☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ר' חיים היילפרין והמסתעף

ר' חיים היילפרין והמסתעף

245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2563
בלאט: 1 2 3 4 5

boxcover » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:35 am

· #91306
אין מיין וועלטעלע איז עס אויך אין די ענגלישע שפראך, אבער עס איז נאך אלץ נישט געשריבן כדי עס צו פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. דאס וואס דו זאגסט אז גוים, פאלאטישאנס און פאליציאנטן לייענען דארט, קען זיין אז ס'איז אמת, אבער דאס טוישט נישט די מטרה פון די זייטל.
איי וועסטו פרעגן וואס גייט מיך אן די מטרה; די פאקט (אז גוים לייענען אונזער שמוץ) איז די פראבלעם? כבר כתבתי אז די ענטפער פארדעם איז ביטע שיסט נישט דעם שליח. טא זיי נישט ברוגז אויף דער וואס פארציילט (כאטש עס וואלט געווען א תועלת ווען דער גוי ווייסט ווייניגער), און זיי שוין ברוגז אויף דער וואס פראדוצירט די שמוץ!

טעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:42 am

· #93596
פון בחדרי:
המשטרה הודיעה לרב הלפרין כי נאסר עליו לצאת מביתו מהשעה 22:00 בלילה ועד ל-6 בבוקר. בנוסף, יהיה עליו להתייצב בתחנת המשטרה חמש פעמים בשבוע, כדי לוודא שאין בכוונתו להימלט מהחקירה.

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=51786">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=51786</a>

הדד בן בדד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:15 am

· #94184
boxcover
אין מיין וועלטעלע איז עס אויך אין די ענגלישע שפראך, אבער עס איז נאך אלץ נישט געשריבן כדי עס צו פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. דאס וואס דו זאגסט אז גוים, פאלאטישאנס און פאליציאנטן לייענען דארט, קען זיין אז ס'איז אמת, אבער דאס טוישט נישט די מטרה פון די זייטל.
איי וועסטו פרעגן וואס גייט מיך אן די מטרה; די פאקט (אז גוים לייענען אונזער שמוץ) איז די פראבלעם? כבר כתבתי אז די ענטפער פארדעם איז ביטע שיסט נישט דעם שליח. טא זיי נישט ברוגז אויף דער וואס פארציילט (כאטש עס וואלט געווען א תועלת ווען דער גוי ווייסט ווייניגער), און זיי שוין ברוגז אויף דער וואס פראדוצירט די שמוץ!


איך האף אז דו האסט נישט אמת'דיג געמיינט וואס דו האסט דא געשריבן, איך בין דיך דן לכף זכות. ווייל אויב יא, דאן פארשטיי שוין דעם מסור פון די מעשה ביכל'עך פון דערהיים און זיי נישט ברוגז אויף אים, נאר ענדערש אויף די וואס האבן געטוהן די מסברויכן. און אזוי אויך זאלסטו פארדאמען דעם שולחן ערוך וואס רעדט גאר שארף אויף מוסרים, ענדערש זאל מען ברוגז זיין אויף די וואס באגייען די עוולות און נישט אויף די מוסרים.

פון הלכות לשון הרע קען מען דאך אינגאנצן פארגעסן, וואס הייסט, יענער האט דאך געטוען, און דו האסט טענות אז איך זאג נאר? שיס נישט דעם שליח...

boxcover » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:38 pm

· #94427
האָ האַ. א פארמישונג פון ווילדע חיות. דזשאסט קידינג.

איך בין נישט באַקאַנט מיט די מסור פון די מעשה ביכל'עך פון דערהיים, סא איך פארשטיי נישט די פליק. אבער נישט גע'דגאה'ט: איך נעם עס אן עניוועי. ווער האט דערקלערט אז שרייבן אויף די וועב איז מסירה? דו? נישט גענוג.

הלכות לשון הרע. א נייע מאנטל? סארי, שוין באניצט ביי אנדערע פאליטיקס. זאג נאר, אזוי אגאנץ יאהר האלסטו זיך איין פון לשון הרע, אדער נאר קעגען שלעכטע ביסטו מקפיד? עניוועי, די גמרה דרש'נט אויף פסוק לא תלך רכיל בעמיך, אז נאר בעושה מעשה עמיך, און ווי דוד המלך ע"ה זאגט שוין משנאיך ה' אשנא. ס'ווערט אויך אזוי גע'פסק'נט אין ספר שמירת הלשון (כלל ח' סעיף ה' און ווייטער).

כ'פארשטיי אז ס'איז אויך דא אן אנדערע זייט צו די מטבע, עכ"פ דיין האקן פעלט נישט אויס.

הדד בן בדד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:26 pm

· #94597
וואס הייסט האקן, מען רעדט פון א מענטש, וואס בעד בצע כסף לייגט ער ארויס אונזער גאנצער שמוץ פאר יעדן גוי צו ליינען און נוצן קעגן אונז. אין אזא פאל איז זייער נאריש צו זאגן שיס נישט דעם פאסט טרעגער. ניין מען טאר נישט ארויסטראגן די שמוציגע וועש ווען עס קען שטארק שאדן טוהן. ניין, איך בין ליידער נישט אזוי נזהר אין די דינים פון לשה"ר און רכילות, אבער פון דעם ביז גיין וואשן אינזער שמוץ וועש אין פאבליק פאר אלע גוים, איז פאלג מיך א גאנג.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:33 pm

· #94602
הדד
זאזויגוט, ברענג ארויס דיין שיטה אין די מעשה. האלסטו אז יש דברים בגו (ברב) און די מעשה איז אפשר אמת, נאר ווייל עס גייט אין די פרעסע איז א מצוה מכחיש צו זיין מכל וכל, וכעין מעשה דסומאטאכע?

אדער איז פשט אז דו האלסט באמת אז די מעשה איז קיינמאל געשעהן?
אויב כדרך האחרון, פון ווי ווייסטו?

הדד בן בדד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:46 pm

· #94614
איך ווייס נישט וואס איז געווען, אין אפוטרופוס לעריות גייט אויף יעדעם איינעם נישט קיין חילוק וויזוי ער הייסט און פון ווי ער שטאמט אדער וואס זיין אקופאציע איז, אבער צו זאגן אז איך ווייס קלאר איין וועג אדער אן אנדערן קען איך נישט.

אבער אלעס האט א גבול. איך רעד נישט פון א פאל אז עס איז פיקוח נפש און מען האט שוין אלעס געטרייט. מיר זענען אידן, מיר זענען נישט גוים, און מיר האבן א באשעפער וואס מיר גלייבן אז ער פירט די וועלט (אויב נישט, דעמאלס זענען מיר טאקע גארנישט בעסער פון די טרייבס אין אפריקע), און אויב ער פירט די וועלט און מיר גלייבן אין אים אפילו אביסל, איז דא וועגן וויזוי צו פירן א מערכה, בפרט אויב דיין גאנצע מאטיוו איז כבוד שמים.

איך האב נייעס פאר דיר, עס איז דא א שיינער איד וועלכער קומט מיר זייער אסאך געלט (מטעמי גילוי וויל איך נישט געבן מער פרטים), און דער שאדן וואס איך האב געהאט פון דעם וואס ער האט מיר נישט באצאלט איז אומשאצבאר און אויך אין א געוויסן זין אומפארריכטבאר (ווען ער זאל מיר היינט באצאלן דעם גאנצן חוב קען איך נישט פארעכטן דעם שאדן וואס איך האב געהאט), און איך וואלט געקענט אננעמען ווילדע שריט ער זאל מיר באצאלן, אבער איך האב מחליט געווען אז עס איז דא זאכן וואס איך וועל נישט טון. אפילו איך בין גערעכט. איך מעג עפעס לאזן פארן באשעפער אויך.

בקיצור, צו ר' חיים היילפערין איז שולדיג אדער נישט ווייס איך נישט און דו אויך נישט, אבער דער וועג ווי מען איז לוחם אין אים איז זיכער נישט אויסגעהאלטן, בפרט ווען די לוחמים זענען מענטשן מיט אינטערעסן.

און בכלליות גערעדט, קען מען נישט זאגן אז מען מעג שרייבן און זאגן וואס מען וויל, אן זיך רעכענען מיט די תוצאות. מען קען נישט אנלייגן דעם שולד אויף דעם וואס האט געטון דעם עוולה. כ'מיין, לפי זה, קען מען אפילו ביי קמצא ובר קמצא זאגן, יענער האט דאך נאר געזאגט, ווידער אים האט מען דאך ארויסגעווארפן, יענער האט דאך געטוהן, שיס נישט דעם פאסט טרעגער.

boxcover » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:20 pm

· #94642
איחוד פעלד
הדד בן בדד
וואס הייסט האקן, מען רעדט פון א מענטש, וואס בעד בצע כסף לייגט ער ארויס אונזער גאנצער שמוץ פאר יעדן גוי צו ליינען און נוצן קעגן אונז. אין אזא פאל איז זייער נאריש צו זאגן שיס נישט דעם פאסט טרעגער. ניין מען טאר נישט ארויסטראגן די שמוציגע וועש ווען עס קען שטארק שאדן טוהן. ניין, איך בין ליידער נישט אזוי נזהר אין די דינים פון לשה"ר און רכילות, אבער פון דעם ביז גיין וואשן אינזער שמוץ וועש אין פאבליק פאר אלע גוים, איז פאלג מיך א גאנג.



הדד
זאזויגוט, ברענג ארויס דיין שיטה אין די מעשה. האלסטו אז יש דברים בגו(ברב) און די מעשה איז אפשר אמת, נאר ווייל עס גייט אין די פרעסע איז א מצוה מכחיש צו זיין מכל וכל, וכעין מעשה דסומאטאכע?

אדער איז פשט אז די האלסט באמת אז די מעשה איז קיינמאל געשעהן. אויב כדרך האחרון, פין ווי ווייסטו?

עט ער דאך דאס מכחיש זיין, אלא מאי...

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:14 pm

· #94671
הדד בן בדד

איך האב נייעס פאר דיר, עס איז דא א שיינער איד וועלכער קומט מיר זייער אסאך געלט ....................

אפילו איך בין גערעכט. איך מעג עפעס לאזן פארן באשעפער אויך.




איך וואלט געזאגט אז די סיבה וואס די האסט עס נישט געטוהן, איז ווייל עס איז באמת שווער צו גיין קעגען א שיינער איד, איך האב עס אויך געהאט, און איך בין יא געגאנגען קעגען, און ס'איז נישט געוועהן לייכט. דער חשבון פין לאזן עפעס פארן באשעפער איז באמת נישט קיין ריכטיגער חשבון ווען מען האט נאך עפעס וואס מען קען טוהן. מען טאר אפילו נישט זיין א מוסר דין לשמים, ווי די גמרא זאגט.


דא ביי דער מעשה, הגם איך ווייס אויך נישט וואס איז אמת, איז אבער פאר די וואס גייען יא אין קארט קעגן אים איז עס בכלל נישט ווייל זיי ווילען, נאר ווייל זיי מוזען, מען לייגט זיי אהן זייער אסאך פרעשור זיי זאלען זיין שטיל, נישט נאר די פרויען, נאר הם ובניהם ובנותיהם. עס איז נישט קיין סוד, און דאס ווייסט יעדער אז רח"ה ברודער רודערט ווי א קאץ אין זאק און שטעלט זיך פאר גארנישט אפ. אשר ע"כ ווען זיי האבען מחליט געוועהן צו מאכען א סוף צו דער סטראשעריי, איז נישטא קיין סיבה נישט צו טוהן וואס מען דארף און גיין צו דער פאליציי. און זארג נישט, לכאורה ווען רח"ה גארנישט געשעהן אין דער ענדע, דער פאליציי וועלען אים אפלאזען, אבער איין זאך באקומען די וואס האלטען פארקערט, מנוחה.

ודי למבין » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:23 pm

· #94675
הדד בן בדד


איך האב נייעס פאר דיר, עס איז דא א שיינער איד וועלכער קומט מיר זייער אסאך געלט (מטעמי גילוי וויל איך נישט געבן מער פרטים), .


גם אני בחלומי, איך האב אים שוין מוחל געווען, איך האף די זכות וועט מיר ביישטיין

הדד בן בדד » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:18 am

· #94778
איחוד, איך בין נישט היינט געבוירן, און איך בין נישט אזא שיפע זיבעלע ווי עס קען אפשר אויסקוקן, איך האב שוין מער ווי איין שיינעם איד צוגעפיקסט. אבער עס זענען געווען צוויי סיבות, איינס ווייל דעמאלס איז ער פלעין און גראב געווען א חי' רעה, און צווייטענס, והוא העיקר, אז איך בין נאך דעמאלס געווען אסאך אינגער.

אבער היינט פארשטיי איך אנדערש, איך קען מיך מיט יענעם פארמעסטן, און אים גוט צופיקסן (אוודאי קען איך נישט טוהן אלעס, ווייל ווי דו זאגטס, איז דאך יענער א שיינער איד, אבער עס זענען נאך געבליבן גענוג זאכן וואס איך קען אים צופיקסן) אבער איך האלט נישט אז דאס איז דער וועג. און ערליכע אידן האבן מיך מחזק געווען אז איך טוה ריכטיג מיט דעם און אז דער באשעפער וועט קער נעמען פון מיר.

און איך האלט דא די זעלבע זאך. די חברה וועלכע זענען קעגן אים האבן קליפ און קלאר אנדערע מאטיוון, און שרייען אז זיי האבן נישט קיין ברירה איז נארישקייטן, און אפילו נאך ווען מען שרייבט בפירוש אויף קאווע שטיבל אז עס איז ידוע לכל, איז עס נאך נישט געווארן אזוי, און וועטעווער איז יא געווארן, איז אויך נאר געווארן נאך וואס דו האסט אנגעהויבן א מלחמה קעגן אים.

סייווי, זעהט מיר נישט אויס ווי איינער גייט דא טוישן זיין דעה, עס זענען דא וואס האלטן אז יעדער שיינער איד איז אויטאמאטיש בחזקת מאלעסטער, און ממילא איז אלעס אויסגעהאלטן אים אפצושטעלן. איך האלט נישט אזוי.

מאיר_וואלף » זונטאג מערץ 10, 2013 3:15 am

· #95101
יא יא, איך האלט אויך אזוי, אז דער וועג ווי מען איז לוחם אין אים איז נישט אויסגעהאלטן, בפרט ווען די לוחמים זענען מענטשן מיט אינטערעסן

אבער פון די אנדערע זייט, די וואס זענען יעצט די נרדפים, ווען זיי זענען בייאויפטראג צו נעמען קער, זענען זיי ליידער גאר נישט בעסער

נאך אלץ טוט עס נישט בארעכטיגען

וועפערייזער » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:10 pm

· #99022
א שטיקל ר' חיים סטענסיל...
גמרא.jpg

קאמפיאטער » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:14 pm

· #99024
לפע"ד באלאנגט עס נישט דא מלפני.

בדחן » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:30 pm

· #99026
עס באלאנגט בכלל נישט אין שטיבעל, מילא אין לאנדען איז דא געציילטע וואס האבן אינטערסן און זיי פארדינענן פון די מחלוקה,
אבער דא און אמעריקא האבן מיר נישט קיין שום רוויח פון זיך ווייקען און יענעם׳ס בלוט, אמת צו נישט אמת איז אירעליווענט.

ניו יארק » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:51 pm

· #99042
עס מאכט זייער קלאר ווער עס איז אקעגען וועם.
שעמען זאל זיך דער שרייבער פון יענע פאשקעוויל.

וואלפה » פרייטאג מערץ 29, 2013 9:37 am

· #100346
הגה"צ המקובל רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א שנמצא כעת בגאלדרס גרין. אמר כעת דהעלילה שהמציאו הרבנים בג"ג נגד הגה"צ רח"ה שליט"א הוא עלילת דם ונובע מקנאה ושנאה. וכל מי שגורם איזה צער לרח"ה או למתפלליו ח"ו ידע שהוא משים את חיי נפשו ואת חיי משפחתו בסכנה. ויש חרון אף גדול בשמים על ששפכו דם נקי.

shefele » פרייטאג מערץ 29, 2013 2:03 pm

· #100375
וואלפה
הגה"צ המקובל רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א שנמצא כעת בגאלדרס גרין. אמר כעת דהעלילה שהמציאו הרבנים בג"ג נגד הגה"צ רח"ה שליט"א הוא עלילת דם ונובע מקנאה ושנאה. וכל מי שגורם איזה צער לרח"ה או למתפלליו ח"ו ידע שהוא משים את חיי נפשו ואת חיי משפחתו בסכנה. ויש חרון אף גדול בשמים על ששפכו דם נקי.

פלא והפלא! הגרי"מ האט געזאגט ממש די זעלבע ווערטער אויף כ"ק אדמו"ר מ'שומרי אמונים-בית שמש שליט"א!
וד"ל

לעיקוואד » פרייטאג מערץ 29, 2013 3:23 pm

· #100386
הגרימ"מ שליט"א איז א יוד וואס האט אין זאך אזא מין משונהדיגער תמימות אדער נאיווישקייט. ער איז נישט מסוגל צו זעהן שלעכטס אדער בכלל אנקוקען א זאך מיט א בקורת'דיגער קוק. אפשר בדומה צו דער בעלזאר רב ז"ל. ער קען פשוט נישט כאפן אז א יוד, און כל שכן איינער מיט א הדרת פנים א רב וכו', זאל האבען געזינדיגט. ויש בדבר זה מעלות וחסרונות, עכ"פ דאס איז זיכער אז צו דער נארמאלער שאלה צו רח"ה האט יא אדער נישט האט דאס גארנישט צוטוהן.
אדער אויף זיין שפראך, אין דער ערך אדער בחינה פון מורגנשטרן איז ער גערעכט אז סאלץ אן עלילה וכו', דאס זאגט אבער גארנישט אויף די אנדערע בחינות. און אוודאי נישט אויף די א"ק ואבי"ע דקאווע שטיבל.

איחוד פעלד » מוצ"ש מערץ 30, 2013 9:25 pm

· #100465
אויב זעהט ער נישט קיין שלעכטס אויף קיין איד, איז וויאזוי קען ער זאגען אז אנדערע אידען מאכען אן עלילה אויף א צווייטער איד???

וצע"ג.

לעיקוואד » זונטאג מערץ 31, 2013 1:00 am

· #100521
א גוטע קשיא. נישט נאר אויף דעם נאר אויך באופן כללי. זעהט אויס אז צו מאכען אן עלילה איז א קלענערע עבירה ווי צו טוהן דאס וואס מבאשוולדיגט רח"ה מיט, איז ענדערש גלייבט ער אז איינער האט געמאכט אן עלילה ווי אז רח"ה איז שולדיג.
אדער אפשר האט ער נישט באמת געזאגט אזוי שארף און מסתמא איז ער דן לכף זכות אויך די מחדשי העלילה. ער ווארנט נאר אן אז אונז קליינע מענטשען זאלען זיך נישט מישען אין די מחלוקת שבין הצדיקים..
אליבא דאמת איז די גאנצע שיטה פון כלומר'שטע תמימות וואס ער איז מבטא, וואס איז נישט וייט ווי דיר אפיציאלע שיטה פון חרדיות, אפגעפרעגט אינגאנצען וועגן דער איפה ואיפה וואס עס איז דא אין דעם. וייל י זעלבע נאאיווישער אמונה וואס מאכט עם נישט גלייבן אז א יוד מיט א געוויסע סארט בארד זאל זינדיגען מאכט עם אויך נישט גלייבען אז איינער מיט א צוייטער סארט בארד זאל אמאל טוהן א גוטע זאך.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 9, 2013 7:34 pm

· #103037
מסתמן: המשטרה תסגור את תיק פרשת הלפרין
בלעדי • לקראת סוף השבוע עומדת משטרת לונדון להכריע בתיק החקירה נגד הרב חיים הלפרין • מסתמן: המשטרה תסגור את התיק בשל אי שיתוף פעולה של המתלוננות
יואל קוריץ, בחדרי חרדים 20:11 09/04/2013
תגיות: לונדון, הלפרין, משטרה, עדות, בית דין

1

הרב חיים הלפרין. צילום ארכיון
המשטרה הבריטית תמסור עד סוף השבוע את החלטתה בפני בית המשפט, אם היא מחליטה להעמיד לדין את הרב חיים הלפרין - ראש קהילת 'דברי חיים', אחיו הרב דוד הלפרין - ראש קהילה בשכונת הנדן, ושני העסקנים, גבריאל אסט - מראשי ארגון 'השומרים' בגולדרס גרין, ואלכסנדר שטרום.

באפשרות המשטרה לקבל את ההחלטה עד יום חמישי הקרוב, כפי שקבע בית המשפט.

עד כה העדים המרכזיים סרבו להעיד במשטרה נגד הרב הלפרין, ובשל כך ההערכה היא שתיק החקירה ייסגר והחשודים ששהו ימים ספורים במעצר, ישוחררו ללא תנאים.

עוד בנושא:
• דרמה בגולדרס גרין • המשטרה עצרה את הרב חיים הלפרין, אחיו ושני עסקנים
• הבלוג נגד הלפרין אולץ למחוק פרסומים ותגובות
• גוגל חויבה לחשוף: מי מכפיש את הרב הלפרין
• הדיינים התכנסו: מה יוכרע בפרשה הקורעת את אנגליה?
• הוחלט: אלו הדיינים שידונו בפרשת הלפרין
• כשאח נגד אח • פרשת הלפרין: מאבק משפחתי לסילוק האח
• פרשת הלפרין: "מחלישים חומר האיסור של עריות"
• פרשת הלפרין: דבר הגרפולוג והמומחה האלטרנטיבי
• פרשת הלפרין: קהילת 'דברי חיים' נזרקה מ'כדתיא' - והוחזרה • המכתבים
• הוקם בית-דין מיוחד: יכריע בפרשה שמסעירה את לונדון
• פרשת הלפרין: גאב"ד מאקווא תוקף את בן האדמו"ר מסדיגורא
• הגר"א הלפרין: "מי שידו במעל, לא ינצל מגיהנום"
• דרמה בלונדון: הגר"א הלפרין ובנו התפטרו מתפקידיהם

הארבעה נעצרו לפני חודש וחצי בחשד למעורבות בפרשה המסעירה את הרחוב החרדי מזה 7 חודשים.

הרב חיים הלפרין, בנו של הגאון רבי אלחנן הלפרין מבכירי רבני אנגליה החרדים, נחשד בפגיעה והתעללות בנשים שהגיעו אליו לייעוץ בענייני שלום-בית. שלושת העצורים האחרים חשודים בשיבוש הליכי משפט.

כעבור 36 שעות ממעצרם שוחררו הארבעה בערבות כספית ובתנאי שיתייצבו לחקירה בכל זמן שיידרשו.

דייני בית הדין המיוחד שהורכב לעסוק בפרשה ישובו ללונדון כדי להמשיך לשמוע את הטענות שהועלו נגד הרב הלפרין, מצד הנשים שסירבו לפנות למשטרה אך מוכנות להשמיע דברים בפני בית הדין.

הנשים טוענות כי גם הרב הלפרין בעצמו הודיע בעבר כי הוא מוכן להתייצב בפני חברי בית הדין.

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=53070">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=53070</a>

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:10 am

· #103155
ווער קען איבערטייטשן?

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:18 am

· #103158
בקיצור אז די פאליציי וויל פארמאכען דער קעיס איבער רח"ה ווייל די פרויען זענען נישט גרייט צו קאפארירען מיט די פאליציי קעגן עם.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:38 am

· #103164
שמעקעדיג
ווער קען איבערטייטשן?

פון וועלכע ווארט ווילסטו טייטש?

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:31 pm

· #103377
ברוך השם אז דער אמת איז צום סוף ארויסגעקומען.

לאליפאפ » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:50 pm

· #106336
דאס איז פון דזשואיש קראניקעל היינט

Two men charged with harassment

Two Orthodox men have been charged with harassment.
Samuel Erlanger and Shlomo Feldman will appear in court next month.
They were arrested in January as part of an ongoing investigation which saw Golders Green rabbi Chaim Halpern questioned in February in connection with alleged sexual assault and perverting the course of justice.
Rabbi Halpern, head of the Divrei Chaim Synagogue, has not been charged and denies all allegations of wrongdoing.
Mr Erlanger, 38, of Powis Gardens, Golders Green, faces one charge of harassment in relation to incidents alleged to have taken place between December 25 last year and January 23 this year.
He has been bailed to appear at Hendon Magistrates' Court on May 2.
Mr Feldman, 29, of Lynmouth Road, Stamford Hill, faces three charges of harassment without violence. He will appear at the same court on May 15.
The men were charged today at Colindale police station.

שרייבער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 5:23 pm

· #162722
ער האט דאך באקריגן א ברכה פון אדמו"ר מהר"א בערך א חודש צוריק אין לאנדאן, דער רבי האט אים אנגעוואונטשן "סתום פיות מסטינינו ומקטריגינו"

שרייבער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 5:25 pm

· #162723
איך האב יעצט באקומען א ווידיא אין אימעיל, ווי אזוי לייגט מען ארויף

שרייבער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 5:34 pm

· #162727
איך האב נישט צוטריט צו יו טוב

דער (פינטעל) איד » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:42 pm

· #162831
בולעטין בולעטין !!

אלע טשארדזשעס אקעגן הרב האלפערין איז געווארן געדראפט !!

Chasidishmashpia » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 8:54 pm

· #512396
די מאל זעהט נישט אויס אז עפעס רבנים פירען דא א מערכה.
די עולם טענה'ט אז די ריקארדינגס זענען פאלש.

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 10:12 am

· #512433
Chasidishmashpia
די מאל זעהט נישט אויס אז עפעס רבנים פירען דא א מערכה.
די עולם טענה'ט אז די ריקארדינגס זענען פאלש.
דער פרוי איז אויך א פאלשער פרוי. עס איז א חסידישער בחור וואס פארשטעלט זיך אויף טעלעוויזיע, און דרייט אהן א מושב.

דוד שריפטליך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 2:01 am

· #512510
[ציטאט אראפגענומען]
אויב מען וויל שטעלן א בית דין ברויך דאס זיין זבל"א כמבואר בשלחן ערוך חושן משפט

Chasidishmashpia » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 10:33 am

· #512720
פון כדתיא
מכתב און ענגליש בנוגע השערוריה
📎 IMG-20221124-WA0027.jpg

נאך א מיינונג » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 10:41 am

· #512722
דוד שריפטליך
[ציטאט אראפגענומען]
אויב מען וויל שטעלן א בית דין ברויך דאס זיין זבל"א כמבואר בשלחן ערוך חושן משפט
ווי?

בקצור, ווען צוויי מענטשן האבן א סכסוך, גייט מען אין ב"ד. אז זיי קענן נישט אפמאכן וועלכע בי"ד, מאכט מען א זבל"א.

דאס האט גארנישט מיט די איצטיגע טענות. איינער זיצט אין שטאט און טוט, אדער טוט נישט, מעשים אשר לא יעשו מיט מענטשן. אין כאן שני צדדים ואין כאן דין ודברים. די שאלה איז צו ער מעג ווייטער זיצן אוף זיין אמט, צו די שטאטס פארזארגערס (ליין - קהלה) דארפן מפרסם זיין די סכנה פון דער מענטש. זיין תביעה פון זבל"א, זיין דינגן א טוען\PR מענטש איז אבי געווארפן זאמד. די גדולי הרבנים פון זיין געגענט - הרב ח. ארנטרוי ז"ל, הרב פ. ראבערטס ז"ל, הרב ג. הגר שליט"א, הרב י.מ. גרינברג שליט"א, הרב ש. וויינגארטן שליט"א, האבן אלע געפסקנט אז זיי ווייסן די קראנטקייט פון די מעשיות. וואס האט זבל"א צו טון מיט די מעשה? ווי קומט עס אריין?

היסטאריע » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:47 pm

· #512730
עס קומט טאקע נישט אריין.

נישטא קיין פשט בית דין זאל דן זיין אין דעם, ווייל וואס זאלען זיי פסק'ענען אויב אמת?

למשל ביי חיים וואלדער איז אויך נישט געוועהן וואס דו צו זיין. דער בית דין האט סתם געוואלט מפרסם זיין די מעשים.

ווען איינער למשל טוט מעשים וואס דארפען פירסום, דארף מען מאכן זיכער אז דער מעשה איז אמת, ממילא איז שייך מען זאל גובה עדות זיין, מוז עס זיין בפניו, און דערנאך איז מותר מפרסם צו זיין. אבער באמת, ווען איינער ווייסט זיכער אז איינער האט עפעס געטוהן, מעג מען אויך מפרסם זיין.

Chasidishmashpia » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2022 5:55 pm

· #513295
פאדקעסט בנוגע נושא הנ"ל

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:07 pm

· #555707
Re: ר' חיים היילפרין והמסתעף
https://news.met.police.uk/news/man-charged-with-sexual-assault-following-police-investigation-481484
יוסטיץ סערווד אדער לכהפ א גוטע התחלה: חיים היילפרין איז געטשארדזשד געווארן ביי די סי פי עס (קראון פראסעקיושן סערוויס) אינקלודינג פאר אמאליגע סעקשועל אסאלט נאכ'ן ארעסטירט ווערן א יאר צוריק צוליב א פרישע אנקלאגע וואס א פרוי האט אנאנימעסלי געמאכט צו די פאליציי אז ער זאל איר האבן גערעיפט אין די 90ציגערס.

אוהב ספרים » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:28 pm

· #555712
Re: ר' חיים היילפרין והמסתעף
דארט שטייט נישט וואס דו זאגסט, שטייט נישט רעיפ, און שטייט אויכעט נישט די 90ציגער יארען

שטייט אסאלט, וואס דאס קען מיינען זייער אסאך פירושים.
און די דעיט פון אפענס שטייט 2022

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:42 pm

· #555714
Re: ר' חיים היילפרין והמסתעף
ער איז געטשארדזשד פאר צוויי (באזונדערע) קלאגעס. דאס איבעריגע זאג איך אויף וואס איך געדענק פון פריעדיגע באריכטן פאר ווער ס'האט געפאלאוד די קעיס און האט אביסל א לענגערע זיכרון.

פרימארגען » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 8:40 pm

· #555725
Re: ר' חיים היילפרין והמסתעף
אין אזא וועלט לעבן אונז, זק״א ווארפט צוויי אנגעשטעלטע פארן האלזן א פרוי ההסכמה, און חיים הלפרן בלייבט רב אין זיין קהילה, מיט אזא עד שלא ידע ווער דארף וויין
https://x.com/yoeli_brim/status/1770852875880538475?s=46

היום » פרייטאג מערץ 22, 2024 2:43 am

· #555742
Re: ר' חיים היילפרין והמסתעף
זייער צומישט וואס ס׳שטייט אין דער רעפארט.
קודם שטייט אז עס איז איבער א אינצידענט פארגעקומען June/1/2022,
שפעטער שטייט אז ס׳רעדט זיך פון א נישט לעצטיגע מעשה,
איינער מיט די דיטעילס?
אדער איינער קען ארויס וויאזוי מען ליינט וואס ס׳שטייט דא?

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:48 am

· #555748
Re: ר' חיים היילפרין והמסתעף
די ערשטע איז די מעשה פון די לונדענע פרוי וואס האט ערשיינט אויף ערוץ 12 אין אר"י ענדע 2022 (אויך באקאנטע אלס מאגו און חדשות 12). די צווייטע איז מייניך דאס https://www.thejc.com/news/north-london-man-arrested-in-connection-with-golders-green-rape-c8tsujbv.

זעה אויך דא https://www.thejc.com/news/golders-green-man-64-arrested-in-connection-with-alleged-sexual-offences-q7ylp7qa

ביזארר אז משי-זהב וואס האט גערעיפט אידישע מיידלעך און בחורים וכל מיני, האט מען יארן געלאזט, און דא איינער וואס פשוט האגט א נוצרישע פרוי כסדר העולם ווען מ'באגעגנט זיך, מוז מען שוין ארויס ווארפן?? :קראץ:

היום » פרייטאג מערץ 22, 2024 8:26 am

· #555754
Re: ר' חיים היילפרין והמסתעף
טאמבל סאס #
די ערשטע איז די מעשה פון די לונדענע פרוי וואס האט ערשיינט אויף ערוץ 12 אין אר"י ענדע 2022 (אויך באקאנטע אלס מאגו און חדשות 12). די צווייטע איז מייניך דאס https://www.thejc.com/news/north-london-man-arrested-in-connection-with-golders-green-rape-c8tsujbv.

זעה אויך דא https://www.thejc.com/news/golders-green-man-64-arrested-in-connection-with-alleged-sexual-offences-q7ylp7qa

ביזארר אז משי-זהב וואס האט גערעיפט אידישע מיידלעך און בחורים וכל מיני, האט מען יארן געלאזט, און דא איינער וואס פשוט האגט א נוצרישע פרוי כסדר העולם ווען מ'באגעגנט זיך, מוז מען שוין ארויס ווארפן?? :קראץ:
פארשטייסט נישט?
יחי החילוק!
דארט, ביי עהם, איז נישט ארוס געקומען קיין פיקטשערס און ווידיאוס…
בלאט: 1 2 3 4 5