☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #1733

אשכול אן א טיטל #1733

208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1733
בלאט: 1 2 3 4 5

קורקלענד » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 10:31 pm

· #412865
אויב אזוי דאן פארוואס ניצט איר געלט?

יין שרף » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 10:55 pm

· #412866
דבר הניתן מיד ליד..

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:11 pm

· #412916
איך נוץ געלט ווי מיין טאטע און זיידע. דער רא"ש סוף ר"ה, ווען ער דינגט זיך אויף דער רמב"ן׳ס מצדיק זיין די אלטע מנהג, זאגט אויף די נייע מנהג ׳מנהג אבותינו בידינו׳. אזוי האלט איך אן מיין טאטע׳ס מנהג צו געבען געלט פאר צדקה אלס א פדיון נפש, ובעז"ה אני וביתי נלך וניכנס לחיים טובים וארוכים

יין שרף » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 3:40 pm

· #412920
רש"י אין מסכת שבת ברענגט אז מען פלעגט נוצן באנדלעך, דרייען איבערן קאפ אין אריין זרק'ענען אין ים.

בת קול » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:53 pm

· #412926
וויפיל כפרות דארף שלאגן איינער וואס איז מעוברת מיט צווילינג? פינעף?

קל וחומר » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 5:20 pm

· #412928
בת קול
וויפיל כפרות דארף שלאגן איינער וואס איז מעוברת מיט צווילינג? פינעף?
די מנהג אמאל איז געווען אז מ'האט נישט געוואוסט אויב מ'האט איינס אדער צוויי.
טאמער וואלט מען געוואוסט וואלט מען געקענט זיך פארלאזן אויף דאס וואס מען ווייסט שוין די גענדער אויך.

איש חזון » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:39 pm

· #413318
קורקלענד
שמעון וואלף
א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....

מאי-אהני-לן-רבנן אלערט
(אגב לנושא דנן, עס מאכט זיך אמאל אז די נורס איז זיך טועה און זאגט אויף א זכר אז ס'איז א נקבה)

real fake news » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:58 am

· #438149
איך וויל וויסן וואס איז די גדרים פון מנהג אבות וואס מדארף (אדער וואס מקען אפילו נישט) מתיר נדר זיין, וועלכע סארט מנהגים גייען אריין אין די כלל, און צי דאס איז נאר אויב מהאט שוין אליין זיך אנגעהויבן אזוי זיך צי פירן וכו'
(אפשר רעדט מען שוין דערפון ערגעץ ביטע צוצייכנען,)
בלאט: 1 2 3 4 5