דו דערמאנסט מיך א מעשה: (פאלאצ'ינטא אלערט.) אפשר פאסט עס פאר מילתא דבדיחותא....!
2 אידן האבן זיך געטראפן אין עליס איילענד. און זענען געווארן גוטע חברים. זיי האבן געדינגען א (בעיסמענט) דירה צוזאמען אויף די איסט סייד. וואס טוט מען פאר פרנסה? זיי האבן זיך געדרייט אהין און אהער אן קיין תכלית. האבן זיי באשלאסן אז ביזדערווייל וועט מען גיין נעמען וועלפעיר. זיי קומען אריין אין וועלפעיר אפיס. זאגט דער ערשטער צו זיין חבר. הער מיך אויס. איך קען רעדן ענגליש. איך האב א געשליפן צינגל. איך וועלל אריינגיין צוערשט. מ'וועט זעהן אויב איך וועלל מצליח זיין וועסטו אויך אריינגיין. ער קומט אריין אין אפיס. ער הייבט אן רעדן א געשליפענעם ענגליש. זאגט מען איהם..."ס'פעהלט דיר גארנישט. גיי ארבעטן"...! ער קומט ארויס. ער פארציילט פאר זיין חבר. אז מ'האט איהם אפגעזאגט. טראכט זיך דער חבר, וועלכער האט געשטאמלט און גע-קעקעצ'ט. ".."אויב ער האט נישט באקומען וועלפעיר, וועל איך אודאי נישט באקומען"...שוין. אבער וויבאלד ער איז שוין דא וועט ער אריינגיין אין אפיס. נאך פאר ער זאגט ארויס א ווארט האט שוין דער באאמטער געזעהן דעם מצב. און ער האט איהם גלייך באשטעטיגט. ער קומט ארויס בשמחה רבה. פרעגט איהם דער חבר...איך פארשטיי נישט. איך האב נישט באקומען וועלפעיר. און דו יא...זאגט איהם דער חבר..."ממממ'דדדדארףף קקקענען רררעדן...!