☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #2741

אשכול אן א טיטל #2741

138 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2741
בלאט: 1 2 3

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יוני 6, 2017 10:07 am

· #373568
ערשטענס, איך האלט אז עס איז נישט שיין אז מען לייגט אויס יענעם שמוציגע אוטערוועש אין פאבליק. נו האט יענער זיך ג'גט, עס איז דאך דא א פרשה אין תורה אז מען מעג זיך גט'ן, אונז זענען דאך נישט קאטאליקען (קריסטען) וועליכע מעג'ן נישט.

איך רעד נישט פון דעם אז אויב איינער פון די צוויי מאן אדער ווייב זענען משוגע מען רעדט פון זיך נישט אויסקומען. איך פארשטיי אז ביי איעדע גט וועלען זיין אזעליכע וועלעכע וועלין טרעפען סבות פארוואס איינער אדער דער אנדערער איז משוגע אבער מען דא פון נארמאלע מענטשען.

אויסער דעם איז דא אן אנדערע סיבה, אויב מען איז מפרסם "גדולים" וועליגע האבען זיך ג'גט גייען אלע "היינטעגע" רעבעס מייענען אז איינס פון די קוואליפעקאציעס פון ווערען א רעבע איז אז מען דארף זיין א גרוש.

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 6, 2017 11:45 pm

· #373639
נו, וועט זיין אפאר ווייניגער רבי'שע קינדער

א איד » מיטוואך יוני 7, 2017 1:22 am

· #373654
גראף
צדיקל
הרה"ק דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א גרוש,
די סיבה ווערט פארציילט אז זי געווען אביסל מאדערן, ע"פ עצתו פון הרה"ק ר"ר מעכיל'ע זלאטשובער זי"ע האט ער איר ג'גט.

די יארן שטימט? דער ראפשיצער זצ''ל מיט ר' ר' מיכל זלאטשובער זצ''ל?

פארוואס נישט?
ראפשיצער רב איז געבוירן שבועות תק"כ און איז אוועק י"א אייר תקפ"ז

ר"ר מיכלע זלאטשובער איז אוועק אויב איך געדענק גוט כ"ה אלול תקמ"ו
דאס הייסט ראפשיצער רב איז געווען בשעת פטירתו 26 יאר

שבת אחים » מיטוואך יוני 7, 2017 1:28 am

· #373655
ביי וועם איז ר׳ אהרן מבעלזא געוועהן א איידעם בזוו״ר?

וואלווי » מיטוואך יוני 7, 2017 1:42 am

· #373656
ביי זיין פעטער, זיין טאטע. עלטסטער ברודער דער סקוהלער רב, וואס איז אגב געווען דער צמח'ס איידעם.

בן אדם » מיטוואך יוני 7, 2017 1:02 pm

· #373722
גראף
צדיקל
הרה"ק דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א גרוש,
די סיבה ווערט פארציילט אז זי געווען אביסל מאדערן, ע"פ עצתו פון הרה"ק ר"ר מעכיל'ע זלאטשובער זי"ע האט ער איר ג'גט.

די יארן שטימט? דער ראפשיצער זצ''ל מיט ר' ר' מיכל זלאטשובער זצ''ל?

ווי איז די מקור פון די מעשה?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 7, 2017 1:03 pm

· #373723
שבת אחים
ביי וועם איז ר׳ אהרן מבעלזא געוועהן א איידעם בזוו״ר?

זי איז געהרג'ט געווארען, דער גט איז פון די צווייטער ווייב

גראף » מיטוואך יוני 7, 2017 1:06 pm

· #373725
@בן אדם דו דארפסט פרעגן פון @צדיקל די מקור.

מיש-נייעס » מיטוואך יוני 7, 2017 1:36 pm

· #373731
די יארן פון דער הייליגער ר' מיכל זלוטשובער איז פון יאר תפו ביז יאר תקמו

און פון הייליגן ראפשיצער איז פון תקכ ביז תקפז

עס קומט אויס א קנאפע 26 יאר וואס זיי זענען געווען צוזאמען אויף דער וועלט

פון תק"כ ווען דער ראפשיצער איז געבארן, ביז תקמ"ו ווען ר' מיכל'ע איז נסתלק געווארן

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 9, 2017 2:25 am

· #373941
אן אייניקל פון איינע פון די היינטיגע רשכבה"ג'ס וואס גייט לכאורה איין טאג ירש'נען די מלוכה, איז ג'גט (האט שוין א צווייט מאל חתונה געהאט)

קאלובע רבי פון א"י האט דאכציכמיר זיך אויך ג'גט לעצטענס

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 9, 2017 5:44 pm

· #374017
ביי קאלוב'ע רבי זז"ג פון ארץ ישראל איז שוין נישט קיין נפק"מ אויב ער איז חתונה געהאט אדער גע'גט...!

אייז קריעם » מאנטאג יאנואר 1, 2018 8:26 pm

· #392574
משה רבינו. (אפשר האט שוין איינער געזאגט.)

היימלינד » זונטאג יולי 21, 2024 5:37 pm

· #568414
ליטוואק פון בודאפעסט #

דער מהרש"ם ברענגט א גט מיט איינער פון די סטאלינער רבי׳ס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א שוועסטער מיט א סטאלינער רבי - די פראנקפורטער
די תשובה איז בנוגע א די"ת מצד הבעל מבית טריסק

היימלינד » זונטאג יולי 21, 2024 5:39 pm

· #568415
קיינער האט נאכנישט דערמאנט די ליזענסקער איידעם פונעם טאהשער רבי

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 22, 2024 12:15 am

· #568430
אפשר קענמען אויפמאכן אן אשכול איבער גדולי ישראל וועלכע האבן זיך שיער געג'ט.

איך וואלט די ערשטע ארויפגעלייגט רבינו הק' מ'סאטמאר, זי"ע. דאהי אין אמעריקע האבן זיין טאכטער, חי רויזא,ע"ה און דער ברך משה געהאלטן אין איין אריינרעדן פאר'ן רבי'ן אין קאפ אריין אז ער זאל זיך גט'ן פון אלטא פייגא. קיין קינדער האט זי סייווי נישט געהאט.

ווען זי האט אויסגעפונען האט זי מער קיינמאל נישט צוגעלאזט סיי דעם ברך משה און סיי די טאכטער צום רבי'ן. זי האט אייביג געזאגט פאר זיי אז "ער שלאפט".

דאס איז נישט געווען גענוג. זי איז געווען בבחינת יורד ומסטין ועולה ומקטרג. זי איז געגאנגען זאגן פאר'ן רבי'ן אז זיינע קרובים ווילן נישט קומען צו איהם.

יואלמ » מאנטאג יולי 22, 2024 9:17 am

· #568440
I wonder what your source for that is.

עמרם » מאנטאג יולי 22, 2024 9:45 am

· #568442
berlbalaguleh #
אפשר קענמען אויפמאכן אן אשכול איבער גדולי ישראל וועלכע האבן זיך שיער געג'ט.

איך וואלט די ערשטע ארויפגעלייגט רבינו הק' מ'סאטמאר, זי"ע. דאהי אין אמעריקע האבן זיין טאכטער, חי רויזא,ע"ה און דער ברך משה געהאלטן אין איין אריינרעדן פאר'ן רבי'ן אין קאפ אריין אז ער זאל זיך גט'ן פון אלטא פייגא. קיין קינדער האט זי סייווי נישט געהאט.

ווען זי האט אויסגעפונען האט זי מער קיינמאל נישט צוגעלאזט סיי דעם ברך משה און סיי די טאכטער צום רבי'ן. זי האט אייביג געזאגט פאר זיי אז "ער שלאפט".

דאס איז נישט געווען גענוג. זי איז געווען בבחינת יורד ומסטין ועולה ומקטרג. זי איז געגאנגען זאגן פאר'ן רבי'ן אז זיינע קרובים ווילן נישט קומען צו איהם.
אפילו זיי זענען געווען 100% גערעכט, קען מען איר פארשטיין...

למעשה האבן זיי געארבעט אקעגן איר, האט זי צוריק געארבעט אקעגן זיי...

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 22, 2024 9:59 am

· #568444
היימישע גאססיפ...!

דער פאקט איז אז זי האט נישט ליעב געהאט סיי דעם ב"מ און סיי חי' רויזא. נאך אינדערהעים האבן זיי זיך געריסן. ספעציעל מיט חי' רויזא וואס איז געווען די שטיעף טאכטער. וואס איז געווען עלטער פון איהר שטיעף מאמע. איינס פון די סיבות איז געווען ווייל די רבי, זי"ע האט זיך שואל עצה געווע איבער א יעדע פאליטישע זאך מיט זיין טאכטער. און זי איז געווען "דזשעללעס".

ס'איז דא א באקאנטע מעשה (געברענגט דורך דולה ומשקה) אז איין טאג קורץ נאך איהר (אלטא פיגא) חתונה האט די רבי, זי"ע זיך באראטן מיט חי' רויזא. ער איז אריין אין אן אינעווייניגסטע צימער צו רעדן מיט איהר. אלטא פיגא איז פונקט אריין אין די צימער מיט א לאנדרי בעסקעט. זי האט געזעהן ווי זיי זענען פארטיעפט אין א שמועס. איז זי געווארן זייער שטארק דזשעללעס. זי האט אראפגעווארפן די לאנדרי בעסקעט אויפ'ן פלאר און זי האט געזאגט..."זאל "זי" אוועקלייגן די וועש...!

היימלינד » מאנטאג יולי 22, 2024 10:37 am

· #568446
יואלמ #
I wonder what your source for that is.
דבר ידוע למי שמעוניין לדעת

היימלינד » מאנטאג יולי 22, 2024 10:38 am

· #568447
berlbalaguleh #
אפשר קענמען אויפמאכן אן אשכול איבער גדולי ישראל וועלכע האבן זיך שיער געג'ט.

ישועת משה same story

היימלינד » מאנטאג יולי 22, 2024 10:39 am

· #568448
berlbalaguleh #
היימישע גאססיפ...!

דער פאקט איז אז זי האט נישט ליעב געהאט סיי דעם ב"מ און סיי חי' רויזא. נאך אינדערהעים האבן זיי זיך געריסן. ספעציעל מיט חי' רויזא וואס איז געווען די שטיעף טאכטער. וואס איז געווען עלטער פון איהר שטיעף מאמע. איינס פון די סיבות איז געווען ווייל די רבי, זי"ע האט זיך שואל עצה געווע איבער א יעדע פאליטישע זאך מיט זיין טאכטער. און זי איז געווען "דזשעללעס".

ס'איז דא א באקאנטע מעשה (געברענגט דורך דולה ומשקה) אז איין טאג קורץ נאך איהר (אלטא פיגא) חתונה האט די רבי, זי"ע זיך באראטן מיט חי' רויזא. ער איז אריין אין אן אינעווייניגסטע צימער צו רעדן מיט איהר. אלטא פיגא איז פונקט אריין אין די צימער מיט א לאנדרי בעסקעט. זי האט געזעהן ווי זיי זענען פארטיעפט אין א שמועס. איז זי געווארן זייער שטארק דזשעללעס. זי האט אראפגעווארפן די לאנדרי בעסקעט אויפ'ן פלאר און זי האט געזאגט..."זאל "זי" אוועקלייגן די וועש...!
ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא ערגעץ א געשמאקע אשכול בנושא זה

[NAMELESS] » מאנטאג יולי 22, 2024 12:45 pm

· #568459
berlbalaguleh #
אפשר קענמען אויפמאכן אן אשכול איבער גדולי ישראל וועלכע האבן זיך שיער געג'ט.

איך וואלט די ערשטע ארויפגעלייגט רבינו הק' מ'סאטמאר, זי"ע. דאהי אין אמעריקע האבן זיין טאכטער, חי רויזא,ע"ה און דער ברך משה געהאלטן אין איין אריינרעדן פאר'ן רבי'ן אין קאפ אריין אז ער זאל זיך גט'ן פון אלטא פייגא. קיין קינדער האט זי סייווי נישט געהאט.

ווען זי האט אויסגעפונען האט זי מער קיינמאל נישט צוגעלאזט סיי דעם ברך משה און סיי די טאכטער צום רבי'ן. זי האט אייביג געזאגט פאר זיי אז "ער שלאפט".

דאס איז נישט געווען גענוג. זי איז געווען בבחינת יורד ומסטין ועולה ומקטרג. זי איז געגאנגען זאגן פאר'ן רבי'ן אז זיינע קרובים ווילן נישט קומען צו איהם.
כעין זה איז געווען ביים באבוב'ער רב מהר"ש זצ"ל וואס היינטיגע באבוב'ער רב שליט"א האט נישט אריין געלאזט דער באבוב'ער רב מהרנ"צ זצ"ל צום טאטען ואכהמ"ל

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 22, 2024 1:30 pm

· #568464
היימלינד #
berlbalaguleh #
אפשר קענמען אויפמאכן אן אשכול איבער גדולי ישראל וועלכע האבן זיך שיער געג'ט.

ישועת משה same story
איך ווייס מיט וועם דער ישועות משה האט שיער חתונה געהאט. נאר ס'איז נישט געווארן פון שידוך.

היימלינד » מאנטאג יולי 22, 2024 1:31 pm

· #568465
berlbalaguleh #
היימלינד #
berlbalaguleh #
אפשר קענמען אויפמאכן אן אשכול איבער גדולי ישראל וועלכע האבן זיך שיער געג'ט.

ישועת משה same story
איך ווייס מיט וועם דער ישועות משה האט שיער חתונה געהאט. נאר ס'איז נישט געווארן פון שידוך.
די רעדסט פון פאר לאה'טשע? ווייל פון זיך גט'ן איז קיינמאל נישט געווען א ערענסטע צד חוץ די בריוו פון אחיו ממונסי זצ"ל

היימלינד » מאנטאג יולי 22, 2024 1:32 pm

· #568466
היימלינד #

ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא ערגעץ א געשמאקע אשכול בנושא זה
יגעתי ומצאתי
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=11948

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 22, 2024 1:36 pm

· #568467
היימלינד #
berlbalaguleh #
היימלינד #
berlbalaguleh #
אפשר קענמען אויפמאכן אן אשכול איבער גדולי ישראל וועלכע האבן זיך שיער געג'ט.

ישועת משה same story
איך ווייס מיט וועם דער ישועות משה האט שיער חתונה געהאט. נאר ס'איז נישט געווארן פון שידוך.
די רעדסט פון פאר לאה'טשע? ווייל פון זיך גט'ן איז קיינמאל נישט געווען א ערענסטע צד חוץ די בריוו פון אחיו ממונסי זצ"ל
ניין: פאר ער איז (ליידער) אריינגעפאללן מיט לאה'טשא. זייער א בכבוד'יגע שידוך פון גאר א שיינע משפחה מיוחסת בישראל. אן אייניקל פון חקל יצחק מ'ספינקא.

עמרם » מאנטאג יולי 22, 2024 9:07 pm

· #568539
berlbalaguleh #
היימישע גאססיפ...!

דער פאקט איז אז זי האט נישט ליעב געהאט סיי דעם ב"מ און סיי חי' רויזא. נאך אינדערהעים האבן זיי זיך געריסן. ספעציעל מיט חי' רויזא וואס איז געווען די שטיעף טאכטער. וואס איז געווען עלטער פון איהר שטיעף מאמע. איינס פון די סיבות איז געווען ווייל די רבי, זי"ע האט זיך שואל עצה געווע איבער א יעדע פאליטישע זאך מיט זיין טאכטער. און זי איז געווען "דזשעללעס".

ס'איז דא א באקאנטע מעשה (געברענגט דורך דולה ומשקה) אז איין טאג קורץ נאך איהר (אלטא פיגא) חתונה האט די רבי, זי"ע זיך באראטן מיט חי' רויזא. ער איז אריין אין אן אינעווייניגסטע צימער צו רעדן מיט איהר. אלטא פיגא איז פונקט אריין אין די צימער מיט א לאנדרי בעסקעט. זי האט געזעהן ווי זיי זענען פארטיעפט אין א שמועס. איז זי געווארן זייער שטארק דזשעללעס. זי האט אראפגעווארפן די לאנדרי בעסקעט אויפ'ן פלאר און זי האט געזאגט..."זאל "זי" אוועקלייגן די וועש...!
למעשה האט זי (אלטע פיגא) געהאט א טענה
אז די האסט געוואלט חתונה האבן מיט מיך, קענסטו נישט זיך סודותין מיט מיין שטיעף טאכטער אין פראנט פון מיך ...

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 23, 2024 12:52 am

· #568561
אבער דאס איז די מציאות. די רעאליטי. אין א יעדע צווייטע (מערידזש) משפחה זענען דא די און ענליכע קאנפליקטן. ווייל פיעלינגס קענמען נישט אפשטעלן. און דער סאטמאר'ע רבי איז געווען (פסיכאלאגיש) זייער נאנט צו זיין גרויסע, ערוואקסענע טאכטער. און זיין נייע ווייב איז געווען רעלאטיוו פרעמד.

וואס האט זי (אלטא פיגא) דערווארט אז ער זאל פלוצלינג טוישן זיינע פירונגען נאר כדי איהר צופרידנצושטעלן? אין בעסטן פאל נעמט דאס צייט און שווערע ארבעט.

היימלינד » מיטוואך יולי 24, 2024 11:20 am

· #568664
עמרם #
berlbalaguleh #
היימישע גאססיפ...!

דער פאקט איז אז זי האט נישט ליעב געהאט סיי דעם ב"מ און סיי חי' רויזא. נאך אינדערהעים האבן זיי זיך געריסן. ספעציעל מיט חי' רויזא וואס איז געווען די שטיעף טאכטער. וואס איז געווען עלטער פון איהר שטיעף מאמע. איינס פון די סיבות איז געווען ווייל די רבי, זי"ע האט זיך שואל עצה געווע איבער א יעדע פאליטישע זאך מיט זיין טאכטער. און זי איז געווען "דזשעללעס".

ס'איז דא א באקאנטע מעשה (געברענגט דורך דולה ומשקה) אז איין טאג קורץ נאך איהר (אלטא פיגא) חתונה האט די רבי, זי"ע זיך באראטן מיט חי' רויזא. ער איז אריין אין אן אינעווייניגסטע צימער צו רעדן מיט איהר. אלטא פיגא איז פונקט אריין אין די צימער מיט א לאנדרי בעסקעט. זי האט געזעהן ווי זיי זענען פארטיעפט אין א שמועס. איז זי געווארן זייער שטארק דזשעללעס. זי האט אראפגעווארפן די לאנדרי בעסקעט אויפ'ן פלאר און זי האט געזאגט..."זאל "זי" אוועקלייגן די וועש...!
למעשה האט זי (אלטע פיגא) געהאט א טענה
אז די האסט געוואלט חתונה האבן מיט מיך, קענסטו נישט זיך סודותין מיט מיין שטיעף טאכטער אין פראנט פון מיך ...
איך מעג רעדן מיט מיין טאכטער וויפיל איך וויל און אז ס'שטערט דיר ווייזט עס אויף דיין שוואכקייט.
דאס איז בכלליות, ביי יענע פרשה איז עס געווען א פשוטע קנאה, ווען זי האט שכל און ווארט אביסעל וואלט זי געקענט לעבען בשלום מיט איר [וויפיל ס'איז שייך ביי א שטיף מאמע, כ"ש איינס וואס איז אינגער ווי דיר און קומט טיילן דיעות], זי איז ממילא געבליבען די רביצען מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן.

מילך טראק » מיטוואך יולי 24, 2024 1:47 pm

· #568678
[ציטאט אראפגענומען]
ניקלשבורגער רבי ב"פ וואדבורן

מילך טראק » מיטוואך יולי 24, 2024 1:52 pm

· #568679
היימלינד #
עמרם #
berlbalaguleh #
היימישע גאססיפ...!

דער פאקט איז אז זי האט נישט ליעב געהאט סיי דעם ב"מ און סיי חי' רויזא. נאך אינדערהעים האבן זיי זיך געריסן. ספעציעל מיט חי' רויזא וואס איז געווען די שטיעף טאכטער. וואס איז געווען עלטער פון איהר שטיעף מאמע. איינס פון די סיבות איז געווען ווייל די רבי, זי"ע האט זיך שואל עצה געווע איבער א יעדע פאליטישע זאך מיט זיין טאכטער. און זי איז געווען "דזשעללעס".

ס'איז דא א באקאנטע מעשה (געברענגט דורך דולה ומשקה) אז איין טאג קורץ נאך איהר (אלטא פיגא) חתונה האט די רבי, זי"ע זיך באראטן מיט חי' רויזא. ער איז אריין אין אן אינעווייניגסטע צימער צו רעדן מיט איהר. אלטא פיגא איז פונקט אריין אין די צימער מיט א לאנדרי בעסקעט. זי האט געזעהן ווי זיי זענען פארטיעפט אין א שמועס. איז זי געווארן זייער שטארק דזשעללעס. זי האט אראפגעווארפן די לאנדרי בעסקעט אויפ'ן פלאר און זי האט געזאגט..."זאל "זי" אוועקלייגן די וועש...!
למעשה האט זי (אלטע פיגא) געהאט א טענה
אז די האסט געוואלט חתונה האבן מיט מיך, קענסטו נישט זיך סודותין מיט מיין שטיעף טאכטער אין פראנט פון מיך ...
איך מעג רעדן מיט מיין טאכטער וויפיל איך וויל און אז ס'שטערט דיר ווייזט עס אויף דיין שוואכקייט.
דאס איז בכלליות, ביי יענע פרשה איז עס געווען א פשוטע קנאה, ווען זי האט שכל און ווארט אביסעל וואלט זי געקענט לעבען בשלום מיט איר [וויפיל ס'איז שייך ביי א שטיף מאמע, כ"ש איינס וואס איז אינגער ווי דיר און קומט טיילן דיעות], זי איז ממילא געבליבען די רביצען מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן.
און א געזונטע מערידש קומט עס עס זאל באדערן, אויך אין די תורה זעהט מען אזא בחינה, נקי יהיה לביתו , אבער וואס זאל מען טוהן רביס האבן חתונה פאר א אנדערע סיבה און וואלטן קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין מערידש קאנסלער

מילך טראק » מיטוואך יולי 24, 2024 1:55 pm

· #568680
היימלינד #
קיינער האט נאכנישט דערמאנט די ליזענסקער איידעם פונעם טאהשער רבי
אוועק דעי יאר דאכט זיך , אגב ער איז געווען א שלימזל ווייל זיין גרושה איז אוועק א קורצע זייט נאך די גט

היימלינד » מיטוואך יולי 24, 2024 2:10 pm

· #568684
מילך טראק #
היימלינד #
קיינער האט נאכנישט דערמאנט די ליזענסקער איידעם פונעם טאהשער רבי
אוועק דעי יאר דאכט זיך , אגב ער איז געווען א שלימזל ווייל זיין גרושה איז אוועק א קורצע זייט נאך די גט
זי איז שוין דעמאלטס געווען טויט קראנק, אוועק די זעלבע וואך

היימלינד » מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm

· #568686

welcome back
נקי יהי' לביתו מיינט נישט אז מען טאר נישט רעדן מיט די קינדער פון זיווג ראשון, דאס איז געווענליך א סימן פון א נישט געזונטע מערידז'
איינער וואס א קאנטראל פריק אדער סתם א קראנק אויף קנאה, שטערט עס אדער האט א פחד אז איינער מיינט איר אינטער צו ברענגען, די טאכטער דרייט אהן בלאה בלאה, בשעת קיינער מיינט גארנישט.

פסיכילוגיש קען מען איר פארשטיין, זי קומט פון א פרעמדע לאנד, איז גלייך אריין אין גרויסע שיך וכו' וכו' די לחץ איז גרויס.

מיין תגובה איז געוועהן אויף וואס דו האסט געשריבען און דייקא לגבי די סאטמארע רביצען - איך בין נישט דארט געווען

מילך טראק » מיטוואך יולי 24, 2024 2:20 pm

· #568689

איך האב נישט געזאגט אז סשטייט ארויס אבער מזעהט אזאא זאך , אויך א חתן איז פטור פון סוכה וכו.

פארברענגן מיט די טאכטער אין די ש"ב איז ראונג .

זי קומט פון א פרעמדע לאנד, איז גלייך אריין אין גרויסע שיך וכו' וכו' די לחץ איז גרויס.
דאס איז די ערשטע פראבלעים די מערידש איז בככל נישט געווען קיין מערעדזש

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 24, 2024 5:04 pm

· #568723

[/quote]

מצד שני האט זי (אלטא פייגא) אויך געהאט א טענה. אז מ'האט איהר מתחילה באהאנדלט ווי א ..."צוגעקומענער"...אדער פינפטע רעדל. די משפחה פון סאטמאר'ע רב האבן איהר געגעבן די דריטע דיגרי. און זיך קייינמאל נישט גערעכנט מיט איהר מיינונג. אזוי ווי אין א סאך צווייטע (מערידזש) משפחות. נאר אזוי ווי היימלינד האט שוין דערמאנט אז מיט די צייט וואלט זיך עס ממילא געטוישט.

מילך טראק » מיטוואך יולי 24, 2024 6:59 pm

· #568733
היימלינד #
מילך טראק #
היימלינד #
קיינער האט נאכנישט דערמאנט די ליזענסקער איידעם פונעם טאהשער רבי
אוועק דעי יאר דאכט זיך , אגב ער איז געווען א שלימזל ווייל זיין גרושה איז אוועק א קורצע זייט נאך די גט
זי איז שוין דעמאלטס געווען טויט קראנק, אוועק די זעלבע וואך
פארוואס האט ער זיך גגט ?

מילך טראק » מיטוואך יולי 24, 2024 7:00 pm

· #568734