☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17047
בלאט: 1 2 3

yn.NY » פרייטאג מאי 24, 2024 12:22 am

· #563171
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
וואס איז אזוי אומפארשטענדליך פון דעי ווערטער? גראדע איז עס קאמען סענץ און די קלארע מציאות הדברים: אידן האבן זיך צוריגעקערט קיין ירושלים, ס'איז א מציאות. יעצט ווארט מען פאר "את צמח דוד" - די גאולה השלימה.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 26, 2024 10:36 am

· #563293
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
הה"ד לכל ישראל ה’-איר...

berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2024 9:08 pm

· #563345
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
yn.NY #
berlbalaguleh #
הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
וואס איז אזוי אומפארשטענדליך פון דעי ווערטער? גראדע איז עס קאמען סענץ און די קלארע מציאות הדברים: אידן האבן זיך צוריגעקערט קיין ירושלים, ס'איז א מציאות. יעצט ווארט מען פאר "את צמח דוד" - די גאולה השלימה.
הרב קוק האט געזאגט א סאך קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס וואס דער עולם האט אפשר נישט פארשטאנען לעומקן של דברים.

נישט וועגן גלות און גאולה. אדער זיך צוריקקערן קיין ירושלים.

אינטערסאנטער » מאנטאג מאי 27, 2024 1:19 pm

· #563379
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
זאגט מיר א סאטמארער אז דער בית ישראל'ס גדלות בלייבט אויך אויפ'ן פלאץ אפילו נאכ'ן זאגט די סטעיטמענט......

היימלינד » מאנטאג מאי 27, 2024 1:28 pm

· #563382
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
זיין טאטע די אמרי אמת שרייבט אין א בריוו אויף איהם אהבה מקלקלת השורה

דהיינו אז בעצם א גרויסע מענטש, נאר אין די נושא איז ער פארקראכען...

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 28, 2024 2:47 am

· #563491
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אט דאס איז איינס פון די קאנטראווערסיאלע מימרות וואס הרב קוק ז"ל האט געזאגט.

אויף די נישט רעליגיעזע ספארט שפילערס וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שבת. אז זיי זענען זיך מקדש און מטהר זייערע גופים דורך שפיעללן.

אויף דעם האט דער בית ישראל (איך האב עס געליינט בשמו) אדער דער אמרי אמת געזאגט אז זיין הרב קוק'ס אהבת ישראל (נישט. מקלקלת את השורה) איך וויל נישט מסיים זיין...!

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 12:55 pm

· #564408
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
די יאר האבן זיי אפגעשטיפט דעם יום העצמאות און זיי האבן דאס געפראוועט גאר אום ו' אייר, איינער ווייסט פשט פארוואס ?

אייניקעל » מיטוואך יוני 5, 2024 1:11 pm

· #564409
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
berlbalaguleh #
אט דאס איז איינס פון די קאנטראווערסיאלע מימרות וואס הרב קוק ז"ל האט געזאגט.

אויף די נישט רעליגיעזע ספארט שפילערס וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שבת. אז זיי זענען זיך מקדש און מטהר זייערע גופים דורך שפיעללן.

אויף דעם האט דער בית ישראל (איך האב עס געליינט בשמו) אדער דער אמרי אמת געזאגט אז זיין הרב קוק'ס אהבת ישראל (נישט. מקלקלת את השורה) איך וויל נישט מסיים זיין...!
איך וויל זעהן דעם בריוו בכתב יד קדשו
ביז דעמאלטס זענען די אלע מעשה'לעך כקליפת השום בעלמא

אייניקעל » מיטוואך יוני 5, 2024 1:12 pm

· #564410
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
האלטער #
די יאר האבן זיי אפגעשטיפט דעם יום העצמאות און זיי האבן דאס געפראוועט גאר אום ו' אייר, איינער ווייסט פשט פארוואס ?
רוב יארן ווערט עס געריקט משום כבוד השבת (חוץ ווען ס'געפאלט מיטוואך)

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 1:22 pm

· #564411
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
פארוואס דארף מען ריקן מאנטיג וועגן כבוד שבת ?

אייניקעל » מיטוואך יוני 5, 2024 1:25 pm

· #564412
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
וואונדער איבער וואונדער פון די אלע טויזענטער מאמרים ופתגמים וואס ער האט געשריבן קענען די סאטמארע יודן שיהי' בריאים די זעלבע דריי מאמרים, ניטאמאל קענען זיי די קאנטעקסט פונעם מאמר, איהר פולן אינהאלט אדער אפילו וואו עס איז געשריבן, מען דרעשט איבער טחינה אחר טחינה די זעלבע פראבלעמען פון ליכט שטראלן #5 שוין פאר די לעצטע 90 יאר.

דא איז בייגעלייגט די גאנצע "פרשה" וועגן דבריו על הצעירים המתעמלים.. פאר ווער עס זוכט צו קענען לערנען אביסל מער הצדיק הקדוש הראי"ה קוק זצ"ל און נישט סתם איבערקייען די זעלבע טאלקינג פוינטס יאר נאך יאר פאר דורי דורות כאילו דאס איז תורת הראי"ה קוק און מען האט איהם געכאפט ביים גענאק

אפילו רוב פון די גדולים וואס האבן זיך אדער יא אדער נישט אויסגעדרוקט אנטקעגן איהם, האבן זיי זיינע ווערטער נישט געזעהן בשלמותם נאר טיילווייזע אויסצוגן וואס די מחרחרי ריב שבכל דור ודור האבן זיי צוגעשטעלט.
📎 1-16-15.pdf

אייניקעל » מיטוואך יוני 5, 2024 1:31 pm

· #564413
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
האלטער #
פארוואס דארף מען ריקן מאנטיג וועגן כבוד שבת ?
ווייל א טאג פאר דעם איז יום הזכרון וואס איז א גרויסע ממלכתי טאג, דהיינו פארשידענע צוזאמענקומען פון די ממשלה בכל רחבי הארץ, די רבנות האט מורא געהאט אז די הכנות וועלן אריינברענגן צו חילול שבת האט מען עס אויסגעשטעלט אז עס זאל זיין א טאג שפעטער

פונקט ווי די ערשטע ארגעניאלע ה' אייר איז געווארן פאראויס גערוקט משום כבוד השבת צו פרייטאג, ווען בעצם האט די מאנדאט ערשט אפגעלאפן אום פרייטאג צונאכטס בחצות הלילה. דאס פארציילט מען דאך נישט במחנינו, ס'איז נישט גוט פאר פ.ר.

אויך פארציילט מען נישט אז מען האט געמאכט ביים דעקלעראציע א ברכת שהחיינו בשם ומלכות (ר' יהודה לייב מימון) און אלע האבן זיך אויפגעשטעלט מיט רעספעקט, א חלק אפילו שנעל פארדעקט די בלויזע קעפ (עס איז דא א ווידאוי דערפון)

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 1:37 pm

· #564417
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אז מען ריקט ארויף פון שבת צו פרייטיק אדער פון פרייטיק צו דאנערשטיק פארשטיי איך, אבער מאנטיק וואס איז דער פראבלעם, אז מ'וועט מחלל שבת זיין שבת פריער אלץ די הכנות ? קען מען נישט אלעס צוגרייטן זונטיג ?

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 1:38 pm

· #564418
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
דעס וואס דו זאגסט וועגן די דעקלאראציע הייסט עס אז למעשה איז טאקע דעמאלטס געווען ו' אייר

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 1:40 pm

· #564419
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
קען זיין אז צוליב דעם יום הזכרון וואס געפאלט היי יאר זונטיג וויל מען דאס אפשטופן צו מאנטיג און במילא איז יום העצמאות דינסטיג.

היימלינד » מיטוואך יוני 5, 2024 1:44 pm

· #564420
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
האלטער #
קען זיין אז צוליב דעם יום הזכרון וואס געפאלט היי יאר זונטיג וויל מען דאס אפשטופן צו מאנטיג און במילא איז יום העצמאות דינסטיג.
היינו טעמא

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 1:48 pm

· #564422
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אינטערסאנט, לויט דעם איז ביי זיי ה' אייר איין יאר א יום שמחה און די אנדערע יאר א יום אבל

אייניקעל » מיטוואך יוני 5, 2024 10:49 pm

· #564472
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
האלטער #
דעס וואס דו זאגסט וועגן די דעקלאראציע הייסט עס אז למעשה איז טאקע דעמאלטס געווען ו' אייר
שבת איז געווען ו' אייר

וויבאלד מען האט אבער דערקלערט די מדינה אום פרייטאג, וואס איז געווען ה' אייר, איז דער טאג באשטימט געווארן פאר יום טוב (ווי דער לשון איז לשנה אחרת קבעום ועשאום יום טוב בהלל והודאה)

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 6, 2024 12:36 am

· #564481
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
איך האב געליינט ערגעץ א רעפארט אויף ענגליש אז בן גוריון האט צוגע'איילט די צערעמאניע פון די דעקלאראציע אום פרייטאג נאכמיטאג וועגן כבוד השבת...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 6, 2024 5:16 pm

· #564514
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
ס'נישט ווייל בן גוריון איז געווען אזא צדיק. בכלל נישט. נאר ווייל ס'זענען אויך געווען רעליגיעזע אידן (אגודה און מזרחי) אין זיין רעגירונג. ער האט געוואלט אויפשטעלן א דעמאקראטישע רעגירונג און יעדן ארייננעמען. ער איז געווען א פראקטישער מענטש. (יא ליידער. שר"י עפ"ל עמיר לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.) ווען די עדה החרדית וואלט (ח"ו) געוואלט זיין א טייל פון זיין רעגירונג וואלט ער זיי אויך אריינגענימען.

לעומת זענען געווען א סאך ערגערע פון איהם. די (פרייע) קיבוץ באוועגונג וועלכע האבן פיינט געהאט ערליכע אידן מיט א שטארקע שנאה.
בלאט: 1 2 3