דולה ומשקהווער עס ליינט אפ דעם גאנצען אשכול אויף איינמאהל, קומט צום אויספיר, אז די אלע משפיעים צריכה בדיקה, אדער זיי אדער זייער ווייב/געשוויסטער/משפחה זענען קוק פאריקט אין ליידען פון מענטיל פראבלעמען, הגם אז געוויסע קענען לערנען, אבער עפעס מיטן מח זייערע איז נישט אין ארדענונג, אסאך זענען בעלי כשרונות אבער אין זייערע פריוואטע לעבנס זענען זיי גרויסע לאוסערס, פרובירען זיי אדער סתם עולם גולם, עולם הפוך ראיתי, טשעפענען זיך אן אין די סארט מענטשען המכונה "משפיעים", א רבי פון חסידים קענסטו נישט ווערן, האט ג-ט ב"ה אריין געגעבען א געדאנק ווערט א משפיע, צוביסלעל נאך עטליכע קען ער זיך שוין קרוינען "רבי', זיין מזל איז נתהפך געווארען פון א לאוזער צו א רבי'עלע.
דער דארגער ראזענפעלד האט עס געמאכט דער בעסטע, פון א משפיע אין בעלזא צו א פולשטענדיגע היפיטייזער רבי'סטווע.
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן אין אזא לאנג פארצווייגטע שמועס, אבער היות איך בין בטעות אריינגעפאלן אין קאווע שטיבעל, און מיין קאווע גיסט זיך שוין כמעט אויס פון די צעטומל'טע דוסקאסיע, האב איך מחליט געווען זיך יא אנצורופן, איך העל פראבירן צו רעדן מיט א שטילערע טאן ווי עס פאסט פאר א גאסט.
איז אזוי!
הכל מודים אז א ראש הקהל מוז נישט זיין דווקא איינער וואס זיין פאטער איז געווען, הכל מודים אז א גבאי/שמש מוז נישט זיין דווקא איינער וואס זיין פאטער איז געווען, הכל מודים אז א מגיד שיעור מוז נישט זיין דווקא איינער וואס זיין פאטער איז געווען.
לכאורה איז הכל מודים אז איינער וואס קען ארויסהעלפן אנדערע יודן באיזה אופן שהוא מוז נישט זיין דווקא איינער וואס זיין פאטער האט געהאלפן א צווייטן, נאר וואס, די מחלוקת איז נאר דוקא דער טיטל "רבי" אויב ער קען זיך נישט אריבערפירן צו איינער וואס זיין טאטע האט עס נישט געטראגן, אנגעפאנגען ביי האלברשטם און געענדיגט ביי לייפער...
העמער גיין צו די סוגיא וואס הייסט דא משפיעים:
איך קלער אז דא איז פארהאן א שרעקליכע טעות, הן אין אט די דאזיגע אשכול, און הן בכלל איבער די גארער וועלט. לכאורה די מושג אז א יעדער וואס איז פאבליק מוז באקומען א געוויסע אפיציעלע לעיבל אים אריינצולייגן אין א געוויסע קאטעגאריע, איז א גרויסע טעות.
די קאטעגאריע וואס מ'רופט דא אן משפיעים געהערט שוין מדורי דורות צו קהילת הקודש ברסלב. זינט די רבי איז נסתלק געווארן לחיי עוה"ב האט מען אוועקגעשטעלט משפיעים, וואס האט זיך געבויעט אומאפיציעל דורך דעם וואס חסידים האבן פשוט געקוקט אויף יענעמס ריכטונג....
אויב אזוי איז בכלל נישט ריכטיג צו באטיטל'ען א יעדע מגיד שיעור אדער וואס העלפט אנדערע יודן מיט אט די טיטול.
אויך איז כדאי צו וויסן אז נישט א יעדע פון די רבי'ס פאר צוויי הונדערט יאר צוריק האט מען זיך מתייחס געווען צו זיי ווי רבי, אנדערע האט מען זיי באטוטלט מיט די נאמען "מגיד" אא"וו.
עכשיו וואס מיר האבן אט די אינפארמאציע וואלט איך אנגעפאנגען דעם אשכול פון אנפאנג.
ר' משה וואלפסאן האט א שיינע קהילה, הגם זיין טאטע איז נישט געווען אין די ליין. אבער למעשה האט ער כהיום א געהעריגע קהילה וואס טראגט מיט זיך א געוויסע אייגענארטיגע שניט, וואס מ'דארף אים נישט לכבוד דעם באטיטל'ען מיט די נאמען "משפיע", (גראדע אים רופט מען "משגיח" אויב איר זוכט א וועג אים צו באטוטל'ען).
לאמיר נישט פארגעסן פון די ערשטע (משפיעים) און די ליין, די "אדמורים" לבית שומרי אמונים-תו"א-תוא"י, זיי זענען שוין ביי יעדן מוסכם אלס רבי, הגם ס'איז נישט א בן אחר בן קאמפאניע. אבער יעדער פארשטייט אז משפיעים קען מען זיי נישט רופן, זיי פאסן נישט אין אט די קאטעגאריע.
די איבריגע זאל דער עולם אליינס אויסרעכענען.
א יאשערכויעך פארן לאזן קומען צום ווארט.
