☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע פון קטלא קניא

פאעזיע פון קטלא קניא

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #368

לאדיך אפ » מיטוואך אפריל 11, 2012 11:13 pm

· #4434
פאעזיע פון קטלא קניא
דער בארימטער סעמי-חרדישער שריפט שטעלער הרוצה בעילום שמו, המכונה באתר די ביה יחדון רוחין ונפשין בכינוי דאינו משתמע לתרי אנפין, "קטלא קניא" באגמא, האט לכבוד דעם איצטיגן יום טוב ארויסגעגבן א פרישן פאעזיע אין אונזער היימישען *יידישען* שפראך. די אייציגסטע פראבלעם איז נאר... אז קיינער איז נישט מצליח צו פארשטיין וואס מורה מורינו ר' קטלא וויל. יא, סאיז טאקע ברייט באקאנט אז קטלא איז תמיד בגילופין, ווי ער אליינס איז מעיד אינעם קעפל פונעם בלאָג זיינעם, אבער דאך... רעדן טערקיש איז קיינמאל נישט געווען זיין שטייגער. האב איך געטראכט צו מיר, קיין קאָפי רייט האט דאך נישט ק"ק, איז פארווס זאל איך עס נישט אויפהענגען דא אין שטיבל אזוי אויפן וואנט, אז יעדער וואס קומט אריין כאפן א גלעזעלע כשר לפסח קאווע זאל עס קענען זען, און פרובירן אויסצופיגערען די רעטעניש, ס'זאל זיין פתח דבריו יאיר מבין פתאים.

והנה, און אט איז זי ככתבה וכלשונה בלי שום שינוי כלל ועיקר (אז איר ווילט דוקא יא זען אין אריגענעל, דרוקטדזשע דא):

כּאן הבן שואל

קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין
דער חכם, דער רשע, דער תם, דער ש'לשאול
דאָס בין איך
וואָס גייט עטס מיר נאָך
וואָס האָבן מיר געהאַט
וואָס מיר האָבן פאַרלוירן
זוכן ברעקלעך
און געפונען גאָרנישט
מיט אַ נאַרישע ליכט
ס'יז פּוסט ס'יז ליידיק
צאַמגעקוועטשט אַרום אַ לערער פּיצה שאַכטל
שוין נישט דאָ חמץ
אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן
קוקט מיר אָן
קדש
ווען דער טאַטע קומט אַהיים
איך קום נישט
איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן
הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט
דער מצה טאַש האָט נישט קיין קרייצער
די כּוסות האָבן דערטראָנקן דער טייג
און זי האַלט נישט ביים יערן
אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען

עד כאן לשונו, ועד כאן אומרים בחול המועד פסח והמדקדקין חוזרים ב"פ קו"ח.
איך וועל אויך זיך ערלויבן מעתיק צו זיין אפאר פון די אזוי גערופענע "הערות והארות" אויפן דיזען בלאג פאוסט:

אנונימי אמר/ה...
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אבער אפשר איז דאס גופא די כוונה.......

אנונימי אמר/ה...
Katle,have you lost it? for this we had to wait for over two months?
are you ok? if not we will say some tehilim for you,please let us know what's up with you

אנונימי אמר/ה...
This scribble has a beginning, a muddle, and an end

יואל גאלד אמר/ה...
איך פארשטיי נישט קיין ווארט. אבער קטלא איך שטעל דיך אויפן חזקה אז דו האסט טיפע כוונות, אפשר די זעלבע כוונות וואס אונזערע רבי'ס האבן געטראפן אין די טעותים אין די הגדה וועלכע זיי האבן אונטערגעהערט ביי די אמעראצים פסח אויפדערנאכט.

קול גדול » דאנערשטאג אפריל 12, 2012 1:56 pm

· #4506
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
ס'איז זיכער אז דער רבי ר' קטלא האט העכערע כוונות, מ'דארף זיך פשוט אריינגרינטעווען צו אויסגעפונען די טיפע רמזים וסודות וואס ליגט דערין.

אברעמעל » דאנערשטאג אפריל 12, 2012 2:17 pm

· #4514
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
אלץ געהאט די פראבלעם מיט זיין בלאג, ער שרייבט מיט נקודות און ווען כ'בין אויפן פאון איז נישט מעגליך צו ליינען.

John Doe » מוצ"ש אפריל 14, 2012 9:30 pm

· #4558
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
וואס איז נישט צו פארשטיין? ער רעדט זיך פשוט אפ אויפן קשוי השעבוד פונעם אורטופראקסישן לעבן.

יידל » מוצ"ש אפריל 14, 2012 11:13 pm

· #4566
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
דזשאן, נו אפשר לערנסטו מיט אונז פירוש המילות?

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 5:21 pm

· #5042
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
ר' קטלא איז מבאר פארוואס ער שרייבט אין אונזער מאמע לשון יידיש:
<a class="postlink" href="http://katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html">http://katlekanye.blogspot.com/2012/04/ ... st_15.html</a>

ידען » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:24 pm

· #5048
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
וואס עפעס ״ר׳״?

האסט גענומען שימוש ביי אים?

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:54 pm

· #5063
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
ידען
וואס עפעס ״ר׳״?

האסט גענומען שימוש ביי אים?

פארוואס נישט? פון דוד המלך זעט מען אז אפילו מ'לערנט נאר צוויי דברים דארף מען שוין רופן רבי.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:57 pm

· #5065
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
האסטו געלערנט ביי אים שני דברים?

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 7:04 pm

· #5067
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
שמואל הלוי
האסטו געלערנט ביי אים שני דברים?

אוודאי, אין יעדע ארטיקל איז דא דברים וואס מ'קען זיך ארויסלערנען.

ידען » דינסטאג אפריל 17, 2012 9:29 pm

· #5100
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
למשל וואס האסטו געלערענט פון די פאעזיע ארטיקל?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:45 pm

· #5208
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
לאדיך אפ
דער בארימטער סעמי-חרדישער שריפט שטעלער הרוצה בעילום שמו, המכונה באתר די ביה יחדון רוחין ונפשין בכינוי דאינו משתמע לתרי אנפין, "קטלא קניא" באגמא, האט לכבוד דעם איצטיגן יום טוב ארויסגעגבן א פרישן פאעזיע אין אונזער היימישען *יידישען* שפראך. די אייציגסטע פראבלעם איז נאר... אז קיינער איז נישט מצליח צו פארשטיין וואס מורה מורינו ר' קטלא וויל. יא, סאיז טאקע ברייט באקאנט אז קטלא איז תמיד בגילופין, ווי ער אליינס איז מעיד אינעם קעפל פונעם בלאָג זיינעם, אבער דאך... רעדן טערקיש איז קיינמאל נישט געווען זיין שטייגער. האב איך געטראכט צו מיר, קיין קאָפי רייט האט דאך נישט ק"ק, איז פארווס זאל איך עס נישט אויפהענגען דא אין שטיבל אזוי אויפן וואנט, אז יעדער וואס קומט אריין כאפן א גלעזעלע כשר לפסח קאווע זאל עס קענען זען, און פרובירן אויסצופיגערען די רעטעניש, ס'זאל זיין פתח דבריו יאיר מבין פתאים


עמיצער האט מיר אמאל געזאגט אז די ערגסטע זאך פאר א פאעט איז אים צו פרעגן: וואס האסטו געמיינט צו זאגן. איך קען נישט מסביר זיין וואס ק"ק מיינט צו זאגן. כפי הנראה ווייסט א פאעט א סך מאל אליין נישט קלאר וואס ער וויל זאגן. ער באהאלט זיך, אזוי צו זאגן, אינעם ליידיגן חלל וואס צווישן די אותיות. איך ביך אויך נישט קיין פאעט; ווען א שטיקל פאעזיע קומט מיר פאר ווי שיין, מיינט עס אז איך האב ליב געהאט וואס כ'האב געלייענט, אן דווקא וויסן פארוואס.

דאס געפיל וואס באקומט זיך פון דעם שטיקל איז קלעם - לאו דווקא דער קלעם פון אן ארטאפרעקס. איך הער אז "וואס ווילסטו דא מיט דעם גאנצן עסק". דאס שטיקל האט אויך א סך שעפערישע ווערטערשפילן - אן אייגנשאפט מיט וואס ק"ק צייכנט זיך ספעציעל אויס.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:46 pm

· #5234
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
[ציטאט אראפגענומען]



קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין



אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן



איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן



הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט



אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען


די לעצטע שורות טוען שרעקליך וויי...

יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:21 pm

· #5249
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין

אקעי דאס פארשטיי איך .ער רופט אן די קיטל "תכריכין", און שפירט זיך דערין נאקעט און לער.

אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן

דאס כאפ איך נישט. וואס איז די לעצטע וועטשערע ווי יעדער דארף זיצן אויבן אן? און וואס האט דאס מיט יאשקע'ס טשוואק? וואס איז דער ווערטער-שפיל?

איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן

דארף כל חמירא צו זיין דא דער ווערטער-שפיל?

הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט

אקעי, "ס'איז הפקר ווי דער וועלט" איז די ווערטער-שפיל. זייער שיין (דאס, אגב, טוט אויך וויי...)

אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען

איך זע דא צוויי ווערטער-שפילן: פעדער און גאל ישראל. האב איך ריכטיג צוגעטראפן פ"ק?

פעדער » מיטוואך אפריל 18, 2012 3:17 pm

· #5260
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
יאשקעס טשוואק איז אן אלטן אויסדרוק ווי צו זאגן . גיי זוך א זאך וואס איז מילא נישט דא. ווייל יאשקע האט מען דאך נישט געהאנגען בכלל. איז דאס זעלבע טרעף מיר דעם חמץ וואס מ'האט מילא שוין געקראצט און געריבן עטליכע וואכן ביז טאטאלע פארניכטונג . "הענג זיך דערמיט" איז פשוט ווי מ'זאגט אין מאמע לשון "גיי הענג דיך" בנוסף לזה אז ס'שטימט אקוראט מיטן משל הדומה.

ווייטער לעצטן וועטשערע באציהט ער זיך לכאו' דאס וואס פאר פסח קוועטשט מען זיך צוזאם ביים ווינקל ארום עטליכע באקסעס. ס'איז נישט שייך קיין אויבן אן, אין אנדערע ווערטער, יעדער זיצט ביים אויבן אן.

מבטל געווען ביי כל חמירה דעם אפיקומן איז משמע מסתמא , די שטיקל וואס מ'לייגט אוועק איבערעס יאר אלץ שמירה און בעפאר פסח פארברענט מען עס.

"ס'איז הפקר ווי די וועלט" מיינט ער דערמיט . די בני חורין וואס מ'דארף שפירן. זאגט ער כביכול , מ'שפירט עס מילא דורכן יאר. און אפ' יעצט , איז עס 'יענץ חירות ' (ווייטאגליך וכו' . אדער קען מען זאגן ער וויינט זיך אויס צום בוכ"ע... לייז אונז אויס.)

"ווער פארברענט" מיינט ער דעם 'חמץ' . "ווער פריי בלייב פרום" איז פשט "כל דצריך"...
"טונק שפאלט זאג" איז פשוט די ליל הסדר . - כרפס. הגדה. הלל. שביעי של פסח. וכו' "גאל י שראל" איז א מליצה צו די 'שלעפעריגע' . (חוץ אויב מיינט ער מינות עפ"ל)
כך מדומה לי.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 18, 2012 3:29 pm

· #5262
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
מ'קאכט אריין אין א שטיקל קטלא קניא, קעניינע הארע...

קול גדול » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:11 pm

· #5296
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
ר' קטלא איז זיך מצטרף צו די קריאה הקדושה זיך משתתף צו זיין אין אונזער פארום:
katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html?showComment=1334782960970#c448512123852425042

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:17 pm

· #5298
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
איך גלויב אז ער איז שוין לאנג איינגעשריבן דא

יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:34 pm

· #5302
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
שמואל הלוי
איך גלויב אז ער איז שוין לאנג איינגעשריבן דא

און וואס איז זיין ניק? (גילוי?)

ישבב הסופר » זונטאג אפריל 22, 2012 3:34 pm

· #6529
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
כפי מיעוט הבנתי בשירה, העולה מכל הפואמה של קטלא הוא :
"מה העבודה הזאת לכם",
ואם בנו ישאלנו שאלה זו, הרי יענה לו כמצווה בהגדה, ועל זה כבר אמר הנביא "אבות אכלו בוסר ושיני בנים תקהינה".

ידען » זונטאג אפריל 22, 2012 3:51 pm

· #6541
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
קול גדול
ר' קטלא איז זיך מצטרף צו די קריאה הקדושה זיך משתתף צו זיין אין אונזער פארום:
katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html?showComment=1334782960970#c448512123852425042

לינק ארבעט נישט

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 22, 2012 3:53 pm

· #6543
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
ידען
קול גדול
ר' קטלא איז זיך מצטרף צו די קריאה הקדושה זיך משתתף צו זיין אין אונזער פארום:
katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html?showComment=1334782960970#c448512123852425042

לינק ארבעט נישט

דאבל קליק אויף די שורה פון די לינק, דאן גיי צו "סוירטש גוגל וכו'" וועסטו אנקומען אהין

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 22, 2012 4:00 pm

· #6549
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
שמואל הלוי
ידען
קול גדול
ר' קטלא איז זיך מצטרף צו די קריאה הקדושה זיך משתתף צו זיין אין אונזער פארום:
katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html?showComment=1334782960970#c448512123852425042

לינק ארבעט נישט

דאבל קליק אויף די שורה פון די לינק, דאן גיי צו "סוירטש גוגל וכו'" וועסטו אנקומען אהין

סארי מ'דארף טריפל קליקן (דריי מאל).

ידען » זונטאג אפריל 22, 2012 4:26 pm

· #6571
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
Ok
געטראפן

דאס שרייבט ער


גם אני הק' מצטרף לקריאת יודע מחשבות הנ"ל כי כביר ונאור הם החבורה של יריאים הלזו ולמצוה גדולה תחשב להיות נמנה לדבר מצוה וכמו שאמר נעים זמירות ישראל חבר אני לכל אשר יראוך ועליהם אמר הכתוב ויקשב ה' וישמע ויכתב בספר זכררון ומחמת ענותנותם קראו עצמם קאוו"ע שטיב"ל כדי לערבב השטן והמקטריגים והמשטינים למיניהם בכדי שיעברו על כפות המנעול ויסתובבו בשווקים וישוטטו בחדרי חדרים אבל אל המקדש לא יבואו לחלל השיחת חולין של ת"ח בשיחת ילדים ובתי כנסיות של עמי הארצות וכל מי שאין תוכו כברו אל יכנס.

בן תמליון » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:26 pm

· #7671
Re: פאעזיע פון קטלא קניא
בלויז צוצולייגן מיינע צוויי פרוטות, ג"א מצטרף צו משבח זיין הגדול קטלא קניא פאר זיינע געוואלדיקע ווערק במשך די אלע יארן. אילו זכינו וואלטן מיר איהם געזעצט אויפן פעדאסטאל געוויזן מיטן פינגער דין הוא שברנא ליה בשביין.

a1b2 » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 2:58 pm

· #168987
איך זיץ מיר דאָ ביים שרייב מאַשינדל, אין הויז איז שטיל, דער עולם האָט זיך שוין געלייגט, אין נאָז גייט מיר אויף דער געשמאַקער ריח פון די שבתדיקע מאכלים וואָס מען האָט מיר געבעטן נישט פאַרגעסן אַראָפּדרייען/פאַרלעשן/צודעקן/אַריינלייגן אין פריזידער. אינדערויסן איז אַ קעלט, מאָרגן איז דער אתחלתא דפרענותא פון עשרה בטבת און איך זיץ מיר דאָ ביים שרייב מאַשינדל און פאַרזיך אויסקלאַפּן ווערטער זאָלן רעדן צו מיר אַליין.
דער עולם פרעגט זה קטלא האיש לא ידענו מה היה לו, ער האָט אַמאָל געשריבן אָבער עס האָט אים אָנגעכאַפּט אַ שטומעניש. נאָך אַ קורבן פון אַ געזעלשאַפט וווּ אַז מען קומט שוין יאָ אַרויס לאוויר העולם, וויינט מען זיך אויס די לונגען, אַ בדוחקדיקן קייכל מיט אַ בדיעבדיקן שמייכל און מען פגרט אָפּ. אַ נפל וואָס, ווי קהלת זאָגט, קומט אין נאַרישקייט, גייט אין פינצטער, האָט קיין זון נישט געזען און פון קיין נחת נישט געוווּסט.
זייט וויסן אַז קטלא לעבט, קטלא ברענט און קטלא פלאַקערט. נאָר וואָס דען, קטלא איז אויך פויל, קטלא דאַרף ציען חיונה, דאַרף צאָלן שכר למדות, דאַרף זיין אַ מאַן און אַ פאָטער, פון מאָל צו מאָל ווערט ער פאַרפּלאָנטערט, און דערווייל געדאַנקן און מחשבות פליען ביי, פון טעג ווערן חודשים און יאָרן און קיין וואָרט ווערט נישט געשאַפן. פון צייט צו צייט כאַפּט זיך אָבער דער קאָטער אַריין, דער מאָס פליסט איבער ביז עס ווערן דברים שאין להם שיעור און אין אַזאַ פאַל האָט אַ בר־נש נישט קיין ברירה נאָר אָפּצוזאָגן זיינס. וואָס איז דען דער סך הכּל פון אַ לעבן אויסער דאָס וואָס איז אָפּגעשריבן, און וואָס טויג זיך דאָ צו דרייען אויפן עולם התוהו אַז ניטאַמאָל קען מען זאָגן וואָס שווימט זיך אין מוח?
מיר ענדיקן אַצינד די סדרות פון יוסף הצדיק, אַ יונג וואָס האָט זיך געלאָזט חלומען, דער נער האָט דערציילט זיינע חלומות פאַר זיינע ברידער און האָט ביטער באַצאָלט. גלייבט נישט די אַלע מעשות פון ווערן אַ מלך אין מצרים, דאָס זענען די דברים בטלים פונעם חלום. דער איינציקסטער אמת איז אַז דער וואָס וואַגט זיך צו חלומען וועט מען פאַרקויפן, פאַרציקן, באַשולדיקן, איינשפּאַרן און פון אַלעס וועט בלייבן אַ וינס ויצא החוצה. גאָרנישט מער.
און אַז פאַר יוספן איז יאָ געלונגן איז דערפאַר ווייל ער האָט געהאַט דער שכל צו חלומען ווען בן שבע עשרה שנה והוא נער. אַז איר זענט עטוואָס עלטער איז לייגט אייך בעסער נישט שלאָפן ווייל עס קען זיך אייך חלילה חלומען. פון זונען און לבנות און שטערן, אפשר. פון אַ שוואַרצער, קאַלטער, פאַרנעפּלטער נאַכט זיכער. און אַז איר וועט דערציילן פאַר איירע ברודער און פריינד וועט פון אייך בלייבן אַ חיה רעה אכלתהו. קויפט אייך נישט אַ כּתונת פּסים ווייל עס וועט אייך אַריינפירן אין גריב. איר מעגט שפּעטן המה וחמוריהם אָבער פון אייך וועט בלייבן טרוף טורף יוסף.
און אָט דאָ זיץ איך מיר. די קינדער וואַקסן אונטער, די חבירים טון שידוכים, זייערע קינדער גיין אין ישיבות און סעמינאַרן און מיך אינטערסירט עס אַלץ אין דער לינקע פאה. איך קען אויסוואַרטן זיך צוקושן מיט מחותנים, איך בין מוותר אויף דער נחת פון שלום זכרס און קידושים יעדער פינפטער וואָך און פאַר מיר איז דאָ נאָך אַ תכלית צום לעבן אויסער פירן די קינדער אונטער דער חופה. איך שפּיר אַן אחריות צו מיינע קינדער נישט ווייניקער ווי אַ צווייטער און טאַקע פאַרדעם מעג איך און עס ליגט אויף מיר אַ פליכט פאַר זיי אויפצומאַכן אַ פענצטער צו דער וועלט. אַז אַנדערע האָבן אַ רעכט אַרויפצולייגן זייערע קינדער אויפן ים פון לעבן נישט נאָר אָן זיי אויסצולערנען צו שווימען נאָר אויך אָנגעלאָדנט מיט שטיינער מעג איך צום מינדערסטן אָנזאָגן מיינע קינדער, געט אובאַכט איר זאָלט אייך נישט דערטרענקן. און אַז דאָס וועט זיי געבן אַ פּחד און זיי חס וחלילה קאָנפיוזן זאָג איך יוסיף דעת יוסיף מכאוב.
קיין מענטש איז אַן אינזעל, האָט געזאָגט דער משורר, און דער עבד עברי זאָגט אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי. מיינע קינדער זענען יונג און זיי וועלן זיך מוזן אַן עצה געבן. דער וועלט איז גרויס, דער וועלט איז ברייט און עס איז דאָ פּלאַץ פאַר יעדן. וואָס טוט מען אָבער מיט דער אשת נעורים, אהבת כלולותי? מיט איר האָב איך חתונה געהאַט מיט קוים אַ האָר צום גאָמבע, זיך ענטוויקלט אונטער איר פליגל, זיך אויסגעבילדערט ווען זי האָט געאַרבעט, געשלאָפן ווען זי איז אויפגעשטאַנען צו די קינדער, געשריבן ווען זי האָט געקאָכט. זי האָט מיך געפיטערט, געשטיצט, געוואַרעמט דער בעט, אויפגעלאָכטן דער שטוב, ערצויגן אונזערע קינדער און שווער אינוועסטירט אין אונזער געביידע. טאָ, פאַרוואָס מוז זי צאָלן דער פּרייז ווייל איך גלייך נישט וואָס געפונט זיך אויפן מעניו? ווי קען איך חרוב מאַכן אַ בנין אַז דער דאַך זאָל איינפאַלן אויף איר קאָפּ?
איך בין דאָך אָבער אויך אַ מענטש און קיינעמס אַ קנעכט. עס גלוסטן זיך מיר נישט פון דאָ צו אַנטלויפן טאַקע ווייל אַ דאַנק מיין אשת חיל קען איך גיין און קומען ווי עס וווּנטשט זיך מיר. איך קען באַשטיין צו בלייבן דאָ ווי און וווּ איך געפון מיך, איך בעט נאָר צו מעגן זאָגן און שרייבן לויט מיין באַגער. במסתרים תבכה נפשי אָבער אין דער אָפן לאָמיך דונערן און בליצן. מיינער ווערטער האָבן מיט קיינעם נישט חתונה געהאַט און זענען פריי און מותרים לכל אדם איז סאַראַ רעכט איז דאָ מיר צו זאָגן דאָס טויג נישט, דאָס פּאַסט נישט, דאָס קען מען נישט און דאָס טאָר מען נישט?
מורי ורבותי, מען קען און טאָר אַלעס. איך בין פאַרפליכטעט אָבער מיין זעל קען מען נישט איינקייטלן. קיין איינער נישט און קיין מאָל נישט. און דאָך זאָגן זיך די ווערטער מיט אַ ווידערקול פון דער קלאַנג פון מעטאַל. מען שיקט די קינדער אין שולעס און דערנאָך ווילן זיי אַהין און פאַרלאַנגן אַהער. מיר לעבן אין אַ געמיינדע צאַמגעהאַלטן דורך פּחד און בושה, בושה וואָס וועט מען זאָגן און פּחד וווּ אַהין וועט מען אָנקומען. איך בין מוחל די בושות אָבער דער פּחד ברענט. וווּ אַהין פיר איך מיר אַליין און מיינע אַרומיקע? וואָס וועט פּאַסירן מיט אַנדערע? טאָר מען מאבד זיין בידים וואָס אַ צווייטער האָט געבויט מיט שווייס און בלוט?
איך האָב נישט קיין ענטפער און איך ערוואַרט נישט קיין עצות. גלייבט מיר נאָר אַז איך בין דאָ, אַז איך אָטעם און אַז איך לעב. און וווּ עס איז דאָ לעבן איז דאָ פּיין, איז דאָ צער, איז דאָ ספיקות און איז דאָ סכנות. מיינע קינדער וועלן מוזן ירשנען מיינע ספיקות און איך האָף זיי וועלן מיר מוחל זיין אַז מער האָב איך זיי נישט געקענט געבן. עס פאָרכט מיר צו טראַכטן וואָס נאָך מען וועט מיר מוזן, אָדער נישט קענען, מוחל זיין.
אויף דערווייל לאָמיך גיין מסדר זיין די מאכלים. מאָרגן וועט מען פאַסטן אָבער דערנאָך וועט מען עסן. וואָס וועט זיין שפּעטער ווייס איך נישט.

a1b2 » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:00 pm

· #168989
קטלא קניא אין טוויטטער

אזא שטיקל מצוה עלינו לקרות עד שיבואו התלמידים ויאמרו: רבותינו הגיע זמן אייך פטור צו ווערן ויתגלה דעם גאלדענעם שרייבער <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5376">viewtopic.php?f=24&t=5376</a><!-- l -->

גנדי » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:14 pm

· #169178
@a1b2 פון ווי קומט די מייסטער ווערק וואס די האסט ארויף געלייגט?

האט איינער באמערקט אז קטלא'ניו האט געטוישט די קעפל פון זיין בלאג?

איך האב מורא ער זיכט א בעקבי (הצאן) [הסוס] ארגענעזאציע, אדער אפשר "פרום און איינגעמיירעט" וועט זיין גוט פאר אים.

איך וואונטש נישט קיינער זאל ח"ו ווערן אט"ד, אבער איין גוטע זאך האף איך וועט ארויס קומען, איך וועל קענען גיין צו זיין בוק-סיינינג און באקומען חתימת יד קדשו, און געבן שלום פאר די האנט, וואס ברענגט מיר אזוי פיל גאונישע ווערק וואס איך באלעק זיך די פינגער פאר די לעצטע דעיקעד.

ר' קטלא איז א גאון אין תורה, ליטעראטור און פאפ-קולטור! אזא נשמה קומט נישט אראפ נאר איינמאל אין א מיליאן יאר.