דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #1733
208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1733
איך בין נישט א דיין (און אפשר גיי איך אריין בגדר מורה הלכה בפני רבו ווען אונז האבן דא ר' שלמה דיין) אבער לויט ווי איך ווייס טאר מען נישט ניצען א אויווען פון פליישיג אויף מילכיג אהן באקן עפעס פרוה אינצווישען. פון מילכיג אויף פליישיג מעג מען יא אויב מען טיט דאס אויסברענען אויף 500 פאר א שעה.
קרית יואל'ע שחיטה?
דיינים זענען נאר א פאון קאל אוועק, און זיי זענען פאר פרי.
אבער וואס איז דיין שאלה, אויף די פלייש אדער אויף די גאפל?
אבער וואס איז דיין שאלה, אויף די פלייש אדער אויף די גאפל?
פארוואס זאל נישט יעדע קהילה האבן פונקט ווי א דיין\ רב, אן אקאטענט- לויער ,צו ענפערן לעגעלע שאלוית,בכלל נישט דא וועם צו פרעגן
מען דארף כשר'ן די גאפעל.
מען דארף ווארטען 24 שעה פארען כשרען מיין איך
בין איך גערעכט?
בין איך גערעכט?
שלום על ישראלסאשי פישמען דארף ווארטען 24 שעה פארען כשרען מיין איך
בין איך גערעכט?
יא
יא עס מעג נישט זיין קיין בן יומו
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב געפרעגט א שאלה און מען האט גע'פסק'נט אז מען דארף ווארטן א מעת לעת, אנהייצן די אויבן פאר אפאר מינוט אויף די העכסטע (לכאורה וואס מען האט עס גענוצט) און דאס איז עס גוט צו גיין.
big joeיא עס מעג נישט זיין קיין בן יומו
אזוי געדענק איך.
נאך א פשטאיך בין נישט א דיין (און אפשר גיי איך אריין בגדר מורה הלכה בפני רבו ווען אונז האבן דא ר' שלמה דיין) אבער לויט ווי איך ווייס טאר מען נישט ניצען א אויווען פון פליישיג אויף מילכיג אהן באקן עפעס פרוה אינצווישען. פון מילכיג אויף פליישיג מעג מען יא אויב מען טיט דאס אויסברענען אויף 500 פאר א שעה.
לכה״פ 500 אבער אויב האט מען עפעס געבאקען אויפ 500 זאל מען עס אנצינדען אויפ אביסל העכער ווי 500
פאר מ׳טוט דאס דארפ מען גוט רייניגען די אויווען ווייל אויב די איסור איז בעין ווערט עס נישט בטל (מ׳קען נישט רייניגען נאכען אויסבאקען)
די עלעקטראנישע אויווענעס דארפן נאר א האלבע שעה פון ווען עס ווארט 500 (ווייל עס איז מער פארלעסליך, די שיעור איז א האלבע שעה די סיבה פארוואס רבנים זאגען א שעה איז ווייל עס נעמט צייט ביז די אויווען קריכט ארויף צו 500, און ווייל די טערמאסטאט פון די גאז אויווענעס זענען נישט אזוי פארלעסליך)
היוצא לנו מדברינו:
עלעקטריק אויווען אויסצוברענען, 500 אויפ א האלבע שעה (חוץ אויב מהאט עפעס געבאקען דארט אויפ 500)
גאז אויווען, 500 אויפ א שעה
און ביי ביידע דארף מען עס גוט אויסוואשען פארדעם.
נאך א פשטאיך בין נישט א דיין (און אפשר גיי איך אריין בגדר מורה הלכה בפני רבו ווען אונז האבן דא ר' שלמה דיין) אבער לויט ווי איך ווייס טאר מען נישט ניצען א אויווען פון פליישיג אויף מילכיג אהן באקן עפעס פרוה אינצווישען. פון מילכיג אויף פליישיג מעג מען יא אויב מען טיט דאס אויסברענען אויף 500 פאר א שעה.
i think you are not alowed to kasher an oven from fleishig to milchig even if you baked something parev in between. you are alowed to kasher something from fleishig or milchig to parev. but once its parev you can do what ever you want. but you cannot kasher from fleishig to parev, if you want after that use it for milchig. its important to check this with a knowlegable ruv
מעג מען רופן 311 אויף א היימישע לאנדלארד ??
וואס טוט גארנישט אונטערצוהאלטן זיין בילדונג
וואס טוט גארנישט אונטערצוהאלטן זיין בילדונג
אויב האסטו אים נאכנישט געווארנט טארסטו זיכער נישט
געווארנט טויזענט מאל, רעדט צום לאמפ
שוואכע סטים, עס קען זיין פארפרוין קאלט, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג
שוואכע סטים, עס קען זיין פארפרוין קאלט, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג
דער בעל הבית איז נישט בעל הבית אפילו אויף זיין דירה?!
בעל הביתגעווארנט טויזענט מאל, רעדט צום לאמפ
שוואכע סטים, עס קען זיין פארפרוין קאלט, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג
דאן ווענדט זיך עס וואס די באהערדע וועלן אים טוהן דערפאר
אויב וועלן זיי אים בלויז צווינגען אויסצופירן זיין התחייבות דאן ביסטו זיכער ערלויבט צו רופן
און אויב דו האסט קליינע קינדער אין שטוב, וועלכע האבן עפ"י הלכה א דין חולה, ליגט אויף דיר א חיוב צו טון וואס נאר מעגליך
שפתים קישאקTM!
איינער איז מיר שולדיג געלט און וויפיל איך רוף אים מאכט ער זיך נישט וויסענדיג. ער קען די דין תורה סיסטעם פונקט ווי אונז אלע, מעג איך אים איבער געבן פאר די אינסטאנצען?
ניין! 😲
מקען פאר די ריכטיגע פרייז גאנץ שנעל קריגן א היתר בי"ד, אגב דיין שטר איז גענוג שטארק צו גיין דערמיט אין געריכט?
עס מיינט נישט אז די היתר פון ראאקי בית דין אז דו טוהסט על פי תורה. די איינציגסטע היתר וואס עס איז דא אויף לכתחילה גיין אין צו די אינסטאנצען איז וואס שמעתי בשם רבי יעקב קאמענעצקי זצ"ל אז היות כהיום פסק'נט נישט קיין בי"ד על פי תורה מעג מען גיין אין געריכט, און די חיוב להתדיין בפני דייני ישראל איז נישט נוגע. איך בין דיר נישט מייעץ אזוי צו טוהן ווייל יענער וועט קענען נאך שרייען אז דו ביזט א מסור.
שאלה וועגן היתר מאה רבנים
נאך א היתר מאה רבנים מעגן זיי מאכן שלום און וואוינען ער מיט די צוויי ווייבער בשלום ובשלוה?
ראש הישיבהדי איינציגסטע היתר וואס עס איז דא אויף לכתחילה גיין אין צו די אינסטאנצען איז וואס שמעתי בשם רבי יעקב קאמענעצקי זצ"ל אז היות כהיום פסק'נט נישט קיין בי"ד על פי תורה מעג מען גיין אין געריכט, און די חיוב להתדיין בפני דייני ישראל איז נישט נוגע.
ר' קאפל שווארץ אין זיינע מכתבים זאגט (נישט אויף להלכה למעשה) אן אנדערע היתר, אלץ דעם וואס היינט האבן די בתי דין נישט קיין כח מכריח צו זיין צו פאלגן זייער פסק
ס'מיר געווען אינטערעסאנט האב איך געטראכט איך וועל עס אהער שטעלן.
כ'אב געזעהן א בריוו וואס ר' אברהם לייטנער ז"ל שרייבט פאר איינעם וואס איז געווען געצווינגן זיך מתדיין צו זיין ביי די רבנות הראשית און ער האט פארלוירן, שרייבט ער אז ס'איז פשוט אז ער מעג אפעלירן די פסק צום בג"ץ ווייל דא ודא אחת הוא.

עסקן בדבריםנאך א היתר מאה רבנים מעגן זיי מאכן שלום און וואוינען ער מיט די צוויי ווייבער בשלום ובשלוה?
כפי ידיעתי גיט מען א גט פאר'ן ערשטן ווייב ביי א היתר מאה רבנן, זי וויל עס נאר נישט נעמען, איז מען איר מודיע אז די גט ליגט ביים בית דין און זי קען עס אפנעמען ווען זי וויל. אויב אבער וואינען זיי צוזאמען שפעטער איז עס לכאורה סותר די גט און די גאנצע היתר מאה רבנן פאלט אוועק.
שכוח פאר די תשובה. מיין שאלה איז געווען אויב ער מאכט שלום נאך ער האט חתונה געהאט מיט די צווייטע. טא וואס האלטסטו דארפן זיי יעצט טון? וועליכע זאל ער גט'ן? ובפרט אויב קיינער פון זיי ווילן נישט נעמען א גט?
דאס איז שוין נישט קיין הלכהדיגע שאלה, און עס געהערט נישט אין דעם אשכול.....
איך רעד אלץ הלכה. וואס דארף ער טון?
קען איינער שרייבען סטריקטלי הלכה וויאזוי מדארף ספרינג קלינען?
ברעקלעך דארף מען זיך ציטון מאכן? אויב מגייט שפילן מיט טויס פסח דארף מען חושש סוועט אריינפליען און איינמס מויל א ברעקעל ?
ברעקלעך דארף מען זיך ציטון מאכן? אויב מגייט שפילן מיט טויס פסח דארף מען חושש סוועט אריינפליען און איינמס מויל א ברעקעל ?
עס האט נישט קיין שום שייכות מיט אריינפאלן אין יענעמס מויל, יעדע פלאץ ווי עס קען זיין אז עס איז אנגעקומען א כזית חמץ דארף מען אויסרוימען אלץ בל ימצא.
כרעד מקומת וואס איז זיכער נישט דא א כזית, נאר ברעקלך.
נולד מאוחרכרעד מקומת וואס איז זיכער נישט דא א כזית, נאר ברעקלך.
וואס מיינט ביסט זיכער? די האסט נישט קיין קידער אינדערהיים? אויב האסטו יא קינדער דארפסטו וואשן יעדע פלאץ ווי זיי קענען צוקומען!!! אפילו די שרייסט פון אסרו חג פסח נישט ארויף נעמען חמץ אפסטיערס! אבער אויב איז דיין toy closet פארשפארט אין די ביסט די איינציגסטע וואס גייט דוירט צו א גאנץ יאר אין די וואטשט נישט אהין צוגיין מיט חמץ קענסטו זיך אוועקזעצן אויפן קאוטש אין כאפן א דרימל!!! אבער גידענק נאכדעם צו רייניגען אין די שפאלטנעס פונעם קאוטש אויב עס איז נישט איינגעשפארט אין דיינע קינדערלעך קענען צוקומען!
ברעקלעך זענען נישט קיין חמץ, און מ'דארף עס נישט אויסרייניגן נאר אין כלים וואס מ'נוצט צום עסן. די תקנת חכמים אז מ'זאל בודק חמץ זיין איז נאר פאר א גלוסקא יפה, נישט אויף ברעקלעך.
ברעקלעך איז יא חמץ נאר אם כל זה דארף מען עס נישט אויסרייניגען! אבער מען דארף זיכער מאכן אז עס איז נישט דא מער ווי ברעקלעך
לית דין בר נשנולד מאוחרכרעד מקומת וואס איז זיכער נישט דא א כזית, נאר ברעקלך.
וואס מיינט ביסט זיכער? די האסט נישט קיין קידער אינדערהיים? אויב האסטו יא קינדער דארפסטו וואשן יעדע פלאץ ווי זיי קענען צוקומען!!! אפילו די שרייסט פון אסרו חג פסח נישט ארויף נעמען חמץ אפסטיערס! אבער אויב איז דיין toy closet פארשפארט אין די ביסט די איינציגסטע וואס גייט דוירט צו א גאנץ יאר אין די וואטשט נישט אהין צוגיין מיט חמץ קענסטו זיך אוועקזעצן אויפן קאוטש אין כאפן א דרימל!!! אבער גידענק נאכדעם צו רייניגען אין די שפאלטנעס פונעם קאוטש אויב עס איז נישט איינגעשפארט אין דיינע קינדערלעך קענען צוקומען!
למשל א מעשה ביכעל וואס מניצט צי דערציילען די קינדער א מעשה ביי נאכטמאל. מסתמא האט עס ברעקלעך, אבער סהאט זיכער נישט א שטיקעל גרויס א ווי א olive.
געפילטע לאמיך זען צי מיין ווייב איז גרייט אנצינעמען א פסק פון א דיין וואס האט א פאני נאמען ר' געפילטע.
כקלער צי ניצען דיין לעצטע נאמען ר' פישעלע. סאונדס בעטער.
נולד מאוחר
למשל א מעשה ביכעל וואס מניצט צי דערציילען די קינדער א מעשה ביי נאכטמאל. מסתמא האט עס ברעקלעך, אבער סהאט זיכער נישט א שטיקעל גרויס א ווי א olive.
דארפסט גארנישט טוהן אבער וואטש עס נישט ארויפצוברענגען אויפן טיש ווען די פיטערסט זיי די אייער מיט שמאלץ ווייל טאמער פאלט אריין א ברעקל אין די עסן איז יא א פראבלעם
זאג איך מיין ווייב, ליתדייןברנש האט געפאסקנט. פרעגט זי מיר זייט ווען קענסטו ספאניש.
זאג איך איר ווייסטו וואס געפילטע פיש האט געפאסקנט, האקט זי מיר איבער אוי ער האט שוין געטראפן אן עפפ וואס מאכט פסחדיג די ברעקלעך.
כמיין כגיי אנהייבען זאגן נולד האט געפסקנט און פארטיג.
זאג איך איר ווייסטו וואס געפילטע פיש האט געפאסקנט, האקט זי מיר איבער אוי ער האט שוין געטראפן אן עפפ וואס מאכט פסחדיג די ברעקלעך.
כמיין כגיי אנהייבען זאגן נולד האט געפסקנט און פארטיג.
עפפ? ביי אונז האט מען זיך נישט צוטוהן געמאכט מיט וואס די נארישע סייענטיסטן קומען אויף...
דארפסט נישט צוקומען צו קיינעמ'ס פסקים, עפן אויף א גמרא און ווייז איר די סוגיא פארוואס מ'דארף בכלל מאכן א בדיקה, דמדאורייתא בביטול בעלמא סגי, ומשום שמא ימצא גלוסקה יפה תיקנו חכמים שיבדוק ויוציא החמץ מביתו, דערנאך עפן א שו"ע צו סימן תמ"ד, און ווייז איר וויאזוי מ'דארף להלכה אויסרייניגען נאכן סעודה שבת ערב פסח. ביטע קום צוריק אהער צו זאגן די ריזאלטס.

כדעק צי מיינע קאנטערס דארף איך כשרן ? מיר דאכזיך אז נישט.
כ'געקאלט די בית הוראה זאג זיי אז יא.
איז דאס ריכטיג?
כ'געקאלט די בית הוראה זאג זיי אז יא.
איז דאס ריכטיג?
נולד מאוחרכדעק צי מיינע קאנטערס דארף איך כשרן ? מיר דאכזיך אז נישט.
כ'געקאלט די בית הוראה זאג זיי אז יא.
איז דאס ריכטיג?
וועלכע קאנטער טאַפ'ס האסטו? על פי רוב העלפט סייווי נישט קיין הגעלה ביי רוב קאנטער טאפ'ס, עס זענען נאר דא וואס זענען מחמיר ( און א גרויסע עולם טוט אזוי) עס צו כשר'ן, ווייל אפשר וועט זיך די כיסו אויפדעקן אינמיטן יום טוב, אבער למעשה אפילו קאנטערס וואס וועט יא העלפן הגעלה, שטייט און קנה בושם אז כיסו אליין איז גענוג, ממילא יש לך על מי לסמוך.
א דאנק.
די בית הוראה האט זיך אויך אויף וועם סומך זיין?
די בית הוראה האט זיך אויך אויף וועם סומך זיין?
מען דארף אבער נזהר זיין עס צו דעקן מיט שני כיסויים, ווייל אויב נישט און עס איז דא וואסער אדער נאסקייט (וואס איז א דבר מצוי אויף א קאונטער) איז די הלכה אז די בליעות גייען אדורך מכלי לכלי, ע״כ דארף מען נזהר זיין עס צו דעקן מיט שני כיסויים, דהיינו עס צו דעקן מיט זילבער פאפיר און אויף דעם ארויפלייגן (כדאי) די פלעסטיק וואס מפארקויפט וואס האט לופט אינצווישן, און אזוי גייט די היץ נישט אדורך, און אזוי דארפסטו לכאורה לכתחלה נישט כשר׳ן, (כך שמעתי ממורה הוראה מובהק ומוסמך).
אפי סאיז דא מער פון 24 שעה זייט סאיז געווען הייסע חמץ,גייט נאך אלץ בליעת אריבער ?
אונז זענען מיר מחמיר אויף שאינו בן יומו דאס מיינט נאך 24 שעה, והא ראי׳ אונז כשר מיר א כלי וואס איז נאסר געווארן אפילו עס איז אדורך 24 שעה, נאכמער לכתחלה ווארט מען צו כשר׳ן ביז עס גייט קודם אדורך 24 שעה כדי די בליעה זאל קודם זיין פגום כידוע, און בפרט אויף פסח וואס חמץ איז במשהו איז מען נאכמער מחמיר, אשר ע״כ דארף מען נזהר זיין כנ״ל.
מיט א טיש (די קאך טיש) איז די זעלבע הלכה? אז איך לייג שני כיסויים קען מען אדורכמאכן דעם יו"ט?
שמעקעדיגמיט א טיש (די קאך טיש) איז די זעלבע הלכה? אז איך לייג שני כיסויים קען מען אדורכמאכן דעם יו"ט?
א טיש איז די זעלבע זאך, נאך גרינגער (עכ"פ די דיינונ"ג רו"ם)ווייל מען לייגט קיינמאל נישט קיין הייסע זאך אן א טישטעך וכדו'
אבער מען דארף עס גוט צודעקן מיט צוויי כיסויים , און בעסער אז איין כיסו זאל זיין די דיקע פלעסטיג אדער האלץ.
עס איז די זעלבע מיט יעדע זאך אז עס איז דא שני כיסויים דארף מען נישט כשר׳ן, און א טיש דארף זיין גרינגער ווייל געווענטלעך לייגט מען נישט דערויף א כלי ראשון נאר א כלי שני, וואס א קאונטער איז מיט דעם הארבער כמובן, אבער אנטקעגן דעם איז א טיש זייער גרינג אז די כיסויים זאלן צופארן און אז עס פאלט אראפ א הייסע דבר גוש וואס האט א דין ווי א כלי ראשון איז דא ממש בליעות פון חמץ, אשר ע״כ טאמער קענסטו מאכן גענוג שטארק די כיסויים אז עס זאל זיך האלטן אויף א גאנץ יו״ט קענסטו דורך מאכן דעם יו״ט אזוי, אבער אוודאי איז בעסער צו כשר׳ן וואס מיט דעם ביזטו פארזיכערט, און א טיש איז גרינגער צו כשר׳ן ווייל מען קען עס ארויסטראגען אויף די גאס צו כשר׳ן און אזוי מוזטו נישט טובל׳ן די גאנצע קאך אין מי הגעלה, און נאך געבן צו טועם זיין דערפון פאר דעם שכן פון אונטען..
די גאנצע כשר'ן פארמייקע איז אמעראצעס, אסאך יידן טוען עס נאר ווייל "אזוי האט מיין טאטע געטוהן", איי דער טאטע איז דאך אויך געווען א מן הארץ? שוין, וואס טוט מען נישט פאר אביסל טראדישאן?
כשר׳ן פארמייקע איז בפשטות נישט קיין אמעראצעס און אויך נישט קיין טראדישען, נאר עס איז דא פוסקים וואס האלטן אז עס דארף מעיקר הלכה הגעלה (איך ווייס נישט פארוואס נישט), און עס איז אפילו דא א שאלה צו עס העלפט בכלל הגעלה וויבאלד די האלץ איז איבערגעדעקט (אפשר דאס האט געפילטע געמיינט) און למעשה נעמט מען אהן אז עס העלפט הגעלה, און בכלל איז דאך דא אנדערע קאונטער טאפס געמאכט פון גרעניט וכדו׳ וואס דאס דארף זיכער הגעלה, נאר מדארף נאכקוקן צו די שטיין האט נישט קיין שפאלטענעס וואס דעמאלטס איז נישט פשוט אז עס העלפט הגעלה.
און טישען ווענדט זיך אויך וועלעכע טישן, די דיינונג רום טישען זענען מייסטענס האלץ ממש און עס דארף הגעלה, נאר עס איז דא דערויף א אנדערע שאלה ווייל א כלי וואס ווערט קאליע דורכן כשר׳ן העלפט נישט קיין הגעלה, ווייל מען האט מורא געהאט מ׳וועט עס נישט גוט כשר׳ן, און אפילו מ׳האט עס שוין גע׳כשר׳ט איז די הלכה אז עס איז כאילו נישט גע׳כשר׳ט, דארף מען וויסן צו די דיינונג רום טישען זענען אין דעם גדר, און ווייטער די קאך טישען ווענדט זיך אויך צו עס איז פון האלץ אדער פון גלאז, וואס גלאז קען זיין אז מדארף נישט כשר׳ן אדער עס העלפט נישט קיין כשר׳ן ואין להאריך...