☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע פארמעסט!

פאעזיע פארמעסט!

137 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2868
בלאט: 1 2 3

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 7:51 pm

· #84641
פאעזיע פארמעסט!
אזוי ווי ידידנו היקר הרב לעמאן דזשוס האט אין א צוויייטע אשכול ערווענט אז עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו מאכן א פאעזיע קאנטעסט, עפן איך די אשכול מיוחד פאר חברים וואס זענען אינטערעסירט דערין זאלן זיך קענען אנשליסען אינעם פארמעסט, ווי אויך פארשלאגן זייער עצות און הצעת ווי אזוי דער קאנטעסט זאל ארבעטן.

מיין הצעה איז אז מען זאל זיך פאראייניגן אויף איין ספעציפישע נושא, און יעדער וואס איז אינטערעסירט זאל שרייבן א שטיקל פאעזיע דערויף, און עס אריינשיקן צו איינער פון די געטרייע גבאים וואס וועט עס פאוסטן אין א באזונדער אשכול - אן די נאמען פארשטייט זיך - און אין יענעם אשכול וועט געגעבן ווערן די געלעגענהייט פאר אלע חברים צו שטימען וועלכע פאעזיע עס איז די געלונגעסטע.

אלס א נושא וואלט איך מציע געווען צוויי פסוקים פון שיר השירים; (אוי וויי עס איז מיר גוט, דער בן תמליון קוקט מיר אן שטרענג 😮 )

שימני כחותם על לבך כחותם על זרועך, כי עזה כמות אהבה, קשה כשאול קנאה, רשפיה רשפי אש שלהבתי-ה, מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה, ונהרות לא ישטפוה, אם יתן איש את כל הון ביתו באהבה בוז יבוזו לו.

וואס זאגט דער עולם צו דעם? אדרבה לאמיר הערן אייער הצעה!

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 8:07 pm

· #84643
אדרבה! שלאג פאר עפעס אנדערש.

ידען » מאנטאג פעברואר 4, 2013 8:24 pm

· #84647
[ציטאט אראפגענומען]

אהבה איז א ענגע נושא?
מיין פאנטאזיע איז ענדלעססס

יואליש » מאנטאג פעברואר 4, 2013 8:59 pm

· #84655
לימעריק
כ'האב שוין פארגעשלאגן א פעליטאן פארמעסט. אפשר גאר א לימעריק פארמעסט. למשל וואס פאלט מיר יעצט ביי:

מנוחה פורים קען איך ניצן
דעריבער וועל זיך אין טראפיק שיצן
ביז וואלעבאוט אראפ לי
אין מיין קאר כ'געפין רוה
ווי איידער ביים שווער צו זיצן

יידל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 9:05 pm

· #84658
צוויי אידן, דריי דעות...
איך בין מצדד אין משה געציל'ס אריגינעלע פארשלאג, אין ווי ידען שרייבט, אהבה איז א ברייט פעלד. אן די אדער הענד, אדר איז דאך תלויה בזמן, עבר זמנה בטל פאעזינה. מ'דארף אפשר מאכן צוויי באזונדערע פארמעסטן.

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:05 pm

· #84685
איך שטים מיט געצלען פשוט אלס נוגע בדבר, איך מיין אז א שיר אהבה קען איך בעסער זינגען,

אדער, אויפ׳ן שואה

אדער אויפ׳ן פאני סטאטוס וואס אחינו בנ״י געפונען זיך לעצטענס.

והעיקר ס׳זאל זיין א טרויעריג׳ס!!!

@אנאנים

די וועג וויזוי א פארמעסט ארבעט, קוק נאך אין אייוועלט, כ׳מיין אז זייער סיסטעם האט גוט געארבייט, @משהגעצל איז מרמז דא אויף דעם ענין!

@יואליש
שקויעך פארן מיר באוויסטזיניג מאכן איבער לימעריק, קוקט אויס אז כ׳וויל עס קאנען, און דיין טראפיק מנוחה איז זייער ארגינעל, לאל

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:19 pm

· #84694
@יענקל

די וועג וויזוי ס׳ארבייט איז, מען שטעלט אוועק א דאטום, דערוילעם שלח׳נט אריין סחורה, דער אנקעטע נעמער שטעלט ארויף אלע ארטיקלען אנאנים! מיט נומערן....קיינער לייקט גארנישט, מען שטימט אין שטום בודקע...

מען דערעפענט נאכדעם אן עקסטער אשכול ווי דערוילעם קען ארויסשרייבן טעמם ונימוקם פארוואס זיי האבן אזוי צו אזוי געשטימט

עס איז דא עלעקשאן טעג, לאמיר זאגן דריי טעג וואס לכאורה האבן אלע אקטיווע און נישט אקטיווע ניקים באזוכט און געהאט די מעגליכקייט צו שטימען

דערנאך, מאכט מען צו די שטום בודקעס.....און דער אנקעטע נעמער שטעלט ארויס די נעמען פון די שרייבער, למשל נומער איינס, יענקל, נומער צוויי יאיר, נומער דריי געצל, אאו״ו

און אזוי ארום שטעלט זיך ארויס די ענדגילטיגע געווינער...

איך שלאג פאר אז די געווינער זאל באלוינט ווערן און באקרוינט ווערן אלס אחראי אינעם קונסט פארום, אדער גאר א מנהל!!! סתם צו מאכן די וואלן אינטערעסאנט!

יאיר » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:28 pm

· #84699
איך בין מוחה אויף דעם גאנצן ענין. קודם כל, דער גאנצער ענין פון גראמען, ווער רעדט נאך פון פאעמס, אדער חלילה, זאל נישט אויסגערעדט זיין, פאעזיעס, איז א נייע זאך, גלייך ווי די היינטיגע, וויזוי הייסט עס נאר? יא, די פיצע, מען האט דאס ביין אונזערע עלטערן אין אויבאשוואראש קיינמאל נישט געזען. נאכדעם, דער ענין פון אהבה, איך שעם איך אפילו צו רעדן דערפוןפאר היימישע יונגעלייט, ס'קומט מיר טאקע אויס צו רעדן ביי אזעלכע שוואכערע עולם, נא, פארשטיי איך נאך, אבער דא ביין אינז, אין די ירושליים ד'אמעריקא, זאל איך דארפן דאס אפילו מסיבר זיין, אבער ההכרח לא יגונה, איך מוז זאגן אז דער גאנצער ענין פון אהבה איז לא יזכר ולא יפקד, מ'האט עס אפילו נישט געדארפט מסביר זיין, דאס טאר זיך נישט געפינען, נישט צווישן עלטערן און קינדער, נישט צווישן מלמד און תלמיד, נישט צווישן מגיד שיערו און דעם בחור, נישט צווישן באשעפער און זיין אויסדערוועלט פאלק, און אודאי נישט, נאכאמאל, איך שעם מיך צו זאגן, צווישן מאן און ווייב. ווען מיר זענען אויפגעוואקסן האט מען דאס געוואוסט פאר א דבר פשוט, אז אהבה באלאנגט נישט אויף די ליפן פון אן אידיש קינד, ס'קען חלילה צוברענגען דאס ארגסטע! ס'קומען צו מיר אן קעיסעס יעדן טאג, איך זיץ אין בית דין ביי די גיטין וקידושין, ביי די סעפערעישאנס, און ביי דאס יונגע קאפל אין שלאף צימער, און איך זע מיט די אייגענע אויגן וואס קומט פאר, דארט וואו מ'האט אנגעהויבן רעדן פון אהבה, רחמנא ליצלן, ווי אזוי ס'האט זיך געענדיגט. איך קען זאגן מיט זיכערקייט, אז זיבן און ניינציג מיט א פערטל פראצענט פון די גיטין קומט נאר פאר צוליב די פארדארבענע אמעריקאנער אהבה וואס האט זיך לא עלינו אריינגעכאפט! געדענקט, איך האב אייך געווארנט!

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:28 pm

· #84700
@לעמאן דזשוס, יישר כח פארן אויסכאפן מיינע ווערטער אזוי קלאר און צום זאך, איך עגרי צו אלע דיינע ווערטער חוץ צום לעצטען שורה, איך האלט נישט אז דער באלוין קומט דא אריין, בפרט אין קאווע שטיבל ווי צו זיין א אחראי איז נישט דער טרוים פון די שרייבער. חוץ מזה איז דער עצם געווינס דער גרעסטער באלוין.
אז מען רעדט שוין מיז איך דיר זאגן אז דיין @ איידיע איז א גלענצענדע איינפאל. מען קען באמערקן אז די רעאגירסט צו איינעם אן דארפן צוטירן יענעם.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:31 pm

· #84702
איך בין נישט קיין שרייבער, (מיין מלמדים פאעזיע האט נישט קיין גראמען 🙄 )
אבער אויב גייט מען קאטן און פעיסטן גיי איך גלייך וויסן ווער עס שרייבט וועלכעס, דורך פארשידענע סימנים וואס יעקב האט איבערגעגעבן פאר רחל.

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:34 pm

· #84705
@יאיר 👍
אין אנדערע ווערטער שלאגסטו פאר מען זאל מאכן א פארביסענע פארמעסט, ווער עס קען ארויס ווייזן מער שנאה איז דער געווינער... איך האב א טראק מיט אייער אנטקעגען איבער, רעדי?!

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:35 pm

· #84706
@געצל

דער באלוין, האב איך חרטה געהאט א רגע נאכן שרייבן כמו נימוקך..גערעכט. פונדעסטוועגן פטור בלא כלום, אפשר זאל די לוין זיין אז אלע חברי ק״ש מוזן אפגעבן יענעם שרייבער א הילכיגן לייק!

האמת אגיד די @@ איז נישט מיין בייפאל, עס איז דזשעק דארסי פון טוויטער׳ס אויפטוה...

@יאיר

כאב געלייקט דיין תגובה פארן ליינען, בלויז ווייל ענדליך איז איינער מוחה, און ג׳ט איז נישט באנקראט


דרך אגב, איך וויל קלארשטעלן אז די ציל פונעם פארמעסט איז לתת כר נרחב פאר אנשים כערכינו זיך אויסצוזינגען

פלאס צו געבן דעם זינלאזן עגאו איר פרעס! (קרעדיט, חבירי היקר באישי..טענקס)

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:40 pm

· #84710
די פארמעסט איז קרעדיט @געלעגער שבאייוועלט
ער דער הרב געלעגער האט אין אייוועלט געקומען אויף דעם געניאלן איינפאל און וויזוי עס צו פירן, גיטס אים א לייק, איך וועל אים עס אהינגעבן!

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:42 pm

· #84711
@ לעמאן
You give credit where credit is due

שיין פון דיר!

יאיר » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:42 pm

· #84712
משה געציל
@יאיר 👍
אין אנדערע ווערטער שלאגסטו פאר מען זאל מאכן א פארביסענע פארמעסט, ווער עס קען ארויס ווייזן מער שנאה איז דער געווינער... איך האב א טראק מיט אייער אנטקעגען איבער, רעדי?!

איך שלאג פאר מען זאל מאכן אן עפנטליכע דעבאטע צווישן יאנקל און בדחן, זיי זאלן זיך פארמעסטן בפני כל העם ועדה. אדער צווישן וואסער טרעגער און איחוד פעלד. אוי וועט זיין צו הערן.

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:45 pm

· #84715
@שמעקעדיג

איז מרמז, איך וויל אויסקלארן זיינע ווערטער

א פאעמע וואס וועט אנטהאלטן גע׳גנב׳טע סחורה פון ביאליק אדער מאנגער וועלן מיר נישט ארויפשטעלן!

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:46 pm

· #84717
יאיר! דו מאכסט מיר צופיל לאכן דא מיט יעדן תגובה פון דעם אשכול... 😂 😂 😂

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:48 pm

· #84719
@לעמאן ושמעקי, וועגען דעם האלט איך אז מען זאל נעמען איין ספעציפישן נושא -בעסער וואלט געווען ווען מען טוט עס געבויט אויף א פסוק וכדומה- וואס אין אזא פאל איז זייער שווער צו גנבנ׳ן סחורה.

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:51 pm

· #84721
@געצי

גוגל און אונזער אוצר הספרים וועלן מוכיח זיין די גנבים...סוף גנב לתלי׳, ומי חשידי ישראל בגניבה?

בן תמליון » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:52 pm

· #84723
ג"א מצטרף א פאעזיע אויף אהבה וועט ארבעטן מען האט דאך אונז נישט פארגינען קיין אהבה למעשה אויף די וועלט לאמיר חאטש פאעזירן און פאנטאזירן.

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:55 pm

· #84724
@בעןתמליון @יאיר

איר חשבונ׳ט צו שרייבן אזוינע אחורי הפרגוד׳יגע אהבה לידער?

אדער אהבת הקב״ה לכנס״י

שירי עגבים ווילט איר שרייבן אדער שירי קדש להבדיל בין קדש לחול, בין מותר לאסור!

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:58 pm

· #84727
בן תמליון
ג"א מצטרף א פאעזיע אויף אהבה וועט ארבעטן מען האט דאך אונז נישט פארגינען קיין אהבה למעשה אויף די וועלט לאמיר חאטש פאעזירן און פאנטאזירן.

ב״ה איך האב די הסכמה פונעם קאווע שטיבל פאנסיענער פאזעיע שרייבער.
וואס האלט דער עולם מען זאל עס שרייבן געבויט אויף א פסוק צוויי אין שיר השירים, אדער בכללות אויף אהבה?

משה געציל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:01 am

· #84728
@אנאנים זייער גוטע פארשלאגן איך שטום צו מיט יעדע נקודה דיינער, בפרט אז מען זאל צופיצען די גראמאטישע חלקים וואס כידוע דארף מיין גראמאטיק אין ספעלינג א תיקון גדול.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:03 am

· #84729
@יענקל

וועגן די גראמאטיק....שאלה גדולה שאלת, אבער הוא הנותנת דאס איז אויך א חלק פונעם פארמעסט

א זינגער וואס קען נישט קיין נאטן קען נישט געווינען קיין פארמעסט, פינטל

איך האלט אז טאמער איינער שרייבט א שיר און האט מורא אז די גראמאטישע אויסלייג איז פעלעריג, קען זיך פריוואט ווענדן צו די שטערקערע בעלי לשון אויף פארבעסערונג. אבער די אנקעטע נעמער קען בשום אופן נישט צופיצן קיינעם׳ס שיר!

בכלל איז ביי פאעזיע גאר גאר בולט דעם גראמאטיק, דאס העלפט זינגען דעם ניגון און גיבט דעם טאן..ממילא איז עס אן אינטערגראלע חלק פונעם מבנה. השיר ואם אין יסוד אין בנין

והשנית, צו פארמיידן טאפעלטע..דאס איז שוין א שווערע זאך. און כ׳מיין אז מען מוז עפעס אנווענדן דערצו. דיין עצה טויג נישט אינגאנצן ווייל די ׳חברה טאפלערס׳ שרייבן געווענליך אסאך מספרים מיט ביידע. ווארום דארף מען אנייצע דערצו

משה געציל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:06 am

· #84731
@לעמאן ביזט גערעכט מיטן חלק הגראמאטיע, וואס טוט זיך מיטן חלק הספעלינג? איך מיין אז דאס מעג יא פאראכטן ווערן בעפארן ארויפגעלייגט ווערן.

בן תמליון » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:07 am

· #84732
איך שפעקוליר אויף די פסוקים וואס משה געציל זאגט זיי ברענגען טאקע ארויס דעם עזה כמות אהבה וואס מיר פארמאגן נישט איך טראכט אפשר פון די פסוקים אני ישנה לבי ער קול דודי דופק מעי המו עליו דודי חמק עבר קראתיו ולא עננו. וואס ברענגט ארויס ליבע וואס מזוכט אבער זי איז נישטא א טיאמע מיט וואס מיר קענען אידעטיפיצירן. מען מוז נישט שרייבן אויפן פסוק ווארט נאך ווארט נאר איבער די נקודה. סיי וויאזוי עס ווערט באשלאסן וועט זיין גוט.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:10 am

· #84735
@געציל

פריוואט בעטן פון א ידיד

@בןתמליון

ביטע קלארשטעלן פון וואס מען רעדט דא, אהבה בין איש לאשה או להבדיל בין כנסת ישראל והשכינה?

אויב איז עס די ערשטע, זאג איך מיך אפ!

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:37 am

· #84744
איך זעה נישט קיין פאבלעם מיט שירי אהבה, מקען טון פונקט ווי שלמה המלך האט געטוהן, שרייבען פשוטע ווערטער פון אהבה, און זאל יעדער עס פארשטיין וויאזוי ער וויל. ווער סוויל זאל פארשטיין כפשוטו און ווער עס וויל זאל פארשטיין אלץ משל.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:53 am

· #84748
@לעיקוואד

יא פראבלעם נישט פראבלעם, טוה וויזוי דו פארשטייסט

איך האב נאר געזאגט אז אני הקטן נעם נישט קיין טייל דעריין

אויף דעם האביך יהודא ליב בן זאב

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג פעברואר 5, 2013 1:24 am

· #84750
איך שטים מיט מיט קופערניקוס אז דער נושא זאל ענדערש זיין איבער אונזער סיסטעם, און נישט איבער אהבה. שירי אהבה איז גרינג צו לקח'נען פון פרעמדע מקורות, רוב חלק פון גוישע שירים איז איבער אהבה כידוע ליודע חן . משא"כ אונזער געוואלדיגע\פארשטינקענע סיסטעם איז נישט דא ביי קיינעם נאר ביי אונז, (אויך ווילן מיר האבן לעמען דשאוס אינעם פארמעסט).

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:21 am

· #84780
ס'מיר גוט, בעשען א סיסטעם איז אויך געווארן א ארט.

יידל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:28 am

· #84783
לעמאן, וואס איז דער פראבלעם? שרייב איבער אהבה בין אב לבנו! אדער אהבה בין כנסת ישראל לבין אביהם שבשמים. אדער אז דו ווילסט דוקא שרייבן איבער די סיסטעם ,שרייב איבער די חוסר אהבה וואס איז דא צווישן איין פלוגה און די צווייטע...

בן תמליון » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:39 am

· #84786
לעמאן דזשוס
@געציל

פריוואט בעטן פון א ידיד

@בןתמליון

ביטע קלארשטעלן פון וואס מען רעדט דא, אהבה בין איש לאשה או להבדיל בין כנסת ישראל והשכינה?

אויב איז עס די ערשטע, זאג איך מיך אפ!


לעמאן די שירים קענען זיין ווי די שירי אהבה פון ר' יהודא הלוי און אבן עזרא. אהבה איז אוניווערסאל צווישן א מאמע מיט א קינד, איש לאשתו אדער אפילו אהבת ישראל צו יעדן אידישע נשמה. מאנכע טוען אין אהבת הבריות האבן ליב יעדן גאט'ס באשאפענישן. ועל כולם האבן מיר דער אהבת השם ווי דער פסוק זאגט.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:44 am

· #84787
וואס זאגט איר צו מיין פלאן? עס מוז נישט זיין אנשטאט; עס קען זיין אין צוגאב צו די אנדערע פלענער דא.

משנכנס אדר מר-בין בשמחה! מר-בין קען מען טייטשן אין 2 ווערטער, אז מען פארשטייט אז עס איז ביטער, און עכ"ז איז מען זיך מחזק מיט שמחה.
כלפי מה הדברים אמורים,
אונז האבן אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה, אידן וואס שמאכטן אפ פאר לאנגע יארן אין די טורמעס, און ווייסן נישט קיין חילוק פון תשעה באב ביז חודש אדר.
די איינציגסטע זאך וואס מיר קענען טאן פאר זיי, איז זיי באזוכן אדער שרייבן בריוו.

אלזא, לאמיר דא אלע שרייבערס מאכן א שיינע פאעזיע אדער באשרייבונג, צו מחזק זיין די לבבות הנשברים, און זיי עס שיקן לכבוד חודש אדר.
א פלאן?
📎 Asurim-.jpg

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:47 am

· #84788
העלאו, איך בין אנגעקומען שפעט. כ'האב געהאט אן אסיפה מיט עטליכע רבנים, דער פרטי-כל וועט אי"ה נאכפאלגן (פיינע נייעס..)
כננס על גבי משה געציל אולא שקילנא, מיין הארץ זאגט מיר - בנוסף צו קופערניקוס' ריכטיגע חששות - אז ווען אלע מחברים וועלן זיך באציען אויף איין נושא בלבד, וועט דאס פארמעסט נישט זיין אזוי אקוראט. נאכן ליינען צוויי אהבה פאעזיע, איז דער דריטע שוין וועפיג, אהבה האט אויך א שיעור. אולי, זאל יעדער שיקן זיין רעיון וענין השיר צו איין ניק (א מנהל וכדו), צו פארזיכערען אז אז יעדער שרייבט פון אן אנדערען נושא.
פאעזיע, עכ"פ ביי מיר, איז בליצען אין קאפ אן קיין הכנה (ויקר אן א אלף, מתלמידיו של בלעם הרשע). ס'שווער צו באשטעלן א יצירה אויף דעם און דעם נושא. גראדע, מיין קרב וכליות זינגען זיך לעצטענס אונטער א נייע ליד, וואס איז נישט פון אהבה, נישט פון די שואה, און נישט פון וועבערמאן. וואס כ'האב טאקע בדעה דא ארויפצושטעלן. אויב ס'וועט זיך אויסארבעטען משה-געציל'ן און לעמאנע'ס פלאן, דאן וועט איר דאס ליינען אן מיין ניק.

איידער די פארמאסט גייט אריין אין קראפט, וואלט איך געוואלט ערשט מברר זיין: ביז ווען קען מען אריינגעבען סחורה (איך דארף נאך צייט)? צו וועם זאל מען דאס שיקן?

---
שמעקעדיג האקט מיט א "לאסורים" פלאן. UMMM, נישט שלעכט, אבער לאמיר נישט מישן, מ'קען טון ביידע.

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:59 am

· #84792
יידל
לעמאן, וואס איז דער פראבלעם? שרייב איבער אהבה בין אב לבנו! אדער אהבה בין כנסת ישראל לבין אביהם שבשמים.

ער רעדט פון אהבה וואס גייען ביידע וועגען.

נו, שגץ.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:41 pm

· #84809
פראזע שרייבט מען. פאזיע שרייבט זיך. איך האב נישט וואס צו זאגן. ס'זאגט זיך מיר גארנישט. דערפאר שרייב איך נישט, בכלל.

כ'וויל אבער פארט דאס אייך דערציילן. פארוואס זאלט איר נישט וויסן אז כ'בין אין קייטן, אז מיין הארץ האט זיך פון מיר באהאלטן?

האב איך געפונען אן עצה. כ'האב געווארט אויף בין השמשות, ווען אלעס ווערט אויף א הרף-עין שטיל-שלווה'דיג. כ'האב פון בלעם אויסגעבארגט זיין רגע-כמימרא, און א ווינק געגעבן די קלעם מיינע, אזוי צו זאגן: די זון איז אוועק; די לבנה איז נאכנישט אנגעקומען. אלע זענען כישופ'דיג פארגליווערט. מיר זענען יעצט אליין. עפן דאס מויל, טייערע קלעם מיינע, און דערצייל דער וועלט וועגן אונזער שטיל-זיין. וועלן כאטש אלע וויסן -- סתם אזוי, לשם פשוט וויסן.

און אזוי האט זי געטאן...

(שא. די לבנה האט פאראויסגעשיקט א סימן פון א שיין, לאמר, אזוי צו זאגן: אט בין איך דא. שא, קינדער פון דער ערד. פאלט צוריק אריין אין זיסער מעלאנכאליע, ביז די צייט וועט קומען אייך וועקן.)

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:54 pm

· #84810
אכטונג
נאך א לענגערע באראטונג דעם נאכט מיט ידידינו ר׳ משה געצל הי״ו און נאכן כאפן א שמועס מיט איינעם פון מיינע נאנטסטע פריינט אויפן אינטערנעט (שם, שמור במערכת) און אלס איינער וואס פארשטייט גוט צו אזוינע פארמעסטן, איז אויסגעקומען אזוי;

עס קוקט לעת עתה אויס אז מען קען זיך נישט גרינג פאראייניגן איבער א שמאלן דעטאלירטע נושא, און ווי קאווע טרינקער ברענגט אויך ארויס א שטארקע פונקט איז א ליד א השראה און שווער צו קומען מיט א באשטעלונג...(עי׳ מחלוקת יוסל גרין ושאר מחברים צו מען קען באשטעלן א ניגון אדער סאיז אן השראה!(

אלזא, וועט מען מאכן א פארמעסט אויפן ברייטסטן אופן שייך,

מען פארמעסט זיך אויף א שטיקל פאעזיע, אין וועלכן פארעם זי זאל נאר זיין (לאמעריק אויך, יואליש) אין וועלכע נושא איר ווילט. און חברי הפארום וועלן שטימען נישט דעטאלירטערהייט, בלויז אפגעבן א שטימע פאר וועם איר געפינט אז דאס יעניגע שיר האט אייך געכאפט, באנומען, געמאכט טראכטן, געמאכט וויינען, געמאכט לאכן, געמאכט קלאצן.

עס איז דא געוויסע לעכער אין דעם ברייטן נישט זעלביגע נושא לדוגמא, יכול להיות אז איינער וואס וועט שרייבן וועגן אהבה בין איש לאשתו וועט באקומען מער שטימען מחמת נפשו של אדם מחמדתן, עס איז פאראן נאך לעכער כגון טאפעלטע ניקס, דארף יעדער נוצן השכל ודעת און נישט סאבאטזשירן דעם פארמעסט, ועוד,..

נאר צום סוף וויל איך מוסיף זיין, דאס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אפילו א שיר אהבה אין ערגסטן פאל זאל טראגן א לפנים מפרגוד׳יגע שטייגער (קרעדיט, חבירי היקר באישי)

ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו

יידל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:56 pm

· #84811
אקעי, יעצט די טעכנישע דעטאלן: צו וועם שיקט מען? ביז ווען קען מען שיקן? ווען און וויאזוי שטעלט מען עס ארויס? וכולי'

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 1:07 pm

· #84815
@אנאנים, וועגן גורל מי בראש

זייט וויסן אז אין געלעגער׳ס אייוועלט פארמעסט איז די געווינער געוועהן נומער 10 קוקט אויס אז ס׳איין נפק״מ

@פשוט קאמפליצירט, פארוואס שטעלסטו ארויף דיין שטיק פאעזיע דא? שיק אריין און מען וועט זיך דערויף פארמעסטן...

@יידל,פרטים יבואו, 2:30 איז דא א מיטינג מיט די באארד אף עלעקשאנס און די ליטעראטור דעפארטמענט

@שמעקעדיג,געניאלע געדאנק, ריזיג! מר-בין

לעמיל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:20 pm

· #84829
איז למעשה גייט מען וויסען ווער האט וואס געשריבען אדער וועט מען עס ארויף לייגען מיט נאמבערס?

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:33 pm

· #84834
לעמיל, זעהסט ווי שטיל ס'איז געווארן דא... די לייבן זיצן אין שרייבן מפני אימת יום הדין.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:40 pm

· #84838
די מיטינג איז ב״ה צייטליך און איצט אין קראפט.

לעמיל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:41 pm

· #84839
קאווע טרינקער
לעמיל, זעהסט ווי שטיל ס'איז געווארן דא... די לייבן זיצן אין שרייבן מפני אימת יום הדין.

עס ווערט מיר גוט ביז יעצט האט מען נאר געקענט רעדען פון וועבערמאן יעצט גייט זיין 103 אשכלות אויף די פארמעסט? איך האף אז נישט מיר איז אוזי אינטערסאנט א פאעזיע פארמעסט דארף איך אויך האבען ווי אריין צו רעדען

לעמיל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:41 pm

· #84840
לעמאן דזשוס
די מיטינג איז ב״ה צייטליך און איצט אין קראפט.

ווי בין איך? 😞

משה געציל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:42 pm

· #84841
איך האב דעם כבוד מכבד צו זיין אונזער הויכגעשעצטער הרב לעמאן דזשוס שליט״א אלטס מאדערעטעיר פונעם פארמעסט! סטעי טאונד אי״ה אין די קומענדיגע מאמענטען וועט ער אי״ה פארלייגען די פארשריפטן אין רעגעלאציעס פונעם פארמעסט.
החותם בכבוד ובהערצה
הק׳ משה געציל בן....

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:43 pm

· #84843
לעמיל
לעמאן דזשוס
די מיטינג איז ב״ה צייטליך און איצט אין קראפט.

ווי בין איך? 😞


כ׳קען דיר אריינשלעפן דורך א אונטער טיר, יעצט רעדט יואליש מטעם די ליטעראטור דפט. נעקסט איז קופערניקוס פון וועד הארצי!

לעמיל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:44 pm

· #84844
לעמאן דזשוס
לעמיל
לעמאן דזשוס
די מיטינג איז ב״ה צייטליך און איצט אין קראפט.

ווי בין איך? 😞


כ׳קען דיר אריינשלעפן דורך א אונטער טיר, יעצט רעדט יואליש מטעם די ליטעראטור דפט. נעקסט איז קופערניקוס פון וועד הארצי!

אוקעי איך וועל דיך רופען ווען איך בין דארט, איך בין אויפען וועיג עס איז פשוט דא טרעפיק

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 2:46 pm

· #84845
@געציל, האט נישט געדולד צו די פראסעס, האט ער ארויסגערוקט די גע׳איילטע מעלדונג

דערווייל ווארט מען אז די פיליבאסטער זאל געבראכן ווערן, קופערניקוס וויל נישט ענדיגן רעדן

אט זעה איך ׳געפילטע פיש׳ מיט א גרויסע סיין

לעמיל » דינסטאג פעברואר 5, 2013 3:18 pm

· #84852
קופערניקוס האט נאך נישט גענדיגט?
יאנקל האקט
איך בין דארט און אפאר מינוט ווארט פאר מיך
בלאט: 1 2 3