☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #1733

אשכול אן א טיטל #1733

208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1733
בלאט: 1 2 3 4 5

בן אדם » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 8:52 pm

· #345450
גערעכט. ער האט נאר געפרעגט וועגן פלייש.

דער דאס » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 9:01 pm

· #345451
בן אדם
איך האלט פשוט אינמיטען אויספלאנירן די פרטים פון מיין נייע ת"ת


כ'האף אז די גייסט אויפנעמען @אנאנים פאר מנהל.

רשעים ארורים!

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 3:41 am

· #345474
בן אדם
אפשר
שאלה: לקיים מצות פריה ורביה איז דאך זיכער אז מען מעג ג'יין אין שאוער. האב איך א שאלה, וואס טוט זיך מיט איינער וואס איז אויף בירט קאנטראול? מעג מען גיין אין שאוער?

לכאורה מעג מען אלס איסטניס, אבער פארלאז דיך נישט אויף מיר.

דו מיינסט אוודאי, יענער איז אן איסטניס. אין ביהמ"ד אדער אין אפיס. דער עולם איז נישט מחוייב צו ליידן, ווייל ער איז א פרומער...!

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 7:58 am

· #345477
איז ווי סזעהט דא אויס גייט די עולם פעסט אין שויער איז עס וואר ??

פעינטער » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 10:06 am

· #345482
אפשר
שאלה: לקיים מצות פריה ורביה איז דאך זיכער אז מען מעג ג'יין אין שאוער. האב איך א שאלה, וואס טוט זיך מיט איינער וואס איז אויף בירט קאנטראול? מעג מען גיין אין שאוער?


סיס צוויי מצוות איינס פריה ורביה אין איינס עונה סא די קענסט גיין אין שויער וועגען עונה.

קאמענטירער » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 10:35 am

· #345486
מען מעג וואשען די פלאר לכבוד שבת ? איז דא סיי וואסערע מנהגים? אדער הלכות וואס מדארף זיך פירען דעם שבת אנדערש ווי גווענליך?

שלום על ישראל » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 10:37 am

· #345488
קאמענטירער
מען מעג וואשען די פלאר לכבוד שבת ? איז דא סיי וואסערע מנהגים? אדער הלכות וואס מדארף זיך פירען דעם שבת אנדערש ווי גווענליך?

מען מעג וואשן די פלאר, אבער ס'איז פארהאן וואס וואשען ווייניגער ווי געווענדליך.

שלום על ישראל » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 10:38 am

· #345489

בן אדם » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 11:26 am

· #345501
קאמענטירער
מען מעג וואשען די פלאר לכבוד שבת ? איז דא סיי וואסערע מנהגים? אדער הלכות וואס מדארף זיך פירען דעם שבת אנדערש ווי גווענליך?

אויב דו ביזט א חסיד, איז נישט דו מעגסט נאר דו מוזט...!

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 12:12 pm

· #345511
ביי חסידים גארנישט אנדערש ווי געווענטליך, אויב עפעס מער, ווי דער טייטש "רב לך שַבָֹּת בעמק הבכא", ביי ליטאים וויינען ביי לכה דודי און וואכעדיגע בגדים, פאר מער פרעגט דעם ליטוואק.

טמיר » זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:44 am

· #345583
געהערט פון א רב אז ת"ב שנדחה דארפן עוברות ומיניקות נאר פאסטן ביז מנחה גדולה, ע"פ הלכה. איינער קען עס קאנפירמען?

Sent from my SM-T217S using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:01 am

· #345586
לא שמעתי מעולם ענין תענית עד מנחה גדולה, שוין יא געהערט א מושג פון פאסטן ווילאנג זיי קענען,

אני שמעתי מרב גדול אחד שאם יהיה מחר חם כמו היום יתיר לכל הנשים העוברות והמניקות שלא להתענות.

שלום על ישראל » זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:29 am

· #345601
טמיר
געהערט פון א רב אז ת"ב שנדחה דארפן עוברות ומיניקות נאר פאסטן ביז מנחה גדולה, ע"פ הלכה. איינער קען עס קאנפירמען?

Sent from my SM-T217S using Tapatalk

כמעט.

דעס שטייט אויף א מינקת און א חולה במיחש קצת, אז מ׳מוז בכלל נישט פאסטן, אדער לכתחילה אויב מעגליך ביז נאך מנחה גדולה. עי׳ שו"ת שבות יעקב ח"ג סי' לז, הובא בהגהות רעק"א סי' תקנט סעי' ט, להלכה. ובביאו"ה שם ד"ה ואינו. ובשם מרן הגריש"א זצ"ל פרק מח סעי' ד שיש להקל ליולדות כמעוברת.

אויף א יולדת שלושים יום און א חולה שאין בו סכנה שטייט פטורים לגמרי מלהתענות בט"ב, אלא שאם יכולים יתענו איזה שעות, ואם גם זה קשה להם, יכולים לאכול מיד אז בלילה. משנ"ב סי' תקנד ס"ק יד. וכתב שם בשם המג"א דבט"ב שנדחה אוקמי אדינא שלא תתענה, ואפי' יולדת שאינה מתענה מ"מ תתענה איזה שעות, עי' בחיי אדם כלל קלה סעי' ב. ואם גם זה קשה לה לא תתענה כלל. ומותרים לאכול אף בלילה (שע"ת שם ס"ק ז).

קרעדיט: דיני תשעה באב שחל בשבת ע"י ישראל ש. זיכרמן - תשע"ו

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:37 pm

· #345603
געוואלדיג
ביי חסידים גארנישט אנדערש ווי געווענטליך, אויב עפעס מער, ווי דער טייטש "רב לך שַבָֹּת בעמק הבכא", ביי ליטאים וויינען ביי לכה דודי און וואכעדיגע בגדים, פאר מער פרעגט דעם ליטוואק.


דער רמ"א פסקנ'ט דאך אז מ'גייט נישט קיין שבת קליידער וכן נהגו האשכנזים מקדמת דנא. דער גר"א דינגט זיך אבער און צוביסלעך איז אזוי געווארען דער מנהג העולם. די יעקע'ס גייען נאך וואכעדיג שבת חזון אבער אחוץ זיי גייען שוין אלע שבת'דיג.

דער ערוה"ש איז מסביר אז פארצייטענס זענען אלע געגאנגען וואכען און שבת די זעלבע סארט קליידער, נאר שבת איז געווען ריינער צו אביסל טייערע. היינט אבער גייט מען שבת א גאנץ אנדערע מלבוש; א שטריימעל, דעריבער וואלט עס געווען א שטארקע זלזול ווען מ'גייט וואכעדיג.

יעצט פיהר אויס.....

גר ותושב » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:41 pm

· #345605
געוואלדיג

אני שמעתי מרב גדול אחד שאם יהיה מחר חם כמו היום יתיר לכל הנשים העוברות והמניקות שלא להתענות.


ווער האט זיי געהייסן זיך דרייען אויפן גאס.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:02 pm

· #383159
מיין יונגל האט גרויסע נעגל, ער וויל זיך שניידן. איז דאך אבער ראש חודש פאר 2 טאג און דאנערשטאג גלייך דערנאך. דארף ער טאקע ווארטן 3 טאג? אוודאי לכתחילה פארשטיי איך אז יא, אבער למעשה האט ער נישט געדענקט צו שניידן מאנטאג, און אויב די נעגל ווערט צו גרויס קען ער עס בייסן... יא"כ מאי הועילו חכמים. קען מען מקיל זיין? אויב שוין יא מקיל זיין, ווען איז גרינגער, ראש חודש אדער דאנערשטאג?

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:10 pm

· #383162
איך האב אמאל געהאט א שאלה וועגן שניידן נעגל ר"ח און די דיין האט מקיל געווען וויבאלד די גאנצע ענין נישט צו שניידן ר"ח איז גאר שוואך
זאג דיין יונגל ער קען שניידן

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 1:34 am

· #383279
אין מביאין ראי' פונעם אמשינאווער,
ער דאווענט דאך מנחה צוויי טעג שפעטער בחצות הלילה....

סקרן » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 11:29 am

· #383821
מעג א פרוי שניידן די נעגל אויף דאנערשטאג?

יהושע חיים » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 11:46 am

· #383822
סקרן
מעג א פרוי שניידן די נעגל אויף דאנערשטאג?

לצורך טבילה איז מען מקיל צו שניידן דאנערשטיג און אויך הענט און פוס אין די זעלבע טאג

סקרן » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 11:53 am

· #383824
לצורך סתם אזוי?

יהושע חיים » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:19 pm

· #383841
וואס זאל זיין די נפ"מ בין זכרים ונקיבות?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 3:11 pm

· #383942
נישט הלכה'דיג. נאר עפ"י שמירת הנפש...!

א שרייבער » מיטוואך פעברואר 7, 2018 9:29 pm

· #395065
איינער האט מיר לעצטנס פארציילט אז ער האט געהערט פון ר' שלמה לייב וויינבערגער, אז עס איז אסור צו קוקן אויף א פרעמדע פרוי נאר אויף זיין מאמע, זיין טאכטער, און ווייב איז מתור. איינער קען מיר אפשר מסביר זיין פון וואו עס נעמט זיך די הלכה?

ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 7, 2018 9:36 pm

· #395067
א שרייבער
איינער האט מיר לעצטנס פארציילט אז ער האט געהערט פון ר' שלמה לייב וויינבערגער, אז עס איז אסור צו קוקן אויף א פרעמדע פרוי נאר אויף זיין מאמע, זיין טאכטער, און ווייב איז מתור. איינער קען מיר אפשר מסביר זיין פון וואו עס נעמט זיך די הלכה?

ער האט געמיינט צו זאגן, אויב מ'איז מהרהר וואס דעמאלט קען עס זיין אן איסור דאורייתא שנאמר ולא תתורו אחרי עיניכם, אדער אויב מ'האט הנאה וואס דעמאלט איז עס אן איסור דרבנן עיין ברכות כד.

ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 7, 2018 9:40 pm

· #395068
יהושע חיים
וואס זאל זיין די נפ"מ בין זכרים ונקיבות?

במקום הצורך פארלאזט מען זיך אויף די אריז"ל וואס האט זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע זאך (כלשון תלמידו ר' חיים ויטאל)

א שרייבער » מיטוואך פעברואר 7, 2018 9:48 pm

· #395069
ברוך שפינוזה
א שרייבער
איינער האט מיר לעצטנס פארציילט אז ער האט געהערט פון ר' שלמה לייב וויינבערגער, אז עס איז אסור צו קוקן אויף א פרעמדע פרוי נאר אויף זיין מאמע, זיין טאכטער, און ווייב איז מתור. איינער קען מיר אפשר מסביר זיין פון וואו עס נעמט זיך די הלכה?

ער האט געמיינט צו זאגן, אויב מ'איז מהרהר וואס דעמאלט קען עס זיין אן איסור דאורייתא שנאמר ולא תתורו אחרי עיניכם, אדער אויב מ'האט הנאה וואס דעמאלט איז עס אן איסור דרבנן עיין ברכות כד.

ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 7, 2018 9:54 pm

· #395070
מדאורייתא איז טאקע נאר אסור צו מהרהר זיין אויף אן ערוה, אבער מדרבנן איז אסור אפילו נישט קיין ערוה, אזויווי חז"ל דרשנען אויפן פסוק ומה אתבונן על בתולה.
לגבי הרהור, אויב דו ווייסט טאקע נישט וואס ס'מיינט, מן הסתם דארפסטו טאקע נישט וויסן, אויב דו ווילסט דוקא קענסטו פרעגן דיין טאטע.

א שרייבער » פרייטאג מערץ 23, 2018 10:54 am

· #398176
דער ענין פון ניגינה היינטיגע צייטן האט עפעס מיטן חורבן בית המקדש? עפעס געדענק איך אז נארמאלערהייט זאל מען נישט הערן קיין מוזיק נאר ביי א חולה איז מותר. איינער מיט פרטים?

בן אדם » פרייטאג מערץ 23, 2018 1:01 pm

· #398190
זייט ה' אייר תש"ח מעג מען שוין.

די וואס האלטן נישט פון די מדינה מעגן אויך הערן, ווייל זיי האבן מיט די נערווען צוטון און ס'איז פק"נ.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 25, 2018 1:40 pm

· #398339
😂 😂 😂

א שרייבער » פרייטאג מערץ 30, 2018 1:38 am

· #398756
איך האב אן אינטערעסאנטע שאלה. געזען האב איך ערגעץ אין א גליון וואו עס ווערט נאכגעברענגט, אז דער חפץ חיים האט געזאגט: "אז אפילו איינער האט אפיקורסישע ביכער אינדערהיים און ער ליינט דאס נישט, איז ער אויך עובר אויפן איסור פון ולא תביא תועבה אל ביתך"! איז מיין שאלה אויב ווען מען האט אזאנע ביכער אינדערהיים, איז מען עובר אפילו מען ליינט עס נישט, דאן וואס איז דער חילוק אויפן אינטערנעט קען מען דאך פונקט צוקומען צו אפיקורסישע ביכער, און עובר זיין אפילו מען ליינט דאס נישט?...

קורקלענד » פרייטאג מערץ 30, 2018 3:28 am

· #398759
מעגליכקייט צוציקומען איז אינגאנצן אן אנדערע באגריף ווי האבן אין באזיץ.

אין איינוועגס קען מען שוין עובר זיין אויב האט מען גענוג געלט אין באזיץ צו קענען קויפן די ביכער מיט די געלט......

א שרייבער » פרייטאג מערץ 30, 2018 3:34 am

· #398760
איך האב דיך נישט פונקטליך ארויס. צו ביידע האט מען דאך א מעגליכקייט צוצוקומען, דאן וואס איז די חילוק ווען איך האב עס אין באזיץ פיזיש, צו איך האב דאס אין באזיץ אויף א ווירטואלער אויפן. איך בין נישט קיין עקסטרעמיסט, איך וויל נאר ארויסהאבן דעם ענין.

Sent from my SM-G925V using Tapatalk

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 30, 2018 2:20 pm

· #398777
האט די חפץ חיים געזאגט אז אינטערנעט איז אנדערש? אפשר טאקע לשיטתו איז אינטערנעט די זעלבע איסור

קורקלענד » פרייטאג מערץ 30, 2018 2:33 pm

· #398778
די חילוק איז זייער פשוט. אמת טאקע אז די דעמאגראפיקס, אופנים און מעגליכקייטן האבן זיך אסאך געטוישט זייט יענע דערמאנטע פארשריפטן זענען פארשריבן געווארן, דאך איז נאך אלס דא א גרויסע חילוק.

ווען איינער האט אין שטיב ספרי מינות וכד', טוהן די ספרים און מאטריאל סערווירן איין ספעציפישער ניצן. דהיינו, די איינציגסטע זאך אויף וואס די מאטריאל איז גוט איז זיך אנצופילן מיט מחשבות זרות און בייזוויליגע סחורה על השם ועל משיח'ן, די סחורה האט נישט קיין שום אנדער ניצן. ווי אויך האט עס נישט אליינס אריין שפאצירט ביי יענעם אין שטיב, דאס האט יענער געהאדעוועט.

ווידער, צוטריט זעלבסט איז לכאורה נישט קיין פראבלעם. ס'איז זייער שווער צו מאכן פארשריפטן אויף צוטריט. וואס איז מיט איינער וואס וואוינט נעבן א ביבליאָטעק, א אוניווערסיטעט, אדער נעבן א שכן וואס האדעוועט אזעלכע מאטריאלן. וואס איז אויב איינער ארבייט אין א מקום וואו ס'געפינט זיך אזעלכע סחורה?

אינטערנעט זעלבסט איז נישט אהערגעשטעלט ספעציפיש פאר מינות און כפירה און כמעט יעדער וואס באניצט זיך דערמיט ניצט עס מץנישט אויף די צוועק. דעריבער לדעתי (פארשטייט זיך יעדער אין זיין מצב קען זיין מער אדער ווייניגער אויסגעשטעלט פאר א דורכפאל) איז דאס זיין אפען צו די באניץ פון אינטערנעט וואס איז געמאכט און געניצט פאר מיליאנע אנדערע צוועקן נישט קיין שום דמיון צו איינער וואס האלט אין שטיב האוקינגס ביכער.

א שרייבער » זונטאג אפריל 1, 2018 8:46 pm

· #398781
@קרוקלענד איך מוז דיר זאגן האסט עס גאנץ גוט ארויסגעברענגט...

Sent from my SM-G925V using Tapatalk

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג יוני 19, 2018 5:31 am

· #406460
טמיר
געהערט פון א רב אז ת"ב שנדחה דארפן עוברות ומיניקות נאר פאסטן ביז מנחה גדולה, ע"פ הלכה. איינער קען עס קאנפירמען?

Sent from my SM-T217S using Tapatalk


דאס האט ער געזאגט נאר פאר יענעם צו הייסען אז ער איז א חמור\מחמיר זיין ווייב אדער טאכטער לאזט ער עסען

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג יוני 19, 2018 5:36 am

· #406461
קנאקעדיג
פארשלאפן הבדלה קען איך מאכן יעצט הבדלה אויף מיץ ענבים??


הבדלה קאן מען מאכען ביז דינסטיג אדער דער בורא מאורי האש מען מען נאר מוצאי ש"ק

סקרן » פרייטאג יולי 20, 2018 12:29 pm

· #409416
מעג מען היינט ע"פ הלכה נעמען א הייסע שויער מיט זייף און שעמפו?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 20, 2018 1:31 pm

· #409427
מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט נעמען א שאווער אדער זיך זייפן, נאר א jacuzzi אדער א הייסע מקוה וואו מ'האט הנאה פונעם עצם זיך וואשן. א שאווער מיט הייסע וואסער קען מען דן זיין, אבער ווילאנג מ'האט נישט הנאה פון די ווארעמקייט פון די וואסער איז נישט דא קיין שום שאלה.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 20, 2018 1:43 pm

· #409428
רביה"ק זי"ע: אין די היינטיגע הייסע וועטער האט מען מער הנאה פון א נישט הייסע שויער. א הייסע שויער הייסט ענדערש אן עינוי...!

לגבי נעמען א שויער אין די ניין טעג. ספעציעל ווען ס'איז זייער שטארק הייס און היומיד. ביניך אויף איין פעידזש מיט הרב עובדיה ז"ל. און ווער ס'איז מחמיר איז א חמור. צי ער איז אן אשכנזי אדער ספרדי...!

לא כמו הרב שהתבטא..."אשכנזים, חמורים"...!

יין שרף » פרייטאג יולי 20, 2018 3:51 pm

· #409446
ראיתי בשם ר' אביגדור מיללער ז"ל, אז אויב נעמט מען א גאנץ יאר א shower צוויי מאל א טאג, דאן אין די ניין טעג זאל מען נאר נעמען איין מאל. אויב נעמט מען א גאנץ יאר איין מאל א טאג, דעמאלס זאל מען אין די ניין טעג נאר נעמען יעדן צווייטן טאג. אויס נעמט מען א גאנץ יאר יעדן צווייטן טאג, זאל מען אין די ניין טעג נאר נעמען יעדן דריטן טאג.

אויב נעמט מען א גאנץ יאר נאר יעדן דריטן טאג, זאל מען נעמען א גאנץ יאר מער אפט..

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 20, 2018 7:55 pm

· #409485
יין שרף: יא. ער איז געווען באוואוסט מיט זיינע הומאריסטישע באמערקונגען וועלכע האבן געטראפן אין פינטל. ווען איינער פון זיינע מתפללים איז געקומען צו איהם אז ער זאלל איהם געבן עפעס א סגולה אקעיגן גניבה. ווייל מ'האט געוואלט גנב'ען זיין קאר. האט ער איהם געזאגט אז די בעסטע סגולה אקעיגן גניבה איז אז ער זאלל אייביג פארמאכן דעם קאר...!

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:31 am

· #412841
א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

קורקלענד » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:52 am

· #412843
שמעון וואלף
א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 10:09 am

· #412848
כמדומה אז הרב אלישיב זצ"ל (או הג"ר שלמה זלמן אורבאך זצ"ל) האבן געזאגט א צוויי איז גענוג (אם העיבור זה זכר, ואם היא נקבה תלוי אם המנהג ליקח לכאו"א תרנגולות מיוחדת או די לכולם בתרנוגלת אחת).

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 5:22 pm

· #412860
קורקלענד
שמעון וואלף
א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....

וואס עפעס? טאמער ווייסט מען אז די עיבור איז געווען זכר פארוואס זאל מען נאכאלץ דארפן נעמען צוויי נקבות?

קורקלענד » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 5:35 pm

· #412861
טאמער ווייסט מען אז די ערשטע טאג איז די אמת'ע יום טוב, פארוואס זאל מען דארפן האלטן די צווייטע טאג?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 9:11 pm

· #412864
מנהג אבותינו בידינו
בלאט: 1 2 3 4 5