☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17047
בלאט: 1 2 3

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 11:41 am

· #561879
ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ביטע דורך ליינען די גאנצע פארן מגיב זיין, תודה.

איך פראביר צו פארשטיין די משמעות פון די טאג פון א אידישע פרעספעקטיוו, די סעקולארע איז פשוט וועגען לאומיות, נאר מיט א לאנד זענען מיר א פאלק וכו', אבער וואס איז פשט אז רעליגיעזע אידן האבן זיך אזוי געפרייט אין דעם טאג, מה יום מיומיים?

לאמיר מסביר זיין: ארץ ישראל איז אונזערס פון ווען דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו, און אויף למעשה נאך דאס וואס יהושע בן נון האט עס איינגענומען מיט כלל ישראל, קיינער קען דאס פון אונז נישט אוועקנעמען, קיינמאל! אזוי ווי עס שטייט אין ערשטע רש"י עה"ת.

מיר זענען טאקע געגאנגען אין גלות נאך די חורבנות אבער ארץ ישראל איז נישט אוועקגענומען געווארן פון אונז, נאר פארקערט מיר זענען פארטריבן געווארען פון ארץ ישראל, די קדושה איז געבליבן ווי חז"ל נעמען אהן קדושה שנייה קדשה לשעתה ולעתיד לבא, אידן במשך אלע דורות האבן משתוקק געווען לעלות ולחונן עפרה צו מקיים זיין מצוות ישוב ארץ ישראל וואס איז נאך א חיוב היינט ווי אמאל [מחלוקת הראשונים אי דאורייתא או דרבנן ואי חיוב או מצווה].

אפילו איינער וועט קומען מיט א טענה אז ארץ ישראל איז יא אוועקגענומען געווארן פון אונז און עס האט געהערט פאר די אראבער במשך אסאך יארן ביז די ערשטע וועלט קריג און אויך יעצט געהערט צו זיי א חלק משום די חלוקה פון די UN און דינא דמלכותא דינא, איז עס ווייטער אונזער'ס ווייל כל מה שקנה עבד קנה רבו און דער אור החיים הק' איז מבאר סוף פרשיות לך און וירא אז ישמעאל וצאצאיו איז געבליבן א עבד עולם צו יצחק אבינו וזרעו אחריו, קיינער האט זיי קיינמאל נישט באפרייט, ויבוא האדון וינקום מעבד הבורח עיי"ש.

איז צוריק צו מיין קשיא, וואס איז געשעהן ה' אייר תש"ח, וואס האט עס מיט אונז אז איינער איז געשטאנען אין ת"א און פארגעליינט א צעטל? וואס איז אז דער לעצטער ענגלענדער האבן פארלאזט די הייליג לאנד?

די איינציגסטע עכטע זאך וואס איך מיין איז געשעהן ה' אייר איז התחלת מלחמה וואס האט געקאסט טויזענטער נפשות מישראל, איבוד שליטה מכמה מקומות בארץ ישראל, די ניי געגרינדעטע ממשלה האט געוויזן אז עס גייט זיי נישט אהן שלימות הארץ, עיין ערך ירושלים העתיקה וואס חוץ אפאר אצ"ל לוחמים וואס האבן זיך נאכנישט אונטערגעגעבן צו די נייע צה"ל האט כמעט קיינער נישט געטון עפעס צו ראטעווען ירושלים, וואס אגב לויט די UN האט עס געדארפט זיין א שטח בינלאומי, ועוד ואכמ"ל.

זייטס מיר נישט חושד מיט קנאות, איך פרעג פון א ערליכע אידישע ציונישע פערספעקטיוו, לדוגמא יום ירושלים פארשטיי איך זייער גוט די שמחה, מיר האבן צוריק באקומען די שליטה אויף גרויסע חלקים פון אונזער לאנד ובפרט די מקומות הקדושים, ירושלים, חברון, בית לחם, הר הזיתים ועוד.

אויב מוז מען טרעפן עפעס א טאג צו פראווען די ייסוד המדינה ווי אידישע קינדער קענען טרעפן א קישן ווי צו זיך אראפלייגן נאך אזא שווערע קריג [כלשון הרה"ק מבעלזא זיע"א] זאל עס זיין א טאג וואס האט עפעס א משמעות, למשל יום הצהרת בלפור - א טאג וואס אומות העולם האבן אנערקענט און מסכים געווען צום מדינה, אדער אן אנדערע טאג בדומה לזה, אבער פארוואס ה' אייר? עס האט זיך גארנישט בעצם געטוישט יענע טאג פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט, און אפילו פון א וועלטליכע איז נישט געווען קיין סאך שינויים ליודעי היסטאריע.

מען קען נאך אסאך מאריך זיין אבער מיר וועלן זיך דא אפשטעלן, מיט א בקשה ביטע נאר מגיב זיין אויף מיין שאלה און נישט דעבאטירן אויף זייטיגע פרטים, איר קענט עפענען אן אייגענע אשכול פאר דעם.

אייזיק שפירא » מאנטאג מאי 13, 2024 12:01 pm

· #561880
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
לכאורה איז די שמחה אז מ'האט אויפגעשטעלט א אידישע ממשלה

פון ווען די אידן זענען פארטריבן געווארן פון א''י איז ע''פ א''י געווען אונטער געווארפן אונטער ממשלות פון אנדערע לענדער
ה' אייר תש''ח האט מען אויסגערופען אז ו' אייר גייט זיך פון פריש גרינדען א אידישע הערשאפט אין א''י

(איינע פון די סיבות פארוואס מ'האט אויסגערופן ה' אייר הגם מ'האט ערשט באקומען די ממשלה אין ו' אייר וויבאלד ו' אייר איז געווען שבת און מ'האט נישט געוואלט דארפן מחלל שבת זיין וועגן דעם)

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 12:29 pm

· #561882
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
איך ווייס דאס אויך,

די קשיא איז נאכאלץ שטערקער פונעם תירוץ, צו מאכן א געהעריגע יום טוב, הלל אא"וו, נאר פאר עפעס א חיצוניות'דיגע הרגשה אז יעצט איז די ממשלה אונזערס אויך.
אויב אזוי איז די אתחלתא דגאולה מאז הצהרת בלפור יארן פריער, תש"ח איז סך הכל געווען די הוצאה לפועל [און פארלוירן אביסל אויך].

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 12:43 pm

· #561884
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
האב איך דאס געטראפען, דא https://www.myjewishlearning.com/article/yom-haatzmaut-israel-independence-day/

The religious character of Yom Ha’atzmaut is still in the process of formation, and is still subject to debate. The Chief Rabbinate of the State (which consists of Orthodox rabbis) has decided that this day should be marked with the recitation of Hallel (psalms of praise), similar to other joyous holidays, and with the reading of a special haftarah (prophetic portion). Most ultra-Orthodox Jews, in Israel and abroad, have not accepted this ruling, and some Orthodox Jews chant the Hallel psalms without the blessing which precedes it.

On the other hand, HaKibbutz HaDati (Modern Orthodox Kibbutz Movement) initiated a version of the prayer Al HaNissim (“Concerning the Miracles”) to be added to the Amidah (the central prayer recited while standing) on Yom Ha’atzmaut, as it is on Hanukkah and Purim.

This special addition to the liturgy of the day was not approved by the Chief Rabbinate but was adopted by the Masorti (Conservative) and the Progressive (Reform) congregations in Israel. Some rabbis argue that Yom Ha’atzmaut should be viewed in conjunction with Hanukkah and Purim, since all three commemorate a “miraculous” victory of the Jews over an enemy of superior military might. It should be noted that most Israelis do not consider Yom Ha’atzmaut a religious holiday at all.

פון דא איז טאקע משמע אז די פרומע זענען אליין צומישט איבער א תורה'דיגע משמעות צו דעם טאג, אגב איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז עס איז געווען א מאוומענט נאך הקמת המדינה צו אנהייבן טרינקען א פיפטע כוס פסח ביים סדר אלץ והבאתי... אבער די רבנות הראשית האט עס נישט מאשר געווען.

דערהויבענע איד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:13 pm

· #561888
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
די פרומע ציונים האלטן זיך א חלק פון כלל ישראל, און זענען דוגל מיט מדינת ישראל. דאס איז א זאך וואס זיי זענען און טוען אלעמאל חוץ אויב ס'איז נגד הלכה אדער יהדות.

אין אנדערע ווערטער, ס'איז אמת אז די פרייע האבן מייסד געווען דער טאג פאר א פייערונג, זעמיר אונז א חלק פון דעם און מ'פרייט זיך מיט. כ'מיין, סתם סעלעברעטירן א צווייטע טאג אנדערש ווי גאנץ אר''י האט דאך נישט קיין פשט.

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:17 pm

· #561889
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
זייער פיין אבער פון דארט ביז צו מאכען א ברכה בשם ומלכות אויף הלל איז גארנישט אזוי פשוט, לצד אז די טאג איז נישט עפעס מער ספעציעל.

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:22 pm

· #561890
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
[ציטאט אראפגענומען]

אקעי אבער סאטמאר רב איז כאטש געראטעוועט געווארן דעמאלטס, משא"כ ווי געשריבן איז אין דעם טאג געשעהן א מלחמה [עס האט זיך שוין בעצם אנגעהויבן פרי אין די ווינטער אבער דעמאלטס האט זיך מצרים אין ירדן אפיציעל אריינגעמישט] ווי מען האט פארלוירן שטיקער אר"י, איז אפשר א לעגאלע מדינה געווארן אבער אר"י איז ממילא אונזערס, שליטה איז שוין געווען פריער אביסל אויך דורך די הגנה, און יעצט איז נישט געווארן עפעס מער אויף למעשה תורה'דיג, נאר א מציאות'דיגע לעגאלער טויש.

אויב איך געדענק גוט איז July 4th שוין נאך די נצחון איז אפשר וואלט מען (אפילו לויט די פרייע) געדארפט חוגג זיין בזמן ההסכם.

דערהויבענע איד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:25 pm

· #561891
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
היימלינד #
זייער פיין אבער פון דארט ביז צו מאכן א ברכה בשם ומלכות אויף הלל איז גארנישט אזוי פשוט, לצד אז די טאג איז נישט עפעס מער ספעציעל.

כ'טראכט פון צוויי זאכן,

1) אהי''נ, די הלל איז אויפן ישוב אין א''י און נישט אויפן טאג,

2) מ'קען אפשר זאגן אז סוכ''ס איז די טאג געווארן אנגענומען אלס די טאג אויף וואס מ'האט אוועקגעשטעלט די אידישע צוריקקער צו ארץ ישראל,

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:26 pm

· #561892
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
מצאתי בשו"ת קול מבשר להגה"ג רב משלם רוט זצ"ל שדן בזה בארוכה בסימן כ"א
ער האלט אז עס איז א יו"ט לכל דבר.
איך קען נישט מעתיק זיין די גאנצע תשובה, דא האט איר די אנהייב און סוף:

כ"ד אדר תשי"ב, ירושלים ת"ו.

לכבוד יד"נ הרב הגאון המהולל רב פעלים מו"ה יהודה ליב מימון שליט"א.

הנני להשיב בזה לכת"ה על מכתבו היקר בדבר השאלה אודות ברכת שהחיינו ביום העצמאות, היינו ביום שהוכרזה תקומת מדינת ישראל.

(א) הנה אין ספק שהיום ההוא (ה' אייר) שנקבע על ידי הממשלה וחברי הכנסת (שהם נבחרי רוב הצבור) ורוב גדולי הרבנים לחוג אותו בכל הארץ זכר לנס של תשועתנו וחירותנו, מצוה לעשותו שמחה ויו"ט ולומר הלל. ואף ציבור שבעיר אחת או יחידים שקובעים עליהם יו"ט לעצמם על נס שנעשה להם חייבים לקיים עליהם ועל זרעם והבאים אחריהם עד עולם ואף שהולכים לעיר אחרת להשתקע חייבין לקיים היום ההוא כמ"ש מהר"ם אלשקר בתשו' סי' מ"ט והובא להלכה במג"א סי' תרפ"ו סק"ה ובאלי' רבה שם, והחת"ס או"ח סי' קצ"א כתב שכך נוהגין כמה קהלות ישראל ומגדולי יחידיהם שעושים כן ביום שאירע להם נס עיי"ש שכתב דהיינו דוקא ממיתה לחיים דומיא דמרדכי ואסתר אבל בפדות משארי צרות לא דהרי אחז"ל (הוא במגילה דף י"ד ע"א) במרדכי ואסתר מאי דרוש ק"ו מעבדות לחירות אומרים שירה ממיתה לחיים לא כ"ש, וא"כ כל זמן שאנו בגלות וליכא פדיון מעבדות לחירות כל שאין ההצלה ממיתה לחיים ממש הבו דלא להוסיף לקבוע יו"ט עכ"ל. ועי' בחת"ס או"ח סי' קס"ג בסופו שכתב דשפיר מצי ציבור או יחיד לקבוע יום מועד לעצמם ביום שנעשה להם נס ומצוה נמי עבדי, וממילא פשיטא בנידון דידן הנוגע לציבור של כלל ישראל, ויש כאן פדיון מעבדות לחירות שנגאלנו משיעבוד מלכיות ונעשינו בני חורין והשגנו עצמאות ממלכתית, וגם הצלה ממיתה לחיים שנצלנו מידי אויבינו שעמדו עלינו לכלותנו, בודאי חובה עלינו לקבוע יו"ט. ויפה כיוונו המנהיגים שקבעו את היום הזה דוקא, אשר בו היה עיקר הנס שיצאנו מעבדות לחירות ע"י הכרזת העצמאות, ואלמלא נעשית ההכרזה באותו היום והיתה נדחית ליום אחר אז היינו מאחרים את המועד ולא היינו משיגים את ההכרה וההסכמה של המעצמות הגדולות שבאומות העולם, כידוע, ונס זה משך אחריו גם את הנס השני של ההצלה ממות לחיים הן במלחמתנו נגד הערביים בא"י והן הצלת יהודי הגולה מיד אויביהם במקומות מגוריהם שעלו לא"י ובא על ידי כך הנס השלישי של קיבוץ גליות.

(ז) העולה מכל זה לדינא, אף כי אין להטיל חובה על כל איש שיהיה צריך לברך שהחיינו ביום העצמאות, אבל כל מי שרוצה לברך הרשות בידו ואין בזה שום חשש של ברכה לבטלה, וכל מי שיודע בעצמו שנהנה ושמח במאורע של תקומת המדינה ביום ההוא שהוקבע ליו"ט אין ברכתו רשות אלא חובה. ונכון להסמיך ברכת שהחיינו לאמירת הלל, היינו לפני ברכת הלל אם אומרים את ההלל בברכה (לפי שורת הדין כמו שהוכחתי לעיל) או לפני התחלת אמירת הלל אם אומרים הלל בלא ברכה.

יהי רצון מלפני השוכן בציון לפקדנו בפקודת ישועה ורחמים. וכאשר זכינו לאתחלתא דגאולה כן נזכה כולנו לראות בגאולה השלימה במהרה בימינו בקרוב. כעתירת ידידו ומוקירו הדושת"ה בברכת כט"ס. משלם ראטה

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:27 pm

· #561893
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
איינער ווייסט וואס ער מיינט מיט די ווערטער ואלמלא נעשית ההכרזה באותו היום והיתה נדחית ליום אחר אז היינו מאחרים את המועד ולא היינו משיגים את ההכרה וההסכמה של המעצמות הגדולות שבאומות העולם, כידוע, ?

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:31 pm

· #561896
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
מתוך שו"ת יביע אומר חלק ו - או"ח סימן מא

...וכיו"ב ראיתי בשו"ת ישכיל עבדי ח"ו (חאו"ח סי' י אות ז) שג"כ העלה שאין לגמור ההלל בתוך תפלת יום העצמאות אפי' בלא ברכה, מפני שעדיין אויבינו קמים עלינו לכלותינו, ואין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו, ועונותינו הטו אלה, כי היצר הצורר בעוכרינו להסית את ישראל מדרכי ה' וכו', ומכיון שאין כאן אלא אתחלתא דגאולה, ואינה גאולה שלמה לכל עם ישראל, לכן אין לתקן לומר הלל גמור בתוך התפלה אפי' בלי ברכה, ורק אפשר לומר מזמורי ההלל לאחר סיום התפלה, בלי ברכה, כי פשוט שאין לנו להכנס בספק ברכה לבטלה. עכ"ד...

דערהויבענע איד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:32 pm

· #561897
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
היימלינד #
איינער ווייסט וואס ער מיינט מיט די ווערטער ואלמלא נעשית ההכרזה באותו היום והיתה נדחית ליום אחר אז היינו מאחרים את המועד ולא היינו משיגים את ההכרה וההסכמה של המעצמות הגדולות שבאומות העולם, כידוע, ?
קוק וואספארא טויש די וועלט האט גענומען די לעצטע האלבע יאר לגבי מדנ''י. היינט וואלט די UN קיינמאל מסכים געווען צו מכיר זיין אין די מדינה.

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:37 pm

· #561898
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 1:38 pm

· #561899
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
דערהויבענע איד #
היימלינד #
איינער ווייסט וואס ער מיינט מיט די ווערטער ואלמלא נעשית ההכרזה באותו היום והיתה נדחית ליום אחר אז היינו מאחרים את המועד ולא היינו משיגים את ההכרה וההסכמה של המעצמות הגדולות שבאומות העולם, כידוע, ?

קוק וואספארא טויש די וועלט האט גענומען די לעצטע האלבע יאר לגבי מדנ''י. היינט וואלט די UN קיינמאל מסכים געווען צו מכיר זיין אין די מדינה.

אבער זיי האבן שוין געהאט די הכרה פון פריער ביי הצהרת בלפור והסכמת הליגה

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 13, 2024 3:27 pm

· #561928
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
1.
ה׳ אייר איז מען באפרייט געווארען פון די בריטישע, און געווארען אליינס א מדינה, דוגמת יציאת מצרים.
2.
ה׳ אייר נאכן ליינען די מגילת העצמאות איז מען געווארען אנערקענט דורך די וועלט אלץ א מדינה, א מדינה וואס קיינער אנערקענט נישט איז נישט ציפיל ווערט,דוגמת עזה.
3.
ה׳ אייר איז א טאג פון רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר, אז עני איד פון די גאנצע וועלט זאל האבן א פלאץ צו אנטלויפן, אין פאל פון אנטעסעמיטיזם.
4.
ה׳ אייר איז א טאג פון אויסרופן ״ניין צו כצאן לטבח״
5.
ה׳ אייר איז א טאג פון הן עם לבדד ישכון, און מיר וועלן זיך מער נישט פארלאזן אויף די גוי׳אישע שכנים.
6.
ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 13, 2024 3:50 pm

· #561930
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייזיק שפירא #
לכאורה איז די שמחה אז מ'האט אויפגעשטעלט א אידישע ממשלה

פון ווען די אידן זענען פארטריבן געווארן פון א''י איז ע''פ א''י געווען אונטער געווארפן אונטער ממשלות פון אנדערע לענדער
ה' אייר תש''ח האט מען אויסגערופען אז ו' אייר גייט זיך פון פריש גרינדען א אידישע הערשאפט אין א''י

(איינע פון די סיבות פארוואס מ'האט אויסגערופן ה' אייר הגם מ'האט ערשט באקומען די ממשלה אין ו' אייר וויבאלד ו' אייר איז געווען שבת און מ'האט נישט געוואלט דארפן מחלל שבת זיין וועגן דעם)
נו, פיהר אויס...און אונז ערליכע אידן פרייען זיך אז מ'קען מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ. און אויסער אלע יא קנא'ישע אדער נישט קנא'ישע מיינונגען. יא שיטה אדער נישט שיטה. דאס אלעס איז גוט לפילפולא ולדרוש נאה. נאר איך מיין בשכלי הדל (וואס א סאך מענטשן וועלן זיך פרייען מסכים צו זיין מיט דעים.) אז דער אייבישטער, כביכול איז א סאך מער צופרידן אז בסוף זמן גליותנו, ביז משיח וועט קומען זאללן די אייניקלעך פון אברהם אבינו הערשן איבער ארץ ישראל ווי איידער די אומה שפילה די בני ישמעאל. נאכדעים וועט משיח צדקנו איבערנעמען און ס'וועט זיין די גאולה שלימה. נאר דאס איז בבחינת ווי דער רבי ר' מענדעלע מ'רימאנאוו האט געזאגט איבער דעם עניין. אז ביז צו די קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק בראנפן.

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 4:20 pm

· #561937
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
קהל'ס נער #
1.
ה׳ אייר איז מען באפרייט געווארען פון די בריטישע, און געווארען אליינס א מדינה, דוגמת יציאת מצרים.
2.
ה׳ אייר נאכן ליינען די מגילת העצמאות איז מען געווארען אנערקענט דורך די וועלט אלץ א מדינה, א מדינה וואס קיינער אנערקענט נישט איז נישט ציפיל ווערט,דוגמת עזה.
3.
ה׳ אייר איז א טאג פון רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר, אז עני איד פון די גאנצע וועלט זאל האבן א פלאץ צו אנטלויפן, אין פאל פון אנטעסעמיטיזם.
4.
ה׳ אייר איז א טאג פון אויסרופן ״ניין צו לצאן לטבח״
5.
ה׳ אייר איז א טאג פון הן עם לבדד ישכון, און מיר וועלן זיך מער נישט פארלאסן אויף די גוי׳אישע שכנים.
6.
ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
זאגסט גוט, אבער איך וויל פארשטיין בעסער.

1. די טאג איז נאר "נאך א חלק" פון די גאולה, ממ"נ איז עס פון אנהויב די מלחמה, האט זיך עס שוין אנגעהויבען חדשים פריער, אויב איז צום סוף מלחמה דארף מען פראווען ווען ס'איז געווען די שביתת נשק מיט מצרים.
2. געוויסע האבן אנערקענט פריער און געוויסע אנערקענען נאך היינט נישט, איז וואס איז קובע ?
3.4.5. ערווענט שוין הרב עובדיה יוסף הבאתי לעיל אז ס'איז נאר א אתחלתא און נישט קיין גאולה שלימה ווייל די צרות גייען ווייטער אהן.
6. ווי געזאגט איז עס נישט די התחלה אדער סוף.

דערהויבענע איד » מאנטאג מאי 13, 2024 4:26 pm

· #561941
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
היימלינד #
קהל'ס נער #
זאגסט גוט, אבער איך וויל פארשטיין בעסער.

1. די טאג איז נאר "נאך א חלק" פון די גאולה, ממ"נ איז עס פון אנהויב די מלחמה, האט זיך עס שוין אנגעהויבען חדשים פריער, אויב איז צום סוף מלחמה דארף מען פראווען ווען ס'איז געווען די שביתת נשק מיט מצרים.
2. געוויסע האבן אנערקענט פריער און געוויסע אנערקענען נאך היינט נישט, איז וואס איז קובע ?
3.4.5. ערווענט שוין הרב עובדיה יוסף הבאתי לעיל אז ס'איז נאר א אתחלתא און נישט קיין גאולה שלימה ווייל די צרות גייען ווייטער אהן.
6. ווי געזאגט איז עס נישט די התחלה אדער סוף.
2. יציאת מצרים האבן געוויסע אויכעט געשריגן אז זיי ווילן צוריקגיין. זכנו את אבטחים ואת הדגה ווי ס'שטייט דארט אין פסוק.

3.4.5. צרות האמיר אויכעט נאכן נס חנוכה ופורים ופסח, נאך אלע מעשיות האבן אידן געהאט א נס דעמאלטס. און מ'רופט עס טאקע נאר אן אנהויב פון די גאולה שלימה.

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 4:32 pm

· #561943
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
דערהויבענע איד #

3.4.5. צרות האמיר אויכעט נאכן נס חנוכה ופורים ופסח, נאך אלע מעשיות האבן אידן געהאט א נס דעמאלטס. און מ'רופט עס טאקע נאר אן אנהויב פון די גאולה שלימה.
יש לחלק פון חנוכה ווייל איה"נ ס'איז שפעטער געווען צרות אבער נישט די צרה פון וואס מען איז געראטעוועט געווארען, פורים זאגט מען טאקע נישט קיין הלל מהאי טעמא, אכתי עבדי דאחשוורוש אנן.

אויב איז נאר א התחלה קען מען טאקע נישט זאגן קיין הלל בברכה - וכן פסק הרבנות הראשית עד הרב גורן
האסט געזעהן די גאנצע תשובה פון יביע אומר און די שפעטערדיגע לינק וואס איך האב געברענגט ?

ארכיטקט » מאנטאג מאי 13, 2024 6:50 pm

· #561982
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
קיין איין נארמאלע באזעסענע רבי האט זיך טאקע נישט געפרייט אדער געפייערט ה' אייר.

אייזיק שפירא » מאנטאג מאי 13, 2024 6:54 pm

· #561983
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ארכיטקט #
קיין איין נארמאלע באזעסענע רבי האט זיך טאקע נישט געפרייט אדער געפייערט ה' אייר.
ווייל אויב האט ער געפייערט איז ער אטימאטיש געווארן אויס באזעסענע רבי

(לדוגמא ר' ברוך'ל מונקאטשער ז''ל, וואס איז געווען אן אנגענומענער רב פאר'ן קריג, אבער ווען ער האט איינגעזעהן אז די שיטת המזרחי איז גערעכט, האט מען נישט געזאגט אז א ערליכע רב האט אנערקענט, ווייל ער איז אטימאטיש געווארן אויס, און אזוי שטימט אז קיין איין ערליכע רב האט נישט געהאלטן פון די מזרחי, והבן)

ארכיטקט » מאנטאג מאי 13, 2024 6:59 pm

· #561984
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייזיק שפירא #
ארכיטקט #
קיין איין נארמאלע באזעסענע רבי האט זיך טאקע נישט געפרייט אדער געפייערט ה' אייר.
ווייל אויב האט ער געפייערט איז ער אטימאטיש געווארן אויס באזעסענע רבי

(לדוגמא ר' ברוך'ל מונקאטשער ז''ל, וואס איז געווען אן אנגענומענער רב פאר'ן קריג, אבער ווען ער האט איינגעזעהן אז די שיטת המזרחי איז גערעכט, האט מען נישט געזאגט אז א ערליכע אב האט אנערקענט, ווייל ער איז אטימאטיש געווארן אויס, און אזוי שטימט אז קיין איין ערליכע רב האט נישט געהאלטן פון די מזרחי, והבן)
האסט טאקע געברענגט א גוטע דוגמא.....

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 13, 2024 7:01 pm

· #561986
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
האלטן פון די שיטה פון מזרחי און זיך איינרעדן אז די מדינה איז שוין די גאולה שלימה איז צוויי באזונדערע זאכן.

מ'קען זיך פרייען אז די אייבישטער האט אזוי צוגעפיהרט אז די אידן זאללן האבן א שטיקל אינדעפענדענט ממשלה און אן אייגן לאנד פאר ביאת המשיח. נאר מ'דארף געדענקען אז אונז זעמיר נאך אלץ אין גלות.

מזרחי אליין זאגן נישט אז די מדינה איז די גאולה השלימה. זיי רופן עס אן אתחלתא ד'גאולה...."ראשית צמיחת גאולתינו"...!

צוויי » מאנטאג מאי 13, 2024 7:09 pm

· #561988
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
קהל'ס נער #
1.
ה׳ אייר איז מען באפרייט געווארען פון די בריטישע, און געווארען אליינס א מדינה, דוגמת יציאת מצרים.
וועסטו וועלן מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר

2.
ה׳ אייר נאכן ליינען די מגילת העצמאות איז מען געווארען אנערקענט דורך די וועלט אלץ א מדינה, א מדינה וואס קיינער אנערקענט נישט איז נישט ציפיל ווערט,דוגמת עזה.
יא יא אן א.ג. מדינה וואס די די וועלט האט די מערסטע אין די וועלט נייעס....

3.
ה׳ אייר איז א טאג פון רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר, אז עני איד פון די גאנצע וועלט זאל האבן א פלאץ צו אנטלויפן, אין פאל פון אנטעסעמיטיזם.
זאג עס נאכאמאל, מ'זאל קענען אנטלויפן צו וואו? צו די כמעט אומפארזיכערסטע מדינה, ווי ס'איז דא כסדרדיגע סכנות פון די שכנים, און פאר ערליכע אידן פון די מדינה אליינס...

4.
ה׳ אייר איז א טאג פון אויסרופן ״ניין צו כצאן לטבח״
מיר בעטן 'נאר' פון 'השי"ת' 'נקום לעינינו'

5.
ה׳ אייר איז א טאג פון הן עם לבדד ישכון, און מיר וועלן זיך מער נישט פארלאזן אויף די גוי׳אישע שכנים.
ובגוים לא יתחשב... לאמיר זעהן ווער איז מער אפגעשיידט פון די תהלכות און לעבנסטייגער פון די גוים עמי הארץ?

6.
ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
עשרים לעומר א טאג פון צער השכינה, נצחו עצת היצר עם הנסיון של רשע וטוב לו, מעכב הגאולה שלמה בב"א

דערהויבענע איד » מאנטאג מאי 13, 2024 11:30 pm

· #562033
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
צוויי #
קהל'ס נער #
1.

ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
עשרים לעומר א טאג פון צער השכינה, נצחו עצת היצר עם הנסיון של רשע וטוב לו, מעכב הגאולה שלמה בב"א
די נושא אין דעם אשכול איז וואס איז דווקא געשען אום ה' אייר, אפילו אלס א סאטמארוקי דארפסטו אויכעט א הסבר פארוואס די טאג איז א יום המר והנמהרת.

די וואס זענען נישט מכיר אין די טובה פון די ישוב פון אידן אידן אין ארץ ישראל, דארפן עס נישט איבערקייען דא.

צוויי » מאנטאג מאי 13, 2024 11:38 pm

· #562036

גראדע בין איך נישט פון קהילת אדער חסידות סאטמאר

פארוואס איך האב געזאגט עשרים לעומר און נישט ה' אייר, איז ווייל איך האב שוין געזעהן ערגעץ שטיין פון א צדיק נאך פאר ס'איז געווען ציונים בכלל, אז עשרים לעומר איז א טאג פון צער השכינה, און עשרים לעומר איז ה' אייר.
און איבער די מדינה, האבן צדיקים געזאגט אז דאס איז מצער דעם אייבערשטן, און אפי' די רבנים וואס האבן נאך די התחלת קיום המדינה געהאלטן אז מ'קען אדער מ'זאל ארבעטן פון אינעווייניג, האבן אבער געהאלטן אז דאס טאר נישט געשעהן, ס'איז אפי' דא א באוויסטע ווארט אדער פון הגה"ק החזון איש זצ"ל אדער הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע דערוועגן, פאר די מדינה אז די מדינה וועט זיכער נישט צושטאנד קומען.

אייזיק שפירא » דינסטאג מאי 14, 2024 12:29 am

· #562038
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
דו רעכענסט אריין אין צדיקים און רבנים, נאר אזעלכע וואס דיך געפעלט, און ממילא קומסטו צי אזעלכע מסקנות
רב קוק ז''ל האט געהאלטן אנדערש ודו''ק
(און ניין, ער איז נישט געווען קיין יחיד)

צוויי » דינסטאג מאי 14, 2024 11:51 am

· #562117
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
רב קוק כבודו במקומו מונח האט גערעדט און געשריבן זאכן נגד דת תורתינו הק' והמסורה לנו

קהל'ס נער » דינסטאג מאי 14, 2024 12:05 pm

· #562118
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
קיין איין רב האט נישט געהאלטן פון די מדינה

וואס הייסט, רב קוק איז געוועהן פון די גרעסטע שטיצער?
רב קוק איז א שייגעץ.

פארוואס איז רב קוק א שייגעץ?
ווייל ער האט געהאלטן פון די מדינה.

היימלינד » דינסטאג מאי 14, 2024 12:09 pm

· #562120
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ארכיטקט #
קיין איין נארמאלע באזעסענע רבי האט זיך טאקע נישט געפרייט אדער געפייערט ה' אייר.
אנטשולדיגט אבער איך האב געבעטען ביים עפענען די אשכול אז מען זאל זיך האלטען צום נושא

וואס אנדערע האלטען איבער ציונות ווייס איך אויך, אבער נישט דאס איז די שאלה דא

אייזיק שפירא » דינסטאג מאי 14, 2024 12:13 pm

· #562122
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
צוויי #

רב קוק כבודו במקומו מונח האט גערעדט און געשריבן זאכן נגד דת תורתינו הק' והמסורה לנו
שקר
נישט געשריבן קיין איין זאך קעגן דת תורתינו הק'

נאר וויבאלד ער האט געהאלטן אז ע''פ תורה מעג מען מאכן א מדינה איז ער אטימאטיש געווארן אפגעפרעגט אזוי ווי @קהל'ס נער שרייבט שוין

ס'איז געווען אפי' היימישע רבנים (וואס מ'רופט נאך אזוי) וואס האבן געהאלטן ווי אים, נאר ווער ס'האט געוואלט בלייבן אנגענומען ביי אונזער עולם האט זיך געמוזט היטן דאס מויל
ווייל אויב זאגט מען א ווארט פארלירט מען פלוצלינג די דעת תורה און מ'איז שוין ממילא אפגעפרעגט

צוויי » דינסטאג מאי 14, 2024 1:40 pm

· #562151
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי.
סאטמאר רב שרייבט אויף אים שרעקליכע ווערטער, וואס ער האט נישט געשריבן אויף קיין אנדערע גדולים אפי' זיי האבן זיך צוגעשטעלט אדער געהאלטן פון די מדינה

אשרי העם » דינסטאג מאי 14, 2024 3:31 pm

· #562170
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ה' אייר, דער טאג וואס עס האט זיך געגרינדעט די ציוניסטישע מדינה, "מדינת ישראל", ביום ה' אייר תש"ח, מיט'ן ציל מורד צו זיין אין מלכות שמים, עובר זיין
אויף די הארבע שלש שבועות און אראפווארפן פון זיך דעם גזירת הגלות.

זינט דער טאג וואס די מדינה של גיהנם איז געגרינדעט געווארן, זענען שוין צענדליגער טויזנטער קרבנות ליידער געפאלן על מזבח המדינה. אבער היי יאר זעט זיך פילפאכיג שטערקער ארויס ליידער דער גרויסער אומגליק דערפון. נישט בלויז שלומי אמוני ישראל, ערליכע אידן איבער דער גארער וועלט, רעדן יעצט איבער דער שרעקליכער צרה. נאר עס זעט עס יעדער קלאר און ווייטאגליך. אומעטום שמועסט מען איבער די צרות רבות רעות ומשונות וואס דער עקזיסטענץ פון דער מדינה האט אנגעברענגט אויף אידן. בעת מען שטייט אינמיטן א בלוטיגע מלחמה פון וועלכע ס'זעט זיך נישט ארויס קיין וועג. נאך א שוידערליכע שחיטה וואס טעראריסטן האבן דורכגעפירט א האלב יאר צוריק און קאלטבלוטיג דערמארדעט 1200 אידישע נפשות אונטער'ן שלטון פון מדינת ישראל. מ'קריכט נאר טיפער און טיפער מיט'ן התגרות באומות און אנרייצן מיליאנען אראבער פון די ארומיגע מדינות און פון איבער דער גאנצער וועלט.

אין דעם טאג ה' אייר, ווען אין דער ציוניסטישער מדינה פּרובירן די מינים ואפיקורסים צו הייבן דעם מאראל טראץ די אפענע נידערגעשלאגנקייט, אינערליכע צעריסנקייט און עקזיסטענץ-געפאר, וועלן ערליכע אידן זיך מחזק זיין אין דער ריינער אמונה, איבער'חזר'ן די השקפה הטהורה אז אידן טארן נישט האבן קיין שום שייכות צו דעם מלכות המינות על אדמת ארה"ק און הייס מתפּלל זיין אז די מדינה הטמאה זאל גענצליך בטל ווערן, נישט חלילה דורך אומות העולם, נאר דורך רחמים וחסדים, די עכטע גאולה שלימה זאל שוין קומען ווי שנעלער, בביאת משיח צדקינו, במהרה בימינו אמן.

שאלתיאל » דינסטאג מאי 14, 2024 4:09 pm

· #562183
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
צוויי #
אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי.
סאטמאר רב שרייבט אויף אים שרעקליכע ווערטער, וואס ער האט נישט געשריבן אויף קיין אנדערע גדולים אפי' זיי האבן זיך צוגעשטעלט אדער געהאלטן פון די מדינה
ווי למשל?

אגב, דאס אז סאטמאר'ע רב האט געשריבן אויף רב קוק שרעקליכע ווערטער זאגט מער אויף אים אליין ווי אויף רב קוק.

אשרי העם » דינסטאג מאי 14, 2024 4:19 pm

· #562185
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
@שאלתיאל:
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.

גאר נייגעריג » דינסטאג מאי 14, 2024 4:24 pm

· #562188
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
12שה וחרפה פון די 12 קאנאל!
די ליוו סטרימינג פון די טקס כיבוי המשואות איז געווען אן עקל!

צוויי » דינסטאג מאי 14, 2024 4:27 pm

· #562190
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
שאלתיאל #
צוויי #
אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי.
סאטמאר רב שרייבט אויף אים שרעקליכע ווערטער, וואס ער האט נישט געשריבן אויף קיין אנדערע גדולים אפי' זיי האבן זיך צוגעשטעלט אדער געהאלטן פון די מדינה
ווי למשל?

אגב, דאס אז סאטמאר'ע רב האט געשריבן אויף רב קוק שרעקליכע ווערטער זאגט מער אויף אים אליין ווי אויף רב קוק.
ולא תתורו אחרי לבבכם-הערצל ואחרי עיניכם-קוק

שאלתיאל » דינסטאג מאי 14, 2024 4:29 pm

· #562192
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אשרי העם #
@שאלתיאל:
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.
כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?

שאלתיאל » דינסטאג מאי 14, 2024 4:30 pm

· #562193
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
צוויי #
שאלתיאל #
צוויי #
אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי.
סאטמאר רב שרייבט אויף אים שרעקליכע ווערטער, וואס ער האט נישט געשריבן אויף קיין אנדערע גדולים אפי' זיי האבן זיך צוגעשטעלט אדער געהאלטן פון די מדינה
ווי למשל?

אגב, דאס אז סאטמאר'ע רב האט געשריבן אויף רב קוק שרעקליכע ווערטער זאגט מער אויף אים אליין ווי אויף רב קוק.
ולא תתורו אחרי לבבכם-הערצל ואחרי עיניכם-קוק
כ'האב געפרעגט אויף דיין ערשטע חלק תגובה:
"אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי"

אשרי העם » דינסטאג מאי 14, 2024 5:06 pm

· #562206
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
שאלתיאל #
אשרי העם #
@שאלתיאל:
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.
כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
די משנה רעדט צו דיר.
סאטמאר רב איז געווען א גאון הגאונים, א גדול בישראל און א קדוש עליון וציס״ע

שאלתיאל » דינסטאג מאי 14, 2024 5:18 pm

· #562214
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אשרי העם #
שאלתיאל #
אשרי העם #
@שאלתיאל:
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.
כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
די משנה רעדט צו דיר.
סאטמאר רב איז געווען א גאון הגאונים, א גדול בישראל און א קדוש עליון וציס״ע
וועסט זיין שאקירט וואס הרב קוק איז געווען: א קדוש הקדושים אקספלריה המאירה בוצינא קדישא און א רשכבה"ג

לאכעדיג » דינסטאג מאי 14, 2024 5:21 pm

· #562217
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
@שאלתיאל און @אשרי העם, אויב זוכן ענק נאך אזעלכע לשונות קענען ענק נעמען פון די מציבה פון טאהש רבי...

צוויי » דינסטאג מאי 14, 2024 5:41 pm

· #562224
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
לאכעדיג #
@שאלתיאל און @אשרי העם, אויב זוכן ענק נאך אזעלכע לשונות קענען ענק נעמען פון די מציבה פון טאהש רבי...
די נישט ארויפגעלייגטע מציבה מיינסטו?
ווייל די יעצטיגע מציבה איז טאקע אסאך לשונות אבער צום זאך

צוויי » דינסטאג מאי 14, 2024 5:42 pm

· #562225
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
שאלתיאל #
וועסט זיין שאקירט וואס הרב קוק איז געווען: א קדוש הקדושים אקספלריה המאירה בוצינא קדישא און א רשכבה"ג

איך וועל עס איבערקומען אז איך וועל הערן אויבן אין עולם האמת אויב רב קוק איז טאקע דאס געווען, און איך האב געלעבט אין א טעות.
איך ווייס אבער נישט טאמער דו וועסט עס איבערקומען צו הערן אז דו האסט געלעבט אין א טעות...

לאכעדיג » דינסטאג מאי 14, 2024 5:45 pm

· #562227
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
צוויי #
די נישט ארויפגעלייגטע מציבה מיינסטו?
ווייל די יעצטיגע מציבה איז טאקע אסאך לשונות אבער צום זאך
ריכטיג. די צווייטע מציבה איז זיכער בעסער פון די ערשטע...

אייזיק שפירא » דינסטאג מאי 14, 2024 7:12 pm

· #562237
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
שאלתיאל #
אשרי העם #
שאלתיאל #

כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
די משנה רעדט צו דיר.
סאטמאר רב איז געווען א גאון הגאונים, א גדול בישראל און א קדוש עליון וציס״ע
וועסט זיין שאקירט וואס הרב קוק איז געווען: א קדוש הקדושים אקספלריה המאירה בוצינא קדישא און א רשכבה"ג
דא קענסטו זעהן וואס די גדולי ישראל (וואס האבן אים געקענט) האבן געזאגט און געשריבן אויף אים
החפץ חיים שמע בזמן הכנסייה הגדולה הראשונה שהתקיימה בווינה בשנת תרפ"ג דברי פגיעה ברב קוק, ואז הגיב החפץ חיים: ”הערענדיג אזעלכע ווערטער דארף מען קריעה רייסען!”
כמו כן סירב ללחוץ את ידיהם של בני המשלחת הירושלמית ואמר להם: ”לאלה שעושים מחלוקת נגד רבה של ירושלים איני נותן שלום!” והוסיף: ”דעו לכם כי הוא קדוש וטהור, וכל הנוגע בו לא יינקה.”

הרב מלצר אמר לרב גרודז'ינסקי בביקור אצלו בהתייחסו לרב קוק: ”אנו גדולים עד בריח הדלת שלו”
ובהספד על הרב קוק אמר: ”יחיד הדור בגאונות, יחיד הדור בצדקות, יחיד הדור בחסידות.” וקרא בבכי: ”אבי אבי רכב ישראל ופרשיו”.

הרב שלמה אלישיב אמר לרב אריה לוין על הרב קוק שהוא ”כליל השלמות: שלמות בגאונות, שלמות בצדקות, שלמות במחשבה ושלמות בהנהגה”.

הרב יצחק הוטנר, שהיה תלמידו, אמר עליו: ”הרב היה בקי בכל התורה כולה, בבלי וירושלמי, נגלה ונסתר, ממש כל רז לא אניס ליה בכל חלק מחלקי התורה!.” והוסיף: ”הרב היה גדול בתורה, ביראה ובחסידות, מכל אשר חלקו עליו”.
עוד סיפר הרב הוטנר שרבו, "הסבא מסלבודקה", אמר לו על הרב קוק: ”הרב קוק לא למד בישיבות המוסר, אך הוא הצורה של המוסר.”

האדמו"ר הריי"צ מליובאוויטש כתב לרב קוק: ”כבוד ידידי הרב הגאון הנודע והמפורסם בכל מרחבי תבל וקצוי ארץ לשם תהלה ותפארת בתוככי גאוני יעקב עמוד הימיני פטיש החזק כבוד שם תפארתו מוהר"ר אברהם יצחק שליט"א.”

הרב זליג ראובן בנגיס כתב לרב קוק, אותו הכיר מישיבת וולוז'ין: ”הרב הגאון האדיר, תפארת ישראל... הכהן הגדול מאחיו...”

הרב יצחק זאב סולובייצ'יק מבריסק כתב: ”הרב הגאון הגדול המפורסם, תפארת ישראל...”
ובמכתב אחר מכנה את הרב קוק "פאר הדור".

הרב ירוחם ליבוביץ כתב: ”לכבוד הרב הגאון המפורסם בכל קצוי תבל, סיני ועוקר הרים, צדיק וחסיד, כליל המעלות והטוהר, רשכבה"ג ומרא דארעא דישראל, אדמו"ר הגאון א"י הכהן קוק שליט"א.”

הרב ברוך בר ליבוביץ כתב: ”כבוד הגאון האמתי, נר ישראל, עמוד הימיני כקש"ת.”

הרב אהרן קוטלר כתב: ”מעלת כבוד הגאון הגדול המפורסם בכל קצוי הארץ, פאר הדור, עמוד הימיני, פטיש החזק, מעוז ומגדול לתורה ולדת...”

הרב יהודה מאיר שפירא מלובלין כתב: ”חכימא דיהודאי, רב האי גאון ודגול מרבבות קודש, שר התורה ופאר הדור, מרא דארעא דישראל”, וביקש מהרב קוק להאציל מברכתו על הישיבה שפותח.

הרב מרדכי מביילגוריא שלח כספים אל הראי"ה כדי שיחלקם וכתב: ”רב האי גאון המפורסם, ראש הרבנים כליל המדעים פאר היחש עוטה מעיל המדות... נשיא הרבנות הראשית בארץ הקודש”

החזון איש פנה אליו בשאלה הלכתית בנוסח ”הוד כבוד מרן שליט"א”, תואר שבו השתמש החזון איש, מלבד ביחס לרב קוק, רק לגדולים ביותר בעיניו: הרב איסר זלמן מלצר, הרב חיים עוזר גרודזנסקי, הרב יצחק זאב סולובייצ'יק והרב אלחנן וסרמן.
בהנחת אבן הפינה לישיבת בית יוסף בבני ברק עמד החזון איש במשך כל נאום הברכה של הרב קוק, כבוד שלא נתן לגדולי תורה אחרים שדיברו שם. לשואלים מדוע לא ישב, הוא ענה: ”די תורה שטייט”!

גם הרב יוסף חיים זוננפלד, שחלק על דרכו, העריך את הרב קוק, ונהג לדבר איתו ארוכות בדברי תורה כשנפגשו.
בספר "יחידי סגולה" מאת הרב איסר פרנקל מובא שהרב זוננפלד אמר למי ששאלוהו מדוע הוא משוחח בדברי תורה עם הרב קוק: ”הרב קוק הוא צדיק גמור, אך דרכינו הן נפרדות”.
הרב אברהם חיים בביוף, שהיה ממשמשיו של הרב זוננפלד, סיפר כי שררו יחסים טובים בין הרב זוננפלד לבין הרב קוק, שאותו הוא מכנה ”צדיק יסוד עולם”

הרב שלמה זלמן אוירבך שהכיר את הרב קוק בצעירותו אמר עליו לרב משה צבי נריה שהיה מתלמידי הרב קוק: "הרב היה גאון מופלא וקדוש עליון".
בהזדמנות אחרת אמר לרב נריה: ”הרב היה גדול בכל, איש האשכולות. מאיזה צד שהיית מתבונן בו, היית רואה את גדולתו, את יחידותו. גאון ששלט בכל מכמני התורה, בנגלה ובנסתר, צדיק בכל דרכיו ובכל מעשיו, בדקדוקי מצוות ובמעלות המידות, בשקידת הלימוד ובמעשי החסד.” ועוד אמר על הרב קוק: ”לא היו גדולים כמוהו בדורו. זו הייתה גדלות מיוחדת. הרב היה גדול לא רק בדורו אלא בדורות!”
הרב קוק היה הרב שערך את חופתו של הרב אוירבך בחתונתו. כמו כן סיפר בנו, כשהיה אומר אביו "הרב" ללא הוספת שם, כוונתו הייתה לרב קוק. גם הרב יעקב רקובסקי העיד על כך, וסיפר שכך אמר לו רבי שלמה זלמן: ”ר' יעקב, אם אני אומר לך 'דער רב', 'הרב', תדע לך שזה הרב קוק, זה הרב שלנו, זה הרב שלי”
הוא אמר: ”יש את ר' צבי פסח פרנק, כל אחד עם גדלותו הוא, אבל כשאני אומר הרב, הרב אני לא אומר לאף אחד, הרב שלי זה הרב קוק.”

הרב אלישיב אמר על הרב קוק ”הוא היה גאון וצדיק ראשו בשמים, די גרעסטע פון אלע”

הרב עובדיה יוסף, בצטטו את הרב יהודה צדקה, אמר: ”הרב קוק היה מלאך ה' צבאות”.

אייניקעל » דינסטאג מאי 14, 2024 9:20 pm

· #562253
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אשרי העם #
ה' אייר, דער טאג וואס עס האט זיך געגרינדעט די ציוניסטישע מדינה, "מדינת ישראל", ביום ה' אייר תש"ח, מיט'ן ציל מורד צו זיין אין מלכות שמים, עובר זיין
אויף די הארבע שלש שבועות און אראפווארפן פון זיך דעם גזירת הגלות.
אן זיך באציען צו די איבריגע רעטאריק וואס,די שרייבסט
וויל איך פרעגן בלויז 2 פראגעס
וואו אין די מגילת העצמאות שטייט וועגן די ציל פון מורד זיין במלכות שמים?
אויף וועלכע שבועה האבן זיי עובר געווען? און וויאזוי?

אייניקעל » דינסטאג מאי 14, 2024 9:50 pm

· #562254
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
היימלינד #
ביטע דורך ליינען די גאנצע פארן מגיב זיין, תודה.

איך פראביר צו פארשטיין די משמעות פון די טאג פון א אידישע פרעספעקטיוו, די סעקולארע איז פשוט וועגען לאומיות, נאר מיט א לאנד זענען מיר א פאלק וכו', אבער וואס איז פשט אז רעליגיעזער אידן האבן זיך אזוי געפרייט אין דעם טאג, מה יום מיומיים?
ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל.

די עיקר מצוה פון יישוב הארץ איז אז דאס לאנד זאל זיין אונטער דעם הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל.

די מצוה פאר יעדן יחיד צו וואוינען אין ארץ ישראל איז שוין אן ענף א פרט פון דער אלגעמיינער מצוה וואס איז געלייגט אויף עם ישראל.

דאס איז אויך די עיקר שמחה פון חנוכה ווי דער רמב"ם דריקט זיך אויס א הלכות מגילה וחנוכה פרק ו'
"וחזרה מלכות לישראל יתר על מאתים שנים, עד החורבן השני"

דאס וואס עס שטייט (במדבר לג, נג): "וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ, כִּי לָכֶם נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ לָרֶשֶׁת אֹתָהּ". 'הורשתם' מיינט אייננעמען און הערשאפט כיבוש וריבונות, 'וישבתם' מיינט צו באזעצן דאס לאנד עס זאל נישט זיין וויסט. אזוי שטייט אויך (דברים יא, לא): "וִירִשְׁתֶּם אֹתָהּ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ". דער רמב"ן טוט אנווייזן די עיקר מצווה מיט די פאלגענדע ווערטער: "נצטווינו לרשת את הארץ אשר נתן האל יתעלה לאבותינו לאברהם ליצחק וליעקב, ולא נעזבנה ביד זולתנו מן האומות או לשממה" (הוספותיו למצוות עשה ד).

קומט אויס אז די מינוט וואס דאס לאנד איז צוריק אונטער אונזער הערשאפט האבן מיר מקיים געווען ולא נעזבנה ביד זולתינו.

היינו טעמא דהלל בחנוכה והיינו טעמא דהלל ביום העצמאות.

ענליך זעהט מען לגבי די הלכה פון רייסן קריעה ווען מען זעהט די ערי יהודה "בחורבנן" שולחן ערוך או"ח תקס"א, איז דוקא ווען די גוים געוועלטיגן אפילו יודן וואוינען דארטן, עיין מגן אברהם און משנה ברורה דארט.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 14, 2024 9:52 pm

· #562255
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייזיק שפירא #
שאלתיאל #
אשרי העם #
שאלתיאל #

כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
די משנה רעדט צו דיר.
סאטמאר רב איז געווען א גאון הגאונים, א גדול בישראל און א קדוש עליון וציס״ע
וועסט זיין שאקירט וואס הרב קוק איז געווען: א קדוש הקדושים אקספלריה המאירה בוצינא קדישא און א רשכבה"ג
דא קענסטו זעהן וואס די גדולי ישראל (וואס האבן אים געקענט) האבן געזאגט און געשריבן אויף אים
החפץ חיים שמע בזמן הכנסייה הגדולה הראשונה שהתקיימה בווינה בשנת תרפ"ג דברי פגיעה ברב קוק, ואז הגיב החפץ חיים: ”הערענדיג אזעלכע ווערטער דארף מען קריעה רייסען!”
כמו כן סירב ללחוץ את ידיהם של בני המשלחת הירושלמית ואמר להם: ”לאלה שעושים מחלוקת נגד רבה של ירושלים איני נותן שלום!” והוסיף: ”דעו לכם כי הוא קדוש וטהור, וכל הנוגע בו לא יינקה.”

הרב מלצר אמר לרב גרודז'ינסקי בביקור אצלו בהתייחסו לרב קוק: ”אנו גדולים עד בריח הדלת שלו”
ובהספד על הרב קוק אמר: ”יחיד הדור בגאונות, יחיד הדור בצדקות, יחיד הדור בחסידות.” וקרא בבכי: ”אבי אבי רכב ישראל ופרשיו”.

הרב שלמה אלישיב אמר לרב אריה לוין על הרב קוק שהוא ”כליל השלמות: שלמות בגאונות, שלמות בצדקות, שלמות במחשבה ושלמות בהנהגה”.

הרב יצחק הוטנר, שהיה תלמידו, אמר עליו: ”הרב היה בקי בכל התורה כולה, בבלי וירושלמי, נגלה ונסתר, ממש כל רז לא אניס ליה בכל חלק מחלקי התורה!.” והוסיף: ”הרב היה גדול בתורה, ביראה ובחסידות, מכל אשר חלקו עליו”.
עוד סיפר הרב הוטנר שרבו, "הסבא מסלבודקה", אמר לו על הרב קוק: ”הרב קוק לא למד בישיבות המוסר, אך הוא הצורה של המוסר.”

האדמו"ר הריי"צ מליובאוויטש כתב לרב קוק: ”כבוד ידידי הרב הגאון הנודע והמפורסם בכל מרחבי תבל וקצוי ארץ לשם תהלה ותפארת בתוככי גאוני יעקב עמוד הימיני פטיש החזק כבוד שם תפארתו מוהר"ר אברהם יצחק שליט"א.”

הרב זליג ראובן בנגיס כתב לרב קוק, אותו הכיר מישיבת וולוז'ין: ”הרב הגאון האדיר, תפארת ישראל... הכהן הגדול מאחיו...”

הרב יצחק זאב סולובייצ'יק מבריסק כתב: ”הרב הגאון הגדול המפורסם, תפארת ישראל...”
ובמכתב אחר מכנה את הרב קוק "פאר הדור".

הרב ירוחם ליבוביץ כתב: ”לכבוד הרב הגאון המפורסם בכל קצוי תבל, סיני ועוקר הרים, צדיק וחסיד, כליל המעלות והטוהר, רשכבה"ג ומרא דארעא דישראל, אדמו"ר הגאון א"י הכהן קוק שליט"א.”

הרב ברוך בר ליבוביץ כתב: ”כבוד הגאון האמתי, נר ישראל, עמוד הימיני כקש"ת.”

הרב אהרן קוטלר כתב: ”מעלת כבוד הגאון הגדול המפורסם בכל קצוי הארץ, פאר הדור, עמוד הימיני, פטיש החזק, מעוז ומגדול לתורה ולדת...”

הרב יהודה מאיר שפירא מלובלין כתב: ”חכימא דיהודאי, רב האי גאון ודגול מרבבות קודש, שר התורה ופאר הדור, מרא דארעא דישראל”, וביקש מהרב קוק להאציל מברכתו על הישיבה שפותח.

הרב מרדכי מביילגוריא שלח כספים אל הראי"ה כדי שיחלקם וכתב: ”רב האי גאון המפורסם, ראש הרבנים כליל המדעים פאר היחש עוטה מעיל המדות... נשיא הרבנות הראשית בארץ הקודש”

החזון איש פנה אליו בשאלה הלכתית בנוסח ”הוד כבוד מרן שליט"א”, תואר שבו השתמש החזון איש, מלבד ביחס לרב קוק, רק לגדולים ביותר בעיניו: הרב איסר זלמן מלצר, הרב חיים עוזר גרודזנסקי, הרב יצחק זאב סולובייצ'יק והרב אלחנן וסרמן.
בהנחת אבן הפינה לישיבת בית יוסף בבני ברק עמד החזון איש במשך כל נאום הברכה של הרב קוק, כבוד שלא נתן לגדולי תורה אחרים שדיברו שם. לשואלים מדוע לא ישב, הוא ענה: ”די תורה שטייט”!

גם הרב יוסף חיים זוננפלד, שחלק על דרכו, העריך את הרב קוק, ונהג לדבר איתו ארוכות בדברי תורה כשנפגשו.
בספר "יחידי סגולה" מאת הרב איסר פרנקל מובא שהרב זוננפלד אמר למי ששאלוהו מדוע הוא משוחח בדברי תורה עם הרב קוק: ”הרב קוק הוא צדיק גמור, אך דרכינו הן נפרדות”.
הרב אברהם חיים בביוף, שהיה ממשמשיו של הרב זוננפלד, סיפר כי שררו יחסים טובים בין הרב זוננפלד לבין הרב קוק, שאותו הוא מכנה ”צדיק יסוד עולם”

הרב שלמה זלמן אוירבך שהכיר את הרב קוק בצעירותו אמר עליו לרב משה צבי נריה שהיה מתלמידי הרב קוק: "הרב היה גאון מופלא וקדוש עליון".
בהזדמנות אחרת אמר לרב נריה: ”הרב היה גדול בכל, איש האשכולות. מאיזה צד שהיית מתבונן בו, היית רואה את גדולתו, את יחידותו. גאון ששלט בכל מכמני התורה, בנגלה ובנסתר, צדיק בכל דרכיו ובכל מעשיו, בדקדוקי מצוות ובמעלות המידות, בשקידת הלימוד ובמעשי החסד.” ועוד אמר על הרב קוק: ”לא היו גדולים כמוהו בדורו. זו הייתה גדלות מיוחדת. הרב היה גדול לא רק בדורו אלא בדורות!”
הרב קוק היה הרב שערך את חופתו של הרב אוירבך בחתונתו. כמו כן סיפר בנו, כשהיה אומר אביו "הרב" ללא הוספת שם, כוונתו הייתה לרב קוק. גם הרב יעקב רקובסקי העיד על כך, וסיפר שכך אמר לו רבי שלמה זלמן: ”ר' יעקב, אם אני אומר לך 'דער רב', 'הרב', תדע לך שזה הרב קוק, זה הרב שלנו, זה הרב שלי”
הוא אמר: ”יש את ר' צבי פסח פרנק, כל אחד עם גדלותו הוא, אבל כשאני אומר הרב, הרב אני לא אומר לאף אחד, הרב שלי זה הרב קוק.”

הרב אלישיב אמר על הרב קוק ”הוא היה גאון וצדיק ראשו בשמים, די גרעסטע פון אלע”

הרב עובדיה יוסף, בצטטו את הרב יהודה צדקה, אמר: ”הרב קוק היה מלאך ה' צבאות”.
איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל/בחור. און איך בין געווען מושפע פון די אפיציעלע פראפאגאנדע אז רב קוק איז געווען נאך ערגער ווי דער פויפסט (הס מלהזכיר.) און איך האב געליינט אין א ספר ואס הייסט "מרא דארעא דישראל". פארשידענע בריוון פון גדולי ישראל אזוי ווי ר ' חיים עוזר גראדזשענסקי און נאך אנדערע גדולי ישראל וואס פארא שיינע טיטלען זיי שרייבן אויף הרב קוק. האב איך געפרעגט פון מיין טאטן. וויאזוי איז דאס מעגליך. ער האט מיר געגעבן א תירוץ. אז אין אמת איז ער געווען א גדול בישראל. נאר מכח פארשידענע זאכן וואס ער האט געזאגט און מ'האט נישט פארשטאנען זענען א סאך רבנים ארויסגעגאנגען אקעגן איהם.

אייניקעל » דינסטאג מאי 14, 2024 10:14 pm

· #562258
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
מיט דער גרינדונג פון מדינת ישראל בעזר הוי"ה ברוך הוא, האט מען אנגעפאנגן אראפצונעמען די חרפה פון גלות פונעם יודישען פאלק. דורות אויף דורות זענען מיר ארומגעפלויגן אין גלות, מיר זענען דורכגעגאנגען שרעקליכע השפלות גנבות און רציחות. יודיש בלוט איז געווען ביליג און אבסאלוט הפקר, מען האט אונז באטראכט אלס שאף עוועלעיבל פאר דער שחיטה פאר וועם נאר אימער ס'האט זיך פארגלוסט אונז צו פירן צום שלאכט הויז, צו ווערן דערהרגעט און פארלוירן צו שאנד און שפאט. פֿרעמדע האָבן אונז געזאָגט, מע עטץ האָסט נישט מער קיין האָפענונג. עס איז געווען אַ סיטואַציע פון ​​א שרעקליכע חילול השם איום ונורא.

איך בין ממליץ אדורכצולערנען יחזקאל פרק ל"ו צו פארשטיין וואס די חילול השם איז.

יא די נביאים האבן טאקע פאראויסגעזאגט אז עם ישראל וועט זיך נאך איין טאג צוריקקערן צו אונזער היימלאנד אבער נאכדעם וואס אזויפיל יארן זענען פארביי, און השי"ת'ס דיבור איז נישט מקוים געווארן, האט זיך געמערט די שוידערליכע חילול השם אין דער וועלט, און די שונאי ישראל האבן שוין געהוליעט מיט די מחשבה אז די טשאנס פאר עם ישראל זיך אומקערן צו זייער היימלאנד איז פארלוירן געווארן.

און דאָ איז געשען דער נס, דאָס דיבור פון השי"ת האט זיך אנגעהויבן מגשם זיין דורך דעם וואס מדינת ישראל איז אויפגעשטאנען. די קידוש השם איז געווען הילכיג און מעכטיג.

פארשטייט זיך אז מיר זענען נאך גאנץ אפגעריקט פונעם תיקון השלם, מיליאנען יודן וואוינען נאך אין גלות, און די מצב אין אונזער היימלאנד איז נאך ווייט פון פערפעקט, אבער די ריבונות פון ה' אייר האט אנגעהויבן א פראצעס פון קיבוץ גלויות, כידוע איז איינע פון די שטערקסטע יסודות אין די מגילת העצמאות די סעיף אז דאס לאנד איז אפען פאר איעדע יוד. און פון דעם טאג און ווייטער איז א יוד מער נישט היימלאז. - טויזענטער יודן פון די קעמפס אין די פארשאלטענע אייראפע וואס קיין שום לאנד האט זיי נישט געוואלט געבן קיין איינטריט, האבן זיך אין דעם טאג פלוצלינג געטראפן אנגענומען און וועלקאמט, חז"ל שרייבן: גדול קיבוץ הגלויות כיום שבו נבראו שמים וארץ" (פסחים פח, א), נעמט דאס טיעף אריין!!!

פעסט-פארוואט 76 יאר שפעטער און אין ארץ ישראל וואס איז דעמאלטס באשטאנען פון קנאפע 600 טויזענט יודן איינוואוינער, באשטייט היינט צוטאגס פון איבער זעקס מיליאן יודן כן ירבו וכן יוסיף, אזש רוב יודן פונעם כדור הארץ פון אלע עקן וועלט, פון אלע קהילות די בכל אתר ואתר וואוינען שוין היינט אין ארץ ישראל - אזש ס'איז שוין היינט א גאנצע געטועכץ אין די בתי מדרשים לגבי די הלכות פון "רוב ישראל על אדמתן" צו מען האלט שוין דארט יעצט אדער גאר בקרוב.

פרעגט נאך א איש ישראל פארוואס מען פרייד זיך ביום זה???
איז דען דא א גרעסערע שמחה????

ווער עס קען אביסל יודישע קורות הדורות ווייסט מיט אן אמת אז קיין שום יום טוב אין עם ישראל'ס היסטאריע איז נישט געווען קיין מצב פון תיקון השלם, ווען יא וואלט עס געבליבן אזוי לנצח
פסח ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
פורים ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
חנוכה ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
וכן הלאה

חז"ל זאגן אונז קלאר אז די גאולה גייט פאוואליע (ירושלמי ברכות פ"א ה"א): "כך היא גאולתם של ישראל, בתחילה קמעא קמעא, כל מה שהיא הולכת, היא רבה והולכת". צוביסלעך צוביסלעך מיט סבלנות, פונקט ווי די נאכט ווערט נישט ליכטיג פון איין רגע צום אנדערן. - די נביאים זענען אנגעפילט מיט די געדאנק אז די גאולה נעמט צייט און אז א פראצעס וואס גייט שטערקער און שטערקער, עיין לדוגמא ישעי' ס"ו ז' וגם מיכה ד' ח' מיטן פירוש פונעם מלבי"ם ועוד אן א צאל פסוקים און חז"ל'ס.
בלאט: 1 2 3