משפיעים און זייערע השפעות!
278 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3374
מאראנצןזאפט
אבער לפי הבנתי טענה'ט ער נאר דאס אויף דעם היתכן אז מ'פרעגט אים בכלל אזא שאלה און נישט פאר רבי אשר אריאלי.
און ספאלט עם נישט איין אז טאקע אויף ר' אשר אריאלי איז דא דער זעלבער קשיא, און אפשר נאך שטערקער. ובפרט על פי חסידות (עי' הקדמות החוה"ל, מס"י, צוואת הריב"ש).
ר' שרגא פייבל ר' גדליה הרב וואלפסאן, וואס זיי אלע פעלט דער הבנה 😲 🙄 😮 😕
היימישער ליטוואק, קענסט מאכען מיט די אויגען און די הענט פון היינט ביז מארגען, עס וועט נישט טוישען קיין מציאות.
קען זיין אז די אלע פארשטייען יא, נאר זיער שיטה איז סייווי צו מאכען א נייע רעסיפי וואס איז משלב די גוטס פון יעדער שיטה כפי ראות עיניהם. דאס איז גאנץ א גלייכע מהלך, אפילו אויב נאר פארדעם אז עס זאל אועוקנעמן אבביסעל שנאת חנם און אני ואפסי עוד. מקען זעהן אין ר' יהושע געלדצעהלער'ס ספר וואס ער ברענגט פון זיין שווער הרב דעסלר וועגן דעם.
דאך קומט ארויס פון דעם אמאל אבסורדישע זאכען ווי למשל רצ"מ זילבערבערג וואס דערמאנט בנשימה אחת דער נפש החיים חפץ חיים דברי חיים שפע חיים שפתי חיים, און כאפט ניטאמאל אז ער האט יעצט געמאכט אזא ריזן עושה שלום במרומיו אן אפילו וויסען אז קיין איינע פון די ווערטלעך שטימען נישט מיטן צווייטען.
א פערזענליכער ייש"כ פאר הרב לעיקוואד פאר'ן זיך אריינלייגן אין די לענג און אין ברייט כיד ה' הטובה עליו.
אדרבה ואדרבה, די אלע וואס טוהן דורך די פארשידנע שיטות און מהלכים, ווייסן בעסער די חילוקים און אינטערשידן פון איינעם צום אנדערן. דאס האט גארנישט מיט זייער שיטה אז מ'דארף דאס קאמבאנירן און משלב זיין ביים זאגן תורה און ביים לערנען. אבער צו זאגן אז רצ"מ פארשטייט נישט אדער אז רמ"וו פעלט די הבנה איז נאנסענס.
לעיקוואודדאך קומט ארויס פון דעם אמאל אבסורדישע זאכען ווי למשל רצ"מ זילבערבערג וואס דערמאנט בנשימה אחת דער נפש החיים חפץ חיים דברי חיים שפע חיים שפתי חיים, און כאפט ניטאמאל אז ער האט יעצט געמאכט אזא ריזן עושה שלום במרומיו אן אפילו וויסען אז קיין איינע פון די ווערטלעך שטימען נישט מיטן צווייטען.
👍 אזא גוטס האב איך שוין לאנג נישט געהערט.
היימישער ליטוואקאדרבה ואדרבה, די אלע וואס טוהן דורך די פארשידנע שיטות און מהלכים, ווייסן בעסער די חילוקים און אינטערשידן פון איינעם צום אנדערן. דאס האט גארנישט מיט זייער שיטה אז מ'דארף דאס קאמבאנירן און משלב זיין ביים זאגן תורה און ביים לערנען. אבער צו זאגן אז רצ"מ פארשטייט נישט אדער אז רמ"וו פעלט די הבנה איז נאנסענס.
פארוואס איז עס נאנסענס? ווייל דו האסט אן אמונה אז זיי ווייסען אלעס? וייז מיר ערגעץ וואס דו זעהסט אז רצ"מ אדער רמ"ו פארשטייט דאס וואס איך האב מסביר געווען.
דאס איז זיכער אז זייערע תלמידים האבען נישט קיין השגה בכלל אז סדא א חילוק.
און איך מיין אז ווער ספארשטייט ווייסט אז צו משלב זיין אלע איז א זיך צו דינגען מיט אלע און מאכען א נייע שיטה פון pick and choose , נישט צו גלייבען אין אלע ווי רצ"מ און רמ"ו מיינען.
יאירלעיקוואודדאך קומט ארויס פון דעם אמאל אבסורדישע זאכען ווי למשל רצ"מ זילבערבערג וואס דערמאנט בנשימה אחת דער נפש החיים חפץ חיים דברי חיים שפע חיים שפתי חיים, און כאפט ניטאמאל אז ער האט יעצט געמאכט אזא ריזן עושה שלום במרומיו אן אפילו וויסען אז קיין איינע פון די ווערטלעך שטימען נישט מיטן צווייטען.
👍 אזא גוטס האב איך שוין לאנג נישט געהערט.
מצטרף צום ווערטל, אבער מחולק מיטן תוכן. פ"וו נעמסטו אז ער כאפט נישט. ער כאפט שוין איינמאל!
איך זע אז די גדולי המשפיעים דבית הקפה רעדן מיט אזא זאפטיגקייט, די השפעות רינט פון אלע זייטן, און איך שטיי אין א זייט שעמעדיג, איך האב מורא אויפצוהייבן דעם קול, נישט ווייל איך בין אן עניו, אדרבה, ווער ס'קען מיר ווייסט אז איך ארבעט גאר שווער אויף די געהויבענע ענינים פון בשבילי נברא העולם און גדלות האדם. נאר עס איז פשוט אן ענין פון במופלא ממך אל תדרוש, די משפיעים געשעפט איז א סוגיא וואס איך האב נישט ארויס ביז'ן היינטיגן טאג. מיט מיין קוצר הבנתי און עומק המושג בין איך א בער ולא אדע, איך שפיר נישט די השפעות וואס גיסן זיך פון די משפיעים, איך שטיי, איך קוק, איך זוך, אפשר דאך, אפשר פאלן זיי אין א זייט, איך צי אויס מיין האלז און איך עפן מיר דאס מויל אז די השפעות זאלן קענען אריינגיסן, איך פארמאך די אויגן, איך פארקנייטש מיר דאס היטל, איך קנייטש עס אויף, איך שעטל זיך אויפקן קאפ כדי מיין פנים זאל ווערן בלאס און מאגער, אבער די השפעות ווילן נישט קומען.
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פון וואס באשטייען די עמערס השפעות וואס גיסן זיך פון די גדולי המשפיעים בדורינו? אויב איך הער די מעשה פון הרב בידרמן אויף א קאסעטע פון פסח קראהן, צו האט דאס די זעלבע השפעה? אויב איך זע דעם ווארט פון רבי צבי מאיר אין גליון מבאר רבותינו, צו האט די השפעה דעם זעלבן תוקף? אויב איך לערן די קבלה תורה פון גרשום שלום אנשטאט פון רבי מאטל, צו קומען נישט די השפעות צו פליסן? אויב נישט, וואס איז דער סוד ווי אזוי מ'ווערט אן אמת'ער משפיע, נאסע פיאות? שווארצע בארד? אינטערעסאנטע טיפ? א הייזעריגע שטימע?
אודה ולא אבוש, איך בין נאך נישט געווען ביי אלע משפיעי דורינו, איך האב נישט קיין הונדערטסטל פונ'ם עקספערטיז וואס מיץ תפוזים האט זיך איינגעקויפט ביים אויסדינען אלע עבודה זרות יונגערהייט. איך בין איינמאל אריינגעפאלן ביי רבי מאטלען, כ'האב זוכה געווען אים צו זען טאנצן מיט א ברוינע מצה שטריימל און פארגלייזטע אויגן, און אים הערן רעדן איבער די ענינים העומדים על הפרק, צו יעקב אבינו מיט לאה זענען געווען דער זיווג צווישן זעיר אנפין און בנין דוכרין אדער צווישן עתיקא קדישא און חקל יצחק. אן אנדערס מאל כיתתי את רגלי און איך בין געגאנגען הערן קול חוצב להבות אש פון רבי צבי מאיר'ן, אבער איך האב גאנץ שנעל פארלוירן טרעק, ווען יעדע ווארט איז געווארן נאכגעזאגט פון זיבעצן באזונדערע ספרים, און די תורות זענען געווען אין די נושאים פון שמירת עינים, אמונה, חיזוק, לימוד התורה, ענוה, ווען אינצווישן כאפט ער אריין א באזוך אין כעס, גשמיות און רוחניות, עבודה, דאווענען, און אינאיינוועגס האט ער שוין געקאווערט עטליכע קשיות פון רש"י אויף די וואכעדיגע סדרה, כאטש די תירוצים האבן זיך לאו דוקא באצויגן צו די קשיות מיט וואס ער האט אנגעהויבן. איך שטעל זיך פאר אז אין יענעם שיעור האט ער פארענטפערט די קשיות וואס ער האט געפרעגט ביים פאריגן שיעור.
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
יאיר
אודה ולא אבוש, איך בין נ
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
וויאזוי דער עולם פון קאווע שטיבל ווערט נשפע פון המשפיע מלעיקוואד פארשטייסטו?
בערך אזוי ארבעטן אלע משפיעים, יעדער אויף זיין אופן און וואס ער האט ליב צו הערן.
איך האב געמיינט נאר א משל, אזויווי מקען פארשטיין אז סדא מענטשען וואס האבען ליב משלב זיין ויואל משה מיט כה אמר זרתוסטרא, וואס זיי ווערן לעיקוואדער חסידים, איז דא וואס האבען ליב משלב זיין שפע חיים מיט שפתי חיים, און זיי פארען צו אחד מחבורת נחלת יעקב.
לעיקוואדיאיר
אודה ולא אבוש, איך בין נ
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
וויאזוי דער עולם פון קאווע שטיבל ווערט נשפע פון המשפיע מלעיקוואד פארשטייסטו?
בערך אזוי ארבעטן אלע משפיעים, יעדער אויף זיין אופן און וואס ער האט ליב צו הערן.
פון לעיקוואוד ווערט קיינער נישט מושפע, אויב דו זאגסט א זאכליכע זאך וועט מען דיר אויסהערן און אננעמען, אז נישט וועט מען געבן א ציה מיט די פלייצע און גיין ווייטער. כמודמה לי אז משפיעים ארבעטן נישט אויף דעם זעלבן אופן.
לעיקוואדהיימישער ליטוואקאדרבה ואדרבה, די אלע וואס טוהן דורך די פארשידנע שיטות און מהלכים, ווייסן בעסער די חילוקים און אינטערשידן פון איינעם צום אנדערן. דאס האט גארנישט מיט זייער שיטה אז מ'דארף דאס קאמבאנירן און משלב זיין ביים זאגן תורה און ביים לערנען. אבער צו זאגן אז רצ"מ פארשטייט נישט אדער אז רמ"וו פעלט די הבנה איז נאנסענס.
פארוואס איז עס נאנסענס? ווייל דו האסט אן אמונה אז זיי ווייסען אלעס? וייז מיר ערגעץ וואס דו זעהסט אז רצ"מ אדער רמ"ו פארשטייט דאס וואס איך האב מסביר געווען.
דאס איז זיכער אז זייערע תלמידים האבען נישט קיין השגה בכלל אז סדא א חילוק.
און איך מיין אז ווער ספארשטייט ווייסט אז צו משלב זיין אלע איז א זיך צו דינגען מיט אלע און מאכען א נייע שיטה פון pick and choose , נישט צו גלייבען אין אלע ווי רצ"מ און רמ"ו מיינען.
ווען דו לערנסט אדער הערסט א שיעור, בלענדטסטו נישט צוזאם דעם פיליזאפיש גענויגטן רמב"ם הספרדי מיט דעם פראנקו-דייטשן רש"י צוזאמען מיט דעם גאליציאנעם מנחת חינוך און א ליטווישן שאגת אריה? פילסט א סתירה? היינט איז
יום הרמב"ם, ווען מ'מעג רעדן נאר פון דעם רמב"ם, ר' אברהם בנו, חכמי לוניל ביז דעם ראגאצ'ווער און רב קאפח - מארגן איז
יום ליטא, נאר פון דעם מהרש"ל, שאגת אריה און גר"א ביז ר' מתתיהו שטראשון מיט רב ריינעס, ר' חיים עוזר און דעם חזו"א. און אזוי ווייטער.
יו געט מיי פאינט?
מיר לעבן היינט - אין זייערע אויגן - אין א פאסט-אחרונישע תקופה ווען די חילוקים אין צוגאנג און אין שפראך איז נישט אזוי וויכטיג און צענטראל. בפרט, אז מלערנט דאס אויף למעשה, ארויסצונעמען הוראות מוסריות וחסידיות איז דאך באמת נישט קיין חילוק צו דאס איז ר' חיים פאלאג'י צו ר' חיים צאנזער אדער ר' חיים בריסקער, אלע זאגן דאך צו דינען דעם זעלבן גאט נאר זינגען דאס מיט אן אנדערן ניגון.
פון דא ביז זאגן אז זיי כאפן דאס נישט, איז אזוי ווי זאגן אז איינער וואס הארוועט אין גמרא תוספות מיט ראשונים ואחרונים בהבנה, כאפט נישט די פארשידנארטיקע דרך הלימוד'ס וואס זענען פאראן.
קודם כל, יא, זייער אסאך לומדים, מסתם רוב כאפען בכלל נישט, אז דער רמב"ם האט אנגעקוקט זאכען אינגאנצען אנדערש ווי דער שאגת אריה, און אז רוב פשעטלך פון ר' חיים בריסקער אינם רמב"ם האבן בערך אזויפיל צוטוהן מיטן רמב"ם ווי לאקשן קוגל מיט א תימנישער סחוג. זייער אסאך היינטיגע פשעטלך און מהלכים און נגלה זענען ווייט פון אויסגעהלט גלייך און יושרדיג טאקע וועגן דער קוגל רעסיפי.
קל וחומר אין נושאים ווי עס זענען פאראן הימל שרייעדיגער חילוקים, וואס איז ממש אוממעגליך צאמצושטעלן, וואס צו מאכען פון אלעס איין קוגל וייזט אויף אביסעלע אם אין דעת הבדלה מנין.
אמת, סאיז אפשר א שיינער מהלך צו זיך נישט וויסענדיג מאכען פון חילוקים און נעמן האמת ממי שאמרו. איז אבער דא לענ"ד א גרויסער חסרון אין דער וועג וואס די מענטשען טון דאס. עס איז איין זאך צו זאגען אמת אין הרמב"ם קרב אל הריטב"א ולא רש"י אל הפני יהושע, און דאך קענען מיר לערנען אלע און אליינס פארשטיין וויאזוי אנצורעכטן דער טשולענט. עס איז אבער אינגאנצן א צוייטער זאך צו זאגען אז לעולם האבען אלע רשונים און אלע אחרונים מסכים געווען צו דער מהלך פון אמונת ישראל. דאס ברענגט נישט קיין שלום און הבנה צו פלורליזם אין יידושקייט נאר פארקערט, מאכט אויסזעהן כיאלו סאיז נאר דא איין לעגיטימישער מהלך מאז ומעולם. וואס דאס איז פונקט פארקערט פון אסא מער א שכלדיגער און ריכטיגער מהלך צו מכיר זיין אז סאיז בכלל נישטא קיין איין מהלך אין יידושקייט וואס אלע זענען מסכים, און לויטן רמב"ם איז דער אריה"ק געווען אן עובד עבודה זרה, און לויטן רמ"ק איז דער רלב"ג געווען אן אפיקורס. דאך קענען מיר היינט געבן לעגיטימאציע פאר אלע און אננעמען פון יעדער איינער וואס שמעקט אונז.
רי"מ ורצ"מ
כ'האב נישט יעצט די מוחין צו אריינרעדן, מיין טוש וואס ווארט אויף מיר ווערט שוין קאלט.
איך האב איך אראפגעשריבן עטליכע נאטיצן מיט וואס ווייטער צו ציען מיינע 15 מינוט פון רימע וואס כ'האב מיך דא אזוי אומערווארטערט איינגעהאנדלט, ממילא העלין מיר גייען אביסל ווייטער, און האפנטליך מארגן וועלן מיר צוריקקומען צו דעם שטיקל זאווארוכע דא. כ'על פרובירן זיך צו האלטן אביעקטיוו לויט די ראט פון מיין ברודער ציטראןזאפט.
1. רבי יצחק משה ערלאנגער.
דער משגיח אין רחמיסטריווקא ישיבה אין ירושלים, דער מחבר פון די אמאל פאפולערע קונטרסים 'חסידות אויף פארשידענע נושאים מיט בלויע דעקלעך.
זיינע קונטרסים זענען זייער ווארעם געשריבן מיט אסאך ענערגיע, אבער מאכן נישט קיין סאך קלוגער אבער דעם מיליאן דאלער פראגע חסידות מהו?
ער איז א איד וואס פרובירט אריינצוברענגען זיין עבודה למעשה און שב"ק עסט ער 10 ערליי דיפס מיט פארשידענע גוונין מכוון כנגד די עשר ספירות. אודאי זעט ער אז די גרינע באבאגאנאש זאל גובר זיין אויף די רויטע טאמאטא דיפ.
(זיין פעטער אדער ברודער רבי סנדר האט הערליכע ספרים בעניני מאחורי וואס כ'האב אמאל געזען פארקויפן אין מונקאטש און איך זיך עס שוין לאנג. לעיקוואד, דו ווייסט פון וואס איך רעד?)
2. ר' צבי מאיר זילבערבערג.
אים קען יעדער און ס'איז נישטא קיין סאך וואס מוסיף צו זיין.
ער איז אן אמעריקאנער יונגל און א תלמיד פון ישיבה אף סאוט פאולסבורג וואו ער האט פלייסיג געלערנט מיט אזעלכע לייבן ווי הגרח"א ממונקאטש, הגר"א מבעסערמין, הגר"א זצ"ל מגעלטצעלער (ביז ער איז געפלויגן), און נאך.
א איד אן עובד ה' וואס ווארפט זיך ביים דאווענען ווי השרף מסטרעליסק.
אויך זיין חבורה איז נישט געגרינדעט געווארן מיט אים בראש, נאר מיט דער צייט האט מען געזען אז ער זאגט די בעסטע (קענסטוך שוין פארשטעלן...) און ער איז געווארן ראש החבורה.
האט אן אינטערסאנטן motto אז שטענדיג איז אין א געוויסע בחינה די העכסטע צייט פון יאר. ער קען רעדן פון א גרינעם עת רעוא פ' וישב כאילו יעצט איז קידוש החמה איינמאל אין 28 יאר. זעט אויס אז ס'דא מענטשן וואס שעפן א סיפוק דערפון.
ער איז אמאל געווען שטארק פאפולער און טויזנטער אידן פלעגן זיך צוזאמענקומען אים הערן דאהי. ס'האט נאכגעלאזט און ער קומט שוין ווייניגער.
לעיקוואד האט שוין דערמאנט אז אין זיינע ספרים איז אלעס איינס, און מיט'ן בעסטן ווילן פארשטיי איך נישט פשט וויאזוי א מענטש מיט אינטעלעקט קען אזאנס באווייזן.
מיין באבע שתחי' ליינט זיינע שיחות סעריע, זי טענה'ט אז ער זאגט איבער די זעלבע טויזנט ווערטער יעדע 10 מינוט.
יש אומרים אז ער איז די לב פון כלל ישראל און רבי מאטל דער מוח. און יעצט וועלן מיר געבן אייניגע מאמענטען פאר הרב לעיקוואד צו פארדייען דעם נארישן סטעיטמענט.
יאיר איז מיסאינפארמד און זיין פרוי איז העכסט נארמאל. ווי אויך זיינע קינדער. זיי גייען אפילו באוטינג מיט די מענער. זי איז א טאכטער פון הרב שווייצער פון תורה ודעת, און האט געוויסע תקופות אין לעבן שווער אויפגענומען איר מאנס ווערטשאפט, ביז זי האט ענדגילטיג געזען אז ס'ברענגט א באדייטענדע פינאנציעלע הרחבה.
אני הקטן האט געהאט די זכי' צו זען ווי ער הייבט אריין פון זיין רעבעצין בין תנור לכיריים. ס'איז געווען א מחזה הוד. ער איז געשטאנען און אויסגעהערט מיט א געוואלדיגע הכנעה, און מיר אלע וואלטן זיך געקענט לערנען דערביי פון זיין עבודת המידות. דא וועט שמעקעדיג לייקן, ורוח הקודש נזרקה.
און מיט דעם איז לעיקוואד כשר גערעכט אז פון ליינען די המודיע ווערט מען א ת"ח. אויב איך קוק נאר אריין אין א ספר אפילו פאר 15 מינוט פאר א יו"ט קוועלט מיין שווער פון מיין ברייטע גאונות און בקיאות. א מענטש פארציילט נאר וואס ער ווייסט און וואס ער ווייסט נישט ווייסט נאר ער, און אויך נישט אלעמאל.
לעיקוואודקודם כל, יא, זייער אסאך לומדים, מסתם רוב כאפען בכלל נישט, אז דער רמב"ם האט אנגעקוקט זאכען אינגאנצען אנדערש ווי דער שאגת אריה, און אז רוב פשעטלך פון ר' חיים בריסקער אינם רמב"ם האבן בערך אזויפיל צוטוהן מיטן רמב"ם ווי לאקשן קוגל מיט א תימנישער סחוג. זייער אסאך היינטיגע פשעטלך און מהלכים און נגלה זענען ווייט פון אויסגעהלט גלייך און יושרדיג טאקע וועגן דער קוגל רעסיפי.
ווי הגרי"י וינברג האט געשריבן:
"שאלתי פעם אחת את הגרי"ד בהיותו בברלין: מי גדול ממי: הגר"א מווילנא או ר' חיים מבריסק? והוא ענני: כי בנוגע להבנה ר' חיים גדול אף מהגר"א. אבל לא כן הדבר, הגר"א מבקש את האמת הפשוטה לאמתתה, ולא כן ר' חיים.
הגיונו וסברותי' אינם משתלבים לא בלשון הגמ' ולא בלשון הרמב"ם. ר' חיים הי' לכשלעצמו רמב"ם חדש אבל לא מפרש הרמב"ם. כך אמרתי להגאון ר' משה ז"ל אבי' של הגרי"ד שליט"א".
ר' סענדר (חזקיהו אלכסנדר סנדר יצחק) איז א ערשטער קאזין פון ר' יצחק משה. זיין טאטע איז געווען ר' חיים אריה א מקובל געוואוינט אין שוייץ האט ארויסגעגעבן מאירת עינים פון ר' יצחק דמן עכו ויש ממנו ספר על אגרת הרמב"ן ובאור החיים עה"ת. אחיו ר' יוסף איז געווען ר' יצחק משה'ס טאטע.
ר' סענדר קאכט זיך שטארק אין קדושה ענינים און האט אפאר ספרים געשריבען וועגן דעם, א חלק מלפני הפרגוד (תורת העבודה והתשובה על שובבי"ם, און טהרת התורה צויי בענדער אויף תקנת עזרא). און א חלק מאחורי.
ר' יצחק משה האט נאך א יונגערער ברודער ר' מנחם וואס איז אויך ווערט אן אפהאנדלינג.
אגב ר' ארהם ארלנגר מח"ס ברכת אברהם איז אויך א פעטער פון ר' יצחק משה ור' סענדר.
לעקוואוד און יאיר, איך קען הערן אז איר זאלט האלטן אז דאס איז נישט העלפ-פול צוזאמצומישן די אלע דרכים וכו' כדי להודיע אז עס זענען פאראן הרבה דרכים למקום. אבער וואס איך זאג איז אז פון מישן אדער בעסער געזאגט פון צוזאמשטעלן איז קיין ראיה נישטא אז ער האט נישט עומד געווען אז לא הרי הרב סעדיה גאון כהרי הווילנא גאון, ולא הרי הסבא דאתונא כהרי הסבא משפולה, ולא הרי מרן הבית יוסף כהרי מרן אלישיב.
דאס בין איך מסכים אז סנישט ממש א ראיה מוכרחת, אבער א שטיקל ראיה איז עס. סאיז אויך דא חילוקים פון וועם מרעדט און וויפיל זיי פארשטייען אז סשטימט נישט. ויש לחלק בין גברא לגברא ובין הבנה להבנה ואכ"מ.
איך האב מורא דא יכלה הזמן והמה לא יכלו, כמו שכבר כתב קאווע טרינקער לעיל. איך מיין אז אויף יעדער פון די פערסנאען דארף מען שרייבען א באזונדערע אשכול, און אחוץ פון דעם נאך אן אשכול מסביר זיין מער אין א ברייטערע קאנטעקסט דער ענין פון די משפיעים וואס הייבט זי און וואס ענדיגט זיי. איך זעה שוין מקען דא שרייבען א גאנצע טיזיס איבער דעם און באקומען א דוקטורוט לענין המשפיעים החסידיים בשנות תש"נ-תש"פ.
מאראנצןזאפט
האט אן אינטערסאנטן motto אז שטענדיג איז אין א געוויסע בחינה די העכסטע צייט פון יאר. ער קען רעדן פון א גרינעם עת רעוא פ' וישב כאילו יעצט איז קידוש החמה איינמאל אין 28 יאר. זעט אויס אז ס'דא מענטשן וואס שעפן א סיפוק דערפון.
דער מאטיוו פון מאכן א פשוטע ליל שישי פאר א זאת חנוכה, איז דוקא זיינער? איך דענק אז דאס איז א טאקטיק וואס ווערט געניצט דורך אסאך אנדערע משפיעים אויך.
מאראנצןזאפטער איז אן אמעריקאנער יונגל און א תלמיד פון ישיבה אף סאוט פאולסבורג וואו ער האט פלייסיג געלערנט מיט אזעלכע לייבן ווי הגרח"א ממונקאטש הגר"א מבעסערמין הגר"א זצ"ל מגעלטצעלער (ביז ער איז געפלויגן) און נאך.
איר זענט זיכער אז די אלע אויסגערעכענטע האבן געלערענט אין איין צייט אין סאוט פאולסבערג ?
לדוגמא, לפי ידיעתי האט רח"א ממונקאטש חתונה געהאט תשמ"ה ווען רצ"מ איז געווען א אינגער בחור. (בכלל האט רח"א געלערענט אין ס"פ נאר זומער בחודש אב)
מאראנצןזאפט\
1. רבי יצחק משה ערלאנגער.
דער משגיח אין רחמיסטריווקא ישיבה אין ירושלים, דער מחבר פון די אמעל פאפולערע קונטרסים 'חסידות אויף פארשידענע נושאים מיט בלויע דעקלעך.
זיינע קונטרסים זענען זייער ווארעם געשריבן מיט אסאך ענערגיע, אבער מאכן נישט קיין סאך קלוגער אבער דעם מיליאן דאלער פראגע חסידות מהו?
ער איז א איד וואס פרובירט אריינצוברענגען זיין עבודה למעשה און שב"ק עסט ער 10 ערליי דיפס מיט פארשידענע גווניםן מכוון כנגד די עשר ספירות. אודאי זעט ער אז די גרינע באבאגאנאש זאל גובר זיין אויף די רויטע טאמאטא דיפ.
אביסעל לשון הרע איבער ר' יצחק משה.
רי"מ איז פון די ערשטע, איך מיין אז ממש די ערשטע, פון די wave משפיעים פון וועם מיר רעדן, ער האט מער וייניגער אנגעצונדען דער מעטש וואס האט אנגעברענגט דער גאנצער זאך. דער ערשטער קונטרס זיינע "חסידות!!!" איז געווען ווי א קול קורא להחזיר עטרת החסידות ליושנה, הגם אז סשטייט נישט דארט פונקט וואס דאס איז דער חסידות פון וואס ער רעדט, כמ"ש רבינו מרנצז"פ למעלה, איז איין זאך זייער קלאר, אז דאס וואס דער עסטעבלישמענט רופט חסידות איז נישט דאס, בקיצור דאס איז גאר א שטארקע סטעיטמענט קעגן דער סטטוס קוו, און זייער א passionate רוף מזאל זיך אויפוועקן און אנהייבן טוהן עפעס אנדערש.
למעשה איז ער אביסעל געבליבען דער שלימזל פון דער גאנצער זאך, ווייל ער איז טאקע געווען דער ערשטער whistleblower, און בשעת וואס אנדערע יונגערע פון עם האבען שוין גאנצע בתי מדרשים וקהילות האט ער כמעט גארנישט. די סיבות פאר דעם זענען אפאר, ראש וראשון אז ער האט זיך געהאלטן א חסיד פון דער ראחמיטסריקווא רבי ז"ל ר' ישראל מרדכי. געוורען איז ער געכאפט אלץ בחור ביי זיין טאטע ר' יוחנן, האט געלערנט דארט אין ישיבה (אינם פריערדיגער גלגול פון ישיבת מאור עינים), און איז ווייטער געבליבען דארט אן אמתער חסיד. און האט זיך נישט דערוואגט צו מאכען שבת פאר זיך אדער בכלל טון עפעס אן אמתער שריט אן אישור פון זיין רבי'ן. נאר די לעצטע פאר יאר וואס דער רבי לעבט שוין נישט, און פון ר' דוד הגם לפנים איז ער זיך מכניע (קומט צו זיין טיש אפאר מאל א יאר..) איז ער א קנאפע חסיד פון עם, און עכ"פ זעהט עם נישט אלץ זיין רבי וואס ער דארף זיך באמת מכניע זיין פאר עם. בנוסף לזה אז דער ראחמיסטריווקער פאליטיק זעהט עם אביסעל אלץ א געפאר פאר די חסידות דארט, האט ער זיך ערלויבט צו עפענען א בית מדרש'ל אין אשדוד ווי ער האט אפאר חסידים, און האט שוין היינט אן אייגענער מנין אויך אין ירושלים.
עס זענען דא נאך סיבות וואס זענען תלוי אין זיין פערסאנעליטי, וואס איך האב נישט כרגע קיין חשק מסביר צו זיין.
די לעצטע יארען איז ער כמע יעדער צווייטער שבת נישט אינדערהיים, ער פארט ארום דער וועלט מפיץ זיין תורת החסידות לפי גירסתו, און דאס איז זיין חיות, כעין די אמאליגע מגידים ואוס פלעגן פארן פון שטאט צו שטאט זאגען מוסר פארן עולם.
כחלק פון זיין זיך איבער שרש החסידות איז ער אנגעקומען לערנען אסאך קבלה, זיצט שוין יארען אין שער השמים, און דער סיכום פון וואס ער האט געפינען וועגן דעם איז א ספר "קבלת הגאונים" פון דריי דיקע בענדער, וואס איבער דעם איז דא אסאך צו רעדן.
איז גאר א שטארקער מבקר פון דער גאנצער חרדישער עסטעבלישמענט, הגם אז אין דרשות ברבים היט ער זיך נישט צו רעדן, פאר פראגמאטישע טעמים, קען ער זיך אויסדריקען ביחיד מיט גאר שארפע ביטויים און האט באופן כללי נישט קיין שום טראסט אין דער גאנצער מהלך, בעיקר ווייל ער טענה'ט אז סאיז דער היפך פון אמתער עבודת ה' על דרך החסידות.
הגם ער פליט אסאך אין הימל, איז ער מצד שני גאר שטארק מכיר אינם מציאות, (משא"כ למשל ר' מוטל אדער רצ"מ), און וייסט אז אין עפעס א פלאץ איז דא א גבול צו דער גאנצער הימל פליעניש און דער אמתער מבחן ונסיון פון א מענטש איז אין פשוטער בעלבת'ישער בשר ודם'דיגר זאכען, לעבט נישט נאר אין תאוריות נאר אויך אין מציאות.
ודי בזה כעת.
מאראנצןזאפטרבי דן איז א טייערער איד וואס האט אמאל באקומען דעם פאדיום פארענט פון 40 טויזנט אידן פלאס וואו ער האט געוויינט בדמעות שליש איך האב נישט קיין סך מער.
איך האב אמאל געהערט בשם אים א גוט ווארט, אז א בחור'ל מאכט זיך א סדר יומי אין משנה ברורה, און קומט אן צו דער הלכה אין שלחן ערוך אז מ'דארף אינזין האבן ביי די שמות הקדושים היה הוה ויהי' וכו', און נעמט זיך אונטער דאס איז איז מ'גייט טוען צו דער זאך.
מה נעשה, א גאנצן דאווענען איז ער נערוועז פאר'ן נעקסטן שם וואס קומט שוין אט, און אויב האט ער נאך אמאל אינזין געהאט איין ווארט ביים דאווענען בלייבט ער יעצט מיט גארנישט.
ס'איז א גרויסער יסוד אין עבדות ה'.
גר ותושב אנכי עמכם. איך ליין שוין א אפאר טעג אבער דאס איז מיין ערשטע תגובה.
איך האב געוואלדיג הנאה פון די שמועס דא און פון אלע זאכליכע און אינטערעסאנטע אינפארמאציע טראץ דעם וואס אני הקטן האב נישט געטראפן דאס פלאץ ביי קיין איינער פון די אויבן דערמאנטע, דאך קען איך גוט פארשטיין די וואס האבן יא.
איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן, עס וואלט מיר אבער געווען גאר אינטערעסאנט צו הערן מער איבער ר' דן. איך האב בכלל קיינמאל נישט געוואוסט אז ער האט אן עמטליכע פאלאואינג.
פאר א צייט צוריק האב איך אנגעטראפן אין א לייברערי א בוך מיטן נאמען "וכי נחש ממית", געשריבן אין עיברית דורך איינער "ישראל סגל". עס האט אויסגעזעהן אינטערעסאנט האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען.
שרייבט ער דארטן זיין לעבענס געשיכטע ווי אזוי ער איז אויפגעצויגן געווארן אין ירושלים ביי פרומע עלטערן און דערנאך אין פונוביזער ישיבה ביז ער האט אפגעלאזט די אידישע דרך און אזוי ווייטער. רוב פון די בוך פארציט זיך איבער זיין רילעישאנשיפ מיט זיין עלטערע ברודער (רופט אים נישט אן ביים נאמען) וועלכער איז שפעטיר געווארן א מנהיג אדער ראש ישיבה. די שרייבער פרובירט ניטאמאל צו באהאלטן זיין שרעקליכע ווייטאג/שנאה וואס ער האט אקעגן דעם ברודער און ער שיט אויף אים פעך און שוועבל אן רחמנות. נאכן שטודירן די נושא אביסל האב איך אויסגעפונען אז דער ברודער איז נישט קיין אנדערע ווי ר' דן.
ווי שטארק איך האב פארשטאנען אז א פארווייטאגטע נוגע בדבר איז נישט נאמן, האט דאס פאקטיש פארמירט א גאר שלעכטע איינדרוק איבער ר' דן אין מיין מח.
פארדעם בין איך שטארק אינטערעסירט צו הערן אפאר פאזיטיווע שטריכן איבער אים. ותודה למפרען
ווען דער ברודער איז געשטארבן איז ר' דן נישט געזעצן שבעה אויף אים.
מורינו הרבווען דער ברודער איז געשטארבן איז ר' דן נישט געזעצן שבעה אויף אים.
איך האב געוואוסט אז ער איז נישט געווען ביי די לוי' אבער נישט געזעצן שבעה אויך האב איך נישט געוואוסט. איז דאס או הלכה זאך אז מען זיצט נישט שבעה נאך אן אפגעפארענע ברודער?
כך פסק הריש"א
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/1,7340,L-3454523,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/1,7340,L-3454523,00.html</a>
משה געצילמאראנצןזאפט
האט אן אינטערסאנטן motto אז שטענדיג איז אין א געוויסע בחינה די העכסטע צייט פון יאר. ער קען רעדן פון א גרינעם עת רעוא פ' וישב כאילו יעצט איז קידוש החמה איינמאל אין 28 יאר. זעט אויס אז ס'דא מענטשן וואס שעפן א סיפוק דערפון.
דער מאטיוו פון מאכן א פשוטע ליל שישי פאר א זאת חנוכה, איז דוקא זיינער? איך דענק אז דאס איז א טאקטיק וואס ווערט געניצט דורך אסאך אנדערע משפיעים אויך.
ביי אים איז עס אויך ליל חמישי און נישט אז ס'איז זאת חנוכה נאר דעס סאמער יום המיתה.
בקיצור ער איז דער גרעסטער מגזם אין דעם הינזיכט און פרעדיגט דאס ממש 365 טעג א יאר.
ר' שמחה, ניין איך בין נישט זיכער, כ'האב צוזאמגעשטעלט די ליסטע פון גאסן שמועות.
יישר כח פאר דעם אשכול, ס'איז מורא'דיג אינטערעסאנט
כ'האף קיינער וועט מיך נישט אנשרייען אז ס'באלאנגט נישט אהער, אבער אפשר קען איינער באשרייבן ממש בקיצור די חילוקים צווישן די אלע היינטיגע גרויסע רבי'ס בעניני כח השפעה. למשל וואס איז די חילוק צווישן די סאטמארע רבי'ס און דער בעלזער רביס מהלך און דער סקווירערס רבי. וכדו' וואס טוען זיי אז זייערע חסידים בלייבן חסידים. וואס פארלאנגען זיי יא און וואס נישט. איז עס געלט, כבוד, צו בלויז די קינדער, מיט וואס און וויאזוי שפירט זיך היינט א חסיד צוגעבינדען צו זיין רבי'ן. כ'מיז מודה זיין על האמת, מען זעהט די בילדער פון רבי'ס מיט טויזענטער חסידים, און איך טראכט רבש"ע וואס האבן די אידן פון אים? געזונטערהייט. כ'באלאנג צום חסידות אבער מענשען זענען דאך נישט משוגע ס'מוז דאך זיין ער זאל זיין מקושר צו אים, אין וואס שטעקט דער קשר. וואס איז דער כח המושך צום טיש, חתונה, אלע תפלות ועוד. ס'איז קלאר אז יעדע מנהיג, רב, רבי און אפילו ראש ישיבה האט א מהלך
בעצם וואלט מען געקענט דרש'נען אויף יעדע ווארט פון לעיקוואד תילי תילים של הלכות אבער איין זאך קען איך מיך ישט איינהאלטן הגם ס'פארקריכט אינגאנצן פונעם אשכול.
לעיקוואד שאקלט יסודות און טענה'ט חידושים אז רבי חיים האט מיט'ן רמב"ם וויפיל איך האב מיט העליפארני.
ס'זעט נישט אויס פון זיינע ווערטער ווי ער איז נישט מחשיב תורתו של רבי חיים, נאר אז מיט'ן רמב"ם האט עס גארנישט.
איך האב שוין לאנג דעם הרגש אז די חילוקים פון ר' חיים אינעם רמב"ם איז אזויווי איינער זאל דארט זוכן ראשי תיבות און גימטריאות, וואס ס'קען אפילו זיין אמת און ס'איז מן השמים, אבער דער רמב"ם רעדט נישט פון דעם, נישט דאס איז זיין כוונה, און ס'וואלט אים קיינמאל איינגעפאלן.
מען מאכט צופיל אוועק ר' חיים. זיינע חידושים זענען אזוי ווי עני אנדערע ספר אויף רמבם פין זיין צייט.
לדעתי איז אפילו אור שמח וואס אפיציעל איז ער יורד לעומק דער אריגינעלער רמב"ם אויך נישט רמב"ם.
קען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?
ר' לייבל מינצבורג
דער מתמידים מנהיג.
ר' יצחק דוד גרוסמאן - Disco Rabbi
אינטרעסאנטע איד.
קען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?
דאס איז דירעקט נישט מאראנצןזאפט'ס אשכול איך געב נאר דעם פתח כחודו של מחט.
ייש"כ און אויב האסט מער אינפארמאציע איבער רבי לייב ביטע שרייב.
הגם ער איז אביסל אנדערש און פיט נישט דעם אנצוג 'חסידישער משפיע'.
איחוד פעלדקען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?
איחוד, מען האט עס געזען די ערשטע מאל אויך. פארוואס קלערסטו אז ביים צווייטן מאל ווען מען ענדערש לאכן פון די דזשאוק?
אגב; דארפסט מיר זאגן שכוח. איך האב עס יעצט געברענגט צום קענטעניס פונעם עולם...
אראנו נפלאותרבי יצחק דוד גראסמאן, פון די גרעסטע משפיעים בדורינו. א געניטע פאנד רעיזער, און א לב רחום וחנון. ער איז אויך ווערד א אפשאצונג.
יא, איך
שריי שוין לאנג אזוי.
ער איז געוואלדיג, איינס נאך הפילוסוף האלקי יונתן סקס.
איין וויכטיגע משפיע האט מען דא אויסגעלאזט, הגאון רבי חיים ווערנער שליט"א מירושלים.
רבי חיים איז ארגינעל א סלונימער חסיד, ער פירט א חבריה מיט א בית-המדרש, ווי מען דאווענט לאנגע דאווענענ'ס. נשמת אליין געדויערט א גאנצע שעה יעדע שבת. אינמיטן דאווענען זינגט מען עטליכע מאל, ער איז א שטארק מרוגש'דיגע מענטש און איז מחנך זיינע מענטשן אויפצובויען די רגשות הלב. הרה"ק בעל נתיבות שלום זצ"ל האט שטארק געהאלטן פון אים און שרייבט אויף אים גרויסע שבחים.
טראצדעם וואס ער איז א גרויסער חסיד פון בעל נתיבות שלום ולהבחל"ח האדמו"ר מסלונים שליט"א, איז ער אויך א תלמיד החולק על רבו אין עטליכע הינזיכטן, בפרט בענינים שבין אדם לאשתו, וואו ער מאכט אוועק די סלונימער חומרות, זאגנדיג אז דער רבי קען זאגן וואס ער וויל, אבער צו מיר קומען אן די פראבלעמען וואס קומען ארויס דערפון... דאס איז א שטיקל ריס וואס הערשט אינערהאלב סלונים, ווי אזוי אנצוגיין מיט די ענינים. עכ"פ ער איז גאר א גרויסע משפיע און פארמאגט פיל אנהענגער אין די אלגעמיינע גאס.
מורינו הרבאיחוד פעלדקען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?
איחוד, מען האט עס געזען די ערשטע מאל אויך. פארוואס קלערסטו אז ביים צווייטן מאל ווען מען ענדערש לאכן פון די דזשאוק?
אגב; דארפסט מיר זאגן שכוח. איך האב עס יעצט געברענגט צום קענטעניס פונעם עולם...
שכוח.
אגב עס איז ארויף צוויי מאל בטעות, און ניין איך מאך נישט קיין דזאקס, איך מיין עס גאנץ ערענסט.
ער האט נאכלויפערס און גיט א שיעור איינמאל א וואך, א מחבר ספרים אויף קבלה. און עפעס איז ער דארט א קנאקער אין שער השמים.
אמאהל איז געוועהן בילדער און ווידיא ווי ער פאלט כורעים ביי מצוה טאנץ.
אויב איינער ווייסט מער דעטאלען, איז ער געבעטען צו שרייבען.
אה, יעצט כאפ איך... איך האב געמיינט אז דו מיינסט רבן גמליאל פון די משנה, אז ער איז אויך געווען א גרויסער מענטש און פארוואס קיינער רעדט נישט פון אים...
דארפסט שרייבן קלאר פון וועמען דו רעדסט, ווייל איך מיין אז ווייניג האבן פארשטאנען.
איחוד פעלדאמאהל איז געוועהן בילדער און ווידיא ווי ער פאלט כורעים ביי מצוה טאנץ.
ביי די צווייטע חתונה - מצוה טאנץ האט ער אויך געהאלטן הדסיםאין די הענט - די גארטל נישט.
מחבר געען מערערע ספרים מיטן נאמען טיב (נישט צו פארמישן מיט זיין נעפיו מחבר ספרי גם אני אודך)
אזוי אויך ערשיינט א וועכענטליכע בלעטל מיטן נאמען טיב הקהלה.
מיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.
שמו הרב איתמר שווארץ.
איר האט קיינמאל געהערט דעם נאמען, אבער זיינע ספרים האט איר שוין זיכער באגעגענט.
ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".
די ערשטע באנד בלבבי איז געווען א בעסט סעללער און האט מיטגעברענגט מיט זיך אן אויפרייס. ער רעדט וועגן אמונה, אז אלעס איז אמונה (נישט אויף קיין ברסלבער נוסח), און גיט אזעלכע עצות ווי האלטן א צעטל אין דער האנט געשריבן דעם שויתי. ס'האט א לייכטע צוציענדע שפראך און ס'קומט מיט דעם בליק אז דא גייט מען געהאלפן ווערן.
די אנדערע בענדער זענען שוין אסאך שוואכער.
ער שרייבט אויך אין קבלה אדער מעין קבלה. מיר האבן געזען א ספר מיט'ן נאמען קול דממה דקה געשריבן אויף זייער אן אינטערעסאנטן סגנון.
איך גלויב אז אין אן אראבישן קוראן וואלטן מיר מער פארשטאנען. אזוי פיל האכן מיר אנגעמערקט אז ס'האט א געראך פונעם רמח"ל'ס דרך הלימוד אויף קבלה וואס איז נישט אזוי ווייט השגות נאר מער אויף א הבנה'דיגן אופן, און זאל זיך יעצט יעדער אינרעדן אז מיר פארשטייען צו די קליינע אותיות.
למעשה איז ארויסגעוואקסן א פירוש בלבבי אויף בעש"ט על התורה און אויף מסילת ישרים.
די פראבלעם אז ביי אים איז אויך אלעס איינס און איבעראל קומט ער צוריק צו זיין אייגנארטיגן שניט כאילו מסילת ישרים און בעש"ט על התורה זענען טאקע ממש די זעלבע צוויי ספרים.
גם שמענו בשם רבי מאטל: ער איז נישט קיין בר סמכא. (נישט די גברא חלילה, זענען דרך הדרוש).
א בעל כשרון און אן עמקן איז ער זיכער, והא ראי' אז ס'שווער צו פארשטיין וואס ער וויל.
ער איז אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.
ער זאגט אויך שיעורים אין גמ'. עס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.
ער איז דא געווען און מיר זענען אים געגאנגען הערן. גייט א געבויגן היטל, א יונגערמאן אונטער 40 און טראגט אן ערנסטקייט אויפ'ן פנים.
גערעדט אין איינעמס דיינונג רום מ'איז געשטאנען ביז אויף דער גאס און מ'האט נישט געקענט אטעמען.
גערעדט אויף א ציכטיגן לשון הקדוש און היות מיר זענען געגאנגען אין ממי שאמרו'ס קלאס האבן מיר ווייניג פארשטאנען.
דער ציר איז געווען אז מ'דארף זיין א איד אין הארץ אויך. נאר אין הארץ אליין איז גארנישט, און אן הארץ איז ווייטער נישט בשלימות.
יאיראיך זע אז די גדולי המשפיעים דבית הקפה רעדן מיט אזא זאפטיגקייט, די השפעות רינט פון אלע זייטן, און איך שטיי אין א זייט שעמעדיג, איך האב מורא אויפצוהייבן דעם קול, נישט ווייל איך בין אן עניו, אדרבה, ווער ס'קען מיר ווייסט אז איך ארבעט גאר שווער אויף די געהויבענע ענינים פון בשבילי נברא העולם און גדלות האדם. נאר עס איז פשוט אן ענין פון במופלא ממך אל תדרוש, די משפיעים געשעפט איז א סוגיא וואס איך האב נישט ארויס ביז'ן היינטיגן טאג. מיט מיין קוצר הבנתי און עומק המושג בין איך א בער ולא אדע, איך שפיר נישט די השפעות וואס גיסן זיך פון די משפיעים, איך שטיי, איך קוק, איך זוך, אפשר דאך, אפשר פאלן זיי אין א זייט, איך צי אויס מיין האלז און איך עפן מיר דאס מויל אז די השפעות זאלן קענען אריינגיסן, איך פארמאך די אויגן, איך פארקנייטש מיר דאס היטל, איך קנייטש עס אויף, איך שעטל זיך אויפקן קאפ כדי מיין פנים זאל ווערן בלאס און מאגער, אבער די השפעות ווילן נישט קומען.
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פון וואס באשטייען די עמערס השפעות וואס גיסן זיך פון די גדולי המשפיעים בדורינו? אויב איך הער די מעשה פון הרב בידרמן אויף א קאסעטע פון פסח קראהן, צו האט דאס די זעלבע השפעה? אויב איך זע דעם ווארט פון רבי צבי מאיר אין גליון מבאר רבותינו, צו האט די השפעה דעם זעלבן תוקף? אויב איך לערן די קבלה תורה פון גרשום שלום אנשטאט פון רבי מאטל, צו קומען נישט די השפעות צו פליסן? אויב נישט, וואס איז דער סוד ווי אזוי מ'ווערט אן אמת'ער משפיע, נאסע פיאות? שווארצע בארד? אינטערעסאנטע טיפ? א הייזעריגע שטימע?
אודה ולא אבוש, איך בין נאך נישט געווען ביי אלע משפיעי דורינו, איך האב נישט קיין הונדערטסטל פונ'ם עקספערטיז וואס מיץ תפוזים האט זיך איינגעקויפט ביים אויסדינען אלע עבודה זרות יונגערהייט. איך בין איינמאל אריינגעפאלן ביי רבי מאטלען, כ'האב זוכה געווען אים צו זען טאנצן מיט א ברוינע מצה שטריימל און פארגלייזטע אויגן, און אים הערן רעדן איבער די ענינים העומדים על הפרק, צו יעקב אבינו מיט לאה זענען געווען דער זיווג צווישן זעיר אנפין און בנין דוכרין אדער צווישן עתיקא קדישא און חקל יצחק. אן אנדערס מאל כיתתי את רגלי און איך בין געגאנגען הערן קול חוצב להבות אש פון רבי צבי מאיר'ן, אבער איך האב גאנץ שנעל פארלוירן טרעק, ווען יעדע ווארט איז געווארן נאכגעזאגט פון זיבעצן באזונדערע ספרים, און די תורות זענען געווען אין די נושאים פון שמירת עינים, אמונה, חיזוק, לימוד התורה, ענוה, ווען אינצווישן כאפט ער אריין א באזוך אין כעס, גשמיות און רוחניות, עבודה, דאווענען, און אינאיינוועגס האט ער שוין געקאווערט עטליכע קשיות פון רש"י אויף די וואכעדיגע סדרה, כאטש די תירוצים האבן זיך לאו דוקא באצויגן צו די קשיות מיט וואס ער האט אנגעהויבן. איך שטעל זיך פאר אז אין יענעם שיעור האט ער פארענטפערט די קשיות וואס ער האט געפרעגט ביים פאריגן שיעור.
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
גם אני מצטרף לכל הנ"ל.
אפשר קען איינער פון די חשובע חברי השטיבל אביסל אויסקלארן די נושא פון משפיע מה זו?
א דאנק פון פאראויס.
ווער עס ליינט אפ דעם גאנצען אשכול אויף איינמאהל, קומט צום אויספיר, אז די אלע משפיעים צריכה בדיקה, אדער זיי אדער זייער ווייב/געשוויסטער/משפחה זענען קוק פאריקט אין ליידען פון מענטיל פראבלעמען, הגם אז געוויסע קענען לערנען, אבער עפעס מיטן מח זייערע איז נישט אין ארדענונג, אסאך זענען בעלי כשרונות אבער אין זייערע פריוואטע לעבנס זענען זיי גרויסע לאוסערס, פרובירען זיי אדער סתם עולם גולם, עולם הפוך ראיתי, טשעפענען זיך אן אין די סארט מענטשען המכונה "משפיעים", א רבי פון חסידים קענסטו נישט ווערן, האט ג-ט ב"ה אריין געגעבען א געדאנק ווערט א משפיע, צוביסלעל נאך עטליכע קען ער זיך שוין קרוינען "רבי', זיין מזל איז נתהפך געווארען פון א לאוזער צו א רבי'עלע.
דער דארגער ראזענפעלד האט עס געמאכט דער בעסטע, פון א משפיע אין בעלזא צו א פולשטענדיגע היפיטייזער רבי'סטווע.
מאראנצןזאפטעס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.
.
<a class="postlink" href="http://www.bilvavi.net/">http://www.bilvavi.net/</a>
הערליכער אשכול!
הוגהמורינו הרבווען דער ברודער איז געשטארבן איז ר' דן נישט געזעצן שבעה אויף אים.
איך האב געוואוסט אז ער איז נישט געווען ביי די לוי' אבער נישט געזעצן שבעה אויך האב איך נישט געוואוסט. איז דאס או הלכה זאך אז מען זיצט נישט שבעה נאך אן אפגעפארענע ברודער?
א זייטיגע הערה, אלץ לייען איך אין די מעשה בוכלעך אז אויב א קינד איז רח"ל אפגעפארן פון אידישן וועג האט מען זיך געזעצט שבעה נאך איהם.
מעשה לסתור?
שמעקעדיגא זייטיגע הערה, אלץ לייען איך אין די מעשה בוכלעך אז אויב א קינד איז רח"ל אפגעפארן פון אידישן וועג האט מען זיך געזעצט שבעה נאך איהם.
מעשה לסתור?
נאר ביי שמד,דאכציך.
מאראנצןזאפטמיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.
שמו הרב איתמר שווארץ.
ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".
אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.
ווי אויך דע את ילדיך - חנוך ילדים