קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8915
קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
די וואך האט א היימישע בית דין אין א שוידערליכע איין-זייטיגע "פסק" געפסק'עט צו באגרעניצן צוטריט פון א טאטע צו זיינע קינדער. ווייל ער "קאנפיוזט די קינדער"
די גרעסטע טענה וואס מ'האט געפינען אויף דעם אינגערמאן איז אז ר'האט געגעבן די קאווע שטיבל פה-סח פאר א פערצן יעריג בחור'ל צו ליינען. און אין א שמועס, האט דער פאטער מסביר געווען פאר די קינדער דעם תפארת ישראל און זיין מהלך אין בונה עולמות ומחריבן.
שטעלט זיך די שאלה, איז דאס טאקע אזוי? ווערן קינדער קאנפיוזט ווען זיי הערן פון א וויסנשאפטליכע-תורה'דיגע הסבר אויף די וועלט. אדער ווערן זיי קאנפיוזט ווען דער ראציגער אומגעבילדעטער טיטשער זאגט אז אלע נארישע גוים ווייסן נישט וואס זיי רעדן, און באמת דרייט זיך די זון ארום די ערדקוגל?
אין א געמיינדע ווי די גייסטיגע פירערשאפט זענען בד"כ נישט אפילו באוואוסטזיניג צו די טעמעס פון די וועלט, כל עוד עס איז דא עפעס מער עקסטרעם און פארמאכט איז עס קאנפיוזינג? און כל המחכים ידו על התחתונה? אפילו עס איז סענסיטיוו צו די אמונה און די י"ג עיקרים?
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
ווען מיר וואלטן ווען געמיינט אז דאס איז די ריכטיגע אישו, וואלט דאס געווען ווערט א דיסקוסיע. למעשה מיין איך אז יעדער איז מסכים אז מ'מיינט נישט דא די הגדה נאר די קניידלעך, און אויב וואלט ער ווען געוויזן אייוועלט'ס אויסגאבע וואלט מען ווען געזאגט אז ער געוואוינט צו די קינדער צו האבן אינטערנעט, און נאך אויף א כשר'ן אופן וואס איז סאך ערגער. און אזוי כהנה וכהנה.
בקיצור, אויב איז דאס די ערשטע פסק פונעם בי"ד וואס דער מאן קוקט אן איינזייטיג גענויגט קעגן אים, קען מען אנהייבן דן זיין.
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
דאס איז אן אפטע ערשיינונג? אז א ב''ד קען מאכען נערישע חשבונות צוצונעמען א קינד פון זיין עלטערען? כ'מיין א קינד וואס קען נישט זיין טאטע קען נאך אויך ווערען קאנפיוז''ד. ער וועט נאך מיינען ער איז יאשקע אליינס!
איך פרעזענליך גלייב נישט דע מעשה, אבער כבר שמעתי ענדליך, אבער דארט איז געווען סאך ערגערע זאכען עכ"פ פאר פשיטי עם וואס קיקט יעדע זאך ווי אזוי דע צייטונגען האבען זיי מחנך געווען
למעשה אז איינער פארשטייט אביסעל דע סיסטעם מיט דע היינטיגע רבנים, דארף זיך זייער גרינג א עצה געבען ווייל מיט נישט קיין גרויסע סכומים קענסטי זיי אריבער שלעפען אויף דיין זייט אפילו האסט געטיען דע ערגסטע
קראנקע סאסייעטי.
איך וואלט נישט געווען שאקט צו הערן אז איינע פון די רבנים פון דעם א.ג. בית דין איז גאר דער ניק וואס האט געשריבן דעם ארטיקל.
הבא ללמדאיך פרעזענליך גלייב נישט דע מעשה, אבער כבר שמעתי ענדלי...
למעשה אז איינער פארשטייט אביסעל דע סיסטעם מיט דע היינטיגע רבנים, דארף זיך זייער גרינג א עצה געבען ווייל מיט נישט קיין גרויסע סכומים קענסטי זיי אריבער שלעפען אויף דיין זייט אפילו האסט געטיען דע ערגסטע
קודם כל, אויב האסטו שוין געהערט ענליכס דאן פארוואס גלייבסטו נישט די מעשה? עס איז נישט שיין סתם נישט צו גלייבן איינעם אנע דעם וואס ער זאל האבן געטון עפעס צו פארלירן זיין נאמנות. בנוגע דיין צווייטע נקודה, וואס זאל איינער טון אויב ער קען נישט עפארדן די סכומים אונטערצושמירן?
בנוגע לעצם הענין. איך קען נישט די מעשה דא, אבער איך וואלט געקלערט ווי דעת תורה אז נישט די ק"ש ארטיקל איז די פראבלעם. די בית דין האט אנגענומען דער אנדערע צד וברשעות פרובירן זיי אוועק צו נעמען די קינדער פון די טאטע, צו ווייל די מאמע איז פרומער, צו ווייל איר צד האט מער power אדער געלט. זיי נוצן די "קאנפיוזען" אלץ א תירוץ צו בארעכטיגן זייער רשעות. ממילא איז נישט שייך עכט דן צו זיין איבער די נושא פון קאנפיוזען, ווייל עס עקזיסטירט נישט בעצם.
זאלן אלע רשעים האבן א מפלה און אלע עלטערן זאלן געהאלפן ווערן.
.
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
וואס ווילסטו די דיינים און רבנים ווערן זוכער צימישט פון הערן אזא תפארת ישראל ביי 50, וויאזוי דארפן זיי כאפן אז געזינטע קינדער קען מען מחנך מיט ברייטע אידשע און וויסענשאפטליכע ידועת.
BTW כ'האלט מ'זאל ארויסשרייבן וועלכע ב"ד דאס איז.
זאלן זיי עיטליעסט שפירען אן אחריות פאר זייער פסק.
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
באמת שוידערליך. איר האט מיר ארויפגעברענגט בלוט אין קאפ.
עס בכלל נישט קיין נפקא מינה צו זיי האבן געמיינט די זיפ צו די קניידלעך, נישט קיין חילוק צו עס איז דאס ערשטע מאל צו דאס טויזענטסטע מאל וואס א בי"ד געט ארויס אזא פסק נגד התורה והשכל. די עצם מציאות אז אזאנס קען פאסירן, איז א שוידער וואס מיר ברויכן מתפלל זיין יעדן טאג שיכלה בעל הכרם את הקוצים.
אבער אויב מעגליך, אפשר קענט איר מיר אויפקלערן, ווי פאסירט אזאנס אז א טאטע זאל זיך אזוי באנארישן און אינטערשרייבן שטרי בירורים ביי אזוינע ממזרים?
עס איז שוידערליך, אבער ליידער אויך ערווארטעט פון זיי.
ווי אזוי פונקטליך איז דער פסק פון בי״ד מחייב? איז געווען אן אגרימענט צו גיין לויטן בי״ד׳ס פסק?
הוגהקודם כל, אויב האסטו שוין געהערט ענליכס דאן פארוואס גלייבסטו נישט די מעשה?
סארי איך האב מיר אפשר נישט ארויס געברענגט איך מיין צי זאגען אז אז עס מאכט נישט נישט קיין סענס אז דע רב האט געזאגט נאר וועגען דע ארטיקעל האט ער נישט קיין רעכט איבער דע קינדער, ווייל דע רב איז געניג קליג אויב ער וועט ניצען נאר דע ווערטער וועט מען אים אראפרייסען, נאר דע סיבה איז ווי די שרייבסט אז
הוגה בית דין האט אנגענומען דער אנדערע צד וברשעות פרובירן זיי אוועק צו נעמען די קינדער פון די טאטע, צו ווייל די מאמע איז פרומער, צו ווייל איר צד האט מער power אדער געלט
איך האלט נאר אז נאר דע צווייטע סיבה איז דע ריזען פארוואס ער האט עס געטיען נישט ווייל דע מאמע איז פרימער ווייל דאס אינטערסירט אים און דע לינקע פאה, אפשר פארקערט ווען זי איז שוואכער וועט ער זיך ענדערש אננעמען פאר איר וד"ל
שמערלאבער אויב מעגליך, אפשר קענט איר מיר אויפקלערן, ווי פאסירט אזאנס אז א טאטע זאל זיך אזוי באנארישן און אינטערשרייבן שטרי בירורים ביי אזוינע ממזרים?
דאס איז א זאך וואס איך ווייס נישט צי מען האט דאס שוין אמאל אויסגעשמיסט דא אויפן שטיבל, אבער דאס איז זאך וואס ליידער אסאך תמימות'דיגע אינגעלייט פאלען אריין און דיעם, מען מיינט נעבען אז דע רבנים זענען יושר'דיגע מענטשען און מען שרייבט בלינדערהייט אינטער
מען דארף דאס האלטען פאר דע אויגען פינק ווי היינט ציטאג ווייסט שוין יעדער איינער אז מען טאר נישט רעדען צי א פאליס אד"ג פאר מען רעדט זיך דורך מיט א לויער, אזוי טאר מען ח"ו נישט אינטער שרייבען קיין שטרי בירירון ביז מען האט זיך דורך גערעדט מיט א עקספערט און דע זאכען, ווייל איינמאל מען שרייבט אינטער איז ער פולקאם בעל הבית אויף דיר און קען טיען כל מה שעולה על רוחם
איך האף אפשר שפעטער צי שרייבן מיין איייגנע עקספיריענס וואס האט מיר געקאסט מיין נאיווקייט און אינטער געשריבען שטרי בירורים
[ציטאט אראפגענומען]
לויט מיין ידועה ביסטי נישט גערעכט אפשר איז דא אויסנאם פאלען, אז מען שרייבט אינטער שטרי ברירון איז דע רב אינגאנצע בעה"ב
אבער אגב איז כדי צי וויסען אז ביי דע פעמעלי קארט איז ליידער פינק אזוי קראפטירט ווי להבדיל און אידישע בתי דינין, אין ווער עס האט מער פאער און געלט דער געווינט
הבא ללמד[ציטאט אראפגענומען]
לויט מיין ידועה ביסטי נישט גערעכט אפשר איז דא אויסנאם פאלען, אז מען שרייבט אינטער שטרי ברירון איז דע רב אינגאנצע בעה"ב
אבער אגב איז כדי צי וויסען אז ביי דע פעמעלי קארט איז ליידער פינק אזוי קראפטירט ווי להבדיל און אידישע בתי דינין, אין ווער עס האט מער פאער און געלט דער געווינט
די קינדער האבן נישט אינטער געשריבן שטרי ברירון
און פאקט, קינדער קוקט די קארט נאר אויף וואס איז טובת הילד. פארשטייט זיך די קארט קען זיך רעכענען מיטן פסק אז די קינד ווערט צימישט, גלייבט זיך שווער.
א גאנצע טאג קען איך נישט אויפהערן טראכטן פון דער שרעקליכע מעשה. ריגארדלעס וואס די עכטע סיבה איז, ריגארדלעס צו זיי מיינען יא די פה-סח קונטרס אדער נישט, פון וואו נעמט א בשר ודם אזויפיל רשעות. איך ווייס נישט מיט וועם דער מעשה איז געשעהן, אבער איך קען אפאר עלטערן מיט וועם עס איז געשעהן אזאנע מעשיות. מיין הארץ טוט פיזיש וויי. איך וויל ארום נעמען דער טאטע און וויינען מיט אים.
רבותי, וואס טוט מען דא? וויאזוי קענען מיר שטיין אויף די זייט און שווייגן אין ליכט פון אזאנע רשעות בשם השם אלוקינו? וואס קען מען טון צו לאזן וויסן די יונגאטשעס אז היו לא תהיה, מיר זענען מער נישט גרייט צו אקצעפטירן אומשולדיגע בלוט פארגיסונג? לא עת לחשות.
.
איך מיין אז ווען מען וועט אנהייבן א קאמפיין קעגן דער בלוט פארגיסונג פון צוטיילן טאטעס פון קינדער, האפענטליך בקרוב ממש, זאל מען ניצן די ווערטער וואס הוגה האט נאר וואס געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
רבותי, וואס טוט מען דא? וויאזוי קענען מיר שטיין אויף די זייט און שווייגן אין ליכט פון אזאנע רשעות בשם השם אלוקינו? וואס קען מען טון צו לאזן וויסן די יונגאטשעס אז היו לא תהיה, מיר זענען מער נישט גרייט צו אקצעפטירן אומשולדיגע בלוט פארגיסונג? לא עת לחשות.
דאכט זיך אז די ווערטער ליגן אויפן הארץ פון אלפים ורבבות מאחינו בני ישראל, דאס איז אןיפן שפוץ גאפל ארויס געברענגט דער נאקת בני ישראל., און יעצט דארף נאר זיין איין נחשון וואס זאל נעמען די גערעכטיגקייט אין די הענט אריין.
והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם
די מעשה איז אביסל אנדערש ווי דענקער האט געשריבען. דא איז גיווען א אפגעשריבענע אגרימענט צווישן טאטע מאמע אויף וועלכע לעוועל אידישקייט מען גייט ערציען די קינדער.
דער טאטע האט געבראכען די אגרימענט און זיי פראבירט אראפצוברענגן א לעוועל, פה סח איז נאר געווען איינע פון די דוגמאות וואס ער האט געטיען קעגן די אגרימענט.
בי״ד האט גע׳פסק׳נט אז דערווייל ווילאנג עס איז נישט דא קיין לגעטימע אגרימענט ווייל די טאטע האלט עס נישט איין איז עס א שטארקע פראבלעם, און די מאמע האט רעכט צו וועלן האלטען די קינדער ביים לעוועל ווי אפגעשמיעסט.
דער יטאטע קען צירוק גיין און נאכאמאל מאכען א אגרימענט אדער זיך פארנעמען איינצוהאלטען די אלטע אגרימענט, און אלע וועט זיך סעטלען.
איר זענט זיכער באהאווענט אז ביי א גרויסע טייל אידן איז קאווע שטיבעל אפגעפרעגט און נאך ערגער ווי דאס, מעגליך זיי מאכען א טעות.
די מאמע האט געטענעה׳ט אז דער אינגערמאן האלט נישט די אגרימענט פון די לעוועל אידישקייט, והא ראיה איינע פון די באווייזען אז ער געט פאר די קינדער צו ליינען די פה סח, אויסגאבע, און דאס איז געווען אנדערש ווי אויסגענימען.
וואס איז גענוי די שפראך אין די אגרימענט וואס האט עקסלודעט אן אויסגאבע פון פה-סח? וואס איז די נעקסטע חידוש צו אוועקרייסן קינדער פון עלטערן? זי האט געטראגן מיטן עירוב, ער האט געגעסן מיט די קינדער כרפס אנגעליינט? זי גיט די קינדער צו ליינען עמי? ער האט געגעבן פאר א בעלזא קינד א פרשה צעטל מיט א שטיקל דברי יואל? זי האט געזינגן מיט די קינדער א ליפא שמעלצער ניגון? ער האט גשעלאגן כפרות ביי די ארונים? זי האט גענימען די קינדער צו א "אונטערן" פלעי? ער האט געזאגט די וועלט איז רינדעכיג? זי האט פארגעסן צו לייגן א שליסל אויף די חלה? ער געט צו עסן אייער אן צוויבעל? זי גיט צו הערן קול מבשר? ער האט געעפענט א סעווינגס אקאונט פאר די קינדער'ס חנוכה געלט ביי באנק לאומי?
נישט לאנג צוריק האט א רב געשריבן א בריוו צו די קאורט שטיצן א פאטער'ס נקמה שריט קעגן א מאמע פון איר נישט לאזן פארן מיט די קינדער צו א משפחה שמחה סאטמאר רבי אין א"י ווייל א"י איז זייער קאנפויזינג פאר א סאטמאר'ע קינד. אן אמת'ע מעשה פון א רב אין א גרויסע שול אין וומ"ס.
דאס זענען לעוועלס. אבער לעוועלס פון מדות משחתות. אמאל האט מען געריפן דאס קינד ביים נאמען, א טאטע אדער מאמע וואס האט געמיינע מדות און פראוועט נקמה מיט די קינדער. היינט איז מען סאפיסטיקירט, אלעס איז פארשלייערט אינטער די קאוד ווארט "קאנפיוזן".
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
Over timeדי מעשה איז אביסל אנדערש ווי דענקער האט געשריבען. דא איז גיווען א אפגעשריבענע אגרימענט צווישן טאטע מאמע אויף וועלכע לעוועל אידישקייט מען גייט ערציען די קינדער.
דער טאטע האט געבראכען די אגרימענט און זיי פראבירט אראפצוברענגן א לעוועל, פה סח איז נאר געווען איינע פון די דוגמאות וואס ער האט געטיען קעגן די אגרימענט.
בי״ד האט גע׳פסק׳נט אז דערווייל ווילאנג עס איז נישט דא קיין לגעטימע אגרימענט ווייל די טאטע האלט עס נישט איין איז עס א שטארקע פראבלעם, און די מאמע האט רעכט צו וועלן האלטען די קינדער ביים לעוועל ווי אפגעשמיעסט.
דער יטאטע קען צירוק גיין און נאכאמאל מאכען א אגרימענט אדער זיך פארנעמען איינצוהאלטען די אלטע אגרימענט, און אלע וועט זיך סעטלען.
אויף אזא אויסטערלישע פאל, ווי דער גאנצער פראבלעם איז אז מען האט געבראכן אן "אגרימענט", און פשוט בי"ד קען נישט צולאזען דער טאטע זאל נישט זען די קינדער ווילאנג מען מאכט נישט איבער דעם עקספייערטן אגרימענט, איז דא אויף דעם א פשוטער עצה.
מען קען מאכן א מיגו. מיגו ער גייט קענען זען די קינדער אויפן נייעם לעוועל אגרימענט, קען ער שוין יעצט אויך זען.
כ'האלט זאלסט איבערגעבן די געוואלדיג שטיקל לומדות פאר די שלשה רועי בקר, כ'בין אז זיי וועלן זיך צו כאפן דערצו ווי צו הייסע לאקשאן, הפנים זיי זענען דאך גוטע מענטשן וואס מיינען אוודאי בלויז די טובה פון די קינדער און די עלטערן.
בכלל דארף מען וויסן צו די ארגומענט איז געווען מרצונו הטוב פונעם טאטן אדער ווי מ'זאגט, "א ברירה האט ער געהאט". קומט א יונגערמאן, ער ווייסט נאך נישט וויאזוי צו פארדייען זיין פרשה, ער איז צומישט און פארלוירן, ער דארף צו קומען צו יועצים פארמיטלער און רבנים ,און אט די בישאפן אן קיין אחריות און אן געפיל רייטן אויף זיין שוואכקייט און פירן אים ארום ככל העולה על רוחם.
אבער וויאזוי די מעשה זאל נאר האבן געווען, עס איז קלאר אז דער גאנצער ווירטשאפט בכלל וואס קומט אזוי פיל מאל פאר בעניני גירושין איז אינטער אלע קריטיק, און נישט די פרטים פון איין מעשה גייט דא אויסמאכן. דעריבער, וועם די שאנדע און שוידערליכער עגמת נפש פון די טויזנטער צובראכענע און אונטערדריקטע עלטערן נוגע ללבו, זאל זען צו טון וואס מ'קען להעביר רוע הגזירה.
Although the parties consented to arbitration of custody and visitation matters, they had no power to do so. “Disputes concerning child custody and visitation are not subject to arbitration as ‘the court’s role as parens patriae must not be usurped’” (Matter of Hirsch v Hirsch, 4 AD3d 451, 452, quoting Glauber v Glauber, 192 AD2d 94, 98; see Schechter v Schechter, 63 AD3d 817, 819). Accordingly, that branch of the petition which was to confirm the custody and visitation provisions of the arbitration award should have been denied, and the matter must be remitted to the Supreme Court, Kings County, for a hearing and determination as to the issues of custodyand visitation (see Schechter v Schechter, 63 AD3d at 819; Cohen v Cohen, 195 AD2d 586,
588).
בית דין'ס פסק, ווען ס'קומט צו custody האט נישט קיין ליגאלע האפט. פונקט ווי בית דין קען נישט געבן א גט פאר דיר..
קארט איז א צווייטע מעשה, מען דארף דערפאר א סך געלט, מוטיגקייט, און די מינעמאלע ידועות וואס א גרויסער טייל פון היימישן עולם האט נישט. און דאס איז אויסער דער סוסאיעטי שרעק וואס מען האט פון זיין פון די "הולכי ערכאות".
חוץ מז ווי איך האב שוין פריער געשריבען דע גאנצע פעמעלי קארט סיסטעם ליגט און דע הענט פין דע אזוי גרעפינע "עסקנים" און זיי טיען מיט דעים ככל העולה על רוחם און טאמער די האסט נישט דע ריכטיגע קאנעקשאן ביסטי סיי ווי סיי א פארלוירענער
און למעשה ווייס איך פאר פאקט אז זיי רעכענען זיך יא מיט דעם רב וואס מען האט אינטערגעשריבן ביי אים שטרי בירירון, קען זיין אז אויב זיי זיען אז עס ניישט לטבתו פין דע קינדער וועלן זיי זיך נישט רעכענען מיט דיעם, אבער בדרך כלל וועלן זיי מיט גיין מיט דיעם
שמערלOver timeדי מעשה איז אביסל אנדערש ווי דענקער האט געשריבען. דא איז גיווען א אפגעשריבענע אגרימענט צווישן טאטע מאמע אויף וועלכע לעוועל אידישקייט מען גייט ערציען די קינדער.
דער טאטע האט געבראכען די אגרימענט און זיי פראבירט אראפצוברענגן א לעוועל, פה סח איז נאר געווען איינע פון די דוגמאות וואס ער האט געטיען קעגן די אגרימענט.
בי״ד האט גע׳פסק׳נט אז דערווייל ווילאנג עס איז נישט דא קיין לגעטימע אגרימענט ווייל די טאטע האלט עס נישט איין איז עס א שטארקע פראבלעם, און די מאמע האט רעכט צו וועלן האלטען די קינדער ביים לעוועל ווי אפגעשמיעסט.
דער יטאטע קען צירוק גיין און נאכאמאל מאכען א אגרימענט אדער זיך פארנעמען איינצוהאלטען די אלטע אגרימענט, און אלע וועט זיך סעטלען.
אויף אזא אויסטערלישע פאל, ווי דער גאנצער פראבלעם איז אז מען האט געבראכן אן "אגרימענט", און פשוט בי"ד קען נישט צולאזען דער טאטע זאל נישט זען די קינדער ווילאנג מען מאכט נישט איבער דעם עקספייערטן אגרימענט, איז דא אויף דעם א פשוטער עצה.
מען קען מאכן א מיגו. מיגו ער גייט קענען זען די קינדער אויפן נייעם לעוועל אגרימענט, קען ער שוין יעצט אויך זען.
כ'האלט זאלסט איבערגעבן די געוואלדיג שטיקל לומדות פאר די שלשה רועי בקר, כ'בין אז זיי וועלן זיך צו כאפן דערצו ווי צו הייסע לאקשאן, הפנים זיי זענען דאך גוטע מענטשן וואס מיינען אוודאי בלויז די טובה פון די קינדער און די עלטערן.
דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן?
בי"ד וויל זיכער מאכן אז ער פאפט זיך נישט אויס אויף די עגרימענט וואס ער האט אינטער געשריבן און א פארלעצונג האט קאנסעקווענסעס - איז וואו קימט דא אריין מיגו?
גערעכט צו נישט גערכט
@הקטן טייערע, איך פארשטיי אז דו ביסט אן עקסטרעמע פאזיטיווע מענטש און אלץ וועסטו טרעפן א דופן עקומה'דיגע וועג צו טרעפן א לימוד זכות פאר סיי ווער אימער עס ווערט קריטיקירט. עס איז א שיינע מדה צו פארמאגן אבער דו דארפסט וויסן אז צומאל איז עס ממש איראניש און נישט אין פלאץ. לאמיך איבערטייטשן דיין תגובה אין אנדערע ווערטער. דאס איז וואס דו זאגסט. "בי"ד האט איבערגעלייגט די קינדער אריינגעשמיסן אין זיי מיט א פאסיק און א שטעקן, צוביילט און צופליקט די קינדער פיזיש און גייסטיש. אבער מען קען זיי פארשטיין. עס איז געווען א פא*ינג אגרימענט, און בי"ד האט ס"ה געדארפט מאכן זיכער אז די אגרימענט ווערט איינגעהאלטן". אה! יעצט פארשטיי איך זיי. אויב אזוי זענען זיי גערעכט.
Over timeביי א גרויסע טייל אידן איז קאווע שטיבעל אפגעפרעגט און נאך ערגער ווי דאס, מעגליך זיי מאכען א טעות. די מאמע האט געטענעה׳ט אז דער אינגערמאן האלט נישט די אגרימענט פון די לעוועל אידישקייט, והא ראיה איינע פון די באווייזען אז ער געט פאר די קינדער צו ליינען די פה סח, אויסגאבע, און דאס איז געווען אנדערש ווי אויסגענימען.
וואס קען בי"ד טון אויב די טאטע האלט נישט איין די אגרימענט? איך האב א פשוט'ע עצה פאר בי"ד. זיי זאלן צורייסן די אגרימענט. האסטו געהרט א מעשה? מען נוצט די קינדער צו מעניש זיין די טאטע? ווען איך האב געזעהן די OP פון דער אשכול בין איך געווען זיכער אז איינער פון די מאמע'ס צד וועט קומען דא און פארענטפערן די בי"ד פון איר צד. איך בין געווען זיכער אז די מאמע'ס צד וועט לכה"פ אויפבאקען אז די טאטע איז אביוסיוו צו די קינדער וכדומה, אזוי אז טאמער איינער וועט עס גלייבן וועט עס כאטש זיין פארשטענדליך. דערווייל לא דובים ולא יער, ס"ה קומט מען פארענטפערן אז די טאטע האט נישט נאר געוויזן די קינד ק"ש ער האט נישט איינגעהאלטן די "לעוועל פון אידישקייט" וואס די מאמע פארלאנגט? סיריעסלי? דאס איז די בעסטע that you can come up with? פארדעם האקט מען אפ קינדער פון עלטערן? דאס איז שוין "פארשטענדליך"?
.
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
איך האב לכתחילה נישט געענטפערט אויף דעם שלא מן הענינ'דיגע תגובה. אבער אז דו ענטפערסט שוין, וועל איך בלויז קלארשטעלן וואס over time האט געשריבן בזה"ל, "דער טאטע קען צוריקגיין און נאכאמאל מאכן אן אגרימענט", אויף דעם האב איך געפרעגט, אויב קען מען מאכן א נייעם אגרימענט וואס נעמט נישט אריין נישט ליינען פה-סח, האב איך א מיגו אז יעצט זאל ער עס שוין אויך קענען ליינען, און מען דארף נאכנישט פארדעם אוועקכאפן קינדער וואס לדברי הבעל המעשה איינמאל מען פארעכט דעם פעלערדיגן אגרימענט גייען זיי גלייך צוריק.
בכלל חקרן, איך זעה נישט מיט וואס דו ביסט טויגליכער פון over time אז ער זאל דיר ברויכן הייערען פאר זיין לויער, אז ער וויל קען ער זיך אליין ערקלערן.
איך זע אז דא איז דא א חסרון ידיעה.
די מציאות איז אז ווען עס רעדט זיך פון קליינע קינדער דאן האט די אגרימענט וואס מען האט זיך אויסגענימען בעפאר די גט גאר א שטארקע לעגאלע און תורה׳דיגע קראפט, דער יונגערמאן וואלט אפילו אין קארט פארלוירען זיין קעיס.
די קארט און בי״ד זענענן ביידע דא אז די קינדער זאלן אויפוואקסט די בעסטע וואס איז שייך אין די סארט מצבים, ביי קליינע קינדער איז ע״פ רוב אז די מאמע האט פיזיש קאסטעדי און די טאטע האט וויזיטעשין און ביידע האבן ליגעל קאסטעדי.
אויב די מאמע קומט טענה׳ן אין קארט אדער אין בי״ד אז די טאטע האלט זיך נישט צום אגרימענט און לויט איר מיינוג צומישט עס די קינדער, דאן איז דער טאטע א לוזער סיי ווי נאר, יעדע שוואכסטע בי״ד וואלט זיך געשטעלט אויף די מאמע׳ס זייט.
דער יונגערמאן דארף יעצט צירוק גיין צו בי״ד און נאכאמל אינטערשרייבען אז ער וועט זיך האלטען צום אגרימענט און ער באקימט צירוק זיין וויזיטעשין.
לאו דוקא. די קאורט וואלט נישט אנגענימען די ארגומענט אז אויסשמיסן מיט א קינד די עידזש אוו די אוניווערס במשנתו של אחרונים איז קאנפיוזינג פאר א קינד. די פלעינטיף וואלט געברויכט ברענגט אן עקספערט דאס צו איבערצייגן, און ס'איז שווער ווייל ס'איז נישט אמת.
די קענסט טענה׳ן אז אין קארט די מאמע וואלט געדארפט האבן מער הארטע באווייזן ווי ביי בי״ד, איר זענט מעגליך גערעכט דערמיט.
אבער דאס נעמט נישט אוועק די פאקט אז אפילו די קארט וואלט זיך גערעכענט מיט די מאמע קעגן טאטען אויב פאלגט ער נישט די אגרימענט, און דאס איז די נקודה דא, אז אגרימענט איז גאר גאר א שטארקע זאך און ווער עס האלט עס נישט דער דערלייגט.
זיכער אזוי. מ'קען נישט און מ'טאר נישט פארלעצן אן אגרימענט. אבער זיי זיכער אז די אגרימענט זאגט נישט אז מ'טאר נישט ערלויבן דאס קינד צו לערנען א תפארת ישראל. די מאמע איז מחדש א פורים תורה אז דאס איז פארלעצונג פון די "רעליגיעזע סטאנדארט" קלאוז, אדער די "וועלפער פונעם קינד" קלאוז. נאר א רב מיט אן אגענדע קעגן די טאטע וועט קויפן די ארגומענט ווייל ער זיכט מיט לעכט וויאזוי אריינצוקוועטשן זיין אגענדע אינעם אגרימענט. די קאורט וואלט ארויסגעלאכט די מאמע פון זאל. די "קאנפיוזן" ארגומענט איז דעווארן די אבסטראקט ארגומענט אונטער וואס אגענדע-געטריבענע פארטייען באהאלטן זייער געמיינע אגענדע.
פארשטייט זיך אז ס'איז פארהאן אמת'ע פעלער ווען קאנפיוזינג איז א פראבעלם, אבער אויב עפעס איז עס די צד וואס וויל אפרייסן די קינדער פון א ביאלאגישע עלטערן (אן קיין לעגיטימע סיבה) די צד וועלכע טיט פרעכערהייט קאנפיוזן די קינדער.
דער שופט ווייסט נישט וואס איז יא אידישקייט און וואס איז סטתם בי עס און פארדיעם וועט ער אן נעמען דע ווערטער פין בי"ד ספיציעל אז האט אינטער געשריבען ארבטרעישען ביי אים
הבא ללמדדער שופט ווייסט נישט וואס איז יא אידישקייט און וואס איז סטתם בי עס און פארדיעם וועט ער אן נעמען דע ווערטער פין בי"ד ספיציעל אז האט אינטער געשריבען ארבטרעישען ביי אים
דאב יא. איינמאל ס'איז דא א פסק פון בי"ד טראגט עס געוויכט. אבער א גיטע לאויער מיט גיטע פארענסיק עקספערטן און בריווען פון עקספערטן אין יהדות קענען צופליקן א לעכערליכע פסק. ס'איז אבער א פארצווייגטע פראצעס און די קינדער ליידן זיך אן אינדערצווישן.
קימסטי צירוק מיט דע זעלבע זאך, אז מיט געניג געלט און פאער קען מען עס מסדר זיין
יעצט איז נאר דע פראגע וואס טיט דער טיפישער אינגערמאן וואס שוין אזוי אויך ציפליקט און האט נישט דע געלט אן כח ווי אזוי בייווייזט ער עס?
@יואליש לאמיר זיין אויפריכטיג פאר א מינוט.
דו ווייסט זייער גוט אז ביי א ריזען ציבור חסידים איז בבל יראה וובל ימצא צו רעדן מיט קינדער פון דעם תפארת ישראל, און זיי לייגען עס אריין אין יודשקייט אז ע״פ יהדות טאר מען דאס נישט טיען, עס איז מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט מיט זייער שיטה, אבער עכ״פ אז אזוי האבן זיי אנגענימען זייער ווערסיע פון אידישקייט.
ווען מען האט געשריבען די אגרימענט האט מען אריינגעשריבען אז מען גייט האלטען די ווערסיע פון אידישקייט לויט ווי אזוי זיי טייטשען עס אויס, מען האט טאקע נישט ארויס געשריבען די פרט אבער די כלל האט מען יא ארויסגעשריבען, דער יונגערמאן האט אינטערגעשריבען די אגרימענט.
דער יונגערמאן האט עס געבראכען און ער פארלעצט די סיעף פון די אגרימענט, אויף וועם קען ער יעצט האבן טענות? איז אים איינער עפעס שולדיג אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען?
נעווער מיינד צו די חסידים זענענן גערעכט מיט זייער אויסטייטש ווי זיי לערנען אפ אידישקייט, אבער א הסכם דארף מען איינהאלטען.
אויב איז די רעדע פון א פרוי אזא שלאנג וואלט איך אויפגעגעבעען מיינע רעכטען צו זעהן די קינדער
וואס טוסטו אויב ווען זיי קומען צוריק צו דיר ארעסטירט זי דיר פארען זיי מאלעסטען?
קען זיין סוועט דיר געלונגען אויפציווייזען אז דו ביזט אומשילדיג אבער קודם וועסטו ארעסטעד ווערען סוועט דיר קאסטען ממון ודמים און סגרויסע טשענסעס אז דו וועסט גיין אין חד גדיא פאר 20 יאהר
דעס איז מעשים בכל יום ביי אינדזער היימישע קאמיוניטי
סדא פרויען שלענג און רבנים וואס העלפען זיי און גיידען זיי צו סטראשען די מאן זיך אפצוזאגען פון די קינדער מיט אזאנע פאלטשע בלבולים
איך האב מיטגעהאלטען א פאל פון א רב וואס האט געגיידעד א פרוי קעגען איר מאן מיט בלבולים אלעס אז ער זאל נישט זעהן זיינע קינדער, מיט אזא רשעות, און כהאב געטראכט צו מיר פארוואס דער רב טוט עס? וואס האט ער דערפין? ביז איך האב איינגעזעהן אז ער טיט עס פאר דעם אליינס אז ער קען אלס רעזאלט פון דעם רעדען מיט א שיינע פרוי טאג און נאכט, זיי פלעגען רעדן שעות אינמיטען די נאכט אויפען טעלעפאן (כהאב געזעהן די טעלעפאן רעקארדס) און זי פלעגט זיין ביי עם אין ספרים שטוב כאטשיג 2 מאל א וואך אפאר שעה,
סארי אבער א אנדערע הסבר פארוואס די רב האט עס געטוהן האב איך נישט, קיין געלט האט זי נישט וד"ל
רבונו של עולם! דו זעהסט נישט די זאפטיגע רשעות וואס רינען ארויס פון דיינע אייגענע ווערטער? "עס איז מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט מיט זייער שיטה". עס איז מעגליך? ביזט נישט זיכער? "איז אים איינער עפעס שולדיג אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען?" און אז מען איז אים נישט שולדיג מעג מען אים שוין שינדען די הויט? און וואס איז מיט די קינדער? זיי זענען גארנישט? "נעווער מיינד צו די חסידים זענענן גערעכט מיט זייער אויסטייטש ווי זיי לערנען אפ אידישקייט, אבער א הסכם דארף מען איינהאלטען." דו זעהסט נישט די pettiness און שלעכטסקייט אין אזא התנהגות? וואס טוט זיך דא? מיר האנדלן דא מיט אידן? מיר רעדן דא פון די תורה? דאס זענען ערליכע רבנים?
זאג מיר, דו זעהסט גארנישט שלעכט מיט די סברות וואס דו שרייבסט דא?
קרעקער האקט...
.
קרעקער
איך האב מיטגעהאלטען א פאל פון א רב וואס האט געגיידעד א פרוי קעגען איר מאן מיט בלבולים אלעס אז ער זאל נישט זעהן זיינע קינדער, מיט אזא רשעות, און כהאב געטראכט צו מיר פארוואס דער רב טוט עס? וואס האט ער דערפין? ביז איך האב איינגעזעהן אז ער טיט עס פאר דעם אליינס אז ער קען אלס רעזאלט פון דעם רעדען מיט א שיינע פרוי טאג און נאכט, זיי פלעגען רעדן שעות אינמיטען די נאכט אויפען טעלעפאן (כהאב געזעהן די טעלעפאן רעקארדס) און זי פלעגט זיין ביי עם אין ספרים שטוב כאטשיג 2 מאל א וואך אפאר שעה,
סארי אבער א אנדערע הסבר פארוואס די רב האט עס געטוהן האב איך נישט, קיין געלט האט זי נישט וד"ל
קרעקער איך וואלט דיר נישט געגלייבט ווען איך האלט נישט מיט דע זעלבע עפיזאד און מען רעדט דא א רב וואס יעדער הארגערט זיך אויפציווייזען אז איז אויף זייער זייט
Over time, אויב וואלט געווען אן אגרימענט אז דער טאטע וועט אנטוהן די קינדער נאר מיט אראנזשע זאקן, און ער וואלט עס נאכדעם געבראכן, איז דא איין בי"ד /קארט וואס וואלט אוועקגענומען די קינדער פאר דעם?
די נקודה איז אז די עצם שרעקעדיגע ווארט "אגרימענט" - אויב שטייט דערין שטותים, איז עס א חספא בעלמא.
ביי אונזער פאל האלט דא יעדער אז פארמישן קינדער מיט א דיינעסאוער איז פונקט אזוינע שטותים ווי אראנזשע זאקן. אלזא אויב האט א דיין בישראל עס יא אנגענומען פאר א טענה, איז ער א שוטה רשע וגס רוח, וואס אויף דעם איז דא יעדער אזוי אויפגעשוידערט, אז אזוינע זענען ליידער דייני ישראל.
און דיין טעאריע פארוואס אזא פסק בית דין גייט העלפן אין קארט, מאכט בלויז גרעסער די שוידער.
הוגהרבונו של עולם! דו זעהסט נישט די זאפטיגע רשעות וואס רינען ארויס פון דיינע אייגענע ווערטער? "עס איז מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט מיט זייער שיטה". עס איז מעגליך? ביזט נישט זיכער? "איז אים איינער עפעס שולדיג אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען?" און אז מען איז אים נישט שולדיג מעג מען אים שוין שינדען די הויט? און וואס איז מיט די קינדער? זיי זענען גארנישט? "נעווער מיינד צו די חסידים זענענן גערעכט מיט זייער אויסטייטש ווי זיי לערנען אפ אידישקייט, אבער א הסכם דארף מען איינהאלטען." דו זעהסט נישט די pettiness און שלעכטסקייט אין אזא התנהגות? וואס טוט זיך דא? מיר האנדלן דא מיט אידן? מיר רעדן דא פון די תורה? דאס זענען ערליכע רבנים?
זאג מיר, דו זעהסט גארנישט שלעכט מיט די סברות וואס דו שרייבסט דא?
.
ניין איך זע נישט, צענדליגער טויזענטער קינדער וואקסן אויף מיט אזא שיטה און עס פעלט זיי גארנישט.
און עס איז ליגענט צו זאגען אז בי״ד האקט אפ די קינדער פינעם טאטען, בי״ד נעמט
נישט צו די קינדער פינעם טאטען,
די בי״ד פסק זאגט בסך הכל אז מיט די און די מעשים פארלעצט די טאטע די אגרימענט, אלעס וואס דער טאטע דארף טיען איז זיך נאכאמאל קאמיטען צו די אגרימענט און די וויזיטעשין גייט ווייטער אן.
ביסט גערעכט. די גמרא זאגט שוין. לא חרבה ירושלים אלא מפני שהעמידו דבריהם על דברי תורה. מען איז תולה די רשעות אין דין תורה. איך ווייס נישט וועלכע פאלק דו ביזט א טייל פון און וועלכע תורה דו היטסט, אבער עמך אינה עמי ואלוהיך אינו אלוהי.
שמערלOver time, אויב וואלט געווען אן אגרימענט אז דער טאטע וועט אנטוהן די קינדער נאר מיט אראנזשע זאקן, און ער וואלט עס נאכדעם געבראכן, איז דא איין בי"ד /קארט וואס וואלט אוועקגענומען די קינדער פאר דעם?
די נקודה איז אז די עצם שרעקעדיגע ווארט "אגרימענט" - אויב שטייט דערין שטותים, איז עס א חספא בעלמא.
ראנג, יעדע אגרימענט ווי פאני עס זאל נאר נישט זיין האט א תוקף, ווען עס האנדעלט זיך מיט קינדער דאן קוקט עס די דזאדש איבער בעפאר ער לייגט זיין חתימה דערויף, ביי א ליגעל דיווארס מיט קינדער איז בדרך כלל דא א ליגעל אגרימענט, די קארט פארלאנגט עס.
לאמיר נישט פארגעסן אז קאנפליקטן בכלל איז א פיינפולער פאקט אין דער מציאות, און דער געריכט סיסטעם, צו איז עס א בית דין אדעא קאורט, וואס איז מיסודו דא צו העלפן מענטשן זיך דורך קומען און פראטעקטן דעם בעולה'טן, זאל עס זיין די ערליכסטע בית המשפט, וועט בהכרח מוזן פון מאל צו מאל ווייטון איין צד אדער גאר ביידע.
דער פראבלעם איז נאר ווען דער געריכט איז קאראפטעט, ביי טייל קעיסעס אדער אישוס, מאיזה סיבה שהוא, און על זה אנו דנין, מיר דארפן פייטן גראבע קאראפשן וויפיל ס'מעגליך.
און אויכעט דארף מען נעמען אין באטראכט, וואס טוט מער קאנפיוזן די קינדער, זעהן א תפארת ישראל מיט א שכל'דיגן הסבר, אדער זעהן במו עיניהם ווי מען פייניגט זייער טאטן ואין לאל ידם, און ווערן טראמאטיזירט על כל ימי חייהם.
מען קען מאכן א שטודיע וועלכע מין קאנפיוזשען איז ענדערש גורם אראפצופירן די קינדער פונעם דרך הישר. כ'מיין אז די סטאטיסטיקס רעדן פאר זיך ליידער, ה"י.
ביסט גערעכט עמעזאן, ווען מען האלט בעפאר דעם וואלט איך געזאגט דעם טאטן דיינע ווערטער, פארוואס זיך אריינלייגן אין א קראנקן בעט.
אבער לאחר המעשה, אויב האט ער שוין געזאגט, דארף מען נוצן דעם שכל און זעהן וואס איז די בעסטע תועלת פאר די קינדער, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
איך האב געמיינט אז נאך די עפיזאדע פון די ארטיקעל פון דעהם בעקער עקפערימענטער דעם חודש ניסן וועט דער עולם זיין מער אויסגעשארפט, און נישט אזוי פארקעלבערט, מ'הערט דא א מעשה פון א איין צד, אפאר ווערטער וואס איז מגלה א טפח און פארדעקט צוויי, און די פייער האט זיך אנגעצינדען אויף כח, דער עולם קויפט אפ תורת לאקשען וואס איין ניק שרייבט, אהן הערען א צווייטע צד, אדער אפילו זיין גאנצע סטארי, און והנה חלום.
איך וועל נישט אריינרעדען אין די מעשה, ווייל איך ווייס נישט בכלל וואס דארטען איז געוועזען, צו קענען רעדען דארף מען הערען ביידע צדדים, אדער לכה"פ איין גאנצע צד, אבער צו געבען א געדאנק וואס דא האט געקענט זיין, וועל איך פארציילען א זאך וואס איז געעועהן אפאר וואכען צוריק, [און אפשר איז עס גאר די זעלביקע מעשה, נאר דער שרייבער האט עס פארצוקערט און אביסעל פארוואסערט], איינץ פון די מאמעס טענות אויף קאסטעדי איז געוועהן אז די טאטע איז צוגעקניפט בעבותות העגלים צו די אינטערנעט, און דאס קאן זיין שעהדליך פארען קינד, מ'האט געמאכט א אגרימענט מיטען טאטען אז ער טאר נישט האבען א קאמפיוטער דארטען ווי ער נעמט דעם קינד, אין פאקטען איז מען געוואהר געווארען נאך א וויילע, אז נישט נאר האט ער דארטען א קאמפיוטער, נאר ער האלט עס אפען געהעריג בשעת דער זוהן איז ביי איהם.
מ'יז צוריק געלאפען צו בי"ד, און בי"ד האט זיך אריינגעלייגט, דער טאטע האט געטענהט אז זיין קאמפיוטער איז גענצליך ריין, נישט נאר ער קוקט נאר ריינע זאכען, נאר ער קען ניטאמאהל צוקומען צו שלעכטע זאכען, בי"ד האטט געפרעהגט אויב זיי מעגען יעצט שיקען א שליח צו זיין הויז צו בודק זיין די כלי, דער טאטע איז רויט געווארען ווי א איבערגעצייטיגטע טאמעיטע, און אנגעהויבען טופען מיט די פיס אז מ'אינוואדירט זיין פריוואטקייט, נאך א קורצע טענהריי האט ער געזעהן אז ער גייט מוזען איינגיין, האט ער געבעהטען ביז מארגען צופרי צו קענען צאמנעמען און אין ארדענונג ברענגען זיין דירה, בי"ד האט איהם געגעבען בלויז אפאר שעה, דער יאקעל האט שנעל דיסעיבעלט זיין ווייפיי, און זיך געזעצט מעקען היסטארי אויף כוח, און צו די באשטימטע שעה איז געקומען דער שליח בי"ד, און פארבעטען די טאטע צו ווארטען ערגעץ אינדרויסען, דער טעקנישען איז געזיצען נישט מער ווי האלבע שעה מיט איין דעפוטאט פון בי"ד, מ'האט געפונען דארטען פון ערוות מצרים ביז מדבר פארן ועד בכלל, סדום און עמורה האבען זיך געבאדען דארט אין די כלי, זיין מעקען האט געהאלפען ווי א קדחת, און זיי זענען צוריקגעקומען צו בי"ד ופרשו השימלה, און די רעזולטאט: בי"ד האט פארביטען דעהם קינד צו גיין צום טאטען וועלכער ווייקט זיך אין שמוץ בפניו פון קינד, ווייל ס'שאדט פארען קינד
די מעשה האב איך מיטגעהאלטען, איך האף דער טאטע גייט זיך טוישען און זיך מענטשלען, ווייל אז נישט גייט ער קענען שרייען פאר יעדעם וואסערע רשעים די ווייב מיט די בי"ד זענען, אבער ווילאנג ער קוקט רעיטעד זאכען איז עס נישט לעגאל און נישט תורה'דיק צו האבען דארט א מינדעריעריגען,
נ.ב. מ'רעדט נישט פון א פאנאטישע כאניאקישע בי"ד
[ציטאט אראפגענומען]
דו פרעגסט צוויי שאלות. פארוואס זאל א טאטע בכלל רעדען צו זיין קינד וועגען די זאכען? פאר דעם גופא. אז דער זון זאל זיך אנטוויקעלען וויסענדיג אז יעדער זאך האט איהר פלאץ און מ'זאל זיך נישט פארכטען פון טראכטען. אלס יינגעל האט מיין טאטע מיר געפרעגט "מה דאך מיין קעשענע, וואס דו מעגסט נישט אריינלייגען דיין האנט, מעג איך יא. איז כ"ש דיין קעשענע, ווי דו מעגסט אריינלייגען א האנט, מעג איך זיכער!". וואס האט מיין טאטע געוואלט? מיר צו לערנען גנבנ'ען? ניין! ער האט געוואלט מיר אויסלערנען דורכצוטראכטען יעדער זאך גרונטליך און טרעפען די לעכער. מ'וויל מחנך זיין קינדער נישט אנצונעמען אלס בלינדעהייט, נאר צו פרעגען און פארשען יעדער הלכה הנחה און אמונה דאס גרונטליך צו פארשטייען.
אפשר וועגען זיין צד שכנגד האט ער זיך געדארפט צוריקהאלטען, אבער פראקטיש אזא מענטש וואס טראכט און ליינט אסאך, און זיין ווייב מיט איהר ליבע\שטיצער'ס דמתקרי רע-בנים וועלען טרעפען אזעלכע מעשה'ס אויף איהם. ווען ער דארף ענדערען זיין גאנצע נאטור און ער האלט דערביי, וואלט ער זיך קיינמאל נישט גע'גט.
מ'דארף אבער נאך אלס חושד זיין מבטן מי יצאו הדברים. אפשר איז דא טאקע ערנסטע טענות אופ'ן מאן, נאר ער זאגט אז ס'איז בלויז וועגען דעם. דאס בארעכטיגט נישט אוועקנעמען קינדער פון א טאטע'ן, אבער דער מעשה איז נישט וועגען פה-סח נאר וועגען א שלעגעריי צווישען מאן און ווייב.
Kool manוועל איך פארציילען א זאך וואס איז געעועהן אפאר וואכען צוריק,
אנטשאלדיג מיר
@Kool man די ברענגסט מיר ארויף דע בליט און קאפ...
די קענסט מיר זאגען פארוואס מען דארף אוועק נעמען ווזיטעשען פין א טאטע וואס גייט און ערוות מצרים?
איך וויל ח"ו בארעכטיגען דעיס גיין אויף א זעלכע פלעצער, אבער וואס האט עס מיט וויזיטעשיען, ווייל דער טאטע וואס האט נעבעך נישט א ווייב -אויך וועגען רשעות פין דע רבנים- ער האט נישט דער פס בסלו אין ער האט נישט געקענט ביישטיין זיינע ניסיונת פארדיעם דארף מען אים אוועק נעמען זיינע רעכטען פין זיען זיינע קינדער, האט עס דען געוויזען פאר זיינע קינדער, לאמיר דיר זאגען איין זאך אז מען איבער קיקען אלע קאמפיטערס ביי אינז און שטאט זאג איך דיר צי אז 80% קינדער דארף מען אוועק נעמען פין זייערע עלטערן
דער אמת איז עס ווייזט זיך נאכאמאל ארויס נידריקייט פין דע חברה וואס זענען ביזי א גאנצען טאג מיט שמיץ און צי כאפען יענען מיט עבירות
Kool manמ'רעדט נישט פון א פאנאטישע כאניאקישע בי"ד
ניין. מ'רעדט פון א רשעות'דיגע בית דין.
דו מיינסט אז אונזער שרייען דא איז באזירט אויף דאס וואס די פותח האשכול האט געשריבן, וממילא קומסטו מיט די טענה אז מיר ווייסן נישט די גאנצע מעשה. מיר שרייען אבער ווייל דאס נוצן קינדער אלץ א שטעקן פאר סיי וועלכע purpose, סיי אויב די קינדער דינען אלץ א נקמה מיטל פון איינס פון די עלטערן איבער דעם אנדערע, סיי אויב די קינדער ווערן גענוצט צו מאכן די טאטע אויספאלגן אן אגרימענט אדער באצאלן child support, סיי אויב קינדער ווערן גענוצט מחזיר בתשובה צו זיין א טאטע אדער מאמע, איז עס רשעות!
איי וועסטו פרעגן וואס וועט זיין מיט די קינדער, זייער טאטע קוקט דאך שמוציגע זאכן אויף די אינטערנעט אין דער היים? מיין ענטפער איז, טו (נישט) פונקט די זעלבע ווי דו וואלסט געטון מיט קינדער פון נישט גע'גט'ע עלטערן וואס האבן שמוציגע אינטערנעט אין דער היים. באהאנדל דער טאטע פונקט די זעלבע ווי יעדעם. דו וואלסט נישט גע'חלומ'ט צוצונעמען מיינע קינדער, נעם נישט צו זיינס. נעם נישט advantage פון דער טאטע ווייל ער איז אומבאהאלפן און ער איז אנגעזעהן אויף דיין צידקות און טובות.
א נארמאלע פרוי וואס איר מאן קוקט שמוציגע זאכן רעדט מיט אים, שוקט מענטשן רעדן מיט אים, דאווענט צום אייבישטער וכדומה. אבער צונעמען קינדער? אינגאנצן? דאס איז רשעות, און דאס וועט מער שאדן די קינדער ווי דאס ערגסטע אינטערנעט.
הבא ללמד האקט...
.
דאס איז אמת אז אסאך קינדער וואקסען אויף מיט דער פארמאכטע צוגאנג צו אידישקייט, כן ירבו פאר דער וואס וויל אזוי. דער שאלה איז טאמער איינער האדעוועט זיין קינדער, למשל, אויף א שטארקען חסידישע שטייגער. מ'גט זיך און דער מאן ווערט אנדעריש ווי דעם און פיהרט זיך און גלויבט אנדעריש. ס'איז נישט דא קיין שום רעכט צו גנב'ען זיין קינדער פון איהם פאר דער וויכטיגע ציל אז די קינדער זאלען זיין חסידיש. טאמער ער באכעט כפירה אין זיי, קען מען אפשר רעדען, אבער סתם נישט חסידיש, ער גלייבט אין תורה און היט מצוות, נאר ער איז נישט אזוי פארזיכערט אין דער צו יענער רבי זכיתוגנייני, איז נישט קיין תירוץ צו גנב'ענ'ען קינדער פון זייער ריכטיגע פלאץ - ביים טאטענ'ן שויס.
נאר וואס, ס'איז נישט גוט פאר קינדער צו לעבען אין א צומישטע אטמאספער. עכ"פ אזוי האלט מען הייניגע צייטען. ממילא דער קינד וואס זעט א מאמע אזוי און א טאטע אזוי, און מוז לעבען אין ביידע וועלטען, קען ווערען צומישט און נישט קענען פונקציאנירע"ן אין קיין איין וועלט. פאר דער טובה פאר'ן קינד דארף מען איהם היטען פון אזא לעבען, עכ"פ לשיטת הפסיכיאטרים און מחנכים אויף וועמען מ'פארלאזט זיך.
יעצט ווען איינער קען זאגען אז דער חסידישע וועלט איז אזוי ווייט פון דינאסאור"ס אז א קינד וואס זעט א תפארת ישראל ווערט אין גאנצען צומישט דערפון, איז ער א פולקאמער אידיאט! ס'איז בכלל נישט אמת, עד כדי כך אז דער וואס רעדט אזוי קען נאר זיין א ביליגע שקרן, א שלעכטע וואס וויל צונעמען קינדער פון א טאטע, און זוכט תירוצים דערצו. דעריבער איז דער נושא פון פה-סח ווייניג וויכטיג. יעצט איז נאר א מעשה פון גנב'נען קינדער און מער נישט.
עס איז ברייט אנגענימען אז א טאטע וואס צאלט נישט קיין טשיילד סופארט גייט אין תפיסה אין ערגסטען פאל, אין בעסטען פאל פארלירט ער דערמיט די רעכטען אויף זיינע קינדער.