☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

330 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2667
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

שלום דין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:11 pm

· #74375
מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון
אפגעטיילט פון דא.

אחיי ורעיי – מ'האט דערמאנט דא מיין נאמען, פיל איך זיך אביסל פארפליכטעט זיך אנצורופן...

[...]

דריטנס, איך וואלט געראטן – אדער אמווייניגסטנס געבעטן למען האמת – אז שפעקולירן אויף די סיבות פארוואס איך אדער א צווייטער איז אראפ פון וועג איז, ווי מ'זאגט, א fool’s game. (ס'איז, למשל, נישט דא קיין לחלוחית פון אמת אין דאס וואס איינער האט געשריבן בנוגע א טעם און א שמחה אין א יום טוב. איך וועל אייך זאגן אפן, אן קיין בושה, אז דער טעם פון לערנען אור החיים הק' פרייטאג צונאכטס האב איך אין די פרייע וועלט נאכנישט געפונען.) איך קען גערן אריינגיין אין מער פרטים, אבער דער פארום איז מסתמא נישט דאס פלאץ פאר דעם.

דאס זעלבע גייט פאר שפעקולירן אויף מאטיוואציעס. ס'איז אפשר לעכערליך צו ענטפערן פאר די וואס שרייבן " ש.ד וכל כת ה'אן-פיאות ווילן זען יעדן חסיד אדער פריי אדער אין גאז קאמער." אבער אויף אזעלכע טענות ווי: "דער אמת'ער סיבה ווייל זיי הענגען זיך אויף שוואכקייטן פון די חרדים צו פילן אביסל גוט אז זיי זענען נישט א חלק פין די כלל מער..." איז אפשר יא כדאי אנצומערקן.

אויב וויל איינער הערן פאפ-פסיכיאלאגיע, קען איך טרעפן "אמת'ע סיבות" אויף יעדן וואס האט מיט מיר חילוקי דעות. אבער ס'איז מיר ענדערש צו רעדן פון פאקטן וואס איך קען ווי איידער איינגערעדטע שטויות ווייל עס פילט זיך מיר בעסער אזוי. ס'איז מיר אלץ א פלא אז פון אונזער עם חכם ונבון זענען דא אזעלכע חכמים וואס מיינען אז יעדע בויך סברא וואס מ'הערט אין מקוה מוז זיין אמת. אז איר ווילט וויסן "אמת'ע סיבות", פרובירט אביסל מער אריינקלערן, אבער צום אלעם ערשטן, פרובירט פרעגן פון יעניגן וואס איר בארעדט. אויב ווילט איר נישט הערן, געזונטערהייט. אבער זייט מודה אז איר קוקט אוועק פון רעלעוואנטע אינפארמאציע און ממילא וועט אייך פעלן אין די בויך סברא.

צום לעצטנס, א טיפן דאנק אייך ר' בערל בעל עגלה און ר' לעמאן דזשוס פאר די מעסיגע דיבורים בנוגע אני הקטן. איך האב נישט צופיל תרעומות אויף די העסערס און העצערס. איך האלט ס'קומט פון פונדאמענטאלע טעותים, אבער איך פארשטיי פון וואו עס קומט. ס'איז אבער אלץ מער צו אנערקענען ווען איינער רעדט אויף די ענינים דברים של טעם. תשואות חן לכם.

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:22 pm

· #74380
איך האב נישט געליינט יענע ארטיקעל, ברוך השם איך לייען נישט ע״פ רוב די סייט׳ס פון די אידן נישט שותו״צ, פון די ביסל וואס איך האב יא געלייענט די אלע סייטס האב איך געזען אז מער ווי האס און העצע פארקויפט עס גארנישט, עס איז באמת נישט קיין נפק״מ פארוואס עס איז אזוי און וואס זייערע מאטיווען זענענן, עס איז אבער א ריין טריקענע מציאות אז אנשטאט אז די אלע נישט שותו״צ זאלען גיין האקען א לעבן און פארגעסן פון זייער עבר קימען זיי אלץ צוריק נאכאמאל און נאכאמאל מיט אנדערע טענות כלפי די אידן וואס היטען יא תורה ומצוות, און עס איז ממש איראניש אז זיי האלטן אז זענענן די וואס פארשטייען ווי אזוי אונז שומרי תורה ומצוות דארפן זיך פירען.

צווייטעעס, רוב - כמעט אלע - אידן וואס האבן איבערגעלאזט דאס באשעפער און די תורה, קימט פאר איין סיבה, ווויל עס איז שווער צו זיין א איד, עס איז שווער צו זאגען ניין פאר א תאווה, די קליגערע פון צווישען אונז גייען אריין אין די כלל פון ומותר אדם מן הבהמה אין און זיי קענענן זאגען ניין, די שוואכערע מוחות קענענן נישט זאגען ניין, דערפאר פון איין תאווה גייען זיי צו א צווייטע תאווה ביז זיי לאזען אינגאצן איבער דאס באשעפער,

מען דארף נישט קיין פעסיכעלאגיע עס צו פארשטייען, עס איז טריקענע מציאות. עס איז קיינמאל נישט גרינג געווען צו זיין א איד, און תשע״ג איז עס נישט גרינגער ווי 100 יאר צירוק, אייביג זענענן געווען ארויסגעפאלענע ווייל עס איז שווער צו זיין א איד, היינט צוטאגס ווען עס איז נאך שווערער צוליב די גויעשע גאס איז נאך גרינגער ארויסצופאלן, איטס סימפל.

שלום דין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:30 pm

· #74384
בדחן
ברוך השם איך לייען נישט ע״פ רוב די סייט׳ס פון די אידן נישט שותו״צ...

צווייטעעס, רוב - כמעט אלע - אידן וואס האבן איבערגעלאזט דאס באשעפער און די תורה, קימט פאר איין סיבה... עס איז טריקענע מציאות.


ער לייענט נישט, ער הערט נישט, ער זעהט נישט. אבער "סיבות" און "טריקענע מציאות" ווייסט ער קלאר. 😂

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:34 pm

· #74385
העלאו, כך דרכם כסל למו פון די אלע נישט שותו״צ, פארדרייען און ווארפן זאמט און די אויגן און דערנאך צולייגען א שמייכעל זיך איינצורידן אז מען רעדט איין אנדערע אז מען איז העפי,

איך האב געשריבען דברים של טעם, און א טריקענע מציאות, האסט עס אויסגעשניטען נישט וועלענדיג זיך דארפן ספראווען מיט א אמת, עס איז אקעי ווייל דאס בעצם איז די לייף סטראגעל פון כמעט אלע נישט שותו״צ.

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:37 pm

· #74388
די ווייסט נישט אן אים אז אלעס ביי די חסידשע אידן איז קארעפטירט, די דארפסט האבן אז ער זאל דיר עס שרייבען?

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:52 pm

· #74418
שלום,

אז ביזט יא דא, איך וויל טאקע אפשר מער עלאבארירן איבער דאס יעניגע ארטיקל פון סאלון וואס איך האב דערמאנט

איך זאג דיר דעם אמת, איך האב דעם ארטיקל ביי מיר אויף א פידיעף....און איך ליין עס אסאך איבער

דארפאר שרייב איך אז עס איז טיף, ווייל עס שטייט דארט אזוי סך אינפא בנוגע חינוך, געזעלשאפטליכע השפעות, און א כלליות׳דיגע בליק אויף די הארבע שאלה פון פארמאכטקייט ווס. אפענקייט

ועוד חזון

דאס וואס דו שרייבסט וועגן אוה״ח הק׳ צונעמט מיר אלע שדרה ביינער

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:57 pm

· #74419
ווער ווייסט ביאנד א ריסעניבל דאיט אז די ניק שלום דין איז טאקע דער שלום דין?
אדער איינער דרייט סתם א קאפ. למנפק''מ? אז נישט ווער איך דעברא פעלדמאן. איך וויל עם פארהאלטן פארן פאראייניגען מיט די חסידים רוצחים וואס הרגנן קונדער, מיט יוסי סעשטעטנער מיט פעילד מסייע.

שלום אפשר שרייבסטו עפעס אויף דיין ספר הפנים אדער דיין בלאג צי קאנפירמען אז די שרייבסט דא?
ענטפער מיר נישט וואס די רמב''ן חפץ חיים זאגט דער אייבשטער ווייזט נישט פאר יעדע שטינקער אז ער קען מאכן מופתים.

ווער האט געגלייבט אז ביים הונדרעט אןן צוועלעפטן פעדזש אין די וובערמאן סאמאכטע וועט נאך זיין פרישע סחורה?

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:59 pm

· #74421
לעמאן דזשוס
דאס וואס דו שרייבסט וועגן אוה״ח הק׳ צונעמט מיר אלע שדרה ביינער


וואס איז די חידוש? האסט דען געטראכט אנדערש?

און מיינסט אז הייסע מקווה שבת צופרי און קאלטע ווינטער שבת האבן זיי דען יא? אדער די גיטע געפיל נאכדעם וואס דיין קליינער טוט זיך אויף מיט איר ארטס און קרעפטס וואס זי האט געמאכט און קינדערגארטען?

אלעס פאר נישט קענענן זאגען ניין, אדער פאר נישט וועלען ארקענענן אז מען איז באגאנגענן א טעות און מאכען יו טערען.

מורינו הרב » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:01 pm

· #74422
שלום דין האט געשריבן יענעם ארטיקל צו פרי. ווען ער שרייבט עס ווען היינט, וואלט די מעשה געווען אז איינער האט אים מאלעסטעט.

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:05 pm

· #74425
נולד מאוחר
ווער ווייסט ביאנד א ריסעניבל דאיט אז די ניק שלום דין איז טאקע דער שלום דין?
אדער איינער דרייט סתם א קאפ. למנפק''מ? אז נישט ווער איך דעברא פעלדמאן. איך וויל עם פארהאלטן פארן פאראייניגען מיט די חסידים רוצחים וואס הרגנן קונדער, מיט יוסי סעשטעטנער מיט פעילד מסייע.


גיב א קוק, ווילאנג ק״ש האט נישט די פעים ווי טוויטער גייט מען לכאורה נישט מאכן א ׳וועריפייד אקאונט׳ אפציע

נאכדעם, פארשטיי גוט. אויב איינער קומט אריין מיטן נאמען ׳באראק אובאמא׳ און ער שפילט זיין ראלע אלס אובאמא גוט, דהיינו ער רעדט און טראכט אויף די פארגעלייגטע אישוס ווי אובאמא, דאן איז א קנאפע נפק״מ צו אובאמא איז למעשה אין האוואי מיט׳ן פ״ל אדער ער איז ווירקליך אין ק״ש

וה״ה, פיר אליינס אויס..אויב ׳שלום דין׳ דער ניק שפילט גוט זיין אקט דאן איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו פירן מיט אים א פאלעמיק, ברגע ער וועפט אפ, וועט ער ווערן אפגעזאגט.

צום לעצט, אני הק׳ האלט פערזננליך אז עס איז יא שלום פון בושוויק

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:13 pm

· #74429
בדחן
לעמאן דזשוס
דאס וואס דו שרייבסט וועגן אוה״ח הק׳ צונעמט מיר אלע שדרה ביינער


וואס איז די חידוש? האסט דען געטראכט אנדערש?

און מיינסט אז הייסע מקווה שבת צופרי און קאלטע ווינטער שבת האבן זיי דען יא? אדער די גיטע געפיל נאכדעם וואס דיין קליינער טוט זיך אויף מיט איר ארטס און קרעפטס וואס זי האט געמאכט און קינדערגארטען?

אלעס פאר נישט קענענן זאגען ניין, אדער פאר נישט וועלען ארקענענן אז מען איז באגאנגענן א טעות און מאכען יו טערען.


עס צוטרייסלט מיר שוין איינמאל...און כ׳אף אז די טרייסל וועט בלייבן ביי מיר

און איך ווינדער מיך אויף דיר, אז דו ווערסט נישט צושפרינגען פון שלום׳ס אויפריככיגקייט, ס׳טייטש ער קומט דא און מעלדט פאר אונזער ציבור זיינע מענטשן וועם ער האט פארלאזט און ער פרובירט נישט צו לייקענען

ער וואלט לכאורה געדארפט שפילן אז ער האקט א טאג...און ער איז לוסטיג און צופרידן...און ער איז אנעסט, ער רייצט מיר מיט זיינע אמאליגע אור החיים צייטן

איך אפלאדיר אים...איי זאל ער דערפאר צוריקקומען? דאס מוזטו רעדן מיט אים און אויסגעפונען פארוואס נישט, אפשר תאוה אפשר גרויסע תאוה, פרוביר רעדן מיט אים

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:19 pm

· #74431
די געשמאקע טעם פון אור החיים פרייטיג צינאכטס האט נישט קיין שייכת מיט וובערמאן.
ס'פארלאנגט זיך א פרישער אשכול 'וואס זאגט שלום דין צי אונזער לעבנס שטייגער',ווער איז אינערסירט..

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:21 pm

· #74433
אין פראגעס און ענטפערס איבער ניקס שרייבט באריסטא אזוי, "צוליב א שאלה וואס האט זיך געשאפן ווילן מיר קלאר מאכן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א ניק אויפ'ן נאמען פון א מענטש, און האבן א בילד פון דעם מענטש אלץ אן אוואטאר. פערזאניפירן א צווייטן איז אויך נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך."
און ממילא אויב איז די ניק אקטיוויזירט געווארן דאן איז דאס אונזער אלעמען באקאנטע ר' שלום.

איטערעסאנט אז די פאלשע לעמאן דזשוס איז דן אויב א צווייטע ניק איז טאקע דער יעניגער.

און נולד, דו ווילסט פארהאלטן שלום דין פאר אן ארטיקל וואס ער האט נישט געשריבן?

----

סארי אנאנים, נישט באמערקט אז דו האסט דאס שוין געשריבן צוויי תגובות צוריק.

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:24 pm

· #74434
איך.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:30 pm

· #74436
לעמאן דזשוס
רעדנדיג פון שלום דין, געדענק איך ליינען אמאל א הערליכע ארטיקל אין איינע פון די מאגאזינען אולי 'סאלאן' ווי ער שרייבט זיין יוגנט, און ווי זיין ירידה האט זיך אנגעהויבן בלויז פון א סטיריא פלעיער, הערענדיג די טריפה'נע ראדיאו.

ער ברענגט ארויס וואספארא שטארקע השפעה דער טאלק שוי האוסט האט אויף אים געהאט, קומענדיג פון אזא שטארק פארמאכטע געזעלשאפט, זייענדיג פארשלאסן פון סיי וואספארא דרויסענדע אנשויאונגען איז ער געכאפט געווארן אין א שרעקליכע סורפרייז פון די וועלט וואס האט זיך אזוי ברייט אנטפלעקט.

כדאי צו ליינען... ס'זייער טיף און ווייטאגליך.

לעמאן דזשוס: שקויעך פאר ברענגען דעם ארטיקל וואו שלום דיען איז "מגלה טפח". איך האב דעם ארטיקל נישט געליינט. נאר איך האב געליינט א סאך איבער זיין בעקגראונד. זיין טאטע איז געווען א בעל תשובה. דארט הייבט זיך עס אן. ווי ער אליין שרייבט, האט ער זיך אייביג געפילט ווי אן אוטסיידער. און ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל מיט איהם לערנען אינדערהיים און מחזק זיין וואס ר'האט געלגעאנט אין ישיבה. ווען ר'האט חתונה געהאט איז עס געווען אין א משפחה וואו מ'האט נישט איינגעזען וויאזוי מ'דארף האנדלען מיט אזא יונגערמאן. נאר מ'איז געגאנגען בלינד אלעס "וואס די רעבע זאגט". ווי ער אליין פארציילט ר'האט מיט געהאלטן אלעס, אבער נישט מתוך הבנה נאר "כמעשה קוף בעלמא".ר'האט נישט געשפירט קיין טעם אין אידישקייט. האט ער געזאגט "וויפיל איז די שיעור"? אבער ר'איז ארוועקגעגאנגען אן שנאה. נישט אזוי ווי די שרוצה ד.פ.

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:32 pm

· #74438
לעמאן דזשוס

עס צוטרייסלט מיר שוין איינמאל...און כ׳אף אז די טרייסל וועט בלייבן ביי מיר, און איך ווינדער מיך אויף דיר, אז דו ווערסט נישט צושפרינגען פון שלום׳ס אויפריככיגקייט, ס׳טייטש ער קומט דא און מעלדט פאר אונזער ציבור זיינע מענטשן וועם ער האט פארלאזט און ער פרובירט נישט צו לייקענען

ער וואלט לכאורה געדארפט שפילן אז ער האקט א טאג...און ער איז לוסטיג און צופרידן...און ער איז אנעסט, ער רייצט מיר מיט זיינע אמאליגע אור החיים צייטן איך אפלאדיר אים...איי זאל ער דערפאר צוריקקומען? דאס מוזטו רעדן מיט אים און אויסגעפונען פארוואס נישט, אפשר תאוה אפשר גרויסע תאוה, פרוביר רעדן מיט אים


איך וועל דיר עס פראבירען צו פארשטיין געבן לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס,

קענסט די נאמען מעדאף? אדער די קענסט דער מערדער וואס עס איז זיך געקימען מודה זיין אז ער האט גע׳הרגט איתן פץ?
וואס איז די הצד השווה צווישען די צוויי? ביידע האבן זיך אליינס ארויס געגעבען אז זיי האבן געטיען די פארברעכן, די סיבה דערפאר איז, וויבאלד מענטשן וואס לעבן א דאבעל לייף אדער זיי לעבן מיט א שטארקע סוד, קען זיי טיילמאל נמעס ווערן דערפון און זיי באקימען א שטארקע אינערליכע דראנג פטור צו ווערען פון די שווערע לאסט וואס זיי שלעפען שוין יארען, זיי זענענן עס גרייט צו טיען פאר יעדע פרייז, אפילו זיי ווייסען אז עס גייט זיי קאסטן זייער פרייהייט.

די זעלבע איז דא אויך, מיר אלע ווייסען אז מיט אלע שווערע.ייטען צו זיין א איד, מיט אלע נסיונות, מיט אלע דרוכפעלער, איז עס נאך אלץ ווערט און עס איז אלץ בעסער ווי עס אינגאנצן איבערלאזן, זיי די וואס האבן עס איבערגעלאזט ווייסען עס אויך, זיי לעבן מיט די מציאות טאג טעגליך, זיי פראבירען עס אבער צו באהאלטען פאר פארשטענדליכע סיבות, סאם האו יעצט פאר איינעם געכאפט די דראנג אז זאל זיך ארויסגעבן אינערליך און זאגעם דעם אמת, עס איז העכסט נערמאל.

פארוואס זיי קימען נישט צוריק קען זיין אסאך סיבות, מעגליך אז עס די פחד אז ער וועט זיך נישט קענענן צירוק איינגלידערען אין אונזער געזעלשאפט, מעגליך טראכט ער אז לאמיר נאך הוצקענענן מען וועט צוריק קימען שפעטער, און מעגליך אז עס איז די זעלבע שוואכקייט וואס האט אים ארויס געטראגען פון אנפאנג, ער האט נישט די קוראזש צו זאגען יא אדער ניין און מאכטען פעסטע החלטות און זיך האלטען דערצו.

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:38 pm

· #74440
געפילטע פיש
אין פראגעס און ענטפערס איבער ניקס שרייבט באריסטא אזוי, "צוליב א שאלה וואס האט זיך געשאפן ווילן מיר קלאר מאכן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א ניק אויפ'ן נאמען פון א מענטש, און האבן א בילד פון דעם מענטש אלץ אן אוואטאר. פערזאניפירן א צווייטן איז אויך נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך."
און ממילא אויב איז די ניק אקטיוויזירט געווארן דאן איז דאס אונזער אלעמען באקאנטע ר' שלום.

איטערעסאנט אז די פאלשע לעמאן דזשוס איז דן אויב א צווייטע ניק איז טאקע דער יעניגער.

און נולד, דו ווילסט פארהאלטן שלום דין פאר אן ארטיקל וואס ער האט נישט געשריבן?

גערעכט ער איז נאר געווען די מאדערעטאר.

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:43 pm

· #74441
געפילטע פיש זאגסט א וואלידע פונקט

אויף מיין לייסענס שטייט נישט לעמאן דזשוס, און איך בין גרייט צו טוישן מיין ניק אויף ׳מיץ לימון׳ אויב די מנהלים ווילן

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:44 pm

· #74442
שלום דין
אויס מענטש
שלוםק'ע אז די שרייבסט שוין יא
אפשר טוסטו אונז די טובה אין שרייב איבער די ארטיקל דא אין שטיבל יישר כח


דו בעטסט עס אויף ערנסט? דער עולם דא לייענט נישט קיין ענגליש?

ס'איז דא זייער א גרינגער און אמת'דיגער וועג צו וויסן אויב ס'איז דער עכטער שלום דיען, כפי המדבר אליכם. מ'קען איהם אנפרעגן אויף זיין אייגענעם בלאג אויב ער איז טאקע געווען אויף קאווע שטיבל.

שלום דין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:47 pm

· #74444
נולד מאוחר
שלום אפשר שרייבסטו עפעס אויף דיין ספר הפנים אדער דיין בלאג צי קאנפירמען אז די שרייבסט דא?


כ'האב נישט קיין חשק סתם צו שרייבן, אבער אז דו שיקסט מיר דארט א מעסעדש ענטפער איך גערן.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:55 pm

· #74446
לעמאן דזשוס
געפילטע פיש זאגסט א וואלידע פונקט

אויף מיין לייסענס שטייט נישט לעמאן דזשוס, און איך בין גרייט צו טוישן מיין ניק אויף ׳מיץ לימון׳ אויב די מנהלים ווילן

אויף מיין לייסענס שטייט אויך נישט געפילטע פיש, און ס'גייט מיר גאנץ קנאפ אן ווי אזוי דו רופסט זיך, נאך דערצו וואס לעמאן דזשאס איז נישט נאר א נאמען, נאר א משקה אויך, ס'מיר נאר געפאלן אז דו ביסט דן אין א צווייטענס אידענטיטעט. בלייב מיט דיין נאמען, ביזט נישט אזוי שלעכט, מ'לייגט נאר צו אביסל וואסער און צוקער און דו ביסט נישט אוועקצומאכן.

sefish » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:08 pm

· #74452
קאווע טרינקער
שלום, דו שרייבטס נאך אין אידיש?

ברוין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:11 pm

· #74453
קיינמאל נישט געהערט דעם נאמען בעפאר. ווער איז דאס? נאכאיינער וואס קומט זוכן פעים און טרעטן אויף אונז יעצט ווען ס'איז די סטייל?

שלום דין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:13 pm

· #74456
ווי ער אליין שרייבט, האט ער זיך אייביג געפילט ווי אן אוטסיידער. און ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל מיט איהם לערנען אינדערהיים און מחזק זיין וואס ר'האט געלגעאנט אין ישיבה. ווען ר'האט חתונה געהאט איז עס געווען אין א משפחה וואו מ'האט נישט איינגעזען וויאזוי מ'דארף האנדלען מיט אזא יונגערמאן. נאר מ'איז געגאנגען בלינד אלעס "וואס די רעבע זאגט". ווי ער אליין פארציילט ר'האט מיט געהאלטן אלעס, אבער נישט מתוך הבנה נאר "כמעשה קוף בעלמא".ר'האט נישט געשפירט קיין טעם אין אידישקייט. האט ער געזאגט "וויפיל איז די שיעור"?


קען מיר איינער זאגן אויב ס'איז דער געוונליכער שטייגער דא אין ק"ש צו מאכן אזא קיצור פון א מענטשנ'ס לעבנס-ביאגראפיע אן קיין שום באזיס אין פאקט? ר' בערל, איך וואלט אפרישיעיטעד אויב איר קענט מיר ווייזן וואו איך האב די זאכן געשריבן, ווייל דאס רוב דערפון איז מיר גאר פרעמד.

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:23 pm

· #74461
די שטייגער אינעם ווירטואלן קאווע שטיבל איז גלייך ווי די שטייגער אין א ווירקליכן קאווע שטיבל. יעדער האט רשות הדיבור ווילאנג ער האלט זיך צו צוויי דריי אנווייזונגען.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:24 pm

· #74462
שלום דין
ווי ער אליין שרייבט, האט ער זיך אייביג געפילט ווי אן אוטסיידער. און ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל מיט איהם לערנען אינדערהיים און מחזק זיין וואס ר'האט געלגעאנט אין ישיבה. ווען ר'האט חתונה געהאט איז עס געווען אין א משפחה וואו מ'האט נישט איינגעזען וויאזוי מ'דארף האנדלען מיט אזא יונגערמאן. נאר מ'איז געגאנגען בלינד אלעס "וואס די רעבע זאגט". ווי ער אליין פארציילט ר'האט מיט געהאלטן אלעס, אבער נישט מתוך הבנה נאר "כמעשה קוף בעלמא".ר'האט נישט געשפירט קיין טעם אין אידישקייט. האט ער געזאגט "וויפיל איז די שיעור"?


קען מיר איינער זאגן אויב ס'איז דער געוונליכער שטייגער דא אין ק"ש צו מאכן אזא קיצור פון א מענטשנ'ס לעבנס-ביאגראפיע אן קיין שום באזיס אין פאקט? ר' בערל, איך וואלט אפרישיעיטעד אויב איר קענט מיר ווייזן וואו איך האב די זאכן געשריבן, ווייל דאס רוב דערפון איז מיר גאר פרעמד.

קןדם דארפן מיר פעסטשטעלן אויב איהר זענט דער ריכטיגער ר' שלום דיען. דער בעל הבלאג. איך גיי באלד אויפמישן דארט און זען איב איהר שרייבט עפעס דארט. און נאכהער וועלן מיר שמועסן בל"נ.

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:28 pm

· #74463
שאלה צו ר' בערל דער טעקסי דרייווער הי"ו
וואס א חילוק ווער ס'פרעגט דאס? און ווען איך פרעג עס וואלסטו מיר נישט געענטפערט בלויז ווייל כ'בין נישט דער מענטש פון וועם האסט גערעדט?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:58 pm

· #74469
ענטפער צו רבי יידל שליט״א
א ש פ ג....

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 8:28 pm

· #74480
אוחה"ק סומעטאכע
ר' זלמן ראזענטאל איז געווען א שכן נעבן מיר אין ביהמ"ד (ער איז אן איידעם ביי פריעדמאן פון פאז, און האט זיך משדך געווען, דאכט זיך, מיט איינע פון די בערקאוויטש ברודער, דו ווייסט די בערקאוויטש פון בארא פארק וואס די פאטער איז געזיצן? ער האט נאכאמאל חתונה געהאט און זי האט מיטגעברענגט א קינד.)

ויהי היום, ר' זלמן האט געברויכט זיך מער אומקוקן אויף זיינע עלטערן וועלכע ווערן נישט אינגער, זיי וואוינען אין ב"פ און ער איז זייער איינציגסטע קינד אין ניו יארק. בנוסף צו דעם האט אים זיין לענדלארד געוואלט ארויסשטעלן (ער האט געברויכט די דירה פאר זיין טאכטער), און גיין דינגען א נייע דירה וואלט אים געקאסט לכה"פ 2,700 א מאנאט. ווידעראום זיינע עלטערן האבן אים אנגעטראגן ער זאל זיך אריינציען אין זייער גרויסע דירה אין ב"פ פאר בחנם. זאת ועוד, ער האט באקומען א דזשאב אין בארא פארק ווי ער ברויך שוויצן לאנגע שעות. און אן טאפ פון דעם איז צוגעקומען די פאקט אז די מוסדות אין וומ"ס האבן אים כסדר געמאכט פראבלעמען פאר זיינע קינדער ווייל ר' זלמן'ס פרוי פלעגט קייען גאם אויף די גאס און צומאל אפי' געטראגן ווייסע סניקערס און שווארצע שטרימפ (דו ברויכסט קענען די פריעדמאן'ס, אירע שוועסטערס זענען סך ערגער). ר' זלמן'ס חתונה געהאטע זוהן האט אויך געוואוינט אין ב"פ. בצירוף מיט נאך אסאך אנדערע טעמים און סיבות האט ר' זלמן מיט זיין פרוי באשלאסן זיך אריבערצוציען קיין בארא פארק.

ביי אונז אין ביהמ"ד האט עס געמאכט א רעש. יארן לאנג וואס ר' זלמן האט פארברענגט געשמאק אין ביהמ"ד, געברענגט קידוש צו מאכן שבת אינדערפרי, דיפס און סאלאטן פאר שלש סעודות, געפירט א רעדל אינדערוואכן צווישן מנחה און מעריב, און דא לאזט ער אונז אלע איבער אזוי פלוצלינג, דרייט זיך אויס זיין ריקן צום גאנצן קהל הקודש, לאכט פון גאנץ וויליאמסבורג, אלעס ווייל ער האט זיך דערקלערט א בעסערע מענטש און ס'פאסט אים שוין נישט צו זיין א יאנטשי ווילאמסבורגער. מיר געדענקן נאך זיין פאטער ווען ער איז געקומען פון אורוגוויי, נישט געהאט קיין לחם לאכול, פלעגט גיין קאלעקטן פושקעס פאר שומרי החומות, אבער זלמן איז א גאנצער יום זה מכובד, מייט זיין געשטרייפטע בעקישע און כמו-געשטיצטע בארד. פעך!

אבער נישט געזארגט. דו מיינסט ער איז צופרידן? דאס גליק האט אים געטראפן? אבערוואס!! זיי בענקען זיך אלע צוריק!

וואס מיינסטו? איין טאג שפאציר איך אריין צו גאטליב'ס רעסטוראנט. וועם טרעף איך דארטן זיצן און האקן געקנעטענע קוגל מיט טשיקן זופ? דער בעסערער בארא פארקער זלמן ראזענטאל!!!!! יא יא, אזוי ווי דו הערסט! נאך א לאנגע שמועס מיט אים, האט ער מיר מודה געווען אז ס'בענקט זיך אים אסאך מאל צו גאטליב'ס רעסטוראנט, צו זיין קושקע, און אפי' צו די אפגעריסענע וויצן פון בערנשטיין דער גרוש וואס דרייט זיך דארטן.

ער קען אנשטעלן א פנים ביז איבערמארגן, אבער מיר האט ער קלאר געזאגט: אין גאנץ בארא פארק טרעפט ער נישט דאס וואס ער האט ביי גאטליב'ס!!!!!!!!

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 8:36 pm

· #74485
עס איז מיר א פלא ווי אזוי די זעלבע מענטשן וואס זענען אזוי פיל מיט פאראורטייל (prejudice) און פארדאמען מענטשן וועמען זיי האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן נישט געזען אדער אויסגעטוישט א ווארט, די זעלבע האבן טענות אויף די גאנצע וועלט אז די מידיא איז 'בייעסד'.

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 8:41 pm

· #74488
יואליש כאב שוין לאנג נישט גערעדט מיט א וויליאמסבורגער, דערמאנסט מיר מיין יוגנט מקוה שמיסערס,

פארפאלן עס בענקט זיך מיר זייער, אזאכע יענטע׳ס זיינען נישט דא, דא אין טשעסנאט רידזש

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 8:43 pm

· #74489
לענינו, די גאנצע שמועס פון יא העפי נישט העפי איז אירעלעוואנט. נישט נאר ס'איז אירעלעוואנט נאר ס'איז געפרעגט מיט אן אגענדע צו באפרידיגן א פון פריערבאשטימטע הנחה. ענטפערט ער יא, כ'בין מער צופרידן פון פארדעם, איז ער א ליגנער. ענטפערט ער ער איז נישט מער צופרידן, ווערט א שמחה אין שטאט. ענטפערט ער ווי רוב מענטשן, אמאל איז ער העפי אמאל נישט, אדער מיט געוויסע זאכן איז ער העפי מיט געוויסע זאכן נישט, איז ער צי א קאמפליצירטער מענטש מיט קאמפליצירטע ענטפערס.

ועל כולם, ס'האט נאך קיינער נישט געפרעגט א איד אין ראדני אויב ער איז העפי. ערשטענס ווייל קיינער גייט דיר נישט געבן אן אויפריכטיגע ענטפער (ס'קען שאטן פאר שידוכים), צווייטענס ווייל ס'פאסט נישט צו סייקא אנאליזירן א פרעמדן, און דריטענס ווייל ס'אינטערעסירט קיינעם נישט, זאל גאנץ ראדני זיין ביטער און זויער און ס'מאכט נישט אויס, די הארבע פראגע איז אויב דער פלוני אלמוני פון בושוויק אדער נארט וומ"ס איז העפי (כ'זאג דיר ער איז נישט...)

א זיסע בלאג פאסט אויף די נושא פון פרידא וויזעל קען מען זעהן דא.

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 8:44 pm

· #74490
לעמאן דזשוס
יואליש כאב שוין לאנג נישט גערעדט מיט א וויליאמסבורגער, דערמאנסט מיר מיין יוגנט מקוה שמיסערס,

פארפאלן עס בענקט זיך מיר זייער, אזאכע יענטע׳ס זיינען נישט דא, דא אין טשעסנאט רידזש



רבותי!!!!!!!!!!!!!!

לעמאן זשוס האט נארוואס מודה געווען אז דאס בעסטע פלאץ אין די וועלט איז ווילאמסבורג!!!!!!!!!!!!!!!


(ווער רעדט נאך לערנען אוהח"ק שבת צונאכטס אין וויליאמסבורג!)


איז די שאלה אויב די סיבה פארוואס ער ציעט זיך נישט צוריק פון טשעסנאט רידזש קיין וומ"ס איז ווייל ס'פאסט אים נישט אדער עפעס אן אנדערע סיבה.

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 8:45 pm

· #74491
בדחן
איך האב נישט געליינט יענע ארטיקעל, ברוך השם איך לייען נישט ע״פ רוב די סייט׳ס פון די אידן נישט שותו״צ, פון די ביסל וואס איך האב יא געלייענט די אלע סייטס האב איך געזען אז מער ווי האס און העצע פארקויפט עס גארנישט, עס איז באמת נישט קיין נפק״מ פארוואס עס איז אזוי און וואס זייערע מאטיווען זענענן, עס איז אבער א ריין טריקענע מציאות אז אנשטאט אז די אלע נישט שותו״צ זאלען גיין האקען א לעבן און פארגעסן פון זייער עבר קימען זיי אלץ צוריק נאכאמאל און נאכאמאל מיט אנדערע טענות כלפי די אידן וואס היטען יא תורה ומצוות, און עס איז ממש איראניש אז זיי האלטן אז זענענן די וואס פארשטייען ווי אזוי אונז שומרי תורה ומצוות דארפן זיך פירען.

צווייטעעס, רוב - כמעט אלע - אידן וואס האבן איבערגעלאזט דאס באשעפער און די תורה, קימט פאר איין סיבה, ווויל עס איז שווער צו זיין א איד, עס איז שווער צו זאגען ניין פאר א תאווה, די קליגערע פון צווישען אונז גייען אריין אין די כלל פון ומותר אדם מן הבהמה אין און זיי קענענן זאגען ניין, די שוואכערע מוחות קענענן נישט זאגען ניין, דערפאר פון איין תאווה גייען זיי צו א צווייטע תאווה ביז זיי לאזען אינגאצן איבער דאס באשעפער,

מען דארף נישט קיין פעסיכעלאגיע עס צו פארשטייען, עס איז טריקענע מציאות. עס איז קיינמאל נישט גרינג געווען צו זיין א איד, און תשע״ג איז עס נישט גרינגער ווי 100 יאר צירוק, אייביג זענענן געווען ארויסגעפאלענע ווייל עס איז שווער צו זיין א איד, היינט צוטאגס ווען עס איז נאך שווערער צוליב די גויעשע גאס איז נאך גרינגער ארויסצופאלן, איטס סימפל.

מר. בדחן, די אלע נאבעל פרייז געווינער מיט וועמען די פרומע וועלט שטאלצירט אזוי אלץ חלק פונ'ם עם הנבחר זענען לויט דיר די שוואכערע מוחות וואס גייען פון איין תאוה צו די צווייטע, אדער אייניקלעך פון זיי.

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:00 pm

· #74503
לגבי שלום דין, כ'מיז מודה זיין אז כ'האב זיך באקענט מיט אים א צייט צוריק, ער קומט אפט צו די ליל שישי פארברענגן ביי "שטולענט," און ווער ס'קען אים פערזענליך און קען זיין שרייב ווערק פון זיין בלאג ביז זיין פארום וועט מודה זיין אז דער איד האט נישט קיין אגענדע, קיין שנאה. פארקערט, מיין איינדרוק איז אז ער האט זוכה געווען צו א געשמאק אין חסידיש לעבן וואס ווייניג אינגעלייט דערגרייכן. ער זאגט עס אפען און ס'זעהט זיך אן אין זיינע באשרייבונגן. זיין שרייבן איז אלץ באלאנצירט (אין מיין מיינונג.)

נאר די פראבלעם איז אז ביי אונזער עולם, אויב שרייבט מען נישט קיין שיר השירים אויף אונז, איז עס אוטאמאטיש אן איכה. א רעפארטער וואס שרייבט אן ארטיקל און "באהאנדעלט" אונז, ווערט אראפגעריסן אלס א קריטיקער. דער אמת איז אז ס'קען זיין א קוהלת אדער א משלי אויך, און צומאל נישט דאס און נישט דאס, נאר א פשוט'ע רות.

ווער ס'ליגט אין די עולם הליטארעטור און הערט אויס אינטערוואויס מיט די ביכער שרייבער וועט וויסן אז קיינמאל פרעגט מען נישט פון א פאקיסטאנער וואס איז געקומען קיין אמעריקע און געשריבן איבער זיין יוגענט, זיין טראנזיציע, וכו', "פארוואס שרייבסטו פון דיין לעבן אין פאקיסטאן, פון דיין איגנט, פון דיין שטעטל? ביזט דאך יעצט אין אמעריקע. פארוואס קוקסטו צוריק? פארוואס לעבסטו אין דיין עבר?" יעדער פארשטייט אז טאקע ווייל ער קומט פון דארט איז אינטערסאנט צו הערן וואס ער האט צו זאגן, ווי אויך, ער איז דארט אויפגעוואקסן שרייבט ער איבער זיין עקספעריענס. דאס מיינט נישט אז ער האט א חשבון מיט זיין היימלאנד, אדער חרטה פארן קומען קיין אמעריקע.

אזוי זענען דא אלע סארטן ביכער און שילדערונג, און יא אמאל קריטיק, פון מענטשן פון אלע סארטן ראסן, רעליגיע, נאציאנאליטעטן, און אלע סארט גרופעס, מענטשן וועלכע זענען אריין אין די גרופעס, ארויס פון די גרופעס, געבליבן אין די גרופעס. חסידיש קולטור איז נישט אנדערש. איינער וואס האט געשפענדעט דרייסיג יאר פון זיין לעבן אין דעם קולטור וועט נאטירליך שרייבן איבער דעם, ווייל דאס איז זיין לעבענסגעשיכטע.

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:08 pm

· #74506
יואליש, דאס איז נאר א חלק פון דער פראבלעם. דער אנדערער, פיל גרעסערע חלק, לדעתי, איז אז מענטשן אין אונזערע קהילות זענען אזוי פארשפארט אין זייער אייגענע טוויסטעד מיינדסעט, אז זיי זענען זיכער אז יעדער וואס פארלאזט דעם לעבנסשטייגער מוז זיין אז ער איז אדער משוגע אדער א כראנישער בעל תאוה, ווייל מען האקט דאך אין קאפ א גאנצן טאג אז דאס איז דער בעסטער לעבן וואס קען זיין, נו ווער וועט גיין איבערלאזן אזא גוטער לעבן פון חרוסת מיט מציצה בפה, מוז דאך בעל כרחך זיין אז ער איז נעבעך גערירט געווארן. ממילא, נישט קיין חילוק וואס ער וועט זאגן וועגן אונז וועט ער זיין פול מיט האס און שנאה. דאס איז שוין מוחלט נאך בעפאר ער הייבט אן רעדן. קל וחומר בן בנו של קל וחומר ווען ער רעדט שוין, און ער איז עס נאך מפרסם אויף די אינטערנעט.

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:21 pm

· #74514
כאילו ווען איינער האט תאוות ברויך ער נעמען דעם וואנדער שטעקן אין די האנט. וויפיל אינגעלייט טוהן מה שלבם חפץ און זענען נוחל עולמות יעקב ועשיו? תאוות איז לכאורה די שוואכסטע סיבה וואס מענטשן פארלאזן זייער לעבענסשטייגער.

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:52 pm

· #74560
והא ראיה וועבערמאן.
א שטיקל שילוב צו בארעכטיגן די אף-טאפיק דיסקאשען.
אזוי ארבעט דאס און תלמיד .

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:00 pm

· #74569
יאיר
יואליש, דאס איז נאר א חלק פון דער פראבלעם. דער אנדערער, פיל גרעסערע חלק, לדעתי, איז אז מענטשן אין אונזערע קהילות זענען אזוי פארשפארט אין זייער אייגענע טוויסטעד מיינדסעט, אז זיי זענען זיכער אז יעדער וואס פארלאזט דעם לעבנסשטייגער מוז זיין אז ער איז אדער משוגע אדער א כראנישער בעל תאוה, ווייל מען האקט דאך אין קאפ א גאנצן טאג אז דאס איז דער בעסטער לעבן וואס קען זיין, נו ווער וועט גיין איבערלאזן אזא גוטער לעבן פון חרוסת מיט מציצה בפה, מוז דאך בעל כרחך זיין אז ער איז נעבעך גערירט געווארן. ממילא, נישט קיין חילוק וואס ער וועט זאגן וועגן אונז וועט ער זיין פול מיט האס און שנאה. דאס איז שוין מוחלט נאך בעפאר ער הייבט אן רעדן. קל וחומר בן בנו של קל וחומר ווען ער רעדט שוין, און ער איז עס נאך מפרסם אויף די אינטערנעט.


כבר קדמוך, דיין טענה איז שוין הינדערטער יארען אלט, אלץ האבן די מתחדשים/משכילים/ריפארמער געטענהט די זעלבע וואס דו זאגסט יעצט, און דאך זענענן זיי אלץ געווען אפגעפרעגט ביי יעדן שותו״צ.

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:11 pm

· #74580
יואליש
לגבי שלום דין. פארקערט, מיין איינדרוק איז אז ער האט זוכה געווען צו א געשמאק אין חסידיש לעבן וואס ווייניג אינגעלייט דערגרייכן.
פון דעם זעט אויס כאילו ער איז א שלום לויפער יונגערהייט,

berlbalaguleh
ביטע זיי נישט אזא מלמד חובה אויף שלום דיען און ער האט זיך זיינע טעמים פארוואס ער האט איבערגעלאזט אידישקייט.
פון דעם זעט אויס כאילו ער האלט נישט קיין אידשקייט,

איך קען נישט דעם שלום, הלוואי איז ער אדער זאל ער זיין א ערליכע שותו״צ, וואס איך האב געשריבען שרייב איך נאר בדרל כלל,

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:18 pm

· #74586
שלום דין
אחיי ורעיי – מ'האט דערמאנט דא מיין נאמען, פיל איך זיך אביסל פארפליכטעט זיך אנצורופן...



דאס זעלבע גייט פאר שפעקולירן אויף מאטיוואציעס. ס'איז אפשר לעכערליך צו ענטפערן פאר די וואס שרייבן " ש.ד וכל כת ה'אן-פיאות ווילן זען יעדן חסיד אדער פריי אדער אין גאז קאמער." אבער אויף אזעלכע טענות ווי: "דער אמת'ער סיבה ווייל זיי הענגען זיך אויף שוואכקייטן פון די חרדים צו פילן אביסל גוט אז זיי זענען נישט א חלק פין די כלל מער..." איז אפשר יא כדאי אנצומערקן.




ר' שלום

איר זענט מעתיק פין מיין תגובה,

אפשר טאקע זאלט איר אנמערקען אויף דעם?

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:20 pm

· #74588
בדחן
יאיר
יואליש, דאס איז נאר א חלק פון דער פראבלעם. דער אנדערער, פיל גרעסערע חלק, לדעתי, איז אז מענטשן אין אונזערע קהילות זענען אזוי פארשפארט אין זייער אייגענע טוויסטעד מיינדסעט, אז זיי זענען זיכער אז יעדער וואס פארלאזט דעם לעבנסשטייגער מוז זיין אז ער איז אדער משוגע אדער א כראנישער בעל תאוה, ווייל מען האקט דאך אין קאפ א גאנצן טאג אז דאס איז דער בעסטער לעבן וואס קען זיין, נו ווער וועט גיין איבערלאזן אזא גוטער לעבן פון חרוסת מיט מציצה בפה, מוז דאך בעל כרחך זיין אז ער איז נעבעך גערירט געווארן. ממילא, נישט קיין חילוק וואס ער וועט זאגן וועגן אונז וועט ער זיין פול מיט האס און שנאה. דאס איז שוין מוחלט נאך בעפאר ער הייבט אן רעדן. קל וחומר בן בנו של קל וחומר ווען ער רעדט שוין, און ער איז עס נאך מפרסם אויף די אינטערנעט.


כבר קדמוך, דיין טענה איז שוין הינדערטער יארען אלט, אלץ האבן די מתחדשים/משכילים/ריפארמער געטענהט די זעלבע וואס דו זאגסט יעצט, און דאך זענענן זיי אלץ געווען אפגעפרעגט ביי יעדן שותו״צ.

אז ס'דעמאלטס געווען פאלש מיינט נישט אז היינט איז עס פאלש. מען דארף (ווער?) יעדע מאל פריש דן זיין און זיין וויפיל פראצענט אמת ליגט און די טענה און וויפיל פראצענט שקר. משל למה הדבר דומה, ווען איך פרעג דיר צען מינוט נאך דריי "וויפיל אזייגער איז?" און די ענפטערסט מיר "דריי אזייגער" און דאן פאר די קומענדיגע עלף שעה און 50 מינוט ווען איך פרעג דיך "וויפיל אזייגער איז" ענטפערסטו מיר "דריי אזייגער", מיינט דאס אז דריי אזייגער קען איך אוועקמאכן דיין תירוץ בלויז ווייל עס איז געווען פאלש פאר די לעצטע עלף שעה און 50 מינוט?

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:28 pm

· #74599
בדחן, נעם א טיפע אטאם אין הער זיך איין.

ס'זענען דא הונדערטער און אפשר טויזענטער אינגעלייט וועלכע ווערן געריפן "חסידישע אינגעלייט," ווייל זיי טוהן אן א היט לויט א געוויסע חסידות' סטאנדארט. זייער הנאה אין לעבן קומט פון א וואקאציע אין פלארידא, א פיינע שטיקל בשר אין פריים גרילל, א נייע ליעס אויפן קאר. דאס נענצטע צו חסידות איז אז זיי קענען אויף הנאה האבן פון א גיט חסידישע פאליטיק און לשה"ר. זאלסט זיי פרעגן אויב זיי קענען שפירן א טעם אין א ליל שישי שיעור אין מאור עינים, א שמועס אין ספרי ר' צדוק, א סעסיע פון ספורי צדיקים ביי א מלוה מלכה ווי אלע דערפלעך פון רוסלאנד ביז פוילען ווערט אויסגעליפטערט - וועלן זיי דיך אנקוקן ווי אראפגעקומען פון די לבנה. דאס מיין איך אז ווייניג חסידישע אינגעלייט פארשטייען די הנאה פון א אויסדריקליך חסידישע אטמאספערע. דאס האט מיט עהרליכקייט אדער פרומקייט זעראו.

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:34 pm

· #74602
מסכים,

אבער שפירן א טעם אין א ליל שישי שיעור אין מאור עינים, א שמועס אין ספרי ר' צדוק, א סעסיע פון ספורי צדיקים ביי א מלוה מלכה ווי אלע דערפלעך פון רוסלאנד ביז פוילען ווערט אויסגעליפטערט, האט פינקט אזוי זעראו מיט זיין א חסידשער אינגערמאן, ענדערש זיין א אפגעריסערנער רייסער וואס ווייסט נישט בחיוכן פון די אלע זאכען, ווי איידער אלעס וויסען און זיין אויפגעקלערט,

אויב דארף איך מאכען א אויסוואל צווישען די צוויי ווער עס באקימט עס און נאר איינער קען עס האבן, וואלט איך עס געגעבן פאר דעם אפגעריסענער רייסער וואס ווייסט נישט מער ווי פון א פיינע גריל אדער נייע ליעס פון א קאר אבער פארט איז א איד שותו"צ. ווי איידער וואס ווייסט אלעס, אבער ער האלט עס נישט איין.

דו אגריסט מיט מיר? יא? זייער גוט.

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:46 pm

· #74611
פארוואס די מאכסט דעם שמועס איבער עפעס וואס ס'איז נישט ווייס איך נישט. ווער רעדט פון מיין אדער דיינע פרעפערענצן? מ'האט נישט דן געווען וואס ס'איז ענדערש צו זיין, כ'האב פשוט אריינגעווארפן פון ווי - אין מיין מיינונג - דין'ס גיטע זכרונות קומען. טייל אינגעלייט וועלן ראלן די אויגן און נישט וויסן פון וואס ער רעדט.

שותו"מ איז נישט קיין "אויסדריקליכע חסידישע" זאך. דאס איז א אידישע זאך.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:51 am

· #74631
בדחן
יואליש
לגבי שלום דין. פארקערט, מיין איינדרוק איז אז ער האט זוכה געווען צו א געשמאק אין חסידיש לעבן וואס ווייניג אינגעלייט דערגרייכן.
פון דעם זעט אויס כאילו ער איז א שלום לויפער יונגערהייט,

berlbalaguleh
ביטע זיי נישט אזא מלמד חובה אויף שלום דיען און ער האט זיך זיינע טעמים פארוואס ער האט איבערגעלאזט אידישקייט.
פון דעם זעט אויס כאילו ער האלט נישט קיין אידשקייט,

איך קען נישט דעם שלום, הלוואי איז ער אדער זאל ער זיין א ערליכע שותו״צ, וואס איך האב געשריבען שרייב איך נאר בדרל כלל,

אויב גיין אן א קאפל, נישט האלטן שבת און עסן טשייניז טשיקו וואס איז נישט געשחט'ן געווארן (כהודאת בעל הדין בעצמו) הייסט א חסידישער יוד דאמאלס איז ר' שלום דיען נ"י גאר א וואוילער יוד. נאר אויב ס'איז אסור עפ"י הלכה, דאמאלס איז ער או.טי.די.

בדחן » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:56 am

· #74632
איך פארשטיי אז ער האט געמיינט צו זאגען אז ער האט די בא׳טעם׳קייט פון א חסידישער איד וואס אגב עס איז מעגליך, אבער נישט אז ער פירט זיך אזוי, ער האט זיך פלעין שלעכט אויסגעדריקט,

וויבאלד מען פלאנט משנה שם זיין פאר דעים אשכול און עס א נאמען געבן די דין וועבערמאן אשכול, דערפאר טראכט איך אז די נושא איז אווער.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:08 am

· #74634
בדחן
איך פארשטיי אז ער האט געמיינט צו זאגען אז ער האט די בא׳טעם׳קייט פון א חסידישער איד וואס אגב עס איז מעגליך, אבער נישט אז ער פירט זיך אזוי, ער האט זיך פלעין שלעכט אויסגעדריקט,

וויבאלד מען פלאנט משנה שם זיין פאר דעים אשכול און עס א נאמען געבן די דין וועבערמאן אשכול, דערפאר טראכט איך אז די נושא איז אווער.

פון דא איז א ראי' אז שלום דיען (דער עכטער) איז א וואוילער יוד און ער וועט סוכ"ס בעז"ה צוריקקומען. דאמאלס וועט ער קענען אויפפיקן זיין שטריימל און בעקיטשע פון זיין חבר'ס בעיסמענט ביי וועם ר'האט עס לכתחילה איבערגעלאזט. און ער וועט זיין א שרייבער אין א נארמאלן יודישן צייטונג. ווייל דער גאנצער טעם וואס ר'איז לכתחילה אוועקגעגאנגען איז געווען כדי זיך אויסלערנען גוט רעדן ענגליש. דער עולם מיינט אז איך פאנטאזיר דא. זאלט עטץ וויסן אז כ'האב א סאך געליינט זיינע כתבים אן דארט באשרייבט ער אלעס.

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:12 am

· #74635
כא כא כא. זיין בלאג, מיטן גיטן ענגליש, האט ער געשריבן פון די הייליגע סקווירא ארויס. ער האט נישט געברויכט גיין אין ערגעץ צו לערנען ענגליש.

בונעס איירעס » מיטוואך יאנואר 2, 2013 3:11 am

· #74668
אנע אריינגיין אין אלע אורזאכען און בוכשטאבן פארוואס ער איז אוועק.... וועם גייט דאס באמת אן?? למעשה זעי איך אז די אלע קומען צוריק נאכמאל און נאכמאל!!! ער געפונט זיך היצט אינעם היימישען קאווע שטיבל!!

אויב גייט אים גוט הלמאי ער האט דאך זיך געפענט דעם קאפ און זעיט די אנדערע זייט פאר נאיווע נאא.... מה לו ולכל בית ישראל?? גיי דעם וועג וואס האסט אויסגעקליבען מיט דיין אייגענעם ווילן, און פארשטייט זיך אייגענעם שפיציגען חכמה, און געוואלדיגע אפענקייט צו וואס האסט געגרייכט.. צו וואס אפי' קוקען אויף צוריק אויף די פארנעבעכטע, אינטערדריקטע, פארפלאגטע, פארצייטישע מצרים קנעכט?? איז דאס אפי' ווערד איר זאלט זיך פאר זיי אפענטפערן און דערקלערן??

ס'קאסט מיר יעדעס מאל א שפאטישען געלעכטער מען הערט נישט אויף דיבעיטן אפען ארויס אויף די וועלט ער ווייסט...

מקען מיינען אז היינטיגע דורות זיך צו עפענען דעם קאפ ברויך מען פארן שטודירן אינעם הויפט שטאט און פראג אדער גאר און בערלין און ווען ג-ט העלפט מע קומט אהיים צוריק נאך 6 יאר שטאדירן האט מען אן אפענעם קאפ אהה א שטודירטער איז אהיים געקומען... וואו זענט איר קליינקעפ?? וואו לאנג העט איר קויפן אט די זונלאזע לוזערישע סעיטמענטס??

לאזט שוין אפ דעם פארנערטען סלאגאן פון "פארמאכטער קאפ"... יעדער איז היינט אפען צו אלעס און אלעמען קיינער איז מער מיוחס מיט אפענקייט

ווען איינער קומט זיך מיר אויפטון אז האט איבערגעלאזט זיין שטריימעל ביי איינעם אין בעיסמענט... און מיט דעם קומט ער מיר פארקויפן אז ער איז גאר דער אפענער קאפ.... צוליב דעם.... איך פרעג איבער... צוליב דעם??? וואו בין איך ??? האב איך גאר געכאפט דעם קלאפ אין קאפ אדער ווער??

אויך עפעס א מין קטנות מע געט איינעם אראפ אלץ גאנצער פראפעסער פארוואס?? ער קען ענגליש... איך האב שוין נישט כח צו לאכען.. חברה איך קען גאר א גוטן פליסיגן פראנצויזיש וואס א טיטול קומט זיך מיר??

און צו ער איז יא צופרידען פון זיין לייו סטיל צו נישט באמת האב איך אסאך וואס צו שרייבען ס'ע נאר צו געדרייט פאר די שעה אויפן געלעגער, (און בעצם קומט יעדע שיח דא אין ק"ש צוריק צום "יודען פראגע" ווארט איך אויף א ענדגילטיגען כל בו "יודען פראגע אשכול" וואו צו לופטערן מער אריכות נישט דארפן יעדעס מאך אנהייבן נאכמאל פון אלף.)

נאר איין קליינע נקודה איינער וואס האט איבערגעלאזט 5 קינדערלעך און גייט זיך אוועק מיטן רוקען און די פוסטע וועלדער אריין אפי' ער איז אין טויזענט פראצענט גערעכט, זאג איך אייך אזא איינער האט קיין איין גוטן טאג און זיין לעבן נישט..!! יעדע נאכט (לאו דווקא דער נאכט איז דער גורם איך באנוץ נאר נאר די אלטוועלטליכען אויסדריק דערויף) דריקט אים, און עגבערט אים, און נאגט אים ביז אין די לעיבר אריין אויף זיין קאלטבלוטיגען בהמה'שטיק וואס ער איז באגאנגען... צו זיינע אומשולדיגע קינדער וואס גייען אויסוואקסן קאליקעס וואו א באבעל אינמיטן וויסטעניש פונעם מדבר, מיט צומישטע געפילן, און צוקלאפטע גייסטן וואס מען קריכט קיינמאל נישט ארויס דערפון (אפי' נאכדעם וואס זיי גייען איבערלאזן דעם שטריימעל ביי איינעם קעלער...) לו יצוע ער האט קיין יוד נישט קיין כח צו זיין. צו ער האלט עס פאר א איבריגע זאך, צו ער גליבט לגמרי נישט. וואס הארט אים צו בלייבן מיטן קאפעל און וואוינען די פרוי וואס האט דיר די אומשולדיגע קינדער געבראכט אויפן בראך שטיל??? און פיר זיך וואו א גוי מיט אלעמען. אבער די קינדער לאז געמאכט..
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7