☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » WhatsApp והמסתעף

WhatsApp והמסתעף

210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2724
בלאט: 1 2 3 4 5

קליגער אינגערמאן » דינסטאג יולי 15, 2014 12:07 am

· #211790
יעצט געאפדעטעד וואצאפ אויף ענדרויד אין ב"ה א נייע אנשיקעניש.. מ'קען שוין נעמען א פיקטשער אן כמעט דריקן..
IMG-20140714-WA0047.jpg

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 15, 2014 12:45 am

· #211797
וואצעפפ וואלט שוין געמעגט וויסן וואס איך האלט און אליינס ענטפערען.

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 22, 2014 8:55 pm

· #213131
איז מעגליך צו האבן צוויי וואטסעפפ נומערן אויף איין פאון? הערט א מעשה: מיין רעביצינ'ס סעלפאון האט זיך צעבראכן און ביז איך (כ'מיין זי, אבער אשתו כגופו #חחחחח) באקומט א נייע, האט זי באקומען אן אלט-מאדישער פליפ פאון. יעצט לאמיר נישט אריין גיין אין די פונקטליכע דעטאלן וויאזוי זי וועט לעבן אן אינסטעגרעם מיט קאווע שטיבל, אבער, גאט אין הימל, וויאזוי קען א חסידי'ש ווייבל לעבן אן וואטסעפפ?! ביטע העלפט ארויס א איד(ענע) אין נויט.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 22, 2014 9:04 pm

· #213132
[quote="פוקס"]
אז מ'רעדט שוין איז כדאי צוצוגעבן אז מ'קען היינט פון א קאמפיוטער אויך האבן וואט'ס עפפ.

עס ארבעט בערך אזוי. איר דאונלאוד א פראגרעם מיטן נאמען bluestacks, וועלכע פארמאגט א גרויסע אויסוואהל מיט עפפ'ס און פיטשערס וואס מ'קען אלץ האבן דערינען - און אויפ'ן קאמפיוטער.
איינמאל דאס איז דאונלאודעד, וועט איר אין דעם פראגרעם אליין (וואס ארבעט אגב אויף אייגענע סעטינגס גארנישט שייכות מיטן קאמפיוטער סעטינגס וואס איז אנגעשטעלט ביי אייך) דאונלאודן וואט'ס עפפ, און דערנאך אויפסעטן א וואטסעפפ אקאונט. זיי שיקן נאכדעם א טעקסט צו אייער סעלפאון מיט א קאוד, וואס איר לייגט שפעטער אריין אין קאמפיוטער כדי אזוי צו באשטעטיגן אז דאס איז לינקד מיט אייער סעלפאון און מיט דעם ווערט עס אקטיוויזירט.

אבער דעמאלטס וועט ארויפקומען אייער סעלפאון נומער צוזאמען מיטן סקרין נעים וואס איר האט אייך געגעבן. אויב אבער וויל מען זיין אנאנים שטעל איך מיר פאר, קען מען דאס זעלבע טוהן, אבער אנשטאט מיט א סעלפאון נומבער, מאכן מיט א גוגל נומבער, און דערנאך קאנפערמירן מיט דעם קאוד וואס מ'ערהאלט אויף אימעיל. (ס'איז נאר אן השערה, אומבאשטעטיגט.)

די מעלות פון וואט'ס עפפ זענען: פאר קורצע נייעסלעך, שמועסערייען, וכו' איז עס זייער גוט. פאר אינסטענט שמועס אויסטוישן איז עס ווי געוואונטשן. אבער פאר לענגערע ארטיקלען און אפהאנדלונגען וואלט איך עס נישט געראטן.
די בעסטע איז עס געאייגנט פאר בילדער און ווידיאו קליפס.. אדער וואויס נאוט'ס.
ווי אויך בלייבט נישט די היסטערי אויף שטענדיג, און ס'איז סתם אזוי נישט לייכט צוריקצוגיין אפירזוכן אלטע היסטאריע.
ווער עס קען ווערט געבעטן צוצוגעבן.[/quote]

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 22, 2014 9:09 pm

· #213135
כ'האב דאך נישט קיין ווייפיי אינדערהיים. עפעס ווייס איך אז וואטסעפפ ארבעט נישט מיט דער דעווייס נאר מיט'ן נומער, אויב אזוי פארוואס זאל מען נישט קענען האבן צוויי וואטסעפפ אפליקאציעס אויף איין דעווייס?

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 22, 2014 10:32 pm

· #213160
וויאזוי גייסטו אינסטולירן וואטסעפ די צווייטע מאל אויף דיין פאון? ס'גראדע דא א וועג, דורכן זיין rooted און האבן multiple instances אין titanium backup, אבער דאס איז שוין א לענגערע תורה.

נאך אנייצע איז צו אנאינסטאלירן וואטסעפ, צוריק טינסטאלן, אריינלייגן ס'ווייבס נומער וחוזר חלילה.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 5:29 pm

· #220905
מיט די לעצטיגע אפדעיט האבן זיי ענדליך צוגעלייגט צו קענען מאכן MUTE אויף לענגער ווי א וואך - מען קען מיוטען ביז א יאר!

signout » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 6:44 pm

· #220932
די נייע אפגרעיד איז שרעקליך עס מאכט שטייט מיין פאון, וויאזוי קען איך צירוק האבען די אלטע?

לאליפאפ » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 8:25 pm

· #220953
signout
די נייע אפגרעיד איז שרעקליך עס מאכט שטייט מיין פאון, וויאזוי קען איך צירוק האבען די אלטע?

וועכע פאון?

קאפקעיק » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 2:11 pm

· #221603
וואס איז פשט אז ס'איז יעדן טאג דא א אפדיעט?

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:26 pm

· #226295
וואטס עפפ האט זיך אפדעיטעט. ווען מ'שיקט א בילד קומט קודם ארויף דער בילד און דער קאנטאקט נאמען און ס'פרעגט ערשט, אזוי ווי ביי א ווידיא, צו מ'איז זיכער אז מ'וויל שיקן דעם בילד. אויך קען מען צושרייבן טעקסט צום בילד.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:32 pm

· #226296
הלואי זיי טוען דאס ביי וואויס נאוט

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 11:16 pm

· #233181
א פרישע אפדעיט. מ'קען זען אויף געשיקטע מעסעדזשעס אויב/ווען דאס איז געליינט געווארן, דורך דרוקן אויפן מעסעזדש כאילו מ'קאפירט, דאן קומט ארויף אויבן אן "i" וואס ברענגט ארויף די אינפא. ביי וואטסעפפ-גרופעס זעט מען א פונקטליכע ליסטע פון אלע מעמבערס וואס האבן דאס שוין געליינט.

פישלע העררינג » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:53 am

· #233251
מאטי
א פרישע אפדעיט. מ'קען זען אויף געשיקטע מעסעדזשעס אויב/ווען דאס איז געליינט געווארן, דורך דרוקן אויפן מעסעזדש כאילו מ'קאפירט, דאן קומט ארויף אויבן אן "i" וואס ברענגט ארויף די אינפא. ביי וואטסעפפ-גרופעס זעט מען א פונקטליכע ליסטע פון אלע מעמבערס וואס האבן דאס שוין געליינט.

ווי אויך ווערן די צוויי טשעקס בלוי ווען דער מקבל ליינט עס. ללמדך, אז דער ביז היצטיגע דאבל טשעק איז נישט געוועהן א באווייז אז יענער האט געליינט דער מעססעדזש.

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 2:08 am

· #233253
דאס האט מען שוין געקענט וויסן ביים טשעקן "לעסט סיען."

zurich » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 2:19 am

· #233254
מאטי
דאס האט מען שוין געקענט וויסן ביים טשעקן "לעסט סיען."

און ווען יענער האט געמאכט אז מען זאל נישט קענען זעהן " לעסט סיען" האט מען נישט געקענט וויסן

ביבער » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:20 am

· #233271
פישל'ע העררינג
מאטי
א פרישע אפדעיט. מ'קען זען אויף געשיקטע מעסעדזשעס אויב/ווען דאס איז געליינט געווארן, דורך דרוקן אויפן מעסעזדש כאילו מ'קאפירט, דאן קומט ארויף אויבן אן "i" וואס ברענגט ארויף די אינפא. ביי וואטסעפפ-גרופעס זעט מען א פונקטליכע ליסטע פון אלע מעמבערס וואס האבן דאס שוין געליינט.

ווי אויך ווערן די צוויי טשעקס בלוי ווען דער מקבל ליינט עס. ללמדך, אז דער ביז היצטיגע דאבל טשעק איז נישט געוועהן א באווייז אז יענער האט געליינט דער מעססעדזש.



די צוויי בלויע טשעקס רעפלעיסן די ביז יעצטיגע גרויע, זיי ווערן בלוי אפילו פארן ליינען.

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:23 am

· #233272
כ'מיין אז ביסט דיך טועה

ביבער » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:24 am

· #233274
איך האב עס געטעסט...

פאלענד ספרינג » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:33 am

· #233275
איין גרויע טשעק מיינט אז די מעסעדזש איז דעליווערד צום נעטווארק. צוויי גרויע מיינט אז ס'איז דעליווערד צום רעסיפיענט'ס פאון. צוויי בלויע מיינט אז יענער האט עס געליינט.
<a class="postlink" href="http://thenextweb.com/apps/2014/11/05/whatsapp-finally-now-tells-messages-read/">http://thenextweb.com/apps/2014/11/05/w ... ages-read/</a>

ביבער » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:36 am

· #233276
באמת לויט וואטסעפפ בין איך נישט גערעכט, אבער טעסטנדיג מיט א חבר איז עס גלייך בעווארן בלו אפילו פארן ליינען, אויך די i קנעפל האט געוויזן אז ס'נאכנישט געליינט געווארן אבער בלו איז עס שוין געווען, אדרבה ווער נאך קען טעסטן? ס'מיר וויכטיג פאר שלום בית...

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:42 am

· #233277
איך האב יעצט געטעסט, ס'ווערט נאר בלוי איינמאל יענער לייענט עס

פליקער » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:17 pm

· #233298
זיי ברויכן צילייגן וואס בלעקבערי האט ציגעלייגט די אפציע צי ריטרעקטן די מעסעדש

ביבער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:20 pm

· #236045
מיט די לעצטע אפדעיט קען מען שוין דיסעיבלן די סטופיד ריעד רעסיטס, דערווייל איז עס נאר עוועלעיבל פון זייער סייט.
<a class="postlink" href="http://www.whatsapp.com/download/">http://www.whatsapp.com/download/</a>

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:59 pm

· #236131
בקרוב גייען די מעסעדזשעס פון וואטסעפפ ווערן פארזיכערט און ענקריפטעד, אזש די קאמפעני אליינס וועט דאס נישט קענען ליינען אפילו די גאווערמענט פארלאנגט עס.

<a class="postlink" href="http://www.pcworld.com/article/2849320/whatsapp-now-using-end-to-end-encryption-in-its-android-app.html">http://www.pcworld.com/article/2849320/ ... d-app.html</a>

לאליפאפ » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:55 pm

· #236468
פיינע נייעס האט זיך ארויסגעקוילערט היינט.

גרופס קענען האבן מערערע עדמינס.
עס מאלט זיך אויף אונטערן גרופ סאבדזשעקט ווער עס טייפט.

ביבער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:32 pm

· #236482
גרופ'ס קענען שוין זיין ביז 100 מעמבער'ס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:36 am

· #236600
לאליפאפ

עס מאלט זיך אויף אונטערן גרופ סאבדזשעקט ווער עס טייפט.

פיינע נייעס. ביי "טעלעגראם" איז שוין אזוי זינט כ'געדענק.

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 3:59 pm

· #238497
טעלעגרעם האט א פרייוועט טשעט סעטינג. מקען אנשטעלן אז סזאל נאך אפאר סקונדעס זוך אליין אטאמאטיש אויסמעקן. אויך קען מען נישט שיקן ווייטער. נאך מער, אויב מאכט מען א סקרין שאט שרייבט זוך ביים צווייטען אז יענער האט געמאכט א סקרין שאט.

ידען » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 7:16 am

· #238639
מע דארף מאכען א טעלעגרעם אשכול.

סיז בעסער ווי whatsapp?

וואס אי די מעלות פון עס?

ביבער » מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:57 pm

· #247639
לעצטענ'ס געליינט אז אינעם קאוד פונעם לעצטן אפדעיט האט מען געטראפן קערנדלעך פאר א אפיציעלער וועב עפפ. האפענטליך וועט עס זיין ארויס בקרוב.

דערווייל איז דא אלטערנאטיווע וועגן, קיין איינס נישט סטאביל.

א איד » זונטאג יאנואר 18, 2015 1:16 pm

· #248673
למעשה אויף אן אייפעד האט איינער עפעס א מהלך צו קענען האבן וואטסעפפ?

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 18, 2015 2:08 pm

· #248686
א איד
למעשה אויף אן אייפעד האט איינער עפעס א מהלך צו קענען האבן וואטסעפפ?

פרעג ר' גוגלן ער איז א צוגעלאזענער ער וועטיך זיכער העלפן

א איד » זונטאג יאנואר 18, 2015 2:39 pm

· #248692
איך האב שוין געפרעגט קיין שום נארמאלער ענטפער נישט באקומען.
אפשר שיקסטו א לינק מיט עפעס א נארמאלע זאך?

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:11 pm

· #249222
blog.whatsapp.com/614/WhatsApp-Web
אינטערסאנט ווי זיי טאנצען נאך טעלעגעם.
זיי האבן ארויפגעריקט גרופ מעמבערס צי 100.
יעצט דעסקטאפ.
לעסט סין צי בלאקען.

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:04 pm

· #249309
:BREAKING

Whatsapp is now official on the computer!

Broadcast: You can now use Whatsapp on your computer by following the following steps: Update Whatsapp to the latest version on your phone, then go to the menu and select Whatsapp web (a barcode scanner should turn on). Go to web.whatsapp.com on your computer and scan your the QR on your computer with your phone. Enjoy!

chusid » מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:45 pm

· #249328
איך האב א געלעקסי וואס איז אפדעיטיד און עס איז נישט דא דע אפשען

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:08 pm

· #249334

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:54 pm

· #249347
אנטשולדיגטץ מיין טעות. מ'דארף נישט דעם פריעדיגן ווידאו.
<a class="postlink" href="http://www.androidpolice.com/2015/01/21/hands-whatsapp-web-goes-live-android-users-blackberry-windows-phone-not-ios/">http://www.androidpolice.com/2015/01/21 ... e-not-ios/</a>
Whatsapp on PC. You need the latest whatsApp version. You may need to uninstall and reinstall again. Make sure you backup your chat history or send them to your email.
On your phone, go to options/whats app web and then, just go to this link on your pc
<a class="postlink" href="https://web.whatsapp.com/">https://web.whatsapp.com/</a>
and with your phone, scan the QR on your computer while your phone has its back faced to your screen. The QR should appear, on your phone's screen, in the designated box where you'll see a demonstration of a cellphone moving in the front of a computer screen. It only works with Chrome

פליקער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:36 pm

· #249450
מורהדיג דעלישעס, עס ארבייט ווינדערלעך, פאר די אידיש ליינענדע, עס ארבייט גאר פשוט, מען קנעפט web.whatsapp.com און עס קומט ארויס א קיואר קאוד, אויפן סעל גייסטו אריין צי אפשען'ס, וואצעפ וועב, עס וועט זיך עפענען א פענסטערל וואס חלישט צי זעין דעים קיואר קאהד, גענעין דיין סעל איבערן קיואר קאהד פינעם קאמפיוטער, און ווינדערלעך ביז א הרף עין ווערט דיין קאמפיוטער וואצעפעזירט מיט אלע דיינע פריוואטע וואצעף, ממש ווינדער איבער ווינדער.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:42 pm

· #249455
@פליקער די האסט דויך שוין נישט מיט דער מגיפה א שייכות פאר זיבן חדשים ווי קומסטו דא אריין צו רעדן?

פליקער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:59 pm

· #249468
גערעכט איך האב נישט קיין שום גרופע נישט אבער איך ניץ עס פאר טעקסט מעסידזששעס, אזויווי שוין ערקלערט

אז מען רעדט שוין איז כדי נאכאמאל צי זאגן אז איך בין זיך מחיה, איך האב קיין אהנינג וואס גייט פאר, בשעת ווען יעדער באוויינט שעלי סילווער, האב איך נישט קיין אהנינג אז עפעס גייט פאהר ביז איינער בטעות ווייזט מיר צו אז סלעיבט זיך.

chusid » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:22 pm

· #249517
ס'האט נאר א חסרון אז עס ארבער פונעם פאון ארויס, דאס הייסט אויב דו לעשט אויס די פאון וועט עס אויפן קאמפיוטער אויכט נישט ארבעטן. ממילא קענסטו אויכט נישט נוצן א אנדערן נומער ווי אויפן פאון....

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:54 pm

· #249634
איז מעגליך צו האבן צוויי אקאונטס אויפן פי-סי ?

קליגער אינגערמאן » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:44 pm

· #249648
ניטאמאל איינס געהעריג. לייען דא.
שרעקליך וואס זיי האבן געטאן.

chusid » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:53 pm

· #250559
ווטסעפ ארבעט נישט ביי מיר אויף גוגל וואויס נומערן היינט, ווען איך לייג אריין א גוגל וואויס נומער קומט ארויף אז עס איז נישט קיין וואליד נומער , וואס איז דאס?

בעל מדות » מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:21 am

· #250593
chusid
ווטסעפ ארבעט נישט ביי מיר אויף גוגל וואויס נומערן היינט, ווען איך לייג אריין א גוגל וואויס נומער קומט ארויף אז עס איז נישט קיין וואליד נומער , וואס איז דאס?

דארף יא צו ארבעטן.

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 8, 2015 12:19 am

· #257355
וואטסעפפ אפאלירט צו חסיד'ישע אידן
רבותי, נישט נאר כאפט מען בילדער פון אונז אויף לי עוועניו שבת נאכמיטאג, נאר דאס מאל איז דאס וואטסעפפ אליין וואס פרובירט צו כאפן נאך אפאר חסיד'ישע באניצער! דער בלאט וועט לכאורה ארויסקומען די וואך מיט א ספעציעלע "פון פענע צום בלאט" אויסגאבע לאור די שוידערליכע מעשי שטן. <a class="postlink" href="http://m.forward.com/blogs/forward-thinking/216087/why-download-whatsapp-it-s-hasidic-friendly/">http://m.forward.com/blogs/forward-thin ... -friendly/</a>

chusid » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:48 pm

· #263312
היינט האט וואטסעפפ אויפן ענדרויד אנגעהויבן קענען מאכן וואויס קאלס

כפתור » דינסטאג מערץ 31, 2015 9:13 pm

· #263319
ביידע מוזן אבער האבן די לעצטע אפדעיט
בלאט: 1 2 3 4 5