☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ר' חיים היילפרין והמסתעף

ר' חיים היילפרין והמסתעף

245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2563
בלאט: 1 2 3 4 5

shefele » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 8:07 pm

· #89701
<a class="postlink" href="http://www.bbc.co.uk/news/uk-england-london-21530115">http://www.bbc.co.uk/news/uk-england-london-21530115</a>

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=a_vlfwQDqRE">http://www.youtube.com/watch?v=a_vlfwQDqRE</a>

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:12 pm

· #89718
אבער עס ווערט אין ערגעץ נישט באריכטעט לגבי פרישוואסער.
ב.ד.וו. איז דאס דער פרישוואסער דער רב אדער דער ברודער אדער גאר איינע פון זייערע קינדער?

נייגעריגער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:49 pm

· #89724
כ'מיין אז דערווייל איז נחום ראזענבערג דער איינציגער וואס באריכט וועגן פרישוואסער!! צו ס'איז טאקע אמת? גיי ווייס!

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:11 pm

· #89735
סאנבאר האט אויך אזוי באריכטעט דא אויף דעם עמוד

טאמבל סאס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:18 pm

· #89751
אין ליכט פונעם נעכטיגן ארעסט אויף ר' חיים היילפרין.
📎 ddddd.jpg

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:44 pm

· #89757
באקומען אין אישי Retraction: Benzion Freshwater was not arrested
.

shefele » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:27 am

· #89778
איינגעזעצט האט מען נאר די דריי וואס האבען איבערגעגעבן דאס געלט.
די יודעי דבר ווייסן אז דאס געלט קימט פין ר' בנציון פ"וו.
די שאלה איז אויב די ארעסטירטע וועלן רעדן,
אין אפילו אויב יא, צי וועט די פאליציי קענען פראווען אז ער האט געוויסט אז עס גייט אויף משתיק צי זיין א וויקטים

יידל » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:36 am

· #89780
הדד בן בדד
[איך האף אז דא גייט נישט ווערן אן אטיסעמיטישע סייט ווי ווי"ן, וואס יעדער איד וואס ווערט ארעסטירט איז אויטאמאטיש שולדיג און ער דארף ברענען און בראטן און זיצן אין תפיסה לעולם ועד און מען זאל אים דארט פייניגן און רייסן לעבעדיגע שטיקער פלייש פון אים. ... יא, כמעט כסדום היינו כעמורה דמינו, מען האט פארלוירן יעדעס ברעקל אידישקייט, ווען אזעלכע עלעמענטן וועלכע רופן זיך רבנים וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר "גארנישט" אונטערצוברענגען זייערס א שונא. (נישט אז עס איז נייעס, נאר יעצט שפילט זיך עס אויס ברבים).

צוקער זיס צו זען ווי א מינוט אייסערסטו זיך אז איינזעצן מיינט נישט גארנישט און די וואס נעמען אויטאמאטיש אן זיין שולד זענען אנטיסעמיטן, אבער געציילטע שורות דערויף ווארפסטו באשולדיגונגען אויפן קעגנערישן צד. און איך קען פרעדיקטן דיין תירוץ: "איך רעד נישט קיין שמועות, כ'רעד פאקטן וואס כ'ווייס!". יא יא, כמעט כסדום הייתם.

הדד בן בדד » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:40 am

· #89781
יידל

זיי נישט ברוגז, אבער איך האב נישט קיין אנונג וואס דו רעדסט. אויב דו וועסט מסביר זיין, און איך וועל האבן א תירוץ וועל איך ענטפערן.

טעפל » פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:38 am

· #89813
איינער קען אפשר מאכען אביסל סדר וואס טוט זיך יעצט? ווער איז אין פאליס סטעישען און ווער אין ארעסט? און ווער אין טורמע? האוז ארעסט? וכדומה..

NAVY SEAL » פרייטאג פעברואר 22, 2013 5:59 am

· #89831
נייגעריגער
כ'מיין אז דערווייל איז נחום ראזענבערג דער איינציגער וואס באריכט וועגן פרישוואסער!! צו ס'איז טאקע אמת? גיי ווייס!

אויף זיין טוויטער גרופ זעה איך אז ער האט שוין צוריקגעצויגן.

היימישער ליטוואק » פרייטאג פעברואר 22, 2013 8:41 am

· #89836
shefele
איינגעזעצט האט מען נאר די דריי וואס האבען איבערגעגעבן דאס געלט.
די יודעי דבר ווייסן אז דאס געלט קימט פין ר' בנציון פ"וו.
די שאלה איז אויב די ארעסטירטע וועלן רעדן,
אין אפילו אויב יא, צי וועט די פאליציי קענען פראווען אז ער האט געוויסט אז עס גייט אויף משתיק צי זיין א וויקטים

און אפילו אויב יא, איז דאס א קריים אז מ'גיט געלט כדי א צווייטער זאל משתיק זיין א וויקטים

boxcover » פרייטאג פעברואר 22, 2013 9:33 am

· #89846
הדד בן בדד
איך האף אז דא גייט נישט ווערן אן אטיסעמיטישע סייט ווי ווי"ן, וואס יעדער איד וואס ווערט ארעסטירט איז אויטאמאטיש שולדיג און ער דארף ברענען און בראטן און זיצן אין תפיסה לעולם ועד און מען זאל אים דארט פייניגן און רייסן לעבעדיגע שטיקער פלייש פון אים.
יא, כמעט כסדום היינו כעמורה דמינו, מען האט פארלוירן יעדעס ברעקל אידישקייט, ווען אזעלכע עלעמענטן וועלכע רופן זיך רבנים וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר "גארנישט" אונטערצוברענגען זייערס א שונא. (נישט אז עס איז נייעס, נאר יעצט שפילט זיך עס אויס ברבים).

א סייט וואס שמועסט אויס אידישע נייעס, איז נישט אנטיסעמיטיש. אויב די נייעס איז אומגינסטיג צו יודען, בעט איך דיר don't shoot the messenger, און האב טענות אויף די יוד וואס פירט זיך אויף אומגינסטיג, נישט אויף דער וואס פארציילט. ועוד, איינע פון די יתודות וואס העלפט אומגינסטיגע זאכען פאסירן, איז דאס האלטן עס שטיל. סא אז דו ווילסט העלפט עס אפשטעלן, דאן פיר זיך אויף בכל חומר הדין ווען זיי פראבירן זיך צו פארשטעקן.

shefele » פרייטאג פעברואר 22, 2013 9:41 am

· #89848
היימישער ליטוואק
shefele
איינגעזעצט האט מען נאר די דריי וואס האבען איבערגעגעבן דאס געלט.
די יודעי דבר ווייסן אז דאס געלט קימט פין ר' בנציון פ"וו.
די שאלה איז אויב די ארעסטירטע וועלן רעדן,
אין אפילו אויב יא, צי וועט די פאליציי קענען פראווען אז ער האט געוויסט אז עס גייט אויף משתיק צי זיין א וויקטים

און אפילו אויב יא, איז דאס א קריים אז מ'גיט געלט כדי א צווייטער זאל משתיק זיין א וויקטים

מן הסתם יא, עס הייסט conspiracy

boxcover » פרייטאג פעברואר 22, 2013 9:49 am

· #89850
יואליש
ס'איז פשוט אז ער האט געקלאגט גוגל בלויז זיך צו דערוויסן די נעמען פון די חוצפה'ניאקעס. וואס ער האט געפלאנט צו טוהן מיט די נעמען איז נישט קלאר, אבער לכאורה איינמאל ער האט די נעמען האט ער זיי געווינען. זיי וועלן ליידן אין די קהילה און אין גאס. וואס איז זיכער איז אז היילפערין האט "נישט" געוואלט איז זיי קלאגן פאר פארלומדונג. אזא געריכט וואלט געווען ס'ערגסטע פאר אים, צו האבן אלע שמוציגע באשולדיגן פאראייביגט אין געריכט דאקומענטן עד סוף כל הדורות, מיט אלע עדות'שאפן און באווייזן און פארטיידיגונג.

סאו ס'איז גאנץ קלאר אז דאס פארלאנג צו באקומען די נעמען איז געווען א היימישע טאקטיק פון שטיל מאכן זיינע אנקלעגער'ס צד בפרט, און פילייכט אויך צו שטיל מאכן די חרידישע סייבער-ספיטש בכלל.

דו קוקסט אויס היפש קלאר, אבער איך בין ווייט פון קלאר. דו זאגסט אז אזא געריכט וואלט געווען ס'ערגסטע פאר אים, אבער וואס ס׳האט פאסירט יעצט איז אויך די ערגסטע. זאג מיר נישט אז ער האט דאס נישט פאראויסגעזעהן, ווייל אסאך האבן דאס פאראויסגעזעהן. וויפיעל דארפען מיר כאפען זיך צו לערנען?

נייגעריגער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 9:58 am

· #89851
boxcover

...ועוד, איינע פון די יתודות וואס העלפט אומגינסטיגע זאכען פאסירן, איז דאס האלון עס שטיל. סא אז דו ווילסט העלפט עס אפשטעלן, דאן פיר זיך אויף בכל חומר הדין ווען זיי פראבירן זיך צו פארשטעקן.

אוי ווי גערעכט!!!
וויאזוי זאגט מען נאר נאך פון איינער פון די פולישע רבי'ס, אז די לשון הרע וואס די חסידים האבן גערעדט האט אפגעהאלטן די השכלה פון אריינקומען קיין פולין, ווייל אויב איז אנגעקומען א פארכאפטער האט מען גלייך געוואוסט דערפון און אלע "קאווע שטיבל'עך" אין שטאט.

נייגעריגער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:54 am

· #89882
יעצט באקומען א באריכט אז אלע ארעסטירטע זענען שוין באפרייט אן בעיל, און ס'איז בכלל נישטא קיין טשארדזשעס!

boxcover » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:33 pm

· #89916
נייגעריגער
יעצט באקומען א באריכט אז אלע ארעסטירטע זענען שוין באפרייט אן בעיל, און ס'איז בכלל נישטא קיין טשארדזשעס!

ס'איז נאכנישט דא קיין טשארדזשעס

היימישער ליטוואק » פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:26 pm

· #89929
boxcover
נייגעריגער
יעצט באקומען א באריכט אז אלע ארעסטירטע זענען שוין באפרייט אן בעיל, און ס'איז בכלל נישטא קיין טשארדזשעס!

ס'איז נאכנישט דא קיין טשארדזשעס

ס'איז דערווייל נישט דא קיין טשארדזעס

shefele » פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:36 pm

· #89934
זיי מיזען זיין אוועיליבעל נעקסטע וואך אויף ווייטערדיגע אויספארשונגען

נייגעריגער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:47 pm

· #89947
אבער אז מ'זאל זיי ארעסטירן, און פארלענגערן דעם ארעסט, און צום סוף ארויסלאזן אן קיין שום טשארדזשעס און אן קיין בעיל, דאן איז זיכער אז - עכ"פ אויף דערווייל האבן זיי גאנץ א שוואכע קעיס קעגן זיי!!!
כן נלפע"ד!!

געפילטע פיש » פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:49 pm

· #89949
אין ענגלאנד קען מען איינזעצן אן טשארדזשען אויף א קריים?

חשבון » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:27 pm

· #89957
מ'רופט עס ארעסטירן? מ'רופט עס קוועסטשענינג

נייגעריגער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:41 pm

· #89962
אבער זיי האט מען יא "ארעסטירט"!

boxcover » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:53 pm

· #89965
געפילטע פיש
אין ענגלאנד קען מען איינזעצן אן טשארדזשען אויף א קריים?

אין אמעריקע אויך. עס איז פארהאן אן ארעסט, עס איז פארהאן א טשארדזש, און עס איז פארהאן א אינדייטמענט.

איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 25, 2013 12:01 pm

· #90092
איך האב אז דער רח"ה האט שכל, ווייל זיי האבען א ברירה אים ארויסצולאזען, און זאגען אז די אלע מעשיות זענען לכאורה פאלש, אזוי ער זאל באקומען זעלבסט זיכערהייט צו טוהן ווייטער די "השתדלות" שטיל צו מאכען די רודערערס, און דערווייל אים נאך גיין און אזוי קענען האבען א גאר שטארקע קעיס קעגען אים.

ווייסט איינער צו דער דין תורה וואס באדארף פארקומען זונטאג ויקהל גייט נאך זיין?

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:06 am

· #90287
boxcover
הדד בן בדד
איך האף אז דא גייט נישט ווערן אן אטיסעמיטישע סייט ווי ווי"ן, וואס יעדער איד וואס ווערט ארעסטירט איז אויטאמאטיש שולדיג און ער דארף ברענען און בראטן און זיצן אין תפיסה לעולם ועד און מען זאל אים דארט פייניגן און רייסן לעבעדיגע שטיקער פלייש פון אים.
יא, כמעט כסדום היינו כעמורה דמינו, מען האט פארלוירן יעדעס ברעקל אידישקייט, ווען אזעלכע עלעמענטן וועלכע רופן זיך רבנים וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר "גארנישט" אונטערצוברענגען זייערס א שונא. (נישט אז עס איז נייעס, נאר יעצט שפילט זיך עס אויס ברבים).

א סייט וואס שמועסט אויס אידישע נייעס, איז נישט אנטיסעמיטיש. אויב די נייעס איז אומגינסטיג צו יודען, בעט איך דיר don't shoot the messenger, און האב טענות אויף די יוד וואס פירט זיך אויף אומגינסטיג, נישט אויף דער וואס פארציילט. ועוד, איינע פון די יתודות וואס העלפט אומגינסטיגע זאכען פאסירן, איז דאס האלטן עס שטיל. סא אז דו ווילסט העלפט עס אפשטעלן, דאן פיר זיך אויף בכל חומר הדין ווען זיי פראבירן זיך צו פארשטעקן.

באקס קאווער, ווען א סייט באריכט אז מען האט איינגעזעצט א איד ווייל ער האט געטוהן ..... און ביז געציילטע שעות איז דא צענדליגער קאממענטס וועלכע שעלטן דעם ארעסטירטן, און וואונטשן אים דאס ערגסטע, און דאס אלעס נאך פאר מען האט געהערט סיי וואס, נאר ווייל מען האט אים ארעסטירט, אזא סייט איז ביי מיר אן אנטיסעמיטישע סייט.

וזאת שנית, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מען מעג עובר זיין אויפן געזעץ, אדער אז מען דארף שטופן זאכן אונטערן קארפעט. אבער יעדער איינער פאלט דורך דא און דארט מיטן געזעץ, סאו ווערן א צדיק אויף יענעמס חשבון דארף מען אויך נישט.

boxcover » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:23 pm

· #90690

איך וועל דיר נאכאמאל ענטפערן. ווען דו פרעגסט פארוואס יעדער איד וואס ווערט ארעסטירט איז אויטאמאטיש שולדיג, איז די סיבה ווייל וויבאלד עס קומט פאר די לעצטע ... (fill the blanks) יאהרן מעידזשאר קאווער-אפס א ווען מ'כאפט שוין ליידער יא איינעם, גלייב זיך אז דאס איז אמת, און ס'לאסט זיך נישט גלויבען אז דער איז אומשילדיג און מען מאכט סתם א בלבול ווען אין די זעלבע צייט קענען אמת'דיגע וויקטימס נישט קומען. איינמאל דו פארשטייסט שוין די חלק פון גלייבען, וועט דיר שוין אליינס פארענטפערט ווערן אז ער דארף ברענען און בראטן און זיצן אין תפיסה לעולם ועד און מען זאל אים דארט פייניגן און רייסן לעבעדיגע שטיקער פלייש פון אים. וק"ל.

וועפערייזער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:29 pm

· #90692
מיין קרוב אין לאנדאן זאגט מיר אז זיין ווייב האט אים קלאר געזאגט. איר שכינה האט איר אנפארטרויערט אז מ'האט קיינמאל נישט ארעסטירט ר' חיימ'ען. אלעס איז א רומער געוועזן.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:36 pm

· #90693
מיין חבר זאגט לאנדאן עקזיסטירט בכלל נישט, סתם א קאנספיריסי פון אפאר ליידיגייערס.

וועפערייזער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:40 pm

· #90695
ליידיגייערס?? האבעך גוט געהערט?
לשון הרע!! איך גלייב נישט! מ'טאר נישט אננעמען קיין לשון הרע.

היימישער ליטוואק » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:18 pm

· #90704
דער טעם איז ווייל ב"ה עס איז נישטא קיין אפענע אנטיסעמיטיזם, ממילא ווען דער די. עי. גייט נאך איינעם האלטן מאנכע אז מסתם איז יש דברים בגו.
פארשטייט זיך אז עס זענען אויך דא פילע סקעפטיקס וועלכע גלייבן נישט די גאוורמענט. אבער נישט ווי אמאל וואס אפילו די וועלכע האבן יא גטראסט דעי גאוורנמענט האבן אויך פארשטאנען אז לגבי אידן זענען זיי נישט טראסטבאר.

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:11 pm

· #90723
סאו באקס קאווער, סו זאגסט פלעין אז באיעס איז אויסגעהאלטן, און נישט נאר איז עס אויסגעהלאטן נאר עס איז גאר בארעכטיגט. פיין איך הער דיין מיינונג. איך וויל נאר זאלסט פאר איין מינוט קלערן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען דו ביסט אויף יענע זייט...

בפרט ביי די מעשה מיט ר' חיים היילפרין, ווי עס איז שרייט דאך אזוי הויך די פאלשקייט און קארופציע דא. נאכאמאל, איך זאג נישט אז ר"ח היילפרין איז א צדיק און אז עס איז נישט דא קארופציע אויף ביידע זייטן און אז די אנדערע זענען הוילע רשעים און עס איז גארנישט קיין גוטס דא ביי זיי. ניין. עס איז דא קארופציע אויף ביידע זייטן, און דא איז עס זייער זייער זייער (כ'קען דא שרייבן בערך הונדערט מאל זייער...) אנמערקבאר.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:58 pm

· #90740
הדד דו קומסט נישט אריין גענוג קלאר, וואס ווילסטו זאגן בנוגע ר' חיים?

boxcover » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:12 pm

· #90762
הדד בן בדד
סאו באקס קאווער, סו זאגסט פלעין אז באיעס איז אויסגעהאלטן, און נישט נאר איז עס אויסגעהלאטן נאר עס איז גאר בארעכטיגט. פיין איך הער דיין מיינונג. איך וויל נאר זאלסט פאר איין מינוט קלערן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען דו ביסט אויף יענע זייט...

בפרט ביי די מעשה מיט ר' חיים היילפרין, ווי עס איז שרייט דאך אזוי הויך די פאלשקייט און קארופציע דא. נאכאמאל, איך זאג נישט אז ר"ח היילפרין איז א צדיק און אז עס איז נישט דא קארופציע אויף ביידע זייטן און אז די אנדערע זענען הוילע רשעים און עס איז גארנישט קיין גוטס דא ביי זיי. ניין. עס איז דא קארופציע אויף ביידע זייטן, און דא איז עס זייער זייער זייער (כ'קען דא שרייבן בערך הונדערט מאל זייער...) אנמערקבאר.

באיעס איז לאו דוקא אויסגעהאלטן, אבער קען זיין פארשטענדליך. עניוועי, דאס איז נישט מיין פאונט. מיין פונטל איז אז אויב איז מען חושד איינעם וואס שטעלט זיך פאָר פאַר צדיק ווען ער איז באמת נישט (אזוי ווי דו אליינס האסט [נישט] געזאגט), און האט נאך די חוצפה צו מוסף זיין אראגאנץ איבער זיין טאמעוואטע, כאפט אָן אַן עקל און אפשיי פאר עני ערליכע יוד וואס חילול השם טוט וויי.

און א געוויסע וועג האבען מיר ביידע די זעלבע ציל נאר מיר טיילן זיך אין מיינונג וועליכער מעטאָד איז מער אויסגעהאלטען און פארלעסליך. מיר ביידע האבען א ציל צו רייניגען די אידישע פאלק פון די סקאָם וואס זענען מחריב אונזערע קומיוניטיס און ביידע טוט ווי א חילול השם. דו האלסט נאר אז די בעסטע מעטאָד איז צו האלטן שטיל העלפט פארשטילען די חילול השם (וואס איז אמת אין שארט-טורם), און מיטן לייקענען פשרות לא טוב ווערט גערעכענט כאילו עס איז קיינמאל נישט געשעהן און מ'איז מקיים דערמיט והייתם נקיים. מיר - אויף די אנדערע האנט - האלטן אז צו אויסרייסן א פראבלעם דארף מען זיך נעמען צום שורש פון די פראבלעם און עס אויסרייסען, און מיטען אויפדעקען די עוולות וועט עס ווייניגער פאסירן, וואס ביי אונז איז דאס דער עיקר. כן נראה לי.

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:52 pm

· #90833
איך אויך
הדד דו קומסט נישט אריין גענוג קלאר, וואס ווילסטו זאגן בנוגע ר' חיים?

וואס איך וויל זאגן איז, אז עס איז נאך נישט קלאר אז ר"ח היילפרין האט געטוהן עפעס ראנג, און אויב יע, איז נישט קלאר ווי ראנג, (און לדעתי זענען נאך צענדליגער רבנים שולדיג אין דעם זעלבן זאך, אבער דאס האט נישט מיט דעם), אבער וואס עס איז יא קלאר איז, אז נישט דער דראנג צו ראטעווען אידישע פרויען, און נישט דער ווייטאג פאר חילול ה' האט געטריבן דא זיינע קעגנער ארויסצוקומען קעגן אים, נאר אינערליכע עקלהאפטיגע פאליטיק (אין א געוויסן זין איז דאס נאך ערגער ווי דאס מיט וואס זיי באשולדיגן ר"ח).

און דאס באדערט מיך און גרוילט מיך און עקלט מיך ביז גאר, אלעס האט א גבול און אלעס האט א שיעור, און ווען דיין פאליטיק שפילט אזוי, און דו ארבעטסט פאר דיינע אינטערעסן, פאדער נישט פון מיר איך זאל מיטהאלטן מיט מיר, ווייל מיין פאליטיק שפילט (נאך כרגע) נישט אזוי.

ממילא ווען מען ארעסטירט ר"ח היילפרין פאר אויספארשונג, נאך א קלארע מסירה, און מענטשן שפרינגען שוין צו קאנקלוזיעס(...) ווייל מען האט דאך אים ארעסטירט, טוט עס מיר וויי.

הדד בן בדד » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:01 am

· #90837
boxcover
הדד בן בדד
סאו באקס קאווער, סו זאגסט פלעין אז באיעס איז אויסגעהאלטן, און נישט נאר איז עס אויסגעהלאטן נאר עס איז גאר בארעכטיגט. פיין איך הער דיין מיינונג. איך וויל נאר זאלסט פאר איין מינוט קלערן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען דו ביסט אויף יענע זייט...

בפרט ביי די מעשה מיט ר' חיים היילפרין, ווי עס איז שרייט דאך אזוי הויך די פאלשקייט און קארופציע דא. נאכאמאל, איך זאג נישט אז ר"ח היילפרין איז א צדיק און אז עס איז נישט דא קארופציע אויף ביידע זייטן און אז די אנדערע זענען הוילע רשעים און עס איז גארנישט קיין גוטס דא ביי זיי. ניין. עס איז דא קארופציע אויף ביידע זייטן, און דא איז עס זייער זייער זייער (כ'קען דא שרייבן בערך הונדערט מאל זייער...) אנמערקבאר.

באיעס איז לאו דוקא אויסגעהאלטן, אבער קען זיין פארשטענדליך. עניוועי, דאס איז נישט מיין פאונט. מיין פונטל איז אז אויב איז מען חושד איינעם וואס שטעלט זיך פאָר פאַר צדיק ווען ער איז באמת נישט (אזוי ווי דו אליינס האסט [נישט] געזאגט), און האט נאך די חוצפה צו מוסף זיין אראגאנץ איבער זיין טאמעוואטע, כאפט אָן אַן עקל און אפשיי פאר עני ערליכע יוד וואס חילול השם טוט וויי.

און א געוויסע וועג האבען מיר ביידע די זעלבע ציל נאר מיר טיילן זיך אין מיינונג וועליכער מעטאָד איז מער אויסגעהאלטען און פארלעסליך. מיר ביידע האבען א ציל צו רייניגען די אידישע פאלק פון די סקאָם וואס זענען מחריב אונזערע קומיוניטיס און ביידע טוט ווי א חילול השם. דו האלסט נאר אז די בעסטע מעטאָד איז צו האלטן שטיל העלפט פארשטילען די חילול השם (וואס איז אמת אין שארט-טורם), און מיטן לייקענען פשרות לא טוב ווערט גערעכענט כאילו עס איז קיינמאל נישט געשעהן און מ'איז מקיים דערמיט והייתם נקיים. מיר - אויף די אנדערע האנט - האלטן אז צו אויסרייסן א פראבלעם דארף מען זיך נעמען צום שורש פון די פראבלעם און עס אויסרייסען, און מיטען אויפדעקען די עוולות וועט עס ווייניגער פאסירן, וואס ביי אונז איז דאס דער עיקר. כן נראה לי.

באקסקאווער, אמת איך האב אויך דעם ציהל צו רייניגן כלל ישראל פון דעם באהאללטענע שקצים (ספעציעל די וואס זענען מתעטף בטלית שאינו שלהם און טוען זיך אן באיצטלא דרבנן), אבער ווען עס קומט צו דעם מעטאד, מאכסטו א טעות מיט מיין צוגאנג. מיין צוגאנג איז ח"ו נישט עס פארשווייגן. אבער עס איז אויך נישט עס פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. עס איז נאך דא עפעס אינצווישן.

ווען עס קומט אן צו רבנים א קאמפלעינט איבער סעקשועל מאלעסטעישן אבער סתם אומאיידעלע אויפפירעכץ פון רבנים, דארפן זיי דאס אננעמען זייער ערנסט, און עס אויספארשן צווישן זיך, און יענעם מודיע זיין ער זאל קענען זיך געהעריג פארטיידיגן באמת, אבער דאס דארף געטוהן ווערן מיט אן ערנסטקייט, נישט זוכנדיג יענעם צו פראטעקטן, און אויב שטעלט זיך ארויס אז יש דברים ב'שייגעץ, דארף מען דעם רב אריבער רופן און מודיע זיין די תוצאות, און אויך וואס זענען די החלטות. לדוגמא: ער טאר מער נישט קאונסלען פארפעלקער, אדער טון אין שלום בית, אדער סיי וואס עס איז וואס האט יענעם צוגעברענגט דורכצופאלן.

גלייכצייטיג דארף מען יענעם שיינערהייט מודיע זיין אז ווי עס זעיט זיך אויס האט ער א פראבלעם, און עס איז דא העלף אוועילעבל, און ער זאל מוחל זיין און גיין זוכן הילף (בכלל איז שוין צייט מיר זאלן אנהייבן זיך באקאנט מאכן מיט דעם גרויסן וועלט פון הילף וואס איז דא פאר מענטשן מיט אלע סארטן סעקסועלע פראבלעמען, אבער דאס איז א נושא פאר אן אנדערן אשכול). און דערביי דארף מיטקומען א ווארענונג, אז אויב מען וועט הערן נאכאמאל סיי וועלכען קאמפלעינט אויף אים וואס וועט זיך ארויסשטעלן אלס אמת, וועט מען אננעמען שארפערע שריט, ווי למשל עס מפרסם זיין צווישן אנדערע רבנים, אדער צווישן די נכבדים פון זיין קהילה, און אויך מודיע זיין אז די אפציע פון גיין צו די פאליציי בלייבט אפן אויב ער וועט זיך נישט טוישן.

אבער צו גיין תיכף צו מאכן איבערקערענישן און יענעם צומאלן און צושמירן אויף בלאגס און ביי די פאליציי איז נישט אויסגעהאלטן (חוץ ווי דערמאנט, אז מען האט שוין אלעס געטרייט ביז אהין) און נישט אידישליך, עס איז רשעות, אכזריות, שפיכות דם און חילול ה'.

boxcover » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:03 am

· #90881
הדד בן בדד
באקסקאווער, אמת איך האב אויך דעם ציהל צו רייניגן כלל ישראל פון דעם באהאללטענע שקצים (ספעציעל די וואס זענען מתעטף בטלית שאינו שלהם און טוען זיך אן באיצטלא דרבנן), אבער ווען עס קומט צו דעם מעטאד, מאכסטו א טעות מיט מיין צוגאנג. מיין צוגאנג איז ח"ו נישט עס פארשווייגן. אבער עס איז אויך נישט עס פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. עס איז נאך דא עפעס אינצווישן.

קיינער שרייבט נישט אין די קאווע שטיבל כדי עס צו פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. אקעי? און אין וואס-איז-נייעס אויך נישט.

איך אויך » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:28 am

· #90882
ר' הדד, איר זענט נישט באקאנט מיט די היסטאריע פון דעם קעיס, מען האט דאס אלעס (ממש אקוראט דאס וואס דו זאגסט מען זאל טוהן) געטוהן פאר 10 יאר צוריק! נאכאמאל פאר בערך 5 יאר צוריק און שוב הארט פאר עס איז געגאנגען פאבליק אפאר חדשים צוריק. נאר ווען מען האט געזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום אנדערע אופציע אפצושטלן די (אלעדשד) התנהגות איז מען געגאנגן פאבליק.

נייגעריגער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:45 am

· #90883
איך וויל פארשטיין עפעס: נאכן גיין פאבליק האבן עס די רבנים שוין ענדליך יא גענומען ערנסט, און מ'האט שוין צאמגעשטעלט א בית דין וואס לויט די שמועות דארפן זיי ארויסקומען מיט א פסק ביז א קנאפער חודש, סאו פארוואזשע האט יעצט אויסגעפעהלט צו גיין צום גאווערמענט, אויב נישט סתם פאר ביליגע נקמה צוועקן?

boxcover » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:26 am

· #90925
איז נישט רח"ה געווען דער וואס איז געגאנגען צום גאווערמענט?

נייגעריגער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:37 am

· #90926
וואס הייסט ער איז געגאנגען צו די גאווערמענט? ער האט קיינעם ביזדערווייל נישט אנגעקלאגט! סך הכל סובפינעט גוגל ארויסצוגעבן די נעמען פון די שרייבערס! וואס ער וואלט געטוהן דערמיט ווייסעך נישט אבער ווער זאגט אז אנגעקלאגט?

אגב: האט ער עס למעשה ארויסבאקומען פון זיי?

boxcover » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:02 pm

· #90943
זיי זאגן אז יא. ער איז געגאנגען צו די גאווערמענט און געזאגט אז ער וויל קלאגן פאר פארלוימדונג, אנדערשט פארוואס זאל גוגל מחויב זיין צו געבן די נעמען?

NAVY SEAL » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:05 pm

· #91157
ער האט גערופן גוגל און קאורט צו ארויסבאקומען די איי פי אדרעסן, און ער האט עס געוואנען, און דערווייל
האט ער נאך גארנישט געטוהן.

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:33 pm

· #91165
פארוואס דארף עם גוגל געבען אייפי עדרעסעס?
אז איך וויל קען איך דורך קארט באקומען נולד'ס אייפי עדרעס?

boxcover » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:46 pm

· #91167
נולד מאוחר
פארוואס דארף עם גוגל געבען אייפי עדרעסעס?
אז איך וויל קען איך דורך קארט באקומען נולד'ס אייפי עדרעס?

ניין. נאר מיט לעגאלע גראונדס.

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:49 pm

· #91169
די אייפי עדרעסעס וואס ער האט באקומען האבן עם סך הכל באשמיצט. ניין?

איחוד פעלד » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:25 pm

· #91183
נייגעריגער
איך וויל פארשטיין עפעס: נאכן גיין פאבליק האבן עס די רבנים שוין ענדליך יא גענומען ערנסט, און מ'האט שוין צאמגעשטעלט א בית דין וואס לויט די שמועות דארפן זיי ארויסקומען מיט א פסק ביז א קנאפער חודש, סאו פארוואזשע האט יעצט אויסגעפעהלט צו גיין צום גאווערמענט, אויב נישט סתם פאר ביליגע נקמה צוועקן?

עס דארף צו הייסען אז פשט איז אז רח"ה ובאי כוחו האבען געלייגט לחץ אויף די פרויען זאלען זיין שטיל, און נישט רעדען אין בית דין, אויף דעם זענען זיי געגאנגען צו די פאליציי, כדי שטיל צו מאכען דער טעראר פין רח"ה.

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:22 am

· #91281
עס דארף אויך צו הייסן אז דו האסט היינט נאכט אייגעבראכן ביי מיר אין די דירה און דעריבער פאר איך באלד אריבער אין פאליציי סטאנציע איינגעבן א מסירה קעגן דיר און פאדערן מען זאל דיר ארעסטירן...

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:24 am

· #91282
boxcover
הדד בן בדד
באקסקאווער, אמת איך האב אויך דעם ציהל צו רייניגן כלל ישראל פון דעם באהאללטענע שקצים (ספעציעל די וואס זענען מתעטף בטלית שאינו שלהם און טוען זיך אן באיצטלא דרבנן), אבער ווען עס קומט צו דעם מעטאד, מאכסטו א טעות מיט מיין צוגאנג. מיין צוגאנג איז ח"ו נישט עס פארשווייגן. אבער עס איז אויך נישט עס פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. עס איז נאך דא עפעס אינצווישן.

קיינער שרייבט נישט אין די קאווע שטיבל כדי עס צו פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. אקעי? און אין וואס-איז-נייעס אויך נישט.

איך ווייס נישט אין וועלכע וועלט דו לעבסט, אבער דא אין דעם וועלט אין וועלכן איך לעב, איז וואס איז נייעס א ענגלישע סייט ווי אסאאאאאך גוים (אריינגערעכענט פאלעטישאנס, דשורנאליסטן, פאליציי אגענטורן/אגענטן און סתם אנטיסעמיטן) קומען זיך אנליינען מיט שמוץ קעגן אידן.
בלאט: 1 2 3 4 5