☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
370 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2175
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8
שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:38 am
· #383598
און ווידעראמאל איז א אינמעיט געשטארבן אין רייקערס איילענד צוליב וואס די אפיצירן האבן איגנארירט זיינע סיזשורס אויסברוכן און נישט געגעבן די נויטיגע הילף נאר צוריקגעשיקט אין זיין צעל.
אן אינוועסטיגאציע גייט אן.
https://nypost.com/2017/08/28/wheelchai ... amily/amp/
שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:04 am
· #384719
אין די געפערליכע הוריקעין סעזאן, ווען מען האט יעדן אינזין געהאט צו עוואקואירן פון די געפארפולע געגנטער, האט מען "פארגעסן" פון די ארעסטאנטן.
https://hotair.com/headlines/archives/2 ... urricanes/
שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:05 am
· #384720
ועשית לו כאשר זמם
📎 Justice.JPG
שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 8:51 am
· #385059
נישט זיכער עס באלאנגט דא, אבער כ'ווייס נישט וואו יא (אפשר אין אשכול מי כעמך הגויים...)
This Woman Helps Kids With Incarcerated Parents Feel Less Alone
http://m.huffpost.com/us/entry/us_5995f ... 6e801d36f5
קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:57 pm
· #385112
מען ווייסט נאך נישט אלע פרטים. אבער לויט די אינפארמאציע וואס איז לעת עתה דא אויפן גאס, איז עס א פחד נורא וואס א מענטש קען אויסשטיין על לא דבר.
לויט ווי ס'קוקט איצט אויס וועט מיולער זוכן א שעיר לעזאזל, און האט זיך ארויפגעלייגט אויף אלטע עבירות וואס האט גארנישט צוטוהן מיט טראמפ אדער רוסלאנד, און אויף זאכן וואס האבן פאסירט לאנג פאר טראמפ איז געלאפן פאר פרעזידענט.
א סקרוך לויפט אדורך די ביינער ווען מען זעהט ווי פאול מאנאפארט וואלט פאר יענע פארלעצונגען קיינמאל נישט געגאנגען און חד גדיא און ס'וואלט קיינער זיך נישט געקימערט מיט זיינע אקטיוויטעטן. און יעצט שטייט איהם אויס אזויפיל צרות פשוט ווייל ער האט געמאכט די החלטה צו נעמען די קאמפיין מענעדזשער פאזיציע אין דעם טראמפ קאמפיין, פון וואס ער האט ממילא רעזיגנירט גלייך דעראויף.
מיולער זוכט נישט מאנאפארט פאר זיינע עבירות וכדו' און ער זוכט נישט קיין יוסטיץ, ער גייט איהם ניצן פאר זייטיגע חשבונות און אגענדעס וואס האט בעיקר מיט פאליטיק און איז ווייט פון יוסטיץ. און ער שעמט דיך אפי' נישט צו גיין נישטערן און פרובירן צו ברענגען קלאגעס אויף פארלעצונגען פון אזויפיל ווי עלף יאר צוריק!
פארשטייט זיך אז דאס איז אלס באזירט אויף די אינפארמאציע פונעם היינטיגן ליעק, מיין מיינונג קען זיך טוישן איינמאל מער פרטים וועלן ארויסקומען.
שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 6:15 pm
· #385162
The Return of Criminal Justice Reform
http://reason.com/blog/2017/09/20/senat ... isan-crimi
שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 8:40 am
· #387716
נישט אלע דזשאדזשעס ווייסן אז א קינד דארף א מאמע?
זאלן זיי טאקע גיין וואו די שווארצע פעפער וואקסט.
https://www.washingtonpost.com/news/the ... 6bca329047
שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 12:04 am
· #388733
If you care about ending mass incarceration, look at what Philadelphia just did
https://www.vox.com/policy-and-politics ... prosecutor
שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 4:31 pm
· #391710
פון JP (נישט) פיינע נייעס
📎 prison_488.JPG
קורקלענד » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:40 pm
· #391723
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:57 pm
· #392134
נאך פון די "פיינע" נייעס
📎 33800.JPG 📎 32400.JPG
שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 12:21 am
· #392766
שוין לאנג נישט געליינט אזעלכע אויפריכטיגע דיבורים בנוגע תפיסה. דער ארטיקל ספעציפיש רעדט פון מעיק-אפ פאר פרויען ארעסטאנטן, אבער די נקודה איז אז תפיסה דארף זיין א רעהאביליטאציע צענטער, נישט א פלאץ צו צוברעכן און דערנידערן מענטשן.
https://www.racked.com/2018/1/3/16797784/makeup-prison
שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 4:46 pm
· #392798
נאר אזוי
📎 rikers.JPG
אפשר » מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:22 pm
· #393155
פאר די פרוי דראעט יעצט תפיסה פארן לעבן נאכן שאדן מאכן $300,000 פעינטינגס.
Fox news
בן אדם » מיטוואך יאנואר 10, 2018 1:26 pm
· #393161
לעהמאן??? שוין ווידער א מיאוסע התגרות באומות...
שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 12, 2018 12:52 pm
· #393330
די סארט נייעס ענדיגן זיך נישט... און מען וואונדערט זיך פארוואס אמעריקע האט אזא ריזיגע צאל ארעסטאנטן?
(נאכאמאל גענומען פון "פיינע נייעס" אימעיל)
📎 Prison305point.JPG
שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:06 am
· #393865
דער סעשאנס איז דאך אזא הארטער קערל, מען וואלט אים געדארפט פייערן היינט!
https://news.vice.com/en_us/article/wjp ... f-sessions
שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 5, 2018 5:51 pm
· #394852
דער רייקערס איילענד תפיסה (בתוך שאר התפיסות) גייט נישט אראפ פון די נייעס.
📎 justice_04.JPG 📎 Justice_03.JPG 📎 Justice_02.JPG 📎 Justice_01.JPG
שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 5, 2018 5:53 pm
· #394854
פון די טעגליכער "דער איד"
📎 Yid_Daily.JPG
שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 14, 2018 4:26 pm
· #395635
פון פיינע נייעס
📎 בעיל סיסטעם ענדערונג.jpg
שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2018 8:07 am
· #396580
א מאן איז אפגעזעצן קרוב צו 40 יאר אין א לואיזיאנא תפיסה פאר א רעיפ קריים וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען! שומו שמים.
https://www.today.com/pets/man-exonerat ... he-t123428
וואס איז מער שאקירענד, אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז א מיידל האט באשולדיגט 3 מענער אז זיי האבן איר גערעיפט, אבער ווען די באווייזן האבן נישט געשטימט, האט די מיידל מודה געווען אז זי האט אויסגעטראכט די מעשה און האט 'אויסגעדרוקט חרטה' און זי וועט נישט גיין אין תפיסה. דאס איז היפאקריטיש און ריכטיגע דאבל-סטענדערד, 3 מענטשן וואלטן געקענט פאר'משפט ווערן פאר יארן און זייער לעבן וואלט געקענט רואינירט ווערן. ועשית לו כאשר זמם!
https://www.yahoo.com/news/no-jail-texa ... 54635.html
שמעקעדיג » זונטאג מערץ 25, 2018 2:20 am
· #398266
הארצרייסענד. 31 יאר אין תפיסה פאר א פשוט'ע בלבול!
באקומט פון די רעגירונג בלויז א מיליאן טאלער, א חוכא וטלולא...
https://www.cnn.com/2018/03/23/us/lawre ... index.html
שמעקעדיג » זונטאג מערץ 25, 2018 12:47 pm
· #398331
דער אשכול איז בעיסיקלי געווארן מיין אייגענע אשכול, קיינער רעספאנדט נישט, לייקט (כמעט) נישט, קריטיקירט נישט....
דער עולם האט נאך געדולד דערצו?
לענינינו:
📎 323.jpg 📎 322.jpg
הוגה » זונטאג מערץ 25, 2018 1:09 pm
· #398333
איך האב זייער הנאה פון א יעדע תגובה דיינער אין דער אשכול. אפשר לייק איך נישט גענוג, ואתכם הסליחה. גיי ווייטער אן.
כלבאשבוע » זונטאג מערץ 25, 2018 2:25 pm
· #398341
שמעקעדיג
דער אשכול איז בעיסיקלי געווארן מיין אייגענע אשכול, קיינער רעספאנדט נישט, לייקט (כמעט) נישט, קריטיקירט נישט....
דער עולם האט נאך געדולד דערצו?
hey, there is no justice, not even here
כהאב גראדע הנאה פון דעם אשכול, קיפ איט אפ בראדער
החוקר » זונטאג מערץ 25, 2018 2:56 pm
· #398344
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
אומגלויבליך!
https://youtu.be/Zk99NofbLVQ
ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 25, 2018 4:12 pm
· #398355
איך האב געהערט בשם איינעם, איך געדענק נישט ווער. אפשר הרב הוטנר. די משנה זאגט אונז "הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו". וואס איז די ראיה דערצו? ווייל די מלכות זעלבסט האט דאך נישט קיין מלכות העכער זיי, און קוק ווי זיי פיהרן זיך אויף.
צו זען וויאזוי עס איז נישט דא קיין עמטליכע שטראף פאר א פראסעקיוטער אדער פאליציאנט פאר'ן זאגען ליגענט, איז די גרעסטע פעלער אין די סיסטעם. עס מוז זיין הארבע תפיסה אורטיילען פאר זיי, כאשר זמם לעשות לאחיו. עס מעג נישט זיין אז ער זאל מעגן פראבירן זיין מזל.
החוקר » זונטאג מערץ 25, 2018 4:21 pm
· #398358
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
שמעקעדיג
דער אשכול איז בעיסיקלי געווארן מיין אייגענע אשכול, קיינער רעספאנדט נישט, לייקט (כמעט) נישט, קריטיקירט נישט....
דער עולם האט נאך געדולד דערצו?
קוק נאר אן, אידן רחמים בני רחמנים. האסט געבעטן אז מען זאל דיר נישט איגנארירן, און דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן.
שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 20, 2018 12:50 pm
· #400357
פון פיינע נייעס
📎 10_million.JPG
שמעקעדיג » זונטאג אפריל 22, 2018 4:19 pm
· #400427
500 דאלער שטראף פאר אן עפל??
http://www.foxnews.com/travel/2018/04/2 ... snack.html
איך אויך » מאנטאג אפריל 23, 2018 7:55 pm
· #400512
אין אוסטראליע און נאך אנדערע לענדער קענסטו אויך באקומען אזא קנס. די טענה איז אז דער ווערימל וואס האט די פאטענציאל חרוב צומאכן ביליאנען (מיט א ב') פון אגריקאלטורעל פראדוקטן איז נישט מבחין צו ער איז אריינגעקומען דורעך א אומשולדיגע עפל אדער אויף א אנדערע אויפן.
כ'האב אמאל געהזעהן א קליפ ווי אפילו די הויכגעשעצטע ספארט גרופעס דארפן דערקלערן זייערע שיך וואס זיי האבען געשפילט מיט אויף פרעמדע ערד און מען איז בודק אויב זיי זענען ריין, אז נישט שטייען זיי אויס גרויסע קנסות.
שמעקעדיג » זונטאג אפריל 29, 2018 7:52 pm
· #400951
Prison reform is possible even in the Trump era
https://amp.cnn.com/cnn/2018/04/18/opin ... index.html
ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 30, 2018 11:35 am
· #400977
א. ווילאנג דער געזעץ לאזט צו פריוואטע תפיסות, וואס מאכען ביזנעס מיט די רעגירונג, וועט מען די פראבלעם נישט קענען לעזען.
ב. עס מוז דערמאנט ווערען א ריזיגע חילוק צווישען פארברעכערס. איינער וואס איז א גרויסע עושר, און ער מיינט ער מעג אלס טוהן, צו ער איז א מעכטיגע מענטש אין דער פאליטישע זין, און ער פיהרט זיך אויף אין א קארופטירטע אופן, איז תפיסה די איינציגסטע וועג איהם צוריק צו האלטען פון פארלעצען די געזעץ. ער וועט מאכען א חשבון אז עס לוינט זיך איהם נישט צו גנבנ׳ן ווען עס איז דא א צד אז ער וועט אלסדינג דערלייגען. איינער א טונקעל הויטיגע, וואס איז אויפגעוואקסען ביי א שכן ווייל זיין טאטע איז אין תפיסה, זיין מאמע איז שיכור און זיין באבע איז נאר צען יאר עלטער ווי איהם, און דער פארשוין ווערט א מערדער און א רויבער, אזא איינער האט נישט וואס צו זוכען אין תפיסה. יא, זיי זיך נישט משדך מיט איהם, אבער מ׳האט איהם דאך נישט אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו פיהרען צווישען מענטשען, און ער האט אין זיין לעבען קיינמאל נישט געטראכט איידער ער טוט עפעס. די סכנה פון תפיסה רעדט נישט צו איהם. אזא איינער דארף פראגראמען איהם צו ערציען ווי א קינד, אויסלערנען וויאזוי מ׳קען לעבען אין א וועג וואס שטערט נישט אנדערע, און פאררעכטען זיין פסיכאלאגישע פעלערס. למעשה איז דער אינסטינקט פארקערט, דער שווארצע איז אן איינגעבאקענע פארברעכער, און ער מוז דארט בלייבען, און דער ווייסע קראגען פארברעכער איז דער וואס באקומט טובות אין תפיסה.
ג. די וועכטער דארף מען מער באוועכטען ווי די קרימינאלען. זיי זענען אפט די ערגסטע וואס די מענטשהייט פארמאגט.
שמעקעדיג » מאנטאג מאי 7, 2018 6:47 am
· #401704
The Man Who Hates Criminal-Justice Reform
https://newrepublic.com/article/148307/ ... ice-reform
הוגה » מאנטאג מאי 7, 2018 8:57 pm
· #401814
FB_IMG_1525740833013.jpg
יין שרף » דינסטאג מאי 8, 2018 12:45 am
· #401835
כ'פארשטיי נישט די שאילה פון אונטן. אוודאי זאל זי זיצן אביסל, צו פילן וואס זי האט גורם געווען פאר אים. עכ"פ א סיוויל לאו סאוט קען ער זיכער פארדינען מיליאנען.
בן אדם » דינסטאג מאי 8, 2018 2:27 am
· #401840
יין שרף
כ'פארשטיי נישט די שאילה פון אונטן. אוודאי זאל זי זיצן אביסל, צו פילן וואס זי האט גורם געווען פאר אים. עכ"פ א סיוויל לאו סאוט קען ער זיכער פארדינען מיליאנען.
פארוואס נאר אביסל? איך קען נישט די מעשה, אבער וואס זי האט למעשה געטון צו עם איז אסאך ערגער ווי ווען איהר קלעים וואלט געווען אמת. אוב זי קען מאכן א פאלשע קלעים איז זי בכלל נישט ווייניגער פון עני אנדערע פערווערט.
הוגה » דינסטאג מאי 8, 2018 7:35 pm
· #401970
שרעקליך
FB_IMG_1525822382582.jpg
יין שרף » דינסטאג מאי 8, 2018 8:34 pm
· #401983
און פארוואס נעמט מען נאך אן א הי-סעיד-שי-סעיד ארגומענט?
בן ישי » דינסטאג מאי 8, 2018 10:01 pm
· #402002
מארגן וועט זיין א וואוט פאר די קאמיטי איבער The first step act וואס וועט פארגרינגערען פאר די וואס זיצן אין תפיסה פאר לאנגע יארן.
די רעפאבליקאנער אין די פרעזידענט זענען אין שטיצע אבער די דעמאקראטן זענען דערקעגן ווייל עס טוהט נישט גענוג (פארדעם האבן עס די רעפאבליקאנער געטוישט נאמען צו 'פירסט סטעפ' אז זיי וועלן נאכדעם טוהן ווייטער) .
דער דעמאקראטישע נאדלער וואס רעפענזירט בארא פארק איז די ranking chair leader פון די קאמיטי אין ער איז אנהויב געווען אין שטיצע דערפון אבער לעצטע פאר טעג גייט ער דורך שווערע דריק צו טוישן מיינונג.
די עסקנים למען פדיון שבויים בעטן מ'זאל עם רופן בעטן ער זאל יא שטיצן דעם בילל אין מתפלל זיין עס זאל דורכגיין די קאמיטי יעצט אין שפעטער די סענעט.
http://thehill.com/opinion/criminal-jus ... ortunities
בן אדם » מיטוואך מאי 9, 2018 1:14 am
· #402022
יין שרף
און פארוואס נעמט מען נאך אן א הי-סעיד-שי-סעיד ארגומענט?
ארויף קומען אויפ'ן טיש דארף עס זיכער, די פראבלעם איז מיט די עצם אטנוועסטיגעישאן וויפיל עפארט + מוח מ'לייגט אריין אין דעם אז האמת יצא לאורה.
שמעקעדיג » מיטוואך מאי 9, 2018 1:17 am
· #402024
בן ישי
מארגן וועט זיין א וואוט פאר די קאמיטי איבער The first step act וואס וועט פארגרינגערען פאר די וואס זיצן אין תפיסה פאר לאנגע יארן.
די רעפאבליקאנער אין די פרעזידענט זענען אין שטיצע אבער די דעמאקראטן זענען דערקעגן ווייל עס טוהט נישט גענוג (פארדעם האבן עס די רעפאבליקאנער געטוישט נאמען צו 'פירסט סטעפ' אז זיי וועלן נאכדעם טוהן ווייטער) .
דער דעמאקראטישע נאדלער וואס רעפענזירט בארא פארק איז די ranking chair leader פון די קאמיטי אין ער איז אנהויב געווען אין שטיצע דערפון אבער לעצטע פאר טעג גייט ער דורך שווערע דריק צו טוישן מיינונג.
די עסקנים למען פדיון שבויים בעטן מ'זאל עם רופן בעטן ער זאל יא שטיצן דעם בילל אין מתפלל זיין עס זאל דורכגיין די קאמיטי יעצט אין שפעטער די סענעט.
http://thehill.com/opinion/criminal-jus ... ortunities
חתנא דבי נשיאה, הרב דזשערעד קושנער איז שטארק אינסטרומענטאל אין שטופן די רעפארם אקט.
https://www.huffingtonpost.com/entry/ku ... f1932576c2?
אונטער חכם » מיטוואך מאי 9, 2018 5:42 pm
· #402115
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
יין שרף
כ'פארשטיי נישט די שאילה פון אונטן. אוודאי זאל זי זיצן אביסל, צו פילן וואס זי האט גורם געווען פאר אים. עכ"פ א סיוויל לאו סאוט קען ער זיכער פארדינען מיליאנען.
פון די אנדערע זייט , אויב זי וואלט געגאנגען זיצן וואלט זי ווארשיינליך קיינמאל נישט מודה געווען, און ער וואלט געבליבן אין תפיסה.
בן ישי » מיטוואך מאי 9, 2018 8:31 pm
· #402152
ברוך השם אז די געזעץ וואס קען בעז"ה פארלייכטערען פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות איז היינט אינדערפרי דורכגעגאנגען די ספעציעלע קאמיטי אין וועט געשטעלט ווערן פאר א וואוט אין די קומענדיגע פאר וואכן אין האפענטליך דורכגיין.
בן ישי » מיטוואך מאי 9, 2018 11:42 pm
· #402168
די בילל איז דורך 25 אקעגן 5 אין נאדלער פון בארא פארק איז געווען פון די 5 וואס זענען געווען דערקעגן (ווייל ער האט געוואלט מ'זאל געבן מער פאר מענטשן וואס זיצן פאר דראגס
דא קען מען ליינען מער וועגן די בילל וואס איז דורך די קאמיטי היינט
http://thehill.com/regulation/legislati ... s-in-house
איסר האטלקי » מיטוואך מאי 9, 2018 11:55 pm
· #402169
נאדלער איז קעגן דעם ווייל געוויסע אידישע ארגאניזאציעס זענען קעגן דעם. זיי ווילן מ'זאל נאכגעבן מער.
החוקר » דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:47 pm
· #403055
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
וואס איך קען נישט פארשטיין. וואס האט גאווערנער בראון אנטקעגן מאכן א ד.נ.א. טעסט, ער וואלט עס אליין געדארפט פארלאנגען.
בן ישי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:42 am
· #403291
בן ישי
די בילל איז דורך 25 אקעגן 5 אין נאדלער פון בארא פארק איז געווען פון די 5 וואס זענען געווען דערקעגן (ווייל ער האט געוואלט מ'זאל געבן מער פאר מענטשן וואס זיצן פאר דראגס
דא קען מען ליינען מער וועגן די בילל וואס איז דורך די קאמיטי היינט
http://thehill.com/regulation/legislati ... s-in-house
ברוך השם די בילל איז נעכטן דורכגעגאנגען אין קאנגרעס יעצט האפט מען אז ס'זאל דורכגיין אין סענאט דערנאך האט שוין טראמפ געמאלדן אז ער וועט עס סיינען
https://www.congress.gov/bill/115th-con ... -bill/5682
שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2018 12:34 pm
· #410191
3.5 מיליאן דאלער פאר אומריכטיג-פאראורטיילטער ארעסטאנט.
https://www.fox23.com/news/national-new ... /802333736
שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2018 12:40 pm
· #410194
למעשה פאסירט דאס צענדליגער מאל, יאר-איין יאר-אויס. איז דא עפעס וואס קען געטון ווערן דאס צו פארמיידן? צי זעהען נישט די פראקורארן איין אז זיי קריכן צומאל אויף גראדע ווענט און אויב די באווייזן זענען נישט 100% קראנט טאר מען נישט ארעסטירן?
איך טראכט אז די איינציגסטע עצה איז אויב מען טרעפט אזא מעשה, זאל דער פראקוראר באצאלן די שטראף פון זיין טאש..... (שיינע חלומות) 😲
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8