WhatsApp והמסתעף
210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2724
אליצפן זיי נישט אזוי עקסייטעט מיט דעם גרופ, עס דארף נאך אסאך הילף פין די יושבי פה בקאווע, עס זאל זיין א סוקסעס.
געדענקט:ווי מער איינגעשריבן אלס מער ענדזשויבל, בעיקר בעטן מיר די דזשאבלאס חברה וואס שרייבן א גאנצן טאג )עכ"פ טענה'ען זיך זיכער ( זאלן קומען ארויפארבייטן די גרופ.
איינער קען ביטע מסביר זיין אין איין תגובה וואס פונקטליך איך דארף טון דאס אויפצוסעטן?
וואס אויפסעטן?
ווי אזויסעט איך אויף א נייע וואטסעפ אויף מיין קאמפיוטער
קוק אויף פעידזש איינס פון די אשכול
Message from Jim Balsamic - CEO of Whatsapp
We have had an over usage of user names on whatsapp Messenger
We are requesting all users to forward this message to their entire contact list
If you do not forward this message, we will take it as your account is invalid and it will be deleted within the next 48 hours
Please DO NOT ignore this message or whatsapp will no longer recognise your activation
If you wish to re-activate your account after it has been deleted, a charge of 25.00 will be added to your monthly bill
We are also aware of the issue involving the pictures updates not showing
We are working diligently at fixing this problem and it will be up and running as soon as possible
Thank you for your cooperation from the team WhatsApp is going to cost us money soon
The only way that it will stay free is if you are a frequent user, i.e. you have at least 10 people you are chatting with
To become a frequent user
Send this message to 10 people who receive it (2 ticks) and your WhatsApp logo will change color
Send this to 8 people to activate the new whatsApp
איז דאס אמת? (קוקט מיר אויס ווי באלאני, ווייל עס קומט נישט פון די קאמפאני/סערווער - אזוי ווי פילע אנדערע מעסעזשעס, נאר פון א חבר)
שמעקעדיג, פליז!
-----
נישט אז איך האב געהאט א הוא אמינא, אבער כ'געגוגלט די ערשטע זאץ פונעם מעסעדזש,
דא האסטו וואצעפ'ס ענטפער.
WhatsApp איז Down
איי איי איי! פעיסבוק פעיסבוק וואסטע דא אנגעארבעט??
א קורץ באריכט איבער דעם היינטיקן WhatsApp קריזיס
די WhatsApp מעסעדזשינג סערוויס, וועלכע האט ארום 4.5 מיליאן חודש'ליכע באנוצער, איז געגאנגען דאון - ווי מ'רופט עס ארום 8 אזייגער ביינאכט ליז'ענסקע (אייראפעאישע) צייט, אנהייבנדיג צו אויסרופן די אויפרעגעניש פון אירע מיליאנען באנוצער וועלכע האבן זיך באנוצט מיט טוויטער צו פארשפרייטן די טענות און וויצן אקעגן וואטסעפפ.
וואטסעפפ האט באלד ארויסגעלייגט א מעסעדזש ביי "סיסטעם סטאטוס" וועלכע געפונט זיך אינערהאלב די וואטסעפפ סעטינגס, אז זיי האבן פראבלעמען מיט די סערווערס און זיי האפן צוריקצוקערן דעם סיסטעם קורצליך.
מייסטנס וויצן אויף טוויטער זענען געווען אויפן חשבון פון פעיסבוק און איר גרינדער מר. צוקערבערג וועלכע האבן צו זייער שלעכטן מזל געמוזט געטראפן ווערן בלויז געציילטע טעג נאך זייער 19 ביליאן דאלערדיגן געשעפט פון אזא זעלטענע וואטסעפפ דאון מצב.
בשעת'ן שרייבן די דאזיגע שורות איז וואטסעפפ נאך אלץ נישט געהעריג צוריגעשטעלט, און אירע באנוצער קענען נאך אלץ נישט שיקן בילדער, ווידיאו, אדער וואויס נאוטס, אבער ס'איז צום האפן אז ביז די אמעריקאנער אידן וועלכע זענען נישט געקומען אויף ליזענסק דעם שבת וועלן זיך אפשאקלען די ברעקלעך פון די שאלעשידעס בילקעלעך, וועט שוין נישט זיין קיין זכר פונעם קריזיס.
איך רעדאגיר יעצט דא ווייל כ'האב אויסגעלאזט א וויכטיגן פרט אין די היינטיגע געשיכטע, דהיינו אז די אומפאפולערע 'טעלעגראם עפפ' וועלכע ארבעט אויפן זעלבן סיסטעם ווי וואטסעפפ אבער האט ביז היינט נישט געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון צופיל יירע, האט באריכטעט היינט נאכט אז זיי ארבעטן יעצט נאכאנאנד און לייגן צו פילע סערווערס, דיו צו דעם אז זיי האבן צו באקומען דעם אווענט 1.8 מיליאן באנוצער, וואס דאס איז 6 טויזענט יעדע מינוט, אדער 100 באנוצער יעדע פארבייגייענדע סעקונדע.
נאך א מזל כאטש ק"ש ארבעט. איך ווער שוין משוגע איבער א שעה וואס גייט פאר מיט מיין וואטסעפפ, און איך קום דא אהער, והנה, דער פראבלעם איז גארנישט מיינער, נאר על הכלל כולו יצא.
צרת רבים חצי נחמה.
אוי יוי! ס'גייט ארויף און אראפ ארויף און אראפ.
רבותי ס'דא בי בי עם, קיק, ליין, לייוו פראפייל, טעלעגראם און נאך, אדער גייט קיין טוויטער און נעמט אנטייל אין די צרת רבים חצי נחמה קאנווערזאציעס, טאמער איז דאס פאר אייך אויך נישט קיין אפציע דאן כאפט א שמועס מיט אייער ווייב מעגליך זי איז א געשמאקע קאמפעני..
די ווייב?
ברעיקינג אפדעיט אין WhatsApp
צום צווייטן מאל אין זעלבן טאג מאכט וואטסעפ העדליינס, אבער דאסמאל פאר א נייע פעסטן אפדעיט אין זייער סיסטעם.
וואטסעפ האט מיט אירע אלע מעלות געהאט פאר טייל א שטארקע פריוועסי חיסרון אז מ׳האט נישט געקענט באהאלטן די לעסט סין. פאר מיר פערזענליך איז דאס נישט געווען קיין שטער, אבער פאר טייל איז דאס געווען גלייך אויף גלייך מיט די מעלות.
אלזא שטעלט זיך ארויס היינט פארנאכט א נייער אפדעיט וואס האט א פיטשער מיט דריי אפשענס, צו קענען ווייזן לעסט סין פאר:
1. יעדן איינעם
2. פאר קאנטעקטס
3. פאר קיינעם
און פאר די פראפייל פיקטשער קען מען אויך אנשטעלן פאר וועלכע פון די דריי ברירות, די סעטינג פאר דעי ענינים טרעפט מען אונטער פריוועסי.
ווי אויך קען מען ברוב טוב אפ צאלן דאס יערליכן וואטסעפ קאסט פאר א חבר, לכבוד חנוכה פורים אדער קריסטמעס.
פאלגנד איז די לינק פאר ענדרויד באנוצער <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.whatsapp.com/android/">www.whatsapp.com/android/</a><!-- w -->
האפנטליך וועט דעי פיטשער ווערן ארויפגעשטעלט אויפן עפפ סטאר אויך בקרוב.
דעתי הענייהעס איז דא א אפפ וואס בלאקט מען זאל נישט קענען זעהן "last seen".
עס האט מיר געקאסט א שמייכל די קאנווערסעשען, מען דארף נישט קיין שום עפפ צו בלאקן קיין last seen עס איז איינפאכע סעטינג קנעפל אין וואטסעפפ.
📎 image_01.jpg
שמעקעדיגאיך האלט אז ס'איז זייער א געשמאקע עפפ, אבער איז נאך אביסל צוריקגעבליבן.
למשל אויב וויל איך אויסמעקן עטליכע מעסעדזשעס אויף אמאל, איז נישט פארהאן קיין "בעטש-סעלעקט" אזוי ווי רוב אנדערע מעסעזשינג עפפס.
אויב ווילסטו עפעס פארווערדן פון ראובן צו שמעון, אפילו דו האלסט אינמיטן ליינען דעם קאנווערסעישאן פון ראובן, בשעת דו פארווערדסט עס לויפט עס אריבער צו שמעון, און דו מיזט צוריקמישן און אויפזוכן וואו האסטו געהאלטן אינמיטן ליינען ביי ראובן.
איך וואלט אויך געקענט באשטיין צו קענען פארווערדן א מעסעזש/בילד פאר עטליכע קאנטעקטס אויף אמאל.
זיכער קען מען פארמעקן אסאך מעסידזשעס אויף איינמאל, אט אזוי:
📎 image_02.jpg
איך וואלט אויך געקענט באשטיין צו קענען פארווערדן א מעסעזש/בילד פאר עטליכע קאנטעקטס אויף אמאל.
די עצה דערצו איז צו נוצען די בראדקעסט אפציע, וואס דאס טוט דיר ערמעגליכען צו שיקן בילדער/מעסידזשעס צו צאללאזע קאנטעקטס בבת אחת.
סהאט א חסירון אז מקען נישט סעלעקטען און קאפיען א א חלק פון א מעסעדש.
איש אשכולת אייף ענדרויד קען מען נישט בלאקען לעסט סיען אן א עפפ.
אדער ניצטו אייפאו אדער ניצט נישט וואטסעפפ.
דיין סקרין שאט ווי די האסט די רויטע ערא איז מיר נישט באקאנט. כהאב נישט די ווארט edit
איש אשכולותדעתי הענייהעס איז דא א אפפ וואס בלאקט מען זאל נישט קענען זעהן "last seen".
עס האט מיר געקאסט א שמייכל די קאנווערסעשען, מען דארף נישט קיין שום עפפ צו בלאקן קיין last seen עס איז איינפאכע סעטינג קנעפל אין וואטסעפפ.
און ס'קאסט צוויי מאל אזא גרויסע שמייכל צו זען ווי דו מישט אין עפעס אן אור אלטן אשכול און מיט א שמייכל ענפערסטו א אירעלעוואנטע תשובה.
אז דו וועסט קוקן אויבן וועסטו זען אז מ'האט זיך געגעסן איבערן ענדרויד חיסרון אז מ'קען נישט זעהן לעסט סין, אויף אייפון איז עס געווען א סעטינג אייביג.
נישט געדארפט וויסן אז מען רעדט פון ענדרויט. עס ווערט נישט דערמאנט דארט אז ער גארט א לעזן פארן ענדרויט דעווייס. ועדיין שמייכל עומדת.
יישר כח איש האשכולות, אבער אביסעלע צו שפעט... זיי האבן שוין אפדעיטעד וואטסעפפ צענדליגער מאל זינט מיין שאלה, און טאקע אסאך אפציעס זענען צוגעקומען און פארראכטן געווארן סינס מיי קוועסטשאנ'ס.
איש אשכולותנישט געדארפט וויסן אז מען רעדט פון ענדרויט. עס ווערט נישט דערמאנט דארט אז ער גארט א לעזן פארן ענדרויט דעווייס. ועדיין שמייכל עומדת.
די פופצנטע תגובה אויפן ערשטן בלאט אינעם אשכול. מ'רעדט דארט קלאר ארום אז ביי אייפון איז נישטא דער פראבלעם און צו איינער קען לעזן דעם פראבלעם ביי ענדרויד.. ועדיין שמייכל עומדת
וואצעפפ גייט צילייגן voiceוואס מיינט עס מגייט קענען מאכען פאן קאלס?
WhatsApp currently has a voice function but only in note form. This new service will be live.
ד.ה. אזוי ווי לייוו טשעט? א_ווי גוגל הענגאוטס וכדומה?
יא,
אויך אזוי ווי bbm אויף זייער נייע אפדעיט
בקיצור, נאך ביטול תורה און פארטעמפקייט פאר דע תלושים'דיגע אידן פון צווישן אונז.
ל"ע
.
פינטל, לויאלייני נישט אזוי, אדרבה, רעדן נעמט פיל שנעלער ווי טייפן און דאס וועט גורם זיין ווייניגער ביטול תורה.
אכשר דרא.
יא. ביז פיר חדשים דארף מען צו האבן פרי וואויס קאלס אויף עפל און ענדרויד, און ווינדאוס מיט בלעקבערי וועלן מוזן צו ווארטן אויף שפעטער אינעם יאר. ווי אויך האט פייסבוק געמאלדן אז זיי פלאנען נישט דערווייל צו לייגן קיין עדס אין וואטסעפ נאר פלאנען עס צו לאזן אזוי.
דער (פינטעל) אידבקיצור, נאך ביטול תורה און פארטעמפקייט פאר דע תלושים'דיגע אידן פון צווישן אונז.
ל"ע
.
אזוי ווי אייביג איבלט מיר צו זען דיין נארישע תגובה.
דו מוזט זיין ניי דא. ס'דא א נודניק קנעפל קענסט מיר דארט אריינלייגן און וועסט מער נישט הערן פון מיר.
ביי ביי
דער (פינטעל) אידדו מוזט זיין ניי דא
🙄
פארוואס ווען כהער א voice note און מיין פאן געבט זיך א שאקל, דארף איך אנהייבן פון אנפאנג.
זיי וואלטן געמעגט מאכן אזוי ווי יואטאב מקען מישן פון אנפאנג ביזן סוף.
דו מיינסט לכאורה ביי אודיו, ביי ואויס נאוט איז נישטא דעי פראבלעם ביי רוב.
ריכטיג
סמאכט דיר נישט נערוועז?
כנולד ועוד. עס מאכט שרעקליך נערוועז. עס פלעגט זיין בעסער אמאל מיט א באר צו קענען דרוקן וואו איך וויל הערן, אבער היינט איז עס נישטא מער. חבל על דאבדין.
די באר איז נאכאלץ דא, מ'דארף נאר וויסן וויאזוי צוצוקומען צו דעם, ס'קומט ספעציעל צוניץ ביי די גאר לאנגע נאוטס. פון די מעניו אינעם גרופ קענסטו אריינגיין צו Group media, (אדער דרוק אויף א בילד און מיש רעכטס\לינקס צום בילד) און דארט האסטו א באר וואס דו קענסט פארויס רוקן צו אינמיטן די אודיא קליפ.
בקיצור... איבריגע ארבעט שלא לצורך.
אלענפאלס, א דאנק געפילטע פאר די שטענדיגע סאלושענס!
איך האב אינסטאלירט בלוסטעקס פאר וואטסעפפ אויפ'ן דעסקטאפ אבער ס'איז מלא פראבלעמען כרימון, איך קען נישט שיקן קיין וואיס נאוט'ס, יעדע פינף מינוט דארף ער א אפדעיט, ער מאכט מיך קראנק, האט ער זיך פארלייגט אויף מיר? אדער איז דאס סתם א שלימזל'דיגע פראגראם?
איז דא נאך א פראגראם וואס סופארטעט וואטסעפפ אויפן דעסקטאפ? עס מעג זיין א באצאלטע.
איז דא וועג צי אנשטעלען וואטסעפפ זאל נישט געבען קיין שום נאטיפיקעשען ווען סקומט אריין א טשעט פון א גרופ?
די סאונד ווייס איך אז מקען אנשטעלן פאר גרופ עקסטער, אבער כוויל סזאל מיר נישט געבען די קליינע סימבאל אויבן אויפן סקרין ווען סקומט אריין א גרופ מעסעדזש.
ווען די גייסט אריין ביי די אינפארמעישן פון די גרופ איז דא א אפשען צו מאכן MUTE פאר די גרופ
אלזא נאכאמאהל: איז דא א אפציעלע וועג צו קענען האבן וואטסעפפ אויף א אייפעד?
אפריקאנעראלזא נאכאמאהל: איז דא א אפציעלע וועג צו קענען האבן וואטסעפפ אויף א אייפעד?
יא. וואס מאכט דיר טראכטן אז נישט ?
נולד מאוחראיז דא וועג צי אנשטעלען וואטסעפפ זאל נישט געבען קיין שום נאטיפיקעשען ווען סקומט אריין א טשעט פון א גרופ?
די סאונד ווייס איך אז מקען אנשטעלן פאר גרופ עקסטער, אבער כוויל סזאל מיר נישט געבען די קליינע סימבאל אויבן אויפן סקרין ווען סקומט אריין א גרופ מעסעדזש.
איך מיין די לעצטע אפדעיט האט דאס געברענגט.
קליגער אינגערמאןאפריקאנעראלזא נאכאמאהל: איז דא א אפציעלע וועג צו קענען האבן וואטסעפפ אויף א אייפעד?
יא. וואס מאכט דיר טראכטן אז נישט ?
ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן סזאל ארבייטן אויף iPad
עס וואונדערט מיר
פארוואס אויף די וואטסעפפ פראפייל בילדער לייגן מערסטנס מענטשן ארויף די בילדער פון זייערע קינדער?...
תכלית הבריאה
שמעקעדיגפארוואס אויף די וואטסעפפ פראפייל בילדער לייגן מערסטנס מענטשן ארויף די בילדער פון זייערע קינדער?...
ווי האט יענער געזאגט: עס באדערט מיר זייער די מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זייערע קינדער זענען די שענסטע, אבער מיינע קינדער זענען 'טאקע' די שענסטע"...
ציבעלע קיגעל האט שוין מקיים פסק גיוועהן און ארויף געלייגט זיין זיס אינגעלע אויף זיין קאווע שטיבל סטאטוס!
אויך שוין געקלערט דערוועגען א צייט צוריק און כ'בין געקימען צום החלטה אז ס'האט וואס מען האט ס'מערסטע ליב. ודו"ק.. מאנכע האבן די קינדער אנדערע האבן די אייגענע ווייב אדער יענעמס אא"וו איך צום ביישפיל האב א ריב סטעיק...