסל וועט יואלי צימערמאן אויך ווערן א מקור.
לכאורה האט זי נישט דורכגעלערנט זיין תשובה ווייל ער איז קלאר מברר אז עס איז מותר.
אויסער דעם האט ער קלארע ראיות אז די היתר איז נישט נאר אינדערהיים
ער ענדיקט נאר צו אז מען קען נישט זאגן אז די וואס לייגן נישט טוען א איסור
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
סקעפטיקער #
יין שרף #
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
אבן העזר סימן ע"ג סעיף ג'
ומחיבין אותו לתן לה תכשיטים, כגון בגדי צבעונים להקיף על ראשה ופדחתה, ופוך (פרוש, כחל שחר) ושרק (פרוש, צמר גפנים שצובעים אותו בחריע ומעבירין אותו על פני כלות שתתראנה אדמות, ערוך), וכיוצא בהן
זייט ווען פסק'נט מען ארויס פון שולחן ערוך? דו ווילסט נישט וואוסן וויפיל נאך אזעלכע "הלכות מפורשות" איך קען דיר ברענגען 😈
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
באר מים #
לכאורה האט זי נישט דורכגעלערנט זיין תשובה ווייל ער איז קלאר מברר אז עס איז מותר.
אויסער דעם האט ער קלארע ראיות אז די היתר איז נישט נאר אינדערהיים
ער ענדיקט נאר צו אז מען קען נישט זאגן אז די וואס לייגן נישט טוען א איסור
וואו איז די תשובה?