☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע פארמעסט!

פאעזיע פארמעסט!

137 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2868
בלאט: 1 2 3

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 3:35 pm

· #84857
אפדעיט;

די וואל איז אריבער,

איצט גייען אלע אריין צום מנהל שתדל׳ן פאר די נויטיגע שליסלען פאר די פארמעסט סעזאן

מ׳האמיר שמעקעדיג און נאך איינער אלס פארשטייער פון די דעלעגאציע

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 4:38 pm

· #84861
אפדעיט, פרטי-כל
אלע וויצן אין זייט געלייגט...

כעוורע, נעמט ארויס אייערע בלייען, באטלען טינט און הייבט אן באשפריצן א שטיק געשרייבאכט׳ס די פארמעסט איז אפיציעל אין גאנג!

דא האט איר עטליכע פרטים,

א׳ איר פארטיאכעט זיך און פארקאטשקעט א שטיקל וואס איז ראוי לעלות, כמבואר לעיל, קענט איר שרייבן אין יעדן נושא אויף דער וועלט. אהבה, יראה, סיסטעם, קינדערלעך, ביי ביי ווינטער, ביימעלעך, באשעפענישן, און צו תפיסה יודן. מיטן הגבלה פון לפנים מהפרגוד! עס דארף האבן א קעפל (כדרכם של פאעטרי)

ב׳ איר שיקט עס אפ צו מיר אין אישי אדער אין אימעיל <!-- e --><a href="mailto:Lemonjuicekaves@Gmail.com">Lemonjuicekaves@Gmail.com</a><!-- e --> סאבדזשעקט, ׳פארמעסט׳

ג׳ די פארמעסט גייט אן ביז זונטאג נאכט פרשת תרומה, אדר״ח אדר. שפעטסטענס מאנטאג ב׳ דר״ח אדר

ד׳ מאנטאג גייען אלע ארטיקלען ווערן ארויפגעשטעלט אן קיינע ניק נעמען, כפי סדר קבלתן!! (איילט אייך צו) יעדע ארטיקל אין א עקסטערע תגובה מיט א נומער, ביטע נישט לייקן אין יענעם אשכול און נישט תגב׳ענען

ה׳ חברי הפארום וועלן אפגעבן זייער שטימע במשך דריי טעג, פון מאנטאג ביז דאנערשטאג

ו׳ במשך די וואלן וועט ווערן גע׳עפנט א באזונדערע אשכול ווי מען וועט קענען נושא ונותן זיין אין די ארטיקלען און סיבות פארן שטימען פאר דעם אדער יענעם ארטיקל

ז׳ פרייטאג פ׳ תרומה וועט בעזר השם ארויסגעשטעלט ווערן די ניק נעמען פון די אשכולות און אזוי ארום דערקלערט ווערן א געווינער

חברה, פוילטס אייך נישט, שרייבט שוין אפ און שיקט צו

בן תמליון » דינסטאג פעברואר 5, 2013 4:55 pm

· #84863
ייש"כ לעמאן פאר אייער געטריישאפט דא אזוי צו דער זאך. נאר צו זיין קלאר, מאנטאג איז נאכנישט פארשפעטיגט, גערעכט? ביי אונז האט דאך די לעצטע מינוט עפעס א ספעציעל שוויית.

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 5, 2013 5:13 pm

· #84867
ג"א מצטרף.
איך ווארט פאר נשמה-פארקלעמפטע מינוט.
אפשר שטיפט מען אפ דעם גמר החתימה?

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג פעברואר 5, 2013 8:30 pm

· #84902
למעשה זעה איך אז כמעט דער גאנצע חבורה איז אינעם פארמעסט, עס בלייבט באלד נישט איבער ווער עס זאל שטימען, האב איך דיסיידעוועט אז איך צי מיך ארויס פונעם פארמעסט אזוי זענט איר פארזיכערט מיט איין שטימע.

פאר איך צי מיך ארויס וויל איך פארשלאגן אביסעל אן אנדערע מהלך ווי לעמען זאפט ווי פאלגענד:

1) יעדער זאל פארעפנטליכן דאס שטיקל פאעזיע אונטער דעם אייגענעם ניק.
2) דער עולם זאל וואטען דורך לייקס
3) מען זאל מעגן לייקן מער ווי איין פאעזיע (אפילו א פאר)
4) אפילו די באטייליגטע אונעם פארמעסט זאלן מעגן לייקן איינעם דעם צווייטן
5) ווער עס וועט האבן די מערסטע לייקס וועט זיין דער געווינער

די רווחים פון אזא סיסטעם וועט זיין פילפאכיג:
1) די באטייליגטע, אפילו נישט די געווינער, וועלן כאטשיג האבן עפעס דערפון (לייקס ! נישט קיין קלייניקייט)
2) אז איינער האט הנאה פין צוויי (אדער מער) פאעזיעס וועט ער קענען לייקן ביידע
3) עס וועט זיין א צווייטער אין ראנג, א דריטער אין ראנג, א פערטער און אזוי ווייטער
4) אז די באטייליגטע אונעם פארמעסט וועלן אויך קענען לייקן און אנלעזירן איינעם דעם צווייטן
5)אני הקטן בענדזשעמין וועט זיך נישט מוזן ארויסציען פונעם פארמעסט...)


ווער עס איז מסכים מיט מיין מהלך זאל מיך געבן א לייק... just kidding

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 5, 2013 8:40 pm

· #84905
איך קריג זיך מיט דיר הער פרענקל, אויב איז עס אנאנים האט קיינער נישט קיין זכות קדימה, און די וואוטס וועלן זיין אומבייעסד.
און פון ווי נעמסטו אז אויב איינער באטייליגט זיך קען ער נישט וואוטען?

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג פעברואר 5, 2013 8:53 pm

· #84907
ווייל אויב האט נאר יעדער איין בארעכטיגטע שטימע וועט דאך יעדער וואטען פאר זיין אייגענע שטיקעל, קומט אויס אז יעדער פאנגט אן מיט איין שטימע וואס איז כמי שאינו, ווייל עס איז פונעם מחבר אליין, און כדי אז עס זאל בלייבן א צווייטע שטימע פארן געווינער מוז איך בענדשעמין בלייבן און דרויסן.
זיי מיר אויך מסביר וואספארא בייעסד פאסירט ווען מען זעהט דעם נאמען פונם ניק ?

בן תמליון » דינסטאג פעברואר 5, 2013 9:08 pm

· #84910
איך האלט אויך ענדערש פון לעמאנ'ס מהלך. בנימין אייער געדאנק קען מען ניצן א צווייט מאל דא האט לעמאן די לייצעס לאמיר איהם פאלגן א גאנג.

יאיר » דינסטאג פעברואר 5, 2013 9:33 pm

· #84917
אנאנים, אבער אויב דו ביסט א גוטער פריינט מיט בנימינ'ען, קענסטו דאך מאכן א יד אחת מיט אים און אויסזאגן וועלכע פאעם דו האסט געמאכט כדי ער זאל שטימען פאר דיר, אזוי וועט ער דיר אויסזאגן און דו וועסט קענען שטימען פאר אים!
ווייסט וואס, בנימין, איך בין גרייט צו בלייבן אינדרויסן. דו שרייב נאר עפעס גוטס, אבער נישט אויף לשון הקודש ווייל דעמאלט וועט מען כאפן פון וועמען עס קומט, און דיין גוטער פריינט יאנקל וועט מוזן שטימען פאר דיר, נאכדעם וועסטו מוזן צוריקשטימען פאר אים, נאכדעם וועלן יאנקל'ס אנדערע פריינט פארשטיין אז אויב בנימין האט געשטימט פאר איינעם מוז זיין אז ס'איז יאנקל, זיין גוטער פריינט. און זיי וועלן אויך שפירן געצווינגען צו שטימען פאר אים, נאכדעם וועט יאנקל מוזן שטימען פאר זיי, וחוזר חלילה, און איך וויל נישט ווייטער מאריך זיין פון וואספארא מכשולות ס'קען אלס ארויסקומען פון אזא שמור לי ואשמור לך אונטערערדישע מאפיא ביזנעס. דאס איז שוין אויסער די טריפה'נע גילויים וואס קענען דא פארקומען. כ'האף אז יעצט זעט מען שוין מיינע ווייטע אויגן ווען איך האב מוחה געווען אויף די גאנצע זאך, דעמאלט נאך אין אנהויב, ווען קיינער האט נישט פארשטאנען דעם פראבלעם, האט מען שוין אין מיינע קהילות אויסגערייניגט פון יעדן נדנוד פון אזעלכע מכשולות וואס פירן מיט א לאנגע שארט קאט צום שאול תחתית.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 9:39 pm

· #84918
אפדעיט 2
קודם א עפענטליכן דאנק פאר׳ן חשובע׳ן מנהל וואס שטעלט צו די נויטיגע הילף וואס די פארמעסט פארלאנגט, יישר כח אין נאמען פון אלע אלימפיאנערן!

חברה! איר שלאפט אבער אייער אפאנענט שלאפט גארנישט, אנו רצים והם רצים, אייערע מיטלויפער האבן שוין דעם מיטאג אריינגעשיקט אפאר הערליכע מייסטער שטיקער, די וועד הפועל קוקט איצט איבער די ״כל כתבי ביאליק״ צו מאכן זיכער אז עס איז פרישע ווארע!

הערט אויף דעבאטירן און שפעקולירן, כאפט א בליק אינעם טונקעלן נאכט מיט׳ן פארשטויבט׳ן לבנה און לאזט די בליי קריצן!

לשאלת הרבים, פאר אן עקסטענטשאן, מעלדן מיר א שינוי אינעם קאלענדער; סוף זמן שליחת הטעלעגראמען איז אי״ה מיטוואך לסדר וכל חכם לב יבואו, און די שטום בודקעס וועלן זיין אפן ביז זונטאג דערויף!

@בנימיןפרענקלין, כדברי יאנקל

@יאיר, איך ציטער פון די ידאחת׳ןס אבער נישט מוותר אויף דיינע ווערק.

און ווי שוין ערווענט אלע באטייליגטע זענען געווינער! די שאלה פון בעסער איז בלויז נוגע אויף ארויסצוברענגן די כוחות, נישט צו פארמינערן קיינעם חלילה..

וליתר שאת וועט מען קענען נאך די אויסגאנג פון די וואלן אפגעבן די לייקס וואס קומט זיך, די לוזערס זענען די וואס שרייבן נישט, און מיט ראמני

יאיר » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:04 pm

· #84923
אנאנים, נעם עס נישט ערנסט. ביסט כשר גערעכט אז ס'איז שייך בייעס, נישט דוקא ביי גוטע פריינט, נאר צוליב פסיכאלאגישע סיבות, ווייל ווען מען זעט א פריש אויסגעקוועטשטע גלעזל לעמאן זאפט אדער א שיר השירים פון בן תלמיון טראכט מען גלייך אז דאס איז פיל בעסער ווי אן ארימע שטיקל 'יאיר'. (ביי די וועי, איר גייט נישט קענען מאכן ליצנות פון מיין ווערק, איך קלער צו נעמען פרשת משפטים פאר מיין פאעזיע. כפי פסקו של הגר"מ שליט הייסט עס פאעטרי).
אגב, מען דערציילט עפעס אזא מעשה אויף אבן עזרא, אז עס זענען געווען מענטשן וואס האבן אים נישט פארגינען און פלעגן אייביג חוזק מאכן פון זיינע פיוטים, איינמאל האט ער זיי געברענגט זיין פיוט און געזאגט אז דאס קומט פון א צווייטן משורר, און אלע האבן עס אויסגערימט, ביז ער האט זיי מגלה געווען אז ס'איז זיינער א שטיקל, און מען האט אנגעהויבן קרומען מיט די נאז... ווער עס ווייסט מער פרטים זאל זיך ביטע מעלדן.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:10 pm

· #84928
אפדעיט 3
מיר מוזן מאכן נאך א אפדעיט היינט נאכט!

אומגעהויערע הילפ׳ס אנבאטן פליסן אריין פון אלע ווינקלען ק״ש און מן החוץ, משה געציל, אט זעה איך פארוואס האסט דיך אפגעזאגט

רעדאגירער, קארעגירער, אויסשטעלער, פראגראמירער שרייבן פרישע קאוד!

עטליכע גרויסע פון דרויסן ווילן שיקן סחורה, און נאך איינער האט איצט אריינגעשיקט גאר א מייסטערשטיק

@אנאנים, איך געטרוי מיך נישט צו וויסן ווער ס׳שטימט פארוועם, מיינאיך איז בעסער אז קיינער ווייסט נישט, עס רופט זיך פארמאכטע וואלן!

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:21 pm

· #84938
בענדזשאמין פרענקלין
ווייל אויב האט נאר יעדער איין בארעכטיגטע שטימע וועט דאך יעדער וואטען פאר זיין אייגענע שטיקעל, קומט אויס אז יעדער פאנגט אן מיט איין שטימע וואס איז כמי שאינו, ווייל עס איז פונעם מחבר אליין, און כדי אז עס זאל בלייבן א צווייטע שטימע פארן געווינער מוז איך בענדשעמין בלייבן און דרויסן.
זיי מיר אויך מסביר וואספארא בייעסד פאסירט ווען מען זעהט דעם נאמען פונם ניק ?

איז דא א פשוטע עצה, מ'טאר נישט וואוטן פאר די אייגענע ווארע, ווייל אויב מעג מען יא שטייעל אלע סייווי גלייך.
און לגבי בייעס מיין איך נישט דוקא ביודעים, נאר בעיקר סאב-קאנשעסלי, איינער זעט א פיוט פון איינעם פאר וועם ער האט הערכה וועט ער אוטאמאטיש זען אין דעם טיפערע כוונות און שענערע לשונות, וכן להיפך. און יאנקל האט א פוינט מיט די פארמאכטע וואוטס, ס'דא אזא מושג ווי די Herd behavior.

משה געציל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:28 pm

· #84943
@אנאנים איך האב פונקט פארגעשלאגן פאר לעמאנען די געדאנק אז מען זאל נישט וויסן פון די אויסגאנג ביז די שטים בודקעס פארשפארן זיך. אפשר וואלט מען געדארפט אנעלירען די ״זעה די רעזאלטאטן אויסגאנג״ ביז די בודקעס ווערן פארשלאסן.
@יאיר דו מיינסט אז מיט דיינע אשר קרחניק׳ע טאקטיקן גייען מיר זיך נאכשלעפען?! א פייג! ממנו ניקח לעבוד את ה׳! ווי מער דו דרייסט אן פיסלעך אלטס מער ווארים ווערן מיר.

יידל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:29 pm

· #84944
איך קום דא אן ווי א יווני אין די סוכה, ווי דער האן אין בני אדם און ווי נח נאכן מבול. קען מיר איינער איבערגעבן בקיצור נמרץ, אן די הגזמות פון לעמאן דזשוס, די חרמות פון קופערניקוס, די אזהרות פון יאנקל און די ווערטלעך פון יאיר, וואס, ווען און וואו? איבער וואס דארף מען שרייבן? צו וועם שיקט מען עס?

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:37 pm

· #84947
איך זעה דער עולם גלויבט נישט די הגזמות, מוז איך מעלדן דעם אמת טרוקענערהייט:

היינט האב איך ערהאלטן דריי פאעזיע שטיק!

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:49 pm

· #84954
לעמאן דזשוס
איך זעה דער עולם גלויבט נישט די הגזמות, מוז איך מעלדן דעם אמת טרוקענערהייט:


ווי נעם איך אביסל וואסער,
זיך צו קענען דערקוויקן,
איך פארנעם נישט דעם טרוקענעם אמת,
ווי אזוי קען ער אזא תגובה שיקן

מיר האבן א נייעם באלעבאס
מיטן נאמען לעמאן דזשוס
קופערניקוס אין אנטוישונג מאכט טעראר
און שרייעט חתוך את צואת השור

(דאס איז פאעזיע? כאב ענק געזאגט איך קענישט!)

משה געציל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:52 pm

· #84958
[ציטאט אראפגענומען]

איך טראכט הויך, אז ווען מען ארבעט אויף איינס א קנאקעדיגס איז עס אינטערעסאנטער און עס גיבט מער טרייבקראפט פארן פארמעסט ווען מען ווייסט אז עס דארף זיין איינס און א געלונגענ׳ס.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:59 pm

· #84961
יידל
איך קום דא אן ווי א יווני אין די סוכה, ווי דער האן אין בני אדם און ווי נח נאכן מבול

איך וויל צולייגן:
ווי א גוי אין סקווער.
ווי א בני יואל אין קאווע שטיבל.
ווי א ליטווישער אין סעקשען עיט אפיס.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 12:36 am

· #84972
[ציטאט אראפגענומען]

דער פארמעסט האט זיך קוים אנגעפאנגען און שוין האט זיך אנגעפאנגען א פרישע! קוקט אויס ווי עס קומט א קנאגעדיג׳ס!

טעפל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:07 am

· #84992
אז איך קען נישט שרייבען די זאכען, וואס דארף איך טוהן? איך דארף בעטען מיין טאטע זאל מיך העלפען? אדער מיין ווייב?
ביזדערווייל בלייב איך דא און איך וועל איבערגיין די סחורה און זעהט אויס אז איך וועל זיין די איינציגסטע וואס וועט מוזען וואוטען און זאגען וואס איז גוט.

איך אויך » מיטוואך פעברואר 6, 2013 12:55 pm

· #85028
[ציטאט אראפגענומען]

ניין ער הייסט נחום, באלד הייבט אן צו פליען אימערגענסי אפדעיטס און אימערגענסי שבאימערגענסי.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:50 pm

· #85070
טראכטענדיג פון א פאעזיע, איז מיר אזוי איינגעפאלן שאר ירקות:

מ'דארף באהאלטען
אן אשכול אן אלטען
פון קאווע שטיבל זייער גוט
ס'זאל זיין א וואונדער
פאר אונזערע קינדער
צו ס'איז אמאל געווען אן ערליכער יוד

לעמיל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:52 pm

· #85071
מר' קאווע איך האף דו גרייטסט אונז אן עפעס א גוטס פאר די פארמעסט

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:54 pm

· #85072
איך ווייס נישט צו ס'איז יושר, מיינע סחורה קען מען גרינג דערקענען, ס'דא א צד השוה שבהן.
כ'וועל מוזן זיך אנטוהן די גאר לאנגע גאטשעס, און אויפקומען מיט עפעס פרום געשטימט.

בן תמליון » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:57 pm

· #85077
קאווע טרינקער
איך ווייס נישט צו ס'איז יושר, מיינע סחורה קען מען גרינג דערקענען, ס'דא א צד השוה שבהן.
כ'וועל מוזן זיך אנטוהן די גאר לאנגע גאטשעס, און אויפקומען מיט עפעס פרום געשטימט.


קאווע ווער אונז נאר נישט פרום. מיר דארפן אייך וויאזוי איר זענט.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 4:00 pm

· #85078
בן תמליון
קאווע טרינקער
איך ווייס נישט צו ס'איז יושר, מיינע סחורה קען מען גרינג דערקענען, ס'דא א צד השוה שבהן.
כ'וועל מוזן זיך אנטוהן די גאר לאנגע גאטשעס, און אויפקומען מיט עפעס פרום געשטימט.


קאווע ווער אונז נאר נישט פרום. מיר דארפן אייך וויאזוי איר זענט.

גע'פועל'ט, איך טוה אויס די גאטשעס. (בד"וו, ס'איז ענדע שובבי"ם, ולא מצאתי אותה אשה באותה מקום, וואס וועט דא זיין?)

משה געציל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 4:04 pm

· #85080
זעה נאר קאווע אז עס זאל נישט זיין א בלענד פון פופציג קאלירן...

אוהב דעת » מיטוואך פעברואר 6, 2013 4:05 pm

· #85081
חברה! הערטס, איך האב נאך אין מיין לעבען נישט געשריבען קיין פאעזיע, עטץ האטץ מיר ארויס גענומען פון די כלים מיט ענקערע טאלאנטען, מיין בעט האט מיר היינט ארויס געווארפען 4:30 am און איך האב יעצט גענדיגט שרייבען, איך זאג ענק סאיז א מייסטער ארבעט, איך ווייס נישט אויב איך גיי געווינען נומבער 1 אבער עטץ גייטץ וויינען בכיות אין נישט קענען שלאפען נעכט

Wait and see

לעמיל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 4:09 pm

· #85083
wow
חברה נעמען עס גאר ערנסט אוהב דעת מיר ווארטען מיט שפאנונג

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 4:09 pm

· #85084
HINT
לכאורה איז דאס מיוסד אויף "מודה אני"...
שוין, העמיר זעהן.
אדרבה.

אוהב דעת » מיטוואך פעברואר 6, 2013 4:28 pm

· #85087
איך נעם ענק אויף א רייד
עטץ גייטס, אין א סדר: שעלטען די סיסטעם, מיך שוינען, רחמנות האבען אויף מיר, שעלטען דאס מענשהייט און מיינע פריינט, וויינען פון מיינע צרות,בעטן גט זאל מיך העלפען, מיך ליב האבען, מיך מקנא זיין !

משה געציל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 4:34 pm

· #85088
העלא יאיר?! איינער האט אים געזעהן דא?! בענדזשמין?! ביסט דא?! מאכטס ווייטער ענקער ווערטלעך... דער אוהב דעת האט זיך ארויפגעקאטשעוועט די ארבעל עס קומט האפענטליך הייסע סחורה!
אקעי, לאמיר ענדיגען דא ווייל קופערניקוס גרייט זיך שוין אן מיר צו באשפיטצער׳ן...

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 6, 2013 5:32 pm

· #85108
אוהב דעת
חברה! הערטס, איך האב נאך אין מיין לעבען נישט געשריבען קיין פאעזיע, עטץ האטץ מיר ארויס גענומען פון די כלים מיט ענקערע טאלאנטען, מיין בעט האט מיר היינט ארויס געווארפען 4:30 am און איך האב יעצט גענדיגט שרייבען, איך זאג ענק סאיז א מייסטער ארבעט, איך ווייס נישט אויב איך גיי געווינען נומבער 1 אבער עטץ גייטץ וויינען בכיות אין נישט קענען שלאפען נעכט

Wait and see

איך בין אויך נישט קיין פאעט, אויך נישט קיין פייטן, חוץ פון שרייבן אפאר פאעמעס פארן ווייב בשנים קדמוניות (זי זאגט אז איך בין גוט, אבער יו נאו...) האב איך קיינמאל נישט געטוהן דערין. חוץ אויב שייקספעיר אליינס קומט מיר אין חלום וועל איך ווארשיינליך זיין פון די עלעקטארעט.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך פעברואר 6, 2013 5:41 pm

· #85109
כ'וויל נישט קאלט מאכן קיינעם, אבער איך צי מיך ארויס פונעם פארמעסט (צום צווייטן מאל..) איך טויג נישט פאר קיין פאעזיע, כ'האב פרובירט נעכטן נאכט עס גייט נישט. איך זעה עפעס א סתירה צווישן השראה און חרוזים, צווישן שעפערשקייט און גראמען. אויב איז עס א גוטע מליצה'לע גראמט עס נישט, אויב עס גראמט איז עס נישט צו דער זאך. איך שפיר ווי דער גראם צווינגט מיך זיך באקענען מיט ווערטער וואס איך וויל נישט קענען, אריינשטופען שורות וואס זענען מיר נישט צום הארצן, גאנצעטע פאראגראפן וואס זענען ווי אומגעריפענע געסט, דער פאעם פירט מיר דעם גאנצע געשרייבאכטס אויף א צווייטע טרעק נגד רצוני, ס'איז נישט קיין סוף מעשה במחשבה תחלה. ער איז ווי ילד שקם באביו, אדער אן עבד שמשתלט על ברבו אדער גאר ווי א חפץ שקם על בעליו.
אז איך שרייב האב ליב צו שרייבן ריין פון מיין הארץ ארויס ווי מען זאגט ביי אונז בדם לבבי הטהורה, אן קיין שום מחיצה המבדלת ביני לבין עטי. אזוי איך זאל מיך קענען אויסגיסן אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארצן, פאעזיע וועל איך לאזן פאר גרעסערע בעלי כשרונות פון מיר.

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 6, 2013 9:20 pm

· #85172
@בנימין

ממש א שאד, דיין לעצטע קאמענטאר איבער דיין נישט קענען שרייבן, איז א שטארקע חומר פאר א פאעזיע-שטיק! אמת יאנקל.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 9:24 pm

· #85175
@לעמאן עני אפדעיטס? מיר ווארטן מיט שפאנונג!

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 9:26 pm

· #85177
מיט אזויפיל @@@@@@@@ פיל איך זיך ווי אויף טוויטער

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 6, 2013 9:26 pm

· #85178
טרוקענע אפדעיט
היינט איז אריינגעקומען א גאר הערליכע שטיקל, שיין געשריבן און געזעצט,

מיר האבן ערהאלטן אוהב דעת פארטאגס בשורה, און נאך א ניק איז כמעט גרייט!

@אנאנים

די האט-ליין איז כמעט פארטיג, דארט וועט מען הערן אפדעיטס און נאכן פארמעסט וועט מען מעלדן די געווינער. אויך וועלן די טייערע חבירים באטייליגטע קענען דארט אויסליינען זייערע שטיקלעך און דערנאך קומט די פעסטיוואל!

אנדערע טענה׳ן אז די פארמעסט דארף מען רופן ׳פאעזיע מאראטטאן׳

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך פעברואר 6, 2013 9:44 pm

· #85186
לעמאן דזשוס
@בנימין

ממש א שאד, דיין לעצטע קאמענטאר איבער דיין נישט קענען שרייבן פאעזיע, איז א שטארקע חומר פאר א פאעזיע-שטיק! אמת יאנקל.

האסט געכאפט דעם עסק לעמען,ממש דאס איז געווען דעם תוכן פון מיין פאעם, כ'האב געהאלטן אז עס וועט זיין א חידוש אין עולם הפאעזיע א פאעם אויף פאעזיע, אבער דער פראבלעם איז געווען אז דאס גופא איז אויך פארקירעוועט צו אנדערע נושאים מחמת די פארשאלטענע כללים פון דאס געמיינהייט ווואס רופט זיך פאעזיע.

יידל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 10:12 pm

· #85201
בענדזשאמין, האסטו געוואוסט אז פאעזיע דארף נישט גראמען? (איך אויך נישט, ביז מ'האט מיר אנטפלעקט דעם סוד)

--
די אויבערשטע האב איך געשריבן בעפאר כ'האב געליינט די תגובות פון יאנקל און קופערניקוס אויבן, והוא רחום יכפר עווני פארן זיין כהדיוט קופץ.

אוהב דעת » מיטוואך פעברואר 6, 2013 10:56 pm

· #85221
T

קאמפיאטער » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:25 am

· #85239
מעג עס זיין אין ענגליש?

לעיקוואד » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:33 am

· #85241
די פאעזיע מוז זיין אויף יידיש?, וואס זאל איך טוהן אז מיין נשמה באקומט א טעלעגראם דווקא אויף ענגליש, לשון הקודש, העברייאיש, אראמיש, אדער פראנצויזיש?
--
קאמפיאטאר האקט און פרעגט די זעלבע שאלה

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:34 am

· #85242
וואו! טעלעפאטיע?

משה געציל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:58 am

· #85251
נישט סתם טעלעפאטיע נאר עפעס א סארט ווייערלעס טעלעפאטיע פון מענטשן וואס קענען זיך נישט (לכאורה) אפילו! גיימיר ארויס געבן די פרישע אויסטרעף?

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 3:12 am

· #85265
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין פון דארט ארויס נאכמער צומישט, וואס איז יא פאעזיע און וואס נישט? 😕 אפשר קען איך יא??!

מוח שליט » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 3:23 am

· #85267
טייערע ברודער, איך העט ווען געוואלט שרייבען אפאר שיינע זאצען ארויסצוברענגען מיין שטארקע הערצה פאר אלעם וואס גייט דא פאר. ובפרט זה האחרון, דער פאעזיע פארמעסט. אבער תבן אתה מכניס לאפרים? קען איך דען עפעס צולייגען ווען מיר האבען אזעלכע גיבורי רוח ווי לעמאן דזויס, קופערניקעס, ועוד רבות שא"א לפרטם כי רבים הם? וועל איך נאר אויב אזוי זאגען דעם אמת אין א פאר טרוקענע נארישע ווערטער.
די רעיון פון א פאעזיע פארמעסט, פון פרובירן אביסעלע אנקוקען די וועלט מיט אנדער גלעזער, ארויסגיין אפאר געבענטשטע מינוט פין די פחדים פינעם אייגענעם שאטן, לאזען די הארץ געוועלטיגען אויף דעם עבד כי ישלוט, קען טראגען גאר ווייט. איך קען קוים ווארטען מיטצולאכען, מיטוויינען, און איבער אלעם, באמת מיטשפירען, די השראה ענקערע/אונזערע. א הארציגען ישר כח פאר די ממציאים פון דעם רעיון, פאר די ארגאנאזירערס, און פאר די משתתפים.
מיין ברכה פין טיפען הארץ אז דאס זאל זיין בהצלחה מרובה, עס זאל זיך שרייבען און שרייבען עד שיבלו קולמוסיכם מלהוסיף דיו. א דאנק.

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 10:13 am

· #85282
משה געציל
נישט סתם טעלעפאטיע נאר עפעס א סארט ווייערלעס טעלעפאטיע פון מענטשן וואס קענען זיך נישט (לכאורה) אפילו! גיימיר ארויס געבן די פרישע אויסטרעף?

וואס מיינט "זיך קענען"? מ'מוז וויסען ווי אזוי יענער זעט אויס? עיוור יוכיח, אלא מאי? מ'מוז וויסען וואסערע ווערטער זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט אינעם געבורט צערטיפיקאט?

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 1:12 pm

· #85323
טרוקענע אפדעיט
חברה, עס איז מיר נארוואס אריינגעקומען א גאר רירנדע שטיקל! איך מיין איך גיי מיר ארויסציען פונעם מאראטטאן, איך ציטער צו זיין די ענדגילטיגע נומער לעצט

דרך אגב, איך מוטשע מיך זייער צו טרעפן א פאסיגע נושא, אפשר מיט׳ן אנקומענדן שניי גאסט דעם שבת וועט מיר עפעס געלונגען. ולה׳ הישועה
בלאט: 1 2 3