☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » WhatsApp והמסתעף

WhatsApp והמסתעף

210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2724
בלאט: 1 2 3 4 5

פליקער » דינסטאג מערץ 31, 2015 9:15 pm

· #263320
chusid
היינט האט וואטסעפפ אויפן ענדרויד אנגעהויבן קענען מאכן וואויס קאלס

דעס איז א גזירה, ווייל מען קען נאר ארויס קאלן דורך זייער סערוויס, נישט דורך די סעל סערוויס, און עס פארניצט איבריג דעטע, ווייסט איינער וואס מען קען טיען דאס צי סטאפן

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:38 pm

· #263343
Re: WhatsApp והמסתעף
נאר ווען די קאלסט פון אין וואטסעפפ ניצט עס דעטע.

קען זיין אז דו האסט אנגעשטעלט בטעות אז דער דיפאולט פאון עפפ זאל זיין וואטסעפפ.

אויב אזוי קענסטו עס טוישן ביי סעטטינגס, דיפאולט אפליקעישענס.

פליקער » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:01 pm

· #263353
שטייצעך ווען איך ריף פין די עפפ, אבער עס פלעיג נישט זיין אזוי, עס פלעיג אלע מאל גיין צים געהעריגען סעל נישט דעיטע,

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:18 pm

· #263357
Re: WhatsApp והמסתעף
ווען האסטו אמאל געקענט רופן פון וואטסעפפ? טו דע בעסט אוו מיי קנאלעדש איז עס א נייע זאך.

פליקער » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:25 pm

· #263361
ווען מען פלעיג אריין אינעם קאנטאקט, האט מען אלע מאל געקאנט קנעפן אויפן טעלעפאן טרייבל, וואס האט מיך געטריבן צים טעלעפאן פאנעל און תיקף ארויבגעריפן דורך די סעל פלאן, עכשיו נאך די נייע אפדעיט גייטעס מער נישט נאר צים צעפ דעטע פלען

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:41 pm

· #263369
Re: WhatsApp והמסתעף
אה, יעצט פארשטיי איך.

אודאי, ביז יעצט אז זיי האבן נישט געהאט קיין אייגענס, האבן זיי דיר געמוזט שיקן צום געהעריגע טעלעפאן. עכשיו שזכינו אז זיי האבן אן אייגענס, שיקן זיי דיר אהין.

דו וועסט מוזן גיין צו די געהעריגע קאנטעקטס צו מאכן א געהעריגע קאל

אבי גערעדט » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:50 pm

· #263373
ווען די דריקסט אויף יענעמס פראפייל האסטו נאך אלץ די אפשען פון קאלן צום געהעריגן סעל נישט דורך דאטא

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:52 pm

· #263376
פליקער לאז דיך אפ פון די פרומע צעפ.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:58 pm

· #303591
וואטסעפפ האט צוגעלייגט אפאר באגריסענס-ווערדנדע מעלות מיטן לעצטן אפגרעיד.

מען גייט האבן א אפציע צו מאכן א בעקאפ אסאך גרינגער ווי ביז יעצט, דורך אפלאודן קאנווערסעישאנ'ס אויטאמאטיש צום גוגל-דרייוו אקאונט, אנשטאט דארפן מעניועלי זיך ארומשפילן אויב מען האט א נייע פאון וכדו' אדער אויב מען פארלירט דעם פאון. (דאס קומט בקרוב)
מען קען אנצייכענען א געלייענטע טשעט אלס Mark as Unread (אזוי ווי ביי אימעיל).
טעלעפאן קאלס דורך וואטסעפפ וועט פארנוצן ווייניגער דאטא
מען קען טוישן דיפערענט נאטיפיקאציע סאונדס פאר איטליכן קאנטאקט, ווי אויך MUTE
און נאך אפאר מיינער הוספות.

ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 1:00 pm

· #303592
טעלעגראם איז נאך אלץ בעסער

טעכניש » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 10:24 am

· #307094
Re: WhatsApp והמסתעף
עס וואלט געווען שיין צו האבן דא אויף קאווע שטיבל א אשכול פאר טעלעגראם אויך,
ווי מען זאל קענען שיקן לינקס פאר טשענעלס, סתם טעלעגראם נייעס א.ד.ג

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 10:34 am

· #307095

טעכניש » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 10:36 am

· #307096
Re: WhatsApp והמסתעף
אה שכח

וכדומה.. » דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:41 pm

· #321677
טעות

מר. קלונימוס » פרייטאג מאי 27, 2016 12:39 am

· #334822
I need help. I lost a feature that WhatsApp has for the last few months which is that in a group when u post anything you can hold onto ur post and above u get a icon like an exclamation mark and when u press on that you get to see who of the group already read ur post. Suddenly I lost that feature, its no longer there.

I uninstalled WhatsApp and reinstalled it but to no avail.

זבולון » פרייטאג מאי 27, 2016 12:56 am

· #334824
מר. קלונימוס
I need help. I lost a feature that WhatsApp has for the last few months which is that in a group when u post anything you can hold onto ur post and above u get a icon like an exclamation mark and when u press on that you get to see who of the group already read ur post. Suddenly I lost that feature, its no longer there.

I uninstalled WhatsApp and reinstalled it but to no avail.

iOS or Android?

מר. קלונימוס » פרייטאג מאי 27, 2016 1:02 am

· #334825
Android. Thanks !

זבולון » פרייטאג מאי 27, 2016 1:05 am

· #334826
I don't have Android. but let me try to help you.
Have you disabled the 'read receipt ' feature?

מר. קלונימוס » פרייטאג מאי 27, 2016 1:08 am

· #334827
Just checked and its turned ON

סאשי פיש » פרייטאג מאי 27, 2016 7:40 am

· #334840
Re: WhatsApp והמסתעף
די אייקאון איז אוועק אנשטאט דעם קומט ארויף דריי פינטלעך רעכטס ווען די קליקס דערויף קומט ארויף אינפא דרוק אויף דעם

ביבער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:35 am

· #347477
WhatsApp announced yesterday that it would start
sharing some user data — including your phone number — with Facebook.

Don't blindly click "agree" to new terms, press the smaller "read more" option below, and uncheck the box that reads "Share my WhatsApp account information with Facebook..."

If you did already, you've got 30 days to opt out. Go to the app's settings menu > account tab > uncheck the box reading "Share my account info" to stop providing Facebook with your user data.

Share this post with anyone else that does not want their personal data shared.

C/P

נעגעל וואסער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:53 am

· #347480
Re: WhatsApp והמסתעף
ס'א גרויסע חוצפה פון זיי. ווען פעיסבוק האט עס אפגעקויפט האבן זיי צוגעזאגט אז ס'גייט זיין 2 עקסטערע קאמפאניס, נישט לייגן עדס וכדומה, און דא אזא פאטש אין פנים. 😞

שלום על ישראל » זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:44 am

· #347486
קענסט עס אויסלעשן ביי די וואטסעפפ סעטינגס.

נעגעל וואסער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:35 pm

· #347499
איך האב לכתחילה נישט עקסעפטעד זייער נייע טורמס און קאנדישענס. כ'רעד נאר פון זייער בלאף מהלך, אז אנהייב ווען דער עולם האט זיך דערשראקען האבן זיי צוגעזאגט אז ס'גייט זיין אפגעטיילט איינס פון צווייטען, גייט דורך א תקופה און זיי לאכן אונז אין פנים.

איין מינוט.. ווען איך קויף ווען עפעס פאר 19 ביליאן דאלאר, טוה איך ווען אויך מיט דעם מה שלבי חפץ..

גיבור » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:05 pm

· #354748
וויאזוי אינסטאלט מען וואטסאפפ קאלל ווידיאו אויף א ענדרויד ?

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:32 pm

· #354751
Re: WhatsApp והמסתעף
מאך אן אפדעיט

ליפא » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 2:12 pm

· #390267
וואטסאפ איז down די לעצטע האלבע שעה

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 2:36 pm

· #390269
Re: WhatsApp והמסתעף
ליפא
וואטסאפ איז down די לעצטע האלבע שעה


ישר כח ארבעט שוין

כהאב געמיינט סאיז מיין קאנעקשין

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 8:47 pm

· #390289
Re: WhatsApp והמסתעף
<a class="postlink" href="https://www.vosizneias.com/285913/2017/11/30/san-francisco-whatsapp-service-resumes-after-worldwide-outage/">https://www.vosizneias.com/285913/2017/ ... de-outage/</a>

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טמיר » פרייטאג פעברואר 23, 2018 10:54 am

· #396232
Re: WhatsApp והמסתעף
איז whatsapp טאקע פארזיכערט פון פרעמדע אויערן ווי די גאווערמענט וכדומה? זיי טענען אז קיינער קען נישט זעהן

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 23, 2018 11:20 am

· #396235
טמיר
איז whatsapp טאקע פארזיכערט פון פרעמדע אויערן ווי די גאווערמענט וכדומה? זיי טענען אז קיינער קען נישט זעהן

לאמיר עס זאגן אזוי. אפילו עס איז ווען אמת אז די עף.בי.איי., סי.איי.עי., ען.עס.עי. וכדומה קענען עס נישט דורכברעכן, און אויך נישט די איזרעילי קאמפאני (וואס האט נארוואס געהאלפן דורכברעכן די סען בערנארדינא טעראריסט'ס אייפאון. אבער די פריינד (אויף די אנדערע זייט פונעם שמועס) האט דאך זיכער צוטריט, און קען ארויסגעבן דיינע סחורה, ברצון אדער מיט א סובפינע.

קורקלענד » פרייטאג פעברואר 23, 2018 11:25 am

· #396236
טמיר
איז whatsapp טאקע פארזיכערט פון פרעמדע אויערן ווי די גאווערמענט וכדומה? זיי טענען אז קיינער קען נישט זעהן

אין טראנזיט קען מען עס 'מעגליך' טאקע נישט זעהן. אבער ווער עס האט צוטריט צום דעווייס קען עס זיכער יא זעהן. און איך פארשטיי אז די רעגירונג האט צוטריט צו אלע דעווייסעס מחובר צום אינטערנעט. דעריבער מאכט עס א קנאפע נפקא מינה פאר זיי אויף די פאר מינוט וואס די מעסעדזש ווערט געטראנספערט.

טמיר » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:18 pm

· #396249
Re: WhatsApp והמסתעף
די גרויסע חילוק צווישן whatsapp און גוגל סערוויסעס למשל איז אז עס ווערט נישט געסעיווסד אויף זייערע סערווערס, משא"כ גוגל למשל האלט אלע דיינע סחורה

טמיר » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:20 pm

· #396250
Re: WhatsApp והמסתעף
שלום על ישראל
טמיר
איז whatsapp טאקע פארזיכערט פון פרעמדע אויערן ווי די גאווערמענט וכדומה? זיי טענען אז קיינער קען נישט זעהן

לאמיר עס זאגן אזוי. אפילו עס איז ווען אמת אז די עף.בי.איי., סי.איי.עי., ען.עס.עי. וכדומה קענען עס נישט דורכברעכן, און אויך נישט די איזרעילי קאמפאני (וואס האט נארוואס געהאלפן דורכברעכן די סען בערנארדינא טעראריסט'ס אייפאון. אבער די פריינד (אויף די אנדערע זייט פונעם שמועס) האט דאך זיכער צוטריט, און קען ארויסגעבן דיינע סחורה, ברצון אדער מיט א סובפינע.

עס קען צוניץ קומען למשל פאר איינעם צי קאמיוניקירן מיט זיין אקאונטענט זאכן וואס אנדערע דארפן נישט הערן.
דאס אז עס איז אויף די דיווייס, מען קען עס אויסמעקן אין א סעקונדע

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:46 pm

· #396253
טמיר
עס קען צוניץ קומען למשל פאר איינעם צי קאמיוניקירן מיט זיין אקאונטענט זאכן וואס אנדערע דארפן נישט הערן.
דאס אז עס איז אויף די דיווייס, מען קען עס אויסמעקן אין א סעקונדע

דאס ברענג איך ארויס, אז דו ביזט נאכאלס אנגעוויזן אויף די קאונטענט'ס אויסמעקן.

החוקר » פרייטאג פעברואר 23, 2018 3:37 pm

· #396259
Re: WhatsApp והמסתעף
ווי עס וועט לכאורה יא העלפן, איז פאר אודיא/ווידיאו קאלס. דארט ווערט גארנישט געהאלטן אויף די דעווייס.

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 23, 2018 3:39 pm

· #396260
החוקר
ווי עס וועט לכאורה יא העלפן, איז פאר אודיא/ווידיאו קאלס. דארט ווערט גארנישט געהאלטן אויף די דעווייס.

rריכטיג, און דא קומט אריין די פראגע ווי שווער עס איז עס צו אויפברעכן.

קורקלענד » פרייטאג פעברואר 23, 2018 3:53 pm

· #396262
וואטסאפפ לאזט היינט צוטאגס אויסמעקן ביי זיך און ביי יענעם.

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 23, 2018 5:04 pm

· #396266
קורקלענד
וואטסאפפ לאזט היינט צוטאגס אויסמעקן ביי זיך און ביי יענעם.

לאו דוקא

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 25, 2018 2:45 am

· #396313
שלום על ישראל
קורקלענד
וואטסאפפ לאזט היינט צוטאגס אויסמעקן ביי זיך און ביי יענעם.

לאו דוקא

ביי יענעם קען מען מעקן נאר ביז אפאר מינוט נאכ'ן שיקן די מעסעזש

מרדכי ישראל » זונטאג פעברואר 25, 2018 8:08 am

· #396318
מען קען מעקן ביז 7 מינוט דערנאך בלייבט עס לזכר עולם

שלום על ישראל » זונטאג פעברואר 25, 2018 4:41 pm

· #396361
אפילו א סעקונדע שפעטער, איז אויך צו שפעט, און ווער ס'קען די א.ב. פון א ענדרויד, קען עס טרעפן

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 15, 2018 2:41 pm

· #402742
נאך אן אפדעיט

<a class="postlink" href="https://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=20631">https://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=20631</a>

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 15, 2018 8:34 pm

· #402771
שעמקעדיג: ייש"כ. כ'האב פונקט געוואלט אויפמאכן אן אשכול איבער די טוויטער'ערס ווי האסידיק 1. וואס הגם זיי אליינס זענען נישט די מקור פון רישעות. זענען זיי אבער די פאסיליטעיטארס. (ערמעגליכערס) פון אזעלכע רשעים ווי חיים'קע שאולזאן. וועלכע טרינקען דאס בלוט פון יחידים און פאבליק מענטשן טעגליך...!

את חטאי אני מזכיר. איך האב אויך (אזוי ווי א סאך אנדערע) א יצר הרע צו קוקן די לעצטע נייעס און גאססיפ אויף טוויטטער. ספעציעל פון האסידיק 1. איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז ער גנב'עט א סאך שטיקלעך פון קאווע שטיבל. און פון יחידים וועלכע שרייבן דא. למשל פון מיר האט ער שוין גענימען עטליכע ווערטלעך און חידושים און איבערגעשריבן אן געבן קרעדיט. איך בין איהם מוחל...!

אבער וואס ס'האט מיך ארויסגענומען פון די כלים. איך זאג שוין אז איך האלט אז דאס האט ער גענומען פון דעם רשע חיים'קע שאולזאן...! איז דער פאקט וואס ער שרייבט סתם אזוי איבער עלילות שווא. און שקר. און אומ-פונקטליכקייטן. אבי צו באשמוצן א איד ברבים...!

אין איינס פון זיינע ליקוטים האט ער געברענגט א פיקטשער פון א רבי. (אן א נאמען) ווי ער זיצט אויף א פרייוועט פלעין. שרייבט ער (איבער) אזוי..די היינטיגע רעבעס פארן אויף פרייוועט פלעינס קיין אוקראינע וואו מ'קען עס באקומען פאר 50 דאללער. און זיי זענען גרויסע רעבעס...!

איך גיי נישט לערנען קיין פשט אין א יעדעס ווארט וואס ער שרייבט איבער פון דעם רשע הידוע לשימצה חיים'קע שאולזאן. נאר ער האט נישט די פאקטן...!

דער רבי וועם ער ברענגט אין זיין (רי)-טוויט איז דער ספינקער רבי פון בארא פארק. הרה"צ ר' נפתלי ווייס שליט"א. און ער איז געפארן מיט דעם פרייוועט פלעין פאר א ספעציעלע סיבה. אין קליוולאנד איז יענעם טאג (ערש"ק פ' אמור) נפטר געווארן א חשוב'ער איד א גביר. א גרויסער שטיצער פונ'ם ספינקא רבי'ס כולל. אויך איז ער געווען דער בעל אכסניא פונ'ם ספינקער רעבי'ן ווען ער פארט קיין קליוולאנד. ממילא האט ער געמוזט זיין בי די לויה. וויאזוי ער האט זיך פארשאפט די נסיעה האביך נישט קיין אנונג. אדער דורך גוטע ידידים, וואוילע אידן וועלכע פארמאגן אט די כלי. אדער האט ער פשוט געדינגען דעם עראפלאן.

אבער צו שרייבן אזעלכע שקרים ובילבולים סתם אינדערוועלט אריין. דאס מוז נאר קומען פון יענעם רשע הידוע. מיין טענה צו האסידיק 1 און די אנדערע שוויצערס איז. פארוואס טשעקט עטץ נישט אויס קיין פאקטן פאר עטץ לייגטץ ארויף אזא פאטענציעאלע רישעות'דיגע שקריות'דיגע שטיקל...! צו דעם רשע דעם ממציא פון דעם און אנדערע בייזוויליגע שקרים האביך נישט קיין טענה. ער וועט שוין זיכער האבן זיין מיאוס'ן סוף אויב ער וועט נישט תשובה טון...! אבער צו נארמאלע מענטשן האביך יא א טענה...!

טראק דרייווער » מיטוואך יוני 20, 2018 12:11 pm

· #406726
Re: WhatsApp והמסתעף
מוז זיין אז זיי זענען אויך נישט קיין נארמאלע מענטשן...

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 11, 2018 7:40 am

· #408476
געענדיגט מיט די ק/פ....

<a class="postlink" href="https://www.theverge.com/2018/7/10/17554674/whatsapp-label-forwarded-messages">https://www.theverge.com/2018/7/10/1755 ... d-messages</a>

החוקר » מיטוואך יולי 11, 2018 8:13 am

· #408477
Re: WhatsApp והמסתעף
זיי כוונה איז נישט ק/פ, זיי זיכן וועגן צו פארמינערן די פאלשע אינפארמאציע וואס ווערט געשיקט. זיי האפן אז דורכדעם וואס א מענטש וועט זען אז א מעסעדזש "פארט ארום", וועט מען צוויי מאל קלערן אויב עס איז אמת.
<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/world/asia_pacific/as-mob-lynchings-fueled-by-whatsapp-sweep-india-authorities-struggle-to-combat-fake-news/2018/07/02/683a1578-7bba-11e8-ac4e-421ef7165923_story.html?utm_term=.772a15f3ab90">https://www.washingtonpost.com/world/as ... 2a15f3ab90</a>

ייעעקקבב » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:03 pm

· #485508
איינען קען מיר העלפען איך קען נישט עפענען קיין שום whats app אדער טעלעגראם לינק שכח למפרע

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:55 am

· #492224
Re: WhatsApp והמסתעף
ייעעקקבב
איינען קען מיר העלפען איך קען נישט עפענען קיין שום whats app אדער טעלעגראם לינק שכח למפרע
דארפסט עס טוישן אין די סעטינג לכאורה אישי מיך

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:35 pm

· #492268
ייעעקקבב
איינען קען מיר העלפען איך קען נישט עפענען קיין שום whats app אדער טעלעגראם לינק שכח למפרע

יייעעעקקקבבב: אפפפשר דדדיייין פפפפילללטטטער בבבבלאקקקט עסססססס...!
בלאט: 1 2 3 4 5