ר' חיים היילפרין והמסתעף
245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2563
ר' חיים היילפרין והמסתעף
א שטיקעל פליאה פארוואס מען רעדט נישט דא וועגען דעם, הגם עס איז א פרשה וואס אין אנהייב איז געוועהן אינוואלווד לשון הרע, כהיום איז עס שוין אין אלע נייעסען, און עס איז כדאי ארויסצוברענגען אפאר נקודות וועגען דער מעשה.
קודם א שטיקעל הקדמה וועגען דער אישיות פין ר' חיים היילפרין.
רח"ה איז א רב פין א ביהמ"ד אין גאלדעס גרין און לאנדאן, ער האט א שטארקער כח הדבור, און איז א שטארקער כאראקטער, א שטארקע ת"ח, און א איש מכובד בכלל.
זיין ביהמ"ד איז מאדערינע מענטשען וואס טראגען בענד דיינס, אבער ער האט זיי גאר שטארק געהויבען, הן בלימוד התורה, והן אין פרומקייט, אזוי אז די אנשים "פשוטים" פין זיין ביהמ"ד, שטייען העכער פין פיל חסידים ואנשי מעשה פין חסידישע הויפען, זייענדיג א פה מפיק מרגליות, און א שטארקע מנהיג, איז אים געלונגען אויף צו טוהן פאר אידישקייט, ענדליך צו ר' אייזענבערגער אין בארא פארק, וואס האט געהויבען גאר אסאך מענטשען וואס האבען געקענט האלטען ביי גארנישט, צו זיין אמת'ע בעלי מדריגה, מיט א ציל און תכלית פין דינען דעם אויבערשטען, און אויפציען די קינדער ע"ד ישראל סבא.
זייענדיג א שטארקער מענטש פלעגט ער זיך נישט שרעקען פאר אנדערע רבנים, ווי צ.ב.ש. זייענדיג א מסדר קדושין, האט ער געקענט פסל'ן לעדות איינער וואס טראגט מיט דער עירוב פין א אנדערע רב, וכו' וכו', אזעלכע זאכען, וואס האט געמאכט אז אנדערע רבנים זאלען אים נישט סובל זיין, חוץ פין די קנאה פין זיין הצלחה.
אזוי ווי עס האט זיך ארויסגעלאזט א שמועה אז עס איז דא א פרוי וואס זאגט אז ער האט מיט איר געהאט נישט אויסגעהאלטענע שייכות (איך ווייס נישט די פרטים), האט די כדתיה בי"ד פאררופען אן אסיפה, ביי די אסיפה האט זיך רח"ה מיט זיין טאטע זיך אנטזאגט, און נישט מסכים געוועהן עס זאל זיין א בי"ד, מיט'ן אויסרייד אז די בי"ד וועט נישט זיין אימפארשעל, דהיינו זיי האבען שטארקע נגיעות.
טאמער האבען זיי געמיינט אז מיט דעם וועט זיך עס אנשטילען, האבען זיי געהאט א גרויסע טעות, עס בוזשעוועט ווייטער, און רח"ה הייבט אהן מורא האבען אז זיין ביהמ"ד צופאלט.
בערך אזוי איז די מעשה וואס כ'האב געקענט צוזאמען שלעפען פין די בלאגס.
אין אנדערע פרטים.
זיין טאטע ר' אלחנן היילפרין האט ארויס געגעבען א בריוו ווי ער ווארענט מיט די קללות פין חד גדיא ווער עס וועט זיך אריין מישען.
מיין אנאליז, דער בריוו איז היבש נאריש, ווייל קיינער דערשרעקט זיך נישט פאר קללות פין רא"ה, און זיין הגדות עדות אז זיין זוהן איז חף מפשע איז אזוי פיל ווערט ווי די הגדות עדות רח"ה אליין. כלום אב מעיד על בניו? איז אלזא וואס איז דער מטרה פין א בריוו פין רא"ה?
עס איז ארויסגעקומען א בריוו פין פלענטי היימישע רבנים ווי זיי שרייבען וואס די חסרון פין די לאקאלע רבנים, פארוואס זיי זענען נישט באגלייבט וכו'.
מיין אנאליז, איין זאך שרייבען זיי דארט וואס ברענגט אביסעל אינטער די מטרה פין די היימישע רבנים. זיי שרייבען אז אפילו אויב עס איז אמת אז רח"ה האט וכו', "אין מורידין אותו מגדולתו" נאר עס איז דא אנדערע וועגען וויאזוי אים מעניש צו זיין. דאס ברענגט אביסעל ארויס, אז יש דברים בגו, נאר העטשע פעטשע וכו'.
היינט איז געשטאנען אין בחדרי חרדים, אז דער זוהן פין סאדיגורע רבי וואס איז רב אין לאנדאן פין סאדיגורע חסידים, האט זיך ארויסגעשטעלט קעגען רח"ה, און רופט אים מיט לויזע נעמען, און דער מאקאווא רבי וואס איז א שוואגער פין רח"ה האט אנגעשריבען א שארפע בריוו צו דער הגרי"מ פרידמאן סאדיגורע רב, אז ער זאל אויפהערען.
מיין אנאליז, לכאורה זעהט אויס ווי דער פרשה וואקסט און וואקסט, עס איז זיכער אז יש דברים בגו, די שאלה איז נאר ווי ווייט דא איז עפעס געשעהן, און אין הכי נמי עס קומט אפשר נישט רח"ה זאל פארדעם ווערען אויס רב, אבער היות ער האט אייביג געטרויטען אויף אנדערע, איז עס ווי מען זאגט "פעי באק טיים" און די אנדערע ווילען אים נישט מוחל זיין פאר זיינע טרעיטערייען, און שיסען צוריק אויף ווי ווייט מעגליך.
שרייבערס אין בחדרי חרדים וועגען דער ענין בכלל, משמאילים ומיימינים
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2986341&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
דרמה בלונדון: הגר"א הלפרין ובנו התפטרו מתפקידיהם
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=47056">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=47056</a>
הגר"א הלפרין: "מי שידו במעל, לא ינצל מגיהנום"
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=47875">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=47875</a>
פרשת הלפרין: גאב"ד מאקווא תוקף את בן האדמו"ר מסדיגורא
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=48266">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=48266</a>
איך ווייס נישט צו מען מעג לינקען צו "טיקעל". אבער טאמער וויל איר האלטען אז רח"ה איז "זיכער" שולדיג קענט איר דארט ליינען די "קראנטע" ראיות.
[ציטאט אראפגענומען]
יישר כח פאר ברענגען דער לינק.
און דער עיקר קשיא איז דער סעיף ט' פין אינטען, ווי זיי שרייבען דער "עפ"י דין תורה אב"ד שסרח אין מורידין אותו מגדולתו" ווען אויף אלע אנדערע סעיפים האבען זיי מראה מקומות וואס זיי צייכענען אז כלומר'שט שטייט דארט וואס זיי טענה'ן, אויף דעם סעיף האבען זיי נישט קיין מקור. תמה תמה אקרא.
און מען שטעלט א בי״ד כדת של תורה....זה אוסר זה מתיר
אוודאי איז דארט פארמישט אסאך אסאך פאליטיק מיט זייטיגע נגיעות, פארט א קהלה לעבנס שטייגער אין יוראפ, ווי די מחלוקה׳לעך גיבן דאס אטעם צום יידישן לעבן שוין הונדערטער יארן
איך מיין אבער אז דא אין אמעריקא וואס איז ווייט אוועק פון לאנדאן געאגראפיש און קולטור׳יש איז זייער זייער שווער צו דערגיין אפילו מקצת פון וואס עס גייט דארט באמת פאר
איחוד פעלד[ציטאט אראפגענומען]
יישר כח פאר ברענגען דער לינק.
און דער עיקר קשיא איז דער סעיף ט' פין אינטען, ווי זיי שרייבען דער "עפ"י דין תורה אב"ד שסרח אין מורידין אותו מגדולתו" ווען אויף אלע אנדערע סעיפים האבען זיי מראה מקומות וואס זיי צייכענען אז כלומר'שט שטייט דארט וואס זיי טענה'ן, אויף דעם סעיף האבען זיי נישט קיין מקור. תמה תמה אקרא.
הלו? ליינט בעסער, עס שטייט דארט עפעס א מראי מקום רא"ש וכו' עס פיט פשוט נישט ארויף אויף איין שורה.
שכוח ראשאקאל פאר אלע בריווען, בקיצור וואו האלט עס יעצט????? איך בין גוט צומיש.
איחוד פעלד[ציטאט אראפגענומען]
יישר כח פאר ברענגען דער לינק.
און דער עיקר קשיא איז דער סעיף ט' פין אינטען, ווי זיי שרייבען דער "עפ"י דין תורה אב"ד שסרח אין מורידין אותו מגדולתו" ווען אויף אלע אנדערע סעיפים האבען זיי מראה מקומות וואס זיי צייכענען אז כלומר'שט שטייט דארט וואס זיי טענה'ן, אויף דעם סעיף האבען זיי נישט קיין מקור. תמה תמה אקרא.
מן הסתם מיינען זיי די רמב''ם הלכות ת''ת
חכם זקן בחכמה וכן נשיא או אב בית דין שסרח אין מנדין אותו בפרהסיא לעולם. אלא אם כן עשה כירבעם בן נבט וחביריו. אבל כשחטא שאר חטאות מלקין אותו בצנעה. שנאמר וכשלת היום וכשל גם נביא עמך לילה אע"פ שכשל כסהו כלילה. ואומרים לו הכבד ושב בביתך. וכן כל תלמיד חכם שנתחייב נידוי אסור לבית דין לקפוץ ולנדותו במהרה אלא בורחין מדבר זה ונשמטין ממנו.
לענין הלכה, קודם כל, אין דער רמב"ם שטייט אומרים לו הכבד ושב בביתך, מיינט דאס נישט אז מאיז עם טאקע נישט מעניש בפרהסיא, אבער ער ווער אויס בעל דרשן ומורה לרבים?
צווייטענס, איז דען נישטא א חילוק פון חכם שסרח בין אדם למקום וואס אין מורידין אותו, און איינער וואס בשם זיין פאסטן איז ער פוגע אין אנדערע?
דריטנס, איך וואלט געוואלט הערן די סארט מחאה פון די זעלבע רבנים ווען למשל מווארפט ארויס א דיין פון א קהילה פארן נישט פסקנען וואס די ראשי קהילה האבען עם געהייסען פסקען, וד"ל.
לעיקוואדלענין הלכה, קודם כל, אין דער רמב"ם שטייט אומרים לו הכבד ושב בביתך, מיינט דאס נישט אז מאיז עם טאקע נישט מעניש בפרהסיא, אבער ער ווער אויס בעל דרשן ומורה לרבים?
צווייטענס, איז דען נישטא א חילוק פון חכם שסרח בין אדם למקום וואס אין מורידין אותו, און איינער וואס בשם זיין פאסטן איז ער פוגע אין אנדערע?
דריטנס, איך וואלט געוואלט הערן די סארט מחאה פון די זעלבע רבנים ווען למשל מווארפט ארויס א דיין פון א קהילה פארן נישט פסקנען וואס די ראשי קהילה האבען עם געהייסען פסקען, וד"ל.
דער רמב"ם רעדט לגבי נידוי בפרהסיא, מען זאל נישט אומגיין מיט אים מיט'ן חומר הדין און נוהג זיין מיט אים אלע הלכות נידוי, אבער מלקות קען מען אים שוין איינמאל געבן, און אודאי איז מען אים מעביר אויב בית דין האלט פאר ריכטיג.
דיין דריטע טענה איז נאך ליידער די שטערקסטע טענה.
איך מיין אז די קללות פון ר משה וועבערמאן איז ביים רבש"ע חשוב פונקט ווי ר אלחנן האלפערען
א שטיקעל פליאה פארוואס מען רעדט נישט דא וועגען דעם, הגם עס איז א פרשה וואס אין אנהייב איז געוועהן אינוואלווד לשון הרע, כהיום איז עס שוין אין אלע נייעסען, און עס איז כדאי ארויסצוברענגען אפאר נקודות וועגען דער מעשה.
copernicus wrote about it in a eshkol about gedolei yisroel
דער מאקאווער בריוו צום סאדיגערע רב
📎 orig_267eb6c1efb445e38d0810e65b6b4ac2.jpg
די בריוו פין ר' יצחק טובי'
📎 orig_2929a4e8214544469efd6887c5e3ee5a.jpg
די בריוו פין ר' חיים
📎 orig_bc2411b1733b4adeb8bc09d1f358dcda.jpg
הגאון ר׳ חיים, קוראזשפול
הרב ערענטרוי, וואס איז דיין תירוץ ארויסצוגעבן א בריוו אן א ישיבת בי״ד, נוכח דעם אנגעקלאגטן
לויט ווי איך הער איז דער ר' חיים א צדיק פון א איד. פארוואס רופט מען אים נישט צו א אומפארטייאישע בי"ד ?
הרב_שלוםאיך מיין אז די קללות פון ר משה וועבערמאן איז ביים רבש"ע חשוב פונקט ווי ר אלחנן האלפערען
מיינסט לכאורה ר' מאיר וועבערמאן.
האלט ער דען מיט די פרשה? כמדומה אז בא בימים וה' ישלח לו רפו"ש
און לויט ווי איך הער איז דא שטארקע רגלים לדבר, לאמיר עס זאגן אין אנדערע ווערטער קיין איינע פון די רבנים און אויך קיינער פון די פובליק זענען נישט באמת געווען סורפרייזד צו הערן אז די מעשיות זענן ארויס אין פאבליק, פערזענליך האב איך שוין געהערט שמועות קרוב צו צעהן יאר צוריק און איך ווייס פאר א פאקט אז כדתיא האט באקומן קאמפלעינטס 4 יאר צוריק און א יאר צוריק.
וז"ל הגמ' במו"ק יז. אמר רב הונא באושא התקינו אב בית דין שסרח אין מנדין אותו אלא אומר לו הכבד ושב בביתך [לשון הפסוק מלכים ב יד] חזר וסרח מנדין אותו מפני חילול השם, ופליגי דריש לקיש דאמר ריש לקיש תלמיד חכם שסרח אין מנדין אותו בפרהסיא שנאמר וכשלת היום וכשל גם נביא עמך לילה, כסהו כלילה, וכו' עיי"ש, והביא הרא"ש , ובהגהות אשר"י שם מביא דברי האור זרוע וז"ל נמנו באושא שלא לנדות זקן שאירע בו דבר, ואין מורידין אותו מגדולתו. עכ"ל,י
דער אמשינוב'ער רבי איז המומחה הכי גדול בענינים אלו? שיין זעען מיר אויס.
דו ווייסט אז ער איז דירעקט נישט קיין מומחה?
יאירדער אמשינוב'ער רבי איז המומחה הכי גדול בענינים אלו? שיין זעען מיר אויס.
יא יא דער אמשינובע רבי איז א ריזען מומחה און אסאך עינינים הונדערטע אידען קומען צו איהם מיט שאלות פון אלע סארטען היינט.
איך חידוש זיך אז עס טוט זיך דא מיימינים ומשמאילים איבער די פרשה, אבער די גאנצע פרשה דערווייל איז נישט ריכטיג פארציילט געווארן דא.
איך וועל טרייען צוצולייגן וואס עס פעלט. צום ערשט דארף מען פארשטיין, אז אין לאנדאן איז דא צוויי רבנישע קערפערשאפן, עס איז דא התאחדות קהלות החרדים, באקאנט אלס כדתיא, וועלכע איז בעיקר חסידים ואנשי שלומינו סארט אידן, און זייער שטארקקייט איז בעיקר אין די היימישע געגענט פון סטעמפארד הילל. און עס איז דא א צווייטע בי"ד און רבנישע קערפערשאפט, א קאנקורענט צו כדתיא, וועלכע רופן זיך עפעס אן אנדערע נאמען (איך האב שוין פארגעסן וואס), און זייער שטארקקייט איז בעיקר אין די מער מאדערנע געגענטער, אזוי ווי גאלדערס גרין און נאך אנדערע.
אבער למעשה האבן ביידע בתי דינים אנהענגערס אין ביידע געגענטער. ווער עס איז ארויסגעקומען צום ערשט קעגן היילפערין איז געווען נישט רבנים פון כדתיא, נאר די רבנים פון די אנדערע קהילה. אונטער דעם גאנצן סומאטאכע(?) שטייט דער רב ערנטרוי און זיין שותף קנאפפלער וועלכע זענען ביידע אונטערגערשריבן אויף דעם בריוו קעגן היילפערין.
יעצט זאג איך נאך וואס איך האב געהערט פון א לאנדאנער איד: דער ערנטרוי מיט זיינע שותפים האבן זיך שוין געלאזט הערן מער ווי איינמאל אז זיי וועלן נאך דעם ר' חיים'ן ארויסזעהן פון שטאט. און איך קען זיי פארשטיין. גאלדערס גרין איז ווי נישט ווי זייער סטראנגהאלד, און דא קומט זיך אן א חסיד'ישער רב און ווערט צו גרויס, און ער רעכנט זיך ניטאמאל מיט זיי. אויסער וואס ער איז גאר א שטארקער און געלונגענער רב אין זיין קהילה, איז ער אויך געשטאנען בראש כמה מוסדות און ארגאניזאציעס וועלכע האבן געדארפט האבן א רבנישע אויפזיכט, און דאס האט זייער געקרענגט פאר די ערנטרוי גרופע.
האבן די רבנים, (ערנטרוי ושותפיו) אים אראפגערופן צו א ישיבת בי"ד, אן אים מודיע זיין פון פריער איבער וואס עס רעדט זיך דא, און מען איז אים דארט באפאלן מיט א ווייבל דארט אויפן פלאץ וועלכע האט געהאט עפעס באשולדיגונגען קעגן אים, און מען האט אים ניטאמאל געגעבן א געלעגענהייט זיך געהעריג צו פארטיידיגן, און פון דעם ישיבה(ת בי"ד?) איז ארויסגעקומען א פסק אז ער טאר מער נישט משמש זיין ברבנות און עס האט ענטהאלטן גאר שטארקע זאכן קעגן אים.
ווען ער האט זיך געכאפט וואס דא גייט פאר האט ער זיך קעגן געשטעלט און ער האט פארציילט פאר זיינע מענטשן וואס מען האט דא געטוהן מיט אים. די מאכערס אין יענע געגענט, די וועלכע זענען נאנט מיט ר' חיים האבן ערווארטעט אז כדתיא וועט זיך אינגאנצן צושטעלן צו ר' חיים'ן און אים פארטיידיגן, אבער דאס האט נישט פאסירט, זעהט אויס אז דא קומט אריין אביסל קנאה פון אנדערע רבנים אויך אויף ר' חיים'ן, אדער האבן זיי זיך טאקע נישט געוואלט אריינמישן אין א שמוציגע פרשה.
ווען מען האט געזעהן ווי דאס האלט, האבן די פרישוואסער ברודער, און נאך אפאר גבירים געווארנט אז אויב כדתיא וועט שטיין אין די זייט, וועלן זיין מאכן א נייע קהילה, און זיי וועלן זיך אפברעכן פון כדתיא, אזוי אז דאס וועט זייער שטארק אפשוואכן דעם כח פון כדתיא. נאך דעם ווארענונג האט כדתיא ארויסגעגעבן א בריוו (וועלכע ווערט דא געברענגט) אז דער רב, ר' אפרים פאדווא האט געהייסן פאר די קהילה אויפנעמען א דרויסנדיגן, אומפארטייאישן בית דין, וועלכע זאל אויספארשן די אלע עניינים און קומען צו א מסקנא וואס דא גייט פאר.
לכאורה וואלטן אלע געדארפט זיין העפי, ווייל ווי נישט ווי זענען דאך ביידע דארטיגע בתי דינים נוגעים בדבר, אבער למעשה איז ערנטרוי ושותפיו אינגאנצן נישט געווען צופרידן פון דעם, און זיי האבן ארויסגעגעבן א בריוו ווי זיי ווידערהאלן אז אלעס וואס זיי האבן געשריבן איז זיכער אמת, אפגעזעהן פון וואס דער אומפארטייאישער בית דין וועט זאגן, און אויב איז דאס נישט גענוג, בעטן זיי נאך ביים ציבור אז ווער עס האט נאך עפעס א מעשה קעגן היילפערין זאל זיך מעלדן צום ספעציעלן קאמיטע וואס זיי שטעלן אויף.
אז מען ליינט אפ זייער בריוו קען מען זייער גרינג ארויסזעהן פון דארט וואס זיי ווילן פארדעקן, "מאנכע ווילן זאגן אז דאס איז גאר א מחלוקה צווישן קהילות, עס איז נישט אמת, פארקערט, מיר ווילען אחדות, אלע קהילות זאלן זיך פאראייניגן אונטער איין קערפערשאפט (לייען: אונטער מיר)" (איבערגעטייטשט פון לשון הקודש). דאס ליצנות שרייט ארויס פון יעדע שורה פון דעם בריוו. און נישט נאר דאס, נאר דער עצם מציאות אז זיי האבן ארויסגעגעבן אזא בריוו נאכדעם וואס מען האט געמאלדן אז מען גייט שטעלן א דרויסנדיגן, אומפארטיי'אישן בית דין, הדבר הזה אומר דרשוני.
וואס איז דיר נישט גוט מיט א בית דין פון דרויסנדיגע ערנסטע רבנים, עפטער אלל ביסטו דאך א קאמפעטישן, "און מענטשן זאגן דאך אז עס איז פאליטיק צווישן די קהילות", טא וואלט נישט בעסער געווען ווען דו ביסט מקיים והייתם נקיים מה' ומישראל און דו שטעלסט זיך אין א זייט ווארטן אויף דעם פסק פון דעם בית דין? העכסטנס קענסטו זאגן אז דו ווילסט אז מען זאל דיך אריינלאזן אהין, קענסט זאגן אז דו ווילסט נישט מען זאל ציען דעם פסק פאר יארן לאנג, קענסט בעטן געוויסע זאכן וועלכע זעען אויס לעגיטים, אבער ארויסקומען מיט אזא בריוו, איז נישט נאר לעכערליך, נאר שמעקט גאר שטארק פון נידריגע פאליטיק, ווי צו זאגן: קומט מיר נאר נישט מברר זיין דעם אמת, איך האב שוין געזאגט, און עס פעלט מיר אויס אז דאס זאל בלייבן.
למעשה, האט ער געטוהן עפעס ראנג, האט ער נישט? איך בין נישט דארט געווען, און איך בין אויך נישט ג-ט און אויך נישט א נביא אדער בעל רוח הקודש, ממילא ווייס איך נישט. צו עס קען זיין? אלעס קען זיין, וואס עס איז שטארק מסתבר (לדעתי העשירה) איז אזוי. היות דער ר' חיים האט דאך א ברייטן שפראך, און ער האט זייער אסאך געטוהן אין שלום בית, איז מעגליך אז ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט נישט ריכטיג, אויף צו א ברייטן אופן, צו א פרוי, און זי האט זיך אפשר געפיהלט אומבאקוועם מיט דעם, און אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט אזא זאך געפאדערט נישט מער ווי א טעלעפאן קאל פון סיי וועלכן ערנסטן רב צו ר' חיים'ן, אים אנזאגן אז אזא סארט שפראך קען נישט טאלערירט ווערן, און ער זאל אכט געבן וויזוי ער רעדט צו נשים, אויב מען דארף אבער סעטלען חשבונות, דאן איז שוין אן אנדערע סטארי.
איך פארשטיי נישט. ס'איז שוין געווען א בית דין, וואס האט גערעט מיט איהם און מיט די וואס האבען זיך אנגעקלאגט און זיי האבען שוין ארויסגעגעבען זייערע פסק.
אפשר ווילט איהר ווייזען די אלע תירוצים אויף די הלכה'דיגע טענות אויף די צעטעלע פון די ס.ה. רבנים. עם הארצות האט אויך א שיעור.
Finally!! someone decides to take matters a little more serious, lets see what they can accomplish.
Special Beis Din established: will decide on the scandalized affair in London
After the storm around Rabbi Chaim Halpern affair in London, refused to die - the parties reached an agreement • establishment of a special panel of judges who will decide
Yaki Adamker, B'Chadrei Charedim , 20 Dec 2012 12:24 (Israel time)
14
קרא את הכתבה בעברית
Solution to the saga? A special Beis Din will be set up soon to examine the claims of both parties to the case of Reb Chaim Halpern – a case which has stirred the Jewish streets in London.
The three rabbis who form the court will probably be: Rabbi Menachem Mendel Shafran, Rabbi Menachem Mendel Fuchs, Mo"tz in Ada Hahredit and Rabbi Pesach Eliyahu Falk, a Dayan in Gateshead, England.
The three rabbis which make up the court are neutral and do not lean to any party.
The decision to establish a special Beis Din comes after the parties understood that with no halachic decision, the case will not fall off the agenda.
It appears that the judges will come to London to hear the parties in the case and collect evidence. After six months at least, the decision on the case will be given.
There were initial attempts to involve the Av Beit Din of the Eideh Charedi, Hgri"t Weiss, but he contented himself with publishing a letter.
Despite the fact that within the community of Reb Chaim Halperin, who is in the center of the case, try to transmit "business as usual", last Sunday a demonstration was planned outside his home. A Jewish security company was placed in the area, to prevent a crowd of people.
The affair began several years ago, when Rabbi Chaim Halpern made it his business to make time for peace making between couples in the orthodox community in Europe in general and in London in particular. Recently, a woman, who was not pleased with the decision regarding her personal matter, published rumors against him, which have never been proven.
The rumors were widely distributed, after a group of women turned to a Jewish newspaper in London - published the story, and since then the winds storm to and fro in the Jewish community
איחוד ווינדערסט זיך פארוואס מע האט נישט געשריבען ווען דו אליין האסט שוין געלייגט א תגובה ביי די נושא
<!-- w --><a class="postlink" href="/post/49817">www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=49817#p49817</a><!-- w -->
מע וואלט טאקע געדארפט צושטעלען און מאכען א עקסטערע אשכול. האסט גוט געטוהן
ידעןאיחוד ווינדערסט זיך פארוואס מע האט נישט געשריבען ווען דו אליין האסט שוין געלייגט א תגובה ביי די נושא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/49817">viewtopic.php?p=49817#p49817</a><!-- l -->
מע וואלט טאקע געדארפט צושטעלען און מאכען א עקסטערע אשכול. האסט גוט געטוהן
יענץ איז נאר ראמערס, כ'האב געדענקט אז ערגעץ ווי איז שוין געשטאנען דערמאנט, אבער כ'האב געוואלט טאקע אן אייגינע אשכול נאר אויף דעם.
אלפאלנס ייש"כ.
הדד בן בדד
...............................
אבער למעשה האבן ביידע בתי דינים אנהענגערס אין ביידע געגענטער. ווער עס איז ארויסגעקומען צום ערשט קעגן היילפערין איז געווען נישט רבנים פון כדתיא, נאר די רבנים פון די אנדערע קהילה. אונטער דעם גאנצן סומאטאכע(?) שטייט דער רב ערנטרוי און זיין שותף קנאפפלער וועלכע זענען ביידע אונטערגערשריבן אויף דעם בריוו קעגן היילפערין.
...............................
האבן די רבנים, (ערנטרוי ושותפיו) אים אראפגערופן צו א ישיבת בי"ד, אן אים מודיע זיין פון פריער איבער וואס עס רעדט זיך דא, און מען איז אים דארט באפאלן מיט א ווייבל דארט אויפן פלאץ וועלכע האט געהאט עפעס באשולדיגונגען קעגן אים, און מען האט אים ניטאמאל געגעבן א געלעגענהייט זיך געהעריג צו פארטיידיגן, און פון דעם ישיבה(ת בי"ד?) איז ארויסגעקומען א פסק אז ער טאר מער נישט משמש זיין ברבנות און עס האט ענטהאלטן גאר שטארקע זאכן קעגן אים.
ווען ער האט זיך געכאפט וואס דא גייט פאר האט ער זיך קעגן געשטעלט און ער האט פארציילט פאר זיינע מענטשן וואס מען האט דא געטוהן מיט אים. די מאכערס אין יענע געגענט, די וועלכע זענען נאנט מיט ר' חיים האבן ערווארטעט אז כדתיא וועט זיך אינגאנצן צושטעלן צו ר' חיים'ן און אים פארטיידיגן, אבער דאס האט נישט פאסירט, זעהט אויס אז דא קומט אריין אביסל קנאה פון אנדערע רבנים אויך אויף ר' חיים'ן, אדער האבן זיי זיך טאקע נישט געוואלט אריינמישן אין א שמוציגע פרשה.
ווען מען האט געזעהן ווי דאס האלט, האבן די פרישוואסער ברודער, און נאך אפאר גבירים געווארנט אז אויב כדתיא וועט שטיין אין די זייט, וועלן זיין מאכן א נייע קהילה, און זיי וועלן זיך אפברעכן פון כדתיא, אזוי אז דאס וועט זייער שטארק אפשוואכן דעם כח פון כדתיא. נאך דעם ווארענונג האט כדתיא ארויסגעגעבן א בריוו (וועלכע ווערט דא געברענגט) אז דער רב, ר' אפרים פאדווא האט געהייסן פאר די קהילה אויפנעמען א דרויסנדיגן, אומפארטייאישן בית דין, וועלכע זאל אויספארשן די אלע עניינים און קומען צו א מסקנא וואס דא גייט פאר.
..............................................
למעשה, האט ער געטוהן עפעס ראנג, האט ער נישט? איך בין נישט דארט געווען, און איך בין אויך נישט ג-ט און אויך נישט א נביא אדער בעל רוח הקודש, ממילא ווייס איך נישט. צו עס קען זיין? אלעס קען זיין, וואס עס איז שטארק מסתבר (לדעתי העשירה) איז אזוי. היות דער ר' חיים האט דאך א ברייטן שפראך, און ער האט זייער אסאך געטוהן אין שלום בית, איז מעגליך אז ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט נישט ריכטיג, אויף צו א ברייטן אופן, צו א פרוי, און זי האט זיך אפשר געפיהלט אומבאקוועם מיט דעם, און אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט אזא זאך געפאדערט נישט מער ווי א טעלעפאן קאל פון סיי וועלכן ערנסטן רב צו ר' חיים'ן, אים אנזאגן אז אזא סארט שפראך קען נישט טאלערירט ווערן, און ער זאל אכט געבן וויזוי ער רעדט צו נשים, אויב מען דארף אבער סעטלען חשבונות, דאן איז שוין אן אנדערע סטארי.
יישר כח פאר דיינע אינפארמאציע.
איך בין אביסעל מחולק אויף דיין אנאליז, ווייל סתם רעדען מיט אביסעל א ברייטע שפראך (מען זאגט נאך אז ער פלעגט ניצען דער ווארט "דארלינג") וואלטען די רבני כדתיה נישט געוועהן שטיל, און וואלטען ארויסגעגעבען א שטארקערע בריוו לטובתו, און פארגעס פין רעדען פין אויפנעמען א נייטראלע בי"ד וכו', זיי וואלטען געלאכט אין די פויסטען פין די מערערים, און געזאגט זיי זאלען גיין פליען א פלישלאנג.
אין מיין השערה רעדט מען פין עפעס מער ווי סתם ניצען א ברייטע שפראך, נאר פין א מער א "וואלגארע" שפראך, וואס וויאזוי דער בי"ד זאל פסק'נן וועט רח"ה קיין נחת נישט לעקען.
זיין סטראנג מיינדעד איז א מעלה וואס איז זייער אטראקטיוו, אבער עס טראגט גרויסע ריזיקע........
והמעשה הזה יוכיח.
איחוד פעלד

לכאורה פון אלע מקורות און מעשיות וואס מ'הערט האט ער געניצט א ברייטע און אינטימישע שפראך, וואס יעדער ווייסט אז איינער וואס טוט אין שלום בית אביסל קומט געווענטליך אהן אריינצוקריכען אין דברים שהצנעה יפין להם...און ער האט גערעדט אביסל ברייט פון וואס די פרויען דערשרעקען זיך אז א רב רעדט אזוי.
טעפל

איז דער רעדען ברייט א פראבלעם נאר ווייל פרויען דערשרעקען זיך, אדער איז דא אין דעם נאך א פראבלעם??????????
איחוד פעלד
יישר כח פאר דיינע אינפארמאציע.
איך בין אביסעל מחולק אויף דיין אנאליז, ווייל סתם רעדען מיט אביסעל א ברייטע שפראך (מען זאגט נאך אז ער פלעגט ניצען דער ווארט "דארלינג") וואלטען די רבני כדתיה נישט געוועהן שטיל, און וואלטען ארויסגעגעבען א שטארקערע בריוו לטובתו, און פארגעס פין רעדען פין אויפנעמען א נייטראלע בי"ד וכו', זיי וואלטען געלאכט אין די פויסטען פין די מערערים, און געזאגט זיי זאלען גיין פליען א פלישלאנג.
אין מיין השערה רעדט מען פין עפעס מער ווי סתם ניצען א ברייטע שפראך, נאר פין א מער א "וואלגארע" שפראך, וואס וויאזוי דער בי"ד זאל פסק'נן וועט רח"ה קיין נחת נישט לעקען.
זיין סטראנג מיינדעד איז א מעלה וואס איז זייער אטראקטיוו, אבער עס טראגט גרויסע ריזיקע........
והמעשה הזה יוכיח.
איחוד, קאן זיין דו ביסט גערעכט, אבער איך האב הנאה פון דיר, כאטשיק שרייבסטו אז דאס איז דיין השערה.
און דער טינוף בארעדט אים ווי ותשכב חיים עם כל הנשים הבאים בית השם
איחוד׳ל האסט א ביאור דערויף
רבותי זענט איר אויפן קאפ געפאלען צו וואס? ר' חנוך עהרנטרוי האט אונטער זיך 50 יאר רבנות ,ער איז פון די אנגעזעהנסטע רבנים אין לאנדאן, ר' שמעון וויינגארטן איז א ערנסטע רב און איז אויך שוין משמש ברבנות א היפש פאר יאר, אזוי אויך די אנדערע רבנים, מיינט איר טאקע זיי ווייסן נישט אז ביי שלום בית אישוס זאגט מען די פרוי טוה דאס און יענץ מיט דיין מאן? קוקס לאנדאן איז א גרויסע שטאט און עס זענן פארהאן לפחות נאך צעהן רבנים און עסקנים וואס טוהען אין די זאכען, פארוואס אויף קיינעם פון זיי איז נישט דא די רומערס?
איך ווייס נישט וויפיל מען קען דא שרייבן מלפני הפרגוד, אבער לאמיר אנכאפן איין זאך וואס לויט אלע שמועות לייקענט ער דאס אליינס נישט, ער פלעגט מאכן א Arm Wrestle מיט די ווייבער, די רעשאנעל וואס ליגט אונטער דעם איז ,אז די שוואכע פרוי זאל פילן זי קען עם באזיגן און עס וועט איר געבן כח טו סטענד אפ צו איר מאן, אויב איינער גלייבט אז אדמו"ר מאמשינאב האט עם געגען א היתר אויף דעם זאל ער אויפהייבן זיין האנט.
די מאסאזש און ערגערע קלעימס קען מען כמובן נישט אויסשמועסן מלפני.
פון ווי נעמט זיך עס אז ער האט געמאכט א Arm Wrestle מיט די נשים? אויב יא איז צרות. איך וויל פשוט נישט גלייבן. איך קען אים פון לאנדאן ווען איך האב דארט געלערנט אלץ בחור ער איז געווען ידוע פאר א צדיק פון א איד. ווי האלט מען אויף דער וועלט?
אקעי. הריני מוסר מודעה איך בין נישט מקבל די לשון הרע'ס
לעמאן דזשוסאון דער טינוף בארעדט אים ווי ותשכב חיים עם כל הנשים הבאים בית השם
איחוד׳ל האסט א ביאור דערויף
זעהט אויס אז דער טינוף האט בעסערע מקורות פין מיר.
איין זאך וואס איך קלער יא, אז ווי געזאגט פלעגט ער פסל'ן לעדות די וואס האבען געטראגען מיט דער עירוב פין רב ערענטרוי?, און אויב האט ער א רעכט צו פסל'ן לעדות די וואס טראגען מיט זיין עירוב, האט לכאורה יעדער רב די רעכט אים צו פסל'ן לעדות פאר אזעלכע סיבות.
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז מיר א גרויס וואונדער אויף די רבנים וועלכע האבן אינטרגשריבן אזא בירור. דער אנטווארט איז 100% אויסגהאלטן לעניות דעתי לאמיתה של תורה. איך וואלט נאך געקענט צולייגן נאך א פאר גראבע גרייזן אין זייער אזוי גרופנעם בירור הלכה.
חוץ אויב די איידיע איז נאר צו ווייזן אז עס איז פאראן פארשידנע אישוס פארוואס דער ערשטער פסק (הפוסל) איז נישט אויסגהאלטן, און די אלע 10 סעיפים זענען אזוי ווי א משל.
אדרבה, אויב איינער וויל מאכן א באזונדערע אשכול, דורכצושמועסן די אלע פאוינטס בין איך גרייט.
איחוד פעלדלעמאן דזשוסאון דער טינוף בארעדט אים ווי ותשכב חיים עם כל הנשים הבאים בית השם
איחוד׳ל האסט א ביאור דערויף
זעהט אויס אז דער טינוף האט בעסערע מקורות פין מיר.
אדער קען זיין אז דער טינוף האט פשוט מער ליב צו רעדן און זיך באדן אין שמוץ ווי דו...
(בד"וו, ווער איז דער טינוף?)
שוין דא א נייטראלע בית דין: ר' מענדל פוקס פין ירושלים, ר' מענדל שאפראן פיןו בני ברק, און נאך איינער פין לאנדאן. ויה''ר שיתקדש ש''ש.
נייע בריוו פון כדתיא
<a class="postlink" href="http://ifyoutickleus.blogspot.com/2012/12/no-turkey-for-christmas.html">http://ifyoutickleus.blogspot.com/2012/ ... stmas.html</a>
לשוא הכיתיhttp://ifyoutickleus.blogspot.com/2012/12/no-turkey-for-christmas.html
דאס מיינט אז כדתיא (=פדווא מיט ר"א הלפרין) האט זיך געבראכן, אדער איז דא א מחלוקת צווישן די רבנים גופא?
לכאורה זעהט אויס אז ר' חיים האט פארלוירן אינגאנצען, ניין? גייט נאך זיין די נייע ישיבת בית דין? פאר וועמען?
פארוואס איז מען ארויסגעקומען מיט א פסק פאר די ישיבת בית דין?
לשוא הכיתיhttp://ifyoutickleus.blogspot.com/2012/12/no-turkey-for-christmas.html

שאקס!!! אוטש
די ליידיגע שורות רעדן מער פון די צוויי פולע?!
האמיר דא עפעס לאנדאן׳ע ניקס?
לויט די באריכטן איז ר' אפרים פאדווא געקומען צו ר' חנא מסביר זיין פארוואס כדתיא האט געמוזט ארויסווארפן ר חיים'ס ביהמ"ד און ר' משה האלפרין האט געמאכט קולות וברקים אויןף עם און עם איינגעשפארט ביז ער צוהט צוריק, מען האט געריפן הצלה און שפעטר די פאליציי וואס האט עם ארויסגעראטעוועט.
אה! ענדליך נאך די אלע ניו יארקער מחלוקת האט די פארשלאפענע לאנדאן דערלעבט א זאפטיגע מחלוקת.
האסט פארגעסן צו שרייבן אז מהאט אויך גערופן שומרים מיט די פייער לעשער...
יא, און יעצט איז ארויס א
פרישע בריוו פון רב פאדווא וואס צוהט צוריק פון חיים שנעק'ס בריוו,יש אומרים אז די נייע בריוו האט ער נאר געשריבען זיך צו קענען באפרייען פון די האלפערינס און ער פלאנט עס צו לייקענען. סטעי טונד.
שוין איינמאל א סאמאטוכע
די בריוו קוקט אויס זייער שלעכט...
מערקט די לשון, פינטעלעך....ס׳נישט גוט
און עס איז טיף אין די נאכט דארט איצט, ס׳טויג נישט
זייענדיג א שטיקל מומחה אין גראפילוגיה, זאג איך אייך אז דער בריוו איז געשריבן אונטער לחץ.
גוט שאבעס...