קרעדיט: אידישע ווינקל
יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
370 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2175
Guilty until proven innocent?
<a class="postlink" href="https://www.wsj.com/articles/guilty-until-proven-innocent-11625697428">https://www.wsj.com/articles/guilty-unt ... 1625697428</a>
<a class="postlink" href="https://www.wsj.com/articles/guilty-until-proven-innocent-11625697428">https://www.wsj.com/articles/guilty-unt ... 1625697428</a>
.
דאס איז דאך אזא הארץ וויי, די יארן איז נישט מעגליך צוריקצוגעבן, נישט קיין חילוק וויפיל מיליאנען ער גייט באקומען פון די גאווערנמענט.
וואס איך פארשטיי נישט איז, פארוואס ברויכן נישט די פראסעקיוטערס, דזשאדזשעס, און אלע וואס זענען געווען פארמישט אין לייגן אן אומשושלדיגן פערזאן אין תפיסה און חרוב מאכן א מענטש'ס לעבן, פארוואס ברויכן נישט די פון די אויבערשטייסל נעמען פולע אחריות, און כאטשיג, די ווייניגסטע וואס מ'קען טוהן, אוועק צו נעמען זייער פענסיע??? ס'גייט מיר נישט אויפן שכל??
וכבר צווח @מאטי על זה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/425176">viewtopic.php?p=425176#p425176</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/425176">viewtopic.php?p=425176#p425176</a><!-- l -->
משולם שטיינפעלדדאס איז אן אלטע תגובה פון ארום 8 יאר צוריק, אבער צופעליג האב איך זיך אנגעשטויסן אין די היסטאריע פון דעם ארעסטאנט (ער לעבט שוין נישט).שמעקעדיגרב שמעקעדיג, איך בין געווארן שאקירט ליינענדיג דיין תגובה. אזא זאך זאל מען טוהן מיט א מענטש?כ'האב אדורכגעלייענט דעם שטערן דעם חודש, אן ארטיקל איבער איזאלאציע, מיט פארשידענע עפיזאדן ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט איינזאם, אליינס, איינער לענגער איינער ווייניגער.
איינע פון די זאכן וואס ער פארציילט איז פון אן ארעסטאנט, טאמעס סילווערסטין, וועלכער זיצט שוין 31 יאר אין טאטאלע איזאלאציע, ער האט נישט קיינעם און גארנישט אויף דער וועלט, נישט קיין שום לייען מאטעריאל, נישט קיין שרייב געצייג, נישט קיין ראדיא, מוזיק אדער טי.ווי., ער קען נישט באקומען קיין פאסט, איז נישט ערלויבט צו האבן באזוכער, און קען נישט רעדן צו קיינעם אויף דער וועלט, עקסטרעם איינזאם, הערמעטיש פארשלאסן מיט שטאלענע ווענט אין דעם שווערסטן אמעריקאנער עי-די-עקס תפיסה אין קאלאראדא, וואו ער האט נישט מער ווי א בעטל און ביהכ"ס מיט א טישל, וזהו. ער קלאצט אוועק 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר. קיין פענסטערל איז נישט פאראן צו וויסן ווען איז טאג אדער נאכט; א זייגער האט ער אודאי נישט. דער לעקטער ברענגט 24 שעה ארום דעם זייגער וועלכע מאכט סתם אזוי גוט נערוועז בפרט ביים שלאפן, אזוי ארום אז ער האט נישט קיין שום אנונג אין די צייט צי איז טאג אדער נאכט און וויפיל שעה/טעג זענען אדורך... עס איז אויך נישט פאראן קיין סטיעם אדער עירקאנדישאן., אום זומער זענען די היצן אומדערטרעגליך. דער חברה'מאן טענה'ט (און מיט רעכט) אז די אומשטענדן איז אים פיל ערגער ווי דער טויט. ער איז די גאנצע צייט אונטער סורוועילענס ווידעאו (לכאורה זיכער מאכן אז ער באגייט נישט זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק און פרובירט זיך צו ראטעווען פון דעם גיהנם התחתון).
עס איז שוידערליך צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א מענטש אפילו בלויז פאר א וואך, ווער רעדט א חודש? א יאר? און דא רעדט מען פון אומגלויבליכע 31 יאר!!
און די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז ער שפירט זיך אומשולדיג. אלס יונגער טוטער האט מען אים ארעסטירט ווייל ער איז געווען פארמישט אין א פארברעכן, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן, אבער נאך איידער דער גינסטיגער פסק איז ארויסגעקומען האט ער דערמארדעט איינע פון די אפיצירן אין תפיסה וועלכער איז אים שרעקליך דערגאנגען די יארן, האט מען אים דעריבער פארשיקט אין פיל א שווערערע תפיסה, און דארטן האט מען זיכער געמאכט אז מען זאל אים ענג מאכן דאס לעבן און טעראריזירן וויפיל עס איז מעגליך, ביז דער מענטשליכער מח זיינער האט עס מער נישט געקנט דערהייבן, און ער האט יענעם אפיציר אויכעט דערמארדעט, איז ער אנגעקומען צו דעם יעצטיגן גיהנם.
מענטשן רעכטן פרובירן פייטן פאר אים, אבער אן ערפאלג. די מערסטע מאדנע איז מיר געווען צו ליינען אז מען האט געברענגט די טענה פאר א ריכטער אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע טאר מען נישט באשטראפן מיט אומגעווענליכע ברוטאלע עונשים, האט דער ריכטער גע'פסק'ענט – פשוט און גראד – אז דאס הייסט נישט ברוטאל... האלא, רב ריכטער, אפשר פרובירסטו עס אויס פאר א וואך, און מען וועט דערנאך שמועסן נאכאמאל? צולייגער איינער...
עס איז אומגלויבליך אז אין די היינטיגע דעמאקראטישע אמעריקע זאל מען אזוי ביטער פייניגן מענטשן. די לאנד וואס האט דעמאנסטרירט דעמאקראטיע, דער לאנד וואס האט זיך געגערינדעט אויפן יסוד אז די גאווערמענט איז נישט דיין בעה"ב, נאר דיין שליח וואס זוכט צו ארבעטן געטריי פאר יעדן אינדיווידואלן מענטש, און עס איז מער נישט פאראן די רשעות'דיגע רעזשימען פון אמאליגע מיטל-אלטער וועלכע האבן געקענט טון מיט א מענטש ככל העולה על רוחם, און פון היינט און ווייטער איז פאראן מענטשן רעכטן.... יא יא, גיב א קוק ווי שרעקליך נידריג מען האלט היינט... שומו שמים.
איך האב געמוזט דערגיין מער פרטים. איך האב געליינט זיין בלאט אויף וויקיפעדיע. נאכן ליינען די ארטיקל איבער אים מיט אלע פרטים, איז עס אסאך מער פארשטענדליך, און עס הערט זיך בכלל נישט אזוי ברוטאל.
ער האט ערמארדעט א תפיסה אפיציר.
אויב ווייסט אן ארעסטאנט וואס זיצט לעבנסלענגליך אז גארנישט ערגער קען געשעהן צו אים, וואס זאל אים צוריק האלטן פון הרג'ענען מענטשן אין תפיסה?
נאכ'ן ליינען מער וועגן אים, ווי ברוטאל ער איז געווען, ממש א שרעקעדיגער מאסן מערדער, האב איך שוין נישט אזוי שטארק רחמנות אויף אים, כאטש איך האלט נאך אלץ אז דאס איז א שוידערליכע וועג צו באשטראפן א מענטש.
דער שטערן האט אים אראפגעלייגט צו איידל. למעשה איז ער געווען א שרעקליכער מערדער.
דער איז א גרויזאמער סיריעל קילער ער האט עס פיין פארדינט, וואס זאל מען טוען צי איינער וואס הרג'ט 3 מענטשן? 3 מאל הרג'נען?
What it's like serving a life sentence in prison with no chance of release
https://www.npr.org/2022/10/01/1125359297/prison-jail-inmate-life-sentence-the-visiting-project-louisiana
https://www.npr.org/2022/10/01/1125359297/prison-jail-inmate-life-sentence-the-visiting-project-louisiana
זיידי ביידען נעמט זיך צו דער עבודה...
אבער צו די ערליכע און חסיד'ישע אידן וועלכע זיצן אין תפיסה פאר "ווייט קאללער" קריים איז ער נאכנישט אנגעקומען. זאלן זיי זיצן און ווארטן... זיי זענען נישט קיין פריאריטי ביי איהם און זיינע קאלעגעס.
ס'איז געווען א מעשה, איינער א חסיד'ישער איד וועלכער איז (ל"ע) פאר'משפט געווארן צו לאנגע יארן תפיסה. נאר ער האט געהאט אן היספאנישן נאמען. דעם פרעזידענט'ס יועצים האבן געזעהן זיין נאמען האבן זיי איהם געזאגט אז אט דעם מענטש דארף מען באפרייען, ביז זיי האבן געזעהן א פיקטשער פון דעם בעל דבר, האטציך אלעס אויפגעהערט...!
ס'איז געווען א מעשה, איינער א חסיד'ישער איד וועלכער איז (ל"ע) פאר'משפט געווארן צו לאנגע יארן תפיסה. נאר ער האט געהאט אן היספאנישן נאמען. דעם פרעזידענט'ס יועצים האבן געזעהן זיין נאמען האבן זיי איהם געזאגט אז אט דעם מענטש דארף מען באפרייען, ביז זיי האבן געזעהן א פיקטשער פון דעם בעל דבר, האטציך אלעס אויפגעהערט...!
איך ווייס אז אונזער עולם איז זייער קעגן די בעיל ריפארם ביל, טאקע וועגן דעם איז אמאל גוט צו הערן א צווייטע מיינונג.
https://youtu.be/xQLqIWbc9VM
https://youtu.be/xQLqIWbc9VM
האט איר שוין געהערט פון "דיזעל טעראפי"?
איך ליין און ליין און קריץ מיט די ציין!...
אומגלויבליך אז דאס פאסירט היינטיגע צייטן אין די פרייע אמעריקע.
https://morethanourcrimes.medium.com/diesel-therapy-the-bop-s-unique-form-of-psychological-torture-77c96091c1db
איך ליין און ליין און קריץ מיט די ציין!...
אומגלויבליך אז דאס פאסירט היינטיגע צייטן אין די פרייע אמעריקע.
https://morethanourcrimes.medium.com/diesel-therapy-the-bop-s-unique-form-of-psychological-torture-77c96091c1db
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
28 יאר!
.
.
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
שיינע ארטיקל, געשריבן דורך א פארגאנגענע פאליציי אפיציר און פראסעקיוטער, ווי ער פאדערט אויף די רעגירונג צו גיין ווייטער נאך די סוקסעס פון פירסט סטעפ אקט.
The Hill: Five years on, Congress must build on the First Step Act successes
https://thehill.com/opinion/congress-blog/4371788-five-years-on-congress-must-build-on-the-first-step-act-successes/
The Hill: Five years on, Congress must build on the First Step Act successes
https://thehill.com/opinion/congress-blog/4371788-five-years-on-congress-must-build-on-the-first-step-act-successes/
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
פ-ו-פ-צ-י-ג יאר!!!!!
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
34 יאר!
דער רשעות'דיגער פראסעקיוטער איז נישט מסכים..
דער רשעות'דיגער פראסעקיוטער איז נישט מסכים..
Re:
שמעקעדיג #איך בין נישט מקנא די שטאט וואס זיי וועללן דארפן צאלן פאר א סעטלמענט.28 יאר!
.
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
ס'איז דא קעיסעס וואו דער פראסעקיוטאר אליין איז מודה אז זיי האבן געמאכט א טעות. און זיין אפיס געט אריין א פעטישן אז מ'זאל באפרייען דעם ארעסטאנט.
אזא קעיס איז געווען אין די נייעס לעצטנס . כ'מיין אין ניו דזשערזי.
אזא קעיס איז געווען אין די נייעס לעצטנס . כ'מיין אין ניו דזשערזי.