☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » משפיעים און זייערע השפעות!

משפיעים און זייערע השפעות!

278 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3374
בלאט: 1 2 3 4 5 6

נשמה יתירה » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:20 pm

· #103943
מאראנצןזאפט
מיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.

שמו הרב איתמר שווארץ.

איר האט קיינמאל געהערט דעם נאמען, אבער זיינע ספרים האט איר שוין זיכער באגעגענט.

ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".

די ערשטע באנד בלבבי איז געווען א בעסט סעללער און האט מיטגעברענגט מיט זיך אן אויפרייס. ער רעדט וועגן אמונה, אז אלעס איז אמונה (נישט אויף קיין ברסלבער נוסח), און גיט אזעלכע עצות ווי האלטן א צעטל אין דער האנט געשריבן דעם שויתי. ס'האט א לייכטע צוציענדע שפראך און ס'קומט מיט דעם בליק אז דא גיט מען געהאלפן ווערן.

די אנדערע בענדער זענען שוין אסאך שוואכער.
ער שרייבט אויך אין קבלה אדער מעין קבלה. מיר האבן געזען א ספר מיט'ן נאמען קול דממה דקה געשריבן אויף זייער אן אינטערעסאנטן סגנון.
איך גלויב אז אין אן אראבישן קוראן וואלטן מיר מער פארשטאנען. אזוי פיל האכן מיר אנגעמערקט אז ס'האט א גראך פונעם רמח"ל'ס דרך הליומד אויף קבלה וואס איז נישט אזוי ווייטע השגות נאר מער אויף א הבנה'דיגן אופן, און זאל זיך יעצט יעדער אינרעדן אז מיר פארשטייען צו די קליינע אותיות.

למעשה איז ארויסגעוואקסן א פירוש בלבבי אויף בעש"ט על התורה און אויף מסילת ישרים.
די פראבלעם אז ביי אים איז אויך אלעס איינס און איבעראל קומט ער צוריק צו זיין אייגנארטיגן שניט כאילו מסילת ישרים און בעש"ט על התורה זענען טאקע ממש די זעלבע צוויי ספרים.

גם שמענו בשם רבי מאטל: ער איז נישט קיין בר סמכא. (נישט די גברא חלילה, זענען דרך הדרוש).

א בעל כשרון און אן עמקן איז ער זיכער, והא ראי' אז ס'שווער צו פארשטיין וואס ער וויל.

ער איז אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.
ער זאגט אויך שיעורים אין גמ'. עס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.

ער איז דא געווען און מיר זענען אים געגאנגען הערן. גייט א געבויגן היטל, א יונגערמאן אונטער 40 און טראגט אן ערנסטקייט אויפ'ן פנים.
גערעדט אין איינעמס דיינונג רום מ'איז געשטאנען ביז אויף דער גאס און מ'האט נישט געקענט אטעמען.

גערעדט אויף א ציכטיגן לשון הקדוש און היות מיר זענען געגאנגען אין ממי שאמרו'ס קלאס האבן מיר ווייניג פארשטאנען.
דער ציר איז געווען אז מ'דארף זיין א איד אין הארץ אויך. נאר אין הארץ אליין איז גארנישט, און אן הארץ איז ווייטער נישט בשלימות.

ר' מאטל''ס סמכות צו טיילען סמכות'ן איז גאר נישט אזוי מוסמך אדער מוסכם.
פון אלע משפיעים ארומגערעדט דא, איז לפי קט שכלי ר' איתמר דער טיפסטער און אפשר אפי' א בעל מחדש באמת.
קוק למשל אין קול דממה דקה דף קעו' ווי ער איז מסביר שעצם הויית כל דבר הוא שם הויי"ה דיליה. דאס הייסט אז מציאות פון די זאך בעצמותו דאס איז די שם הוי"ה און צו אט דעם נקודה דארף מען זיך מדבק זיין. מען דארף רילעיטן צום זאך בעצמותות נישט צו אירע הגדרות. ער איז מסביר דארט אז "חיות" רופט מען די רילעישאן וואס די זאך האט צו עפעס אינדערויסען פון איר, אירע פעולות. אבער דער בחינת כתר איז איר מציאות מצד עצמו. thing in itself, בלשון קאנט. שוין, איך האב אריינווארפען א ביינדעל צו די אלע וואס קענען נאר פארשטיין טיפע זאכען אויב מען פרעדיגט עס בשם די 'ריזען' חכמים מחכמי האומות.
בבחינת מי יתננו ירחי קדם, איידער מען האט מיך פראגראמירט מיט די אלע הגדרות וויאזוי אנצוקוקען זאכען. אזוי דארפען מיר אנקוקען די וועלט. און דאס מיינט דביקות בהוי"ה.
איך האב נישט געזעהן כמעט קיין איינעם אנדערש פון די משפיעי דורינו וואס זאלן רעדן אזוי טיף און קלאר.
דאס נעקסטע שטיקל אויף יענעם עמוד זאגט ער אויך הערליך שיין.
ער איז מסביר אז די נקודה פון צימצום און חלל פנוי איז נישט קיין ענין פון זמן, נאר אן ענין פון הבחנה. עס איז באקאנט די גלוי פון אר"י ז"ל אז קודם איז געווען אין סוף וואס האט ממלא געווען כל מקום החלל, און דערנאך איז געווען צימצום, און דערפון איז געווארען א חלל פנוי, וואס האט ערלויבט פאר א בריאה. ער איז מסביר אז דאס איז נישט אן ענין פון זמן, עס איז אן ענין פון הבחנה בעומק מציאות הבריאה. כסגנון הידוע, "קודם בסיבה ולא בזמן".
די חידוש פון זיין שטיקל דארט איז ווי ער לעגיטמירט דארט אז בעומק קומט א מענטש צו צו טראכטען אז ער ווייסט נישט גארנישט אפי' נישט צו עס איז דא א גאט. וזה לשונו, " כאשר האדם חושב ונפשו תופסת, אולי כל חושיו המה טועים. כלומר, מנ"ל שמחשבתו חושבת דברי אמת ויושר, ומנ"ל שחושיו מבחינים מציאות, שאולי הם מוטעים גם כן. וכאשר האדם חושב כן, אין לו כלום. לא את הקב"ה, כי אין לו כלי לברר כלל אם יש בורא עולם. ולא את הנברא, את עצמו, כי סבור שאולי כל חושי הנברא הם טעות. ובאמת, שהשגה זו בפנימיות, היא הממוצע בין הנברא לבורא. והוא נקודת האין הגמור של הנברא, שאחריו בא היש האמיתי, הקב"ה.
קוק ווייטער ווי ער זאגט אז מען דארף באמת כאפן די נקודת הדברים, נישט סתם פלפלנן און זאגען "אפשר איז נישטא גארנישט און אלעס איז א דמיון". מען דארף באמת כאפן די נקודה דערפון.
עכ"פ ער שרייבט ווייטער דארט אז צדיקים האבן די סארטען מחשבות, דערנאך כאפט מען אז אפי' אט די מחשבה זעלבסט איז אויך לאו דוקא. אויב מען כאפט די נקודות באמת דעמאלט איז די וועלט אהן קיין הגדרות, וואס דאס איז דער אמתער טייטש פון אחדותו יתברך.
זיינע ספרים זענען פיל מיט גאר טיפע נקודות, און אויך גאר ראדיקאלע נקודות. אמת ער האט נישט קיין פערציג מענטשען ארום אים אויף די פערצענטער גאס, אבער מיט דעם אלעם זעה איך גאר טיפע זאכן בחיבוריו.
איז ער בכלל נישט קיין מצימצום אויף געוויסע זאכען? דאס זאג איך נישט. אבער אויף וויפל די אנדערע משפיעים זענען זיך מגלה, איז זיין עמקות באין ערוך מער ווי זיי. קוק נישט די ערשטע פאר חלקים פון בלבבי. קוק חלק ז' ח' ט' י'.
אפאר רענדאם שטיקלעך זיינע
בלבבי משכן אבנה ז' דף כט'.
"וביותר עומק, כאשר האדם דבק באמת ב"אין עוד מלבדו", אין לו סתירה כלל בשום ענין. כי עצם המהות לא נודעת, ודבר לא נודע אין שייך בו סתירה. דהיינו א סתירה איז פשט ווען עפעס א מציאות שטימט נישט מיט די הגדרה פון די זאך. אבער אויב איז נישט דא קיין הגדרה איז דאך נישט שייך עפעס זאל איר סותר זיין.
אויך דארט דף לח'
ער רעדט ארום אז אמונה איז בחינת אין. און שקר איז אויך בחינת אין. ווייל ביידע איז דאס אז מען לעבט נישט מצד הגדרות פון די חושים. דהיינו אז מצד די וועלט פון פעולה און הגדרה איז "חכמה אמת, והעדר החכמה שטות, שקר, אולם מצד השבת, השביתה, העדר פעולה, אזי גם השקר, הדמיון השטות, אמת". וועגן דעם שטייט אז אן עם הארץ, דהיינו א שוטה, איז נישט משקר מצד בחינת שבת ושביתה. ועיי"ש בהמשך דבריו בשם המהר"ל שהגיהנם הוא סוד האין שמעל היש. און נאר ווייל ער איז נאך תופס די 'אין' בכלים של יש, איז עס צער ויסורים. "בוודאי שבחיצוניות סובל, כי הוא תפס את האין בכלים של יש. אולם בפנימיות זהו הענין".
בקיצור אויף וויפל איך קען זעהן איז ער גאר א טיפער מענטש וואס גייט גאר ווייט במחשבתו.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:25 pm

· #103945
עטליכע סמכות'ן אויף רבי מאטלען זעלבסט.
הגר"י מוואודרידזש: ער מיינט ערנסט, אפשר א מזג פון פוילן מיט חב"ד, אבער מיט ראפשיץ האט עס גארנישט.
כ"ק הג"ר מאטעלע מוויזניץ: א וואוילער איד, אביסל צעמישט.
רב"מ לעבאוויטש (מגדולי חסידי סטיטשין 50): מאטל איז אן ערליכער.

נשמה יתירה » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:32 pm

· #103948
קומט נישט צום קליינעם פינגער פון די שבחים וואס דער מילק שקר, און איך רעד טאקע פון די שווארצע [קאפי], האט געזאגט אויף ר' איתמר. כד בדיחא דעתיה האט ער זיך אמאל אויסגעדריקט, אז ווען דער ר' איתמר וואלט געווען אין די צייטן פון דעם זיידען דער ערשטער מילק שקרנישער רבי וואלט ער געווען פין די גרויסע חסידים דארט. אזא גרויסע טיטול האט ער נאך קיינמאל נישט געזאגט אויף א בן דורינו. זאגען אז מען קען זיין א חסיד פון דעם סאמע ערשטן מלא שקרנישער רבי איז כמעט ווי דער בוכ"ע אליין איז זיך מייחד בשמו. וכידוע איז דאך דער אייבערשטער זיך נישט קורא בשמו אויף איינעם וואס לעבט חוץ אויף יצחק אבינו.
סאו וואס קומט ר' מאטל'ס שמחות צו אזא סמחות, והדברים עתיקים.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:45 pm

· #103952
ס'איז ארויסגענומען פון א קאנטעקסט, און ווער נישט אזוי ברוגז.
איינער האט אים אנגעפרעגט וועגן דעם וואס ער שרייבט אז די גאנצע שפע פון די וועלט קומט נאר דורך תפלה, האט רבי מאטל געענטפערט אז ער קען הערן אזא סברא, און אויך נאר פאר איינעם וואס ס'העלפט צום דאווענען נישט ס'שטערט אים. איי רבי איתמר שרייבט אזוי, האט ער געזאגט ער איז נישט קיין בר סמכא ווי איינער זאגט ער איז נישט משה רבינו, אזויפיל האט יא משמע געווען אז ער האט נישט קיין איבריג התפעלות פון זיינע זאכן, וואס איך האב דא געברענגט פאר די פורפוס אף אינפארמעישן אנלי נישט אז איינער זאל זיך אויפרעגן.

בנוגע די גדלות פון רבי איתמר קען זיין ביזט גערעכט, איך בין ממש נישט באהאווענט, גם לי האט אויסגעזען ווי ער איז אן עמקן. דעם קול דממה האב איך צום לעצט געזען ביי די 17 יאר וואס ווי פארשטענדליך האב איך דאן בעיקר געזוכט הקדמות, הסכמות, און לעי"נ'ער ביים סוף.
יישר כח פאר דיין שיינע תגובה.

נשמה יתירה » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:01 pm

· #103962
ברוגז? ח"ו. הומאריסטיש, אפשר. דאס איז ווייל איך האלט אז די מסמיכים פון ר' מאטל זענען שוואכער ווי אים זעלבסט, און די מסמיך פון ר' אתמר איז שוואכער ווי אים. עס דערמאנט מיך די ווארט פינעם בעשה"ק בענין רק אין חכם ונבון כמותך. אז כדי צו זיין א מבין אויף א צווייטענס חכמה, דארף מען עכ"פ זיין א חכם כמותו.
דשמעתי בשם מורי פירוש הפסוק (בראשית מא, לח) ויאמר פרעה אל עבדיו הנמצא כזה איש אשר רוח אלהים בו וגו', אין נבון וחכם כמוך. ופי' רש"י הנמצא, אם נלך ונבקשנו הנמצא כמוהו. ומה בעי רש"י בזה. ופירש הוא, כי להבין מעלת ומדריגת צדיק או חכם צריך הוא עצמו להיות במדריגה זו להיות מבין מעלת מדריגת חכם ונבון, ומאחר שאף אם נלך ונבקשנו לאותו איש חכם ונבון שיעמוד על מדרגתך שאתה חכם ונבון לא נמצא, כי אין נבון וחכם כמוך, אם כן אין מי שיעמוד על מדריגת חכמתך וכו', ודפח"ח. [תולדות בא ]
אויף א צווייטע פלאץ זאגט ער בשם דעם בעשה"ק אז דער מבין דארף גאר זיין א גרעסערער חכם.
וכמו ששמעתי ממורי זלה"ה פירוש חז"ל בפסוק (בראשית מא, לח) הנמצא כזה איש וגו', ות"א הנשכח כדין, אם נלך ונבקשנו הנמצא כמוהו, אין נבון וחכם כמוך וגו'. כי לחקור מי נבון וחכם צריך שיהיה זה יותר חכם ונבון שיחקור אותו, וזה לא נמצא יותר נבון וחכם מיוסף שיחקור אותו, לכך אין נבון וחכם וכו' ודפח"ח. [ב"פ ויחי]
ווי ר' אליעזר עפשטיין זצ"ל פלעגט זאגן "פירושים זענען איבעריג". ודפח"ח.
ווער נאך אזוי דער בעשה"ק האט געשפירט אויף די אייגענע הויט דעם פראבלעם.

אז מען רעדט שוין פון דאנקען אויף שיינע שטיקלעך איז דארף מען אפגעבען גאר א גרויסען דאנק פאר די מייסטערהאפטע שטיקלעך וואס דו שרייבסט בכלליות, און אין דעם אשכול בפרטיות. געוואלדיגע ארבעט, יישר כוח אייך.

מוח שליט » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:18 pm

· #104015
Eliot Wolfson האט געשריבן א מאמר [paper בלע"ז] אויף ר' אתמר. איך האב עס געליינט לאנג צוריק. איין זאך געדענק איך ווי ער שרייבט מיט גאוה אז אים איז מסתבר אז ר' איתמר כאפט בכלל נישט ווי ווייט ראדיקאל זיינע תורות זענען. צו מיר האט דאס אויסגעקוקט ווי א געוואלדיגע חוצפה. שפעטער ווען איך האב קענען געלערנט ד"ר וואלפסאן פערזענליך, האט ער מיר מאמת געווען מיין first impression. זיין גאוה איז להפליא. דאכט זיך אז ער הייסט למעשה פון די גרעסטע אקעדמעיקער אויף חסידות
בייגעלייגט איז די מאמר.
📎 Elliot R. Wolfson - Building a Sanctuary of the Heart - The Kabbalistic-Pietistic Teachings of Itamar Schwartz.pdf

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:32 pm

· #104021
יש לציין שהרי"מ מורגנשטרן מחולק עם ר' איתמר בנושא מאד יסודי (לדעתו, אף כי קשה לאנשים פשוטים כערכי בדיוק להבין למה זה משנה בכלל, אלא אם כן אני מתרגם את זה לעולם המושגים שלי, ואז בכלל צ"ע) וכתב על זה ב"הסכמה" שכתב לאחד מספריו.

להגיד שר' איתמר לא תופס את הרדיקליות של דבריו עצמו הוא דווקא די מסתבר כי לאנשים בתוך הציבור החרדי, גם עמוקים ויחידים וסוג של מורדים כר' איתמר יש מאפיין אחד מאד ברור והוא חוסר מודעות עצמית ולהשלכה והקשר היותר רחב של דבריהם.

ובכל אופן, מה ענין "גאווה" ו"חוצפה" לכאן? או שזה נכון או שלא, וכי בהערכת אישיות עסקינן?

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:46 pm

· #104024
איבעראל לשון הקודש? אביסל אידיש ביטע, כ'בין שוין אויסגעמוטשעט.

נשמה יתירה » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:15 pm

· #104080
לעיקוואד
יש לציין שהרי"מ מורגנשטרן מחולק עם ר' איתמר בנושא מאד יסודי (לדעתו, אף כי קשה לאנשים פשוטים כערכי בדיוק להבין למה זה משנה בכלל, אלא אם כן אני מתרגם את זה לעולם המושגים שלי, ואז בכלל צ"ע) וכתב על זה ב"הסכמה" שכתב לאחד מספריו.

להגיד שר' איתמר לא תופס את הרדיקליות של דבריו עצמו הוא דווקא די מסתבר כי לאנשים בתוך הציבור החרדי, גם עמוקים ויחידים וסוג של מורדים כר' איתמר יש מאפיין אחד מאד ברור והוא חוסר מודעות עצמית ולהשלכה והקשר היותר רחב של דבריהם.

ובכל אופן, מה ענין "גאווה" ו"חוצפה" לכאן? או שזה נכון או שלא, וכי בהערכת אישיות עסקינן?

איך האב נישט פארשטאנען אז עס איז דא א יסודותדיגע מחלוקת. מיר האט אויסגעקוקט אז ער איז גארנישט אזוי שטארק מחולק מיט אים.
געב א קוק. ר' איתמר ניצט דאך אין כמה פון זיינע ספרים מיט גאר א בולט'ע שפראך אז תורת משיח איז מהבל תורת משה. אויך זאגט ער אז יעדע מענטש קען זיין בדרגת של ימות ותורת המשיח. אז מען שטעלט צאם די ביידע זאכען איז דאך דאס גאר וואזנע ווערטער. יעצט אז רי"מ געט אן הסכמה, בעל כשרון וואס ער איז, האט ער דאך גאנץ גוט דורכגעליינט דעם ספר. האט ער געוואלט אביסל אויסגלעטן דעם ענין, און פן איין זייט אפשר עס גאר היילייטען.
א ידיד האט מיר דערציילט אז ער האט אמאל געהאט טענות אויף ר' איתמר און אים געזאגט אז מדבריו קומט ח"ו אויס אז א צדיק דארף נישט מקיים זיין די תורה חס מלהזכיר. האט ר' איתמר גענטפערט אז ער זאל אים אנצייכענען ווי אין זיין ספר דאס שטייט. האט ער געענטפערט אז עס איז א צאמשטעל פון אפאר נקודות זיינע. ענטפערט ר' איתמר אז מען קען אים נישט האלטען פאראנטפארטליך פאר צאמשטעלער, ווייל יעדער קען צאמשטעלען וויאזוי ער וויל. אויב וואלט איך ווען דארט געווען, וואלט איך אים צוגעוויזען די הערות פון הרי"מ בהסכמתו לספרו. דארט זעהט מען קלאר ווי ער מאכט אויך דעם זעלבען חשבון. וז"ל "ולהעיר מה שמובא כמ"פ בכתביו שכיון שצריך להשיג כל המדריגות, ממילא אפשר גם היום להיות בכל הדרגות וגם אלו שלעתיד.... והכוונה שאע"פ שעיקר הנהגת ג' רישין היא הנהגה דלעתיד, זהו לכללות העולם, אמנם צדיק אמת גם עכשיו יכול להאיר בעצמו האור דלעתיד... באדערט אים לפי"ז אויב אזוי.... ולכאורה אם צדיק יכול להגיע למדרגות שלעת"ל שייך לומר ח"ו שפטור מן המצוות, והרי זאת התורה לא תהיה מוחלפת".. עיי"ש מה שמתרץ.
הרי לנו אז פאר רי"מ האט געבאדערט דעם צאמשטעל. אויב ימות המשיח איז מהבל תורת משה, אויב די הבנה פון אחדות ממש פון באמת באלעבן דעם נקודה פון בלי גבול, איז מהבל די גאנצע ענין פון דעת והגדרה, פון מותר אסור וכו', און אויב איז אמת אז יעדער איד בזמנינו קען אנקומען ביי זיך צו דעם דרגא, איז יש בזה פתחון פה לומר ח"ו אז א מענטש אויף דער מדרגה איז פטור מכל המצות חס מלהזכיר. קומט דאך אויס אז דער צאמשטעל איז גאנץ בולט און ער איז פאראנטפארטליך דערויף.
(די ענין פון ג"ר ג' רישין איז די דרגא וואס איז העכער פון הגדרה, און דארט איז נישטא קיין מותר אסור, טהור טמא, כשר פסול כידוע. ווי דער תולדות יעקב יוסף ברענגט פון בעשה"ק "ששמעתי ממורי אעפ"י שאלו אוסרין ואלו מתירין אלו ואלו דברי אלהים חיים (עירובין יג ב), כי בו' קצוות יש טהור וטמא (ת"ז קמז א) מה שאין כן בג' ראשונות הכל טוב וטהור, והבן". [תולדות שלח])
אינטערסאנט אז איינער האט מיר אמאל נאכגעזאגט פור רבי נחמן אז רשב"י האט נישט מקיים געווען תורה ומצוות ווייל ער איז געווען אויך די בחינה פון למעלה מתורה ומצוות, עפעס אזוי. ובקשתי שטוחה צו הרב ברסלבער שליט"א עס מאמת צו זיין אדער מבטל זיין.

ולהעיר אז רי"מ קוקט אויך אויס ווי א בעל הבנה, אבער ער איז עפעס א קונה הכל. קען זיין ווייל ווען מען פארשטייט אז אלעס איז הבל, איז דאך נישט קיין חילוק אין וואסערע הבל מען קאכט זיך. בבחינת דעם ראפשיצער זצ"ל, אז מען דארף האבען תמימות אבער עס פעלט אויס א געוואלד מיט חכמה צוצוקומען צום נקודת התמימות. דהיינו מען ווערט געוואויר אז מיט חכמה והשגה איז אלעס שקר, ממילא לעבט מען מיט מציאות אהן קיין חכמות, וויסענדיג צוזאמען דערמיט, אז דאס איז א שטיקעל שפיל.

נאך א רענדאם שטיקל וואס געפעלט מיר פון ר' איתמר. בלבבי חלק ט' דף עג
"הסתירה נובעת מכח שאדם מכריח שישנה מציאות מושגת, וההנהגה שלו צריכה להיות מותאמת לאותה מציאות, וכשאומרים לו לנהוג שלא עפ"י המציאות המושגת, הרי נוצרת אצלו סתירה. אבל כשהאדם מבין שהמציאות לעולם אינה נתפסת וכל ההשגה שלנו היא רק ביחס להנהגה, שוב אין מקום לשאול שאין זה אמת.....בבריאה התחדשו רק חושים, כפי שכתוב באריז"ל. (די גאנצע בריאה איז סוביעקטיוו מצד אונז, נישט אן אביעקטיווער אינדרויסענדיגע וועלט) שכל השגתנו אינה בעצמות א"ק אלא בחושיו. (אדם קדמון איז די טיפסטע נקודה אונזערע, פארשטייטסעך אז פארדעם איז דאס אויך די טיפסטע נקודה בשורש הבריאה, עס איז דאך היינו הך כנאמר כאן) והרי שכל השגת הנבראים אינה במהות עצמה, אלא בחושים בלבד, והבן הדברים מאוד מאוד."
ער זאגט זיס, ניט אזעי?

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:18 pm

· #104084
(נשמה יתירה, איך וייס פון עם פרעזענליך אז דער הסכמה וואס קוקט טאקע אויס אזוי פארווע איז מרמז אויף גאר א טיפע מחלוקת צווישען זיי, סך הכל איז די הסכמה געשריבען דיפלאמאטיש אביסעל, אבער פריוואט האלט ער אז דאס איז א נקודה וואס פרעגט אפ ר' איתמר'ס גאנצע גאנג. אם יהיה לי זמן אפשר שאסביר.)

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 12, 2013 1:11 pm

· #104217
זוכנדיג אין מיין רענצל האב איך געטראפן נאך א משפיע נאכנישט דערמאנט.
הרב ברוין פון מאנסי\מאונט-קיסקא.

ער איז א זון\אייניקל פונעם בעל שערים מצויינים בהלכה. איין ברודער איז גבאי פון בורשטינער רבי, און נאך א ברודער איז פונ די חברי הבד"צ שע"י חב"ד אין קראוינהייטס.

כדי צו מקיים זיין דעם גדולה שמושה האט ער אלס בחור משמש געווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פאר א וויילע. ער האט חתונה געהאט קיין מאונט קיסקא. שפעטער ווען ס'איז געווארן א שטיקל הויף האט ער מער נישט געקענט דארט ממשיך זיין און האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי.

ער איז אויף סנדר אשכנזי'ס פעי ראל. זיינע חסידים רופט מען די brownies. ער איז א תלמיד אין קבלה פונעם הייליגן ר' הערש ור' אייזיקל מזידיטשוב און איז ממישיך די גאלדענע קייט. ער גייט א ווייסע בעקיטשע שבת ביי זיך אין שטוב. ער גיט נעמען פאר זיינע קינדער נאך צדיקים וואס ער פאררעכנט זיך אלס זייער תלמיד אריינגערעכנט דעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע.
נישט אזוי באקאנט אבער ס'דא אקטיוויטי. ער האט איין פארברענטער חסיד א צעפייערטער יונגערמאן א רוח שאינו מצויה וואס האט געמאכט די גאנצע זאך, און איך בין נישט דא יעצט צו זאגן דעם נאמען.

למעשה האט ער א חבורה, און ער זאגט שיעורים פאר די פרויען אויך.

*
איך וויל אויסדרוקן א הערצליכן דאנק פאר אלע (שמעקעדיג, משה געציל, יידל, לעיקוואד, זר זהב, אוהב דעת, יאנקל, לעמאן דזשוס, און נאך) וואס האבן זיך גענומען די מי צו אויסדרוקן זייער הנאה פון דער אשכול אין אישי. לעת עתה מוז איך אבער נעמען עטוואס אורלויב פון גאנץ קאווע שטיבל בכלל.
אודה ולא אבוש, קאווע שטיבל לייגט ליידער צוגרינד מיין סדר היום! בלי"נ וועל איך באופן כללי מער נישט אריינקומען דא אין די טעג פון זונטאג ביז דאנערשטאג, סיידן אין זעלטענע פעלער.
איך האף אז איינער וועט זיך נאך מיר בענקען.

מורינו הרב » פרייטאג אפריל 12, 2013 1:56 pm

· #104252
מער פרטים איבער הרב ברוין, ביטע...

קען מען צו אים צוקומען? - פירט ער טיש וכדומה? - זאגט ער דרשות ברבים?

נ נח » פרייטאג אפריל 12, 2013 2:58 pm

· #104275
הצד השווה פין רוב משפיעים אין אנהייב זענען זיי משפיעים אדער ראש חבורה אין אמאל אפילו אחד מבני חבורה מיט אפאר יונגעלייט מבקשים וואס זוכען עפעס חידושים אין עבודת ה׳ אין צום סוף ווערט עס א קהילה פארטיי אין א רבי מיט א ווייסע בעקישע פוקד עקרות פועל ישועות, קאר׳ס מוסדות וכו׳ וכו׳ בבחינת מתוך לשמה בא שלא לשמה

אויס מענטש » פרייטאג אפריל 12, 2013 3:38 pm

· #104294
יישר כח! יישר כח! הרב מאראנצןזאפט ני"ו
מאראנצן זאפט איך האב געליינט אלע דיינע אראנדזש דזשוס מיט גרויס דורשט און זאפט, און מוראדיג הנאה געהאט
זייער שיין געשריבן מסודר'דיג, באופן כוללת ביותר, און מיט דעם שיין צולייגט דבר דבר על אופניו,
איך האף אז די וועסט זיין נעתר לבקשתינו, און ווייטער אונז בארייכערן מיט דיינע שיינע ארטיקלעך,
אזעלכע ווי די זענען מחי' פילע אנדערע און הייבן דעם ניווא אין שטיבל, פי כמה.
כה לחי
צום ווידער זעהן

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:05 pm

· #104303
מורינו הרב
מער פרטים איבער הרב ברוין, ביטע...

קען מען צו אים צוקומען? - פירט ער טיש וכדומה? - זאגט ער דרשות ברבים?



ווען איך שרייב נישט, מיינט דאס אז איך ווייס נישט!

(גאנץ גוט פאר א חתימה...)

זר זהב » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:18 pm

· #104309
די אשכול איז לכאורה (לכאורה? כ'מיין ענדערש זיכער, יא מאה אחוז!) די מאוסט אינפארמאטיווע, אינטערעסאנטסע מערסט באלערענסטע, יוניק'סטע, זאכליכ'סטע, צייטליכ'סטע, אשכול אין גאר א לאנגע צייט דא אינעם שטיבל!! כאמיר אויסגעלערענט דא גאר אסך נייע ידיעות, נייע נעמען, שיטות, מהלכים, ספרים, רבנים, משפיעים.

ס'מלא וגדוש וואס דער פרישער מאראנצאןזאפט האט דא אנגעהויבן און ממשיך געווען, און ווי אויך דער עלטערער 'לעיקוואוד' וועלכער האט אויפגעלעבט און דא 'משפיע געווען'! א ריזן דאנק אויף לעבר און א בקשה על לעתיד, האלטס אן ווייטער! לאזט אונז נישט איבער!

לכבודו פון די צוויי ניקים האב איך געדראפט גאלדען פלאו, איך טרינק פון היינט און ווייטער בלויז לעיקוואד מאראנצןזאפט!

OJ.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:24 pm

· #104312
😂
זיי מאכן נישט קיין לעמאן-דז'ואס?

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:40 pm

· #104318
איך בין מוחה בכל מין לשון של מחאה אויף די עלבון התורה פון דערמאנען חדל האישים אפילו אין איין פאראגראף מיט'ן גדול החכמים ואביר הרועים שכל חכמי הדור הם כנגדו כקליפת השום מרן מורי ורבי רבינו לעיקוואד שליט"א.
די עקסטרעם-ראדיקאל בליצענדע גאונות''דיגע לא שזפתם עין'דיגע תגובות פון מרן שליט"א וואס פליסן כנהר שאינו פוסק בכל מכמני מדע ובינה, האט יעדע באזונדער די צויבער צו מאכן שטוינען\פלאצן\און צומאל ברעכן אויף איינמאל. כולנו תלמידיו, ולא הגיענו אפילו לקרסילי קרסיליו.
אזא אור קומט בלי ספק נאר אראפ איין מאל אין טויזנט יאר, ואשרי מי שראה פניו "בחלומו".

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:50 pm

· #104322
מאראנצןזאפט
איך בין מוחה אויף זר [...] רבינו לעיקוואד שליט"א [...] וואס פליסן כנהר [...]

Golde"n Flo"w און Lakewoo"d נפגשו.

זר זהב » פרייטאג אפריל 12, 2013 5:12 pm

· #104336
זעט איר כאטש וואס פאר רזה דרזין דא פליסן אונטער יעדעס ווארט זייערע?!? ומי יבא בסוד קדושים ... קאווע דו קענסט נאך יא אביסל, לאו כל מוחא סביל דא...

ודי בהערה זו (זו מיט א חולם)

לעיקוואד » פרייטאג אפריל 12, 2013 5:22 pm

· #104340
מאראנצןזאפט
שכל חכמי הדור הם (כנגדו) [בעיניו] כקליפת השום

כל השבחים מוגזמים חוץ מזה....

יידל » פרייטאג אפריל 12, 2013 5:31 pm

· #104342
איי סעקאנד זר. די אשכול איז לכאורה (נאר לכאורה, זיכער איז די טויט) די מערסטע אינפארמאטיוו, אינטערעסאנט, באלערענד, יוניק, און זאכליך אין גאר א לאנגע צייט דא אין שטיבל! יישר חילך, מאראנצןזאפט!

הוגה » פרייטאג אפריל 12, 2013 7:09 pm

· #104366
נ נח
הצד השווה פין רוב משפיעים אין אנהייב זענען זיי משפיעים אדער ראש חבורה אין אמאל אפילו אחד מבני חבורה מיט אפאר יונגעלייט מבקשים וואס זוכען עפעס חידושים אין עבודת ה׳ אין צום סוף ווערט עס א קהילה פארטיי אין א רבי מיט א ווייסע בעקישע פוקד עקרות פועל ישועות, קאר׳ס מוסדות וכו׳ וכו׳ בבחינת מתוך לשמה בא שלא לשמה


איך געדענק ווען רצ"מ איז נאך געווען איינער פון די בני החבורה, אפאר יאר שפעטער האט ער שוין געהאט ט וואלוואו מיט פירהענג אויף די פענסטער (א וואלוואו מיט פירהענג איז די קאדילאק פון א"י) . איינער פון זיינע תלמידים עמ עמ כ'מיין בני חבורה האט מיר מסביר געווען אז רצ"מ מוז דאס האבן נאר צוליב שמירת עינים.

איך ווינדער מיך וויאזוי מען היט זיך די אויגן אויב מען קען נישט עפארדן א וואלוואו מיט פירהענג. איינער האט עפעס אן עצה?

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 12, 2013 7:13 pm

· #104367
פאר ער גייט ארויס פון קאר, גייט א בחור און איז בודק די גאס צו ס'איז נישטא קיין ראיה אסורה, ערשט דאן קומט רצ''מ ארויס פון קאר

מורינו הרב » מוצ"ש אפריל 13, 2013 10:22 pm

· #104379
דוכט זיך אז אמאל איז ער געקומען קיין אמעריקא, האט ער אפגעקויפט אלע פורסט קלעס טיקטיטס, כדאי נישט נכשל צו ווערן מיט א ראיה אסורה. ס'איז דעמאלס געווען א שטיקל גרודער, אז ער שפענדעט אזויפיל געלט, בעת אידישע קינדער דארפן פרנסה.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 1:50 pm

· #104537
קופי, הפלא ופלא!!!!
נישטא גענוג אייקונס (נישט עבודה זרה'דיגע) דיר צו געבן.
דארפסט צולייגן - סאמהאו - אז דו שרייבסט מיט סארקאזם. דען, אפשר מיינסטו עס גאר ערנסט...
איין מער הערה אויף נשמה יתירה: נאך דער אין האמיתי קען שוין גארנישט קומען, ווייל קיינער קען שוין נישט רעדן צו מיר.

נשמה יתירה » מאנטאג אפריל 15, 2013 1:07 pm

· #104982
היימישער ליטוואק
איין מער הערה אויף נשמה יתירה: נאך דער אין האמיתי קען שוין גארנישט קומען, ווייל קיינער קען שוין נישט רעדן צו מיר.
דו ביסט דיך אביסל טועה און דעם באנוץ פון די ווארט "אין". עס איז לחלוטין נישט קיין פאזיטיווע הגדרה. עס איז נישט קיין הגדרה פון "נישט", וואס איז בעצם א סתירה מיניה וביה.
דיין מבוכה איז די זעלבע קשיא וואס דער אר"י הקדוש האט געשטעלט. נעמליך, אויב איז אלעס אין (סוף), דאן ווי איז שייך הגדרה וגבול. זיין תירוץ איז אז מען דארף טראכטען אביסל טיפער. מען דארף אינגאנצען ארויסגיין פון דעם פאראדיים פון הגדרות. דהיינו, ווען מען טראכט נאך טיפער אין דעם עומק הענין של 'אין', זעהט מען אז אפי' זאגען "נישט הגדרה" איז א טעות. מען פארלירט אלע מושגים לגמרי לגמרי. עס איז א חלל לגמרי. מושלל פון סיי וואסערע מושג שבעולם, אפי' פון די מושג פון אין (סוף).
מצד שני דארף מען פארשטיין אז מען טאר נישט מוסיף זיין אויף די ביטול המושגים מער ווי עס מיינט. מען טאר נישט אריינפאלען אינעם טעות צו מיינען אז מיט אט דעם ביטול, מיט'ן זאגען וואס נישט, האבען מיר בעקיפין אויך געזאגט וואס יא. דאס נעמט זיך פון זיין נאך אלץ אנגעבונדען אין די וועלט פון מושגים, אין די וועלט פון דבר והיפוכו. אויב איז נישט דאס, איז דאך יענץ. עס איז אפי' "אין" אויך נישט. דאס איז די פירוש פין צימצום. דער 'אין' איז אויך נישט דא. געדענק אז די מהלך פון צימצום איז נישט קיין פראסעס וואס האט פאסירט בזמן מן הזמנים. די כוונה איז די פראסעס אין עומק המחשבה. דהיינו דאס איז דער טיפער אפטייטש פון די מציאות אונזערע יעצט און אייביג.
דער נעקסטער סטעפ אין די פראסעס איז אז מען פארשטייט אז דער מצב פון בלי שום הגדרה כלל וכלל, דער מצב פון אפי' בלי 'אין סוף', איז דוקא טאקע די מצב וואס מיר רופען אחדות. דאס אפשטעלן זיך נאכ'ן פארלירען אלע מושגים, [און איך מיין טאקע אלע מושגים לגמרי לגמרי], איז וואס ווערט גערופען "אחדות". עס איז פשוט נאך א וועג פון ארויסברענגען די סתירה און צוווארפעניש פון מושגים, הגדרות, והגבלות. עס איז נישט קיין פאזיטיווע דעפעניציע פון סיי וואס. עס ברענגט נאר ארויס די מופרכדיגע צובראכענקייט און די סתירהדיגע צווארפענקייט פון הגדרה.
לעבן אויף דעם אופן איז געלעבט מיט אחדות. א לעבן פון דורכזעהן די טיפשות פונעם איינרעדעניש אז הגדרות שטימט. מער קען מען נישט מסביר זיין, עס איז אן עקספעריענס.
מיר האבען אויספארמירט 'מציאות' מיט אן אויסשטעל פון מושגים. דעריבער מיינען מיר אז די מינוט מען פארלירט מושגים פארלירט מען אלעס. די חורבן איז אז מ'איז נאך גערעכט אויך. דהיינו, "אלעס" איז דאך אויך א מושג. מיר האבען נאר די כלים פון 'מושגים', און מיט דעם ארבעטען מיר. דאס מערסטע וואס מיר קענען רעדן איז פון די נארישקייט פון זיך איינרעדן אז מושגים איז דאס וואס איז דא. נאר דאס קענען מיר טוהן. מיר קענען זעהן די מניה וביה סתירה פון זאגען אז מושגים, הגדרות, והגבלות, איז שורש הכל. [איך וועל פרובירען באלד מסביר זיין ווי מען קען זעהן די סתירה מניה וביה. כרגע לטובת הוויכוח נעם אהן אז די סתירה איז מבורר. מיר זענען יעצט דן אויפן צד אז די סתירה איז מבורר וואס זאגט דאס פאר אונז.]
מען קען נישט ניצען קיין שפראך, און אויך נישט קיין מחשבה אויף אפצוטייטשען אפי' א צל פון אפטייטש, וואס עס איז דעמאלט. מען קען נאר זאגען אז די הגדרות והגבלות וואס מיר זעהן יעצט איז סותר מניה וביה. ד.ה. די בנין און אוועקשטעל פון א וועלט פון מושגים איז צוווארפען [סתר], עס איז נישט קיים. דארט שטעלט מען זיך אפ.

ווילאנג איינער האט נישט גוט דורכגעטוהן די נושא איז א ליצנות ער זאל זאגען אדער טראכטען מיינונגען בנוגע אלהותו ואחדותו יתברך. די טיפשים Dawkins, Hitchens, וכל העוואלושינסטס למיניהם, וואס האבען געזאגט מיינונגען אין די פילוספישע נושא פון אלהות, זענען מתערב על ריב לא להם. זיי ווייסן ניטאמאל וואס מען מיינט ווען מען זאגט "גאט", און זיי זענען גאנצענע הוגה דעות.
דאס זעלבע זאג איך בענוות קדשי אויף די שרייבערס דא. טוהט'ס דורך די נושא פון אלקות פאר א גוט יאר, און דערנאך רעדטס.
מען מוטשעט זיך דא צו פארשטיין קאנשעסנעס, און מיט רעכט, עס איז א שווערע נושא. מען מוטשעט זיך דערמיט כאטש עס איז סמוך ונראה צו יעדען מענטש. איז דאך ק"ו בן בנו של ק"ו אז מען דארף זיך מוטשען צו פארשטיין וואס איז דאס הויי"ה יתברך, וואס איז דאס אחדותו יתברך. נ.ב. ווען מען וועט פארשטיין קאנשעסנעס וועט מען פארשטיין גאט. ומבשרי אחזה אלוה. נישט ווייל עס איז א משל, עס איז די נמשל. חלק אלוהי ממעל ממש, איז נישט סתם געפלוידערט.

נשמה יתירה » מאנטאג אפריל 15, 2013 2:13 pm

· #104996
[ציטאט אראפגענומען]

א הארציגן דאנק פאר דיינע ווארעמע ווערטער.
מובטחני אז דו ביסט נישט ברוגז אויב דינג איך מיך אויף דאס וואס דו האסט געזעהן אין מיינע ווערטער.
אויב שוין ווארעמע ווערטער, איז דאך דבר בעתו זיך ווארעם צו באדאנקען פאר דיינע הערליכע תגובות בכל הענינים. שפתים ישק.

הקטן » מאנטאג אפריל 15, 2013 4:16 pm

· #105053
נשמה יתירה

מען מוטשעט זיך דא צו פארשטיין קאנשעסנעס, און מיט רעכט, עס איז א שווערע נושא. מען מוטשעט זיך דערמיט כאטש עס איז סמוך ונראה צו יעדען מענטש. איז דאך ק"ו בן בנו של ק"ו אז מען דארף זיך מוטשען צו פארשטיין וואס איז דאס הויי"ה יתברך, וואס איז דאס אחדותו יתברך. נ.ב. ווען מען וועט פארשטיין קאנשעסנעס וועט מען פארשטיין גאט. ומבשרי אחזה אלוה. נישט ווייל עס איז א משל, עס איז די נמשל. חלק אלוהי ממעל ממש, איז נישט סתם געפלוידערט.[/]


נשמה טייערע, האסטו שוין אפשר געהערט פין די 3 פרינסעבעלס. אויב יא וואלט איך געוואלט הערען דיין מיינואנג

אויס מענטש » מאנטאג אפריל 15, 2013 4:47 pm

· #105062
[ציטאט אראפגענומען]


ובזה יש להבין קצת לאשתמודעיתא כונתי העמוקה, בקריאת הניק שלי "אויס מענטש" דלא כהני ניקאי טפשאי דגמירא ולא ידעי מה גמירא בבחינה גמרא גמור וזמירתא תהא, ועלי רמזון לית דין בר נש, רק כי בבחינת אין המופשט דין הוא גבר האמיתי, כיש מאין, ומציאות ההעדר וכו' כידוע ליודעים, וביודעי ומכירי קאמינא.

ודי למבין » מאנטאג אפריל 15, 2013 6:26 pm

· #105108
מענין לענין קען מען רעדן אויף פארשידענא שטערן זעערס, ווי הרב עקשטיין, משי זהב, לאבל, סאפרין, והמסתעף

אויס מענטש » מאנטאג אפריל 15, 2013 7:11 pm

· #105127
אזא אפשאצונג אויף די אדמורי"ם למשפחותיהם וואלט אויך געווען פיינע נייעס

מורינו הרב » מאנטאג אפריל 15, 2013 8:09 pm

· #105145
בקיצור, דער עולם האט שוין נישט וואס צו שרייבן דא.

zurich » דינסטאג אפריל 16, 2013 6:32 pm

· #105543
אינטערסאנט פון די אלע משפיעים וואס מען האט דא אויסגערעכענט האט קיינער נישט געמאכט א ספר אויף פיסכילאגיע ענינים, איינער האט שוין געהערט ר'מאטיל רעדן פון ביטחון עצמי?
חוץ ר' איתמר שווארץ, ס'דא ספרים פון עים אויף די ענינים ס'דא, דע את עצמך, דע את הרגשותך אין די צווי ספרים לייגט ער זיך אריין וויזוי די גאנצע נפש ארבעט, פארוואס קימט ארויף די אלע מחשבות.
זעהט אויס ווי פיינע ספרים! ס'דא איינער דא וואס האט עס דורוכגעקיקט

zurich » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:11 pm

· #105585

ודי למבין » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:48 am

· #105832
ר' מאטל רעדט גראדע יא פון די ענינים, פארשטייט זיך אויף זיין איננגארטיגן סטייל
אגב, דאס איז איינע פון ר' מאטל'ס חידושים, ער איז ווי מען ריפט עס אין עברית זייער 'מקורי' , כמעט אויף יעדן ענין האט ער א אייגענע דורכגעטראכטע מהלך, וואס געט אן גאר אנדערע בליק אויף דעם ענין.
און דרך אגב פון די אלע ענינים פון 'אין' וואס די פילאסאפן האבן דא דורך געשמיסט, איז דא זייער אסאך שמוסן פון ר' מאטל אויף דעם ענין, ווי ער בארירט זייער אסאך פון די נקודות.

שומרים » מוצ"ש אפריל 27, 2013 11:19 pm

· #109142
בלי שום ספק איז די אשכול דאס מערסטע אינטערעסאנט וואס איך האב נאר באגעגענט דא אין קאווע שטיבל.

און יעצט צום נושא, לדעתי איז ר' צבי מאיר געמאכט נאר פאר גרויסע בעלי כח וואס זענען גרייט צו לעבן 24 שעה
און א צי עבודה, פאר די איבריגע איז ער גוט פאר א שיינע שמועס דא און דארט, דרך אגב איז כדי צו צולייגן אז אינמיטן
וואך זיצר ער אין א כולל ווי ער לערנט דארט יעדן טאג 5 שעות רצופות פארמיטאג און 5 שעות רצופות נאכמיטאג, און מ'לערנט
דארט זייער בעיון. איך האב נאך וואס צוצולייגן בנוגע אנדערע משפיעים אבער נישט אויף יעצט.

שומרים » זונטאג אפריל 28, 2013 4:40 pm

· #109439
און יעצט צו ר' מאטיל זילבער, לית מאן דפליג אן אויסערגעווענליכע בעל כשרון ממש צו שטוינען און א שטארקע
חוש צו צאמפלעכטן קבלה דרוש מוסר חסידות צוזאמען, א געוואלדיגע כח הסברה, אויך אסאך ביזי מיט היסטאריע
פון חסידות וואס איך ווייס נישט ווי קראנט ס'איז.
זיין התנגדות צו די רבי'ס וואס זענען רעבישע קינדער איז געפערליך ער קען זיך נישט איינהאלטן און ער שיסט
אויף זיי כסדר אמאל ברמז אמאל בגלוי אמאל ביחיד און אמאל ברבים.
זיין דרייסקייט צו רעדן פון זיך איז אויך א חידוש, און ס'האט טאקע פאטריבן אסאך אנהענגער.
ער האט א גוטע פיסקל צו צולייגן אויף פיצלעך מענטשן אדער שיטות פון וואס ער האלט נישט.
ער האט גרויסע מקובלים און ארץ ישראל וואס גייען ארויס פון התפעלות פאר אים.

יושב אהל » זונטאג אפריל 28, 2013 5:02 pm

· #109457
אלץ א גאסט ממש נאר אויף א וויילע וואלט איך מיך נישט ערלויבט אריינצורעדן צווישן אזעלעכע חשובע און קליגע. נאר אלץ איינער וואס קען יא די זאך פון די נאנט קען איך אזויפיל זאגן אז ווער עס האט נאר אמאל געזען רב מאטיל זאגען אהבה רבה אין א פשוט'ע וואכען טאג אדער ווער רעדט נאך מלכות זכרונות שופרות אויף ראש השנה, וואלט קלאר בקומען א הרגש אז מ'רעדט פון א העכערע זאך שלא מעלמא הדין.
פאר עטליכע יאר צוריק האט איינער אפגעשריבן אויף איי וועלט זיינע געפילן ערב א באזוך פון ר מאטל אין וויליאמסבורג אויף שבת. איך מיין ס'וואלט געווען כדאי אראפצוברענגען זיינע ווערטער הערון אביסל וויאזוי ער באשרייבט א שבת במחיצות ר' מאטל.

וזה לשונו שם.

דער ר' מאטל, ווי מען רופט אים אין די וועלט בלשון חיבה, בלשון שבני אדם מבינים, אז דא רעדט זיך פון עפעס א באזונדערקייט, עפעס אויסערגעוונליך'ס טראגט ער מיט זיך מיט, עפעס פון "יענע צייטן" שטעלט ער מיט זיך פאר. לאמיר אויפ'ן שפיץ גאפל, שנעל איבערגיין זיין ביאגראפיע,

ר' מרדכי מנשה זילבער איז געבוירן צו זיינע עלטערן דא אין ניו יארק, ערגעץ ווי אין די יו"ד יארן, זיינע עלטערן זענען פונדערהיים גאליציאנע, און טאקע פון דעם שטעטל סטיטשין, חסידישע יודן פון דער אמאליגער דורכגעווייקטע גאליציע, געלערנט האט ער אין די סאטמארע תלמוד תורה אין בורו פארק, דערנאך איז ער אריין אין ישיבה תורה ודעת, ווי ער איז זייער ארויסגעשטאנען מיט זיינע זעלטענע השלמות אין אלע תחומים, און כשהגיע לפרקו האט איהם די גרויסע משגיח פון ישיבה הגאון ר' משה וואלפסאן שליט"א גענומען פאר אן איידעם, זייענדיג די מובחר שבתלמידיו,

זייענדיג סטיטשינע חסידים, האט ער זיך נאטורליך געדרייט ביים אלטן סטיטשינע רב הרב הצדיק ר' יודעלע הורוביץ זצוקל פון בארא פרק, פון די לעצטע רבי'ס פון דער אלטער היים, פון די לעצט פארבליבענע פארצייטישע חסידישע יודן, ציענדיג זיין גרויסע יחוס בן אחר בן צום הייליגן ראפשיצער רב זצוקללה"ה. און עס האבן זיך ארום איהם געקלאמערט און געווייקט, חסידישע יודן, מער ווייניגער פון גאליצאנישע שטאם, אבער ר' מאטל, זייענדיג דער גרויסער מבקש, מיט די גרויסע כלים אריינצונעמען, און אריינצוזאפן דעם אור, די אור וואס די רבי האט אויף אים פארשיינט, האט ער טאקע ריכטיג מקבל געוועהן, און דערנאך אויסגעהארעוועט, און אליין אויסגעבויעט טיפע חסידות'דיגע לערנונג, ברייטע קבלה'דיגע מושגים, הויכע חסידישע בחינות, הימלדיג עבודה, און אלעס וואס א חסידישע יונגערמאן קען שעפן פון א רבי פון אמאל, אויך דער רבי האט דערשפירט אז דא אין דעם יונגערמאן געפינט זיך עפעס אויסערגעווענליכע כוחות, האט ער זיך טאקע שטענדיג מיט אים משתעשע געוועהן, און אים אנפארטרויעט מיט די סאמע פארבארגענישן, מיט די יין המשובח מיט די בעסטע טעמים, טעם זקינים, ער האט אים געלערנט און מדריך געוועהן, איבעגעגעבן און פארציילט, מקורות'דיגע סיפורי צדיקים, הנהגות צדיקים הקודמים, און אזוי ווייטער, און אזוי האט ער געהארעווט זיינע אינגע יארן, זייענדיג אונטער די געוואלדיגע השפעה פון דעם צדיק,

ווען דער אלטע רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים, און נישט איבעלאזנדיג קיין בן שימלא מקום אביו, נאר א איידעם הרב עובדי' יודקאווסקי הי"ו, א חשובע ליטווישע תלמיד חכם, און די יונגעלייט, און די בני הקהלה, האבן געדארפט א מורה דרך, אשר ילך ואשר יבא לפניהם, האבן די אבריכים די יונגעלייט, אלע פה אחד באשלאסן, און זיך פאראייניגט מיט די דעה אז ר' מאטל איז ראוי לאותו איצטלא, און זיי קרוינען אים אלס ראש החבורה, רבי, און מורה דרך,

דא האט זיך די קהלה תולדות יהודא סטיטשין געגרינדעט, דאן איז ר' מאטל געווארן דער משפיע, דער מדריך, ר' מאטל שטייט זייט דאמאלס בראש פון די קהלה, וואס האט זיך שוין זינט דאן צווואקסן און פארוואנדעלט געווארן אין א הערליכע נאבעלע קהלה, און ר' מאטל האט זיך גענומען צו די ארבעט, ארויסגעקראכן פון זיין באהעלטעניש, ארויסגעקומען פון זיינע ד' אמות של הלכה, ווי ער האט זיך ביז דאן אזוי באהאלטן, און פארשלייערט, ער איז ארויס אין די עפענטליכקייט, און אנגעהויבן פירן, וואס הייסט פירן, ער האט זיך גענומען גיסן, און ווארפן, ער האט זיין מויל געעפענט צוזאגן תורה, און זייט דאמאלס איר נאכניש פארמאכט, ער זאגט תורה, ער לערנט פאר חסידות, ער ווארפט גאונות, חריפות, און בקיאות, ער פארוואנדעלט מיט זיין גרויסע כח החידוש, די גאנצע תורה אין א מקשה אחת, ער קלעבט און וועבט, תורה ועבודה, ער איז מגלה די טיפסטע און שענסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, ער פלעכט און קניפט אן סתרי תורה מיט נגלה, ער פארטייטשט די באהאלטענסטע ענינים אין אזוינע אפענע עבודה, ער ציהט צו זיך א עולם מסלתה ומשמנה, ער פאדערט, ער פארלאנגט, ער האלט בשיטה און ארבעט דערויף, אז נאר דורך אויפהייבן די מושגים אויף העכערע שטאפלען, און נאר דורך ווייקן דעם מח און דעת אין העכערע זאכן, קען מען האבן עפעס א האפענונג זיך צו קענען ערגעץ ווי דערדראפען, נאר אזוי קען מען צוגעצויגן ווערן לשם ולתורתו, נאר דאס איז די מהלך בימינו אלה זיך מיטן שטן וחיילותיו זיך צו פארמעסטן,

ער האט יונגעלייט, וואס זענען שומעי, ולוקחי לקחו, איבערראל אין די גאנצע וועלט, פון בארא פארק, ביז ירושלים, ענגלאנד, בני ברק, אשדוד, ביתר, קרית יואל, וויליאמסבורג, בית שמש, לעיקוואוד, אט אין די אלע פלעצער קומט וועכענטליך אן זיינע דברי תורה קונטריסים, וואס ענטהאלטן צוויי אפטיילונגען, איינס די ענינים וואס ער רעדט ארום יעדע מיטוואך נאכט אין זיין ביהמ"ד אין בורו פארק, ווי ער לערנט פאר ליקוטי מהר"ן, אגרא דפרקא, אדער אן אנדער חסידיש ספר, מתובל ברעיונותיו, געבויט אויף זיין חסידישע קבלה, זיין קבלה'דיגע דרך עבודה, זיין הערליכע דרוש און הלכה למעשה'דיגע מסקנא, און דער צווייטער חלק איז זיין שיעור וואס ער לערנט פאהר פאר בחורים אמאל ליקוטי אמרים, און אמאל מסילת ישרים על הסדר, מיט די שטארקע הדרכה, פאר יונגע בחורים, זיין האס צום עולם השפל, זיין עקל צום עולם הגשמי, וכולי,

ער האט אין ירושלים א הערליך ביהמ"ד, ווי ער פראוועט און זאגט, אין די זומער חדשים, זייענדיג אלץ בירושלים עיה"ק, אין בורו פארק איז זיין ביתו נאוה קודש, און דארט איז די צענטעראלע ביהמ"ד, און אין לעיקוואד איז לעצטענס געפארטיגט געווארן א פרעכטיגע ביהמ"ד, וואו עס דאווענען קרוב צו הונדערט יונגעלייט, בני ישיבה, פון ליטווישן חדר, וואס ציען צו אור תורתו, וואו ער פארט א צוויי דריי מאל אין יאר לחזק ולהדריך,

אויך אין וויליאמסבורג געפינט זיך שוין קרוב צו אכט יאר א סטיטשינע שטיבל, אויף דער פלאשינג גאס, ביי דער ווינקל פון ספענסער סטריט, ווי עס דאווענען א פערציג פופציג יונגעלייט, אלע סאטמארע מבטן ומלידה, אלע פון סאטמארען קרייז בלב ובנפש, דער שטיבל האט זיך קונה שם געוועהן אלס א גאר ערענסט פלאץ א יחיד במינו, מיט א זעלטן ווארמע דאווענען, יעדע שבת ויו"ט, עס קומט דארט פאר סעודות ר"ח, און מסיבות חנוכה, ערענסטע שלש סעודות, און צומאל הילולא קדישא'ס, צוויי מאהל אין יאהר האט די וויליאמסבורגע שטיבל צו האבן דעם רעבין אלס גאסט, ווי ער פארברענגט בקרב חסידיו, ותלמידיו, אריינגיסנדיג עמערס חיזוק, געווענליך קומט עס אויס איין מאהל אנהייב ווינטער, און דאס צווייטע בימי הספירה, אין וויליאמסבורג ווערן די שבתים ספעציעל הערליך אפגעראכטן, און ספעציעל ווארעם, קודם די לעכטיגע קבלת שבת ווי דער רבי דאווענט פארן עמוד, און רעכט אפ א לכה דודי מיט א מזמור שיר ליום השבת, מיט אזא בענקעדיגע גייסט, א נשמה וואס וויל שוין זיך געפונען תוך אמוני עם סגולה, דער התנערי מעפר קומי, באקומט דארט א טייטש, דער ימין ושמאל תפרוצו ווערט דארט פארזיכערט, און דערנאך די געהויבנע באטע, ווי דער רבי פארציילט קודם מעשיות פון צדיקים וואס הילולא שלהם געפאלט אין די וואך, דברים מקוריים, וואס ער געט איבער פון זיין רבין איש מפי איש, מיט פארצייטישע אויסדרוקן, און חסידישע חן, און דערנאך די זמירות לשבת קודש, די שירות ותשבחות למלך ק-ל חי, דער צמאה נפשי זעהט זיך, דער לבי ובשרי שפירט זיך, דער שמי שמים עפענט זיך, און כל צבא מרום הערן זיך צו, די אנגענעמע אטמאספערע ווי יודן גיסן אויס דאס הארץ מיטן הילף פונעם נשמה יתירה, אך ווי קען מען דאס אפילו באשרייבן, דערנאך דער לו יחי' גבר שנין אלפין, דער אנת הוא מלכא מלך מלכיא, דער אודה לק-ל לבב חוקר, נאך א צוויי דריי שעה אזוי פארברענגן, זינגט דער רבי כבודו מלא עולם, דער רבי איז פארדבקה'ט פארקאכט, ער קען מער נישט איינזיצן, ער מוז זיך אויפשטעלן, ער כאפט אזא כמו שפאציר, אהער און אהין, און מען קען אט הערן די משרתיו שואלים זה לזה אי' מקום כבודו..... און דערנאך דער טאנץ אה ווי נעמט מען די פעדער דאס צו באשרייבן,

און אזוי ווייטער דער שבת אינדערפרי דאווענען, דער נשמת, רייסט דאך הערצער, עס שפריצט דאך יעדן אן מיט אזויפיל אמונה מיט אזויפיל הרגש דקדושה, דער הכל יודוך, אפס בלתך גואלינו, און אזוי ווייטער און ווייטער, ביז דער קלימאקס שלש סעודות ווי דער רבי פירט דעם עולם פאר איבער א שעה און א האלב ארום אין די פעלדער פון תורה, און די וועלדער וואס נאר די באשעפער געוועלטיגט, און די וועגן פון חסידות און די שטעגן פון עבודה, הפלא ופלא, נורא נוראות,,.....

לעיקוואד » זונטאג אפריל 28, 2013 5:07 pm

· #109460
ראו מה בין בני וכו'.

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 5:14 pm

· #109461
ברוכים הבאים יושב, כ'האף איר וועט אונז נישט פארלאזן, אדרבה מאכט אייך באקוועם.
עס איז זייער א שיינער מאמר. קלאר אז ביי רבי מאטל קען מען שפירן א טעם אין א שבת, קלאר אז רבי מאטל איז א איד אן עובד ה' א בן עלי' ויראת ה' חופף עליו כל היום. איך קען נישט אנצייגן וואו איך אדער ידידי הרב חכם הרזים לעיקוואד זאל האבן געשריבן פארקערט.
איר דארפט אביסל כאפן דעם סגנון, וועט איר זען אז מיר זענען אויפ'ן זעלבן בלעטל.
יהא בואכם לברכה, זאל זיין א גוטער ישוב, און און לאזט גריסן אלע אונזערע ברידער מעבר לים אין עלמא דביעיתא.

אויס מענטש » זונטאג אפריל 28, 2013 5:18 pm

· #109465
שלום עליכם יושב אוהל יהא בואכם לברכה

די ארטיקל וואס איר ברענגט נאך, איז אנגעהויבן זייער גוט אבער תיכף נאך די ערשטע פאראגראף איז סתם בלא בלא בלא,
ר' מאטיל זאגט, גיסט, ווארפט האט א ביהמ"ד דא דארט, אזעלכע אינגעלייט אדער אזעלכע, אלעס ארום און ארום, מאראנצן זאפט האט געשריבן וועגן ר' מאטיל גופא זיין פנימיות, זיין מהלך און זיין שיטות,

אבער די ארטיקל וואס די ברענגסט קען יעדער חסיד שרייבן אויף זיין רבי'ן,
ואתכם הסליחה

רב מטעם » זונטאג אפריל 28, 2013 5:26 pm

· #109467
קיבלתי מחכם אחד: צוויי גדולים רעדן פינעם שפלות הדור און פין אמת'ע ערליכע יודען. דער סאטמערער רבי ז"ל אין ר' מאט'ל.
פארוואס אבער דער וואס איז געווען ביי רבינ'ס תורות האט פארשטאנען אז ווען ער זאגט שפלות הדור מיינט ער זיך, אין ווען ער רעדט פין ערליכער יודען מיינט ער די צדיקים הקודמים.
ווידערום ביי ר' מאט'ל פארשטייט מען, אז שפלות הדור מיינט מען די צדיקי הדור, און די אמת'ע ערליכער יודען מיינט מען אים אליינס.
תירוץ: ווייל דאס איז טאקע זייערע כוונות. ודפח"ח

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 5:29 pm

· #109468
שוין ס'האט זיך פארשפראצט א פארשפראצונג פון שפראצונגען, יושב מותיב ורב מפרק כתלמידי חכמים שמנצחין זו בזו בהלכה.
להגדיל תורה ויאדיר.

משה געציל » זונטאג אפריל 28, 2013 5:40 pm

· #109477
מאראנצןזאפט
שוין ס'האט זיך פארשפראצט א פארשפראצונג פון שפראצונגען, יושב מותיב ורב מפרק כתלמידי חכמים שמנצחין זו בזו בהלכה.
להגדיל תורה ויאדיר.


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3592">viewtopic.php?f=4&t=3592</a><!-- l -->

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 28, 2013 5:45 pm

· #109480
אויס מענטש, ביטע, נעם אויף א גאסט שיין, קריטיקיר נישט שוין ביים ערשטן תגובה. מען קען עס פארווארפן אויף א שענערן וועג.
גם אני אצטרף אז דאס איז איינע פון די שענסטע אשכולות, און צוליב גילוי קען איך נישט צופיל רעדן, אבער איך האב שוין באזוכט ביי כמה פון די אויבנדערמאנטע בלויז אויף א וויזיט.
(איך בין נישט געקנאטן פון די טייג צו בלייבן דארט 24/7)

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 28, 2013 5:54 pm

· #109490
אויס מענטש
שלום עליכם יושב אוהל יהא בואכם לברכה

די ארטיקל וואס איר ברענגט נאך, איז אנגעהויבן זייער גוט אבער תיכף נאך די ערשטע פאראגראף איז סתם בלא בלא בלא,
ר' מאטיל זאגט, גיסט, ווארפט האט א ביהמ"ד דא דארט, אזעלכע אינגעלייט אדער אזעלכע, אלעס ארום און ארום, מאראנצן זאפט האט געשריבן וועגן ר' מאטיל גופא זיין פנימיות, זיין מהלך און זיין שיטות,

אבער די ארטיקל וואס די ברענגסט קען יעדער חסיד שרייבן אויף זיין רבי'ן,
ואתכם הסליחה


אויס מענטש אדרבה מיר ווילט זיך זייער שטארק שפורן דעם טעם ביי זיידל קרעטשנעפער אפשר שרייבסטו מיר אפ א שטיקל הערכה בדומה צו יושב אהל׳ס.

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 6:03 pm

· #109495
כ'האב דאס ערהאלטן אין אישי פון א חשוב'ן חבר דא מיט א בקשה אז איך זאל דאס ארויסשטעלן.
איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אויף וואס ס'שטייט דא.

אישי
איך בין געווען אויף א שמחה שבת אין מאנסי נישט לאנג צוריק. דער משפיע "ברוין" (כ'דענק נישט זיין ערשטטן נאמען איצט) האט געדאווענט דארט פרייטאג צו נאכטס. ער איז יעצט אין יאר, זיין טאטע איז נפטר געווארן געציילטע חדשים צוריק. דער איז זיך נוהג אליינס צו זאגן קדיש יתום פאר כגוונא, נישט ווי מאנכע פירן זיך אז דער ש"ץ זאגט עס. איך האב פון גארנישט געוואוסט, נאר פלוצלינג נאך ד' לאורך ימים, הער איך א אויסגעשריי וואס האט פארגליווערט מיין בלוט "יתגאאאדייל וייתקאאאדייש שמייייי ראבאאא!!!!!" מיט קולות רבים אדירים, אלע אין ביהמ"ד האבן זיך ספאנטאן א דריי געטאן צו זיין ריכטונג, דער האט געמאכט אזעלכע אומבאנומענע קולות, דער קדיש וועלכער נעמט געווענליך א מינוט-צוויי האט גענומען 3 מאל לענגער, לאנגזאם יעדעס ווארט מיט קולות וברקים, אזש עטליכע קלענערעע קינדער זענען בלאס געווארן פאר שרעק. איך האב נאך אזוינס נישט בייגעוואוינט.
כ'האב גערעדט צו 2 באקאנטע דארט, און זיי האבן מיר געזאגט אז ער איז א משפיע מיטן נאמען ברוין. ער קוקט אויס ווי א יונגער מענטש,בכלל נישט ווי א משפיע. ער האט געהאט מיט זיך א 3 אדער 4 קינדער זיינע, אויסנאם איידעלע זרע ברך ה' אלע מיט גרויסע קאפלעך און די שכינה רוהט אויף זיי, אין די פרייע צייט, אפילו צווישן שמון"ע און ויכולו, נעמען זיי אלע א חומש אדער א גמרא, אויך די גאר יונגע קינדער! זיי בטל'ען נישט די צייט. זאגט מיר דארטן איינער אז זיין קרוב איז צווישן די "מקבלים", ער דרייעט זיך ביי אים, ער איז א געהויבערנער יונגערמאן מבני עליה והמה מועטים, און יענער קרוב האט אים געזאגט אז דער משפיע ברוין פאדערט אסאך פון זיינע מענטשן, שווערע מחשבה וואס לאו כל מוחא סביל דא, נישט נאר במעשים אויבערפלעכליך, האר טאקע בפנימיות, ער לייגט אריין אין זיי א שטארקע עבודה,

זר זהב » זונטאג אפריל 28, 2013 6:26 pm

· #109512
ס'דא אויך וואס זענען משפיע אפילו אפיציעל זענען זיי נישט ''משפיעים''... ווער קען באשרייבן אזא איד ווי ר' יוסף חיים גרינוואלד? ער האט אויף ווייניג אידן געהאט אן השפעה? כ'מיין אז ער (דורך אים) האט אויפגעבויעט עטליכע ריזיגע תורה טעיפ קאמפעניס.

צו פארשטיין ווי פארעהרט דער איד איז. כ'בין געווען אפאר יאר צוריק ווען ער האט פארגעלערענט אין ראדני ערב די צווייטע טעג יו"ט. ווען ער האט געענדיגט רעדן האט זיך געמאכט א רייע מיט אידן וואס זענען אים געגאנגען וואונטשן א גוטן יו"ט, ער האט געמיינט ער וועט פערטיג ווערן אין אפאר מינוט, און ער האט געהלטן אין איין גיין אזוי, ארויסצוגיין. ווי וואס ווען. ס'האט אויסגעקוקט באלד ווי ר"ה ביים ברך משה... יעדער האט געוואלט אדורך גיין דעם איד און ווינטשן/ווערן געווינטשן פון אזא צדיק מיט א שטאפען הוט.

ודי למבין » זונטאג אפריל 28, 2013 7:44 pm

· #109527
עס איז זייער אינטרסאנט צו באמערקן ווי אפאר טייערע אידן האבן זיך מטריח געווען זיך אריינצושרייבן נאר לכבוד ר' מאטל, האפנטליך וועלן זיי אונז נישט פארלאזן, כמשל הקדמוני פון קופרניקוס וועגן די אמבסאדארן.
לענינינו איז די טענות אויף ר' מאטל אז ער רעדט פון זיך אדער אז בארעדט אנדערע רעבעס, אביסל מוגזם, צווישן אזא ים פון רעדן אויף אזויפיל נושאים כאפט זיך אמאל ארויס זיין מיינוג (וואס איז די מיינוג פון רוב יושבי הק"ש) אויף די אנדערע רבי'ס. און ער קען פונקט אזוי רעדן בהערצה אויף היינטיגע רעבעס (טאהש, לעלוב ב"ב זצ"ל, אמשינוב ועוד). ווער עס האט געהרט זיינע שיעורים בעניני גאוה וענוה קוקט אנדערש אן דאס וואס מען קען פארשטיין צווישן די שורות אז ער רעדט פון זיך.
נמצינו אומרים אז דאס וואס ער רעדט אויף רעבעס און דאס וואס ער האלט פון זיך, קומט פשוט פון איין מקור ווייל דאס איז די אמת.
אינטערסאנט אז מעןהאט נישט ארויסברעגענט דא א וויכטיגע נקודה פון זיין מהות און דאס איז די ענין פון אהבת ציון וירושלים כידוע ליודעים.
בלאט: 1 2 3 4 5 6