☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

370 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2175
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

מצטמק ויפה » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:28 pm

· #195407
וואס איז די מעשה מיט איהם?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:31 pm

· #195408
מצטמק ויפה
וואס איז די מעשה מיט איהם?


<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/161095/2014/04/08/brooklyn-ny-after-24-years-man-due-to-be-cleared-of-1989-nyc-murder/">http://www.vosizneias.com/161095/2014/0 ... yc-murder/</a>

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:11 am

· #195411
זיין דעפענס האט דעמאלסט אויך ארויסגעברענגט זיין אנוועזנהייט אין דיזני יענע טאג.

אבער די פראסיקיוטער האט איבערגעצייגט א דזשורי אז ער האט געכאפט איינע פון די 53 פליגערס פון פלארידא קיין ניו יארק, דערמארדעט יענעם, צוריקגעפלויגן קיין פלארידא, און א טאג שפעטער נאכאמאל צוריק געקומען קיין ניו יארק.

און אויף דעם פורים פשעטל האט מען אים איינגעשפארט פאר א חצי יובל

outspoken » מיטוואך אפריל 23, 2014 9:06 pm

· #196889
ס'הייבט אן צו בלאזען נייע ווינטען אין וואשינגטאן לטובת white collar crime ארעסטאנטען, אוי רבוש''ע האב רחמנות אויף דיינע קינדער וואס שמאכטען און אויף זייערע משפחות,
אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה,
העומדים בין בים ובין ביבשה,המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה,ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה, השתא בעגלא ובזמן קריב


US Weighs Clemency For Inmates Jailed For 10 Years

by The Associated Press
April 23, 2014 5:53 PM ET

WASHINGTON (AP) — The Obama administration is encouraging many nonviolent federal prisoners to apply for early release — and expecting thousands to take up the offer. It's an effort to deal with high costs and overcrowding in prisons, and also a matter of fairness, the government says.

On Wednesday, the Justice Department unveiled a revamped clemency process directed primarily at low-level felons imprisoned for at least 10 years who have clean records while in custody. The effort is part of a broader administration push to scale back harsh penalties in some drug-related prosecutions and to address sentencing disparities arising from the 1980s crack cocaine epidemic that yielded disproportionately tough punishment for black drug offenders.

"These older, stringent punishments that are out of line with sentences imposed under today's laws erode people's confidence in our criminal justice system," said Deputy Attorney General James Cole in laying out new criteria that will be used in evaluating clemency petitions for possible recommendation for the president's approval.

Though the criteria apply solely to federal inmates, states, too are grappling with severe prison overcrowding. In Nebraska, for example, prisons were at 155 percent of capacity at the end of March. And in California, courts have ordered the state to reduce the inmate population to 137.5 percent of designed capacity, or 112,164 inmates in the 34 facilities, by February 2016.

The White House, sometimes criticized as too stingy with its clemency power, says it's seeking more candidates for leniency in an overcrowded federal prison system whose costs comprise a sizable percentage of the Justice Department's budget.

The system's population has rocketed in recent decades, creating rising multibillion-dollar expenses that officials say threaten other law enforcement priorities and that an inspector general's report last year characterized as a "growing crisis." The United States incarcerates about a quarter of the world's prisoners. Of the roughly 216,000 inmates in federal custody, nearly half are imprisoned for drug-related crimes.

But officials say now's the time to consider releasing more prisoners early.

"These defendants were properly held accountable for their criminal conduct. However, some of them, simply because of the operation of sentencing laws on the books at the time, received substantial sentences that are disproportionate to what they would receive today," Cole said.

Officials say they don't know how many of the tens of thousands of drug-related convicts would be eligible for early release, but an ideal candidate would meet six criteria — including no history of violence, no ties to criminal organizations or gangs and a clean prison record. He must also have already served 10 years or more of his sentence and be likely to have received a substantially shorter offense if convicted of the same offense today.

The Bureau of Prisons will notify all inmates of the criteria next week and provide electronic surveys to those who think they deserve clemency.

The Justice Department expects the vast majority of applicants to be drug prisoners but didn't foreclose the possibility that inmates convicted of other crimes — financial fraud, for example — could be considered.

"It's really a coming together of decades of excessive sentencing, particularly in drug cases, combined with attention to the underused power of commutation," said Marc Mauer, executive director of the Sentencing Project, an organization that works on sentencing policies.

The announcement is a "fantastic step in the right direction," said Julie Stewart, president of Families Against Mandatory Minimums. And Douglas Berman, a sentencing law expert at Ohio State University, said it represented a "very meaningful change in both tone and attitude" from the days when clemency was seen as a power that carried "all political risk, no political reward."

The action is the latest in a series of changes the administration has sought to the criminal justice system, particularly within the past year.

Attorney General Eric Holder has endorsed proposals to lower sentencing guideline ranges for certain drug offenders and directed prosecutors not to charge low-level, nonviolent drug offenders with crimes that entail mandatory minimum sentences.

And the Obama administration has also said it is working to correct the legacy of an old sentencing structure that subjected offenders to long prison terms for crack cocaine convictions while giving far more lenient sentences to those caught with the powder form of the drug. Many of the crack convicts have been black, while those convicted of powder offenses have been more likely to be white.

The Fair Sentencing Act of 2010 reduced that disparity and eliminated a five-year mandatory minimum for first-time possession of crack, but the law did not cover offenders sentenced before the law was approved. Officials are now turning their attention to identifying inmates who received sentences under the old guidelines.

In December President Barack Obama, who granted only one commutation in his first term, cut short the sentences of eight prisoners — including six serving life sentences — who he said had been locked up too long for drug crimes.

The administration says it's impossible to know exactly how many new applicants will be eligible. Cole said about 12 percent of the federal prison population has served sentences of at least 10 years, but that figure includes violent criminals who wouldn't meet the new criteria. Maurer, of the Sentencing Project, said he didn't expect a huge number of inmates to qualify for clemency given the narrowness of the criteria, but he said the effort was significant nonetheless.

The announcement could shift attention to Congress, where legislation is pending that would cut the length of many nonviolent drug sentences and give judges more discretion by expanding a safety-valve provision already on the books that allows a limited number of nonviolent drug offenders to avoid mandatory sentences.

"It seems the Justice Department is doing what it can to help stem the tide of people going to prison in record numbers for absurd lengths of time," said Stewart, of Families Against Mandatory Minimums. "It really is up to Congress to take the next step and change the number of mandatory sentencing laws."

מאטי » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:12 pm

· #196906
משולם שטיינפעלד
זיין דעפענס האט דעמאלסט אויך ארויסגעברענגט זיין אנוועזנהייט אין דיזני יענע טאג.

אבער די פראסיקיוטער האט איבערגעצייגט א דזשורי אז ער האט געכאפט איינע פון די 53 פליגערס פון פלארידא קיין ניו יארק, דערמארדעט יענעם, צוריקגעפלויגן קיין פלארידא, און א טאג שפעטער נאכאמאל צוריק געקומען קיין ניו יארק.

און אויף דעם פורים פשעטל האט מען אים איינגעשפארט פאר א חצי יובל

איך פארשטיי נישט! איז דען נישט דא א מאניפעסט פון א יעדן פלייט? ווי אזוי איז מעגליך צו ספק'נען צו ער האט יא אדער נישט געכאפט א פליגער אויף צוריק.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 11, 2014 10:52 am

· #199895
עודך ??

.
📎 תפיסה באפרייט.JPG

מאטי » זונטאג מאי 11, 2014 10:57 am

· #199896
אומגלויבליך!!!! פארוואס ארעסטירט מען נישט דעם אכזר!? What a beacon of freedom we live in.

פישלע העררינג » זונטאג מאי 11, 2014 10:58 am

· #199897
דער מהלך פון באלוינען קרימינאלן עדות צו זאגן קעגן אנדערע איז א אומאקצעפטירבארע מהלך וואס קיין שום רעכטדענקענדיגע מענטש טאר נישט צו לאזן.

דאס איז דער אבי אבות פון די אומיושר'דיגע ארסענאלען וואס דער די עי האט צו זיין באזיץ.

מאטי » זונטאג מאי 11, 2014 11:11 am

· #199900
די מעשה איז נישט מיט "א דראג פארברעכער " נאר א דראג "פארברעכערן" א זונה א דראג עדיקט. אבער דאס באלאנגט שוין אינעם אכשר דרא אפטיילונג.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 12, 2014 5:27 pm

· #200169
אז מען רעדט שוין פון יוסטיץ און תפיסה, איז אוממעגליך נישט צו דערמאנען די סענזאציע וואס האט זיך אפגעשפילט לעצטע וואך ווען די תפיסה באאמטע האבן זיך געכאפט אז מען האט פשוט "פארגעסן" איינצוזעצן איינעם אין תפיסה מיט יארן צוריק!

די מעשה גייט צוריק א 14 יאר, דער געוועזענער פארברעכער, "קארניליאוס ענדרעסן" האט בארויבט א "בורגער קינג" רעסטוראנט אין 99' (אינאיינעם מיט א חבר). אבער צו זיין מזל האבן די פאליציי אים געכאפט, און די געריכט האט אים צוגעטיילט 13 יאר טורמע. מען האט אים געזאגט אז מען וועט אים איינמעלדן ווען ער זאל קומען אנהייבן דינען זיין תפיסה טערמין.

עס איז דורך א טאג, א וואך, א חודש, און מער... און קיינער האט אים נישט גערופן. ער האט געפרעגט זיין לאיער וואס איז פשט, אבער ער האט אויך נישט געוואוסט. האט ער באשלאסן זיך אפצולאזן פון דעם פארברעכערישן לעבן, און האט אנגעהויבן א ניי לעבן. ער איז זיך געגאנגען לערנען א פאך, זיך געמאכט דרייווערס לייסענס, און שפעטער חתונה געהאט, און אפילו געהאט 3 קינדער.

אצינד נאך די 13 יאר האבן די באאמטע פון טורמע נאכגעזוכט דעם ענדרעסן כדי אים צו באפרייען פון תפיסה, אבער לפלא זיי טרעפן נישט גארנישט! נישט פאראן אזא נאמען צווישן די ארעסטאנטן! מען איז נאכגעגאנגען די זאך, און מען האט געזעהן אז מען האט פשוט פארגעסן אים איינצומעלדן אין תפיסה, און דערווייל דרייעט ער זיך ארום פראנק און פריי!

מען האט תיכף אראפגעשיקט פאליציי אים ארעסטירן, און זיי האבן זיך אריינגעריסן אין זיין הויז, אים געבינדן, און אפגעשיקט אין טורמע אריין....

דער אנטוישטער און שאקירטער ענדערסאן האט אפעלירט זיין ארעסט, און איז שפעטער ערשינען אין געריכט, טענה'דיג אז עס איז נישט קיין יושר וואס מען האט געטון מיט אים. די ריכטערין האט נאך א צייט ישוב הדעת אים באפרייט, זאגענדיג אז זי זעהט נישט די תועלת פון אים איינשפארן, ווייל ווי עס שיינט אז ער האט גענצליך געטוישט זיין לעבן און איז געווארן אן אנשטענדיגער געסעטלטער מאן, מיט א משפחה און א ביזנעס. "תפיסה (קארעקשאן דעפט.) איז געמאכט כדי זיך אויסצומענטשלען, אבער ענדרעסאן האט עס געטאן פון זיך אליין"!

און ער איז ארויס פריי......

(קרעדיט: לכתחילה אריבער פון אייוועלט בשינוי לשון)

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:45 pm

· #209540
.
📎 Jail.jpg

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:22 pm

· #209603
[ציטאט אראפגענומען]


סאיז באמת 12 מיליאן נאר סאיז געשריבן מיטן ארוינישע נוסח פון 1.2 בבחינת 1.2 מיליאן הופפער 😃

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 6:56 pm

· #209741
זאגסטו הייסט אז דער בלאט האט פשוט א פראבלעם מיט זייער קאמפיוטער? לול.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 11, 2014 10:06 am

· #211406
אין פלארידע האט מען נעכטן נאכמיטאג אויסגעפירט א טויט שטראף אויף א 45-יעריגן מאן (דעיוויס) וועלכער איז געפינען געווארן שולדיג אין 1995 אויף רעיפן און ערמארדן א טאכטער פון זיין פריינדינע דורך איר דערשטיקן רח"ל.

עס איז שוין די זעקסטע טויט שטראף דעם יאר אין פלארידע.

.
📎 0789456.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 11, 2014 10:16 am

· #211411
אין מפטירין אחר אפיקומן.

אבער לויט די אויסערליכע באווייזן, יא גערעכט. א פאלנער מערדער פארידנט נישט צו לעבן. חוץ אויב אנדערע פאקטארן זענען נישט גענומען געווארן אין באטראכט.
אבער לאמיר נישט יעצט אנהייבן אין יענע דירעקציע....

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 1:39 am

· #211799
רוצחים, בארבארישע אפיצירן, דא ביי אונז אין שכינות, אין רייקערס איילענד. אפגעהיטן זאל מען ווערן פון די קאשמארן און ברוטאלע רציחות וואס די אינמעיטס גייען אדורך, בפרט די דאזיגע מיט מענטל פראבלעמען. מיין בלוט קאכט און מיין האנט ציטערט. איך רייב זיך די אויגן צי דאס פאסירט אין אמעריקע אין 2014. איך בין פשוט שוואך פון ליינען.

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2014/07/14/nyregion/rikers-study-finds-prisoners-injured-by-employees.html">http://www.nytimes.com/2014/07/14/nyreg ... oyees.html</a>

אליצפן » מאנטאג יולי 21, 2014 12:58 am

· #212808
גאר גוטע נייעס איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג פארעפענטליכט געווארן, אבער צוליב דער איבערפלוס פון נייעס דעם וואך, איז עס נישט אזוי ברייט באריכטעט געווארן.
אין א היסטארישע און ווייט אפקלינגענדע באשלוס, האט דער US sentencing commission באשלאסן אז דער לעצטיגע רעדוקציע אין טורמע אורטיילן אין דראג פעלער, וועט חל זיין אויף למפרע אויך. ד.מ. אז אפילו מענטשן וואס זיצן שוין יארן לאנג אין חד גדיא פאר אלטע נארישע דראג פארברעכנס, וועלן ווערן עליזשעבל פאר א פרישן אורטייל מיט קורצערע טורמע טורמינען.
די צאל מענטשן וועם דאס נעמט אריין איז האר אויפשטעלנד. קרוב צו פופציג טויזנט מענטשן, אדער האלב פון אלע פעדעראלע דראג ארעסטאנטן, און א פערטל פון אלע פעדעראלע ארעסטאנטן בכלל וועלן ווערן פעליג פאר א נייעם אורטייל.
דאס גייט צו ווייזן עד כדי אונזער יוסטיץ סיסטעם איז קארופטירט און דורכגעפוילט, אז דער רעגירונג אליינס איז שוין מודה אז 25% פון אירע ארעסטאנטן זענען פאורטיילט אומ'יושר'דיג, און צו צו לאנגע טערמינען.
מער פרטים קען מען ליינען אין די פאלגענדע צוויי ארטיקלען.
<a class="postlink" href="http://www.vox.com/2014/7/18/5915611/sentencing-retroactivity-drugs-war-reform-prison-criminal-justice">http://www.vox.com/2014/7/18/5915611/se ... al-justice</a>
<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/anthony-papa/us-sentencing-commission_b_5600230.html">http://www.huffingtonpost.com/anthony-p ... 00230.html</a>

שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 8:53 pm

· #225864
א פרוי וועלכע איז געווארן גוט אנגע'מקל'ט דורך א לאס אנזשעלעס פאליציאנט, וועט באקומען צוגעטיילט קאמפעסאנציע 1.5 מיליאן דאלאר, און דער אפיציר וועט רעזיגנירן. כן יאבדו.

דער סוד פון הצלחה? עס איז געווארן רעקארדירט אויף ווידעאו סורוועילענס!

<a class="postlink" href="http://news.yahoo.com/woman-hit-california-officer-gets-1-5-million-074742550.html">http://news.yahoo.com/woman-hit-califor ... 42550.html</a>

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 5:30 am

· #228682
א אומשולדיגע פרוי איז געווארן באפרייט נאך זיצן 17 יאר אין תפיסה, צוליב וואס מען האט איר באשולדיגט אין ערמארדן א היימלאזן פארשוין.

"איך האב יעדע נאכט געוויינט" פארציילט די פרוי, "אבער כ'האב נישט אויפגעגעבן האפענונג. איך האב געגלייבט אז גאט וועט סוף כל סוף באווייזן מיין אומשולד און דער אמת וועט ארויפשווימען ווי בוימל אויפן וואסער".

די פרוי האט צום ערשטן מאל געהאלטן און ארומגעהאלזט איר 19 חדשימ'דיג אייניקל, בעת 3 עלטערע אונטערגעוואקסענע קינדער האבן איר מקבל פנים געווען. די פרוי האט געקלאטשט און איז ארויס אין א טענצל פון גרויס שמחה אז זי האט דערלעבט דעם טאג.

<a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/US/wireStory/woman-exonerated-murder-case-17-years-26106288">http://abcnews.go.com/US/wireStory/woma ... s-26106288</a>

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:55 pm

· #228957
עס איז אנריעל וואס גייט פאר אין אמעריקע

קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:23 pm

· #230002
אן אומשולדיגער מוזיקאנט ווערט ארעסטירט אויפ׳ן סאבוועי:



(דער פאליציאנט איז נישט גערעכט).

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:08 am

· #230044
Unbelievable the police reads loud and clear that it is legal, than he arrests him and he even gets hit with the guitar in his face, WOW what an harassment

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:10 pm

· #230071
יכה יוסי את יוסי...

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 3:48 pm

· #230138
10 פאליציי אפיצירן קעגן איין יוגנטליכן??

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:36 am

· #232446
אין 'די צייטונג' די וואך:

.
📎 Jail (2).jpg 📎 Jail (1).jpg

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:12 am

· #234634
Why Innocent People Plead Guilty
Jed S. Rakoff
November 20, 2014 Issue
rakoff_1_12014.jpg
Honoré Daumier: A Criminal Case

The criminal justice system in the United States

<a class="postlink" href="http://www.nybooks.com/articles/archives/2014/nov/20/why-innocent-people-plead-guilty/">http://www.nybooks.com/articles/archive ... ad-guilty/</a>

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:25 am

· #237089
און ווידעראמאל...
א 57 יעריגער אומשולדיגער מאן איז געווארן באפרייט נאכן זיצן 39 יאר אין תפיסה פאר גארנישט. אלעס א חשד פון א מערדעריי, באזירט געווען בלויז אויף די עדות פון א קינד, וועלכער זאגט היינט אז זיין עדות'שאפט איז געווען א ליגן.

ארבעים שנה אקוט בדור, ואומר.. עם תועי לבב הם...

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:28 pm

· #237825
.
📎 יוסטיץ 2.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:29 pm

· #237827
האפענטליך א מאוו אין די רייט דיירעקשאן

.
📎 יוסטיץ 1.jpg

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 5:49 pm

· #239317
כ'האב אדורכגעלייענט דעם שטערן דעם חודש, אן ארטיקל איבער איזאלאציע, מיט פארשידענע עפיזאדן ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט איינזאם, אליינס, איינער לענגער איינער ווייניגער.

איינע פון די זאכן וואס ער פארציילט איז פון אן ארעסטאנט, טאמעס סילווערסטין, וועלכער זיצט שוין 31 יאר אין טאטאלע איזאלאציע, ער האט נישט קיינעם און גארנישט אויף דער וועלט, נישט קיין שום לייען מאטעריאל, נישט קיין שרייב געצייג, נישט קיין ראדיא, מוזיק אדער טי.ווי., ער קען נישט באקומען קיין פאסט, איז נישט ערלויבט צו האבן באזוכער, און קען נישט רעדן צו קיינעם אויף דער וועלט, עקסטרעם איינזאם, הערמעטיש פארשלאסן מיט שטאלענע ווענט אין דעם שווערסטן אמעריקאנער עי-די-עקס תפיסה אין קאלאראדא, וואו ער האט נישט מער ווי א בעטל און ביהכ"ס מיט א טישל, וזהו. ער קלאצט אוועק 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר. קיין פענסטערל איז נישט פאראן צו וויסן ווען איז טאג אדער נאכט; א זייגער האט ער אודאי נישט. דער לעקטער ברענגט 24 שעה ארום דעם זייגער וועלכע מאכט סתם אזוי גוט נערוועז בפרט ביים שלאפן, אזוי ארום אז ער האט נישט קיין שום אנונג אין די צייט צי איז טאג אדער נאכט און וויפיל שעה/טעג זענען אדורך... עס איז אויך נישט פאראן קיין סטיעם אדער עירקאנדישאן., אום זומער זענען די היצן אומדערטרעגליך. דער חברה'מאן טענה'ט (און מיט רעכט) אז די אומשטענדן איז אים פיל ערגער ווי דער טויט. ער איז די גאנצע צייט אונטער סורוועילענס ווידעאו (לכאורה זיכער מאכן אז ער באגייט נישט זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק און פרובירט זיך צו ראטעווען פון דעם גיהנם התחתון).

עס איז שוידערליך צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א מענטש אפילו בלויז פאר א וואך, ווער רעדט א חודש? א יאר? און דא רעדט מען פון אומגלויבליכע 31 יאר!!

און די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז ער שפירט זיך אומשולדיג. אלס יונגער טוטער האט מען אים ארעסטירט ווייל ער איז געווען פארמישט אין א פארברעכן, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן, אבער נאך איידער דער גינסטיגער פסק איז ארויסגעקומען האט ער דערמארדעט איינע פון די אפיצירן אין תפיסה וועלכער איז אים שרעקליך דערגאנגען די יארן, האט מען אים דעריבער פארשיקט אין פיל א שווערערע תפיסה, און דארטן האט מען זיכער געמאכט אז מען זאל אים ענג מאכן דאס לעבן און טעראריזירן וויפיל עס איז מעגליך, ביז דער מענטשליכער מח זיינער האט עס מער נישט געקנט דערהייבן, און ער האט יענעם אפיציר אויכעט דערמארדעט, איז ער אנגעקומען צו דעם יעצטיגן גיהנם.

מענטשן רעכטן פרובירן פייטן פאר אים, אבער אן ערפאלג. די מערסטע מאדנע איז מיר געווען צו ליינען אז מען האט געברענגט די טענה פאר א ריכטער אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע טאר מען נישט באשטראפן מיט אומגעווענליכע ברוטאלע עונשים, האט דער ריכטער גע'פסק'ענט – פשוט און גראד – אז דאס הייסט נישט ברוטאל... האלא, רב ריכטער, אפשר פרובירסטו עס אויס פאר א וואך, און מען וועט דערנאך שמועסן נאכאמאל? צולייגער איינער...

עס איז אומגלויבליך אז אין די היינטיגע דעמאקראטישע אמעריקע זאל מען אזוי ביטער פייניגן מענטשן. די לאנד וואס האט דעמאנסטרירט דעמאקראטיע, דער לאנד וואס האט זיך געגערינדעט אויפן יסוד אז די גאווערמענט איז נישט דיין בעה"ב, נאר דיין שליח וואס זוכט צו ארבעטן געטריי פאר יעדן אינדיווידואלן מענטש, און עס איז מער נישט פאראן די רשעות'דיגע רעזשימען פון אמאליגע מיטל-אלטער וועלכע האבן געקענט טון מיט א מענטש ככל העולה על רוחם, און פון היינט און ווייטער איז פאראן מענטשן רעכטן.... יא יא, גיב א קוק ווי שרעקליך נידריג מען האלט היינט... שומו שמים.

יואב » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 5:59 pm

· #239323
פוי!
גארנישט פון אונזער סיסטעם טוט מיר אזוי אויפרעגן ווי עדוקעישאן, און גארנישט אין אמעריקע טוט מיר אזוי אויפרעגן ווי דער יוסטיץ-סיסטעם. ווייל ביידע זענען די שליסלען צו אלע פראבלעמען, און ביידע זענען סתם אזוי פון די גרעסטע אומרעכטן אויף דער וועלט.

chusid » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 8:39 pm

· #239348
איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:02 am

· #239524
א בילד פון דעם טאמאס

.
📎 Thomas.jpg

מאטי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:31 am

· #239531
chusid
איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...
איך בין סתם נייגעריג, אויב שטעלט מען אראפ צוויי באוואפענטע ביי יעדן טראפיק ליכט און ווער ס'פארלעצט דאס געזעץ ווערט גלייך אפגעקוילעט, וואלטן נישט די גאסן געווען מער פארזיכערט? סך ווינציגער אומגליקן ווי אנדערע מדינות מיט לייכטערע טראפיק געזעצן? איך טראכט הויעך.

chusid » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:17 pm

· #239571
דע חלק פארשטיי איך אז עס איז צו א הארבע שטראף צום עבירה, איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען אז עס דינט א צוועק, און ס'איז אפעקטיוו

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:54 pm

· #239616
chusid
איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...


ערגעץ וואו אין שטיבל האט איינער לעצטנס באשריבן אז יעדער מענטש האט א "אינער סקעיל", ד.ה. ביי יעדע דילעמא וואס א מענטש האט, מאכט ער אן החלטה מיט א סיבה סוב-קאנטשעסלי פארוואס ער האט אזוי דעסיידעט, ער האט בליץ שנעל אפגעוואויגן דעם שכר כנגד ההפסד פון ביידע זייטן און אזוי ארום באשלאסן וועלכע מהלך צו נעמען.

לאמיר זאגן א מענטש שווינדלט פראגראמען. פארוואס טוט ער דאס? ער ווייסט דאך אז מען קען אים כאפן און ס'וועט זיין צרות? נאר דא איז די דעסישען "ברי ושמא ברי עדיף", געלט האט איך זיכער נישט, דאס וועל איך זיכער האבן צו שפייזן מיין פאמיליע, איי אפשר וועט מען דיר כאפן? דאס איז נאר א שמא, נישט זיכער, און וויבאלד די ענגשאפט פון פרנסה קוועטשט, מען קען נישט אנדערש אויסקומען מיטן טאג, דעריבער איז מען זיך מורה היתר.

כ'האב געטראכט אלס א מליצה, די וועלט זאגט אז "נויט ברעכט אייזן", אולי איז די כוונה אויף דעם, אייזן איז מרמז אויף תפיסה, כי שבר דלתות נחושת ובריחי ברזל גדע, דער נויט פון פרנסה טוט ברעכן אט דעם אייזן, אסאך פון אונזערע זיידעס אינדערהיים האבן געמוזן שווינדלען צי ביי די בראנפן שטייער, צי שווערצן ביי די גרעניץ, ווייל אנדערש האט מען נישט געקענט אויסקומען מיטן לעבן, ומעשה אבות סימן לבנים וכו'.

וואס וויל איך דא זאגן? אז נישט קיין נפק"מ ווי שווער דו מאכסט די תפיסות, וועט עס לכאורה נישט פארקלענערן די צאל שווינדלער. ווייל יעדער גלייבט און האפט אז ער וועט נישט אנקומען דארט, בשעת ברויט אויפן טיש איז ער מחוייב צו ברענגען. והמציאות יוכיח אז אמעריקע האט סוכ"ס די גרעסטע צאל ארעסטאנטן, פיל מער ווי די ליבעראלע לענדער מיט גרינגערע תפיסות; אלא מאי נישט דא שטעקט דער פראבלעם און נישט די שטרענגע תפיסות זענען די עצה צום פראבלעם. עס איז בלויז רשעות און נקמה, סיי פון די רעגירונגס אגענטורן און סיי פון דעם המון עם וואס גלייבט אז יעדער וואס האט געשפילט מיטן געזעץ איז פריי און הפקר כצבאות וכאילות השדה און פארלירט אויטאמאטיש אלע זיינע נארמאלע רעכטן. (איך וועל נאך בל"נ שרייבן א לענגערע אשכול אויף דעם חלק, ועוד חזון בעז"ה).

משולם שטיינפעלד » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:33 pm

· #240297
שמעקעדיג
כ'האב אדורכגעלייענט דעם שטערן דעם חודש, אן ארטיקל איבער איזאלאציע, מיט פארשידענע עפיזאדן ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט איינזאם, אליינס, איינער לענגער איינער ווייניגער.

איינע פון די זאכן וואס ער פארציילט איז פון אן ארעסטאנט, טאמעס סילווערסטין, וועלכער זיצט שוין 31 יאר אין טאטאלע איזאלאציע, ער האט נישט קיינעם און גארנישט אויף דער וועלט, נישט קיין שום לייען מאטעריאל, נישט קיין שרייב געצייג, נישט קיין ראדיא, מוזיק אדער טי.ווי., ער קען נישט באקומען קיין פאסט, איז נישט ערלויבט צו האבן באזוכער, און קען נישט רעדן צו קיינעם אויף דער וועלט, עקסטרעם איינזאם, הערמעטיש פארשלאסן מיט שטאלענע ווענט אין דעם שווערסטן אמעריקאנער עי-די-עקס תפיסה אין קאלאראדא, וואו ער האט נישט מער ווי א בעטל און ביהכ"ס מיט א טישל, וזהו. ער קלאצט אוועק 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר. קיין פענסטערל איז נישט פאראן צו וויסן ווען איז טאג אדער נאכט; א זייגער האט ער אודאי נישט. דער לעקטער ברענגט 24 שעה ארום דעם זייגער וועלכע מאכט סתם אזוי גוט נערוועז בפרט ביים שלאפן, אזוי ארום אז ער האט נישט קיין שום אנונג אין די צייט צי איז טאג אדער נאכט און וויפיל שעה/טעג זענען אדורך... עס איז אויך נישט פאראן קיין סטיעם אדער עירקאנדישאן., אום זומער זענען די היצן אומדערטרעגליך. דער חברה'מאן טענה'ט (און מיט רעכט) אז די אומשטענדן איז אים פיל ערגער ווי דער טויט. ער איז די גאנצע צייט אונטער סורוועילענס ווידעאו (לכאורה זיכער מאכן אז ער באגייט נישט זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק און פרובירט זיך צו ראטעווען פון דעם גיהנם התחתון).

עס איז שוידערליך צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א מענטש אפילו בלויז פאר א וואך, ווער רעדט א חודש? א יאר? און דא רעדט מען פון אומגלויבליכע 31 יאר!!

און די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז ער שפירט זיך אומשולדיג. אלס יונגער טוטער האט מען אים ארעסטירט ווייל ער איז געווען פארמישט אין א פארברעכן, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן, אבער נאך איידער דער גינסטיגער פסק איז ארויסגעקומען האט ער דערמארדעט איינע פון די אפיצירן אין תפיסה וועלכער איז אים שרעקליך דערגאנגען די יארן, האט מען אים דעריבער פארשיקט אין פיל א שווערערע תפיסה, און דארטן האט מען זיכער געמאכט אז מען זאל אים ענג מאכן דאס לעבן און טעראריזירן וויפיל עס איז מעגליך, ביז דער מענטשליכער מח זיינער האט עס מער נישט געקנט דערהייבן, און ער האט יענעם אפיציר אויכעט דערמארדעט, איז ער אנגעקומען צו דעם יעצטיגן גיהנם.

מענטשן רעכטן פרובירן פייטן פאר אים, אבער אן ערפאלג. די מערסטע מאדנע איז מיר געווען צו ליינען אז מען האט געברענגט די טענה פאר א ריכטער אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע טאר מען נישט באשטראפן מיט אומגעווענליכע ברוטאלע עונשים, האט דער ריכטער גע'פסק'ענט – פשוט און גראד – אז דאס הייסט נישט ברוטאל... האלא, רב ריכטער, אפשר פרובירסטו עס אויס פאר א וואך, און מען וועט דערנאך שמועסן נאכאמאל? צולייגער איינער...

עס איז אומגלויבליך אז אין די היינטיגע דעמאקראטישע אמעריקע זאל מען אזוי ביטער פייניגן מענטשן. די לאנד וואס האט דעמאנסטרירט דעמאקראטיע, דער לאנד וואס האט זיך געגערינדעט אויפן יסוד אז די גאווערמענט איז נישט דיין בעה"ב, נאר דיין שליח וואס זוכט צו ארבעטן געטריי פאר יעדן אינדיווידואלן מענטש, און עס איז מער נישט פאראן די רשעות'דיגע רעזשימען פון אמאליגע מיטל-אלטער וועלכע האבן געקענט טון מיט א מענטש ככל העולה על רוחם, און פון היינט און ווייטער איז פאראן מענטשן רעכטן.... יא יא, גיב א קוק ווי שרעקליך נידריג מען האלט היינט... שומו שמים.


רב שמעקעדיג, איך בין געווארן שאקירט ליינענדיג דיין תגובה. אזא זאך זאל מען טוהן מיט א מענטש?

איך האב געמוזט דערגיין מער פרטים. איך האב געליינט זיין בלאט אויף וויקיפעדיע. נאכן ליינען די ארטיקל איבער אים מיט אלע פרטים, איז עס אסאך מער פארשטענדליך, און עס הערט זיך בכלל נישט אזוי ברוטאל.

ער האט ערמארדעט א תפיסה אפיציר.

אויב ווייסט אן ארעסטאנט וואס זיצט לעבנסלענגליך אז גארנישט ערגער קען געשעהן צו אים, וואס זאל אים צוריק האלטן פון הרג'ענען מענטשן אין תפיסה?

מילכיג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:44 pm

· #240300
טויט שטראף קומט אים - וואס עפעס אזא מין פיינינג?!
אגב, וויזוי האט ער געקענט פארציילן וואס ער גייט אדארעך?

משולם שטיינפעלד » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:49 pm

· #240301
איז דאך דא ליבעראלע שטאטן וואס ערלויבן נישט טויט שטראף. וואס איז די עצה?

מילכיג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:02 pm

· #240311
משולם שטיינפעלד
איז דאך דא ליבעראלע שטאטן וואס ערלויבן נישט טויט שטראף. וואס איז די עצה?

פוי, עקל.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:18 pm

· #242672
א ניו יארקער מאן וואס איז געווען איינגעשפארט 18 יאר אין תפיסה על לא עוול בכפו פאר א מארד וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען, האט אצינד געסעטלט מיט די שטאט פאר 4.75 מיליאן דאלער קאמפענסעישאן - די גרעסטע סכום אין היסטארי פאר א סעטלמענט.

<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/12/23/wrongfully-jailed-man-wins-4-75-million-from-state/">http://nypost.com/2014/12/23/wrongfully ... rom-state/</a>

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 11, 2015 6:17 pm

· #247424
.
📎 Jail (2).JPG 📎 Jail (1).JPG

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:57 am

· #247528
די הארץ רייסט. אומגלויבליך וויפיל אומשולדיגע מענטשן שמאכטן אוועק יארן לאנג, מיטב שנותיהם, על לא דבר, על לא עוול בכפם, ואין פוצה פה.

קינד_אן_קייט » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:50 pm

· #247657
ס׳שרייט ארויס דער ווייטאגליכער אומרעכט קעגן Travion Blount, א שווארצער יוגענטליכער וועלכער האט באקומען זעקס לייף טערמינען פאר א רויבעריי וואו קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן:

Why 15 Year Old Travion Blount Got More Than 6 Life Sentences for A Crime Where No One Was Hurt

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 13, 2015 10:52 pm

· #247825

פידלער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:36 pm

· #247922
<a class="postlink" href="http://m.dailykos.com/story/2015/01/14/1357661/-Poisonings-beatings-gassings-Record-346-inmates-die-dozens-of-guards-fired-in-Florida-prisons">http://m.dailykos.com/story/2015/01/14/ ... da-prisons</a>

Horrifying beyond words

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 14, 2015 9:45 pm

· #248033
אזוי ווי איר שרייבט, האריפייאינג, נישטא קיין ווערטער. אומגלויבליך!!!

לענ"ד איז דאס דער גרעסטער פראבלעם פון אמעריקע, העכער העלט אינשורענס און אימיגראנטן וכו'. עס איז די העכסטע צייט צו נעמען די זאך אין די האנט אריין און רעפארמירן דעם זינלאזן רשעות'דיגן סיסטעם.

chusid » דינסטאג מערץ 10, 2015 3:45 pm

· #257770
זענען די שטרענגע קאנסארוואטיוו ריפאבליקאנע שולדיג אין דעם אדער איז דאס סתם א סיסטעם פראבלעם?

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 10, 2015 7:08 pm

· #257818
@אנאנים, וואס איז נאך אלס נישט פארענטפערט איז פארוואס בארבער איז אנטלאפן פון די פאליציי נאכן מארד. דאס אז ער האט אים געשטאכן זעקס מאל פארשטיי איך נאך אבער פארוואס האט ער זיך באהאלטן פאר א גוט יאר???

יין שרף » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:18 am

· #259133
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8