ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17047
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייניקל: ייש"כ. ס'איז אויך דא א מאמר חז"ל..."אין ארץ ישראל נקנית אלא ביסורים"...!
וואס טוען די אלע אידן וועלכע זאגן ..."פארשאלטענע מדינה/ טמא'נע מדינה"... מיט דעם מאמר חז"ל?!
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
וואס טוען די אלע אידן וועלכע זאגן ..."פארשאלטענע מדינה/ טמא'נע מדינה"... מיט דעם מאמר חז"ל?!
ס'איז דא פארשידענע אפציעס:
טעות הדפוס
כפירה ומינות
ס'איז העכערע זאכן
ס'איז מעשה שטן
און אנדערע ווערטער נאר מיין פערזענליכע רבי, גדול, משפיע וכו' רעדט דעם דבר ה' ממש כנתינתו מסיני אבער אלע אנדערע רעדן שטותים ודברי הבלים כאין וכאפס המוחלט.
דאס אז הונדערטער גדולים וחכמים מדורות הקודמים ומדורנו האבן געשריבן בשבח פון דעם טאג אדער בשבח קיבוץ גליות וחזרת עם ישראל לארצו איז נישט רעלאטיוו, ווייל אין מיינע אויגן זענען זיי דאך כעפרא דעלמא נעקסט צו מיין מנהיג, ואידך פירושא היא זיל גמור.
מה שאין כן ווען מען הייבט אן האבן מער רעספעקט פאר אנדערע הייליגע יודן, אפילו זיי גייען אנגעטון אנדערש פון דיר, אפילו זיי האלטן אנדערש פון דיר, אפילו האסט קיינמאל נישט געהערט פון זיי, כל זמן זיי גייען און שפאן פון תורת משה ומסורתו מסיני איידלט זיך אויס דעם יוד'ס בליק, און פלוצים ווערט זיין הארץ אנגעפילט מיט ענווה פאר א דעת תורה, אפילו ס'שמעקט נישט מיט מיין שיטה, און אלץ א רעזולטאט הייבן צענדליגער פסוקים און דברי חז"ל אן צו שטימען, מען קען שוין דערהערן דעם דבר ה' און עס ווערט ליכטיג אויפן הארץ.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכינה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,
צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אין יום העצמאות זענען געווארן געראטעוועט עם ישראל פון עבדות צו פרייהייט, פון עבדות וואס מיר זענען געווען ביים זיין אונטער שעבוד מלכיות אונטער די קעניגן גענעראלן און פריצים, דורכן באקומען זעלבסטשטענדיגקייט מיטן רשות פון די אומות העולם אליינס.
א פראצעס וואס האט זיך אנגעפאנגען פונעם סאן רעמו קאנפארענץ ביזן יום העצמאות און ווייטער און ווייטער עד היום הזה, מיט דעם האבן מיר זוכה געווען צו אן אמת'ע הצלה פאר עם ישראל פון טויט צום לעבן ממוות לחיים ממש, מיר האבן זיך ביז דעמאלט נישט געקענט פארטיידיגן קעגן אונזערע שונאים וואס האבן אונז גע'רודפ'ט, און זינט דעמאלט, מחסדי השם, פארטיידיגן מיר זיך און געווינען. כאטש אונזערע שונאים וואס שטייען אויף קעגן אונז זענען נאך ווייט נישט פארטיג, אבער נאכן אויפשטעלן די מדינה האבן מיר שוין א מיליטער בחסדי השם, און מיר האבן די כח זיך צו פארטיידיגן און אפילו געווינען.
יא, עס איז ליידער אמת אז אין די זעקס און זיבעציג יאָר פון דער עקזיסטענץ פון דער מדינה, זענען אומגעבראכט געווארן אין מלחמות און טעראר־אַטאַקעס בערך 25 טויזנט הייליגע נפשות, מיט קרוב צו פופצן הונדערט דאס לעצטע יאר אליינס תשפ"ד, א יעדער יוד אן עולם מלא פאר זיך, אבער מען טאר נישט זיין נאאיוו און נישט פארגעסן ח"ו אז בלויז עטליכע יאר פריער, בעת דעם שרעקליכן חורבן אייראפע, זענען דערמאָרדעט געוואָרן זעקס מיליאָן הייליגע יודן איבער פינף יאר. רעכנט דאס אויס, דאס איז מער ווי דריי הונדערט מאל אין צאל. דאס איז דער חילוק צווישן א סיטואציע ווי מיר האבן די מעגליכקייט צו באשיצן און צוריק קעמפן און לעומת זה א סיטואַציע ווי מיר האָבן נישט קיין שום מעגליכקייט זיך צו באַשיצן.
אפילו די יודן וואס וואוינען אין אלע זייערע צעשפרייטע לענדער זענען געראטעוועט געווארן אין דעם טאג, מיום זה והלאה האט עם ישראל א לאנד וואס איז זיי אלעמאל גרייט אויפצונעמען מיט אפענע ארעמס, און ארבעט אפילו אין זייער נאמען אויף דער אינטערנאציאנאלער ארענע.
פאר דער גרינדונג פון דער מדינה האט מען קוים באטראכט די טענות פון די יודן קעגן די מערדערישע אנטיסעמיטישע רדיפות, וואס זענען פארגעקומען אין פארשידענע לענדער. די פעלקער האבן אונז געשפיגן אין פנים און אונז געלאכט אין די פויסטן. נאכ'ן גרינדן פון דער מדינה מוזן אַפילו די שלעכטסטע לענדער נעמען אין באַטראַכט די אַקטיוויטעטן פון מדינת ישראל אויב הייבן זיי א האנט אויף די ארטיגע יודן. אפילו דער קאמוניסטישער רעזשים האָט געדאַרפט זיין פלעקסיבל און לאָזן די יודן אַרויסקומען פון הינטערן אײזערנעם פאָרהאַנג, עפעס וואָס איז געווען נישט צו באַטראַכט נעמען פאַרן גרינדונג פון דער מדינה.
אויך גייסטיש ברוחניות איז דאס יודישע פאלק געראטעוועט געווארן דורך דער גרינדונג פון דער מדינה. א גרויסער רוחניות'דיגע קריזיס איז דורכגעגאנגען איבערן יודישן פאלק אין דער מאדערנער צייט. די מעגליכקײט האט זיך געעפנט פאר די יודן צו אינטעגרעטן און אסימילירן צווישן די ציווילע און נאציאנאלע פעלקער פון די אנטװיקלטע לענדער, דאס האט געשאפן א שרעקליכע חלל, און א גאר גרויסע נסיון פאר אסימילאציע וואס האט אפגע'שמד'ט און אויפגעגעסן טויזענטער יודן בכל מקומות מושבותיהם רח"ל.
נישט דא איז דער פלאץ צו פארברייטערן די אורזאכן פון דעם קריזיס, ווייל עס פאדערט זיך דערפאר א לענגערע אפהאנדלונג. למעשה איז אין יעדע לאנד וואס איז דורכגעגאנגען א פראצעס פון מאדערנער אנטוויקלונג, געווארן געפערליך דער פּראָצעס פון יודן וואס האבן געטון פאַרלאָזן רעליגיע און אריינגעלייגט די עקזיסטענץ פון די יודישע קהילות אין די גלות אין א טיפע רוחניות'דיגע סכנה. גאר אסאך פון די יונגווארג האבן זיך ארויסגעלאזט חתונה האבן מיט נישט-יודן, אין בלויז מיט דעם פאַקט, האבן די אידישע קהילות אין די תפוצות אנגעהויבן צו שרינקען.
די אסימילאציע האט זיך אנגעהויבן מיט בערך צוויי הונדערט יאר צוריק אין מערב אייראפע, און האט זיך ביסלעכווייז פארשפרייט אין מזרח אייראפע און אויך אין די שטעט פון די אראבישע לענדער. אין דער גרויסער יודישער קהילה אין אַמעריקע, האָבן רוב יונגע יודן חתונה געהאַט מיט גויים. אפילו די װאס האבן יא חתונה געהאט מיט יודן האבן אנגעהויבן האבן װײניגער קינדער. אזוי צו אזוי, האבן די אידישע קהלות אין די תפוצות זיך פארמינערט און געגאנגען בארג אראפ. בלויז אין מדינת ישראל איז די אידישע באפעלקערונג געוואקסן, און די דערשיינונג פון אַסימילאַציע איז פאַרהאלטניסמעסיג קליין. דערצו, איז דער פּראָצענט אידן וואָס זענען פאַרבונדן מיט דער תורה און מצוה אין מדינת ישראל העכער ווי סיי וועלכע אנדערע יודישע קהלה אין דער וועלט. די רוחניות'דיגע הצלה איז אויך געמאכט געװארן א דאנק דער גרינדונג פון די מדינה, װעלכער האט ערמעגליכט דעם שטארקן קיבוץ גליות פון דער גוי'אישע אטמאספערע, און אזוי פארהיטן די נסיונות פון אסימילאציע און געראטעוועט דעם עקזיסטענץ פון הונדערטער קהילות און טויזענטער מיליאנען יודן.
עס געפינט זיך דעריבער, אַז יום העצמאות איז באַצירט מיט דריי הייליגע פייערונגען, קדושת מצוות השבת הארץ, קידוש השם לעיני העמים, און א ישועה משמד פאר די הייליגע נשמות פון עם ישראל.
נ.ב. פארשטייט זיך אז אין ארץ ישראל אליינס זענען אסאך יודן אפגעפארן פונעם וועג, און דוקא אלץ א רעזולטאט פונעם ממשלה, איבעהויפט בראשית הדרך. מען דארף אבער אינאכט נעמען 3 הויפט פונקטן. איינס, הויפזעכטליך איז די רדיפת הדת דורך די לינקע פרייע סאציאליסטע ציונים געווען א המשך פונעם שמד פון אסימילאציע אין אייראפע, אזא טויש נעמט צייט, ווי א יעדער וואס איז אפן צו פאקטן קען זעהן ווי היינט צוטאגס זענען מער און מער אפן פאר השי"ת. צווייטנס, מיט אלע פראבלעמען באדארף מען קוקן אויפן גרויסן בילד, פראצענטואל, אין די חילוק פון עזיבת הדת אין ארץ הקודש איז שמים וארץ ווען מ'באטראכט עס לגבי די תפוצות. און צום לעצט, אלע יודן וואס זיצן בתפוצות און רעדן זיך אפ, האבן פארשטייט זיך די מעגליכקייט או חוב קדוש ארויפגיין צום הייליג לאנד און פאררעכטן די פראבלעמען, נישט סתם זיצן אין חו"ל און און וויינען כתרנגול הנגזל על דא ועל הא. שטעל זיך פאר ווען אפאר הונדערט טויזענט פרומע יודן גייען ארויף, די גאנצע מצב וואלט זיך גערוקט פאראויס לטובה מיט הונדערטער ליכט יארן, קל ישראל הוא נותן עוז ותעצומות לעם.
פארשטייט זיך אז די ניווא פון שמירת הדת תורה ומצוות, איז אויך אויף גאר אסאך א העכערן פארנעם אין ארץ ישראל לעומת התפוצות סיי ביי די פרייע און סיי ביי די פרומע, די פנימיות און הארץ פאר דברים שבקדושה איז פי אלף ווי אין גלות, מען קען נאך אסאך מאריך זיין אין דעם ועוד ידינו נטויה בעזר השי"ת.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
צוויי #
קהל'ס נער #
1.
ה׳ אייר איז מען באפרייט געווארען פון די בריטישע, און געווארען אליינס א מדינה, דוגמת יציאת מצרים.
וועסטו וועלן מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר
2.
ה׳ אייר נאכן ליינען די מגילת העצמאות איז מען געווארען אנערקענט דורך די וועלט אלץ א מדינה, א מדינה וואס קיינער אנערקענט נישט איז נישט ציפיל ווערט,דוגמת עזה.
יא יא אן א.ג. מדינה וואס די די וועלט האט די מערסטע אין די וועלט נייעס....
3.
ה׳ אייר איז א טאג פון רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר, אז עני איד פון די גאנצע וועלט זאל האבן א פלאץ צו אנטלויפן, אין פאל פון אנטעסעמיטיזם.
זאג עס נאכאמאל, מ'זאל קענען אנטלויפן צו וואו? צו די כמעט אומפארזיכערסטע מדינה, ווי ס'איז דא כסדרדיגע סכנות פון די שכנים, און פאר ערליכע אידן פון די מדינה אליינס...
4.
ה׳ אייר איז א טאג פון אויסרופן ״ניין צו כצאן לטבח״
מיר בעטן 'נאר' פון 'השי"ת' 'נקום לעינינו'
5.
ה׳ אייר איז א טאג פון הן עם לבדד ישכון, און מיר וועלן זיך מער נישט פארלאזן אויף די גוי׳אישע שכנים.
ובגוים לא יתחשב... לאמיר זעהן ווער איז מער אפגעשיידט פון די תהלכות און לעבנסטייגער פון די גוים עמי הארץ?
6.
ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
עשרים לעומר א טאג פון צער השכינה, נצחו עצת היצר עם הנסיון של רשע וטוב לו, מעכב הגאולה שלמה בב"א
👍
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אשרי העם #
ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,
צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
טאקע ברייט באקאנט ....
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
https://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/vayoel_moshe.pdf
https://mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf
א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אשרי העם #
ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,
צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
פארוואס איז משיח נישט געקומען פאר די ציונים האבן זיך אנגערוקט?
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אוודאי האבן זיי יא געקענט!
נישט נאר האבן זיי געקענט, נאר זיי זענען גאר געווען די וואס האבן במשך די לעצטע 19 יאר זייט גירוש גוש קטיף מטפח און מגדל געווען חאמאס.
זיי האבן זיי געשטיצט און באגאסן מיט געלט פאר אלע זייערע פארשטינקענע לינקע פראגרעסיווע חשבונות.
זיי האבן פיין געזעהן וואס קומט, נאר די קראנקייט פון "מיר וועלן זיך לעקן צו זיי און אזוי וועט זיין שלום" האט זיי דיסעבלט פון נעמען שריט, ביז די לעקטער האבן זיך אנגעצינדן אין פנים אריין.
(אגב די זעלבע קראנקייט פון וואס פרומע יודן ליידן, מיינענדיג אז זייער קליין ווינקל וואס זיי בויען זיך אויף אין סיי ווי אין גלות וועט שוין פארבלייבן א גן עדן ביז משיח'ס טאג, זיי פארגעסן אז אין יודישע היסטאריע איז נישט אזא מציאות ווי דער משך חכמה ערווענט אין פרשת בחוקותי, איעדע 150~200 יאר פאלט צוזאם די נייע ירושלים ד_____ און מען דארף גיין זוכן א נייע גן עדן, אביסל עפענען די אויגן דארפן מען נאר צו זעהן וואו די ווינטן אין אמעריקא בלאזן יעצט צו זעהן וואו עס גייט, אבער מיר זענען נאר קלוגע צו פארשטיין יענעמס פראבלעמען, מיר זענען מסודר.)
פאר 50 צו 70 יאר צוריק זענען די לינקע געווען פון די וואס האבן זיך צוריסן פאר יודן'ס וועגן, זייער עיקר ציל איז געווען צו ראטעווען יודן פון עת צרה און מיד צר, דערפאר האט זיי השי"ת געהאלפן מנצח זיין בעת מלחמה.
צוביסלעך במשך די יארן און איבערהויפט פון תקופת אסלו און ווייטער, האבן זיך די לינקע חברה אוועקגעריקט מער און מער פון זיין שטאלצע יודן און אנגעהויבן זיך פרעגן ווער בין איך דען? א ביטערע מחלה וואס נעמט ארום פראגרעסיווע ליבעראלע מענטשן ארום די וועלט. און ווען ס'איז דא ספק קומט עמלק, דאס איז געווען די ביטערע פראסק אום שמיני עצרת ווען רוב יודן וואס זענען נאך שפוי בדעתם האבן זיך אויפגעוועקט פון זייער טיפן שלאף און געלאפן צוריק זיין שטאלצע יודן און צוריקפייטן דעם שונא.
מען דארף נאר אביסל נוצן דעם שכל און זעהן די פאקטן.
דאס לאנד באשטייט נישט דוקא פון יודן יראים ושלמים (די אלע פרומע יודן וואס זענען נאך נישט דארטן זענען א חלק פון די פראבלעם), און נישט דוקא פון רעכטע און שטאלצע יודן, עס איז אויך דא א מיעוט עליטע וואס ציעט די פלייצעס פון די לאנד נאך מקדמת דנא, און זיי וועלן טוען אלעס זיך צו בוקן צום גוי און געפעלן פאר איהם, אפילו דאס וועט פארגיסן צום סוף יודיש בלוט, אבער כי לא אלמן בישראל, די חברה גייען מער און מער ארויס פון סטייל, זיי ווערן מער און מער ארויסגעשטיפט פון פירן דאס לאנד, און די ישועה איז אויפן וועג, מען דארף האבן געדולד און סבלנות.
מען נישט עקספעקטן אז 2000 יאר פון א גלות מיינט-סעט צו געפעלן פארן פריץ זאל זיך טוישן אין אפאר מינוט (אין היסטאריע איז 75 יאר אפאר מינוט) עס איז אסאך גרינגער און שנעלער ארויסצונעמען דעם יוד פונעם גלות ווי דעם גלות פון דעם יוד, עיין ערך אבן עזרא פארוואס דוקא משה רבינו נאר ער האט געקענט אויסלייזן די יודן אויפוואקסנדיג אין פרעה'ס פאלאץ, וכן אויך פארוואס די יוצאי מצרים האבן געדארפט אויסשטארבן אין מדבר - וויפיל מאל חזר'ט די תורה איבער פאר משה ויהושע די ווערטער חזק ואמץ אל ירך לבבכם אל תירא ואל תחת - עס איז נישט פשוט און נישט גרינג, און איבער אלעם טויש נעמט צייט, קמעא קמעא.
וויפיל יודן זענען גע'הרג'עט געווארן בימי השופטים? בימי בית ראשון? בימי בית שני? אלא מאי? סוקסעס איז אז דאס לאנד בליהט און יודן דינען דעם באשעפער דארט מיט שמחה און שלוות הנפש מער ווי סיי וואו אימער אויפן כדור הארץ דיספייט אלע שוועריקייטן. מענטשן פארגעסן אז מיר זענען נאכנישט אנגעקומען אין גן עדן, מיר האבן נאכנישט קיין בית המקדש, קיין סנהדרין, קיין נביא, משיח איז נאכנישט געקומען, אבער צו דאנקט מען נאר ווען אלעם איז פערפעקט? ווען א קינד ווערט געבוירן פרייעט זיך די גאנצע משפחה ביז גאר, איי דאס קינד האט נישט קיין ציין? דאס קינד קען נישט גיין? ער קען אפילו נישט רעדן? די שמחה איז אבער נאך אלץ דא, ווייל א בר דעת פארשטייט אז זאכן מוזן נישט זיין קאמפלעט און מען קען שוין זינגען און לויבן השי"ת.
איז לסיכום, פראבלעמען בלוט און ווייטאג איז נאך דא גענוג און נאך, אבער די זעלבע צייט דארפן פרומע יודן אויך האבן הכרת הטוב צום רבש"ע פארן ראטעווען זיין פאלק בעת צרה, נאכאמאל און נאכאמאל, ווען מען זעהט די גאנצע וואלד מיט פייגל-אויגן פערספעקטיוו זעהט מען שוין איינמאל די חסד ה'.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אשרי העם #
https://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/vayoel_moshe.pdf
https://mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf
א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
דארט אין ויואל משה, מאמר לשון הקודש, שרייבט דאך די רבי קעגן לערנען די שפראך לשון קודש, סא וואס ווילסטו .....
לגופא של ענין, ס'איז מן הסתם נאכנישט דא קיין איד וואס איז נישט קיין סאטמארער, און האט נאכן לערנען די ספר ויואל משה, מסכים געווען מיטן רבי'ן
איך האב שוין געלערנט א חלק סיי ויואל משה און סיי על הגאולה, די רבי בויעט אזעלכע בנינים, אז ס'איז זייער שווער אנצונעמען אז ס'איז טאקע אזוי
אזוי ווי ר' משה פיינשטיין ז''ל האט געזאגט "איך האב דארעך געלערנט דעם גאנצן ספר ויואל משה, ס'איז א ספר מלא סברות, יעדע סברא האט א סברא פארקערט"
שוין דא א אשכול דא אין ק''ש, ווי רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
(פארשטייט זיך אז אויב מ'לערנט עס, באופן אז וואס ס'שטייט איז אזוי, אפגעזעהן צו מ'פארשטייט צו נישט, קריגט מען זיך נישט, אבער אויב לערענט מען עס מיט א דרויסענדיגע בליק, איז זעלטן אז מ'זאל מסכים זיין אינגאנצן מיט אים)
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אשרי העם #
ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,
צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
אפגעשאלטן און אנטלאפן.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
עמרם #
אשרי העם #
א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
שוין דא א אשכול דא אין ק''ש, ווי רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
דא איז לעצטנס ארויסגעקומען א ספר (פאר די וואס ליינען יא לשון הקודש) וואס גייט אדורך אלע שוועריקייטן אין ויואל משה ושיטתו
עד שתחפץ: דיון מעמיק בנושאי ארץ ישראל וגאולה ומשמעות תקופתנו
amazon.com/dp/B0BXMX14DH
ספר עד שתחפץ
א באַשרייַבונג וועגן דעם ספר (גענומען פון אמעזאן און איבערגעטיישט אויף יודיש פאר די וואס קענען נישט לשון קודש):
דער ספר איז געשריבן געווארן דורך א סאטמארער חסיד וואס האט אויסגעוועלט אויסצופארשן די שיטה פונעם סאטמארער רבי'ן און די שיטה פון די וואס זענען נישט מסכים מיט אים. מיר לעבן אינדערמיט פון א תקופה וואָס ברענגט מיט זיך פון אַ באדייטענדע רעוואָלוציע אין דער געשיכטע פון אונזער פאָלק, אבער גלייכצייטיק איז פארהאן א אומזיכערקייט וואס איז די באדייט פון דער תקופה, עם ישראל איז דורכגעגאנגען א חורבן ביי די שואה, אין וועלכע מיליאנען אידן זענען דערמארדעט געווארן אויפן ערגסטן אופן, עס זענען פארביי עטליכע יאר זינט דעמאלט, און מיליאנען יודן וואוינען אין ארץ ישראל, יונגלעך און מיידלעך שפילן זיך אין אירע גאסן, תורה און עבודה בליעט דארטן אויף א געוואלדיגע פארנעם, פירות, תבואה, וויין און טייטלן האבן ווידער אנגעהויבן אנפילן אונזער לאנד. פון דער צווייטער זייט זענען נאך אלס און טויזנטער ישראלים נישט פארבונדן מיט אירע ווארצלען, און פירן זיך נישט בדרך התורה, און טייל זענען אפילו מסיתים קעגן די תורה רח"ל, און עס איז א פאקט אז די מדינה איז געגרינדעט געווארן מערסטנס דורך די דאזיקע מענטשן וואס האבן פארלאזט די תורה, און די קשיא קומט, וואָס איז אונזער תקופה, און וויאזוי זאָל זיין אונזער מיינונג פון אַלעס וואָס איז האט פאסירט? וואָס מיינט אונזער תקופה? זענען מיר אין די גאולה, און פאר די אויגן הייבט אן קומען צו אמת דאס וואס די נביאים האבן אונז צוגעזאגט אדער וואוינען מיר אין גלות צווישן די פרייע אין אונזער לאנד? זענען מיר מחויב צוריקקומען צו אונזער לאַנד? און אויב נישט, איז אונז בכלל ערלויבט צוריקקומען צו אונזער לאַנד, אָדער איז עס פאַרבאָטן צו אמיגרירן ארויף צו אונזער לאַנד צוזאַמען? איז עס אסור פאר אונז ארויפצוגיין ווי א מויער מיט א שטארקער האנט, אדער איז פאראן א מצב , װאס מיר זײנען דוקא יא מחויב ארויפגיין צוזאמען כחומה? זענען די דריי שבועות א שטרענגער איסור ווי דער סאטמארער רבי זאגט, אדער איז עס נאר א ווארענונג אז ס'איז נישט שטענדיק נויטיק און פאסיג לויט די מצב צו אויפוועקן די ליבשאפט נאר ענדערש זאל מען ווארטן אויף די ריכטיגע געלעגנהייט? קען מען זאגן אז דער סאטמארער רבי האלט אז עס איז נישטא קיין איסור פון דריי שבועות? דארפן מיר ביזדערווייל װארטן מיט צוזאמענגעלייגטע הענט , ביז די ישועה װעט קומען דורך משיח? אדער איז דא א פלאץ צו זאגן אז מ'דארף טון מעשים לגאולה פון אונזער פאלק, פונקט אזויווי מיר טוען אלע אנדערע זאכן וואס מיר דארפן פאר אונזער לעבן, די פרטים ווי פרנסה וחינוך ושידוכים, ווען מיר מאכן אלערליי השתדלות אויפן נאטורליכן אופן צו קענען מצליח זיין? צו איז די גאולה אפהענינג בלויז אויף תשובה אָדער אפילו אויב עם ישראל האט נישט תשובה טאן טוט אונז הקב"ה אויסלייזן?
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייניקעל #
היימלינד #
ביטע דורך ליינען די גאנצע פארן מגיב זיין, תודה.
איך פראביר צו פארשטיין די משמעות פון די טאג פון א אידישע פרעספעקטיוו, די סעקולארע איז פשוט וועגען לאומיות, נאר מיט א לאנד זענען מיר א פאלק וכו', אבער וואס איז פשט אז רעליגיעזער אידן האבן זיך אזוי געפרייט אין דעם טאג, מה יום מיומיים?
ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל.
לעגאל אפשר, במציאות האט מען געוואונען - הסכם שלום ערשט שפעטער, אויב גייט מען פון אנהייב מלחמה איז עס שוין געווען פריער
די עיקר מצוה פון יישוב הארץ איז אז דאס לאנד זאל זיין אונטער דעם הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל.
ווי שטייט ? כיבוש און ישוב איז צוויי אנדערע מצוות, ישוב איז יעדער מודה, כיבוש בזמה"ז איז נאר לשיטת הרמב"ן מה"ת וע"ע באבני נזר אבער עכ"פ זעהט מען אז ס'איז צוויי אנדערע מצוות
איך זעה יעצט אז איר האט געצייכענט די רמב"ן
די מצוה פאר יעדן יחיד צו וואוינען אין ארץ ישראל איז שוין אן ענף א פרט פון דער אלגעמיינער מצוה וואס איז געלייגט אויף עם ישראל.
מהיכא תיתי? לענ"ד איז עס א מצווה אויף יעדעם עקסטער
דאס איז אויך די עיקר שמחה פון חנוכה ווי דער רמב"ם דריקט זיך אויס א הלכות מגילה וחנוכה פרק ו'
"וחזרה מלכות לישראל יתר על מאתים שנים, עד החורבן השני"
דאס האב איך שוין געברענגט פריער פון שו"ת קול מבשר, יביע אומר ועוד לינקים
דאס וואס עס שטייט (במדבר לג, נג): "וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ, כִּי לָכֶם נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ לָרֶשֶׁת אֹתָהּ". 'הורשתם' מיינט אייננעמען און הערשאפט כיבוש וריבונות, 'וישבתם' מיינט צו באזעצן דאס לאנד עס זאל נישט זיין וויסט. אזוי שטייט אויך (דברים יא, לא): "וִירִשְׁתֶּם אֹתָהּ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ". דער רמב"ן טוט אנווייזן די עיקר מצווה מיט די פאלגענדע ווערטער: "נצטווינו לרשת את הארץ אשר נתן האל יתעלה לאבותינו לאברהם ליצחק וליעקב, ולא נעזבנה ביד זולתנו מן האומות או לשממה" (הוספותיו למצוות עשה ד).
קומט אויס אז די מינוט וואס דאס לאנד איז צוריק אונטער אונזער הערשאפט האבן מיר מקיים געווען ולא נעזבנה ביד זולתינו.
היינו טעמא דהלל בחנוכה והיינו טעמא דהלל ביום העצמאות.
ענליך זעהט מען לגבי די הלכה פון רייסן קריעה ווען מען זעהט די ערי יהודה "בחורבנן" שולחן ערוך או"ח תקס"א, איז דוקא ווען די גוים געוועלטיגן אפילו יודן וואוינען דארטן, עיין מגן אברהם און משנה ברורה דארט.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
עמרם #
שוין דא א אשכול דא אין ק''ש ווי מ'רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
(פארשטייט זיך אז אויב מ'לערנט עס, באופן אז וואס ס'שטייט איז אזוי, אפגעזעהן צו מ'פארשטייט צו נישט, קריגט מען זיך נישט, אבער אויב לערענט מען עס מיט א דרויסענדיגע בליק, איז זעלטן אז מ'זאל מסכים זיין אינגאנצן מיט אים)
Link צו דעם אשכול?
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
שאלתיאל #
@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
מסתמא קען אמעריקא אויך נישט בייקימען אל-קייאידא וואס האט באוויזן אראפצוווארפן די צווילינג געביידעס, און אין פאל אל-קייאידא גייט באשליסן צו דורכפירן א פעלקער מארד אין אמעריקא קעגן די אינפידעלס, גייט אמעריקע זיך נישט קענען קעגנשטעלן...
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
עמרם #
אשרי העם #
https://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/vayoel_moshe.pdf
https://mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf
א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
דארט אין ויואל משה, מאמר לשון הקודש, שרייבט דאך די רבי קעגן לערנען די שפראך לשון קודש, סא וואס ווילסטו .....
לגופא של ענין, ס'איז מן הסתם נאכנישט דא קיין איד וואס איז נישט קיין סאטמארער, און האט נאכן לערנען די ספר ויואל משה, מסכים געווען מיטן רבי'ן
איך האב שוין געלערנט א חלק סיי ויואל משה און סיי על הגאולה, די רבי בויעט אזעלכע בנינים, אז ס'איז זייער שווער אנצונעמען אז ס'איז טאקע אזוי
אזוי ווי ר' משה פיינשטיין ז''ל האט געזאגט "איך האב דארעך געלערנט דעם גאנצן ספר ויואל משה, ס'איז א ספר מלא סברות, יעדע סברא האט א סברא פארקערט"
שוין דא א אשכול דא אין ק''ש, ווי רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
(פארשטייט זיך אז אויב מ'לערנט עס, באופן אז וואס ס'שטייט איז אזוי, אפגעזעהן צו מ'פארשטייט צו נישט, קריגט מען זיך נישט, אבער אויב לערענט מען עס מיט א דרויסענדיגע בליק, איז זעלטן אז מ'זאל מסכים זיין אינגאנצן מיט אים)
רוב סאטמאר'ע וואס איך האב געטראפן האבן נישט קיין אנוג וואס שטייט אין ויואל משה אבער זיי ווייסן צו זאגן אז קיינער האט עס נאכנישט אפגעפרעגט....
למעשה איינער וואס קען ויואל משה ווייסט אז סאיז א פשטל איך נעם נישט אוועק אז סאטמאר רב האט אזוי געהאלטן להלכה פיין אבער איינער וואס ווייסט וואס שטייט דארט וועט יא פארשטיין פארוואס אנדערע האבן עס נישט אנגענומען
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ים רויבער #
שאלתיאל #
@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
מסתמא קען אמעריקא אויך נישט בייקימען אל-קייאידא וואס האט באוויזן אראפצוווארפן די צווילינג געביידעס, און אין פאל אל-קייאידא גייט באשליסן צו דורכפירן א פעלקער מארד אין אמעריקא קעגן די אינפידעלס, גייט אמעריקע זיך נישט קענען קעגנשטעלן...
אין ביידע פעלער, סיי ביי אמעריקע'ס 9/11 און סיי ביי דעם איבערפאל פון די מערדערליכע אראבערס אויף א"י אום שמחת תורה איז עס (טיילווייז) געקומען ווייל דער שונא האט געוואוסט אז די מענטשן וועלכע דארפן אפהיטן די זיכערקייט פונ'ם לאנד טוען נישט זייער ארבעט, און זענען פארנומען מיט נארישקייטן און אומ-וויכטיגע זאכן.
אין אמעריקע'ס פאל איז עס געוען אז גאנץ אמעריקע איז געווען פארנימען מיט די שטותים פון ביל קלינטאנ'ס שמוציגע און סקאנדאליעזע אויפפיהרונג. מ'האט אפילו אדורכגעפיהרט אן אימפיעטשמענט פראצעס אין סענאט. דער שונא האט געוואוסט פון דעם, און ער האט געשפירט אז איצט איז די ריכטיגע צייט צו אטאקירן.
ביי ארץ ישראל איז געווען די זעלבע. זייט די לעצטע בחירות און דער פאקט אז די רעכטע פארטייען זענען אריינגעקומען שטארק אין די קאאליציע, און זיי האבן געוואלט אביסל אראפקלאפן די איבערגעטריבענע מאכט וואס דער (עפ"ל, שר"י וכו') בג"ץ האט, זענען די פרייע און פארדארבענע חברה ארויס פון די כלים, זיי האבן געהאלטן אין איין מאכן ריזיגע דעמאנסטראציעס, און זיי האבן צושטערט דעם סדר אין לאנד. ס'איז געקומען צו אזא מצב אז אפילו די מענטשן אין מיליטער האבן אפן דערקלערט אז זיי גייען נישט אויספאלגן באפעלן. דער שונא (מסתמא מיט די הילף פון איראנישע שפיאנאזש) האט געוויסט פון דעם, און ער האט געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע צייט צו אטאקירן.
נאכדעם איז דא נאך א לעוול. ווי ס'שטייט אין פסוק אין תהילים... "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר"... ספעציעל ביי אידן. דארף מען מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל אפהיטן די אידישע קינדער.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ים רויבער #
שאלתיאל #
@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
מסתמא קען אמעריקא אויך נישט בייקימען אל-קייאידא וואס האט באוויזן אראפצוווארפן די צווילינג געביידעס, און אין פאל אל-קייאידא גייט באשליסן צו דורכפירן א פעלקער מארד אין אמעריקא קעגן די אינפידעלס, גייט אמעריקע זיך נישט קענען קעגנשטעלן...
לזכות אמעריקע קען מען זאגן אז היידזשעקן פליגערס איז געווען א רעלאטיוו נייע טעראר מיטל אין יענער צייט און ס'נישט געווען קיין עווערנעס צו דעם. אויך אז זייט דעמאלט האט אמעריקע נישט בייגעוואונט נאך אן ערנסטע טעראר אטאקע און האבן מער ווייניגער אפגעווישט על קאידא פון מאפע (אזוי אויך מיט ISIS)
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
פארשטייסט אליינס אז אויב וואלטן די ישראלים געהאט די זעלבע מעגליכקייט און פרייע האנט צו טוהן וואס זיי דארפן, אזוי ווי דער אמעריקאנער האבן געטוהן אהן רחמנות, און נישט דארפן געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט אויף יעדע טריט און שריט, וואלטן שוין לאנג נישט געווען קיין חמאס
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
סאיז נישט מעגליך אפצוהיטן א מענטש פון נישט ווערן בייזויילג געשעדיגט מדארף האבן אזויפיל סיקריט סערוויס ווי די אמעריקאנע פרעזידנעט, כולי האי ואולי,
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אין אמעריקע זענען אויך געווען אנטי-סעמיטן אן סתם משוגעים וועלכע האבן פארפיהרט ווען אמעריקע האט אנגעהויבן אריינהאקן אין על-קאידא.
זייער קאוד ווארט איז געווען אז די נעא-קאנ'ס (נעא-קאנסערוואטירן) פי' אידן, ווילן אריינפיהרן אמעריקע אין א מלחמה. און די זעלבע משוגעים און רשעים האבן אויך באשולדיגט די אידן אין 9/11.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
שאלתיאל #
לזכות אמעריקע קען מען זאגן אז היידזשעקן פליגערס איז געווען א רעלאטיוו נייע טעראר מיטל אין יענער צייט און ס'נישט געווען קיין עווערנעס צו דעם. אויך אז זייט דעמאלט האט אמעריקע נישט בייגעוואונט נאך אן ערנסטע טעראר אטאקע און האבן מער ווייניגער אפגעווישט על קאידא פון מאפע (אזוי אויך מיט ISIS)
לזכות ישראל, ווען על קאידא וואלט געווען אין מעקסיקא וואלט געווען אסאך מער פאליטעטען ה"י
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייניקעל #
מיט דער גרינדונג פון מדינת ישראל בעזר הוי"ה ברוך הוא, האט מען אנגעפאנגן אראפצונעמען די חרפה פון גלות פונעם יודישען פאלק. דורות אויף דורות זענען מיר ארומגעפלויגן אין גלות, מיר זענען דורכגעגאנגען שרעקליכע השפלות גנבות און רציחות. יודיש בלוט איז געווען ביליג און אבסאלוט הפקר, מען האט אונז באטראכט אלס שאף עוועלעיבל פאר דער שחיטה פאר וועם נאר אימער ס'האט זיך פארגלוסט אונז צו פירן צום שלאכט הויז, צו ווערן דערהרגעט און פארלוירן צו שאנד און שפאט. פֿרעמדע האָבן אונז געזאָגט, מע עטץ האָסט נישט מער קיין האָפענונג. עס איז געווען אַ סיטואַציע פון א שרעקליכע חילול השם איום ונורא.
איך בין ממליץ אדורכצולערנען יחזקאל פרק ל"ו צו פארשטיין וואס די חילול השם איז.
יא די נביאים האבן טאקע פאראויסגעזאגט אז עם ישראל וועט זיך נאך איין טאג צוריקקערן צו אונזער היימלאנד אבער נאכדעם וואס אזויפיל יארן זענען פארביי, און השי"ת'ס דיבור איז נישט מקוים געווארן, האט זיך געמערט די שוידערליכע חילול השם אין דער וועלט, און די שונאי ישראל האבן שוין געהוליעט מיט די מחשבה אז די טשאנס פאר עם ישראל זיך אומקערן צו זייער היימלאנד איז פארלוירן געווארן.
און דאָ איז געשען דער נס, דאָס דיבור פון השי"ת האט זיך אנגעהויבן מגשם זיין דורך דעם וואס מדינת ישראל איז אויפגעשטאנען. די קידוש השם איז געווען הילכיג און מעכטיג.
פארשטייט זיך אז מיר זענען נאך גאנץ אפגעריקט פונעם תיקון השלם, מיליאנען יודן וואוינען נאך אין גלות, און די מצב אין אונזער היימלאנד איז נאך ווייט פון פערפעקט, אבער די ריבונות פון ה' אייר האט אנגעהויבן א פראצעס פון קיבוץ גלויות, כידוע איז איינע פון די שטערקסטע יסודות אין די מגילת העצמאות די סעיף אז דאס לאנד איז אפען פאר איעדע יוד. און פון דעם טאג און ווייטער איז א יוד מער נישט היימלאז. - טויזענטער יודן פון די קעמפס אין די פארשאלטענע אייראפע וואס קיין שום לאנד האט זיי נישט געוואלט געבן קיין איינטריט, האבן זיך אין דעם טאג פלוצלינג געטראפן אנגענומען און וועלקאמט, חז"ל שרייבן: גדול קיבוץ הגלויות כיום שבו נבראו שמים וארץ" (פסחים פח, א), נעמט דאס טיעף אריין!!!
פעסט-פארוואט 76 יאר שפעטער און אין ארץ ישראל וואס איז דעמאלטס באשטאנען פון קנאפע 600 טויזענט יודן איינוואוינער, באשטייט היינט צוטאגס פון איבער זעקס מיליאן יודן כן ירבו וכן יוסיף, אזש רוב יודן פונעם כדור הארץ פון אלע עקן וועלט, פון אלע קהילות די בכל אתר ואתר וואוינען שוין היינט אין ארץ ישראל - אזש ס'איז שוין היינט א גאנצע געטועכץ אין די בתי מדרשים לגבי די הלכות פון "רוב ישראל על אדמתן" צו מען האלט שוין דארט יעצט אדער גאר בקרוב.
פרעגט נאך א איש ישראל פארוואס מען פרייד זיך ביום זה???
איז דען דא א גרעסערע שמחה????
ווער עס קען אביסל יודישע קורות הדורות ווייסט מיט אן אמת אז קיין שום יום טוב אין עם ישראל'ס היסטאריע איז נישט געווען קיין מצב פון תיקון השלם, ווען יא וואלט עס געבליבן אזוי לנצח
פסח ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
פורים ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
חנוכה ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
וכן הלאה
חז"ל זאגן אונז קלאר אז די גאולה גייט פאוואליע (ירושלמי ברכות פ"א ה"א): "כך היא גאולתם של ישראל, בתחילה קמעא קמעא, כל מה שהיא הולכת, היא רבה והולכת". צוביסלעך צוביסלעך מיט סבלנות, פונקט ווי די נאכט ווערט נישט ליכטיג פון איין רגע צום אנדערן. - די נביאים זענען אנגעפילט מיט די געדאנק אז די גאולה נעמט צייט און אז א פראצעס וואס גייט שטערקער און שטערקער, עיין לדוגמא ישעי' ס"ו ז' וגם מיכה ד' ח' מיטן פירוש פונעם מלבי"ם ועוד אן א צאל פסוקים און חז"ל'ס.
זאגסט זייער שיינע תורות אבער דאס האט נישט דייקא מיט ה' אייר וכמו שכתבתי, און בפרט די יאר ווען ס'איז א נדחה איז אין מיינע אויגן די גאנצע זאך א ליצנות, אויב איז טאקע ה' אייר א יו"ט פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט ווער האט די סמכות צו טוישען די טאג?
עכ"פ איך זעה אז די אשכול איז געווארען נאך א ציונות ווס. קנאות אשכול און איז נישט דן אין שאלה פונעם פותח, איז איי געס אז קיין איינער [אדער רוב] פון די מגיבים האבן טאקע נישט קיין תשובה.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
אין ביידע פעלער, סיי ביי אמעריקע'ס 9/11 און סיי ביי דעם איבערפאל פון די מערדערליכע אראבערס אויף א"י אום שמחת תורה איז עס (טיילווייז) געקומען ווייל דער שונא האט געוואוסט אז די מענטשן וועלכע דארפן אפהיטן די זיכערקייט פונ'ם לאנד טוען נישט זייער ארבעט, און זענען פארנומען מיט נארישקייטן און אומ-וויכטיגע זאכן.
אין אמעריקע'ס פאל איז עס געוען אז גאנץ אמעריקע איז געווען פארנימען מיט די שטותים פון ביל קלינטאנ'ס שמוציגע און סקאנדאליעזע אויפפיהרונג. מ'האט אפילו אדורכגעפיהרט אן אימפיעטשמענט פראצעס אין סענאט. דער שונא האט געוואוסט פון דעם, און ער האט געשפירט אז איצט איז די ריכטיגע צייט צו אטאקירן.
ביי ארץ ישראל איז געווען די זעלבע. זייט די לעצטע בחירות און דער פאקט אז די רעכטע פארטייען זענען אריינגעקומען שטארק אין די קאאליציע, און זיי האבן געוואלט אביסל אראפקלאפן די איבערגעטריבענע מאכט וואס דער (עפ"ל, שר"י וכו') בג"ץ האט, זענען די פרייע און פארדארבענע חברה ארויס פון די כלים, זיי האבן געהאלטן אין איין מאכן ריזיגע דעמאנסטראציעס, און זיי האבן צושטערט דעם סדר אין לאנד. ס'איז געקומען צו אזא מצב אז אפילו די מענטשן אין מיליטער האבן אפן דערקלערט אז זיי גייען נישט אויספאלגן באפעלן. דער שונא (מסתמא מיט די הילף פון איראנישע שפיאנאזש) האט געוויסט פון דעם, און ער האט געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע צייט צו אטאקירן.
נאכדעם איז דא נאך א לעוול. ווי ס'שטייט אין פסוק אין תהלים... "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר"... ספעציעל ביי אידן. דארף מען מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל אפהיטן די אידישע קינדער.
9/11 איז געווען א פרישע פרעזידענט
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייניקעל #
שאלתיאל #
@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
נישט נאר האבן זיי געקענט, נאר זיי זענען גאר געווען די וואס האבן במשך די לעצטע 19 יאר זייט גירוש גוש קטיף מטפח און מגדל געווען חאמאס.
זיי האבן זיי געשטיצט און באגאסן מיט געלט פאר אלע זייערע פארשטינקענע לינקע פראגרעסיווע חשבונות.
זיי האבן פיין געזעהן וואס קומט, נאר די קראנקייט פון מיר וועלן זיך לעקן צו זיי און אזוי וועט זיין שלום,
"לינקע פראגרעסיווע חשבונות" ?
לענ"ד פארקערט ממש: די רעכטע נתניהו איז דאך דער וואס איז ראש ממשלה אין מדינת ישראל פאר די לעצטע 14-15 יאר. נתניהו האט געהאט אן אינטרעס אז חאמאס זאל זיין אין פאוער, ס'האט גענוצט ביי איהם אלץ מיטל שוואך צו מאכען אבו מאזן, און אויך האט ער דאס גענוצט אלס תירוץ דוחה צו זיין לחצים פון די גאנצע וועלט צו מאכען א הסדר שלום מיט די פאלעסטינער, זאגענדיג פאר די וועלט: ענק ווילען א מדינת חאמאס??
אפילו בצלאל סמוטריץ' וואס איז עקסטרעם רעכט האט געזאגט פאר אפאר יאר: "הרשות הפלסטינית היא נטל וחמאס הוא נכס". הערסט ווערטער?
נאר וואס דען? נתניהו האט געהאלטען אז ער האט קאנטראל איבער די מצב און איז שולט בגובה הלהבות, (אפילו שוין געהאלטען א רגע פאר א הסכם שלום מיט סאודיע אראביע תוך כדי וואס ער ווייזט אויף כביכול פאר די גאנצע וועלט אז מ'קען שטופן די פאלעסטינער נושא אונטער די קארפעט) אבער ליידער האט דאס איהם ביטער געפלאצט אין פנים אריין. השם ירחם.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ביבי איז א מין געמישעכץ פון רעכטס און לינקס ווי א געדרייטע הבדלה.
אבער למעשה די בטחון ליגט ביי די האנט פון די וואס פירן די ארמיי שב"כ שר הבטחון וכו', די אלע פארמען זענען שטארק נישט אין ביבי'ס האנט ואכמ"ל
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
היימלינד #
זאגסט זייער שיינע תורות אבער דאס האט נישט דייקא מיט ה' אייר וכמו שכתבתי, און בפרט די יאר ווען ס'איז א נדחה איז אין מיינע אויגן די גאנצע זאך א ליצנות, אויב איז טאקע ה' אייר א יו"ט פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט ווער האט די סמכות צו טוישען די טאג?
אז דו ווילסט נישט הערן וועסטו נישט באקומען קיין ענטפער.
ה' אייר איז די טאג וואס זעלבסשטענדיקייט איז ערקלערט געווארן און אלע לעגאלע פועל יוצא'ס קומען נאר נאך דעם טאג, איז ממילא די טאג קובע.
די רבנות הראשית וואס איז די אפיציעלע רבני'שע קערפערשאפט וואס איז אנגענומען ביי די ממשלה אלץ א גוף ממלכתי וואס טוט רעפרעזענטירן אלע פרומע יודן, זיי זענען די וואס האבן באשטימט ווען מען פייערט דעם יום טוב, און פון דעם קומט ארויס די הלכה'דיגע באשטאנדטיילן פונעם טאג בעיקר לגבי נישט זאגן תחנון און זאגן הלל, זיי האבן א סמכות אין הלכה - איך וויל נישט יעצט דא אריינגיין ווי ווייט זייער סמכות גייט ווייל דאס איז שוין א עקסטרע נושא, אבער צוליב דעם כבוד השבת האבן זיי באשטימט אז אלץ ווען ה' אייר קומט אויס נאנט צו שבת זאל עס ווערן גערוקט כדי אז די אלע הכנות פאר ממלכתי צוזאמענקומען'ס זאל נישט צוברענגן צו חילול שבת (וואס בעצם איז די מדינה באשטימט געווארן ה' אייר ערב שבת, כאטש די בריטישע מאנדאט איז אפגעלאפן א טאג שפעטער אום שבת, אויך כדי צו פארמיידן חילול שבת).
עס דערמאנט פון חנוכה וואס די גמרא זאגט לשנה אחרת קבעום ועשאום יום טוב בהלל והודאה
קענסט פרעגן די זעלבע שאלות, ווער האט באשטימט? פארוואס עפעס דוקא כ"ה כסלו?
נאר דארט האבן די אנשכה"ג עס באשטימט מיטן חנוכת עבודת המקדש (און יענע צייטן איז די עבודת המקדש געווען לכאורה די שטערקסטע פארמאט פון ארויסברענגען די עצמאות), און דא האט די רבנות עס באשטימט מיטן כרוז העצמאות פון בו ביום, וואס כידוע ליודעי חן ארבעט דאס צוזאמען מיט די א"ת ב"ש פון ע+ז ז' של פסח מיט יום ע'=עצמאות ה' אייר וואס געפאלט שטענדיג די זעלבע טאג).
ועוד ידוע ליודעי חן די מדה פון "יסוד שבתפארת" פון דעם טאג וואס איז שוין געווען פון פארדעם מקובל פון די בוני הארץ די תלמידי הגר"א אלץ א גאר א ספעציעלער טאג אין משיח בן יוסף וגאולה (וכן מובא בבן איש חי ובבן יהוידע שיום זה הובא יום של יוסף שבו נכלל כל הספירות שכל השבטים).
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אבוויעסלי האסטו נישט געליינט די לינקס און שו"ת וואס איך האב צוגעצייכענט... איך האב שוין באווארענט אלע דיינע פוינטס
אלעס וואס דו זאגסט ווייס איך שוין פאר איבער 40 יאר.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
הרב היימלינד דא האסטו אפאר סרטונים וואס זענען אביסל מבאר דעם טאג מצד הלכה ומצד פנימיות
האפענטליך וועט עס געפונען חן אין דיינע אויגן
די שיעורים זענען בלשון יהודית און נישט פון היימישע רבנים, אבער גרויסע יודן תלמידי חכמים ויר"ש
הרב אורי שרקי על מהותו של יום העצמאות
הרב אליעזר מלמד יום העצמאות ע"פ הלכה
הרב ראובן ששון - יום העצמאות בפנימיות
הרב אברהם קורצוייל אמירת הלל ביום העצמאות
הרב ינון ויסמן יום העצמאות מוקדם ומאוחר
הרב יהושע שפירא גודל קדושת יום העצמאותRe: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
שכוח, וועל עס קוקן מיט צייט
אז איך רעאגיר צו דעם וועט זיין א סימן אז איך האב שוין דורך געטוען ואם לאו, לא...
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
היימלינד #
ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל. לעגאל אפשר, במציאות האט מען געוואונען - הסכם שלום ערשט שפעטער, אויב גייט מען פון אנהייב מלחמה איז עס שוין געווען פריער
וואס הייסט לעגאל אפשר? לעגאל זיכער!
ה' אייר ולמספרם מאי דער פערצענטער איז די טאג וואס מאכט ישראל אלץ א לעגאלע לאנד וואס באלאנגט פאר יודן
פונקט ווי להבדיל י"ז בתמוז תקל"ו יולי דער פערטער 1776 איז די טאג וואס מאכט ארה"ב אלץ א לעגאלע לאנד
דעקלאראציע פון זעלבסשטענדיקייט מאכט א לאנד לעגאל איבערהויפט ווען אנדערע וועלטס לענדער נעמען עס אן דערנאך
עיין פה:
https://www.britannica.com/topic/international-law/The-responsibility-of-states
דא האסטו א לענגערע ליסטע פון
נאציאנאלע זעלבסשטענדיקייט טעגRe: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייניקעל #
היימלינד #
ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל. לעגאל אפשר, במציאות האט מען געוואונען - הסכם שלום ערשט שפעטער, אויב גייט מען פון אנהייב מלחמה איז עס שוין געווען פריער
וואס הייסט לעגאל אפשר? לעגאל זיכער!
ה' אייר ולמספרם מאי דער פערצענטער איז די טאג וואס מאכט ישראל אלץ א לעגאלע לאנד וואס באלאנגט פאר יודן
ס'האט אלעמאל געהערט פאר כלל ישראל, אידישקייט איז נישט געבוירען געווארען 1948, אנלעס דו רעדטס פון אונזער 1948 לבריאה וואס דאס איז שנת לידת אברהם אבינו
פונקט ווי להבדיל י"ז בתמוז תקל"ו יולי דער פערטער 1776 איז די טאג וואס מאכט ארה"ב אלץ א לעגאלע לאנד
דאס איז נאכן געווינען די ענגלענדער, אזוי מיין איך
דעקלאראציע פון זעלבסשטענדיקייט מאכט א לאנד לעגאל איבערהויפט ווען אנדערע וועלטס לענדער נעמען עס אן דערנאך
עיין פה:
https://www.britannica.com/topic/international-law/The-responsibility-of-states
דא האסטו א לענגערע ליסטע פון
נאציאנאלע זעלבסשטענדיקייט טעג
איך פארשטיי נישט פארוואס איך דארף מיך איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב כעבעטען נאר צו מגיב זיין נאכן דורך ליינען אלעס וואס איך האב געשריבען.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
היימלינד #
ס'האט אלעמאל געהערט פאר כלל ישראל, אידישקייט איז נישט געבוירען געווארען 1948, אנלעס דו רעדסט פון אונזער 1948 לבריאה וואס דאס איז שנת לידת אברהם אבינו
דאס איז נאכן געווינען די ענגלענדער, אזוי מיין איך
די מצות כיבוש הארץ באדארף אז די לאנד זאל זיין אונטער א יודישע הערשאפט פול ריבונות וואס איז נאר ווען דאס לאנד איז אונטער א פולן יודישן הערשאפט
דאס איז די שמחה פון ה' אייר אחוץ די איבריגע טעמים פון הצלת ישראל, קיבוץ גליות און קידוש השם
דאס איז די מצוה קלאר לויטן רמב"ן און איז אויך משמע פון רמב"ם ושאר ראשונים ואחרונים
זע דא פאר מער וועגן די סוגיא פון כיבוש הארץ
ארה"ב האט געהאט נאך א מלחמה אין 1812 ביז 1815 מיט די בריטישע וואס האט זיך פארענדיגט אין א תיקו פאר ביידע זייטן
וכן צענדליגע אנדערע לענדער וואס האבן געהאט מלחמות פארן דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט און דערנאך לדוגמא: איירלאנד, אלגעריע, קאריע, אנגאלע, וויעטנאם, סודאן
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
דער סאטמער'ע רבי זי"ע ברענגט אין ספר על הגאולה ועל התמורה נאך א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג אין מדינת ישראל איז נאכאלץ א גלות רעגירונג. אונז זעמיר נאך פאקטיש אין גלות.
ווייל אין די תורה שטייט א מצוה אז מ'דארף אויסרייסן אלע עבודה זרות פון ארץ ישראל. נו, זאלל די רעגירונג (אפילו אויב זיי ווילן) פרובירן אויסרייסן די אלע קריסטליכע און מוסולמענישע עבודה זרות. זיי וועלן נישט קענען. דאס וועט נאר געשעהן בביאת משיח צדקנו. (בב"א).
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייניקעל #
ביבי איז א מין געמישעכץ פון רעכטס און לינקס ווי א געדרייטע הבדלה.
אבער למעשה די בטחון ליגט ביי די האנט פון די וואס פירן די ארמיי שב"כ שר הבטחון וכו', די אלע פארמען זענען שטארק נישט אין ביבי'ס האנט ואכמ"ל.
לו יהא כדבריך אז נתניהו איז א געמישעכץ, נאך אלץ, די פעולה פון באגיסן חאמאס מיט געלט האט געדינט די
רעכטע נתניהו. קודם כל זעהסט דאך וואס סמוטריץ' האט געהאט געזאגט וועגן חאמאס, אבער מ'דארף ניטאמאל צוקומען צו דעם. פאר דער וואס האט מיטגהאלטען די רוח הדברים במשך די יארן, נתניהו האט געטוהן אלץ וואס איז שייך אפצושוואכן אבו מאזן. ביי נתניהו והימין איז אבו מאזן געווען א רויטע שמאטע, סאך מער ווי חאמאס (איידער די שמח"ת אטאקע). בעוד וואס חאמאס זענען אפיציעלע טעראריסטן און קיינער אין די נארמאלע וועלט איז נישט מכיר אין זיי, איז אבער אבו מאזן יא געווען מער אנערקענט, און פון דעם האבן נתניהו והימין געציטערט אימת מוות.. ווייל דאס קען צילן צו אן הכרה במדינה פלסטינית, און קעגן דעם האט די מציאות פון די טעראריסטישע חאמאס פאנטאסטיש געראטעוועט די מצב...
אבער למעשה די בטחון ליגט ביי די האנט פון די וואס פירן די ארמיי שב"כ שר הבטחון וכו'. די אלע פארמען זענען שטארק נישט אין ביבי'ס האנט ואכמ"ל
קודם כל מעגסטו זיין זיכער אז זיי גייען טאקע אלע פליען.. רובם ככולם האבען שוין בפירוש גענומען אחריות.
קענסט זיך אבער נישט מתעלם זיין פון די ראלע פון ראש הממשלה וואס איז איבער זיי אלע. אוודאי ווען במשך
15 יאר איז א ראש ממשלה 3-4 מאל ממנה די אלע בעלי תפקידים. 15 יאר איז איבער גענוג צייט פאר א ראש ממשלה צו קענען האבן א דראמאטישע השפעה אויף די גאנצע מערכת הביטחון און מאכען שינויים וכדו' כפי הבנתו וכפי רוחו. נאכ'ן דינען אזוי לאנג אלס ראש ממשלה איז פשוט נישט מעגליך צו דיסקאנעקטען נתניהו פון די בילד. ק"ו ווען ער האט זיך תמיד אויפגעטהון אלס "מר בטחון"... און טאקע איינס פון נתניהו'ס הויפט הבטחות בתקופת ממשלת בנט איז געווען: "נחזיר את הביטחון לרחובות"...
אויך אלס מנהיג און איש חזון וואלט נתניהו לכאורה געדארפט האבן א שטיקל ווייטע בליק און מקדם זיין פני הרעה. ער האט פשוט אלס פארזעהן.
נתניהו האט גאנץ גוט געוואוסט ווער זיינען די שכנים וואס געפינען זיך ממש די אנדערע זייט פון די פענס.. חאמאס ימ"ש האבען עפענטליך געטרעינד די אלע פעולות נוראות וואס זיי האבען ליידער שפעטער דורכגעפירט.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
דער סאטמער'ע רבי זי"ע ברענגט אין ספר על הגאולה ועל התמורה נאך א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג אין מדינת ישראל איז נאכאלץ א גלות רעגירונג. אונז זעמיר נאך פאקטיש אין גלות.
ווייל אין די תורה שטייט א מצוה אז מ'דארף אויסרייסן אלע עבודה זרות פון ארץ ישראל. נו, זאלל די רעגירונג (אפילו אויב זיי ווילן) פרובירן אויסרייסן די אלע קריסטליכע און מוסולמענישע עבודה זרות. זיי וועלן נישט קענען. דאס וועט נאר געשעהן בביאת משיח צדקנו. (בב"א).
צו וואס איז דאס א ראיה? ווי כאפט א נפקותא אין הלכה צווישן א "גלות רעגירונג" אין א "גאולה רעגירונג"? ווי ווילסטו צוקומען מיט די ראיה?
ועוד, אלע מלכי יהודה וישראל וואס האבן נישט אויסגעריסן ע"ז בימיהם צו גאר געהאלפן עס בויען, זענען געווען מלכים אין גלות?
במחילת כבוד רבינו הקוה"ט זצ"ל וויל איך פארשטיין וואספארא שייכות האט צושטערן עבודה זרה מיט גלות?
די דארפסט אויסקלארן ביי דיר וואס די ווארט "גלות" מיינט, כדי צו וויסן ווען עס ענדיקט זיך און ווען מען גייט אריבער פון גלות צו גאולה.
גלות מיינט אז יודן זענען פארטריבן פון לאנד און דאס לאנד באלאנגט נישט פאר זיי און ווען יודן קומען צוריק האלט זיך דער גלות אינמיטן פארשליסן.
מקורות להמונח גלות:
https://www.aspaklaria.info גלות
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
במחילת כבוד תורתך כאפסט דו נישט די נקודה. דו מוזסט נישט מסכים זיין. איך וועל עס נאכאמאל איבערחזר'ן. דער סאטמאר'ע רבי ברענגט א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג פון מדינת ישראל איז א גלות רעגירונג. מיט דעם פשוט'ן פאקט אז אויב (אם תימצי לומר) זיי ווילן אויסרייסן די עבודה זרות פון ארץ ישראל, אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה, קענען זיי נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט בעה"ב אין ארץ ישראל.
יא. איך האב אויך הנאה אז ס'איז (ב"ה) דא א אידישע רעגירונג אין ארץ ישראל. נאר אונז זעמיר נאכאלץ אין גלות. מ'דארף נאכאלץ מתפלל זיין פאר די גאולה השלימה דורך ביאת המשיח.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.
נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
טמיר #

ס'איז געווען א צורה פון בודהה העכער די סטעדזש נישט קיין געטשקע.

אה כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר געווען אן איינרעדעניש פון וויליאמסבורגע בחורים צי בארואיגען די געוויסן
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
טמיר #
כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.
נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
לפי שיטת הרמב"ם איז קרינסטענטום יא עבודה זרה (בשיתוף). איסלאם נישט. נאר דער איסלאמישער מעטשעט קען דאך נישט בלייבן אויפ'ן הר הבית.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
קיינער זאגט נישט אז יעצט איז די גאולה שלימה, און סאיז שוין געווען תחית המתים, און די סעודה פון די שור הבור און די לוויתן
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
דאמאלס זאגסטו די זעלבע וואס די סאטמאר'ע רבי...!
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
במחילת כבוד תורתך כאפסט דו נישט די נקודה. דו מוזסט נישט מסכים זיין. איך וועל עס נאכאמאל איבערחזר'ן. דער סאטמאר'ע רבי ברענגט א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג פון מדינת ישראל איז א גלות רעגירונג. מיט דעם פשוט'ן פאקט אז אויב (אם תימצי לומר) זיי ווילן אויסרייסן די עבודה זרות פון ארץ ישראל, אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה, קענען זיי נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט בעה"ב אין ארץ ישראל.
יא. איך האב אויך הנאה אז ס'איז (ב"ה) דא א אידישע רעגירונג אין ארץ ישראל. נאר אונז זעמיר נאכאלץ אין גלות. מ'דארף נאכאלץ מתפלל זיין פאר די גאולה השלימה דורך ביאת המשיח.
איך בין מסכים מיט דיר אז מדינת ישראל האט נישט די פולסטע ממשלה צו טוען וואס זיי ווילן, אין עס איז אמת אז אויסרייסן די בתי עבודה זרה (לדוגמא קלויסטערס וואס זענען פארגלייבט אינעם טריניטי רח"ל וואס האט אן הלכה פון ע"ז בשותף), אבער מיט גלות האט עס נישט אין כש"כ אז ס'קען נישט ווערן אנגערופן גלות רעגירונג, ווייל גלות איז ווען מ'איז פארטריבן פון לאנד אדער ווען מ'איז אין לאנד אבער עס באלאנגט נישט פארן יודישן פאלק, איך וואלט עס אנגערופן ווי דער מלבי"ם זאגט פאראויס אז עס וועט זיין א "ממשלה קטנה".
קיינער וועט נישט זאגן אז בימי השופטים איז געווען גלות כאטש ס'איז געווען איש כל הישר בעיניו יעשה.
גאולה תתנו לארץ ווי ס'שטייט אין די פרשה די וואך בהר, גאולה איז ווען ישראל קערט זיך צוריק צו איהר לאנד, אין ב"ה מיר האבן זוכה געווען דערצו.
ווי מער פרומע יודן גייען אהיים אין ווערן א חלק פון די ממשלה אלץ שנעלער וועלן מיר קענען אנקומען צו עוקר זיין עבודה זרה מארצינו, די וואס זיצן אינדרויסן פונעם לאנד מיט פארלייגטע הענט זענען נישט צופיל מקדם די פראגרעס.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
הראי"ה קוק זצ"ל שרייבט די ווערטער: "מדינת ישראל יסוד כסא ה' בעולם"(שמונה קבצים א, קפו) דאס הייסט נישט כסא ה' נאר יסוד, ווייל מיר האלטן נאכנישט ביי מלכות בית דוד וואס דאס איז ממש כסא ה' בעולם, מיר האלטן נאך ביי ולירושלים עירך ברחמים תשוב, דערנאך הערשט קומט את צמח דוד.
פארשטייט זיך אבער אז צווישן די ווערטער פון הראי"ה קוק זצ"ל און הר"י ט"ב זצ"ל איז פארהאן גאנץ א אנזעהענדער מרחק.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
"אויב" דער בית ישראל האט טאקע אזוי געזאגט איז עס אן אומ-פארשטענדליכע מימרא
דערווייל אלעס וואס איך לערן מבאר מיים חיים של הכהן הגדול הראי"ה זצ"ל איז גאר שטארק פארשטענדליך (חוץ ווען ער פליהט ארויף אין טיפע עניני פנימיות התורה) אבער נישט סתם, סש'טימט מיט תנ"ך, חז"ל, ספרא, ספרי, תוספתא, ראשונים ואחרונים וואס זענען ביי איהם געווען שגור בפיו כל רז לא אניס ליה