☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

330 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2667
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 11:43 am

· #77426
בן תמליון
איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט,
[/quote][/quote]

אויב פרשטיי איך גוט "אונז" רעכענט איר זיך פאר א אונזעריגער וואס זיצט אינעם סיסטעם..

שרייבער » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 12:14 pm

· #77428
אפםשר קען איינער געבן דא אביסל מער אינפארמאציע איבער דעם שלום דיען, אויב נישט ברבים עכ"פ באישי
מי האיש, מה טיבו

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 12:23 pm

· #77434
טעפל, האסט אזא הו"א?

שרייבער » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 12:55 pm

· #77444
[ציטאט אראפגענומען]

הייסט ער שלום בערגער אדער שלום דיען? וואס איז זיין עכטע נאמען און וואס איז זיין ניק נאמען

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 4:19 pm

· #77503
מוח שליט

די מיטעל פין מלחמה איז געווען התבדלות. די סוקסעס רעיט פין דעם מיטעל איז געווען בערך 90% זענען נעבעך אוועק פין כלל ישראל אין 10% געבליבען.

לכשעצמי, נאך אזא סוקסעס רעיט ביים ערשטען גרויסע ענלייטמענט, וואלט איך פרובירט אנדער מעטאדען ווי טאטעל התבדלות.


די שאלה איז וואס מיינט 'סוקסעס', לויט חז"ל איז דאס טאקע געווען די פלאן פון די וועלט, א בחירה חופשית, מיט שטארקע נסיונות און נאר דער וואס גייט אלעס אריבער דער איז זוכה צום תכלית, די פלאן איז קיינמאל נישט געווען אז דער 'פאלק' דער 'סיסטעם' זאל וואקסן און קיינמאל נישט פאלן, אדרבה, כי לא מרובכם חשק השם בכם כי אתם המעט מכל העמים, ווער עס וויל האט אלס געהאט די בחירה און ווער נישט איז ליידער ארויסגעפאלן .

און לויט ווי חז"ל זאגן וועט פאר ביאת המשיח זיין א גרויסער בירור, דאס מיינט גרויסע נסיונות, איז התבדלות א גוטע עצה פאר איינער וואס וויל אלעס אדורכשוויצן.

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 4:25 pm

· #77504
ר' דוטקום
ביסט זיכער אז דאס איז טאקע א לכתחילה'דיגע פלאן?
מיר קלינגט דאס מער א תירוץ בדיעבד.
אויב קענסט ברענגען צויי און א האלב חז"לים פאר דיין טענה, דאכצימיר מקען ברענגען טויזענט חז"לים פארקערט, און בצירוף השכל הישר, וואס זאגט אז א רבי ווי אפאר קינדער פארשטייען נישט איז דאס זייער פראבלעם, אויב אבער דאס רוב פארשטייען נישט ווייזט דאס שוין אויף א פראבלעם פון די תלמידים נאר ענדערש פון די רבי.

קען דען א מנהיג וואס זיין אחריות איז ממשיך זיין יידושקייט זיך פטר'ן מיט די סארט טענה?

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 4:31 pm

· #77507
וואס הייסט זיך פטר'ן? ער גיט נאר א עצה! אז איינער וויל נישט איז נישט!

פלאן פון די וועלט מיין איך צו זאגן די בחירה מיט נסיונות, נישט דאס אוועקפאלן, דאס אוועקפאלן איז נאר א ווייטאגליכער פאקט, א רעזולטאט פונעם פלאן.

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 4:34 pm

· #77508
ווענד זיך אינעם קאנדישען פונעם תלמיד, צו א מזיד און מתכוון למרוד, אדער א שוגג א שנשבה'ניק

וואו אין רוב פעלער פון טיילונגען גענצליך-התבדלות איז געווען מתכוונים..

פארגעס נישט די רבנים די פיאנערן פון דעם התבדלות אויפטרעף,
זענען געווען היפשע תלמידי חכמים לויט וואו ווייט מיין זכרון ארבייט און וויסענשאפט גרייכט

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 4:46 pm

· #77511
און ביטע דער וואס האט פארגעשלאגן אז דער התבדלות האט נישט סוקסעסירט, ביטע וואסארא אלטערנאטיוו וואלט איר געהאלטן וואלט יא געשניטן מער פרוכט?

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 5:02 pm

· #77513
דער וואס טענה'ט דאס איז נישט מיר נאר גדולי ישראל מובהקים דוגמת ר' שמשון רפאל הירש, אדער הרב קוק, זכר צדיקים לברכה. און זיי האבען פארגעשלאגען וואסארא עצות עס קען לדעתם יא העלפען.
איך האב נישט קיין צייט יעצט דאס אלץ ארויסשמועסען און מסביר זיין, יבואו חכמים ונבונים און זאלען זיי דאס אלץ דורכשמועסען.

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 5:28 pm

· #77515
אבער ס'קיינמאל קיין 1 סייז פיט'ס אלל.... אמת ס'דא וואס האלטן דירעקט נישט פון התבדלות, מען זעהט אבער נישט אז די פלעצער וואס פירן זיך עפ"י שיטת רש"ר זאלן זיין ווייניגער דראפאוטס, און פארקערט אויף די וואס פירן זיך יא מיט התבדלות זעהט מען אויך נישט אז דער סיסטעם זאל זיך האלטן, ס"ה איז התבדלות א עצה נאר פאר די מענטשן וואס זענען בוחר אין דעם.

אבער דאס איז זיכער אז דער יחיד וואס איז בוחר התבדלות און דאס העלפט אים מקיים זיין תורה ומצוות, איז זיכער אז ער האט ערפילט זיין תפקיד אויף דער וועלט.

און דאס איז אויך זיכער אז דער יחיד וואס פאלט אוועק פון אידישקייט, אפילו זאל ער זיין קלוג ווי שלמה המלך און געלונגען ווי דוד המלך בשעתם, ער האט אבער געפעילט מיזרעבל מיט זיין תפקיד.

נסיונות איז אייביג דא מיט סיי וואספארא וועג מען זאל נאר גיין, ווייל דאס איז דעם באשעפער'ס פלאן.

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:07 pm

· #77521
DotCom
אבער ס'קיינמאל קיין 1 סייז פיט'ס אלל.... אמת ס'דא וואס האלטן דירעקט נישט פון התבדלות, מען זעהט אבער נישט אז די פלעצער וואס פירן זיך עפ"י שיטת רש"ר זאלן זיין ווייניגער דראפאוטס, און פארקערט אויף די וואס פירן זיך יא מיט התבדלות זעהט מען אויך נישט אז דער סיסטעם זאל זיך האלטן, ס"ה איז התבדלות א עצה נאר פאר די מענטשן וואס זענען בוחר אין דעם.

אבער דאס איז זיכער אז דער יחיד וואס איז בוחר התבדלות און דאס העלפט אים מקיים זיין תורה ומצוות, איז זיכער אז ער האט ערפילט זיין תפקיד אויף דער וועלט.

און דאס איז אויך זיכער אז דער יחיד וואס פאלט אוועק פון אידישקייט, אפילו זאל ער זיין קלוג ווי שלמה המלך און געלונגען ווי דוד המלך בשעתם, ער האט אבער געפעילט מיזרעבל מיט זיין תפקיד.

נסיונות איז אייביג דא סיי וואספארא וועג מען זאל נאר גיין, ווייל דאס איז דער תכלית.


טרעף מיר אפשר איינער פון די דוגלים בשיטת ההתבדלות וואס איז מסכים מיט דיין ערשטער הנחה אז עס איז נישט איין סיז פאר אלע און אז ווער עס וויל מעג בוחר זיין א צווייטער וועג. די גאנצע שיטה ארבעט דאך אז מדארף אלע פארמאכען צו סיי יעדער אנדערע וועג הן בתוך היהדות וכ"ש מבחוץ שמא ושמא אפשר וועט ער עפענען אליינס די אויגען.

עס איז גארנישט זיכער אז הבוחר בהתבדלות איז מקיים חובתו בעולמו. אויב איז די סארט זיך פארמאכען צו די מציאות נישט רצון ה' [כדעת רשר"ה], איז ער גארנישט ממלא זיין תפקיד.

ממילא אויב ביסטו מודה אז התבדלות איז אויך נישט קיין זיכערע עצה איז דאך אסאך ענדערש גיין מיט א שיטה ווי הרב הירש, ווייל דאס האט אסאך מעלות בעצמותו, סיי לגבי מפרש זיין די תורה מער ריכטיג און גלייך, און סיי לגבי זיין א מענטש וואס איז דרך ארץ קדמה לתורה. די איינציגסטע טענה וואס שיטת ההתבדלות האט איז אס דאס ארבעט בעסער, מי שאינו מסכים להנחה זו איז לדעתי פשוט אז ער זארף גיין מיט מער א אפענער וועג.

איך בין בכלל נישט משוכנע אז דער תכלית איז נסיונות. אמת שיש ספרים שכתוב בהם כך, אבל יש גם ספרים שכתוב בהם אחרת. און עס הערט זיך מיר די גאנצע טעאלאגיע פון נסיונות א גאר קלוגער וועג פארענטפערען לאחר המעשה פארוואס די פלאן אונזערע געלונגט נישט.

דאס וואס דו האסט געשריבען וועגן פילען מיזערעבל לא הבנתי.

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:20 pm

· #77524
-אוודאי וועט יעדער מנהיג דעפענדן זיין שיטה און מחלק זיין אויף דעם אנדערן'ס, אבער דאס מיינט נאנישט אז דער אנדערער איז ראנג, אונז ווייס מיר אלו ואלו דברי אלקים חיים.

-דער תכלית פון דער וועלט רעד איך עפ"י חז"ל.

-איך האב געמיינט צו זאגן failed miserably.

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:21 pm

· #77525
לעיקוואד
דער וואס טענה'ט דאס איז נישט מיר נאר גדולי ישראל מובהקים דוגמת ר' שמשון רפאל הירש, אדער הרב קוק, זכר צדיקים לברכה. און זיי האבען פארגעשלאגען וואסארא עצות עס קען לדעתם יא העלפען.
איך האב נישט קיין צייט יעצט דאס אלץ ארויסשמועסען און מסביר זיין, יבואו חכמים ונבונים און זאלען זיי דאס אלץ דורכשמועסען.


אפשר רעכענט אויך אויס פאר אונז די אנדערע גדולים וואס האבן מחולק געווען מיט די צוויי גדולים...

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:30 pm

· #77529
דאט'קאם,
די פרעגסט וואס מיינט סוקסעס.
לענ"ד, מיינט עס אויב מען איז סוקסעספול אין וואס מען זיכט צו טון. עס איז דאך קלאר אז מען האט געוואלט אז כלל ישראל זאל בלייבען ערליך. איז אויב זעט מען אז 90% זענען אוועקגעפאלען, איז דאך פשוט אז מען איז אדורגעפאלען. ווען איינער פירט מלחמה אין פארלירט מיאוס, דארף ער וויסן אז ער איז אדורכגעפאלען.

דעס וואס די זאגסט פין די גרויסע בירורים פאר משיח וועט קומען. כ'וועל דיר זאגען דעם אמת איך בין נישט ממש אויפגעצויגען אין דעם חדר וואס מען האט געניצט דעם שפראך. ביטע ווייז מיר ערענסטע מקורות דערויף. איך ווייס מער פינעם רמב"ם וואס זאגט אז אויב קומט איינער אין איז מחזיר בתשובה גאנץ כלל ישראל, דאס ווייזט אז ער איז בחזקת משיח.

עס איז אינטרסאנט אז דווקא דעי חדר וואס רעדט דיין שפראך, שרייט אז מדינת ישראל קען נישט זיין קיין אתחלתא דגאולה. והוא פלא, ווייל די אליינס ווילסט דא זאגען אז די התבוללת פין רוב כלל ישראל איז א פערעקוייזיט, א הקדמה, צו ביאת משיח. טא אויב אזוי קען דאך זיין אז אזא פלאותדיגע זאך ווי אידן בקומען צוריק א מדינה נאך צווי טויזענט יאר, וואס איז נאך נישט געשען אין די וועלטס היסטאריע, זאל אויך זיין פארט פין די נסתרות דרכי ה' פינעם תיקון השלם.

וביתר שאת, איז דען נישט דער ויואל משה דער וואס זאגט אז גאנץ כלל ישראל מיז תשובה טון פאר משיח קומט? יא איך ווייס פינעם 'מדבר העמים' תורה, אבער פארט איז דאך פשוט אז אלע אידן וואס זענען ע"פ הלכה אידן, ד.ה. קינדער פין א אידישע מאמע, וועלן מיזען תשובה טון. דעריבער דארפסטו מיר אביסל בעסער מסביר זיין די ענין פינעם גרויסען 'בירור'.

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:35 pm

· #77530
די נושא איז דא נישט היסטאריע ווער האט געהאלטען וואס, נאר פראקטיש און מציאות, וואס די צוויי גדולים האבען געזעהן, און זיך דערוואגט צו קוקען די מציאות אין פנים נישט אויסטראכטען גאנצע טעאירעס פארוואס מדארף זיך נישט וויסנדיג מאכען פון איר. די טענה מיינע איז פון די מציאות, און ווילאנג מפארענטפערט נישט די מציאות איז ווארפען נעמען בכלל נישט רעללעווענט. איך ברענג נאר די נעמען ואוס איך ברענג צו ווייזען אז אויב שפילען דער נעים דראפינג שפיל קען מען דאס שפילען אויך לצד השני.


ר' דוטקום
הלוואי שיהיה מנהיג אחד שיבין ויורה כמוך, דערווייל איז נאך יעדער משוכנע אז הוא לבד צודק ואין עוד מלבדו, און ממילא איז דאס גאר א נאוייוע דעפענס אויף שיטת ההתבדלות.
איך רעד אויך על פי חז"ל כמובן. אין חז"ל גופא איז גארנישט קלאר אז דער השקפה שהתכלית הוא הנסיונות איז מוסכם אדער אפילו קיים אויף דער גאנג ווי עס שטייט אין געוויסע ספרים.

[איך באצי זיך צו די תגובה פאר מח שליט'ס תגובה, וואס רירט אן דער ענין מצדדים אחרים.]

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:43 pm

· #77532
אין דעס וואס עטץ זאגטס מכח די גדולים וואס האבען געהאלטן פין התבדלות.

פליז פארשטיי אז מיין גאנצע נקודה איז אז מען דארף אקצעפטרין די פאקט אז עס איז דורכגעפאלען. איז דען נישט מסתבר צו זאגען אז די אלע גדולים ווען זיי זעען יעצט וויאזוי דאס האט זיך געענדיגט, וואלטען זיי אנדערש געזאגט? ווען צען גדולים זאגען דיר א מהלך אין ביזנעס אין עס איז מיאוס אדורכגעפאלען, גייסטו טון נאכאמאל די זעלבע מהלך? אויב די וועסט עס טון, וועלן די גדולים זעלבסט דיך אנשרייען אלץ א שוטה. זיי האבען דען געזאגט זאכען בתורת נבואה?

אפשר איז די נסתרים דרכי ה' וואס די רעדסט, דאס גופא אז "משיב חכמים אחור ודעתם יסכל" ווי ביי ר' יוחנן מיט אספייניס קיסר? אין אזוי ווי דארט זאגט די גמרא אז דאס וואס ר' יוחנן האט נישט געהאט די ריכטיגע חכמה דעמאלטס, האט גורם געווען דעם חורבן ביהמ"ק, אזוי דא האט דאס גורם געווען די חורבן כלל ישראל?

נצבד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:46 pm

· #77533
דאס עצם דעבאטירען פארוואס איינער איז אוועקגעגאנגען פונעם דרך,און וויזוי עס האט זיך אים/איר אויסגעארבעט, איז נישט נאר אומעטיש נאר אויך שרעקליך טיפשות'דיג,צוליב כמה סיבות,

א' יעדער איז דאך אן אינדעווידזועל,און יעדער באזינדער האט זיך זיינע באזינדערע סיבות ,ווי למשל אונזער חתן דינן (אזוי ווי איך זעה אז ער נעמט אנטייל אינעם שמועס,קען איך אננעמען אז עס באדערט אים נישט)ווייס איך פאר א פאקט אז ער טראגט זיך ארום מיט א סוד-פארוואס ער האט עוקר געווען- וואס ער האט נאך נישט פאר קיינעם און די וועלט אנפארטרויעט,טא וואס האסטו צו חקר'נען פארוואס פארווען פארוואו,בשעת דו ווייסט נאכנישט די אלף בית?

ב' יעדער וואס פארלאזט אינז,וויל בכל אופן אנטלויפען דאס ווייטסטע שייך פון זיין עבר,סאיז נישט קיין נפקא מינה וואס זיין עבר איז געווען,צו איז דאס ווייל מ'האט אויפגעדעקט זיין דאבעל לייף,צו ווייל שלום בית,פרנסה אדער סאציאלע אישוס, וכדומה,פון זיין עבר וויל ער אנטלויפען,דו וואלטס ווען געפרעגט איינעם (ווען דו קענסט ווען) וואס שפריגט דעם ברידש ווייל ער וויל אנטלויפען פון זיך און זיין עבר,צו סהאט זיך געלוינט דאס פליען און ווערען א פאלאדשינטע,נאר כדאי צו זיך אפשאקלען פונעם עבר?
ווייל ער איז נישט געשפרינגען דעם ברידש,נאר אדורך געוואקט דעם ברידש,איז דיר יא אינטערעסאנט צו די קאסט האט זיך אים געלוינט,גלייב מיר די אלע וואס האבען צום סוף אדורך געוואקט,האבען קודם געהאט סועסיידעל מחשבות,און דעסיידעט אז דאס קענען זיי טוען שפעטער אויך,(ווי א באקאנטער מיינער האט צום סוף געטון)און יעצט אויף די מינוט וועלען זיי נאר איבערלאזען דעם עבר,און זיך אליינס יא איבערלאזען ביים לעבען,און האפען אויפען בעסטען,

ג' דו וועסט ממילא נישט אנקומען און ערגעץ מיט די גאנצע דעבאטע,ער וועט דיר נישט מודה זיין,און דו וועסט נישט מודה זיין צו אים,
דאס ענין מיטען אורחה"ק זאגט נישט גארנישט,לאמיך דיך פרעגען,דו קענסט נישט פרעגען די זעלבע שאלה פארקערט, טאמער דו טוסט חלילה א גראבע עבירה וד"ל,קען מען דיך נישט פרעגען צו די זעלבע הנאה וואס דו האסט געהאט בשעת די עבירה קענסטו אויך טרעפען במותר לך?נאך אלץ ווילסטו נישט האבען די גאנצע פעקעדש וואס די עבירה ברענגט מיט זיך, צו וואס זאלסטו טראכטען אז די מצוה (וואס ביי אים מיינט דאס גארנישט, היינט צו טאגס) פון לערנען אור החיים הק' ברענגט אים יא צו טראכטען צוריקצוקומען און אננעמען נאכאמאל "מרצונו הטוב" דאס פעקל וואס ער האט איבערגעלאזט,מיט אזוינע הארבע קאנסעקווענצען?

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:52 pm

· #77537
נצבד

א' יעדער איז דאך אן אינדעווידזועל,און יעדער באזינדער האט זיך זיינע באזינדערע סיבות ,ווי למשל אונזער חתן דינן (אזוי ווי איך זעה אז ער נעמט אנטייל אינעם שמועס,קען איך אננעמען אז עס באדערט אים נישט)ווייס איך פאר א פאקט אז ער טראגט זיך ארום מיט א סוד-פארוואס ער האט עוקר געווען- וואס ער האט נאך נישט פאר קיינעם און די וועלט אנפארטרויעט,טא וואס האסטו צו חקר'נען פארוואס פארווען פארוואו,בשעת דו ווייסט נאכנישט די אלף בית?


נאך איינער וואס ווייסט קלאר בידיעה מפי בעל המעשה דאס וואס ער האט נישט פארציילט פאר קיינער?

ועי' באשכול סמוך סיפור הגזלנים שהרגו את כולם ביער ודו"ק.

[אלא אם כן נצבד היינו בעל המעשה בעצמו]

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:54 pm

· #77538
נצבד


ווייל ער איז נישט געשפרינגען דעם ברידש,נאר אדורך געוואקט דעם ברידש,איז דיר יא אינטערעסאנט צו די קאסט האט זיך אים געלוינט,גלייב מיר די אלע וואס האבען צום סוף אדורך געוואקט,האבען קודם געהאט סועסיידעל מחשבות,און דעסיידעט אז דאס קענען זיי טוען שפעטער אויך,(ווי א באקאנטער מיינער האט צום סוף געטון)און יעצט אויף די מינוט וועלען זיי נאר איבערלאזען דעם עבר,און זיך אליינס יא איבערלאזען ביים לעבען,און האפען אויפען בעסטען,



כנ"ל.

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:57 pm

· #77539
מח שליט ווייסט שוין פונקטליך פון וועכע חדר איך קום, ס'מיר גוט...

אלנפאלס די מדינה האט נישט מחזיר בתשובה געווען דעם כלל ישראל, אראפ פון טיש, און צו עס איז אתחלתא דגאולה איז א וויכוח פאר זיך, דא איז עס א שאד די צייט.

יעצט בנוגע סוקסעס, קען זיין אז די רבנים זענען דורכגעפאלן, פארגעס נישט מ'האמיר גערעדט פון באשעפער'ס פלאן, נישט פון די רבנים, דער באשעפער'ס פלאן איז געווען אויפן יחיד נישט אויפן כלל.

אויפן גרויסן בירור, איך וועל שפעטער נאכזוכן, דאכצעך ס'איז א גמרא אין סנהדרין, אבער כאפ דיר נישט ארויף אויף דעם, נישט דאס איז געווען מיין עיקר, אוודאי קען יעדערער באשטיין אז גאנץ כלל ישראל זאל תשובה טהון, אבער די מנהיגים קענען נאר העלפן ווער עס וויל, זיי קענען נישט אוועקנעמען די בחירה, דעם באשעםער'ס פלאן.

לעיקוואוד, ווי שוין געזאגט, דער מציאות ווייזט נישט בעסער פאר די וואס גייען מיט רש"ר דרך, סא קיין ענדגילטיגע לעזונג איז עס נישט.

דעס וואס דו זאגסט בנוגע אן אנדערע פלאן פון דער וועלט עפ"י חז"ל, ד.ה. נישט בחירה בין טוב לרע, אדרבה צייכן עס צו, עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:58 pm

· #77540
לעמאן,
דו פרעגסט וועלעכע אנדער אפציע וואלט געשניטן מער פרוכט.
די שאלה איז צו דו האלטסט אז אידישקייט האט גענוג וואס צו זאגען פאר זיך (וואט טו סעי פור איטסעלף) אפי' ווען מען זעהט דעם צד השני.
מיין אפיניען איז א הילכיגער יא.
רעד איך פין א אידישקייט וואס גייט נאז אין וואנט אריין, אין פרובירט אויפצוווייזען אז די וועלט איז פונקטליך 6,773 יאר אלט? אדער פין א אידישקייט וואס פרובירט אויפווייזען אז עס איז דא שקצים ורמשים וואס ווערן געבוירען אנע זכר ונקבה [שאינם פרים ורבים כאילים], אוודאי נישט.
א אידישקייט איז א אידישקייט וואס איז אמת לאמיתו. אהן קיין איין טראפען ליגענט. מיר דארפען נישט זיין קיין שקרנים כדי צו זיין א איד. דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.
אזא אידישקייט וועלן קיין בייזע ווינטן נישט אוועקבלאזען.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:59 pm

· #77541
דאט'קאם,
איך האב נישט געמיינט צו טשעפען. עס האט זיך מיר פשוט אזוי געדאכט.
איי טעיק איט בעק. איך בין נישט אינטערסירט אפצושאצען וועלכע חדר די קומסט. ואתך הסליחה.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:06 pm

· #77545
מיין נקודה מיט מדינת ישראל, איז געווען לשיטתך. אז אויב דאס אז רוב כלל ישראל זענען געווארען גוים קענסטו אנקוקען אלס א חלק פינען אנגרייטעכטץ פינעם גרויסען בירור לפני ביאת המשיח. אויב אזוי קען מען דאך דאס אויך זאגען אויף מדינת ישראל.

לא הבנתי וואס די ענטפערסט מצד רבנים-אייבערשטער. איך זאג אז עס איז געווען א דרוכפאל, אין הנסתרות לה' אלוקינו, מיר ווייסען נאר אז מיר דארפען פרובירן אז אידישקייט זאל בלייבן, נישט אז עס זאל בטל ווערן. ניין?

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:16 pm

· #77547
DotCom


לעיקוואוד, ווי שוין געזאגט, דער מציאות ווייזט נישט בעסער פאר די וואס גייען מיט רש"ר דרך, סא קיין ענדגילטיגע לעזונג איז עס נישט.

דעס וואס דו זאגסט בנוגע אן אנדערע פלאן פון דער וועלט עפ"י חז"ל, ד.ה. נישט בחירה בין טוב לרע, אדרבה צייכן עס צו, עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן.

כאמור, אויב במציאות איז קיין איין וועג נישט בעסער, דאן אוודאי דארף מען גיין מיט רב הירש'ס וועג.

בחירה בין טוב לרע, מיט לעמוד בנסיונות, איז נישט די זעלבע זאך. און אפילו דאס איז נישט קלאר אין חז"ל. כל שכן אז לאו דווקא אז עס קומט ארויס פון דעם די מסקנה וואס דו האסט געצויגען פון דעם. אבער אריינגיין אין דאס אלץ ברויך גרויס אריכות.

גאלד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:29 pm

· #77550
אנטשולדיגט פארן אריין האקן אבער איך ליין הערשט יעצט צום ערשטן מאל דעם טאפיק,
דער פותח האשכול שרייבט אז טראץ זיין ציפרידנהייט מיטן איבערלאזן פרומקייט לעכצט ער נאך אלס נאך א אוה"ח הק' פראטיק צינאכטס,
אויב מעג איך פרעגן א נארישע פראגע,
אויב זענט איר טאקע א פרייער מענטש און איר האלט זיך נישט צוריק פון גיין בשרורית לבך, וואס האלט אייך צוריק, פראטיק צינאכטס, נאכן אהיים קומען פון באר און עסן א טשיס-בורגער זיך צו זעצן צו א שטיקל אוה"ח הק', אזוי האט איר טאקע אלע תאוות

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:31 pm

· #77551
מח שליט, יא די מנהיגים'ס אויפגאבע איז צו פראבירן, אבער זייער סוקסעס קען מען נישט מעסטן לויט די מענטשן'ס מעשים ווייל זיי קענען נישט אוועקנעמען די בחירה וואס דער אייבירשטער געט, ווילאנג זיי האבן נישט ערגער געמאכט וואלט איך עס אנגערופן א סוקסעס.

chaims » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:40 pm

· #77555
גאלד
אנטשולדיגט פארן אריין האקן אבער איך ליין הערשט יעצט צום ערשטן מאל דעם טאפיק,
דער פותח האשכול שרייבט אז טראץ זיין ציפרידנהייט מיטן איבערלאזן פרומקייט לעכצט ער נאך אלס נאך א אוה"ח הק' פראטיק צינאכטס,
אויב מעג איך פרעגן א נארישע פראגע,
אויב זענט איר טאקע א פרייער מענטש און איר האלט זיך נישט צוריק פון גיין בשרורית לבך, וואס האלט אייך צוריק, פראטיק צינאכטס, נאכן אהיים קומען פון באר און עסן א טשיס-בורגער זיך צו זעצן צו א שטיקל אוה"ח הק', אזוי האט איר טאקע אלע תאוות

איך בין נישט שלום אבער איך מיין אז די סיבה איז פשוט אז עס האט נאר א טעם ווי לאנג מען גלייבט

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:51 pm

· #77556
DotCom
מח שליט, יא די מנהיגים'ס אויפגאבע איז צו פראבירן, אבער זייער סוקסעס קען מען נישט מעסטן לויט די מענטשן'ס מעשים ווייל זיי קענען נישט אוועקנעמען די בחירה וואס דער אייבירשטער געט, ווילאנג זיי האבן נישט ערגער געמאכט וואלט איך עס אנגערופן א סוקסעס.


קען מען מעסטען די סוקסעס פין א ישיבה/ ראש ישיבה לויט די קוואליטי פין די בחורים וואס קומט ארויס פין דארט?

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:59 pm

· #77559
איבערקוקענדיג דיינע תגובות, פארשטיי איך אפשר דיין נקודה אזוי.
די זאגסט אז די מהלך פין התבדלות איז אז מכח די גרויסע נסיונות קען איך מיך נישט יעצט צופיל זארגען פאר יענעם. איך מיז מיך זארגען פאר מיר אליינס. אין סוף סוף האט יעדער בחירה. איך בין נישט מחויב אין איך טאר נישט ריזיקירען מיין נפש כדי אפשר צו ראטעווען יענעם. א בחינה פין חייך קודמים.
ממילא ווערט נישט די הצלחה געמאסטן לויט וויפיל מען האט געראטעוועט.

איך הער דיין פוינט.

אפשר קען מען נעמען דיין נקודה א טריט ווייטער, אז אפי' מיר זאלען וויסען אז די טאטעל סוקסעס רעיט וועט זיין אסאך העכער אהן התבדלות, וועט מען עס נאך אלץ נישט רעקאמענדירען. ווייל מצד איעדען יחיד קענען מיר נישט זאגען אז ער זאל זיך מער עקספויזען. ד.ה. אז דער יחיד וואס וויל האבען מער טשענס צו בלייבען איז אסאך בעסער אז ער זאל זיך האלטען ביי זיך אין נישט האבען חברים וואס זענען שוין אביסל אויף די אנדערע זייט. אפי' אז מיט דעם פארלירט מען די געלגענהייט פין צוריקברענגען נאך 10 אידן.

אינטערסאנטע פוינט.
איז דאס דיין נקודה?

קווארטין » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 8:07 pm

· #77562
און אויב איך מעג אריינהאקן א רגע, יעדער איז מודה אז ר' שר"ה איז געווען א גדול, און א צדיק, נאר זיי טענה'ן אז וויבאלד דייטשלאנד איז געווען זייער רעפארמירט האט ר' שר"ה פארשטאנען אז "דא" אין גירמאניע מוז מען נאכגעבן פארשידענע זאכן ווי למשל, לערנען לימודי חול, כ'מוז מודה זיין אז דעיס זאגיך מזכרוני פון וואס כאב אלץ צוזאם-געליינט, כ'בין נישט אויסגעקאכט אין דעטאלן, אבער פון די לעצטע פאר דפים דא קוקט מיר נישט עכט אויס אז די שרייבערס זענען יא אויסגעקאכט (אויב יא בעיט איך אנטשולדיגונג), איז, וואס איך וויל צו-קומען, כאב די אלע זאכן געליינט במשך די יארן, א סך גרויסע טענה'ן אז ווען ר' שר"ה וואלט ווען געוואוינט אין אונגארן העט ער וועין יא מסכים געווען צום טיילונג, עכ"פ.ס'קוקט אויס אז יש דברים בטענה זו, וויזוי האט דייטשלאנד אויסגעזען, און וויזוי אונגארן. מ'קען נאך מאכן א גאנצע אריכות דערפון, די דייטשע זענען געווען א סך רעפארמירט אבער מיט איין זאך, זיי זענען אן עהרן פאלק, יעקיש, יתכן אז ר' שר"ה האט געקאנט זיינע פאלקס-לייט און ער האט געוואוסט אז ס'עט נישט שאטן, וכך הוה.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 8:14 pm

· #77564
איך זעה, טייערע קווארטין, אז דו האסט געליינט איבער רשר"ה פון די "טיילוג" זייט.
פון די בריווען פון רשה"ר, זיינע ספרים, זעהט מען קלאר זיין לכתחילה'דיגען מהלך. גארנישט קיין בדיעבד.

וואס דארפסטו מער, היינט איז דאך יעדער מודה ער איז גערעכט געווען

קווארטין » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 8:23 pm

· #77565
כ'מוז מודה זיין אז זיינע בריוון האב איך נישט געזען, סתם זיינע תורות יא, איך האב נאר נאכגעשריבן וואס כ'האב געהערט נאכזאגן, און דאכטזיך אז כ'האבעס געהערט נאכזאגן בשם סאטמער'ן רבין זצ"ל. הלואי כ'זאל זיין מער באהאווענט.
און יא, די טענה איז נישט אויף לכתחילה אדער בדיעבד, די טענה איז אז אין "זיין" פלאץ, אין דייטשלאנד האטער געהאלטן אזוי "לכתחילה".

chaims » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 8:27 pm

· #77566
סאטמאר רבי האט געזאגט וואס ער האט געהאלטן און עס אריינגעלייגט אין יענעם'ס מויל

צדיקל » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 8:29 pm

· #77567
לעיקוואד
DotCom


לעיקוואוד, ווי שוין געזאגט, דער מציאות ווייזט נישט בעסער פאר די וואס גייען מיט רש"ר דרך, סא קיין ענדגילטיגע לעזונג איז עס נישט.

דעס וואס דו זאגסט בנוגע אן אנדערע פלאן פון דער וועלט עפ"י חז"ל, ד.ה. נישט בחירה בין טוב לרע, אדרבה צייכן עס צו, עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן.

כאמור, אויב במציאות איז קיין איין וועג נישט בעסער, דאן אוודאי דארף מען גיין מיט רב הירש'ס וועג.

בחירה בין טוב לרע, מיט לעמוד בנסיונות, איז נישט די זעלבע זאך. און אפילו דאס איז נישט קלאר אין חז"ל. כל שכן אז לאו דווקא אז עס קומט ארויס פון דעם די מסקנה וואס דו האסט געצויגען פון דעם. אבער אריינגיין אין דאס אלץ ברויך גרויס אריכות.


אדרבה דאס מציאות ווייזט פארקערט, כבודו פון הרב רש"ר ז"ל במקומו מונח (און להבדיל רב קוק און JB וואס זיין שיטה איז געווען אויסצולערנען צו זיין אידן אין פאריז) זייער וועג איז טויטאלע דורכפאל, פאר די מלחמה איז אידישקייט אין דייטשלאנד געווען חרוב געווען פיל מיט השכלה.

געב א קוק נאך די מלחמה וויפיל אידן פון ינעם חדר זענען געבליבן ביי אידישקייט און וויפיל פון זיי זענען אוועק פון אידישקייט, לעומת זה פון חסידישן חדר וויפי זענען דעמאלס אוועקגעפאלן.
און נאך היינט וויפיל פאלן אוועק פון היימישע חדר זעירין אינין, און וויפיל פון יענע חדר ס'פאלן אוועק.

דאס ווייזט אז דער דרך האט מצליח געווען, איי אביסל פאלן דאך אוועק אין שושנה בלי קוצים, דאס ווייזט דער דער דרך המסלולה לנו מרבותינו ואבותינו דאס ארבעט

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 8:34 pm

· #77568
קאווע,
לויט Jacob Katz' אין זיין ביך A House Divided, קומט אויס אז די פאלגענדע:

די רעגירונג האט פארלאנגט איין קהילה פירערשאפט מצד די אידן. א מענטש האט געמוזט באלאנגען צו א געוויסער רעליגיע, אידיש, להבדיל קאטויליש, פראטעסטאנטיש וכו'.
די רעפארמער האבען געוואנען רוב דעלעגאטען. אויב געדענק איך גיט שרייבט ער אז די געווינס זייערע איז געווען שלא ביושר, דהיינו די רוב זענען דעמאלטס געווען פרום. איך שיהיה, ביים ערשטען דעלעגאציא זיצונג, איז געקומען צום אוועקשטעלן די יסודות פין דעם גרויסען קהילה פאראיין, אין זיי האבען עס געוואלט אוועקשטעלן לויט רעפארמער מהלכים. דאס וואלט ממש געצווינגען פרימע אידן צו האבען רעפארמער רבנים אין רעפארמער שוחטים.
דעמאלט האבען די תלמידי חת"ס (מהר"ם שי"ק ...) פארלאנגט פין די רעגירונג אז זיי ווילען נישט האבען איין גרויסע קהילה וואס דער רוב וועט ארויפצווינגען זייער שיטה אויפען מיעוט. זיי האבען פרובירט מסביר צו זיין אז די רעפארמער זענען אן אנדער רעליגיע.
עס זענען געווען גאנץ אסאך אויפגעקלערטע סענאטארען [אדער וואס די נאמען איז נאר] וואס האבען איינגעזען די יושר פין זייער טענה.

הקיצור, די התבדלות איז באמת געווען מכח אז די פרייע האבען געוואלט ממש אוועקנעמען די פרידאם אף רעליגע פין די פרומע.
טו בי אנעסט, איך האב דאס געליינט א לאנגע צייט צוריק, סא טעיק איט וויט ע גרעין אף סאלט.

קווארטין » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 8:41 pm

· #77569
רב צדיק'ל, כ'בין נישט אזוי זיכער אין וואס איר שרייבט וועגן דייטשלאנד פארן קריג, למעשה זענען געווען זייער א סך ערליכע אידן אין דייטשלאנד, טאקע פון די פשוטי-עם, אדרבה איך האב שוין אנגעטראפן א סך אפשטאמיגע פון דייטשלאנד וואס האבן, כידוע, געהאט די זכי' געראטעוועט צו ווערן פון קריג, און א סך זיינען מודה (באהאלטענערהייט עכ"פ) אז ר' שר"ה, אז ס'איז א דאנק אים, אבער, ס'מאכט "סענס" אז דייקא אין "דייטשלאנד" האט ער עס געקאנט אזוי צוזאם-האלטן, ווייל זיי זענען יעקערס מיט פרינציפן, אדרבה זאגט מיר וויזוי ס'האט אויסגעזען א פשוטער איד אין דייטשלאנד און וויזוי ס'האט אויסגעזען (ליידער) די פשוטע אידן אין פוילן.

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 9:38 pm

· #77593
בן תמליון
שלום איך מיין אז מיר אלע קאווע שטיבל זיצערס זענען דאנקבאר אז אזא טאלאנפולער יונגערמאן ווי אייך וואס פארשטייט איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט, שרייבט דא. איך געדענק אייערע מאמרים אין די ערשטע יארן אויפן בלאג איך פלעג זיי ליינען אויף א פרי פעיד סעלל פאן איך בין ממש משוגע געווען פאר חאסידיק רעבעל. אפשר וואלט איר אונז דא איבערגעטייטשט אויף אידיש עטליכע פון זיי? איך געדענק די חסידישע מוזיק מעשה אין דעם היטש איז געווען עפעס מורא'דיק. איר פלעגט שרייבן איבער דעם רבינס טיש און וואנדערונגען אלס חסיד אין נישט אידישע פלעצער וכדומה אלע זענען געווען אויסערגעווענטליך.

אגב אויב איך מעג פרעגן. ווי איך פארשטיי האט איר באקומען א קאנטראקט אויף א בוך וואס וועט הייסן שייגעץ (?), קענט איר אונז מיטטיילן אביסל וואס דער אינהאלט וועט זיין און ווען קומט עס ארויס?

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 9:46 pm

· #77595
איך פארשטיי נישט ווי אזוי דער טיילונג קומט דא אריין. די ניינציג פראצענט פון כלל ישראל זענען אפגעפארן אסאך פאר דעם טיילונג, דער טיילונג איז געווען כדי די ביסל פרומע אידן וואס האבן זיך געהאלטן ביי אידישקייט זאלן נישט נשפע ווערן. טייל האבן געהאלטן אז מען זאל אינגאנצן אפהאקן מיט די האלב פרייע אידן און מאכן אן עקסטערע קהילה, (כתב סופר, מהר"ם שיק), און אנדערע האבן געהאלטן אז מען זאל נאכאלס בלייבן אין איין קהילה אפילו עס געפינען זיך אידן וואס זענען נישט שומרי תורה ומצוות כ"ז זיי צווינגען נישט ארויף זייערע אנשויאונגען, דאס איז געווען די שטאטוס קווא (הרב פערל, הרב גלאזנער, ועוד). נישט די טיילונג האט נישט מצליח געווען, אידישקייט האט נישט מצליח געווען. כדי אידישקייט זאלן אנהייבן מצליח זיין האט מען איינגעפירט א מח אויסוואשונג און טעראר מיטלען וואס גייען אן ביז'ן היינטיגן טאג, און דאס איז ב"ה מצליח אין גרויסן, אזוי ווי אין נארט קארעא און כינע.
אגב, רש"ר איז כידוע געווען דער ערשטער צו איינפירן דעם טיילונג אין דייטשלאנד.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:48 pm

· #77620
סוי ר׳ יאיר, האט די טיילונג גערעטעט די צעהן פראצענט אדער ניין? איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן וועגן צוואנג און טעראר....

מיינסט דעם כפה עליהם הר כגיגית שבכל דור ודור, דעם אני מעמיד לכם מלך קשה כהמן, דעם ורבצה בו האלה, דעם חמת קרי, דעם ועצר את השמים, דעם אם בחוקותי תמאסו און די ביטערע עונשים?

יא, ליבע ברודערלעך, זינט מתן תורה זענען מיר יידעלעך, נשמות-אדער עלטערן און מכח האבות-אריין אין א בונד מיטן רבוש״ע, מיר האבן זיך אונטערגענומען צו היטן ׳כל אשר דבר השם׳ דורך שרייען ׳נעשה ונשמע׳ און דורך דעם ׳שם תהא קבורתכם סטראשע׳ אזוי צו אזוי האט רועינו משה ע״ה באפעסטיגט דעם צוזאג מיט שפריצן שפרענג בלוט אויף אלע אידן אינאיינעם. שפעטער איז קלאר אנגעזאגט געווארן אז אויב וועט מען זיך דערוואגן ארויסצוטרעטן קעגן די תורה און אירע געבאטן וועט זייער זייער נישט טויגן, יא, מיט צוואנג און טעראר מוז מען ממילא...נאר די וואס האבן שכל ודעת שרייען ווייטער נעשה ונשמע! און אזוי ארום האלט זיך דאס יידישקייט דורכאויס אלע דורות

פארשטייט זיך, אז במשך הזמן פון תיכף נאך דעם גרויסן בונד, מיטן עגל, ביז ימינו אלה מאכט זיך פעלער אמאל גרעסער אין צאל, אמאל גאנצע קהלות און אמאל יחידים וואס ווידערשפעניגן, נא, נישט געפערליך יבא אליהו וישיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם במהרה

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 11:01 pm

· #77624
לעמאן דזשוס
סוי ר׳ יאיר, האט די טיילונג גערעטעט די צעהן פראצענט אדער ניין? איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן וועגן צוואנג און טעראר....

דאס איז א שיינע היסטארישע שאלה, אבער דאס איז אינגאנצן נישט נוגע פאר אונז. מיר האבן ב"ה נישט קיין אפענע מחללי שבת אין אונזערע בתי מדרשים, און מיר האבן נישט פון וועמען זיך צו מתבדל זיין. (אגב, פאר די מאדערן ארטאדאקס איז עס ליידער יא נוגע). אונזער נידון איז ווי אזוי מען וועט אפהאלטן פרומע אידן פון אראפגיין פון וועג, און אויף דעם איז נישטא קיין קלארער ענטפער. מען איז אייביג אראפגעגאנגען פון וועג, און בדרך הטבע וועט מען ווייטער אראפגיין פון וועג. אויסער דארט וואו מען נוצט ברעין וואשונג, ווי למשל איינרעדן די קינדער פון קליינערהייט אן אז די וואס גייען אראפ פון וועג זענען אלע אן אויסנאם נידריגע בעלי תאווה וואס וועלן סייווי צוריקקומען, אדער טעראר, ווי למשל ארבעטן צו אפהאקן דער קשר צווישן קינדער מיט זייערע עלטערן וואס זענען אראפ פון וועג.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 11:04 pm

· #77625
נייע אספעקט פון די אוטידי
וואס איך ווידער מיר אייביג אויף די אוטידי איז, פארוואס דארפסטו ווערן א כופר באלקי ישרא׳, עסן נבילות וטריפות, מחלל זיין שבת בפרהסיא, און טייל מאל מחלל זיין השם מסוף העולם ועד סופו

עס קוועטשט דיר פארמאכטקייט, עס דרוקט דיר דאס ענגשאפט אין מחשבה, ווילסט נישט גלויבן אז זעקס טעג פון בריאה שליסט נישט אויס עוואלוציע, ווילסט זיין א ברייטער, אפענער, און הנאה האבן פון קולטור, און קונסט?

בלייב א איד, נאמן לשם ולתורתו הקדושה והטהורה, ציה דיך ארויס פון היימישן שטעטל, כאפ דיר אריבער קיין מאנהעטטען אין וויי יא אדער קיין ישראל ביי די ברייטע מזרחי׳ניקעס און שליס אן א קשר מיט א ראש ישיבה דארט, זיי מקבל לקח מפיו און לעב א פרייליך כשר צופרידן לעבן, טאנץ פאר ג׳ט ארוממימך השם כי דיליתנו, גיי אפילו קיין לאס אנדזשעלעס און פריי דיך מיט די יאנג איזראעל יידעלעך און העכסענס העסטו אויך פראווען א טענגסגיווינג פארטי מיט טורקי ראלל, סוי וואט

אבער לייקענען אין א העריטעדזש, א מסורה וואס האט געקאסט ימ׳ען יידיש בלוט, טייכן יידישע טרערן, לייקענען אינעם מזבח וואס האט אויף זיך מקריב געוועהן אזויפיל יידישע נפשות פאר ג׳ט, סתם ווייל עס שטערט דיר דאס פארקנאקטקייט?

עס גייט מיר נישט אין קאפ

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 11:53 pm

· #77631
דו פרעגסט א גוטע קשיא, אבער נאר אויב דער OTD איז טאקע נאר ברוגז אויף די פארקנאקטקייט. שלום דיען, פון די אנדערע זייט, האט געזוכט, געפארשט, געפרעגט, געליינט, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז דער בעסטער וועג ווי אזוי ער וועט קענען אויסנוצן זיין לעבן איז אזוי ווי ער פירט עס היינט, און די אידישע רעליגיע גיבט א בחירה פאר יעדן מענטש, אפגעזען צו ער איז גערעכט אדער נישט. מען קען נישט מחייב זיין א מענטש צו אפהיטן הלכות אין וואס ער גלייבט נישט, נישט קיין חילוק וויפיל זיינע עלטערן האבן זיך מוסר נפש געווען דערפאר, און מען קען אים אודאי נישט מחייב זיין פאר'ן נישט גלייבן דערין.
שטעל דיך פאר ווען אברהם אבינו האט מחליט געווען צו איבערלאזן זיינע געטשקעס און דינען דעם איינציגן באשעפער, וואס האבן זיינע שכנים געזאגט? א מין רשעות'דיג קינד, ווי אזוי קען ער איבערלאזן אלע געטשקעס וואס גיבן אונז עסן, רעגן, זון שיין, און וואס נישט. אז דו ווילסט זיך נישט בוקן צום געטשקע, מילא. אבער וואס דארפסטו גיין צוברעכן אלע דיינע פאטער'ס געטשקעס און אים ברענגען אזעלכע צער און בושות? און לאמיר שוין נישט רעדן פון אביסל מענטשליכקייט!
איך בין ח"ו נישט מדמה די אידישע רעליגיע צו להבדיל אלף הבדלות די געטשקעס, אבער אזוי פיל ברענג איך ארויס: יעדער דארף זיך פירן לויט ווי אזוי זיין שכל דיקטירט, אדער לויט ווי דער שכל פון די מענטשן וועמען ער טראסט. העריטעדזש און יימ'ען אידיש בלוט טאר נישט פארנעמען א טייל אין דער מח פון א שכל'דיגן מענטש לגבי פירן זיין לעבן.

בדחן » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:00 am

· #77633
ביסט א מיסיאנער וואס זאגט אז מען מוז נישט בלייבן א איד אויב מען וויל נישט??

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:11 am

· #77635
ר׳ יאיר איר זייט נישט גערעכט, כמבואר לעיל בדברי בענין הברית

יאיר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:13 am

· #77636
לעמאן דזשוס
יא, ליבע ברודערלעך, זינט מתן תורה זענען מיר יידעלעך, נשמות-אדער עלטערן און מכח האבות-אריין אין א בונד מיטן רבוש״ע, מיר האבן זיך אונטערגענומען צו היטן ׳כל אשר דבר השם׳ דורך שרייען ׳נעשה ונשמע׳ און דורך דעם ׳שם תהא קבורתכם סטראשע׳ אזוי צו אזוי האט רועינו משה ע״ה באפעסטיגט דעם צוזאג מיט שפריצן שפרענג בלוט אויף אלע אידן אינאיינעם. שפעטער איז קלאר אנגעזאגט געווארן אז אויב וועט מען זיך דערוואגן ארויסצוטרעטן קעגן די תורה און אירע געבאטן וועט זייער זייער נישט טויגן, יא, מיט צוואנג און טעראר מוז מען ממילא...נאר די וואס האבן שכל ודעת שרייען ווייטער נעשה ונשמע! און אזוי ארום האלט זיך דאס יידישקייט דורכאויס אלע דורות

פארשטייט זיך, אז במשך הזמן פון תיכף נאך דעם גרויסן בונד, מיטן עגל, ביז ימינו אלה מאכט זיך פעלער אמאל גרעסער אין צאל, אמאל גאנצע קהלות און אמאל יחידים וואס ווידערשפעניגן, נא, נישט געפערליך יבא אליהו וישיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם במהרה

לעמאן דזשוס
ר׳ יאיר איר זייט נישט גערעכט, כמבואר לעיל בדברי בענין הברית

דער ברית און די תוכחה זענען צווישן דעם באשעפער און די אידן, נישט צווישן לעמאן דזשוס און שלום דין.

יאיר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:19 am

· #77638
מוח שליט
לעמאן,
דו פרעגסט וועלעכע אנדער אפציע וואלט געשניטן מער פרוכט.
די שאלה איז צו דו האלטסט אז אידישקייט האט גענוג וואס צו זאגען פאר זיך (וואט טו סעי פור איטסעלף) אפי' ווען מען זעהט דעם צד השני.
מיין אפיניען איז א הילכיגער יא.
רעד איך פין א אידישקייט וואס גייט נאז אין וואנט אריין, אין פרובירט אויפצוווייזען אז די וועלט איז פונקטליך 6,773 יאר אלט? אדער פין א אידישקייט וואס פרובירט אויפווייזען אז עס איז דא שקצים ורמשים וואס ווערן געבוירען אנע זכר ונקבה [שאינם פרים ורבים כאילים], אוודאי נישט.
א אידישקייט איז א אידישקייט וואס איז אמת לאמיתו. אהן קיין איין טראפען ליגענט. מיר דארפען נישט זיין קיין שקרנים כדי צו זיין א איד. דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.
אזא אידישקייט וועלן קיין בייזע ווינטן נישט אוועקבלאזען.

לויט דיר וואלט געדארפט אויסקומען אז אין די חסיד'ישע קרייזן, וואו מען גייט די מערסטע מיט'ן קאפ אין וואנט, זאל אוועקפאלן די מערסטע, בעת אין די מאדערן ארטאדאקס קהילות, וואו מען לערנט נישט די שקרים וואס דו רעכנסט אויס, זאל אוועקפאלן דאס ווייניגסטע. די טרויעריגע מציאות איז אבער פונקט פארקערט.

בונעס איירעס » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:39 am

· #77642
פארוואס ברויך יעדעס אשכול פארן אוועק פונעם ריכטונג... דאס מאטערט אפ אומזינסט

מאכט א אשכול פאר השכלה און דעם טיילונג אין אונגארן, מעהמיר אלע אהין קומען א פיינע נושא מיט חומר און צדדים אסאך... אבער דא ווילן מיר וויסען די מאטיוון פון או טי די

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:21 am

· #77649
יאיר,אויך מיר א בחירה.
קענסטו טון וואס די ווילסט אבער אויב די פאלגסט נישט די תורה אק איך דיר אן דיינע ביינער. וואסארא בחירה איז דאס?

יאיר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:28 am

· #77652
א גוטע קשיא. אבער דאס איז וואס שטייט אין פסוק ביים ברית צווישן הקב"ה און די אידן:
הַעִידֹתִי בָכֶם הַיּוֹם אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ: הַחַיִּים וְהַמָּוֶת נָתַתִּי לְפָנֶיךָ, הַבְּרָכָה וְהַקְּלָלָה; וּבָחַרְתָּ בַּחַיִּים, לְמַעַן תִּחְיֶה אַתָּה וְזַרְעֶךָ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7