ענטפער צו אנאנים
איבער דעם זיווג שני און התגרשות הראשונה פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א האב איך עפעס צו זאגן. נאר ס'פאסט ענדערש אין צימעס אדער גאר אין מאחורי. ועוד חזון למועד בעז"ה.
בענדזשאמין פרענקליןמען קען צולייגן צום ליסט דעם הייליגן ראדזימינער רבי זצ"ל.
איך האב געליינט און איינע פון די אמאליגע אידישע ביכלעך שיין באשריבן די געשיכטע צווישן ראדזימינער רבי און ראדזימינער רעביצין. עס איז א העכסט אינטערעסאנטע טראגי-קאמישע געשיכטע, ער שרייבט דארט אזוי:
די ראדזימינער רבי האט נישט געהאט קיין קינדער, די דאקטוירים האבן אלע געזאגט אז דער רבי איז דער יעניגער וואס קען נישט האבן קיין קינדער, אבער דער רבי און דער רבי'ס מוטער האבן געווארפן דאס שילד אויפן רעביצין, די רעביצין איז זיך געווען גרייט צו גט'ן, זי האט אבער פארלאנגט פינעף און צוואנציג טויזענט רובל, און דער רבי האט אזא סומע נישט געוואלט געבן.
למעשה ווען דער רבי און די רביצין זענען שוין געווארן קרוב צו זעכציג, האט די רעביצין מסכים געווען צו נעמען א גט. ס'איז געווען א ווייטאג, ווייל די רעבעצין האט שוין פארלוירן געלעגנהייט צו האבן קינדער. וואס ס'איז שייך דעם רבי ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א גאליציאנער גוטן איד, א מיידל. די חתונה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פאמפע. חסידים האבן פאראויסגעזאגט אז זי וועט ווערן מעוברת. פרעמדע חסידים, דער עיקר די גערער, האבן געטריבן ליצנות.
ר' שמחהבענדזשאמין פרענקליןמען קען צולייגן צום ליסט דעם הייליגן ראדזימינער רבי זצ"ל.

לכארוה איז די רעדע פון רבי אהרן מנחם מענדל מראדזימין, געבליבן פון אים עטליכע ספרים וועלכע מען האט איבערגעדרוקט בערך א צענדליג יאר צוריק אין צוויי בענדער.
זיין צווייטע רביצין איז געווען א טאכטער פון הרה"ק ר' יעקב משה מקאמארנא.
גנדיאיינער ווייסט ביי וועם ר' שלמה קרלבך ע"ה איז געווען אן איידעם?
ר' שמחהזענען אפגעלאזטע שידוכים אויך נכלל אין דעם אשכול ?
ברסלבעראדם הראשון איז געווען אפגעטיילט פאר 130 יאר פון זיין ווייב.
טעפלגנדיאיינער ווייסט ביי וועם ר' שלמה קרלבך ע"ה איז געווען אן איידעם?
ער איז געוועהן געגעט?
ודי למבין[ציטאט אראפגענומען]
רבי אהרן מבעלזא, איז דאס נישט א ט"ס?
מפוזריודי למבין[ציטאט אראפגענומען]
רבי אהרן מבעלזא, איז דאס נישט א ט"ס?
ניין, ס'נישט קיין ט"ס.
גראף@אנאנים איז נישט ר' שלמה געווען א איידעם ביי הרב טירנויער זצ''ל רב פון שומר שבת?
אדער איז ער געווען משפחה?
65thראביי שניאור פין די העמטענס
ער האלט שוין כל מקדש שביעי...
זיין פאטער איז ראף אין פארק איסט וויא העלפגוט זינקט...
מע זאגט אויף דעם שוהל אז
דער חזן איז ארטאדאקס
די מתפללים זענן קונזרואטיב
דע ראביי איז רפורם ...
Sent from my iPhone using Tapatalk
קורקלענדאמאל געהערט אז ער האט שטארק געוואלט ווערן אן איידעם ביים ווייצנער פון שיקאגא. למעשה האט דער ווייצנער גענומען לייטנער. איהם האט עס אביסל בארירט ווייל ער איז געקומען פון א שיינע שטיב. ווידעראום לייטנער איז געקומען פון זייער א פשוטע אפשטאם.
ליטוואק פון בודאפעסטהרב שמואל סאלאנט
הרב שלמה פייוויל שוסטאל
דער נתיבות המשפט האט זיך גע׳גט מער ווי איין מאל, אנגענומען איז אז דאס איז צוליעב א חומרא זיינער אין הלכות נדה אז זי דארף גייען א מוך דחוק דער גאנצע מעל"ע פון די ווסת. רעק"א האט איהם געוואלט אפרעדען פון איינער פון די גיטין. ר׳ מאיר וונדר אין זיין ׳אנציקלופדיה לחכמי גאליציה׳ ווייסט צו פארציילען אז יונגעהייט האט א פעטער פון דער נתיבות, אחד מחכמי הקלויז בבראד, געהאט א קפידא אויף איהם און געזאגט אז ער וועט האבען צרות פון די ווייב, וכך הווה ויהי לפלא (!)
דער מהרש"ם ברענגט א גט מיט איינער פון די סטאלינער רבי׳ס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטדי ליצנות פון די מעשה איז, וואס פארא רוה"ק דארף מען צו זאגען אז איינער וועט האבען צרות פון די ווייב? ט׳ווער האט נישט?
צדיקליאך האב גיהערט פין קראנטע מקורותהרה"ק דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א גרוש,
די סיבה ווערט פארציילט אז זי געווען אביסל מאדערן, ע"פ עצתו פון הרה"ק ר"ר מעכיל'ע זלאטשובער זי"ע האט ער איר ג'גט.
צדיקלהרה"ק דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א גרוש,
די סיבה ווערט פארציילט אז זי געווען אביסל מאדערן, ע"פ עצתו פון הרה"ק ר"ר מעכיל'ע זלאטשובער זי"ע האט ער איר גע'גט.
ליטוואק פון בודאפעסטדי ליצנות פון די מעשה איז, וואס פארא רוה"ק דארף מען צו זאגען אז איינער וועט האבען צרות פון די ווייב? ט׳ווער האט נישט?
שבת אחיםדער מנחת אלעזר מיט ר׳ אהרן בעלזער האבן זיך געגט?