מוח שליטיאיר שרייבט,
דו פרעגסט א גוטע קשיא, אבער נאר אויב דער OTD איז טאקע נאר ברוגז אויף די פארקנאקטקייט. שלום דיען, פון די אנדערע זייט, האט געזוכט, געפארשט, געפרעגט, געליינט, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז דער בעסטער וועג ווי אזוי ער וועט קענען אויסנוצן זיין לעבן איז אזוי ווי ער פירט עס היינט
כ'פארשטיי נישט.
ער זאגט דאך אז דאס לעבן בעצם איז מסתמא בעסער דא ווי דארט. ד.ה. אז עס לוינט די מעלות וחסרונות דא, מער ווי די מעלות וחסרונות דארט. יעצט זאגסטו אויך אז עס איז נישט וועגן די "ליגענטס" וואס מען קען נישט אויסהאלטען.
אויב איז נישטא קיין פראבלעם מיט ליגענטס, אין נישטא קיין פראבלעם מיט האבען א געשמאק לעבן, וואס איז יא די פראבלעם.
כ'וואלט געוואלט ענטפערן מער באריכות, כ'האב אבער נישט קיין צייט אויף דער מינוט, ועוד חזון למועד. כ'וועל נאר זאגן בקיצור נמרץ:
האסט אביסל שלעכט פארשטאנען, מיין איך. דאס וואס איך געשריבן וועגן דאס צופרידנהייט פון א חסיד, האב איך נאר געמיינט אין אלגעמיין, ווען מ'רעדט פון א געווענליכער אינגערמאן אדער א ווייבל וואס האט נישט קיין טענות, קשיות, ספיקות, תרעומות אופ'ן כלל צו אויף א פרט, וכדו', (אדער האט ער יא, אבער זיי עגבערן אים נישט אין מוח און ער פארלירט נישט קיין שלאף איבער דעם).
דער וואס גייט אבער ארויס לראות את הארץ און דערנאך קוקט זיך ארום און הייבט זיך אן צו שפירן דערדריקט, טוישט זיך די גאנצע פיקטשער. איך זאג נישט ס'איז אלץ דאס בעסטע צו גיין, אבער יעצט הייבט זיך אן די שאלה.
מוח שליט
לכשעצמי בין איך ביי די מיינונג אז מען ווייסט נישט וואס מען לאזט זיך אריין. אזוי ווי אלעס אין די וועלט כאפט מען נישט די מעלות פין אזאך נאר ווען מען פארלירט עס. מען כאפט נישט אלע מעלות פינעם "פארשאלעטענעם סיסטעם" נאר ווען מען פארלירט עס.
עס קען זיין אז ס'איז דא עפעס דערין, אבער אנדערש ווי דער עולם מיינט, ממש א מיעוט פון א מיעוט פון אמת'ע או.טי.די.'ס (וואס האבן גוט אדורך געטראכט דעם ענין) האבן חרטה אויף זייער שריט. דאס לעבן איז דאס לעבן, און צוקער זיס איז פאר ווייניג, סיי דא און סיי דארט. און רוב או.טי.די.'ס פילן אן אויסערגעוונליכע צופרידנהייט פון דעם אז זיי האבן ענדליך געהאט די קוראזש צו נעמען דאס וואס איז לכל הדיעות א שווערער שריט.
דא און דארט מאכט זיך אוודאי די וואס וואס גייען צוריק (און מסתם איז טאקע פאר זיי געווען א טעות דאס גיין). און אפשר איז דא א מיעוט וואס וואלט אפשר כדאי געווען זיי זאלן טאקע צוריק גיין. (און באמת מיין איך אז דאס רוב פון די גייען טאקע עווענטועללי.) און דאס זענען געווענליך די אויף וועלכע די היימישע עולם האט ליב אנצוצייגן, "זעהסטו, כ'האב דיר געזאגט עס לוינט זיך נישט, כ'האב דיר געזאגט אז אלע קומען ב"ה צוריק." אבער פון דאס רוב וואס קוקען
נישט אויף צוריק, די וואס סעטלען זיך אריין אין דעם נייעם לעבן -- און דאס זענען דאס רוב פון מיין אייגן חברותא, פערזענליך -- הערט מען נישט און מען רעדט נישט פון זיי.
נאך איין נקודה פאר הרב לעמאן דשוס:
לעמאן דזשוסוואס איך ווידער מיר אייביג אויף די אוטידי איז, פארוואס דארפסטו ווערן א כופר באלקי ישרא׳, עסן נבילות וטריפות, מחלל זיין שבת בפרהסיא, און טייל מאל מחלל זיין השם מסוף העולם ועד סופו
איך קען נישט גענוג מדגיש זיין אז ס'איז א ריזיגע טעות אויב מ'מיינט אז ס'איז דא איין הסבר פאר יעדער או.טי.די. עס זענען דא אויף די פראגע אזויפיל תשובות ווי עס איז דא מענטשן.
בנוגע מיר אליין, אויב ווילסטו דווקא וויסן, איז די תשובה א פשוט'ע. איך בין געווארן א כופר לאנג פאר איך בין געווארן או.טי.די. איינמאל כ'האב אפגעמאכט אז דער חסיד'ישער געזעלשאפט איז נישט מיין פלאץ האט שוין נישט געהאט קיין זין צו גיין זוכען א צווייטס וואס איז אביסל ברייטער אבער וואס נעמט נאך אן דעם דת ישראל פאר וויכטיג אויף סיי וואספארא אופן. און אין דעם רעכן איך אריין די מאדערן ארטאדאקסישע און די קאנסערוואטיווע און די רעפארמער צוגלייך. ווייל זיי אלע, זיי וויסען, פרעגן טאקע דאס זעלבע: "פארוואס ביסטו נישט געקומען צו אונז? אונז זענען דאך בעסער ווי די חסידים!" אויף דעם איז מיין ענטפער אלץ געווען: אז איך גלייב נישט אין גארנישט, פארוואס זאל איך גיין צווישן ווייניגער-פאנאטיש אבער נאך אלץ גלויביקע?! און אויב גלייב איך יא, גיי איך מיר צוריק צו מיינע ברודער די חסידים, וואס, אויב גלייבן, גלייבן זיי טיפער און שטערקער. (און וואו די קוגל איז אסאך בעסער, די מקוה ווארימער, און די הצלה לייטס מער בליטשקעדיג.)
עס גייט מיר נאך אלץ שווער אין קאפ אריין אז מענטשן פארשטייען דאס נישט אלץ א דבר פשוט.