☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #1733

אשכול אן א טיטל #1733

208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1733
בלאט: 1 2 3 4 5

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:55 am

· #195423
איך רעד נישט פון גראניט, פארמייקע קען מען נישט כשר'ן, און מ'דעקט עס סייווי איבער, קומט אויס אז מ'כשר'ט א זאך וואס די כשר'ן טוט גארנישט אויף ביי דעם, דערנאך דעקט מען עס צו, וואס דאס קען מען טון אן כשר'ן אויך.

דריידל » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:56 am

· #195425
די דיינינג רום טיש דארף מען נישט כשר'ן אויב מען ניצט עס אגאנץ יאר מיט א טישטיך. כנלע"ד

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 9, 2014 1:12 am

· #195429
וועלכע קהילה אדער קרייז איז די מערסטע מחמיר אין הלכות פסח?

אבגד » מיטוואך אפריל 9, 2014 10:55 am

· #195448
געפילטע פיש
איך רעד נישט פון גראניט, פארמייקע קען מען נישט כשר'ן, און מ'דעקט עס סייווי איבער, קומט אויס אז מ'כשר'ט א זאך וואס די כשר'ן טוט גארנישט אויף ביי דעם, דערנאך דעקט מען עס צו, וואס דאס קען מען טון אן כשר'ן אויך.

הערט א מעשה וואס האט זיך אפגעטוהן די נאכט אין הויז פון ד.ט. פון די שטאט ג., עס האט איבערגערינען די פליישיגע טשיקן זופ אויף די גאנצע מיליכיגע קאונטער מיט אן עירוי שלא נפסק הקילוח איז דאך נאסר געווארן די גאנצע קאונטער, קומט דאס ווייבל צו לויפן צום מאן און פרעגט וואס זאל מען יעצט טוהן, דער מאן האט זיך גלייך איינגעשפארט אין זיין פריוואטען צימער און אנשטאט ארויסנעמען די גרויסען דיקען שלחן ערוך האט ער ארויסגענומען דאס קליינע כלי פון טאש, און שנעל געלאפן טרינקען קאווע אין שטיבל, אריינקומענדיג ווערט אים שווארץ פאר די אויגען, סטייטש "געפילטע" האט גע'פסק'נט אז עס העלפט נישט קיין הגעלה פאר זיין פארמייקע קאונטער נאר מדארף דאס איבערדעקן, איז ווי קען מען א גאנץ יאר זיין מיט אן איבערגעדעקטען קאונטער קוים וואס מטראגט עס אדורך אין די ימי הפסח, איז ער ארויסגעקומען צום אשת חיל און געזאגט די קאונטער איז טריפה און עס איז נישט דא קיין עצה דערצו, איז גלייך געווארן א מבוכה וואס געבט מען מארגן פרישטאג פאר די קינדער? מילכיג קען מען נישט ווייל עס איז פליישיג און טריפה געווארן די קאונטער, ווידעראום פליישיג אויך נישט איז געבליבען אז מוועט מוזן געבן "געפילטע פיש" 😂 😂

געפילטע טייערע נאך א search אויף אוצר החכמה זאגן אלע אז מקען כשר'ן פארמייקע, (און אזוי האב איך געהערט פון כמה מורי הוראות מובהקים הלכה למעשה), נאר עס איז דא וואס זענען דן אז אפשר ווערט עס קאליע פון כשר'ן ממילא העלפט נישט קיין כשר'ן, וואס דאס ווייזט די מציאות אז עס איז נישט אמת, עס ווערט נישט קאליע אפילו ווען מלייגט דערויף די הייסע שטיין, אשר ע"כ העלפט הגעלה, נאר בזה יש לדון וויבאלד מען דעקט עס איבער צו עס פעלט בכלל אויס כשר'ן כנ"ל.

אי איתמר » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:18 pm

· #195465
אבגד
נאר בזה יש לדון וויבאלד מען דעקט עס איבער צו עס פעלט בכלל אויס כשר'ן כנ"ל.

יש לדון..?
עס האט לכוראה קיין שום פשט צו כשר'ן אלס חשש חמץ, ובפרט בב' כיסויים,
וכן הוא מיט פארקויפען די א.ג. חמץ,
דעיס איז צוויי מנהגים וואס עס פעלט פשט..,

אבגד » מיטוואך אפריל 9, 2014 1:22 pm

· #195476
משום חומרא דפסח איז מען מחמיר אויף אסאך חומרות אפילו מער ווי די הלכה כדי מ׳זאל ח״ו נישט צו קומען צו א משהו חמץ צו עסן, און מיט׳ן פארקויפן איז דא א אנדערע סיבה כדי עס זאל נישט זיין נאך פסח קיין חמץ שעבר עליו הפסח, אזוי ווי משרייבט אריין אין די שטר מכירת חמץ אז די כלים הצריכים טבילה וואס מ׳וויל דאס נישט פארקויפן פארן גוי כדי מ׳זאל נישט דארפן נאך פסח טובל׳ן אלע כלים כדין קונה כלים מן הנכרי, איז טוט מען אוועקבארגען די כלים פאר די גוי און מען פארקויפט נאר די חמץ הדבוק בדופני הכלים, אדער די בליעות דערפון דאס פארקויפט מען (הגם עס שטייט אין שו״ע אז די בליעות דארף מען נישט פארקויפן), זעסטו אפילו עס איז נישט דא קיין חמץ בעין וכדו׳ איז מען מחמיר יותר מן הראוי, - און צו דער זייט איז אויך דא דער סיבה פון אזוי ווייט מחמיר זיין אזוי ווי עס שטייט פון אר״י הק׳ אז ווער עס איז נזהר ממשהו חמץ מובטח שלא יחטא, און נאכדערצו וואס עס שטייט פון חסיד׳ישע ספרים אז וויבאלד די חמץ ושאור איז מרמז אויפ׳ן יצה״ר כמאמר גלוי וידוע לפניך שרצוננו לעשות רצונך ומי מעכב שאור שבעיסה מעכב, אשר ע״כ טוט מען דאס מערסטע פעולות פטור צו ווערן פון דעם מנוול, און בעזרת השי״ת וועט מען קענען זיין אפגעהיטן א גאנץ יאר ואלמלא הקב״ה עוזרו לא יכול לו...

גנדי » מיטוואך אפריל 9, 2014 1:53 pm

· #195478
דריידל
די דיינינג רום טיש דארף מען נישט כשר'ן אויב מען ניצט עס אגאנץ יאר מיט א טישטיך. כנלע"ד

אזוי פסקנט אויך מיין דיין.

אי איתמר » מיטוואך אפריל 9, 2014 2:16 pm

· #195483

איש''ר מברך..,
אויף וואסערע מציאות טוהט די כשר'ן אויף בנוגע די משהו חמץ,
אויף וולעכע אופן איז שייך נכשל צו ווערען במשהו חמץ וויבאלד מ'האט נישט געכשר'ט?
בנוגע מכירות חמץ רוב מענטשען האבען נישט קיין חמץ צו פארקויפען,
און אויב האט ער יא חמץ איז עס גאר א שווערע קולא די מכירות חמץ,

דריידל » מיטוואך אפריל 9, 2014 2:20 pm

· #195485
גנדי
דריידל
די דיינינג רום טיש דארף מען נישט כשר'ן אויב מען ניצט עס אגאנץ יאר מיט א טישטיך. כנלע"ד

אזוי פסקנט אויך מיין דיין.

פאלט דיר נישט ביי אז איך בין גאר דער דיין?

אבגד » מיטוואך אפריל 9, 2014 2:40 pm

· #195490
אי איתמר

איש''ר מברך..,
בריך הוא לעילא מן כל ברכתא...
אויף וואסערע מציאות טוהט די כשר'ן אויף בנוגע די משהו חמץ,
אויף וולעכע אופן איז שייך נכשל צו ווערען במשהו חמץ וויבאלד מ'האט נישט געכשר'ט?
קושיא חדא מתורצת בחברתה, מ׳האט מורא געהאט פון א בליעה הגם עס איז שווער אז עס זאל אויסקומען וויבאלד עס איז צוגעדעקט, אבער פסח זענען דא וואס זענען מחמיר מער ווי מדארף, הגם א גאנץ יאר וואלט מען נישט חושש געווען ווען עס איז גוט צוגעדעקט אבער פסח זענען דא וואס האבן מורא טאמער עס וועט זיך אויפדעקן וכדו׳, איה״נ לכתחלה דארף מען נישט כשר׳ן ווען מדעקט צו מיט שני כיסויים, נאר פונדעסטוועגען זענען דא וואס זענען מחמיר, און פסח איז דא אסאך חומרות וואס מען טוט אפילו עס איז איבערגעטריבען.
בנוגע מכירות חמץ רוב מענטשען האבען נישט קיין חמץ צו פארקויפען,
קוק וואס איך האב געשריבען אז די חומרא איז מכח חמץ שעבר עליו הפסח וואס מען האט חושש געווען אפשר איז איבערגעבליבען עפעס חמץ צוגעקלעבט וואס מען האט נישט באמערקט, כנ״ל בכלים.
און אויב האט ער יא חמץ איז עס גאר א שווערע קולא די מכירות חמץ,
לויט די קנינים וואס אונז מאכן מיר קען מען לכאורה פארקויפן חמץ גמור, הגם אונז זענען מיר מחמיר מען פארקויפט נישט קיין חמץ גמור אינדערהיים, אבער די גראסעריס פארקויפן יא מיט׳ן זעלבען שטר מכירת חמץ וואס יעדער נוצט, (אפשר בהוספת מסירת המפתח וואס איז דא דיינים וואס זענען מוסיף), ממילא איז עס נישט קיין שווערע קולא אפילו אויב מוואלט יא פארקויפט.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 9, 2014 4:23 pm

· #195508
אבגד
געפילטע טייערע נאך א search אויף אוצר החכמה זאגן אלע אז מקען כשר'ן פארמייקע, (און אזוי האב איך געהערט פון כמה מורי הוראות מובהקים הלכה למעשה), נאר עס איז דא וואס זענען דן אז אפשר ווערט עס קאליע פון כשר'ן ממילא העלפט נישט קיין כשר'ן, וואס דאס ווייזט די מציאות אז עס איז נישט אמת, עס ווערט נישט קאליע אפילו ווען מלייגט דערויף די הייסע שטיין, אשר ע"כ העלפט הגעלה, נאר בזה יש לדון וויבאלד מען דעקט עס איבער צו עס פעלט בכלל אויס כשר'ן כנ"ל.

מה נאמר ומה נדבר, טעיתי, ובגדול!
(אגב, זאג נישט אז ס'נישט דא קיין פוסקים וואס זאגן אז מ'קען עס נישט כשר'ן, ווייל יש אומרים אז אויף מאטרעאלן וואס איז נישט געווען בזמן חזל ווייסט מען נישט וויאזוי צו כשר'ן).

אי איתמר » מיטוואך אפריל 9, 2014 9:41 pm

· #195572
אבגד
אי איתמר

איש''ר מברך..,
בריך הוא לעילא מן כל ברכתא...
מיר ווייסען אז פסח איז א ענין מחמיר צו זיין, ארי הק' ועוד ועוד,
אויף וואסערע מציאות טוהט די כשר'ן אויף בנוגע די משהו חמץ,
אויף וולעכע אופן איז שייך נכשל צו ווערען במשהו חמץ וויבאלד מ'האט נישט געכשר'ט?
קושיא חדא מתורצת בחברתה, מ׳האט מורא געהאט פון א בליעה הגם עס איז שווער אז עס זאל אויסקומען וויבאלד עס איז צוגעדעקט, אבער פסח זענען דא וואס זענען מחמיר מער ווי מדארף, הגם א גאנץ יאר וואלט מען נישט חושש געווען ווען עס איז גוט צוגעדעקט אבער פסח זענען דא וואס האבן מורא טאמער עס וועט זיך אויפדעקן וכדו׳, איה״נ לכתחלה דארף מען נישט כשר׳ן ווען מדעקט צו מיט שני כיסויים, נאר פונדעסטוועגען זענען דא וואס זענען מחמיר, און פסח איז דא אסאך חומרות וואס מען טוט אפילו עס איז איבערגעטריבען.
אויף וואסערע מציאות טוהט די כשר'ן אויף בנוגע די משהו חמץ,
אויף וולעכע אופן איז שייך נכשל צו ווערען במשהו חמץ וויבאלד מ'האט נישט געכשר'ט, למשל..
ווען קען א בליעה ארויסקומען אז עס זאל זיין א שאלה פון חמץ בעין ?

בנוגע מכירות חמץ רוב מענטשען האבען נישט קיין חמץ צו פארקויפען,
קוק וואס איך האב געשריבען אז די חומרא איז מכח חמץ שעבר עליו הפסח וואס מען האט חושש געווען אפשר איז איבערגעבליבען עפעס חמץ צוגעקלעבט וואס מען האט נישט באמערקט, כנ״ל בכלים.
און אויב האט ער יא חמץ איז עס גאר א שווערע קולא די מכירות חמץ,
ווי אזוי ארבעט די מכירה ווען עס איז קלאר נישט דא קיין דעת קונה וכ'ו
לויט די קנינים וואס אונז מאכן מיר קען מען לכאורה פארקויפן חמץ גמור, הגם אונז זענען מיר מחמיר מען פארקויפט נישט קיין חמץ גמור אינדערהיים, אבער די גראסעריס פארקויפן יא מיט׳ן זעלבען שטר מכירת חמץ וואס יעדער נוצט, (אפשר בהוספת מסירת המפתח וואס איז דא דיינים וואס זענען מוסיף), ממילא איז עס נישט קיין שווערע קולא אפילו אויב מוואלט יא פארקויפט.

יהושע חיים » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:44 pm

· #195761
פלעסטיק איז א מחלוקת וואס איז נישט פון היינט און א בליק אין די מלקטים זעהט מען אז יש ויש איבער דעם פסק'נט יעדער דיין וויאזוי עס קומט עהם אויס אבער געב עס נאך אפאר יאהר און און מוועט זאגען "מען האט זיך אייביג אזוי געפירט" וד"ל

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 6:34 pm

· #195769
כ'האב געהערט נאכזאגן אז ס'איז מקובל איש מפי איש ביז משה רבינו אז פלעסטיק קען מען נישט כשר'ן.

בעל הבית » מוצ"ש אפריל 12, 2014 10:48 pm

· #195929
ווייסט איינער אויב עס איז א פראבלעים צו געבען מצות פאר א גוי

רויטע וואנצעס » מוצ"ש אפריל 12, 2014 10:59 pm

· #195933
בעל הבית
ווייסט איינער אויב עס איז א פראבלעים צו געבען מצות פאר א גוי

<a class="postlink" href="http://www.din.org.il/2010/03/26/%D7%A0%D7%AA%D7%99%D7%A0%D7%AA-%D7%9E%D7%A6%D7%95%D7%AA-%D7%9E%D7%A6%D7%95%D7%94-%D7%9C%D7%92%D7%95%D7%99/">http://www.din.org.il/2010/03/26/%D7%A0 ... %95%D7%99/</a>

מסכת גירושין » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:00 pm

· #223072
איך געדענק ערגעץ לערנען אז די דיני הרחקה ביי א נדה איז נאר נוגע פאר איר מאן. דהיינו א פרעמדע מענטש וואס איז נישט איר מאן טאר נאר נישט וואוינען מיט א נדה, אבער די דיני הרחקה ווי איבערגעבן וכדו' איז נאר אסור דווקא פאר איר מאן.
איך האף אז איינע פון די גאונים דא וועלן מיר קענען ווייזן א מראה מקום צו דעם, אדער אויפווייזן פארקערט.

כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:08 pm

· #223074
ופשוט הוא.
חו"נ בדרך חיבה איז אויך אסור, אבער די אלע דיני הרחקה פון איבערגעבן, עסן צוזאמען וכו' איז דייקא פאר'ן מאן.

מסכת גירושין » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:09 pm

· #223075
כוכב
ופשוט הוא.
חו"נ בדרך חיבה איז אויך אסור, אבער די אלע דיני הרחקה פון איבערגעבן, עסן צוזאמען וכו' איז דייקא פאר'ן מאן.

מקור? און וואס טוט זיך מיט נגיעה שלא בדרך חו"נ?

כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:26 pm

· #223083
<a class="postlink" href="http://www.ypt.co.il/show.asp?id=40541">http://www.ypt.co.il/show.asp?id=40541</a>

יהושע חיים » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 9:50 am

· #223354
מן התורה מן הסתם איז נישט דא קיין נפקא מינה און אלע הרחקות וואס איז אסור מן התורה איז אסור ביי יעדר נדה סיי די אייגענע ווייב אדער א פרעמדע מיידל
אבער די הרחקות וואס עס איז ציגעלייגט פון ראשונים זעהט מען פון טייל אז זיי האבן עס נאר מתקן געווען בין איש לאשתו
שלאפן בק"ב און אפילו מיט בגדים=נישט קיין נפ"מ
נגיעה שלא בדרך חיבה=מחלוקת אויב עס גייט אהן ביי פרעמדע נשים (אבער גדולי אחרונים זאגן אז אפילו לויט די מקילים שלא בדרך חיבה קען זייער שנעל ווערן בדרך חיבה על כן אסרן זיי אפילו שלא כדרך חיבה אבער פון דעם האבן טייל אחרונים פוןדעם לעצטן דור מתיר געווען א הענ"ד שעי"ק וואס דאס איז זיכער נישט בדרך חיבה נאר בדרך נימוס)

תם ולא נשלם

כוכב » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:26 pm

· #223387
חזון איש האלט אז הענד שעיק איז דרך חיבה.

סימפל » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 3:53 pm

· #223655
ווייסט איינער פון די תלמידי חכמים דא, צו עס איז דא פראבלעם פון הערן אידישע מוזיק (פסוקים) אין בית הכסא?

ראש הישיבה » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:29 pm

· #223662
דאס איז תלוי אויב דו האלטסט אז הערן מיוזיק פון א טעיפ/סידי הייסט הערן מוזיק, בנוגע ספירה/דריי וואכן.
אויב הייסט עס נישט לגבי מוזיק, קען זיין אז עס הייסט נישט לגבי העקן פסוקים.
שוב חשבתי, אז דא איז למעשה דא הרהור דברי תורה במקומות המטונפים וואס מען טאר נישט.
אבער דער אמת איז, מעולם לא שמעתי אז אויב איינער איז אין בית הכסא, לעבן ווי מען זינגט פסוקים, אז ער דארף שטאפן די אוירן!

ואפשר לומר, כמו ששמעתי בימי בחרותי, אז עס איז געווען אזעלערע וואס האבן באקומען א היתר צו הערן פלעיס אין די דריי וואכן. איי ס'איז דא מוזיק אויף די דעם? נאר די היתר איז אז מען הערט נישט צו צי די מוזיק, מען הערט צו צי די פלעי, די מוזיק איז דרך אגב. קען זיין אז דא אויכעט, מען הערט צו צי די מוזיק מיט די זינגער און נישט די פסוקים, ולכן נראה לי, דהמקיל יש לו על מי לסמוך, והמחמיר תבא עליו ברכה

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:53 pm

· #223668
דערמאנסט מיר א בחור אין ירושלים האט אמאל געפרעגט א שאלה פון א דיין אויב ער מעג אריינעמען אין ביהכ''ס בילדער פון זיין רבי אדער עס דארף שתי כיסוים ,זאגט ער דער דיין מה דאך דער רבי אליינס גייט אין ביהכ''ס מעגסטו זיכער נעמען נאר א בילד פון עם. והה''ד בנידן דידן.

אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 8:32 pm

· #223714
סימפל
ווייסט איינער פון די תלמידי חכמים דא, צו עס איז דא פראבלעם פון הערן אידישע מוזיק (פסוקים) אין בית הכסא?

אויב זיצט מען אין ביהכ לעבן ביהמד און איינער לערנט אינדרויסן איז יענער א מסייע לידי עוברי עבירה??

יין שרף » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 8:41 pm

· #223717
סימפל
ווייסט איינער פון די תלמידי חכמים דא, צו עס איז דא פראבלעם פון הערן אידישע מוזיק (פסוקים) אין בית הכסא?

ראיתי מאת הגר״ח קניבסקי שראוי להחמיר אבל אינו אסור, רק לא יעמיק ויעיין בהפסוקים ומאמרי חז״ל.

יהושע חיים » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:00 pm

· #223722
מען טאר נישט זינגען פסוקים סתם אזוי דער היתר קומט אויס פון פוסקים אז מען מעג הערן ווען עס איז לשבח הבורא ברוך הוא אדער עס ברענגט צו יראת שמים
און בית הכבוד איז נישט דער פלאץ זיך אויסצוגעבן די שבח והודי' פארן אויבערשטער
יעצט אפשר קען מען דן זיין אויב דער איסור גייט נאר אן אויף דער וואס זינגט און דא זינגט א מאשין (חפצא) נאר עס ליגט מיר און קאפ אז מונקאטשער רב שרייבט און א תשובה לגבי שם שמים לבטלה אז אפ' עס איז נישט קיין מענטש איז עס אויך אסור
(כ'וועל פראבירן נאכצוקוקן)

יהושע חיים » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:27 pm

· #223746
אגרות משה (יו"ד חלק א' סימן קע"ג) אסר'ט אלס הרהר (אבער ער איז נישט אזוי פרייליך מיט די גאנצע פסוקים ניגונים עי"ש)
ועיין עוד בציץ אליעזר בארוכות

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:33 am

· #223781
איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:53 am

· #223783
ווענד זיך ווי אלט דיינע אינגלך זענען.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:33 pm

· #223857
אויפן צד אז "מנהג" איז א חיוב, דאן וואס איז די נפק"מ צווישן "הלכה" און "מנהג". חוץ די לעבעל פארשטייט זיך.

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:50 pm

· #223864
קאווע טרינקער
איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?

אויב מען האט געזינדיגט.

פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:27 pm

· #244345
האט עמיצער שוין געהערט פון הרב דב טברדוביץ? איך האב מיך אנגעשטויסן אין הלכת נדה פון דעם רב, וואו ער זאגט צווישן אנדערע א אינטערסאנטע הלכה וואס מען האט אונז קיינמאל נישט געזאגט, און איך בין נייגעריג אויב ער האט א מקור, און ווער דאס איז, ער שרייבט: בשעת הדחק, כגון להרים יחד עגלה עם תינוק ישן כדי שלא יתעורר - רוב הפוסקים מתירים [אם אין אפשרות שאחד ירים את העגלה, או שאם האחד ירים יגרום שיתעורר התינוק].

היות איך פאר אוועק און עס איז מיר נוגע די שאלה, און פארשטייט זיך ווען צוויי מענטשן זענען אויפן פליגער, קומט מער אויס די שעת הדחק פון מוזן איבערגעבן, וויל איך וויסן כדת מה לעשות.

יישר כוחכם.

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:04 pm

· #244359
הרמת משאות כבדים ביחד:

אגרו"מ (יו"ד ח"ב, סי' עה) כתב להחמיר שלא להרים עם אשתו נדה משא כבד, וגם לא לדחוף ביחד מטה ושאר כלים כבדים. וכ"פ בבדה"ש (סקכ"ו).

ובציץ אליעזר (ח"ב סי' נח) מתיר לקחת ביחד עגלת תינוק, בתנאי שיזהרו שלא יגעו זה בזה תוך כדי נדנוד העגלה, וזאת כיון שבעצם אין כאן חשש מיד ליד, אלא לכל היותר כישיבה על ספסל אחד, ואין זה דרך חיבה,
אלא מילוי חובת העזרה. ומ"מ כתב שראוי לקבל עליו חומרא, שילבש כפפות להיכרא.

וגם בדרכי טהרה מתיר בעגלת תינוק ובדברים כיוצ"ב. וכ"פ להתיר בטה"ב (עמ' פט), שיש להקל במקום הצורך ולסמוך על דעת המקילים בדין זה (הרמב"ם).

גנדי » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:07 pm

· #244361
מיין דיין האט אויך מתיר געווען בדוחק ביי זיין הלכות נדה שיעור.

פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:54 pm

· #244373
לויט די משמעות ההיתר אויפצוהייבן צוזאמען א זאך, איז לכאורה ווייל עס איז 'בשעת הדחק' און עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה. אזוי ווי דער היתר פון רמ"פ צו זיצן נעבן א פרוי אויפן פליגער. אלעס ווענד זיך אינעם מוח. די גאנצע הלכות הרחקה איז צו דערווייטערן דעם מוח פון א מענטש שלא יבא לידי הרהור. דערפאר ווען עס איז בשעת הדחק און מען איז פארנומען אויפצוהייבן א קערידזש א.א.וו. קען עס נישט הייסן חיבה.

איז די שאלה אויב ווען עמיצער טרעפט זיך אין א פאל "ווי ער האט נישט קיין ברירה" אדער אראפווארפן דעם קינד אויפן פלאר, אדער די תפילין, ווען מען געפינט זיך אין א פאל אז מען איז מורא'דיג אנגעוויזן אויפן ווייב, עס איז נישט דא קיין ברירה, צו דאס הייסט "בשעת הדחק", אדער מען טאר נישט בכל אופן?

אויב טאר מען נישט מוז עס האבן שכל'דיגער באדייט, ווייל דער תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר בהמות. גאנץ דיני הרחקה איז פארשטענדליך, אלזא דאס דארף אויך א פשר.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:01 pm

· #244375
קאווע טרינקער
איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?

זאגען? ניין... בעטען? יא. דאס איז א חלק פון תשובה טוהן. אבער מען דארף באמת בעטען פאר א סליחה. אויב זאגט סתם... בעסער זאג נישט

פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:08 pm

· #244414
שכוח פאר דיין מיה אראפ צו שרייבן א ענטפער, אבער הקושיא עדיין במקומה עומדת.

גנדי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:53 am

· #244480
הרחקות איז נישט וועגן הירהור.

שלא יבוא לידי איסור כרת.

פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:11 am

· #244521
[ציטאט אראפגענומען]

פון וואו נעמעסטו דאס?

פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:13 am

· #244524
גנדי
הרחקות איז נישט וועגן הירהור.

שלא יבוא לידי איסור כרת.

אודאי אז עס איז דא הרהור וועט מען צו קומען לידי עבירה, אבל הכל תלוי במחשבה. ווען א נזיר ווייסט אז ער וועט זיך קענען איינהאלטן וואלט ער געמעגט אריינגיין אין א וויינגארטן, אבער צוליב מי יאמר זכיתי ליבי טאר מען נישט אריינגיין. די איסור איז נישט דאס אריינגיין, עס איז די מורא אז דו קענסט עס טרויבן.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 11:22 am

· #299504
עס איז יא א ענין סתם צו זאגן. נישט יעדער האלט ביי א מדריגה פון בעטן. אמאל איז דא א יוד וואס האט נאך נישט חרטה אויף זיינע עבירות און ס'בעט זיך נאך נישט באמת ווייל ער איז קאלט. פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם וכו', ממילא אז מ'קומט אין שול סתם זאגן, דאס איז די פתח כחודו של מחט. שפעטער העלפט דער אייבישטער און מ'קומט צו צו תשובה שלימה און מ'האט חרטה אויף די שלעכטע מעשים. דעמאלטס קען מען עכט בעטן.

שלום על ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 1:43 pm

· #299533
[ציטאט אראפגענומען]

מיינסט אוודאי צו פרעגן עפעס טיפערס, ווייל עברה טייטש איז "כ'האב מיך געפעדערט פארן מארגן" = איך בין אויפגעשטאנען פאר צופרי.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 2:25 pm

· #299541
[ציטאט אראפגענומען]

מיינסט אז די אייבישטער זיכט דיר צו כאפען מיט עפעס א ליגענטל? איז ער די גאווערמענט אדער איי אר עס? אז א יוד קומט אין סמעדרעש זאגען סליחות איז דאס חשוב ביים אייבישטער. אז ער האלט שוין ביים מדריגה פון בעטען מה טוב ומה נאים. אין אויב נישט איז עס נישט ווייניגער ווי א פסח של מחט.

שלום על ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 2:28 pm

· #299543
[ציטאט אראפגענומען]

על הכלל כולו יצא

יהושע חיים » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 5:47 pm

· #299590
איך האב אמאל געהערט א פשט אז עס שטייט נישט שחר קמתי היום נאר שחר קמתי פירש לפני כמה שנים ביום שחל ער"פ בשבת אז קמתי שחר ודו"ק

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ירא שמים » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 6:14 pm

· #299596
שחר מיינט מען דעם עלות , כבין אויפגעשטאנען ביים עלות , אז מאיז אויפגעשטאנען נאכדעם זאל מען אינזינען האבן אז סמיינט מל׳ ומשחרי ימצאונני עי׳ משלי ח.יז. ובמפרשים שם , אולי קען עס אויך מיינען אינדערפרי איינער ווייסט אפשר א מראה מקום וואו אינדערפרי ווערט אזוי אנגערופן ?

אביסעל שכל » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 9:19 pm

· #307416
האלצענע מזוזה האלטער
איז דא א מקור דפקא צו נוצן א האלטער פאר די מזוזה וואס איז געמאכט פון האלץ? אויב יא וואס איז די מקור?

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 9:37 pm

· #307417
אביסעל שכל
איז דא א מקור דפקא צו נוצן א האלטער פאר די מזוזה וואס איז געמאכט פון האלץ? אויב יא וואס איז די מקור?

יא, ווייל כי אדם עץ השדה
בלאט: 1 2 3 4 5