☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » משפיעים און זייערע השפעות!

משפיעים און זייערע השפעות!

278 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3374
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 20, 2013 8:11 pm

· #116188
[quote="לעמאן דזשוס"]האט אבער חסידות געשטעלט אזוינע טיפע יסודות בחיי העם היהודי, אז עס פארזיכערט אלס כסדר'דיגע רעוולוציעס, און מיר אלע זענען עדות דערויף, און ידידינו מאראנצןזאפט וועט אייך דאס קלאר מעיד זיין אין זיין משפיע אשכול אז; עס בלאזן נייע ווינטן פון חסידות און מיסטיקא, און עס זאגט אן אויף א שנעלע גאולה...עס יאווען זיך משפיעים אין אלע עקן פון וועלט אנגעהויבן פון מארגענשטערן און בידערמאן נישט געענדיגט ביי הרב זילבערבערג און זילבער און קלוגער וואס האבן פשוטע עלטערן, הרב מאטל זילבער האט לכאורה קיין איין זיידע וואס שטאמט פון קיין איינע פון די תלמידי בעל שם און אזוי אויך געוויס הרב קלוגער. הרב אייזענבערגער שטאמט לכאורה אויך נישט פון ר' אייזיקל קאמארנער, און אזוי ווייטער און ווייטער... זיי רייסן שטיקער פון די אימפעריאליסטישע חסידות'ן און זיי וואקסן ווי אויף הייוון, קול דודי הנה זה בא.[/quote]

מען האט שוין כמ"פ ערווענט דעם הרב אייזענבערגער, און איך וואלט חשק געהאט צו הערן מער אינפארמאציע איבער אים. איינער ווייסט?

משה געציל » מאנטאג מאי 20, 2013 11:49 pm

· #116252
מצטרף לבקשת שמעקעדיג, מאראנצן האט איינער געזעהן?
מיין בליק אויף אים וואס קומט נאר מפי השמועה, איז א בליק פון א חסידיש/ליטוויש/ספרדיש/אשכנזיש, עובד און משפיע. יכול להיות אז איך בין אינגאנצען פארפארן, אדרבה איך בין דא צו הערן.

ודי למבין » דינסטאג מאי 21, 2013 8:46 am

· #116296
לעיקוואד


הערת אגב, דאס וואס ער זאגט אז מזעהט די תורה שטימט אזוי ברענגט דאס אמונה וכו'. איז ביי מיר צע"ג. ווייל סוף כל סוף שטימען זיינע תורות נישט מער ווי א געלונגענע בדחן. סאיז דאך אלץ דרוש ורמז, און יעדער בעל כשרון קען דאס מאכען און צאמשטעלן וועלכע הודו מיט כוש מוויל און סזאל שטימען הערליך. סזעהט מיר אויס אז ער כאפט נישט דער פשוטער זאך אז רוב פון זיינע תורות זענען נישט מער פון געלונגענע בדחנות וואס איז נישט מוכיח גארנישט.

ער זאגט נישט אז ווייל מעזהט ווי זיינע תורות שטימן ברענגט דאס אמונה וכו', (ווער ווי אים ווייסט אז מען קען מאכן הפוך בה והפוך בה אויף יעדע וועג) נאר אז ווען מען לערנט קבלה און מען זעהט ווי די תורה שטימט אזוי שיין, און אויך ווי פארשידענע מאמרי חז"ל תמוהים באקומען אינגאצן א אנדערע פשט על פי חכמת הקבלה, ברענגט דאס צו צי אמונה אין קדושת התורה. האסט שוין אמאל געלערנט ברית כהונת עולם, ווען איך האב דאס געלערנט האב איך דאס אביסל געפלט און פארשטאנען

לעיקוואד » דינסטאג מאי 21, 2013 9:00 am

· #116298
וואס איז קבלה אדער ברית כהונת עולם אנדערש פון זיינע אייגענע תורות? אויך דארט איז קלאר אז מקען מאכען הפך בה והפך בה און אריינטייטשען מאמרי חז"ל און פסוקים וויאזוי מען וויל.

ודי למבין » דינסטאג מאי 21, 2013 9:06 am

· #116299
האסט שוים אמאל געלערנט ברית כהונת עולם?

לעיקוואד » דינסטאג מאי 21, 2013 9:13 am

· #116305
ודי למבין
האסט שוים אמאל געלערנט ברית כהונת עולם?

יא.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 22, 2013 3:58 pm

· #116838
מארנצען, אפשר אן אשכול אויף ר' לייב מינצבערג?

חזנים » מיטוואך מאי 22, 2013 4:59 pm

· #116857
קאווע טרינקער
מארנצען, אפשר אן אשכול אויף ר' לייב מינצבערג?

און אפשר אויף ר' יעקב חנון?

אביגדור » מיטוואך מאי 22, 2013 5:55 pm

· #116873
יא?

sefish » מיטוואך מאי 22, 2013 6:10 pm

· #116880
and maybe on reb shiye bondo? LOL VD"L

לכבוד שבת קודש » מיטוואך מאי 22, 2013 7:01 pm

· #116905
ענן כבד
חזנים

(אפשר קענט איר צולייגן א בילד - איך האב אים שוין גאר לאנג נישט געזען - ער גייט נאך מיט די מצה שטריימל?)


עה, ס'פעלט... ר' מאטיל מיטן נייעם שטריימל איז שוין נישט ר' מאטל... ס'פעלט.

יידל » מיטוואך מאי 22, 2013 7:03 pm

· #116906
חזנים
קאווע טרינקער
מארנצען, אפשר אן אשכול אויף ר' לייב מינצבערג?

און אפשר אויף ר' יעקב חנון?

פארגלייכסט די צוויי?

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 22, 2013 7:13 pm

· #116908
שכוח יידל.
נישט געוואלט אליינס מעורר זיין משום חשש נגיעה.

זעהט זיך אויס אז דער חזן איז זיך טועה מיט עפעס א משולח וואס האט חזקה צו זינגען בך בטחו אין עפעס א ק"ק.

חזנים » דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:09 pm

· #117402
קאווע טרינקער
שכוח יידל.
נישט געוואלט אליינס מעורר זיין משום חשש נגיעה.

זעהט זיך אויס אז דער חזן איז זיך טועה מיט עפעס א משולח וואס האט חזקה צו זינגען בך בטחו אין עפעס א ק"ק.

ביי די וועי - ס'קען זיין אז מיין דעה איז אביסל קאנטעווירשאל
אבער איך מיין אז הרב מינצבערג פאקט איין הרב חנון סיי און ערענסקייט, און סיי און זיין באנעמונג מיט זיין קאלטע סאבראיעשע חברה...

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:34 pm

· #117433
לעיקוואד
מאראנצןזאפט


אבער לפי הבנתי טענה'ט ער נאר דאס אויף דעם היתכן אז מ'פרעגט אים בכלל אזא שאלה און נישט פאר רבי אשר אריאלי.

און ספאלט עם נישט איין אז טאקע אויף ר' אשר אריאלי איז דא דער זעלבער קשיא, און אפשר נאך שטערקער. ובפרט על פי חסידות (עי' הקדמות החוה"ל, מס"י, צוואת הריב"ש).


לעיקוואד, כ'האב נאכגעקוקט דעם מסילת ישרים ער בלייבט ביי די קשיא!
און בנוגע דעם חובת הלבבות איז דא ערגעץ א חתם סופר וואס ערגבערט זיך שטארק דערוועגן.

מאראנצןזאפט » מאנטאג יוני 10, 2013 4:55 pm

· #123724
שלום ושלוה השקט ובטח
איז אזוי .

דער איד וואס טאנצט דארט דעם מאדנעם מצוה טאנץ הייסט רבי אברהם חיים ראפאפארט, א איד א תלמיד חכם פון לאנדאן, אן איידעם ביי די רייכע בערגערס.

ער איז דער מחבר פונעם ספר מנוחת הנפש ב"ח, ארויסגעגעבן דורך חברה מנוחת אמת ואמונה - א קאמיש-טשיקאווער ספר מיט א געמיש פון ציטאטן, תורה'לעך, און אנעקדאטן, אין די טויזנטערס, באגלייט מיט שטותים און מיסטישע זאכן, וויאזוי צו דינען דעם אויבערשטן מיט א רואיגקייט אן קיין לחץ און פרעשור.

ס'איז זייער א דיפרענט ספר מחמת כמה וכמה טעמים. צום ביישפיל: ער ברענגט אן א שיעור הוראות און געדאנקען פון רבותינו שבדור האחרון א שטייגער ווי הרה"ק מסקולען שליט"א, ר' איציקל מראחמיסטריווקא, ר' הערשלע מספינקא, ר' יאנקעלע, רבי יודעלע, און נאך. באגלייט מיט אמרות פון ר' מענדל פוטערפאס וכו'.

ער האט אפשר הונדערט צאמגעשטעלטע זאכן אויף יעדן בלאט און אלעס דארף פיטן זיין קריטעריע נישט צו לייגן קיין פרעשור ווען ס'קומט צו עבדות ה'. ער קען למשל נעמען א בריוו פונעם חזו"א וואס שרייבט 'הט לבך אל השמחה תמיד' און מדייק זיין אז 'הט' איז א לשון פון נטי' נישט בכפיי' ווייל געצוויגענערהייט וועט עס צוריק שפרינגען. אזוי האט ער צענדליגער זאכן וואס ער לערנט אפ לויט זיין געשמאק און אינטערעסע און ס'איז גאנץ בא'טעמ'ט מיטצוהאלטן ווי ער ספינט ארום.

דף קי"ז איז דער אינטערעסאנטסטער. ער ברענגט דארט בשם איך געדענק נישט וועם שע"י עשיית פייג לעצמו היינו אגדול בין שני אצבעות יכול לחזוק בפרישקייט, און בשם הרה"ק מקארעץ אז לפעמים כדי לסדר המחשבות יגביה היארמילקע ויניחנו ג' פעמים, און אין איינגערינגלט, וקבלתי, איך געדענק נישט דעם לשון אבער, אז ווען מ'לייגט אראפ דעם קאפל זאל מען עס לאזן פאלן אויפ'ן קאפ, היינו בזריקה...

גראדע האב איך דארט געטראפן א דבר נחוץ פאר חכמי קאווע ער ברענגט אז ווען ר' איציקל מרחמיסטריווקא (הערסט לעיקוואד 😂 ) איז אריין זיך געזעגענען פונעם בעלזער רב זי"ע אלס בחור האט ער אים געזאגט שירדה חולשה לעולם אז מענטשן קענען נישט סובל זיין ווען מ'איז מבטל דבריהם און מ'דארף דערין זיין זהיר. חכמים הזהרו בדבריכם מ'קען אמאל מצער זיין א חבר דא.

אינטערעסאנטע זאכן וואס ער ברענגט: אז ר' יידעלע איז אמאל אריין צום חזון איש ליל בדיקת חמץ מיט נאך צוויי יונגעלייט און געזאגט: רבי די יונגעלייט ווילן וויסן וויאזוי מ'איז מבטל דעם חמץ. דער חזו"א האט הנאה געהאט פון דער פראגע און געענטפערט, נע, בביטול בעלמא סגי. פארשטייט זיך אז אזא מעשה איז פאר אים סחורה ווי גאלד.

ער לייגט צו אז אמאל האט ר' יודלע שפאצירט און באגעגנט א רואיג'ער מענטש האט ער געזאגט אויף אזא איינעם האט דער חזון איש געמיינט.

אויך ארבעט ער ארום מיט אזעלכע בחינות ווי אז מ'קען נישט לערנען זאל מען גיין אין מקוה, זאגן תהלים, טון טובות פאר מענטשן, אדער סתם זיצן מיט ישוב הדעת און קלאצן.

ער האט נאך א ספר בכתובים געבויעט אויף די גמ' וואס גיט צוויי עצות וויאזוי ארויסצוגיין באדערפענישן ווען ס'גייט נישט. האט ער א גאנצן חיבור אויף דער נושא וואס זיין פרוי לאזט אים נישט דרוקן ווילאנג ער מאכט נישט חתונה אלע זיינע קינדער.

כ'האב אמאל געזען א סטענסיל דערפון. צוויי עצות געדענק איך און כ'על עס איבערגעבן דא בשער בת רבים משום אל תמנע טוב: מ'זאל טראכטן וויפיל ס'קומט אויס 333x333 און נאך אזעלכע חשבונות. אדער זאל מען נעמען א טישו פאפיר און דאס אביסל נאס מאכן עס זאל קלעבן צו דער וואנט און אנצייכענען מיט א פעדער א פינטל און שטארק קוקן אויף דעם פינטל.

ער איז טאקע א רואיגער איד אויסער ווען ער איז נערוועז פארשטייט זיך. ער דאווענט גאר שפעט, און זאגט א שיעור אין ס' מנחת חינוך.

לעיקוואד » מאנטאג יוני 10, 2013 7:37 pm

· #123759
מאראנצןזאפט

גראדע האב איך דארט געטראפן א דבר נחוץ פאר חכמי קאווע ער ברענגט אז ווען ר' איציקל מרחמיסטריווקא (הערסט לעיקוואד 😂 ) איז אריין זיך געזעגענען פונעם בעלזער רב זי"ע אלס בחור האט ער אים געזאגט שירדה חולשה לעולם אז מענטשן קענען נישט סובל זיין ווען מ'איז מבטל דבריהם און מ'דארף דערין זיין זהיר. חכמים הזהרו בדבריכם מ'קען אמאל מצער זיין א חבר דא.

דער ווארט האב איך געהערט בתוספת אז ער האט געזאגט אז אפילו מיט א תנועה פון ביטול קען א מענטש האבען חלישות הדעת. הר"ר מיילעך בידערמאן האב איך געהערט אן א שיעור מאל חזר'ן די מעשה.

אגב, ווער עס קען ראחמיסטריווקער רבי זז"ג ווייסט אז ער איז טאקע מקיים די הדרכה. ברם, מצד שני, איז דאס ווייט פון וואס ער טראכט, ער שמייכעלט אזוי צו יעדער און מאכט קיינער נישט אוועק, בשעת בפועל אין זיין השקפה און מהלך המחשבה איז ער גאר ווייט פון ליבעראל און מ'קען עם אנרופען היבש פאנאטיש חאניאקיש און שוואנצאניש. איך בין נישט זיכער אז דער סארט אחד בפה ואחד בלב איז אזא גוטע זאך, עס האט אין זיך א געוויסע צביעות וואס איך גלייך שטארק נישט. ווי אויך ברענגט עס געוויסע נזקים בפועל ואכמ"ל. [ווער עס קען ראחמיסטריווקא ווייסט וואס איך מיין.] ובדבר זה הנני קרוב יותר להיות מתלמידי הרה"ק מקאצק ז"ל, וכמבואר במקומות אחרים. אויך ר' מאטל שיחי' פירט זיך נישט פונקט אזוי [הגם שיל"ע וויפיל ער איז גערעכט].

אלנפאלס, אוודאי טאר מען נישט מזלזל זיין אדער אוועקמאכען קיינער אלץ מענטש, און דאס איז גאר וויכטיג. איך בין ממש נישט מזלזל נישט אין קיינער פון די חברים שרייבערס דא און נישט בכלל אין קיין שום בריה. אבער דאס מיינט נישט אז איך מוז ליידען אלע שטותים וואס זיי שרייבען 😉 . בכלל, קאווע שטיבל איז נישט ראחמיסטרייקוא רבי'ס קוויטעל שטוב, עס איז דירעקט א פלאץ ווי מקומ'ט זיך דורכשמועסען און דווקא על מנת כן אז עס זאל זיין א מקום פאר פארשידענארטיגע דעות און מיינונגען, און כדרכה של תורה איז אמאל רעדט מען שארפער וכדו' און ממאכט אוועק אנדערע דעות אדער צדדים, דאס איז אבער אלץ לגופו של ענין, לגופו של שרייבער כבר מסרתי מודעה אז איך האב ליב יעדער איינער דא אייניג און איך וואלט געלאדענט יעדער איינער פון די חברי הקאווע שטיבל עקסטער צו מיר אויף א גלעזל שנאפס און א גוט ווארט.

אביגדור » מאנטאג יוני 10, 2013 7:50 pm

· #123760
יישר כח.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 8:11 pm

· #123766
@מאראנצן האט מיר דערמאנט פון דעם ספר. אייך זאך געדענק איך פון דארט, אז ר' יודל'ע האט געזאגט אז נאך WWII "ירדה נערוועזקייט לעולם".

יעצט אז דו זאגסט אז דער מחבר האט געלט און דאווענט שפעט, ווייס איך שוין וואס צו טוהן כדי צו זיין מער רוהיג..

מאראנצןזאפט » מאנטאג יוני 10, 2013 8:26 pm

· #123774
לעיקוואד האסט מיך נישט פארשטאנען.
איך האב דיך דערמאנט בלויז ווייל כ'האב מיך פארגעשטעלט וועסט הנאה האבן פון א ווארט פון רבי חי יצחק, עס איז מיר נישט איינגעפאלן דיר צו קריטיקירן און דאס ווארט איז נישט געווען געצילט קעגן דיר.
בכלל קלער איך אז ווער ס'דרייט זיך דא גענוג לאנג ווערט נישט פון דיר באליידיגט וויסנדיג אז ס'איז בלויז דברי חכמים כדרבונות און באמת זענט איר א זשענטלמאן מיט א כאריזמאטישער שמייכל אויפ'ן געזיכט און א זעץ אויף דער פלייצע צו אלעמען.
אלענפאלס האב איך פארדינט פון מיין פארנאכלעסיגקייט און דיין גרייז אז מיר האבן ערהאלטן נאך א הערליכער תגובה פון לעיקוואד.

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 10, 2013 11:27 pm

· #123826
ע' פנים למאראנצן, איך האב פארשטאנען אז דו מיינסט לעיקוואד'ס אראפשלעפן דעם רב ז"ל למטה מעשרה.

לעיקוואד » זונטאג יולי 28, 2013 6:20 am

· #136693
פונקט האב איך זיך אנגעטראפען לעצטנס אין יוטוב מיט אפאר קליפס ווי ר' מוטל פראוועט ברענג איך עס אהער דא לטובת הציבור ולתפארת האשכול.

שושן פורים תשס"ט

פורים תשע"א

פורים תשע"ב

פורים תשע"ג


סוכות תשע"ב

סוכות תשע"ג


שלש סעודות


הכנסת ספר תורה

גוטע פינטעלך » זונטאג יולי 28, 2013 5:40 pm

· #136804
מאראנצןזאפט

4. הרב קלוגער.

ער איז שטארק ברסלב געשטימט, אבער מישט אויך מיט חב"ד.

ער איז א בעל כשרון און זאגט שיינע מאמרים.

ער איז בעיקר באקאנט צוליב די התנגדות אויף אים. היות ער קומט פון קלויזנבורג איז פון דארט דא א שטארקע התנגדות ווייל ער פארכאפט היימישע.
אויך בעלזא האט אים גערודפ'ט ווייל ער האט מיטגענומען אפאר יונגעלייט קיין אומאן.

ווי באקאנט זאגט ער נישט ונתנה תוקף אויב די צייט ערלויבט נישט, וואס איך זע נישט פאר אזא גרויסע עבירה, ולא גרע מפסוקי דזמרה שנתקנו ע"י אנשכה"ג.

עס איז ארויסגעקומען א ספר אמת מארץ תצמח פון א פרענק פון מאנרא וואס מישט קנאות מיט קבלה, און ער פירט א מערכה קעגן אים מיט דער אינדארסמענט פון רבי מנשה פילאפ.

למעשה איז דא אסאך מבקשים וואס האבן דארט געטראפן זייער פיינעל דעסטינעישאן. זעט אויס אז ס'דא עפעס דערין.


איך האב געהערט אז הרב קלוגר האט געפראוועט א שיינעם שבת נחמו אין 'קרית יואל' בקרב חסידיו ומעריציו ושומעי לקחו, און אזוי ווי אלע מאל ווען ער קומט איז ער געגאנגען באזוכען האדמו"ר מסאטמאר מקר"י, וואס ער טוט דאס במכוון צו ווייזען אז ער איז נישט קיין סתירה אדער מתנגד צו זיין רביסטווע, און אזוי אויך זאגט ער שטענדיג פאר זיינע חסידים אז מען קען ווייטער בלייבען חסידים פון קר"י רבי'ן. אדער דאס יאר ביים באזוך איז פארגעקומען אן אינטערסאנטער זאך, האדמו"ר מסאטמאר פרעגט הרב קלוגר צו ער מעג עם עפעס בעטען, פארשטייך זיך דער ענטפער איז יא, זאגט ער אים (בערך) "איך בעט אייך קומט'ס מער נישט דא אין שטעטעל און אין די גלילות ארום".

והיה לפלא באזני כל שומעיו. און קען שוין קוים ווארטען אז עס זאל ארויסקומען די שיחות קודש פון יענע שמוס...

לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 6:07 pm

· #136808
צודרייטע גאץ.

DotCom » זונטאג יולי 28, 2013 6:09 pm

· #136809
ואני שמעתי אנאנדער גירסא פון די מעשה, אז הרב קלוגער האט געפרעגט מהר"א רשות צו ער מעג קומען אויף שבת האט ער אים גענטפערט "נישט אויף שבת און נישט אין תחום שבת!"
מען זאגט אויך אז דער גבאי פישער איז פונקט אויף וועקעישן...

גוטע פינטעלך » זונטאג יולי 28, 2013 6:22 pm

· #136812
נו למעשה איז ער דאך יא געווען, האט ער עובר געווען אויף דברי מהר"א אויף וואס ער האט אזויפיל געזאגט (איינגערעדט) אז ער האט 'ביטול' פאר עם?

DotCom » זונטאג יולי 28, 2013 8:56 pm

· #136857
גוטע פינטעלך
נו למעשה איז ער דאך יא געווען, האט ער עובר געווען אויף דברי מהר"א אויף וואס ער האט אזויפיל געזאגט (איינגערעדט) אז ער האט 'ביטול' פאר עם?


אויך האט ער - רב קלוגער - אמאל געזאגט אז ער 'האט געשפירט די קדושה' בבית מהר"א,.... נו אויף דעם זאגט שוין דער פסוק אל תאמין בעצמך עד יום מותך שהרי ר'י כה"ג...

יאיר » זונטאג יולי 28, 2013 9:19 pm

· #136864
<a class="postlink" href="http://kavvanah.wordpress.com/2013/07/28/the-new-haredi-hasidism-zilberstein-erlanger-morgenstern-kluger-and-schwartz/">http://kavvanah.wordpress.com/2013/07/2 ... -schwartz/</a>

גוטע פינטעלך » דינסטאג יולי 30, 2013 5:36 pm

· #137324
שוין אויפגעפיקט ביי די חרדישע פרעסע:

בהוראת האדמו"ר: המשפיע הברסלבי גורש מקרית יואל
משפיע מחסידות ברסלב שביקש לשבות ב'קרית יואל' התבקש על ידי האדמו"ר להסתלק מהמקום • "דרכה של ברסלב אינה מתאימה לנו" • האם האדמו"ר חושש מזליגת צעירים לברסלב?

הלם בקרב חסידי המשפיע הברסלבי הרב אברהם צבי קלוגר, לאחר שהאדמו"ר מסאטמר גירש אותו מקרית יואל.

הרב קלוגר, בן למשפחת חסידי צאנז, התקרב לתורת ברסלב והיה לתלמיד הרב ניסן דוד קיוואק. במקביל העמיק את ידיעותיו בקבלה, בתורת חב"ד ובספרי חסידות נוספים. לאחר תקופה מסויימת, החל למסור שיחות בסעודה שלישית בבית הכנסת ברסלב בבית שמש. לפני קרוב לעשור פתח בית מדרש וכולל בבית שמש בשם נזר ישראל.

לקראת ראש השנה נוסע קלוגר עם חסידיו לאומן ומקיים שם מניין עצמאי.

הרב קלוגר, העושה בימים אלו בביקור בארה"ב, תכנן לשבות בקרית יואל שבמונורו. כנהוג, הוא הגיע לבית האדמו"ר מסאטמר המשמש גם כרב העיר וביקש את רשותו לערוך תפילותיו ולמסור שיעוריו בעיר, במהלך שהותו.

אולם הוא לא ציפה להתנגדות חריפה ונחרצת כמו זו שהשמיע באוזניו, האדמו"ר. "אני יודע שאתה אמנם יהודי ירא שמים, כוונתך לטובה ואתה עושה מעשים טובים", אמר האדמו"ר, "אולם זה לא נועד עבורנו. אני מבקש ממך, שלא תגיע לקרית יואל, ואף לא בתחום השבת שלנו. אנו נשארים ידידים טובים, אבל אין מקום לשביתתך אצלנו".

מקורבים לבית האדמו"ר מבהירים, כי "דרך ברסלב בה צועד הרב קלוגר, איננה עולה בקנה אחד עם הערכים של סאטמר. התיזה האומרת, שכביכול 'הקב"ה אוהב אותך ועצם העובדה שאתה מניח תפילין למשל, גדולה וחשובה לאין ערוך, גם אם בתחומים אחרים, ירדת לדיוטה התחתונה', לא מקובלת אצלנו. ישנם רבים, הסבורים כי הם יכולים לעשות ככל העולה על רוחם, בחסות תורת ברסלב כביכול, נוסעים לאומן מעת לעת ודי בזה".

ככל הנראה גם חוששים בסאטמר מזליגת צעירים לקהילת ברסלב.

www.bhol.co.il/article.aspx?id=57420

נאר,,פרייליך » מיטוואך יולי 31, 2013 10:34 pm

· #137633
נאדער די מכתב חיזוק פין רב קלוגער צי זיינע נאכפאלגער נאכען פארשיקונג פון קר''י
ער איז מרמז אינעם מכתב אז ער פאדערט נישט יעדן צו בלייבען ביי אים און ווער ס'שפירט אז ער קען מער נישט מיז נישט בלייבען

<a class="postlink" href="http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=6268">http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=6268</a>
זעהט אויס מ'האט אים היבש צוגעפאכעט

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:48 am

· #137666
נאר,,פרייליך

זעהט אויס מ'האט אים היבש צוגעפאכעט


קלוגער איז "צוגעפאכעט".
קלויזנבורג איז "צוגעפאכעט".
בעלזא איז "צוגעפאכעט".
די עירוב איז "צוגעפאכעט".
חב"ד איז "צוגעפאכעט".
מוישי'ס רעסטוראנט איז "צוגעפאכעט".
בני יואל זענען "צוגעפאכעט".

אפשר ביסטו מיר מסביר פונקטלעך וואס מיינט "צוגעפאכעט"? וואו פיקט מען בכלל אויף אזא מין פראסטע שפראך? אילו רק בצימעס כתבתיו, החרשתי. דא אבער עקל איך מיר נישט צוריק צו שרייבן.

הרב קלוגער איז א איד א משפיע פון הונדערטער אידן, ערליכע, אמת'ע פיינע אידן ומשפחתם. ער איז ממשיך פאר זיי די דרך הבעל שם טוב כפי הנמסר לנו ע"י הבעל התניא, ורבי נחמן מברסלב ותלמידיהם. אויב עס געפעלט דיר נישט זיין דרך מיסטו נישט מקבל זיין. אבער פון וואו נעמט זיך די קרידענטשילס צו ווערן א "צופאכערער"? וועלכע תורה (אדער קוראן אפשר?) האט אונז אויסגעלערנט ווי אזוי מען "צופאכעט" איינעם? אין תנ"ך ווערט בכלל נישט דערמאנט אזא ווארט און אין ש"ס אויך נישט. דאכצעך אז אין על הגאולה און אין ויואל משה ווי אויך אין ברך משה וועסטו נישט טרעפן קיין שום רמז ומליצה איבער עפעס א "צופאכענונג" בתולדות עם ישראל. חידושי מהר"א ט"ב האב איך נאך נישט אדורך געלערנט, אולי דארט האסטו אויפגעפיקט דעם פארגרעבטע טערמין? איז דאס דיין געהעריגע וועג פון גרעבעצן? דו רעדסט אזוי אויך צו דיין ווייב אין קינדער? Grow up!

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 10:03 am

· #137737
הוגה גאנץ רעכט געזאגט איבערן ענין פון פאכענען, אבער מאך נישט דעם הרב קלוגער פאר אזא תמימותדיגן משפיע פאר תמימותדגיע אינגעלייט..

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:03 am

· #148767
מאראנצןזאפט
2. רבי יצחק מאיר מארגענשטערן.

מיט אים האבן מיר זיך באקענט פון א קליפ וואס רופט זיך 'א שבת אין מעזיבוז'. דארט זעט מען א פראווען א מוצאי שבת מיט גדולי החסידים א שטייגער ווי רבי מרדכי בן דוד און דזעי דזשעי פריעד.

ער איז א איד א תלמיד חכם וואס שרייבט אויך אין נגלה. אין מאחורי האט לעיקוואד ארויפגעלייגט עטליכע ספרים זיינע, איך האב דארט געטראפן שיינע זאכן, און א מבהיל'דיגע בקיאות וואס מאכט שטוינען.

למעשה איז ער בעיקר א מקובל און גיט זיך אפ מיט די עבודה פון מייחד זיין יחודים און הויכע ענינים שכבשן רחמנא ולאו כל מוחא סובל דא. ער קען מסביר זיין אז ביים עסן די פיש האט ער געזען אן אות יו"ד אזוי גרויס ווי דער גאנצער וועלט, און ער איז אין איר אריינגעקראכן. איר פארשטייט נישט? איך אויך נישט.

ער איז מקרב יעדן איד ממש ווי דער באדיטשובער, און ס'דרייען זיך טאקע ביי אים אסאך משוגעים, איינעם קען איך א בחור נעבעך וואס דרוקט קונטרסים מיט כונות וואס מ'זאל אינזין האבן ביים עסן טשאקאלאד.

ער פלעגט יארן פארן קיין אומאן מיט גדולי החסידים הנ"ל און נאך אזעלכע. ראש השנה פלעגט מען זיך שטעלן ביים נץ און ענדיגן ביינאכט. מוסף אליין האט געקענט נעמען 8 שעה. למעשה לעצטנס איז ער געווארן דוד המלך'ס חסיד און זיצט דארט אפ טאג און נאכט, אריינגערעכנט ראש השנה.

ווי וואלט דער רבי געזאגט? אע"פ שאני בפשטות גדול, חידוש כמוני לא היתה...

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:19 am

· #148808
איז דאס ליצנות?

לעיקוואד » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:12 am

· #148812
שמעקעדיג
איז דאס ליצנות?

אין זה ליצנות ח"ו כ"א בסוד צחוק הלוייתן ואז ימלא שחוק פינו וזה בחינת איסור לשון הרע שלא לדבר רע אלא שיהיה וגילו ברעדה שבמקום צחוק הכי מצחיק נשאר היראה הכי נוראה כידוע שיצחק הוא בחינת יראה.
בקיצור, מ'דארף קענען די הלוך ילך דארט צו פארשטיין וויאזוי דארט גייט אן ליצנות מיט דערהויבענקייט בחדא מחתא, און וויאזוי מ'איז מבטל די קליפה פון לשון הרע כידוע בכוונת התקיעות שסדר אחד לבטל קלי' דלשוה"ר מיט זינגען די ניגון פון די קינדער נישא רעדן לשון הרע ובזה משתיקין כל הקליפות שאינם עומדים בפני ניגוני הילדים והכל באימה וביראה ובשחוק גדול.

נאר,,פרייליך » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:03 am

· #148845
הוגה
נאר,,פרייליך

זעהט אויס מ'האט אים היבש צוגעפאכעט


קלוגער איז "צוגעפאכעט".
קלויזנבורג איז "צוגעפאכעט".
בעלזא איז "צוגעפאכעט".
די עירוב איז "צוגעפאכעט".
חב"ד איז "צוגעפאכעט".
מוישי'ס רעסטוראנט איז "צוגעפאכעט".
בני יואל זענען "צוגעפאכעט".

אפשר ביסטו מיר מסביר פונקטלעך וואס מיינט "צוגעפאכעט"? וואו פיקט מען בכלל אויף אזא מין פראסטע שפראך? אילו רק בצימעס כתבתיו, החרשתי. דא אבער עקל איך מיר נישט צוריק צו שרייבן.

הרב קלוגער איז א איד א משפיע פון הונדערטער אידן, ערליכע, אמת'ע פיינע אידן ומשפחתם. ער איז ממשיך פאר זיי די דרך הבעל שם טוב כפי הנמסר לנו ע"י הבעל התניא, ורבי נחמן מברסלב ותלמידיהם. אויב עס געפעלט דיר נישט זיין דרך מיסטו נישט מקבל זיין. אבער פון וואו נעמט זיך די קרידענטשילס צו ווערן א "צופאכערער"? וועלכע תורה (אדער קוראן אפשר?) האט אונז אויסגעלערנט ווי אזוי מען "צופאכעט" איינעם? אין תנ"ך ווערט בכלל נישט דערמאנט אזא ווארט און אין ש"ס אויך נישט. דאכצעך אז אין על הגאולה און אין ויואל משה ווי אויך אין ברך משה וועסטו נישט טרעפן קיין שום רמז ומליצה איבער עפעס א "צופאכענונג" בתולדות עם ישראל. חידושי מהר"א ט"ב האב איך נאך נישט אדורך געלערנט, אולי דארט האסטו אויפגעפיקט דעם פארגרעבטע טערמין? איז דאס דיין געהעריגע וועג פון גרעבעצן? דו רעדסט אזוי אויך צו דיין ווייב אין קינדער? Grow up!


אולי בנוגע שרייבען אין ספרים כגון ויואל משה על הגאולה ברך משה חדושי מהר''א

איז טאקע ניש פאסיג צוצופאכענען מענטשען און כ'בין חוזר פון מיינע דבורי הבל בנוגע צוצופאכענען מענטשען אין א ספר דרוקסארט

אבער דא אין ק''ש ווי היבש אסאך צולאזען זיך מער ווי אלגעמיינע מחברי ספרים שרייבען אין זייערע חבורים, ולאו דוקא אין צימעס נאר דא אין די רואיגע געטרינקעכץ זעהסטו היבש ארויס מגדר מחברי חבורים

האב איך מיר ערלויבט זיך צו באניצען מיט א שארפער אויסדרוק בנוגע א פירער וואס האט שוין פילע אידישע משפחות אומגליקליך געמאכט וואס דאס איז אייגענטליך די סיבה פארוואס אדמו''ר מהר''א האט אים זוי שארף צוגעפאכעט

וואס ער וואלט ניש געטון פאר סתם א ממשיך פון די קדושי תלמידי בעש''ט, ליידער האב איך פילע באקאנטע פון פארשידענע שיכטען און קרייזען וואס זענען נעבעך פאריקט געווארען מיט זיינע הדרכות וואס דאס האט מיר געפירט צו שרייבען דא אין ק''ש וואס אנדערע מחברי ספרים וואלטען עס שענער איינגעוויקעלט אין זייערע חבורים בלשון רכה

יושב אהל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:39 pm

· #150709
אז לעיקוואד האט געברענגט עטליכע שיינע קליפס פון ר' מאטל און איך האב לעצטנס באגעגנט אן אינטערעסאנטער קליפ פון הושענא רבה, ברענג איך עס יעצט לכבוד סוכות.

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:51 pm

· #152177
לעמאן דזשוס
ר׳ מיילעך בידערמאן למשל מחמת חוסר פנאי כרגע אקצר.

שרייבסט ער דאווענט אפ אפאר דפים גמרא טעגליך...בעת, ער איז א שטארקע לערנער און מלא על כל גדותיו מיט ראשונים אין יעדן הינזיכט. שיסט מראי מקומות פון ש״ס ופוסקים תמיד!

שרייבסט, ער זאגט תורהלעך פון גליונות און שבת בלעטלעך....ווייטער, סתם הוילע פוסטעניש. אויב האסטו אים שוין אמאל געהערט ווייסטו אז ער גיסט בשפע קודש פון זיין אייביגן קוואל.

נאך שרייבסטו וועגן זיין ארץ ישראל וועגן איסור יציאה.....סתם אבי געזונט...ועוד ועוד.

און איך בין נישט זיין פאלאוער. כאב אים בלויז געהערט אמאל דא דארט...

לעיקוואד
האסט אמאל גערעדט מיט עם אין לערנען? אדער געזעהן ווי ער לערנט? איך יא. ער שיסט טאקע מראי מקומות, און בכלל האט ער אזא סטייל פון 'שיסען' וואס מאכט עס אויסזעהן כאילו סאיז עפעס מעכטיג, בשעת סאיז על פי רוב פשוט איבערגעקייטע זאכען, און גאנץ וייניג לפי ערך.

ער גיסט בשפע קודש, אבער רוב מקורות זיינע איז נישט פון ערנסט אדער גרונטליך לערנען ספרים, חסידישע אדער אדערווייז, נאר ענדערש פון מקורות פון ליקוט אריינגערעכנט בלעטלעך און צייטונגען. ובעיני ראיתי. די דרגה פון עומק זיינע איז זיכער נישט מער ווי די תורות אין יוד.

האסטו אן אהנונג וויפיל בקיאות מקען שיסען נאר פון דורכליינען די תורות אין המודיע או עלים לתרופה יעדער וואך, און דערנאך זיי איבערזאגען (בערך פינף הונדרעט מאל די זעלבע תורה אין א וואך), מיט די סארט פייער מיט וואס ר' מיילעך איז געבענטשט געווארען פון זיין מאמע'ס בלוט?

לגבי איסור יציאה, אזוי האב איך געהערט בשעת איך האב זיך געדרייט ארום עם, אויב האסטו אנדערע מקורות וואס זאגען אנדערש שיהיה.

איך בין אביסעל מגזים, איך נוץ אביסעל ליטערישע כלים און מטאופורן ארויסצוברענגען מיין התרשמות. איך שרייב נישט קיין סייענטיפיק אפשאצונג.

איך האב אריינגעבליקט לעצטענס אין איינע פון זיינע קונטריסים ,דער מישט שרעקליך סיי פון איין גזע צום צווייטען און סיי בתוך הגזע פון טאטען צום זוהן וכדומה. וואס ווידערהאלט מיין לאנגיעריגע באהויפטונג אז א זייפן/אינו מדייק איז גארנישט מער נאמן ווען ער שרייבט 'מקורות' ווייל ממנפ"ש איז ער א נאמן איז גוט אן דעם איז ער נישט דאן העלפן די 'מקורות' גארנישט ווייל מען קען זיי גרינג מזייף זיין//אויסדרייען/פארמישן.

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 4:37 am

· #154847
יעצט געטראפן אין די ארכיוון, האב איך עס טאקע גלייך מעלה געווען לתקן תיקונים ולחזק חיזוקים.

היימישער ליטוואק » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:54 pm

· #165108
[איש יהודי על שמו נקרא
איך האב אויך איבער די יארן אנגעקניפט א קשר מיט דער רב פון מגדל עמק, רבי יצחק דוד גראסמאן, פון די גרעסטע משפיעים בדורינו. א געניטע פאנד רעיזער, און א לב רחום וחנון. ער איז אויך ווערד א אפשאצונג.


הרב יצחק דוד גרוסמן רבה של מגדל העמק, צעד רגלית לתפילת מעריב בשכונת נוף העמק במגדל העמק, בדרכו עבר ליד קיוסק שבו ישבו עשרות צעירים מרותקים למסך בעת משחק כדורגל. הרב גרוסמן נכנס והתיישב איתם לשיחה, צפו מה קורה כשיש 'גול'. אקיצור, ער קוקט אויף טעלוויזון און איז מקרב אידן דא

מאראנצןזאפט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 5:45 pm

· #166168
זאגט מיר איינער אז רבי מאטל איז אין מיימאנעדיס שפיטאל מיט א מיחוש.
דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר רבי מרדכי מנשה בן בילא, בתוך שאר חולי ישראל.
ווי אויך גלויב איך זענען אלע טישן און שמועסן אפגערופן.

ארפכשד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 5:59 pm

· #166170
מאראנצןזאפט
זאגט מיר איינער אז רבי מאטל איז אין מיימאנעדיס שפיטאל מיט א מיחוש.
דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר רבי מרדכי מנשה בן בילא, בתוך שאר חולי ישראל.
ווי אויך גלויב איך זענען אלע טישן און שמועסן אפגערופן.


פונקט מיימאנידעס? די קלאז'ער חסידים קענען פון דעם נישט זיין צופרידן.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 17, 2014 12:43 am

· #190869
פורים תשע"ד ביי ר' מאטל
מיינע געדאנקן נאכן אנטייל נעמען ביים יערליכן משוגא/פאני/שיכור קאנטעסט אינעם סטיטשינער הויף.

אודה ולא אבוש, אז איך בין באמת געווען אויפן וועג צום פיפציגער סטיטשינער, אבער רגלי מוליכות מוליכות ומליכות אותי נאך א שטאק און נאך א שטאק ארויף אויפן העכסטן שטאק פון בית רחל.

קודם האב איך מיר גלייך געפילט דארט זייער באקוועם, היות 60 פראצענט פונעם עולם איז רויט האריג. איך ווייס נישט פארוואס ס'איז אזוי, אפשר פון וויין... יעדער איז געווען אויפן טיש ביז א ווילדער אינגערמאן (א חידוש אין סטוטשין?) האט אראפגעפארסקעט שטריימעל, היט, און גלעזער פון טיש. אחר הדברים האלה כשוך חמת ה'אינגערמאן, האט מען געברענגט א נגיד (אויסגעזעהן) צום טאנצן מיט'ן רעבין. די רבי האט געלייגט זיין הענט אויף יענעמס פלייצע און דער נגיד צוריק. עד שבא ה'אינגערמאן און אראגענומען די האנט פונעם רעבין (אלץ דרך ארץ?). די רבי האט עס אבער נישט געלאזט, און צוריקגעלייגט יענעמ'ס האנט. (נייס)

פון די דברי תורה וואס כ'האב משיג געווען האט ער געזאגט אפאר שטיק: פורים איז אסתר'ס יו"ט אבער היות ס'שטייט להיות כל איש שרר בביתו האט זי געמאכט שושן פורים א יו"ט פאר מרדכי. (איך צו צוריק, איך פארשטיי נישט). נאך: אסתר האט נישט גענוג געדאווענט, מרדכי האט איר געדארפט שטופען. די סיבה איז, וויבאלד אסתר האט געהאלטן אירע תפילות, פאר נאך די נס, להודות ולהלל. לפי"ז איז ידוע אז משיח קומט נישט ווייל די באשעפער וויל אונזערע תפילות, אבער אויב אסתר האט תפילות פאר נאך'ן גאולה קען שוין משיח קומען.

שיער פארגעסן, די נגיד האט געקושט די רעבינ'ס האנט, די רבי האט אים צוריקגעגעבן אויפן שטערן. דערנאך האט ער געבעטן א פראסק פונעם רעבין כמנהג למעלה בקודש. די רבי האט אים בתשואת חן געגעבן צוויי.

די מוזיק און טאנצן איז געווען געוואלדיג, איך האב זייער געוואלט טרינקען צו פילן די שמחה. אבער די שטעכעדיגע שליסלען אין מיין לינקע טאש, האט מיר געהאלטן און איין זאגן ניין.

חכם עתיק » דינסטאג מאי 20, 2014 5:17 pm

· #201393
א מירו'נער זאגט מיר היינט אז רעב מיילעך בידערמאן האט געהאט א 2 אלפים ביי זיין שבת ביינאכט צוזאמקום אין מירו.

קען עס איינער באשטעטיגען?

דוכט זיך אז דאס איז שוין זיין העכסטן פיק. פון דא און ווייטער וועט ער שוין גיין אראפ..

כוכב » מאנטאג יאנואר 12, 2015 9:19 am

· #247519
ק\פ
בס"ד

קודם כל אני שמח לשמוע שאתה לא מהקבוצה שמגיע לבלות את השבת עם הקבוצה המשונה שמגיע השבת הזאת, שחוץ מזה שזה בושה גדולה לנו, אבל אליבא דאמת אין לזה שום שייכות עם כוונה רצינית או מין התעלות ממשית, רק א עכטע פאברענג אן די ווייב און נאך ביי רבי שמעון...

אתה צריך להבין ר' מיילעך בידערמאן טוב לשני סוגי אנשים או מגידים ובעלי דרשנים שרוצים לדלות מבארו המלא פנינים ואמרות יקרת, [אשר בלי שום ספק שהוא חידוש גדול בזה, ואפילו כשהוא חוזר מאות פעמים על אותן בדיחות וסיפורים של דער בער מיט דעם לייב מיט יענער אראבער וכדומה, אבל אין ביהמ"ד בלא חידוש],

או מגיעים אליו אשכנעזישע חצאי בעלי תשובה שרוצים קצת טערעפי על המח, ואותם כבר רק משעשע רק מי שרוקד על השולחן מלא בחבית שכר וזורק מנעליו ומעיף כובעים, וכמובן שאם שומעים עוד באמצע סיפור מרבי מאטיל סלאנימער זה כבר משהו ענק, והוא מסביר שלא צריך כלום ואפילו דו ביזט גארנישט, דו שטינקסט, דו סראחעסט, אבער דער אייבישטער האט דיר ליב אזוי ווי דו האסט ליב דיין קינד אפילו ער האט געמאכט אין פעמפער, און דער עיקר איז די פינטעלע אמונה אין הארעעעעעעעעץ, אבל זה באמת לא מחייב שום דבר, הנהירה והסחף אליו הוא מאותה סיבה שכל הבעלי עבירות והבעלי תשובות מתחברים דייקא לברסלב ולחב"ד, כי שניהם אין מחייב שום דבר, אתה יכול להסתובב עם האייפאן ולזלול מאכלים בלי הכשר באמצע דיזנגאוף ולהיקרא חבדני"ק, ואתה יכול לשלא ללמוד חודשיים ולהסתובב עם קדירה על הראש ונעלי קראק"ס על ווייסע זאקן מיט א רויטע קאפל ולצחוק כגלי הים, ולהגיד שאתה מחובר לרבינו נחמן ועובד על שמחה.

ה"ה כן כל הר' מיילעך בידערמאן, הכל ריגושים של שטויות, ועל כן אין כאן בארץ ישראל בני עליה או אברכים עובדי ה' מאף חצר שבעולם שמסתובבים אצלו רק או מגידים וסקרנים, או אנשים שאינם שבעים וממלאים בטנם בדברים של ממש, ואינם נהנים מלהיות נארמאל.

אבל לבני אמעריקא זה ממש מוציא מיט האניג, כי שם יש תאווה גדולה להנות מטל השמים ומשמני הארץ יחדיו כרוכים מן השמים, לחטוא ולשוב בתשובה בכפיפה אחת, ורק ע"י שניהם ביחד הוא מרגיש את גודל התענוג בזה שהוא חי, די אידן וואס לערנען א בלעטל גמרא אבער מיט א גלעזל ווייסע הייניקען ביר, לערנען א שיעור גמרא אויפן וועג צום ביטש, שבועות זינגען די פלאנטשע אהבה רבה דייקא מיט לאנגע רצועות של בשר ולשונות בחרדל, זיי קומען צו הרב עפגי'ן פון ראש העין אויף יום כיפור אין זינגען דעם רבינ'ס ונתנה תוקף, ראש השנה פארן קיין אומאן אבער דאווענען מיט א מנין וואס זאגט צוויי מאל 'יביא יביא' ביי בראש השנה יכתבון און עסן מיט אידן וואס שטעלן צו חריין צו די פיש, און לעם פלייש די צווייטע נאכט ראש השנה, פארן וויינען קיין ווילעדניק און שלאפן אין די גרויסע האטעל אין קיעוו, פארן קיין סיגעט און מאכן א ווידיא ווי אזוי זיי זענען זיך משתטח אויפן ציון צו קענען גראד שיקן פאר זיין יענטע אין מעי"ל, זיי ווילן באקומען אין וואטאצאפ די בכיות פון ר' יוסף חיים גריננואלד אין ראדעשיץ, און סקולענער רבי ביים אנגרייטן די קנויטלעך.

פאר די מענטשן מיין איך אז עס גייט גוט געלונגען דעם שבת, ווייל אזוי ווי עס שנייט אין מירון, איז די פלאן ווי פאלגענד:

מ'וועט פארן אויף שבת קיין נירוואנע נעבן ים המלח, מ'וועט אריבער ברענגען דארטן אין חצר רבי שמעון בר יוחאי מיט נפתלי פרידמאן מיט די בגדי לבן, און ר' מיילעך וועט דארט דרשענען און ווארפן די שטריימל, יואלי קליין וועט דארט זינגען אפילו בהסתרה, און מוטי שטיינמעץ וועט קוויטשען ויהו רחמיך מתגוללים, מאיר אדלער וועט שפילען אמר רבי עקיבא רבי מיילעך וועט אנצינדען א ציגרעטל,

פרייטיג וועט מען ברענגען הרב אבוחצירא אויף חכמת הפרצוף, און הרב משי זהב אויף חכמת היד, מ'וועט מעביר סדרה זיין אין סווימינ"ג פאל, און פארלערנען אור החיים הקדוש ביים טועמיה פון יענקל אטיק פון אלע חלקי הבהמה צלי אש על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו, ביים שפאציר על שפת הים וועט ר' מיילעך פארזינגען די שירה, מ'וועט דערציילן סיפורי צדיקים ביים אנשמירן די שוועבל און מ'וועט זיך אונטער זינגען דעם קאלובער ניגון פון גלות גלות, שלש סעודות וועט זיין פרישע שטיקער בשר בהמה אנאיינעם מיט זינגען די ד' בבות און די נענועים ניגון, מ'וועט טיילן מטבעות פון רבי יעקב מאיר שעכטער און פשעווארסקער קנאבל, מוצאי שבת וועט מען מתפלל זיין ביי לוט'ס ווייב, און מ'וועט פארענטפערן די אור אלטע קשיא פון אברהם אבינו אולי יש חמישים צדיקים בתוך העיר.

שיין זעהן מיר אויס....

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 12, 2015 9:54 am

· #247520
כוכב
די אידן וואס לערנען א בלעטל גמרא אבער מיט א גלעזל ווייסע הייניקען ביר, לערנען א שיעור גמרא אויפן וועג צום ביטש, שבועות זינגען די פלאנטשע אהבה רבה דייקא מיט לאנגע רצועות של בשר ולשונות בחרדל, זיי קומען צו הרב עפגי'ן פון ראש העין אויף יום כיפור אין זינגען דעם רבינ'ס ונתנה תוקף, ראש השנה פארן קיין אומאן אבער דאווענען מיט א מנין וואס זאגט צוויי מאל 'יביא יביא' ביי בראש השנה יכתבון און עסן מיט אידן וואס שטעלן צו חריין צו די פיש, און לעם פלייש די צווייטע נאכט ראש השנה, פארן וויינען קיין ווילעדניק און שלאפן אין די גרויסע האטעל אין קיעוו, פארן קיין סיגעט און מאכן א ווידיא ווי אזוי זיי זענען זיך משתטח אויפן ציון צו קענען גראד שיקן פאר זיין יענטע אין מעי"ל, זיי ווילן באקומען אין וואטאצאפ די בכיות פון ר' יוסף חיים גריננואלד אין ראדעשיץ, און סקולענער רבי ביים אנגרייטן די קנויטלעך.

סתם אן אומפארגינער. וואס שטערט אים אז אידן האבן אויך הנאה צו דער זייט?

בן נריהו » פרייטאג מאי 8, 2015 10:57 am

· #273433
מאראנצןזאפט
העמיר גיין צו רבי מאטיל.


דא, באהאלטן אונטער קוועטשלינק, איז וואס @מאראנצןזאפט שרייבט - פליסיג און הערליך - איבער רבי מרדכי זילבער. די היי וואכעדיגע "משפחה", די היברו'שע, פערנעמט זיך איבער דאס זעלביגס.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 10, 2015 12:05 pm

· #273695
ייש"כ בן נריהו.

אט האט איר א קאפיע דערפון

.
📎 IMG-20150506-WA0011.jpg

שמעקעדיג » זונטאג מאי 10, 2015 12:06 pm

· #273697
דא איז א PDF פון די ארטיקל זעלבסט.
📎 Stitcheen.pdf

yatzmachp » זונטאג מאי 10, 2015 12:50 pm

· #273710
קודם כל קומט ער מיר פאר גוט פארריקט פארן רעדן אויף אנדערע. זאגן פאר זיינע חסידים וואס איז זיין דרך איז פיין אזוי דארף צו זיין. רעדן אויף אידן וואס האבן גארנישט מיט אים און קען זיי ניטאמאל און זאגן אז זיי זענען ראנג דאס ווייזט מער וואס ער איז און נישט וואס די אנדערע זענען. צווייטנס, די סטעיטמענט אליינס ווי אזוי ער רעכנט אויס וואס מען טוט אלס, איז א גרויסע עוולה און פאלש. מען רעדט נישט פון איין מענטש וואס טוט אלעס, נאר איינער פארט אויף ארץ ישראל, איינער אויף אומאן, איינער אויף מירון, איינער אויף סיגעט, איינער אין טיאטער און איינער אויף סטיטשין. איז מאי כל הרעש? ווי קען צאמכאפן אלע אקטיוויטעטן פון אזוי פיל פארשידענע מענטשן אפילו ער זאל האלטן אז יעדער פאר זיך איז ראנג?
בלאט: 1 2 3 4 5 6