א געפערליכע מעשה דאס, איך האלט שוין מיט דעם פאל זינט די ניו יארקער פארפיל אויף קאליעף בראודער, אקטאבער 2014.
דאס וואס האט מיר דאס מערסטע געקרענקט איז אז מען האט פשוט ארויסגעווארפן די קלאגעס, נאך דריי יאר! ער איז נישט אריבער א פראצעס און ארויסגעקומען אומשולדיג, מען האט עס פשוט ארויסגעווארפן! ווייל עס איז גארנישט געווען קיין עווידענס קעגן אים! נאכן לאזן אים שמאכטן דריי יאר אין טורמע פאר גארנישט, אן איינער זאל זיך וויסנדיג מאכן אדער אים העלפן.
זיי האבן נישט געמאכט א קעיס קעגן אים בשעת זיי האבן אים געהאלטן אין גיהנום, פשוט ווייל אזא קעיס באקומט נישט צו מער עווידענס נאך איין וואך אדער א חודש צוויי. אז עס איז נישט דא קייינע באווייזן נאך איין חודש גייט נישט זיין גארנישט מער נאך א יאר אדער דריי. סתם אפגעשטיפט זיין פראצעס איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.
איך געדענק ווען איך האב געליינט דעם אריגינעלע ארטיקל אינעם
ניו יארקער מאגאזין איז עס מיר געווען אזוי אומגלויבליך, אז -ווי דו שרייבסט- דאס בלוט איז מיר ממש ארויף אין קאפ!
איך האב געפלאנט דעמאלט איבערזעצן דעם ארטיקל פאר ק"ש (עס איז געווען א שמועס איבער חרדישע אידן אין די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם).
We have it bad? פינף מינוט נאכן ארעסט וואלט די גאנצע שטאט, געלט וואלט געפלאסן ווי א קוואל, און ער וואלט געווען אויף בעיל ביז א האלבן טאג, און נאך א פראצעס אין ניינציג טעג.
דער (ער איז געווען דאן 15 יאר, ניטאמאל 16) איז נעבעך געכאפט געווארן ווי א פישל אין נעץ, און אוועקגעדאמפט געווארן אין פריזער 'פאר א שפעטערע דאטום', מיט זיינע ציווילע רעכטן רעגלמעסיג פארלעצט, אן קיין שום הילף אדער שטיצע.
זיין זעכצנטע זיבעצנטע און אכצנטע יארן האט ער פארברענגט אין די ש****ל באקאנט אלס רייקערס איילענד, ווייל דער קראנקער סיסטעם האט געמיינט אז ער איז געבוירן געווארן אנצופילן זייער פינסטערע אינזל גיהנום.
דאס אז די
חיות (פון ביידע זייטן) האבן אים אויסגע'רודפ'ט די יארן איז אביסל א עקסטערע נושא. מיר שטערט פיל מער די פארשאלטענע 'יוסטיץ סיסטעם'.