☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

330 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2667
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:36 am

· #80470
ונבנתה העיר
וואס פאלט דיר ביי אז איך ווייס עס פון די תורה? איך ווייס עס פון מיין טאטע, און ער פון זיין טאטע וכו'.

ובלשונו של געפילטע:
געפילטע פיש
פאר די דור המדבר וואסטו דאך נישט געקענט איינרעדן א יאר נאך די אנגעבליכע מתן תורה אז ו' סיון פאריאר איז געווען א מעמד פון שישם ריבוא איש, סא ווען האט זיך די לעגענדע אנגעהויבן?

די מעין פאינט איז: אויב ווען מען פארט ארויף די דורות ענדיגט זיך די לעגענדע ביי 600 טויזנט מענטשן, קען עס נישט זיין א לעגענדע.

די גמרא וואס שטייט אז הכניס יהושע דעם גאנצען כלל ישראל, אלע 600,000 פין זיי,בין שני בדי הארון, ווייסטו אויך פין דיין טאטע? דו אין אלע אידן וואס גלייבען דעם מדרש האבען דאס געהערט פין זייער טאטע? אדער מיר גלייבן עס בתמימות? פארוואס איז דאס אנדערש ווי מתן תורה? פינקט ווי די גלייבסט דעס אהן קיין טאטען מיט זיידען, אזוי האסטו אין די אידן אין א"י געגלייבט אז עס איז געווען מתן תורה אפי' זיי וואלטען עס נישט געהערט פין זייער טאטען.
אמונה בתמימות!!!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:42 am

· #80471
ווייס איך נישט פונקט וואס איהר ווילט.

א איד האט געשריבן:
קיינער פון אונז האט דאך נישט געזען דעם באשעפער און קיינער פון אונז געדענקט נישט די מעמד הר סיני. נאר וואס דען? מען גלייבט! דער טאטע האט עס איבערעגעגבן פארן זון ביז עס איז אנגעקומען צו מיר און איך האב באשלאסן צו גלייבן אז יא, די מעמד מתן תורה איז ווירקלעך פארגעקומען.

האב איך איהם געזאגט אז מען דארף נישט באשליסן צו גלייבן עפעס וואס איך האב נישט געזעהן און עס איז אדער יא אדער נישט אמת, נאר עס איז פשוט קאממען סענס אז עס איז געווען.

שטימט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:44 am

· #80472
נישט, איך ווייס דאס נישט פון די תורה, און דאס איז אמנון יצחק יא גוט מסביר, ער פרעגט דעם שואל, תגיד, שנה שעברה היה חג שבועות?
כן בודאי.
נו, וואס איז שבועות?
די דוסים זאגן אז פאר דריי אהאלב טויזענט יאר צוריק האט גאט זיך באוויזן צו זיי אין א בארג אין מדבר און זיי געגעבן צוויי טאבלעטן.
נו איז גוט, זאג נאר, צוויי יאר צוריק איז אויך געווען א יום טוב שבועות?
יא
און וואס איז מיט דריי יאר צוריק?
אויך
פיר?
יא
פינף?
זאג? מה אתה משגע?
חכה, סבלנות, לפני עשר שנים חגגו שבועות?
כן
עשרים? חמישים?..
און אזוי גייט ער ווייטער און דרייעט עם אראפ דעם קאפ, (ער איז דאך באלעבאס אויפן מייק) און גייט ווייטער, און ער פרעגט עם ווען האט זיך די יום טוב שבועות אנגעהויבן? קען דען זיין אז פון איין יאר צום צווייטען האט אין מענטש אדער א גרופע מענטשען אייגערעדט א גאנצע פאלק א מעשה פון א מעמד הר סיני ווי די פאלקס זיידעס זענען געווען דארט? אלא מאי, מוז זיין אז די מעשה האט זיך אנגעהויבן טאקע ביי א מעמד פון שישים רבוא.

---

די עולם האקט, מוח, די מדרש איז נישט קיין פארגלייך, ווייל מיר פארשטייען אז ס'איז א גוזמא, און חוץ מזה דארפן מיר נישט אננעמען יעדע מדרש כנתינתן מסיני (פאן אינטענדעד), משא"כ מעמד הר סיני איז דאך פון די עקרי אמונה, און דאס שטייט קלאר אין די תורה.

מורינו הרב » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:52 am

· #80476
איך זעה אז מענטשן רעדן דא מחוסר ידיעה, אמעראצעס אנגעקליידעט מיט שפיציגע חכמה...

איך וויל דא פרעגן עטליכע קושיות, אבער איך שטעל קלאר אז איך פרעג עס לשבר את האוזן - עס איז דא תירוצים דערויף. איך וויל נאר זען וואס די גרויסע חכמים דא וועלן ענטפערן.

א. צי ווייסט איר אז די נוצרים שרייען אז ווען מען האט אויפגעהאנגען דעם יוזל, האט זיך אראפגעלאזט א פינסטערניש אויף די וועלט פאר דריי מעת לעת? - זיי טענה'ען אז די גאנצע וועלט האט דאס געקענט זען און מיטגעהאלטן. עס איז געווען אפענע זאכן. אויך אז עס איז פארגעקומען אין ארץ-ישראל דעמאלס א מעכטיגע ערד-ציטערניש וואס יעדער האט געזען. דארט האט זיך די מסורה אויך אנגעהויבן מיט א גרויסע עולם - לשיטתם.

ב. צי ווייסט איר אז פאר די צייטן פון חזקיהו המלך, האט געהערשט פילע גלויבונגען און רעליגיעס אין ארץ-ישראל (ליידער צווישן אידן), וואו מען האט מקריב געווען פאר אלע סארט עבודה זרה'ס, ביז חזקיהו המלך איז געקומען און האט ארויפגעצווינגען לימוד התורה אויף גאנץ כלל ישראל, און ווער עס האט נישט געוואלט לערנען און גלויבן וואס דארט שטייט, האט מען צושטאכן מיט א שווערד? - אזוי האט מען אריינגעצווינגען כלל ישראל צו גלויבן אין די תורה.

איך האב נאך פראגעס, אבער קודם לאמיר הערן פון די גרויסע חכמים תשובות דערויף.
ג.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:53 am

· #80477
די מעין פאינט איז: אויב ווען מען פארט ארויף די דורות ענדיגט זיך די לעגענדע ביי 600 טויזנט מענטשן, קען עס נישט זיין א לעגענדע.

פארוואס קען זיך א סיפור פין א נס פין 600,000 נישט אנהייבען פין איין ספר וואס מען טרעפט הונדרעטער יארן נאך וואס די מאורע האט געזאלט געשען?
אויב וועט מען מארגען טרעפן אין א גניזה א מדרש וואס שטייט א נס כעין הכניס יהושע בין שני בדי הארון דעם גאנצען כלל ישראל, האלסטו אז עס וועט זיך טוהן א שערוריה אין אלע מקוואות צו מען זאל דאס גלייבען? פשוט ווייל ווי קען זיין אז אונזער טאטע האט עס נישט דערציילט. אוודאי נישט, מען וועט עס אננעמען בפשיטות ובתמימות. נו דא האט זיך באשאפען א סיפור פין 600,000 פשוט ווייל אזוי שטייט אין א ספר. נישט ווייל מיין טאטע האט מיר דאס דערציילט.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:01 am

· #80479
מורינו הרב
איך זעה אז מענטשן רעדן דא מחוסר ידיעה, אמעראצעס אנגעקליידעט מיט שפיציגע חכמה...

איך וויל דא פרעגן עטליכע קושיות, אבער איך שטעל קלאר אז איך פרעג עס לשבר את האוזן - עס איז דא תירוצים דערויף. איך וויל נאר זען וואס די גרויסע חכמים דא וועלן ענטפערן.

א. צי ווייסט איר אז די נוצרים שרייען אז ווען מען האט אויפגעהאנגען דעם יוזל, האט זיך אראפגעלאזט א פינסטערניש אויף די וועלט פאר דריי מעת לעת? - זיי טענה'ען אז די גאנצע וועלט האט דאס געקענט זען און מיטגעהאלטן. עס איז געווען אפענע זאכן. אויך אז עס איז פארגעקומען אין ארץ-ישראל דעמאלס א מעכטיגע ערד-ציטערניש וואס יעדער האט געזען. דארט האט זיך די מסורה אויך אנגעהויבן מיט א גרויסע עולם - לשיטתם.
די געווענליכע תירוץ איז אז עס איז דא א חילוק ווען מען דערציילט אז "א מעכטיגע עולם" האט דאס געזעהן, צו ווען מען זאגט דיר אויסדריקלעך איז דיין טאטע אין זיידע האבען דאס געזעהן
מורינו הרב
ב. צי ווייסט איר אז פאר די צייטן פון חזקיהו המלך, האט געהערשט פילע גלויבונגען און רעליגיעס אין ארץ-ישראל (ליידער צווישן אידן), וואו מען האט מקריב געווען פאר אלע סארט עבודה זרה'ס, ביז חזקיהו המלך איז געקומען און האט ארויפגעצווינגען לימוד התורה אויף גאנץ כלל ישראל, און ווער עס האט נישט געוואלט לערנען און גלויבן וואס דארט שטייט, האט מען צושטאכן מיט א שווערד? - אזוי האט מען אריינגעצווינגען כלל ישראל צו גלויבן אין די תורה.
דעס ווייסטו נאר פין די מוסרי התורה. נו, הם אמרו והם אמרו. אז די גלייבסט זיי אויף דעי מעשה גלייב זיי אויך אויף קבלת התורה.

מורינו הרב » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:05 am

· #80480
סא, דו גייסט מיט א סברה פון 'אדער אלעס אדער גארנישט'.

מאן יאמר?
פארוואס זאל נישט זיין א סברה פאר א מענטש צו זאגן, למעשה איז דא א תורה, פון ערגעץ איז עס געקומען. אין נ"ך געפינען מיר א געשיכטע אז עזרא הסופר האט געברענגט א ספר תורה, וואס קיינער האט נישט געוויסט דערפון - אזוי שטייט דאך בפירוש אין נ"ך. סא, ווער זאגט אז נישט ער האט מחדש געווען די תורה?

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:06 am

· #80481
געפילטע פיש
מוח, די מדרש איז נישט קיין פארגלייך, ווייל מיר פארשטייען אז ס'איז א גוזמא, און חוץ מזה דארפן מיר נישט אננעמען יעדע מדרש כנתינתן מסיני (פאן אינטענדעד), משא"כ מעמד הר סיני איז דאך פון די עקרי אמונה, און דאס שטייט קלאר אין די תורה.

כ'פארשטיי נישט? די האלטסט אז ווען עס שטייט קלאר אין דעם מדרש אז עס איז נישט קיין גוזמא, וועט מען עס נישט גלייבען?
וואס מיינסטו מיט דעם אז מען דארף נישט גלייבען קיין מדרשים? פארקערט דאס מאכט מיך נאך שטערקער. חאטשיק מען דארף עס נישט גלייבען וועלן רוב מנין ובנין פין כלל ישראל עס גלייבען ווייל זיי לערנען נישט קיין ספר הוויכוח להרמב"ן אין זיי ליינען נישט קאווע שיטבעל. זעהט מען אז א מעשה קען זיך אנהויבען פין איין ספר וואס איז אפי' נישט מוסמך.
לענ"ד די אמת איז אז די תורה דארף זיין אזוי זיס אין גיט [נישט פול מיט שארפקייט אין סיגופים] אז מיר ווילען בלייבען מיט איר. אהן קיין האלב געבאקענע קירוב הוכחות.
אן עושר זיכט קיינמאל נישט קיין הוכחות צי קאפיטאליזם איז א גיטע סיסטעם. נאר פארוועם עס גייט נישט גיט אינעם סיסטעם פאנגט אהן מיט קשיות. לאמיר האבען א זיסע אין גיטע תורה אין מיר דארפען זיך נישט באדערען מיט האלב ליגנערישע הוכחות.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:18 am

· #80482
וועליך פראבירן נאך איין מאל.

מען קען איינרעדן פאר א מענטש אז זיין טאטע האט איהם עפעס געזאגט ווען באמת האט ער איהם נישט געזאגט? ניין.

ממילא, אז עס זענען דא מיליאנען מענטשן וואס זאגן אז זייער טאטע האט זיי געזאגט אז זייערע טאטע'ס האבן זיי געזאגט וכו' וכו' וכו' ביז דער טאטע וואס איז געווען איינער פון די 600 טויזענט וואס האבן דאס אליין געזעהן, איז ביי וועלכע שלב האט מען געקענט אריינרוקען דעם שקר?

עס האט געקענט איין שיינעם טאג אויפשטיין א איד און איינרעדן דעם עולם אז זייער טאטע האט זיי עפעס געזאגט?

איך ווייס נישט וואס די נוצרים זאגן, און לע"ע בין איך נישט אינטערעסירט צו וויסן, אבער איך גלייב נישט אז מיליאנען נוצרים האבן א שלשלת א טאטע פון א טאטע פון א טאטע ביז דער טאטע וואס האט עס אליינס געזעהן - 'געזעהן' נישט 'געהערט' פונעם גלח.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:28 am

· #80484
ונבנתה העיר

עס האט געקענט איין שיינעם טאג אויפשטיין א איד און איינרעדן דעם עולם אז זייער טאטע האט זיי עפעס געזאגט?

יא אין נאכאמאל יא. נישט אז זייער טאטע האט זיי געזאגט, אבער אז זייער עלטער עלטער זיידע האט דאס געזאגט פאר זייערע קינדער. אויב דער איד קומט מיט א ספר ישן נושן אין די האנט אין ער דרוקט דאס. ביז פופציג יאר ווערט דאס א חלק פין די קאלעקשאן פין מדרשים. עס קען רואיג זיין אז דער איד האט דאס אויגעזויגען פין פינגער. אדער ער האט טאקע געטראפען אן אלטען ספר אבער דער וואס האט דאס געשריבען פאר הונדערט יאר צוריק האט דאס אויסגעזויגען פין פינגער. דו וועסט אויב אזוי האבען א לעגענדע וואס זאגט אז 600,000 האבען דאס געזעהן. ניין?

אבער באמת איך זיך נאר צו ווייזען אז די עכטע וועג איז מיט תמימות בצירוף א זיסע תורה. אז די האלטסט אז די האסט א ראי' איז תבא עליך ברכה.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:58 am

· #80486
אמר ר' יאיר, בא וראה כמה גדלה כחה של סומטכא, שחיציה הולכות עד למרחוק, והן מתפצלין לכמה פצלות, שכל אחד מהן קורם עור גידין ובשר עד שנעשה לחתיכה הראויה להתכבד, כי סומטכא היא כפטיש מפוצץ סלע. דרש רב קפא דמן חדרה, חביבין סומטיכין לפני הקב"ה, שאלמלא הן לא נשתייר משונאיהן של ישראל שריד ופליט, שכן ישראל אין כחן אלא בפלפול חבירים וריתחא דאורייתא, ומה יפה סומטכא לזה. ולכן, עד שלא שקעה שמשו של אורג-איש, זרחה שמשו של גברים על דרך לא דרך, עד שלא שקעה שמשו של דרך לא דרך, זרחה שמשה של דרשינן קרא, עד שלא שקעה שמשה של דרשינן קרא, זרחה שמשו של הרב הכוזרי. רבי חנניא בן עקשיא אומר, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להן סומטיכין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:00 am

· #80498
יאיר, דו ביסט פיינע נייעס!

איך וויל נאר פרעגן הרב ונבנתה און די אנדערע דא (איך מיין נישט צו אנהייבן א נייע סומאטאכע) איבער די חיי נ-צ-ח ווי דו רופסט עס. איז עס טאקע אזוי נ-צ-ח ווי מען מאכט עס? אדער סך הכל נאר אלף השביעי, וואס וועט טאקע זיין לענערע טעג ווי היינט, כדי לקיים שמחינו כימות עניתנו, כידוע מפי ספרים וסופרים, אבער נאך אלץ, נישט נ-צ-ח ס-ל-ה ו-ע-ד. צי בין איך זיך טועה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:05 pm

· #80550
מוח שליט
ונבנתה העיר
נולד מאוחר
ונבנתה פארוואס איז דאס וואס שטייט און די תורה אז איז געווען א מעמד הר סיני און גאט האט אינדז געגעבן די תורה, א שוואכרע ריאה ווי דאס וואס שטייט און די תורה אז 60000 מענטשען האבן פארציילט פאר זייער קונדער.

ווי געפילטע, איך האב נישט געזאגט אז אין די תורה שטייט אז וכו', נאר איך זאג אז בפועל האבן 600 טויזנט מענטשן אזוי פארציילט, און ווי אויבן געשריבן איז נישט שייך אנצוהייבן א שקר מיט 600 טויזנט מענטשן.

די האסט נישט געכאפט זיין טענה, דאס גופא זאגט ער. אז די ווייסט נאר פין 600,000 דורך די תורה. ממילא גייט אלעס צוריק ווייל די גלייבסט די תורה. אמונה בתמימות.

דעם "רואים את הקולות" און אנוכי ולא יהי' לך האבן די ערשטע דורות פארציילט פאר זייערע קינדער און אייניקלעך פון אייגענע עקספיריענס. אודאי איז געווען א פאר סקעפטיקער און אפיקורסים צווישן זיי. פון וועמען די היינטיגע אפיקורסים שטאמען טאקע. אבער רוב עולם האט געגלייבט. מיינע זיידעס אויך, ב"ה. אנישט וואלט איך געהאט א פנים ווי ש. גראסמאן.

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:23 pm

· #80556
מוח שליט
די מעין פאינט איז: אויב ווען מען פארט ארויף די דורות ענדיגט זיך די לעגענדע ביי 600 טויזנט מענטשן, קען עס נישט זיין א לעגענדע.

פארוואס קען זיך א סיפור פין א נס פין 600,000 נישט אנהייבען פין איין ספר וואס מען טרעפט הונדרעטער יארן נאך וואס די מאורע האט געזאלט געשען?
אויב וועט מען מארגען טרעפן אין א גניזה א מדרש וואס שטייט א נס כעין הכניס יהושע בין שני בדי הארון דעם גאנצען כלל ישראל, האלסטו אז עס וועט זיך טוהן א שערוריה אין אלע מקוואות צו מען זאל דאס גלייבען? פשוט ווייל ווי קען זיין אז אונזער טאטע האט עס נישט דערציילט. אוודאי נישט, מען וועט עס אננעמען בפשיטות ובתמימות. נו דא האט זיך באשאפען א סיפור פין 600,000 פשוט ווייל אזוי שטייט אין א ספר. נישט ווייל מיין טאטע האט מיר דאס דערציילט.

מוח שליט
יא אין נאכאמאל יא. נישט אז זייער טאטע האט זיי געזאגט, אבער אז זייער עלטער עלטער זיידע האט דאס געזאגט פאר זייערע קינדער. אויב דער איד קומט מיט א ספר ישן נושן אין די האנט אין ער דרוקט דאס. ביז פופציג יאר ווערט דאס א חלק פין די קאלעקשאן פין מדרשים. עס קען רואיג זיין אז דער איד האט דאס אויגעזויגען פין פינגער. אדער ער האט טאקע געטראפען אן אלטען ספר אבער דער וואס האט דאס געשריבען פאר הונדערט יאר צוריק האט דאס אויסגעזויגען פין פינגער. דו וועסט אויב אזוי האבען א לעגענדע וואס זאגט אז 600,000 האבען דאס געזעהן. ניין?
אבער באמת איך זיך נאר צו ווייזען אז די עכטע וועג איז מיט תמימות בצירוף א זיסע תורה. אז די האלטסט אז די האסט א ראי' איז תבא

100% גערעכט, פאר איינעם וואס איז נישט מזרע ישראל, און האט נישט די מסורה מדור דור אז זיינע זיידעס און עלטער זיידעס האבן זיך געלאזט מוסר נפש זיין פאר דאס וואס זייערע זיידעס האבן זיי געזאגט,

אזוי אויך 100% גערעכט פאר איינע וואס איז נישט מזרע ישראל, און די שמע ישראל איז נישט אריבער געגאנגען פון די מאמעס און באבעס ארויף און ארויף און העכער און נאך העכער ביז.....

אבער פאר איינעם וואס איז מזרע ישראל און גלייבט וואס זיינע עלטערן האבן געהערט פון זיינע עלטערן און ארויף פון זיינע עלטערן און אזוי ארויף ווייטער, איז די שאלה נישט רעליווענט ניטאמאל בתורת הייפעטעריקל, און כ"ש וכ"ש אז עס איז נישט דברים של טעם, ווייל ווי איז דען שייך אוועק צו גיין פון א מציאות כדי צו פרעגן א שאלה און דערמיט אפלייקענענן די מציאות פון וואס מען איז יעצט אוועק געגאנגען..?!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:28 pm

· #80557
מורינו הרב
סא, דו גייסט מיט א סברה פון 'אדער אלעס אדער גארנישט'.

מאן יאמר?
פארוואס זאל נישט זיין א סברה פאר א מענטש צו זאגן, למעשה איז דא א תורה, פון ערגעץ איז עס געקומען. אין נ"ך געפינען מיר א געשיכטע אז עזרא הסופר האט געברענגט א ספר תורה, וואס קיינער האט נישט געוויסט דערפון - אזוי שטייט דאך בפירוש אין נ"ך. סא, ווער זאגט אז נישט ער האט מחדש געווען די תורה?

אזוי ווי ס'פאראן א מעשה (געברענגט פון חיים גראדע אין איינע פון זיינע מעשיות) מיט א סקולפטאר (א שניצער. אדער איינער וואס האט זיך איינגערעדט אז ר'איז א שניצער) . וואס האט אויסגעשניצט די לוחות מיט צוויי לייבן פון אויבן און ער האט דאס געוואלט פארקויפן פאר א שול. דער גבאי, וואס איז געווען א גרויסער לץ האט איהם געפרעגט מיט שפאט. דעם נאמען וואס דו האסט צוגעשריבן אונטן מיינט אז דו האסט געגעבן די תורה. האסטו טאקע געגעבן די תורה? האט ער זיך פארשעמט און איז אוועקגעגאנגען.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:52 pm

· #80581
שמעקעדיג
יאיר, דו ביסט פיינע נייעס!

איך וויל נאר פרעגן הרב ונבנתה און די אנדערע דא (איך מיין נישט צו אנהייבן א נייע סומאטאכע) איבער די חיי נ-צ-ח ווי דו רופסט עס. איז עס טאקע אזוי נ-צ-ח ווי מען מאכט עס? אדער סך הכל נאר אלף השביעי, וואס וועט טאקע זיין לענערע טעג ווי היינט, כדי לקיים שמחינו כימות עניתנו, כידוע מפי ספרים וסופרים, אבער נאך אלץ, נישט נ-צ-ח ס-ל-ה ו-ע-ד. צי בין איך זיך טועה?

אודאי נצח, א נשמה לעבט חיים נצחיים, די גאנצע שמועס פון זיבן אלפים איז אויף די בריאה, דערנאך וועט די נשמה ממשיך זיין מיט וואטעווער פלענס דער אייבערשטער האט אויף ווייטער, עס איז נישט דא א זמן ווען די נשמה וועט פלוצלינג ווערן העדר.

און ארויסצוברענגן דעם מושג פון נצח בלשונו פונעם בעל התניא אין פרק מ"ח:

כנודע פי' מלת ערך במספרים, שאחד במספר יש לו ערך לגבי מספר אלף אלפים - שהוא חלק אחד מני אלף אלפים, אבל לגבי דבר שהוא בבחי' בלי גבול ומספר כלל אין כנגדו שום ערך במספרים, שאפי' אלף אלפי אלפים וריבוא רבבות אינן אפי' כערך מספר אחד לגבי אלף אלפי אלפים ורבוא רבבות, אלא כלא ממש חשיבי, עכ"ל.

שמעקעדיג, לערען דורך להשכילך בינה - סימן י"א אין אגרת הקודש פון תניא.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:15 pm

· #80610
מוח שליט
ונבנתה העיר

עס האט געקענט איין שיינעם טאג אויפשטיין א איד און איינרעדן דעם עולם אז זייער טאטע האט זיי עפעס געזאגט?

יא אין נאכאמאל יא. נישט אז זייער טאטע האט זיי געזאגט, אבער אז זייער עלטער עלטער זיידע האט דאס געזאגט פאר זייערע קינדער. אויב דער איד קומט מיט א ספר ישן נושן אין די האנט אין ער דרוקט דאס. ביז פופציג יאר ווערט דאס א חלק פין די קאלעקשאן פין מדרשים. עס קען רואיג זיין אז דער איד האט דאס אויגעזויגען פין פינגער. אדער ער האט טאקע געטראפען אן אלטען ספר אבער דער וואס האט דאס געשריבען פאר הונדערט יאר צוריק האט דאס אויסגעזויגען פין פינגער. דו וועסט אויב אזוי האבען א לעגענדע וואס זאגט אז 600,000 האבען דאס געזעהן. ניין?

אבער באמת איך זיך נאר צו ווייזען אז די עכטע וועג איז מיט תמימות בצירוף א זיסע תורה. אז די האלטסט אז די האסט א ראי' איז תבא עליך ברכה.

די סיבה פארוואס מיר גלייבן אין די מדרשים איז ווייל מיר קומען שוין מיט די הנחה אז קריעת ים סוף און אלע אנדערע ניסים האבן פאסירט, ממילא פארוואס קען נישט זיין אז ס'איז געשען נאך ניסים, אזוי ווי דער כוזרי האט אויך געגלייבט אין די ניסים פון די נביאים כאטש עס איז נישט געווען במעמד שש מאות אלף, ווייל די נביאים בויען אויף די תורה וואס איז געבויט אויף שש מאות אלף. פרוביר נאר צו געבן פאר א גוי אזא מדרש, און ער וועט דיר שיקן אין משוגעים הויז. אויב איז די תורה נישט אמת, וואלטן דאס געווען די זעלבע רעאקציע פון די ערשטע מענטשן וואס האבן באקומען די תורה וואו עס שטייט "מן-השמיים השמיעך את-קולו, לייסרך; ועל-הארץ, הראך את-אישו הגדולה, ודבריו שמעת, מתוך האש." אין אנדערע ווערטער, עט סאם פוינט אין היסטאריע איז געווען א פאלק וואס האט אנגענומען א תורה וואו עס שטייט אז ענק אלע (די וואס האבן עס באקומען) האבן געזען מעמד הר סיני, וועלכער טיפש וואלט אנגענומען אזא שקר אויב עס איז נישט אמת? נאכדערצו אז עס קומט נאך מיט 613 מצוות, פארוואס אין דער וועלט זאלן זיי עס מקבל זיין?
עס איז זייער א חשוב'ע זאך צו זיין איבערצייגט אז די תורה איז זיס, און תמימות איז אויך א גוטע מידה, אבער אויב דאס זענען די איינציגסטע סיבות פארוואס מען דארף היטן די תורה, דעמאלט איז ארטאדאקסיע אויף געהאקטע צרות.
מורינו הרב
סא, דו גייסט מיט א סברה פון 'אדער אלעס אדער גארנישט'.

מאן יאמר?
פארוואס זאל נישט זיין א סברה פאר א מענטש צו זאגן, למעשה איז דא א תורה, פון ערגעץ איז עס געקומען. אין נ"ך געפינען מיר א געשיכטע אז עזרא הסופר האט געברענגט א ספר תורה, וואס קיינער האט נישט געוויסט דערפון - אזוי שטייט דאך בפירוש אין נ"ך. סא, ווער זאגט אז נישט ער האט מחדש געווען די תורה?

עס שטייט נישט אין ערגעץ אז עזרא איז געקומען מיט א ספר תורה, נאר אז ער האט אויסגעלערנט די אידן די מצוה פון סוכה וואס דער המון עם האט פארגעסן דורך אלע צרות פון גלות בבל. דו מיינסט מסתם די ספר תורה וואס חלקיהו האט געטראפן אין בית המקדש. די מפרשים זענען שוין מסביר דארט אז ער האט געטראפן די ספר תורה פון משה רבינו אויפגעמישט צו די תוכחה, און וועגן דעם איז ער געווארן דערציטערט.

chaims » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 9:25 pm

· #80665
ונבנתה העיר
נולד מאוחר
ונבנתה פארוואס איז דאס וואס שטייט און די תורה אז איז געווען א מעמד הר סיני און גאט האט אינדז געגעבן די תורה, א שוואכרע ריאה ווי דאס וואס שטייט און די תורה אז 60000 מענטשען האבן פארציילט פאר זייער קונדער.

ווי געפילטע, איך האב נישט געזאגט אז אין די תורה שטייט אז וכו', נאר איך זאג אז בפועל האבן 600 טויזנט מענטשן אזוי פארציילט, און ווי אויבן געשריבן איז נישט שייך אנצוהייבן א שקר מיט 600 טויזנט מענטשן.

מיר באדערט שוין לאנג א קשיא
לאמיר זאגן אז עס ווערט היינט באוואוסט אז עס איז דא א געוויסע שבט אין אינדיע וואס האבן געהאט א מעמד כעין מתן תורה פאר צוויי יאר צוריק און איך הער עס פערזענליך פון א אינדעיאנער גוי וואס איז דארט געווען בשעת מעשה וועל איך עס לכאורה אננעמען אלטס א דמיון אדער שקר און ערגסטן פאל אדער אלטס ספק און בעסטן פאל
איז פארוואס ווען די מעשה איז געשעהן מיט מיינהע עלטערען פאר 3300 יאר צוריק וואס זענען לכאורה געווען אזוי פרימיטיו ווי די אינדיאנער אדער מער נעם איך אהן אז דאס איז אמת לאמיתו?
(איך גיי נישט דא אריין אין די עצם מסורה פון יארן לאנג צו עס איז פארלעסליך מען רעדט אויפן צד אז עס איז פארלעסליך)
איך האב שוין געפרעגט געוויסע די קשיא עס איז דא וואס טענה,ן אז אויב זיי וועלן הערן אזא זאך וועלן זיי גלייבן אין יענע רעליגיע איז זיי פארשטיי איך(הגם לויט דעם דארף מען גיין מברר זיין צו עס איז נישטא עפעס אזא סיפור)אבער איך פאר מיר וואס איך וואלט דאס נישט געגלייבט בלייב מיט א שטיקל קשיא

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 9:31 pm

· #80666
אויב די אידן האבן אליין צוזאמענגעשטעלט די תורה האבן זיי געמוזט זיין גאר קלוג. די תורה האט שוין אינספירירט ביליאנען מענטשן, און די גרעסטע חכמים שטודירן די תורה זייער גאנץ לעבן און קענען זיך נישט אנזעטיגן. די תורה איז די מערסטע פאפולערע בוך אין היסטאריע, עס איז געווארן פובליצירט די מערסטע, און פארגעס נישט אז דא רעדט מען פון טויזנטער יארן צוריק, ווען רוב מענטש האבן אפילו נישט געקענט ליינען אדער שרייבן. דאס אליין איז אפשר א ראיה אויף די געטליכקייט פון די תורה.

דעתי הענייה » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 9:51 pm

· #80668
יא!!! עס איז דא א אנדיאנער שבט, דא אין אמעריקע, וואס צייגן אהן אויף א פלאץ אין קאליפארניע, ממש אזוי מעשה ווי מתן תורה.
פאר מער, און נאך אין דעם נושא (שוואכע מאמינים, קוקט עס נישט, אבער א מאמין וואס קען הערן אנדערע זאכן, ובפרט נאר ארויסנעמען די פאקטן, איז עס א גוטע קליפ, עס איז 10 חלקים, די מעשה מיין איך זאגט ער אין חלק 3) זעה דא

דעתי הענייה » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:23 pm

· #80672
געפילטע פיש
דאכט זיך אז דאס איז א כוזרי, אז ווען האט זיך אנגעהויבן דאס גלייבן אין מתן תורה, פאר די דור המדבר וואסטו דאך נישט געקענט איינרעדן א יאר נאך די אנגעבליכע מתן תורה אז ו' סיון פאריאר איז געווען א מעמד פון שישם ריבוא איש, סא ווען האט זיך די לעגענדע אנגעהויבן? (שטייט זיך איך זאג אנגעבליך און לעגענדע אלץ דעווילס אדוואקאט, אויב גלייבסטו נישט אין מתן תורה) פאר די קינדער פונעם דור המדבר? די פונקט איז אז דו קענסט איינרעדן דעם עולם אז ישו האט געוואקט אויף וואסער און אפאר געציילטע תלמידים און צוקוקער האבן געזען, אבער קענסט נישט איינרעדן א פאלק אז עפעס איז געשען במעמד זעכציג טויזענט מענטשען ווען ס'איז נישט געשאויגן און נישט געפלויגן.
איך האף אז איך בין גענוג קלאר.

קענסט ביטע ארויסלאזן דעם כוזרי?
עס איז 2 מאל אפגעפרעגט מיט פשוטע מעשיות אין תנ''ך, ביי יאשיהו המלך, וואו מען זעהט קלאר אז די אידן האבן גאר ווייניג געוואוסט פון אידישקייט צו זאגן (די ענטפער דערויף, אז זיי האבן נאכאלץ געוואוסט זיי זענען עם הנבחר, איז גאר שוואך, ווייל דאס מיינט אז חוץ דעם האט מען זיי געקענט איינרעדן וואס מען וויל) און די צווייטע בימי עזרא, ווי חוץ די ק''כ זקנים, האבן די אידן פון גארנישט געוואוסט צו זאגן, און די זקנים האבן געקענט זאגן וואס זיי האבן געוואלט, און דזעימס קאגעל אין זיין בוך how to read the Bible וויל אפילו זאגן אז עזרא איז דער מסדר המקרא.

אגב, פאר די וואס עס שטערט זיי די אלע קשיות און אמונה, ובפרט די חלק פון ביקורת המקרא, איז די אויבנדערמאנטע בוך גאר גוט, ער לייגט אראפ א מורא'דיגער מהלך, און לעצטען פרק ווי אזוי די אלע זאכן זענען בכלל נישט קיין סתירות צו אחדות הבורא און צו אידישקייט, פאר מער ליינט דא, אויף זיין וועבסייט, אגב, ער איז א אמתער מאמין, און א שומר תורה ומצוות, ממילא טראסט איך אים מער ווי אנדערע אין די ענינים.

וועסטו פרעגן וואס יא?
מיר איז גענוג א מסורה פון צוויי טויזענט יאר, דור אחר דור בלי הפסק, אפילו אויב מען קען מיר נישט אויפווייזען, און אפילו עס זאל זיין שטארקע קשיות דערויף פון פריער.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:49 pm

· #80676
אגב, פאר די וואס עס שטערט זיי די אלע קשיות און אמונה, ובפרט די חלק פון ביקורת המקרא, איז די אויבנדערמאנטע בוך גאר גוט, ער לייגט אראפ א מורא'דיגער מהלך, און לעצטען פרק ווי אזוי די אלע זאכן זענען בכלל נישט קיין סתירות צו אחדות הבורא און צו אידישקייט, פאר מער ליינט דא, אויף זיין וועבסייט, אגב, ער איז א אמתער מאמין, און א שומר תורה ומצוות, ממילא טראסט איך אים מער ווי אנדערע אין די ענינים.

וואס מיינסטו צו זאגן אז ער איז א מאמין, ער גלייבט אז די תורה וואס מיר האבן איז געשריבן געווארן דורך משה רבינו וואס האט עס מקבל געווען מפי הקב"ה אויפ'ן בארג סיני?

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:03 pm

· #80679
דעתי הענייה,
לגבי דיינע אנדערע הערות, זע וואס איך האב פריער געשריבן:
יאיר
עס שטייט נישט אין ערגעץ אז עזרא איז געקומען מיט א נייע ספר תורה אין די האנט, נאר אז ער האט אויסגעלערנט די אידן די מצוה פון סוכה וואס דער המון עם האט פארגעסן דורך אלע צרות פון גלות בבל. דו מיינסט מסתם די ספר תורה וואס חלקיהו האט געטראפן אין בית המקדש. די מפרשים זענען שוין מסביר דארט אז ער האט געטראפן די ספר תורה פון משה רבינו אויפגעמישט צו די תוכחה, און וועגן דעם איז ער געווארן דערציטערט.

דו קענסט טענה'ן אז דו האסט א בעסערע פשט אין די מעשה פון חלקיהו, אבער היות דער כוזרי איז אפריורי איבערצייגט אין זיין ראיה, איז פאר אים מער מסתבר צו לערנען אנדערש פשט, אזוי ווי די מפרשים זאגן. אויב עס געפעלט דיר נישט צו לערנען אזוי, דעמאלט מוזטו זאגן ווי אזוי דו וועסט זיך אן עצה געבן מיט דעם כוזרי'ס ראיה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:34 pm

· #80686
מורינו הרב
איך זעה אז מענטשן רעדן דא מחוסר ידיעה, אמעראצעס אנגעקליידעט מיט שפיציגע חכמה...

איך מיין אז מ'קען זיך טענה'ן אן צוקומען צו דעגראדירן א צווייטן.
מורינו הרב
איך וויל דא פרעגן עטליכע קושיות, אבער איך שטעל קלאר אז איך פרעג עס לשבר את האוזן - עס איז דא תירוצים דערויף. איך וויל נאר זען וואס די גרויסע חכמים דא וועלן ענטפערן.

קודם כל האב איך נאר נאכגעברענגט די הוחכה פון כוזרי, זייער מעגליך אז ס'איז דא גוטע פירכות אויף דעם, און תירוצים אויף די פירכות, און פירכות אויף די תירוצים און אזוי ווייטער. אבער דאס איז לכאורה זעכער, אויב ברענגסטו נאך אזא מעשה פון א מעמד שישים ריבוא וואס האבן צוגעזען א זאך וואס ווייזט זיך ארויס נישט אמת, איז די ראי' לכאורה אפגעפרעגט.
chaims
ונבנתה העיר
נולד מאוחר
ונבנתה פארוואס איז דאס וואס שטייט און די תורה אז איז געווען א מעמד הר סיני און גאט האט אינדז געגעבן די תורה, א שוואכרע ריאה ווי דאס וואס שטייט און די תורה אז 60000 מענטשען האבן פארציילט פאר זייער קונדער.

ווי געפילטע, איך האב נישט געזאגט אז אין די תורה שטייט אז וכו', נאר איך זאג אז בפועל האבן 600 טויזנט מענטשן אזוי פארציילט, און ווי אויבן געשריבן איז נישט שייך אנצוהייבן א שקר מיט 600 טויזנט מענטשן.

מיר באדערט שוין לאנג א קשיא
לאמיר זאגן אז עס ווערט היינט באוואוסט אז עס איז דא א געוויסע שבט אין אינדיע וואס האבן געהאט א מעמד כעין מתן תורה פאר צוויי יאר צוריק און איך הער עס פערזענליך פון א אינדעיאנער גוי וואס איז דארט געווען בשעת מעשה וועל איך עס לכאורה אננעמען אלטס א דמיון אדער שקר און ערגסטן פאל אדער אלטס ספק און בעסטן פאל
איז פארוואס ווען די מעשה איז געשעהן מיט מיינהע עלטערען פאר 3300 יאר צוריק וואס זענען לכאורה געווען אזוי פרימיטיו ווי די אינדיאנער אדער מער נעם איך אהן אז דאס איז אמת לאמיתו?

לאז אפ רעליגיע פאר א סעקונדע, טאמער הערסטו פון אסאך אינדיאנער, אז ס'איז געווען א בעיס באלל געים אין א סטעדיום מיט 600,000 באטייליגטע ווי די היטער האט געשאסן דעם באל ארויס פונעם באל פארק, קענסט יעדעם פרעגן, וועסטו גלייבן אז ס'איז געשען? אבער טאמער וועט ער זאגן אז די פיטשער האט געפיטשט אן עלעפאנט ארויס פונעם באלל פארק וועסטו זיי זאגן זיי זענען משוגע, אדער זענען זיי געווען אויף דראגס, אדער איז דאס געווען א פיינע אילוזשען, די עולם איז גוט איינגערעדט, אבער למעשה וועסטו גלייבן אז זעקס הונדער טויזענט באטייליגטע אין סטעדיום זענען פיין איינגערעדט, אבער וועסט נישט זאגן אז די גאנצע סטעדיום איז קיינמאל נישט געווען, נאר אז זיי האבן זיך טועה געווען איז וואס ס'איז פארגעקומען דארט.
לענינינו, דא רעדט מען אויב ס'איז געווען א מעמד ביים הר סיני בשישים ריבוא, נישט אויב די קולות ולפידים זענען געווען עכט, אדער געמאכט אביסל פייער קרעקערס, דאס אז די מעמד איז געווען אן אינטערגעשטעלטע זאך איז א עקסטערע שמועס וואס באלאנגט נישט דא.
דעתי הענייה
יא!!! עס איז דא א אנדיאנער שבט, דא אין אמעריקע, וואס צייגן אהן אויף א פלאץ אין קאליפארניע, ממש אזוי מעשה ווי מתן תורה.
פאר מער, און נאך אין דעם נושא (שוואכע מאמינים, קוקט עס נישט, אבער א מאמין וואס קען הערן אנדערע זאכן, ובפרט נאר ארויסנעמען די פאקטן, איז עס א גוטע קליפ, עס איז 10 חלקים, די מעשה מיין איך זאגט ער אין חלק 3) זעה דא

ער זאגט דאך דארט אז ס'נישט ממש ווי מעמד מתן תורה, ווי די אידן האבן געהערט די ערשטע צווי דיברות פונעם באשעפער אליינס, און דארט איז סך הכל געווען א דרשה פון איינער וואס האט זיך גערופן גאט. (קען זיין איך האב עם נישט פארשטאנען, כ'האב נישט צוגעלייגט צו פיל קאפ.

chaims » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:02 am

· #80690
געפילטע
איך בין נישט אריין אין די שאלה צו עס איז געוועהן אזא מעמד איך האב נאר ארויסגעברענגט אז אויפן צד אז יא פארשטיי איך נישט פארוואס דאס זאל מיר איבערצייגן

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:13 am

· #80692
chaims
ונבנתה העיר
נולד מאוחר
ונבנתה פארוואס איז דאס וואס שטייט און די תורה אז איז געווען א מעמד הר סיני און גאט האט אינדז געגעבן די תורה, א שוואכרע ריאה ווי דאס וואס שטייט און די תורה אז 60000 מענטשען האבן פארציילט פאר זייער קונדער.

ווי געפילטע, איך האב נישט געזאגט אז אין די תורה שטייט אז וכו', נאר איך זאג אז בפועל האבן 600 טויזנט מענטשן אזוי פארציילט, און ווי אויבן געשריבן איז נישט שייך אנצוהייבן א שקר מיט 600 טויזנט מענטשן.

מיר באדערט שוין לאנג א קשיא
לאמיר זאגן אז עס ווערט היינט באוואוסט אז עס איז דא א געוויסע שבט אין אינדיע וואס האבן געהאט א מעמד כעין מתן תורה פאר צוויי יאר צוריק און איך הער עס פערזענליך פון א אינדעיאנער גוי וואס איז דארט געווען בשעת מעשה וועל איך עס לכאורה אננעמען אלטס א דמיון אדער שקר און ערגסטן פאל אדער אלטס ספק און בעסטן פאל

ווען דו הערסט עס פון 600 טויזנט מענטשן וועסטו עס אויך אנעמען אלץ דמיון?

chaims » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:18 am

· #80693
פון אינדיע מן הסתם יא
בקיצור אז היינט זאל געשעהן ניסים וועל איך נישט אננעמען אז איז אזוי ווען איך זעה עס נישט

דעתי הענייה » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:18 am

· #80694
געפילטע פיש

ער זאגט דאך דארט אז ס'נישט ממש ווי מעמד מתן תורה, ווי די אידן האבן געהערט די ערשטע צווי דיברות פונעם באשעפער אליינס, און דארט איז סך הכל געווען א דרשה פון איינער וואס האט זיך גערופן גאט. (קען זיין איך האב עם נישט פארשטאנען, כ'האב נישט צוגעלייגט צו פיל קאפ.

וואס איז דער חילוק? ביידע האבן א מסורה אז גאט, באיזה צורה שהוא איז ארפגעקומען רעדן פאר זיין פאלק.

יאיר » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:24 am

· #80716
בקיצור, וואס איז געבליבן, דארף איך לייגן תפילין מארגן אדער נישט?
😂

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:28 am

· #80718
יאיר
בקיצור, וואס איז געבליבן, דארף איך לייגן תפילין מארגן אדער נישט?
😂

אויב מארגן איז חול המועד דארפסטו נישט לייגן תפילין. ניין. ווייסטו וואס דו טארסט נישט לייגן תפילין. ס'איז מוקצה.

יאיר » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:49 am

· #80725
מיינסט צו זאגן פארקערט, אויב דארף איך נישט לייגן תפילין וועט ווערן יום טוב אינדערוואכן. ס'איז אזא זה וזה באין כאחד.

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:50 am

· #80727
צי די כוזרי איז פראף אדער נישט ווייס איך נישט. דאס אליין אז קיין שום אנדערע ריליגיע האט נישט געקענט באווייזען אזא קלעים וואס מיר האבן, ווייזט אויף די שטארקייט פון די טענה.
נישט אזוי?

יאיר איך גלייב נישט אז דער אייבשטער איז אינטערסירט און תפילין פון זאלכע שטארקע סקעפטיקס.

דרך אגב איך פארשטיי נישט די גאנצע טענה דא. אמאליגע צייטען האט מען דאך געגלייבט און כל מיני שטותים אפגעטער עבודה זרה סתם myths וואס נישט (איך בין נישט זיכער אויב נאך און די צייטן פון מתן תורה). לאגיק איז בכלל נישט געווען די הויפט מכריע. קומט מען א שכל פון 2013 און משרייעט עה וואלסט זיי דאס קיינמאל נישט געקענט איינרעדען. נאר אז געטער קריגען זיך ארום האט מען זיי געקענט איינרעדן.

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 18, 2013 5:45 am

· #80744
יאיר
בקיצור, וואס איז געבליבן, דארף איך לייגן תפילין מארגן אדער נישט?
😂
ווענדט זיך, אויב ביסטו א איד וואס פירט זיך ווי די עלטער עלטער זיידעס בימי הביניים דאן קוק דא.
ויש מקומות שלא נהגו לתת אפר בראש חתנים...ושמענו כי לכך נמנעו הראשונים מלתת האפר בראש החתנים, מפני שאין העם מחוזקי' כלל בהנחת תפילין, ולא יהיה אפר תחת פאר....[גנזי ראשונים, ספר המכתם דף רעח-רעט]
וביותר אויב ביסטו פין די אידן וואס האבען נישט קיין תפילין אדער וואס ווילען נישט לייגען [מכח גוף נקי?] דאן קוקט דא.
וכל אחד מתעטף בטליתו ומברך בא"י אמ"ה אקב"ו להתעטף בציצית: ומי שיש לו תפילין ורוצה להניח מניח של יד תחילה ומברך בא"י אלקי' מ"ה אקב"ו להניח תפילין: ואחר כך מניח של ראש בלא ברכה: ואם אין לו אלא אותו של ראש מניחן ומברך עליהם על מצות תפילין. [מחזור ויטרי סימן פט]
מערקווידיג אז די 'כל בו' אין די 'מחזור ויטרי' דערמאנען נישט די ברכות תפילין נישט אין סדר התפלה אין נישט אין די רשימה פין מאה ברכות.

וביותר אויב ביסטו פין די גאר גרויסע צדיקים, אין מיר זענען נישט אין די טעג פין עשרת ימי תשובה, דאן קוק דא,
מה שביארנו שהדברים אמורים במי שמיקל בהנחת תפלין דרך פירוק עול מצות הוא מפני שיש נמנעים מזה מצד אחר והוא שהתפלין צריכים גוף נקי ושצריך להזהר שלא יישן בהם ושלא יסיח דעתו מהם וכל שכן שלא יתעסק בשום דבר לכלוך מה שאין כל זה בציצית ובתלמוד המערב הזכירו במקצת חכמים שהיו נזהרים שלא להניחם אלא בימים ידועים בשנה והיה בהם מי שלא היה מניחם אלא אחר שבאו עליו יסורים ונתרפא שהיה חושב בעצמו שמרקו היסורים את עונותיו והיו סומכים זה למה שנ' הרופא לכל תחלואיכי הגואל משחת חייכי המעטרכי חסד ורחמים וראה איך הפליגו בכונה כלומר שהן צריכין גוף נקי מעבירות ומהרהורים ואין ראוי להניחם אלא לאחר התשובה וקצת חכמים נוהגים להניחם בימים שבין ר"ה ליום הכפורים אחר התשובה והטבילה והוודויין וכן הדבר נכון בעיני: [בית הבחירה למאירי מסכת ברכות דף יד עמוד ב]

אויב אבער דו ביסט א היינט צייטיגער מאדערענער איד 🙂 זאלסטו אוודאי לייגען תפילין.

דעתי הענייה » פרייטאג יאנואר 18, 2013 9:21 am

· #80748
יאיר
דעתי הענייה,
לגבי דיינע אנדערע הערות, זע וואס איך האב פריער געשריבן:
יאיר
עס שטייט נישט אין ערגעץ אז עזרא איז געקומען מיט א נייע ספר תורה אין די האנט, נאר אז ער האט אויסגעלערנט די אידן די מצוה פון סוכה וואס דער המון עם האט פארגעסן דורך אלע צרות פון גלות בבל. דו מיינסט מסתם די ספר תורה וואס חלקיהו האט געטראפן אין בית המקדש. די מפרשים זענען שוין מסביר דארט אז ער האט געטראפן די ספר תורה פון משה רבינו אויפגעמישט צו די תוכחה, און וועגן דעם איז ער געווארן דערציטערט.

דו קענסט טענה'ן אז דו האסט א בעסערע פשט אין די מעשה פון חלקיהו, אבער היות דער כוזרי איז אפריורי איבערצייגט אין זיין ראיה, איז פאר אים מער מסתבר צו לערנען אנדערש פשט, אזוי ווי די מפרשים זאגן. אויב עס געפעלט דיר נישט צו לערנען אזוי, דעמאלט מוזטו זאגן ווי אזוי דו וועסט זיך אן עצה געבן מיט דעם כוזרי'ס ראיה.

איז אז מיר פארשטיין, מיר גייען אננעמען עזרא האט דערמאנט די אלטע תורה, פיין.
אבער יעצט, וויפל עדי ראיה האסטו דור אחר דור, ששים רבוא, אדער ששים רבוא מקובל דור אחר דור ביז.... עזרא!
איך מיין נישט צוזאגן אז עזרא האט טאקע מחדש געווען חידושים, איך בין דיר נאר מסביר פארוואס די כוזרי איז נישט קיין ראיה

דעתי הענייה » פרייטאג יאנואר 18, 2013 9:51 am

· #80753
נולד מאוחר
צי די כוזרי איז פראף אדער נישט ווייס איך נישט. דאס אליין אז קיין שום אנדערע ריליגיע האט נישט געקענט באווייזען אזא קלעים וואס מיר האבן, ווייזט אויף די שטארקייט פון די טענה

כאפ ביטע א בליק אויף די לינק וואס איך האב צוגעברענגט, אזאלכע און ענליכע מסורות (און אפילו א מעשה פון פערציג יאר צוריק, אז א פערטל מיליאן קריסטן און עגיפיטן האבן געזעהן דעם שמייליגן מיט זיין מאמע) איז דא און אסאך רעליגיעס, מיר זענען נישט די איינציגסטע....

נאכאמאל, איך האלט אויך אז די אלע האבן עס קונה געווען בשינוי מעשה פון די תורה, אבער, קיין ראיה צ'ן די אמיתות פון מתן תורה איז דאס נישט.

דעתי הענייה » פרייטאג יאנואר 18, 2013 10:23 am

· #80760
איך האב יעצט באמערקט, די לינק איז נישט די גוטע קוקט דא.
בעיקר די ערשטע צוויי חלקים.

דעתי הענייה » פרייטאג יאנואר 18, 2013 10:44 am

· #80766
נולד מאוחר
יאיר איך גלייב נישט אז דער אייבשטער איז אינטערסירט און תפילין פון זאלכע שטארקע סקעפטיקס.

איך האף אז איר מאכט א ווערטעל....

דעתי הענייה » פרייטאג יאנואר 18, 2013 11:46 am

· #80781
נולד מאוחר
דרך אגב איך פארשטיי נישט די גאנצע טענה דא. אמאליגע צייטען האט מען דאך געגלייבט און כל מיני שטותים אפגעטער עבודה זרה סתם myths וואס נישט (איך בין נישט זיכער אויב נאך און די צייטן פון מתן תורה). לאגיק איז בכלל נישט געווען די הויפט מכריע. קומט מען א שכל פון 2013 און משרייעט עה וואלסט זיי דאס קיינמאל נישט געקענט איינרעדען. נאר אז געטער קריגען זיך ארום האט מען זיי געקענט איינרעדן.

וואס דארפסטו צוריקגיין אזוי לאנג?
דא האסטו א מעשה פון 1968 אין וואס טויזענטער מענטשען וואס לעבן נאך היינט שווערן זיך!!! און דא איז די ניו יארק טיימס באריכט דערוועגן.
אוןו פאר ווער עס האט מורא אז ער ווערט איבערצייגט דערין, ליינט דא פון הייד פארק א אידישער בליק אויף די נושא (נישט אלעס וואס ער זאגט איז אמתת אבער עס איז א גוטער ארטיקל)

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:51 pm

· #80792

איהנ"מ, אבער השפל עצמך לסיפא דקרא, קוק צום סוף ווי עס שטייט ווי פאלגענד:
אשר למקורות האור עצמם, בשנת 1988 דווח כי הפעילות הטקטונית באתר סמוך גברה פי עשרה בשנה שאחרי הופעת האורות. נמצא מתאם משמעותי למדי, 0.56, בין דיווחים על אורות לבין פעילות טקטונית באותו חודש, או בחודש העוקב לו. לאור ממצאים אלה, הציעו החוקרים כי מאמץ מצטבר בקרקע הביא לפליטת האורות המזדמנת בזייתון.[10] אורות דומים תועדו באזורים אחרים הפעילים טקטונית, אם כי המנגנון המחולל אותם עדיין אינו ברור.[11]
ד"ה אז די סיבה פאר די מראות קען זיין מכח די ארומריקונג פין די אונטער-ערדישע plates (וואס דאס איז גורם במשך הזמן אז אפי' גאנצע קאנטינענטס זאלען זיך ארום ריקען) ווייל דאס ברענגט ארויס פארשידענע צורות פין ליכטיקייט.
הרי לנו אז מען קען לכאורה נישט מאכען א מעשה פין לופט. עכ"פ נישט היינטיגע צייטן.

אינטערסאנט, אז עס איז דא א בוך וואס איז רעספעקטירט ביי ערענסטע חוקרים, וואס פרובירט אויפצווייזען אז הר סיני איז א וואלקאנישער בארג. (דאס געשעהט אויך פין אונטער-ערדישע ארומריקונג)די דעסקריפשענס פין מעמד הר סיני זענען זייער ענליך צו א וואלקאנישע אויסברוך, אין די געאגראפישע פלאץ ווי הר סיני דארף זיך געפינען לויט די סימנים פינעם פסוק, איז טאקע א געגענט מיט אזעלכע בערג. זי ברענגט אראפ אסאך חוקרים וואס האלטען אזוי. די פערסטידזפולער לייברערי דזשורנאל זאגט דא אויף דעם בוך אז
VERDICT Intriguing ideas recommend this well-written, well-researched work to those who enjoy biblical studies through the lens of science, although some may wonder if subsequent scholarship will support the author's somewhat expansive claims.

דאס נעמט ח"ו נישט אוועק קיין כי הוא זה פינעם אמתדיגקייט פין אונזער מסורה. דער אייבערשטער האט מתחלה אויסגעשטעלט אלע כוחות הטבע צו מאכען זיינע וואונדער פינקטליך אויף די צייט וואס מען דארף. עס איז די זעלבע וואס די בעשה"ק האט געזאגט דא בענין קריעת ים סוף.
בעל שם טוב על התורה שמות פרשת בשלח אות ז
ז. וישב הים לפנות בוקר לאיתנו. מעשה מהבעל שם טוב ז"ל, שבא אחד אצלו ורצה לשאול אותו, היות כי למד חכמת הטבע והפילוסופיא ועל פי חכמות הללו יצא לו שבאותה שעה שנבקע הים לפני בני ישראל היה צריך הים אז להבקע על פי הטבע של הים, ואם כן מה זה הרעש מהנס בקריעת הים שאנו מאמינים, ועם זו הקושיא הלך במבוכה גדולה, ונסע להבעל שם טוב, וכאשר בא שמה, קודם שהוא שאל זאת מהבעל שם טוב, הלך הבעל שם טוב לבית הכנסת וצוה לקבץ את בני העיר ודרש לפניהם, בהיות כי יש שוטים בעולם ואפיקורסים שהוקשה להם כנ"ל, אמנם עינים להם ולא יראו כי כתיב (בראשית א', א') בראשית ברא אלהים וגו' אלהים גימטריא הטבע, והטבע בעצמו גם כן ברא הקדוש ברוך הוא, וזהו שדרשו חז"ל (שמות רבה כ"א, ו') לאיתנו לתנאו מלמד שהתנה הקדוש ברוך הוא במעשה בראשית וכו', ומאז הטביע הקדוש ברוך הוא בטבע הים שיתבקע לפני בני ישראל לאותה שעה, וממילא הנס יותר גדול, כי בראשית בריאת העולם עשה הקדוש ברוך הוא טבע זו לצורך ישראל, ובראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית נברא טבע זו, ובאם לא היו ישראל צריכים לזה הנס לא היה הקדוש ברוך הוא עושה טבע זו בים: (בית יעקב פרשת בראשית ופרשת בשלח)
כעין וואס די רמב"ם זאגט דא
פירוש המשניות לרמב"ם מסכת אבות פרק ה משנה ו
ושאר המופתים אמנם הושמו בטבע הדבר אשר נעשו בו בראשית העשותו. למשל אמר, כי ביום השני, בעת היחלקות המים, הושם בטיבעם שייבקע ים סוף למשה, והירדן ליהושע, וכן לאליהו ואלישע. וביום הרביעי, כשנבראה השמש, הושם בה שתעמוד בזמן פלוני במאמר יהושע לה. וכן שאר המופתים,

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 18, 2013 3:57 pm

· #80805
מח נישט נאר סמאכט נישט שוואכער סמאכט שטערקער.
אז איינער איז מסכים אז ספאר געקומען אלע דיסקריפשננס אויף 'ן זעלבען פלאץ ווי ס'שטייט און די תורה. האבן מיר א שטארקע הודאה אויף מתן תורה.
צי זאגן אז משה רבינו האט אויסגרעכנט ווען ווי סגייט זיין א וואלקענא און אויסגעשפילט דעם ציבור. קוקט מיר אויס סתם געדרייעט א קאפ.

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:02 am

· #80858
לדברם קען זיין אז ער האט זיי געפירט צו א וואלקאן בארג און די תמימות'דיגע אידן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען אזא זאך אין זייער לעבן זענען געווען זיכער אז משה רבינו מיט זיין ווידער קול פון דער בארג מיט רויעך איז דער באשעפער אליין.
עס איז ארויסגעקומען א גאנצע מואווי וואס פרובירט אראפצולייגן ווי אזוי יציאת מצרים און מתן תורה האט אויסגעזען, אז אנגעבליך זענען די צען מכות אויך געקומען פון א געוויסע סארט וואלקענאו. זיי פארבינדן עס מיט היסטארישע פאקטן וואס רוב פון זיי זענען סייווי אפגעפרעגט ביי היסטאריקער, ווי למשל אז די אידן זענען די היקסאס שבט, אבער די כלומר'שטע היסטאריע מאוויס רעכענען זיך גאנץ ווייניג מיט אמת'ע היסטאריע, כידוע.

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:04 am

· #80859
יאיר
בקיצור, וואס איז געבליבן, דארף איך לייגן תפילין מארגן אדער נישט?
😂
ווענדט זיך, אויב ביסטו א איד וואס פירט זיך ווי די עלטער עלטער זיידעס בימי הביניים דאן קוק דא.

איך דארף נישט צוקומען צו די אלע פארווארפענע מקורות. איך לערן פשט אין "והיה לאות על ידך" אזוי ווי דער רשב"ם און אבן עזרא.

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:14 am

· #80860
נולד מאוחר

דרך אגב איך פארשטיי נישט די גאנצע טענה דא. אמאליגע צייטען האט מען דאך געגלייבט און כל מיני שטותים אפגעטער עבודה זרה סתם myths וואס נישט (איך בין נישט זיכער אויב נאך און די צייטן פון מתן תורה). לאגיק איז בכלל נישט געווען די הויפט מכריע. קומט מען א שכל פון 2013 און משרייעט עה וואלסט זיי דאס קיינמאל נישט געקענט איינרעדען. נאר אז געטער קריגען זיך ארום האט מען זיי געקענט איינרעדן.

יתכן אז בעקיפין קומט דא אויס א ראיה צום כוזרי, ווייל ווי קומען מענטשן פון 3,300 יאר צוריק, ווען יעדער האט געגלייבט אין נארישע אפגעטער, צו גלייבן אין אזא "מאדערנער" איינציגער גאט, וואס האט אונז ליב און מיינט אונזער טובה. פון וואו האבן זיי גענומען א מושג ווי "ואהבת לריעך כמוך" אין יענע צייטן ווען דאס איז געווען גענצליך אומדערהערט. אין אנדערע ווערטער, אן איינציגער גאט וואס וויל אז מיר זאלן זיין מאראליש, האט זיך געהערט אסאך מער אומלאגיש פאר מענטשן פון דריי טויזנט יאר צוריק, ווי עבודה זרות הערן זיך היינטיגע צייטן.
(אודאי איז דאס נאר לויט דיין קשיא, אז די תורה איז געשריבן געווארן אין יענע צייטן).

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:19 am

· #80861
דעתי הענייה
יאיר
דעתי הענייה,
לגבי דיינע אנדערע הערות, זע וואס איך האב פריער געשריבן:
יאיר
עס שטייט נישט אין ערגעץ אז עזרא איז געקומען מיט א נייע ספר תורה אין די האנט, נאר אז ער האט אויסגעלערנט די אידן די מצוה פון סוכה וואס דער המון עם האט פארגעסן דורך אלע צרות פון גלות בבל. דו מיינסט מסתם די ספר תורה וואס חלקיהו האט געטראפן אין בית המקדש. די מפרשים זענען שוין מסביר דארט אז ער האט געטראפן די ספר תורה פון משה רבינו אויפגעמישט צו די תוכחה, און וועגן דעם איז ער געווארן דערציטערט.

דו קענסט טענה'ן אז דו האסט א בעסערע פשט אין די מעשה פון חלקיהו, אבער היות דער כוזרי איז אפריורי איבערצייגט אין זיין ראיה, איז פאר אים מער מסתבר צו לערנען אנדערש פשט, אזוי ווי די מפרשים זאגן. אויב עס געפעלט דיר נישט צו לערנען אזוי, דעמאלט מוזטו זאגן ווי אזוי דו וועסט זיך אן עצה געבן מיט דעם כוזרי'ס ראיה.

איז אז מיר פארשטיין, מיר גייען אננעמען עזרא האט דערמאנט די אלטע תורה, פיין.
אבער יעצט, וויפל עדי ראיה האסטו דור אחר דור, ששים רבוא, אדער ששים רבוא מקובל דור אחר דור ביז.... עזרא!
איך מיין נישט צוזאגן אז עזרא האט טאקע מחדש געווען חידושים, איך בין דיר נאר מסביר פארוואס די כוזרי איז נישט קיין ראיה

דאס איז מיין שאלה, ווי אזוי ווייסטו אז עזרא איז געקומען מיט א תורה וואס די אידן האבן שוין גענצליך געהאט פארגעסן. אין נ"ך שטייט נאר אז דער המון עם האט פארגעסן איין מצוה, עס שטייט נישט אז קיינער האט נאכנישט געהערט פון די תורה צו זאגן. אויסער דעם, איז נישט מסתבר אז עזרא האט געשריבן די תורה פונדאסניי, ווייל דעמאלט וואלטן די שומרונים וואס האבן געפירט א מלחמת חרמה מיט אים עס נישט מקבל געווען. אפילו לויט די היינטיגע ביבל קריטיקירער איז שוין לכה"פ רוב פון די תורה געשריבן געווארן פאר דעם חורבן בית ראשון.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:53 am

· #80870
יאיר
נולד מאוחר
דרך אגב איך פארשטיי נישט די גאנצע טענה דא. אמאליגע צייטען האט מען דאך געגלייבט און כל מיני שטותים אפגעטער עבודה זרה סתם myths וואס נישט (איך בין נישט זיכער אויב נאך און די צייטן פון מתן תורה). לאגיק איז בכלל נישט געווען די הויפט מכריע. קומט מען א שכל פון 2013 און משרייעט עה וואלסט זיי דאס קיינמאל נישט געקענט איינרעדען. נאר אז געטער קריגען זיך ארום האט מען זיי געקענט איינרעדן.
יתכן אז בעקיפין קומט דא אויס א ראיה צום כוזרי, ווייל ווי קומען מענטשן פון 3,300 יאר צוריק, ווען יעדער האט געגלייבט אין נארישע אפגעטער, צו גלייבן אין אזא "מאדערנער" איינציגער גאט, וואס האט אונז ליב און מיינט אונזער טובה. פון וואו האבן זיי גענומען א מושג ווי "ואהבת לריעך כמוך" אין יענע צייטן ווען דאס איז געווען גענצליך אומדערהערט. אין אנדערע ווערטער, אן איינציגער גאט וואס וויל אז מיר זאלן זיין מאראליש, האט זיך געהערט אסאך מער אומלאגיש פאר מענטשן פון דריי טויזנט יאר צוריק, ווי עבודה זרות הערן זיך היינטיגע צייטן.
(אודאי איז דאס נאר לויט דיין קשיא, אז די תורה איז געשריבן געווארן אין יענע צייטן).

ס'איז א טענה.
כ'מיין אז דזשעמס קוגעל האט אסאך ראיות אז מאנאטיעזם איז נישט דוקא די תורה'ס גאט. מי כמוך באלים ה'.
אבער איז נישט אלץ דא חכמים וואס האלטן א שטאפל ווייטער ווי די המון עם?
נאך א שאלה, למשל אין די חוקי חמורבי איז נישט דא קיין עטיקס אזויווי ואהבת לרעך?

kliger » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:47 am

· #80887
א חבר האט מיר געפרעגט,
אויב איז דא אזויפל ריליגיעס און אזויפיהל כופרים,און אפילו אין אידישקייט איז דא 100ער מיני וואס יעדער טענהט אז דאס ווייל דער אייבישטער,
פארוואס קומט ער נישט היינט זאגן איינמאל פאר אלעמעל פונקטליך וואס ער וויל,
איך האב אים פראבירט צו ענפערן אזוי ווי דער רמב"ן סוף פרשת בא.
ער טענה'ט אבער אז דעמאלס איז געווען צו פרימיטיווע צייטן
האב איך אים געענפערט אז דאס איז די נסיון טאקע צו גלייבן
ער זאגט אבער אז מען קען נישט באשילדיגן איינער וואס גלייבט נישט בכלל אין א נסיון

פארוואס טאקע קומט נישט השי"ת? רצונינו לראות את מלכינו!

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:50 am

· #80888
נולד מאוחר
ס'איז א טענה.
כ'מיין אז דזשעמס קוגעל האט אסאך ראיות אז מאנאטיעזם איז נישט דוקא די תורה'ס גאט. מי כמוך באלים ה'.
אבער איז נישט אלץ דא חכמים וואס האלטן א שטאפל ווייטער ווי די המון עם?
נאך א שאלה, למשל אין די חוקי חמורבי איז נישט דא קיין עטיקס אזויווי ואהבת לרעך?

א. איך רעד דאך דא צו די ערליכע אידן וואס ליינען נישט קוגעל'ס ביכער 😉.
ב. מיר רעדן דאך דא לגבי די ראיה פון 600,000 אידן מקבל זיין אזא טעקסט אלס אויטענטיש. בכלל דער גאנצער מושג פון א divine mass revelation איז אן אומדערהערטע זאך אין די אור אלטע מיטל מזרח, וואו אלע רעליגיעס זענען געווען זייער צומישט און אומקלאר.
ג. ניין. נישט אין יענע געגנט. אפשר הערט מען ענליכע געדאנקען אין די ווייטע מזרח ווי אין כינע אדער אינדיע, נישט נעבן ישראל. נעם למשל אזא דין ווי לא תסגיר עבד אל אדוניו, וואס איבעראל דארט האט מען פראקטיצירט פונקט דאס פארקערטע, מ'האט גע'הרג'עט אזא עבד אויפ'ן פלאץ.

מוח שליט » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:04 am

· #80893
יאיר
יאיר
בקיצור, וואס איז געבליבן, דארף איך לייגן תפילין מארגן אדער נישט?
😂
ווענדט זיך, אויב ביסטו א איד וואס פירט זיך ווי די עלטער עלטער זיידעס בימי הביניים דאן קוק דא.

איך דארף נישט צוקומען צו די אלע פארווארפענע מקורות. איך לערן פשט אין "והיה לאות על ידך" אזוי ווי דער רשב"ם און אבן עזרא.

יאיר יאיר, איך זאג דיר אז דו קענסט זיין אן ערליכע מסורהדיגע איד אין טוהן ווי די מאירי עצה'ט. אז די זאלסט נאר לייגען תפילין עשרת ימי תשובה. אין די קומסט מיט צדוקישע עצות. 😃
אז מיר פאלגען דעם רשב"ם וואלטען מיר נישט געהאט דעם גאנצען אגרת השבת פינעם אבן עזרא. אין מיר וואלטען געהאלטען שבת אנגעהויבען אינדערפרי ווי די גוים חלילה. אין מיטן אבן עזרא וואלטן מיר געהאט א גאנץ אנדערע מהלך אינעם ענין פין בשר בחלב, איא?

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:50 am

· #80909
יאיר

ג. ניין. נישט אין יענע געגנט. אפשר הערט מען ענליכע געדאנקען אין די ווייטע מזרח ווי אין כינע אדער אינדיע, נישט נעבן ישראל. נעם למשל אזא דין ווי לא תסגיר עבד אל אדוניו, וואס איבעראל דארט האט מען פראקטיצירט פונקט דאס פארקערטע, מ'האט גע'הרג'עט אזא עבד אויפ'ן פלאץ.

סא אין די ווייטע מזרח ווי אין כינע אדער אינדיע איז געווען נאך א מתן תורה?

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:53 am

· #80910
kliger
א חבר האט מיר געפרעגט,
אויב איז דא אזויפל ריליגיעס און אזויפיהל כופרים,און אפילו אין אידישקייט איז דא 100ער מיני וואס יעדער טענהט אז דאס ווייל דער אייבישטער,
פארוואס קומט ער נישט היינט זאגן איינמאל פאר אלעמעל פונקטליך וואס ער וויל,
איך האב אים פראבירט צו ענפערן אזוי ווי דער רמב"ן סוף פרשת בא.
ער טענה'ט אבער אז דעמאלס איז געווען צו פרימיטיווע צייטן
האב איך אים געענפערט אז דאס איז די נסיון טאקע צו גלייבן
ער זאגט אבער אז מען קען נישט באשילדיגן איינער וואס גלייבט נישט בכלל אין א נסיון

פארוואס טאקע קומט נישט השי"ת? רצונינו לראות את מלכינו!

פארוואס יא וואס איז עם שלעכט אזוי?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7